מחשבהטובה האט געשריבן:כ'שטיי און שטוין אויף די ביבער געוויין!
פארוואס אופן וועלט זענען מאסען מענטשען געגאנגן כצאן לטבח זיך טעסטען?
כ'רעד נישט פון די מיט געזונטהייט פראבלעמען וואס האבן געדארפט וויסען צו זיי זענען פאזיטיוו.
כ'רעד פון די הונדערטער וואס זענען געגאנגן בלויז פאר זייער עגו'יסטישע תאוה צו וויסען צו זיי האלטן שוין דארנאך אדער נישט.
יעדער ווייסט אז ביים טעסטען פאזיטיוו באקומט נישט קיין מעדעצין פאר די וויירוס, און יעדער האט גוט געוויסט אז מיטן גיין טעסטען זענען זיי חב לאחרינא אופן ערגסטער אופן.
אנשטאט צו נעמען די שועערע וועג, פון זיך פארשפארען פאר אפאר טעג נאכן באקומען די סימטומס, און לאזן די עולם לעבען, זענען זיי געגאנגן טעסטן צו רייך מאכן די טאשן פון די טעסטינג סענטערס.
און א געוויסע שטאט אין נארט אמעריקא האבן די רבנים פון געוויסע קהילות שטרענג געבעטן אז קיינער זאל זיך נישט גיין טעסטען, און די לאקאלע הצלה מיט די רפואה ארגאניזאציע האבן גענומען די לייצעס און די האנט אריין צו פארזיכערען אז יעדער באקומט די טריטמענט וואס ער דארף אונטערן טיש.
די ראזאלטס זענען געווען געוואלדיג אהנע אויפרעגען די לאקאלע געמיינדע. און ב"ה אהן קיין פארלוסטען בגוף כן יעזור השי"ת הלאה(כ'רעד יעצט ביים צוויטן כוואליע)
און ארץ ישראל גייט די סלוגען...
לא נבדקים, לא נסגרים!
(Not everyone has a choice (unfortunately
Exemple, some people have family members in nursing homes, some doctors are requiring patients to test before every visit, some people have family with "conditions " etc.