קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

יצחק אייזיק
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך יצחק אייזיק » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 7:59 pm

דער זעלבער קואמא היינט צופרי אן קיין מאסקע
צוגעלייגטע
20201006_195808.png
20201006_195808.png (395.99 KiB) געזעהן 1065 מאל
20201006_195826.png
20201006_195826.png (452.81 KiB) געזעהן 1065 מאל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:03 pm

Think and Thank האט געשריבן:לדעתי איז דא צוויי זאכן וואס מיר קענען טון - לעגאלערהייט - צו באקעמפן דעם גזירה:

1) שטיין אויף אונזערע רעכטן. געענדיגט מיט'ן זיין די מעקעלעך פונ'ם יארהונדערט. קיין שום פאליציאנט גייט נישט קענען אריינטרעטן אין קיין שום בנין אן קיין וואראנט. קיין שום פאליציאנט וועט נישט קענען געבן קיין טיקעט פאר'ן נישט גיין מיט א מאסקע אויף די גאס (וואס איז אומלעגאל) אן וואס מען זאל אראפשרייבן זיין נאמען און בעדזש נומער, און דערנאך וועט ווערן געפיילט א קלעס עקשאן לאוסוט פאר דיסקרימינעישאן. מען דארף קלאגן די סיטי, די סטעיט, דעם גאווערנאר פערזענליך, וכו' וכו'.
דער עיקר וואס פאדערט זיך אויף דעם איז א מאסיווע אויפקלערונגס קאמפיין, צו עדזשוקעיטן דעם ציבור איבער אונזערע רעכטן, וואראנטס וכו', ווי אויך געלט פאר לאוסוטס.

2) וואוטן רעפובליקען דאון די ליין. ווען קואמא וועט זען ווי צענדליגער פארמעסטן אויף אלע לעוולס פון סיטי און סטעיט גייען רויט, ווען ער וועט זעהן אז מיר האבן גענוג א כח צו רוקן קאנגרעס פארמעסטן, סיטיווייד פארמעסטן און די סטעיט לעגיסלאטור צו די רעפובליקאנער און מיר זענען גרייט צו נוצן דעם כח, וועט ער זיך גאנץ פיין מוזן רעכענען מיט אונז על אפו ואל חמתו.


;l;p-
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך אחראי » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:04 pm

ביטע נעמען אין באטראכט אז אייערע ווערטער ווערן געשריבן אויף א פאבליק פלאטפארמע, און אפילו איר מיינט אפשר גוטס קען דאס פירן צו דאס פארקערטע.

מיט פארשטענדעניש.

אוועטאר
ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך ראש לימבא » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:10 pm

Screenshot_20201006-200917.png
Screenshot_20201006-200917.png (426.98 KiB) געזעהן 926 מאל
זיי ביטע מתפלל לרפואתי

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך ציגאנער » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:13 pm

די גאווערנער האט די מאכט אפצושטעלן פראטעסטן?
פארוואס זאל מען נישט נאכמאכן די ארץ ישראל'דיגע מוצאי ר"ה??

KMW
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך KMW » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:19 pm

ציגאנער האט געשריבן:די גאווערנער האט די מאכט אפצושטעלן פראטעסטן?
פארוואס זאל מען נישט נאכמאכן די ארץ ישראל'דיגע מוצאי ר"ה??

ווייל דאס מיינט זיך אינטערגעבן, קוקט נישט אויס דאס איז די פלאן פון די אגודה און נאך דאס מאל ווי אויבן דערמאנט.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1426
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:21 pm

מקען נישט אויסריפן די צאמקום אין שוהל אלץ א פראטעסט קעגן די שטאטראט?

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:24 pm

ניין, כל זמן דו ביזט נישט קיין שחור. די דעמאקראטישע רעליגיע דיקטירט אז ווייסע האבן אנדערע געזעצן ווי שווארצע, וכ"ש אויב די ווייסע זענען אידן.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:30 pm

איך פרעג אויף די פארקערטע וועג, אויב לאזט מען דאווענען מיט צען מענטשן (מנין), איז די גאנצע רעדע נאר פון "ברוב עם", איך גלייב זייער שווער אז דאס איז אזוי שטארק, אז מען זאל מאכן א חילול השם, אדער אריינלייגן אין סכנה ח"ו איין אידיש נפש.

וואו זעט מען אין דעם עפעס קעגן אידישקייט?

לגבי עפענען חדרים, איז עפעס אנדערש. אבער איך באצי מיך צום חלק פון דאווענען. פארוואס זאגט מען אז מען לאזט אונז נישט דאווענען? מען לאזט יעדן דאווענען מיט מנין!

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך zibala » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:31 pm

ימח שמם וזכרם, שולדיג זענען די היימישע מוסרים וואס האבן דאס אויסגעבעט...
אבער אנפייפען ברויך שיקול הדעת, וויאזוי די נוירסעס און דאקטוירים וועלן דאס אפטייטשן פון נעגאטיווע פרעסע דעקונג, און מיט דעם איינשטעלן אידישע לעבן'ס
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:33 pm

קודם כל, וואו זאלן אלע איבריגע דאווענען?
צווייטנס, מען לאזט נאר דאווענען מיט מנין אויב די געווענליכע 'לעגאלע' קעפעסיטי איז פערציג מענטשן אדער העכער. דאס מיינט אז רוב שולן אין ווילי למשל מעגן נישט האבן קיין מנין.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:33 pm

גרויסער גאון וואס ער איז

65994.jpeg
65994.jpeg (212.53 KiB) געזעהן 636 מאל

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:35 pm

zibala האט געשריבן:ימח שמם וזכרם, שולדיג זענען די היימישע מוסרים וואס האבן דאס אויסגעבעט...
אבער אנפייפען ברויך שיקול הדעת, וויאזוי די נוירסעס און דאקטוירים וועלן דאס אפטייטשן פון נעגאטיווע פרעסע דעקונג, און מיט דעם איינשטעלן אידישע לעבן'ס


די אמעריקאנע פאלק ווייסט זייער גוט וואס ס’גייט פאר אין ניו יארק.. אויף פאקס יעדן טאג דעי מעשה!

ווי מער מ’וועט פייטן אויף צוריק אלץ בעסער וועט עס אויסקוקען ביים פאלק, שטייצעך נישט ביי די פעיק ניוז מידיע.. אבער זיי פאלן עניוועי יעדעס יאר מער און מער!
דיד יו סעי סמאַרט?

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:37 pm

Think and Thank האט געשריבן:לדעתי איז דא צוויי זאכן וואס מיר קענען טון - לעגאלערהייט - צו באקעמפן דעם גזירה:

1) שטיין אויף אונזערע רעכטן. געענדיגט מיט'ן זיין די מעקעלעך פונ'ם יארהונדערט. קיין שום פאליציאנט גייט נישט קענען אריינטרעטן אין קיין שום בנין אן קיין וואראנט. קיין שום פאליציאנט וועט נישט קענען געבן קיין טיקעט פאר'ן נישט גיין מיט א מאסקע אויף די גאס (וואס איז אומלעגאל) אן וואס מען זאל אראפשרייבן זיין נאמען און בעדזש נומער, און דערנאך וועט ווערן געפיילט א קלעס עקשאן לאוסוט פאר דיסקרימינעישאן. מען דארף קלאגן די סיטי, די סטעיט, דעם גאווערנאר פערזענליך, וכו' וכו'.
דער עיקר וואס פאדערט זיך אויף דעם איז א מאסיווע אויפקלערונגס קאמפיין, צו עדזשוקעיטן דעם ציבור איבער אונזערע רעכטן, וואראנטס וכו', ווי אויך געלט פאר לאוסוטס.

2) וואוטן רעפובליקען דאון די ליין. ווען קואמא וועט זען ווי צענדליגער פארמעסטן אויף אלע לעוולס פון סיטי און סטעיט גייען רויט, ווען ער וועט זעהן אז מיר האבן גענוג א כח צו רוקן קאנגרעס פארמעסטן, סיטיווייד פארמעסטן און די סטעיט לעגיסלאטור צו די רעפובליקאנער און מיר זענען גרייט צו נוצן דעם כח, וועט ער זיך גאנץ פיין מוזן רעכענען מיט אונז על אפו ואל חמתו.


אונז ריקען ליידער נישט קיין לאקאלע פריימעריס און פארמעסטען, ווי אפילו עס איז דא א שוואכערע טורנאוט ביים אלגעמיינע פאלק, וויליאמסבורג לענטאל יכוח, אדער מאנסי מיט א מאכטפולע בלאקוואוט האט מען נישט געקענט ארויסריקען עד דעי, ווי קענען מיר חלומען צי ריקען אלגעמיינע קאנגרעס זיצען וואס די דיסטריקס זענען ריזיג, שמחה פעלדער האט געדארפט צירוק סוויטשען פארטיי, ווייל און די היינטיגע ניו יארק איז א רעפובליקאנער סטעיט סענטאר מאכטלאז און ווערט זילטש, אפגערעדט נאך די נייע עלעקשעין מעיל אין געזעצען איז די ניו יארקער רופובלעקאנער פארטיי א פארגאנגענהייט.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:39 pm

zibala האט געשריבן:ימח שמם וזכרם, שולדיג זענען די היימישע מוסרים וואס האבן דאס אויסגעבעט...
אבער אנפייפען ברויך שיקול הדעת, וויאזוי די נוירסעס און דאקטוירים וועלן דאס אפטייטשן פון נעגאטיווע פרעסע דעקונג, און מיט דעם איינשטעלן אידישע לעבן'ס

אמתע פוינט. מדארף גאר שטארק אכטונג געבן ווי אזוי מפייט צוריק. סקען ח"ו שאטן פאר אידישע קינדער און שפיטעלער וכו'
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:41 pm

חסד השם האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:ימח שמם וזכרם, שולדיג זענען די היימישע מוסרים וואס האבן דאס אויסגעבעט...
אבער אנפייפען ברויך שיקול הדעת, וויאזוי די נוירסעס און דאקטוירים וועלן דאס אפטייטשן פון נעגאטיווע פרעסע דעקונג, און מיט דעם איינשטעלן אידישע לעבן'ס

אמתע פוינט. מדארף גאר שטארק אכטונג געבן ווי אזוי מפייט צוריק. סקען ח"ו שאטן פאר אידישע קינדער און שפיטעלער וכו'

ווייל יעצט ווען דעבלאזיא און קואמא באשמוצן אונז טאג טעגליך אן קיין אנטווארט מצדינו זעען מיר אויס בעסער און בעסער אין זייערע אויגן.

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:42 pm

Think and Thank האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:ימח שמם וזכרם, שולדיג זענען די היימישע מוסרים וואס האבן דאס אויסגעבעט...
אבער אנפייפען ברויך שיקול הדעת, וויאזוי די נוירסעס און דאקטוירים וועלן דאס אפטייטשן פון נעגאטיווע פרעסע דעקונג, און מיט דעם איינשטעלן אידישע לעבן'ס

אמתע פוינט. מדארף גאר שטארק אכטונג געבן ווי אזוי מפייט צוריק. סקען ח"ו שאטן פאר אידישע קינדער און שפיטעלער וכו'

ווייל יעצט ווען דעבלאזיא און קואמא באשמוצן אונז טאג טעגליך אן קיין אנטווארט מצדינו זעען מיר אויס בעסער און בעסער אין זייערע אויגן.

האסט מיר געזען שרייבן אז מזאל פאלגן ווי טאטעלעך?!
מדארף אבער גאר שטארק אכטונג געבן וואס מטוא
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:43 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:לדעתי איז דא צוויי זאכן וואס מיר קענען טון - לעגאלערהייט - צו באקעמפן דעם גזירה:

1) שטיין אויף אונזערע רעכטן. געענדיגט מיט'ן זיין די מעקעלעך פונ'ם יארהונדערט. קיין שום פאליציאנט גייט נישט קענען אריינטרעטן אין קיין שום בנין אן קיין וואראנט. קיין שום פאליציאנט וועט נישט קענען געבן קיין טיקעט פאר'ן נישט גיין מיט א מאסקע אויף די גאס (וואס איז אומלעגאל) אן וואס מען זאל אראפשרייבן זיין נאמען און בעדזש נומער, און דערנאך וועט ווערן געפיילט א קלעס עקשאן לאוסוט פאר דיסקרימינעישאן. מען דארף קלאגן די סיטי, די סטעיט, דעם גאווערנאר פערזענליך, וכו' וכו'.
דער עיקר וואס פאדערט זיך אויף דעם איז א מאסיווע אויפקלערונגס קאמפיין, צו עדזשוקעיטן דעם ציבור איבער אונזערע רעכטן, וואראנטס וכו', ווי אויך געלט פאר לאוסוטס.

2) וואוטן רעפובליקען דאון די ליין. ווען קואמא וועט זען ווי צענדליגער פארמעסטן אויף אלע לעוולס פון סיטי און סטעיט גייען רויט, ווען ער וועט זעהן אז מיר האבן גענוג א כח צו רוקן קאנגרעס פארמעסטן, סיטיווייד פארמעסטן און די סטעיט לעגיסלאטור צו די רעפובליקאנער און מיר זענען גרייט צו נוצן דעם כח, וועט ער זיך גאנץ פיין מוזן רעכענען מיט אונז על אפו ואל חמתו.


אונז ריקען ליידער נישט קיין לאקאלע פריימעריס און פארמעסטען, ווי אפילו עס איז דא א שוואכערע טורנאוט ביים אלגעמיינע פאלק, וויליאמסבורג לענטאל יכוח, אדער מאנסי מיט א מאכטפולע בלאקוואוט האט מען נישט געקענט ארויסריקען עד דעי, ווי קענען מיר חלומען צי ריקען אלגעמיינע קאנגרעס זיצען וואס די דיסטריקס זענען ריזיג, שמחה פעלדער האט געדארפט צירוק סוויטשען פארטיי, ווייל און די היינטיגע ניו יארק איז א רעפובליקאנער סטעיט סענטאר מאכטלאז און ווערט זילטש, אפגערעדט נאך די נייע עלעקשעין מעיל אין געזעצען איז די ניו יארקער רופובלעקאנער פארטיי א פארגאנגענהייט.

אודאי רוקן מיר נישט - די עסקנים הייסן דאך פאר די הייפעלע וואס גייט יא וואוטן אז מען זאל וואוטן פאר'ן אינקאמבענט דעמאקראט.
די היימישע אידנטום אין ניו יארק סטעיט האט גרינגערהייט היבש איבער 100,000 וואוטס (עטליכע הונדערט אלפים אויב רעכנסטו פלעטבוש וכדומה). אויב זאל מען אמת'דיג פאראייניגן דעם עולם און ארויסקומען שטימען קענען מיר שאקלען וועלטן.

און מיר מוזן ניטאמאל עקטשועלי רוקן פארמעסטן צו געווינען. ס'גענוג צו ברענגען די סטעיט סענאט גאר נאנט צו ווערן רעפובליקען צו ווייזן אונזער כח.

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:47 pm

bbaea9da54ef4502a7b6127609913055.jpg
bbaea9da54ef4502a7b6127609913055.jpg (78.65 KiB) געזעהן 1107 מאל

אוועטאר
ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך ראש לימבא » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:51 pm

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:לדעתי איז דא צוויי זאכן וואס מיר קענען טון - לעגאלערהייט - צו באקעמפן דעם גזירה:

1) שטיין אויף אונזערע רעכטן. געענדיגט מיט'ן זיין די מעקעלעך פונ'ם יארהונדערט. קיין שום פאליציאנט גייט נישט קענען אריינטרעטן אין קיין שום בנין אן קיין וואראנט. קיין שום פאליציאנט וועט נישט קענען געבן קיין טיקעט פאר'ן נישט גיין מיט א מאסקע אויף די גאס (וואס איז אומלעגאל) אן וואס מען זאל אראפשרייבן זיין נאמען און בעדזש נומער, און דערנאך וועט ווערן געפיילט א קלעס עקשאן לאוסוט פאר דיסקרימינעישאן. מען דארף קלאגן די סיטי, די סטעיט, דעם גאווערנאר פערזענליך, וכו' וכו'.
דער עיקר וואס פאדערט זיך אויף דעם איז א מאסיווע אויפקלערונגס קאמפיין, צו עדזשוקעיטן דעם ציבור איבער אונזערע רעכטן, וואראנטס וכו', ווי אויך געלט פאר לאוסוטס.

2) וואוטן רעפובליקען דאון די ליין. ווען קואמא וועט זען ווי צענדליגער פארמעסטן אויף אלע לעוולס פון סיטי און סטעיט גייען רויט, ווען ער וועט זעהן אז מיר האבן גענוג א כח צו רוקן קאנגרעס פארמעסטן, סיטיווייד פארמעסטן און די סטעיט לעגיסלאטור צו די רעפובליקאנער און מיר זענען גרייט צו נוצן דעם כח, וועט ער זיך גאנץ פיין מוזן רעכענען מיט אונז על אפו ואל חמתו.


אונז ריקען ליידער נישט קיין לאקאלע פריימעריס און פארמעסטען, ווי אפילו עס איז דא א שוואכערע טורנאוט ביים אלגעמיינע פאלק, וויליאמסבורג לענטאל יכוח, אדער מאנסי מיט א מאכטפולע בלאקוואוט האט מען נישט געקענט ארויסריקען עד דעי, ווי קענען מיר חלומען צי ריקען אלגעמיינע קאנגרעס זיצען וואס די דיסטריקס זענען ריזיג, שמחה פעלדער האט געדארפט צירוק סוויטשען פארטיי, ווייל און די היינטיגע ניו יארק איז א רעפובליקאנער סטעיט סענטאר מאכטלאז און ווערט זילטש, אפגערעדט נאך די נייע עלעקשעין מעיל אין געזעצען איז די ניו יארקער רופובלעקאנער פארטיי א פארגאנגענהייט.


די אגודה ברויך אינוועסטירן אין א מאכטפולע געט-אוט-דע-וואוט אפעראציע.
נישט לאנג צירוק האט מען צי די בוארד אוף ריג'ענס אריינגעגעבן איבער הינדרעט צוואנציג טויזענט בריעווען, דאס מיינט מיט א גיטע דעטע-בעיס קען מען אריינברענגען קרוב צו הינדערט פיפציג טויזענט רעפובליקאנער וויילער (אדער גאר עפענען אן אייגענע אגודה פארטיי?) אויב נישט מער, בפרט ווען מ'רעכנט אריין די עלטער בחורים און מיידלעך, ווען מיר האבן ווען די נומבערס אין די שטים בודקעס דאנסמאל וואלט עס קיינמאָל נישט געשעהן.
איך לכשעצמי גיי שטימען אין יעדע עלעקשאן, אבער עס פעלט אויס א טריי-סטעיט אפעראציע, מיט א קלארע דעטע בעיס, נאכפאלגן איעדע איינציגסטער בארעכטיגע שטימע.
זיי ביטע מתפלל לרפואתי

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:08 pm

אינטערוויו: א שטורמישע טאג איז היינט אריבער פאר אידן אין ניו יארק אנגעפאנגן מיט א קאנפערענץ קאל צווישן די גאווערנאר און קהילה פירער, און דערנאך א פלוצלינגער מעלדונג פון דער גאווערנאר אפצושפארן פולע היימישע געגנטער :ר' יוחנן דאן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/26745

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:24 pm

דער זעלבער גאווענער קאומאו:

- האט מער ווי איינמאל וועטאואירט ביל'ס וועלכע האבן שוין געפעסט די אסעמבלי און סטעיט סענאט, טראץ וואס עס איז געווען א אומפאפולערע שריט, ווייל ער האט געוויסט אז עס איז אקעגן אידן, יא, איינמאל און נאכאמאל צו העלפן קרית יואל.

- האט צוריקגעוויזן די בקשות און בכיות פון די "רעפאבליקאנער" מעיאר'ן און קאונטי עקזעקעטיוו'ס איינמאל און נאכאמאל ביי די ערשטע כוואליע צו דירעקט פארשליסן די היימישע געגענטער.

- האט פארדרייט דעם שמועס איינמאל און נאכאמאל און קונצליך פארפירט דעם טעמע ווען מען האט אים כסדר געפרעגט איבער היימישע אידן.

- איז באקאנט אלץ א לאנג-יעריגער אוהב ישראל לגבי יעדע ענין וואס עס איז נוגע געווען אלץ און אלעמאל.

דער זעלבער מעיאר דעבלאזיו:

- האט טראץ זיין ווייניג שכל, קונצליך מאנאווירט די געזעצן און גיידליינס אין די סיטי צו ראטעווען אונזער חינוך טראץ וואס עס איז אומפאפולער אין זיינע פאליטישע רייען.

- האט מער ווי איינמאל אין די לעצטערע וואכן איבערגעהאקט זיינע פרעסע קאנפרענצן ווען די רעפארטערס פון די "רעפאבליקאנע" פאוסט האבן איינמאל און נאכאמאל אין גע'רודפ'ט צו רעדן איבער די "האסידיק קאמיונעטי"

- איז באקאנט אלץ א לאנג יעריגע אידן פריינד, א יוצא מן הכלל, נאך פון די צייטן אלץ סיטי קאנסיל מעמבער אין בארא פארק, ווי יעדער עסקן וועט עדות זאגן.

פארוואס שרייב איך דאס? נישט ווייל איך וויל בארעכטיגן אדער זיך אנעמען פאר זיי - וואס אגב, ווער עס האלט מיט די טעראר און די דריק וואס ביידע פון זיי גייען אריבער אין די לעצטערע וואכן פון אונזערע גוטע פריינט... די רעפאבליקאנער לאקאלע באאמטע, און רעפאבליקאנע מידיע דא אין ניו יארק, וואס ביידע פון זיי האבן אנגעפירט דער העץ קאמפיין אין די לעצטע תקופה און געפירט צו די יעצטיגע מצב - נאר פשוט עס האט מיר אויפגערעגט צו זען ווי מען נעמט פאליטישע מיינונגען, און אהער אין דער אשכול...

קאמאו איז א רשע, א ליבעראל, און צוליב דעם א אנטיסעמיט... און דער תירוץ דערצו וועט זיין אריינוועלן רעפאבליקאנער...

מיר האבן שוין ב"ה עד דעי אין מאנסי, סטיוו נויהאז אין קרית יואל, און מיר האבן ביז יעצט געהאט על פרענקאו אין בלומינגראוו, וואס די רעפאבלעיקאנער האבן צו דערליווערן זעהן מיר גאנץ גוט, און וואס דער ניו יארק פאוסט דערליווערט ליידער זעהן מיר אויך גוט...

די נקודה איז אז עס האט 0 מיט דער פארטיי, מען קען טוויטן אין איין מינוט "בלו לייוו מעטער" און "וואוט טראמפ" און א מינוט דערויף אקעגן היימישע אידן פארן גיין אן מאסקעס און פארשפרייטן דער וויירוס, עס איז נישט קיין סתירה ביי אונזערע רעפאבליקאנע אנטיסעמיטן, מיר זענען אין גלות, און ליידער קענען מיר נישט טון וואס מען וויל. אבער קומען דאס מישן מיט פארטיי איז סתם שקר, ווען דער מציאות דא אין ניו יארק צייגט אז אונזערע דעמאקראטישע פליטיקאנטן האבן זייער זייער שיין באהאנדעלט אונזער ציבור ביי יעדע געלעגנהייט ביז אהער.

דער נקודה אין קורצן: וואוטן איין פארטיי אדער די צווייטע איז נישט דער ישועה, נאר תפלה! און יא, פאלגן די עסקנים.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

מחשבהטובה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך מחשבהטובה » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:31 pm

כ'שטיי און שטוין אויף די ביבער געוויין!
פארוואס אופן וועלט זענען מאסען מענטשען געגאנגן כצאן לטבח זיך טעסטען?
כ'רעד נישט פון די מיט געזונטהייט פראבלעמען וואס האבן געדארפט וויסען צו זיי זענען פאזיטיוו.
כ'רעד פון די הונדערטער וואס זענען געגאנגן בלויז פאר זייער עגו'יסטישע תאוה צו וויסען צו זיי האלטן שוין דארנאך אדער נישט.
יעדער ווייסט אז ביים טעסטען פאזיטיוו באקומט נישט קיין מעדעצין פאר די וויירוס, און יעדער האט גוט געוויסט אז מיטן גיין טעסטען זענען זיי חב לאחרינא אופן ערגסטער אופן.
אנשטאט צו נעמען די שועערע וועג, פון זיך פארשפארען פאר אפאר טעג נאכן באקומען די סימטומס, און לאזן די עולם לעבען, זענען זיי געגאנגן טעסטן צו רייך מאכן די טאשן פון די טעסטינג סענטערס.
און א געוויסע שטאט אין נארט אמעריקא האבן די רבנים פון געוויסע קהילות שטרענג געבעטן אז קיינער זאל זיך נישט גיין טעסטען, און די לאקאלע הצלה מיט די רפואה ארגאניזאציע האבן גענומען די לייצעס און די האנט אריין צו פארזיכערען אז יעדער באקומט די טריטמענט וואס ער דארף אונטערן טיש.
די ראזאלטס זענען געווען געוואלדיג אהנע אויפרעגען די לאקאלע געמיינדע. און ב"ה אהן קיין פארלוסטען בגוף כן יעזור השי"ת הלאה(כ'רעד יעצט ביים צוויטן כוואליע)
און ארץ ישראל גייט די סלוגען...
לא נבדקים, לא נסגרים!

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1426
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:34 pm

הערשי טישלער פירט יעצט א פראטעסט אויף 13 און 50 אין ב"פ
לעצט פאראכטן דורך פעלעד אום דינסטאג אוקטובער 06, 2020 11:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: קאומא: בתי מדרש - נישט מער פון 10 מענטשן!

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:36 pm

Think and Thank האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
ירום הודו האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:Fines for mass gatherings increased to $15K


mass gatherings is separate from religious gatherings

Absolutely!
If everyone wears masks and follows social distance he "can't do legally" anything
"Other option could be big outdoor gatherings ("with masks) and taking a legal permit to protest three times daily

נישטא קיין סיבה צו גיין א מאסק אין גאס. אפילו קואמא איז נאכנישט בייגעפאלן צו מאכן אזא עקזעקוטיוו ארדער.

און צו פראטעסטן דארף מען נישט קיין פערמיט, מען דארף פארברענטע פאליציי קארס.


?Do you live in NY
https://www.governor.ny.gov/news/amid-o ... :~:text=-,.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chai+1, private, zugurnish, אבי.גערעדט, באקסער בוים, והוא פלאי, חמרא, משהלע, סארקאזי, עמך_יוד, פינחס, שכל טוב און 24 געסט