בלאט 1 פון 20

קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:26 pm
דורך יידישע קהילות
ער לאזט נישט מער פון 25% פון די געווענטליכע פארזאמלונג, אבער נישט מער פון 10 מענטשן אויף אמאל.
זעט אויס אז אין ב.פ. גייט מען מאכן הקפות, א פרישע מנין יעדע פופצן מינוט...

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:31 pm
דורך פאטאקי08
NEW YORK: Shut em down: Gov. Cuomo is, effective immediately, closing all Shuls and schools in South Brooklyn, limiting minyanim to 10 people and banning mass gatherings.

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:32 pm
דורך לייטער
סאיז נוגע נאר בארא פארק, עטליסט 1 זיפ קאוד ?

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:36 pm
דורך פליפ פאון
עס איז צום ווארטן צו זעהן וויאזוי די מנהיגי העדות וועלן ריספאנדען.
פאריגעס מאל אלס די פחד פון פיקוח נפש האבן די מנהיגים מיטגעהאלטן מיט די גאוו., יעצט ווען עס איז נישט דא די פחד און בהלה וועל'מיר זעהן.
מיר ווארטן געשפאנט

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:36 pm
דורך יידישע קהילות
איך האב היינט גערעדט מיט די אנפירערס פון די ארטאדאקס קאמיוניטי... און איך האב זיי געזאגט אז איך טוה דאס פאר א פשוט סיבה ווייל איך בין מכבד און איך האב ליב די ארטאדאקס קאמיוניטי, און איך וויל זיי אפהיטן.
אין יידישקייט איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן איז "פקוח נפש".
אסאך הלכות קען מען מוותר זיין צוליב פיקוח נפש.
דאס איז פיקוח נפש!

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:37 pm
דורך יידישע קהילות
און איך דאנק זיי פאר זייער הילף און קאאפעראציע...

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:39 pm
דורך פליפ פאון
ווי איז די וויי געשריי??? מען דארף ארויס גיין אין די מאסן פראטעסטירן פארן טרעטן אויף אונזערע רעליגיעזע רעכטן

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:44 pm
דורך פלעסטיק
ארויסגיין פראטעסטירן... וואו זענען מיר אלע ווען עס קומט צו וואוטן? מיר זענען זיך אליינס שולדיג אז מיר גייען נישט ארויס אין די מאסן וואוטן.

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:44 pm
דורך יידישע קהילות
רייסט אריין אין טראמט ("זאל ג-ט איהם בענטשן") אין זיבעטן ריפ...

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:45 pm
דורך שׁעמעדיגער
נאר אין בארא פארק?

איינער קען אויסקלארן?

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:46 pm
דורך יידישע קהילות
פליפ פאון האט געשריבן:ווי איז די וויי געשריי??? מען דארף ארויס גיין אין די מאסן פראטעסטירן פארן טרעטן אויף אונזערע רעליגיעזע רעכטן

פראטעסטירן קענסטו נאר ווען די דעת הקהל איז מיט דיר.
ווען דעת הקהל איז נאך שארפער קעגן דיר ווי קאומא, דאן האב שכל און זיץ איינגעלייגט..

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:47 pm
דורך great
פליפ פאון האט געשריבן:ווי איז די וויי געשריי??? מען דארף ארויס גיין אין די מאסן פראטעסטירן פארן טרעטן אויף אונזערע רעליגיעזע רעכטן

פארגעס נישט ביזט און גלות האסט א פראבלעם רעדט צום רבונו של עולם אדער טו השתדלות בדרכי נועם הייס נישט טון זאכן אן קיין הסכמה פון רבנים יישר כח
געדענק אויך צו תשובה און תיקון המעשים עס איז נישטא מיט א אידישע בליק צו שרייען אויף קאמאו עס איז א גזירה מן השמים
א גוטן מועד

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:48 pm
דורך מי שברך
פליפ פאון האט געשריבן:ווי איז די וויי געשריי??? מען דארף ארויס גיין אין די מאסן פראטעסטירן פארן טרעטן אויף אונזערע רעליגיעזע רעכטן

עס איז נישט אידישליך צו גיין פראטעסטירן, עס וועט נאך מאכן ארגער...

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:53 pm
דורך newschest79
איינער ווייסט אויב קאומאו רעדט אויך בנוגע "מאנסי"?

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:55 pm
דורך יצחק אייזיק
newschest79 האט געשריבן:איינער ווייסט אויב קאומאו רעדט אויך בנוגע "מאנסי"?

נאר ברוקלין.

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:57 pm
דורך פליפ פאון
מי שברך האט געשריבן:
פליפ פאון האט געשריבן:ווי איז די וויי געשריי??? מען דארף ארויס גיין אין די מאסן פראטעסטירן פארן טרעטן אויף אונזערע רעליגיעזע רעכטן

עס איז נישט אידישליך צו גיין פראטעסטירן, עס וועט נאך מאכן ארגער...

וואס קען נאך ערגער ווערן? די מוסדות האט ער פארשפארט, שולן זענען פארשפארט.
אז עפעס טוט וויי שרייט מען!

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:57 pm
דורך מי שברך
יידישע קהילות האט געשריבן:ער לאזט נישט מער פון 25% פון די געווענטליכע פארזאמלונג, אבער נישט מער פון 10 מענטשן אויף אמאל.
זעט אויס אז אין ב.פ. גייט מען מאכן הקפות, א פרישע מנין יעדע פופצן מינוט...

פון ווי נעמסטע דאס? עס איז א נייע זאך?

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:57 pm
דורך פארטראכטער
יצחק אייזיק האט געשריבן:
newschest79 האט געשריבן:איינער ווייסט אויב קאומאו רעדט אויך בנוגע "מאנסי"?

נאר ברוקלין.

דאכט זיך מאנסי אויך

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 3:59 pm
דורך newschest79
אפשר קען איינער ארויף ברענגן די ארגינעלע מעסעדזש פון קאומא?

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:00 pm
דורך מי שברך
פליפ פאון האט געשריבן:
מי שברך האט געשריבן:
פליפ פאון האט געשריבן:ווי איז די וויי געשריי??? מען דארף ארויס גיין אין די מאסן פראטעסטירן פארן טרעטן אויף אונזערע רעליגיעזע רעכטן

עס איז נישט אידישליך צו גיין פראטעסטירן, עס וועט נאך מאכן ארגער...

וואס קען נאך ערגער ווערן? די מוסדות האט ער פארשפארט, שולן זענען פארשפארט.
אז עפעס טוט וויי שרייט מען!

ווי אזוי גייט עס נאר?! א פאטש פאר א פאטש... אין עס וועט אויף העצען אנטיסעמעטיזעם!

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:02 pm
דורך פאטאקי08
.

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:04 pm
דורך פאטאקי08
.

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:08 pm
דורך פאטאקי08
.

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:10 pm
דורך יידישע קהילות
אין מאנסי און אין קר"י אויך.
וומסב"ג איז נעקסט.

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:10 pm
דורך אפסטעיט איד
די ״הקפות פראטעסט״ וועלן אי״ה פארקומען ברוב פאר והדר און אלע שולען.