ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך שפע רב » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:00 pm

באקומען פון א ידיד נאמן מיינער:

"איך וויל דיר נאר לאזן וויסן אז דער עולם ווייסט נישט בחייכון וואס טוט זיך. די מצב ביי אונז דארף אסאך תפילות.

דו האסט דאך מיטגעהאלטן נאך פורים וויאזוי כ'האב מיך ביטער געמוטשעט מיט די וויירוס. איך האב דעמאלס גענומען די קאראנע טעסט און געווען פאזעטי''וו. איך בין געליגן אין בעט און עס געהאט ביטער שווער.
כ'האב שבועות צייט געטעסט פאר אנטי באדיס און געווען אימיונט מיט די העכסטע נומבער אנטי-באדיס.

יעצט נאך ראש השנה האב איך געשפירט אין האלז א סטרעפט. כ'בין געגאנגען צו ODA פאר א קולטשע''ר. כ'האב טאקע געהאט סטרעפט. זיי האבן מיר געזאגט כ'זאל אויך נעמען א קאווי''ד טעסט. כ'האב געלאכט פון זיי. 'איך בין אימיונד! כ'האב פעסט אנטי-באדיס'.

זיי האבן מיר אבער געזאגט אז דאס איז גארנישט.

כ'האב זיי צוליב געטון און זיך געטעסט.
מיין רעפי''ד קאוויד האט געוויזן טאקע נעגעטיוו אבער צוויי טעג שפעטער האבן זיי מיר צוריקגערופן אז די געהעריגע טעסט ווייזט פאזעטיוו!
ב''ה איך האב עס יעצט מילד. און איך האף אז דאס איז א כלל פאר יעדן וואס באקומט עס נאכאמאל. זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן א גאנצע ליסט פון מענטשן וואס האבן עס צום צווייטן מאל".

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ברעיקינג - מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע, אפילו נאכן האבן אנטי-באדיס!

תגובהדורך שפע רב » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:09 pm

לפי הנ''ל איז צייט צו נעמען די זאך מער עהרנסט!


קאראנע איז נישט קיין קינדער שפיל. מיר האבן פארלוירן אזויפיל טייערע אידן ביי די פריערדיגע אונטערגאנג.

קאראנע איז שרעקליך אנשטעקיג. ווילאנג ס'בוזשעוועט נישט אויף די גאס וועלן אונזערע זקנים לאויט''א זיך קענען היטן בעז''ה. אויב גייט עס אבער גאר שטארק ארום איז לא ימלט אז -מיטן זיך אכטונג געבן- זאלן עטליכע זקנים נישט אריינפאלן ח''ו.

1)מ'דארף מרבה בתפילה זיין אז קאראנע זאל נישט צוריקקומען ח''ו. ס'איז ווייט פון א וויץ.

2)אויב זאכן ווערן ערגער ח''ו, לאמיר נישט ווארטן אויף די גאווערנמענט. מיר דארפן מער מחמיר זיין אויף 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם' און 'ואהבת לריעך כמוך' ווי דער גוי!
. מ'וועט דארפן דעת תורה וויפיל און וואס צו איינצוימען/ אפשפארן. אפשר נאר דאווענען אין קליינע שולן, וכו'.

מ'טאר נישט אריינפאלן אין א פייט פון 'ווייזן', ווייל ווען מ'קריגט זיך פארלירט מען דעם שכל. 'מ'גייט ווייזן פאר די דיבלאזיאו'. און? הפקר? מיר ווילן חלילה קאוויד זאל זיך צושפרייטן?

3)אנטון א מאסק איז ע''פ שכל א זאך וואס ארבעט. מ'דארף נישט קענען פיזיקס אז מיט א מאסק גייט נישט צוקומען די טראפעלעך פון יענעם הוסט צו דיין מויל. ס'איז זיכער נישט קיין הונדערט פראצענט פראטעקשן, אבער לפי שכל און לפי 99% אלע דאקטוירעם און פראפעסינאלס איז א מאסק הילפבאר. איז דארפן מיר גיין מיט א מאסק נישט ווייל דיבלאזיא זאגט, נאר כדי מקיים צו זיין די צוויי מצוות דאורייתא'ס הנ''ל. יא, אפילו מ'האט שוין געטעסט פאזעטיוו פאר אנטי באדיס!

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך שפע רב » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:18 pm

אקעי די הנהלת אייוועלט האט געטוישט די קעפל.. כ'וועל מיך נישט שלאגן....

איך קען ענק זאגן בברירות אז מיין ידיד האט מיר קיין ליגנט נישט געזאגט! אדרבה פרעגט אלע אן ביי ODA.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:18 pm

וואס גייט דיך אן אז מגייט מיט א מאסק ווייל דיבלאזיא האט געהייסען?

דרך אגב די עולם אין וומס אין בפ גייט מיט א מאסק סא די רעדסט אלטע נייעס

לייגסט אראפ כאי מגייט נישט מיט מאסקעס

אין מגייט ווייל די מוסדות אין קהילות האבען פארלאנגט סא וואס נאך?

טאמער בין איך מחולק אין די געזונטהייט בענעפיט דעמאלטס זאל איך מיר עס אויסטון? איז דעס וואס די ווילסט?

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך שפע רב » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:23 pm

ניין. כ'בין מיט דיר. כ'האב נאר גערעדט צו די פאר מתעקשים אז גיין מיט א מאסק איז ממש ווי גיין ברצון צו די שחיטה...

כ'בין גראדע געווען פון די ערשטע אין ווילי אנצוטון א מאסק יעצט. אפילו ווען כ'האב געמיינט אז פאר מיר איז עס באמת נישט וויכטיג ווייל 'כ'האב דאך אנטי באדיס'.. כ'האב אלס פארשטאנען די קוק ווינקל פון די רעגירונג אז אין פלאץ ווי ס'איז דא אן אויפשטייג ווילן זיי זעהן מאסקעס. ס'איז זייער פארשטענדליך געווען פאר מיר סייווי.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך ידעתי » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:30 pm

שפע רב האט געשריבן:אקעי די הנהלת אייוועלט האט געטוישט די קעפל.. כ'וועל מיך נישט שלאגן....

איך קען ענק זאגן בברירות אז מיין ידיד האט מיר קיין ליגנט נישט געזאגט! אדרבה פרעגט אלע אן ביי ODA.


איך פארשטייט גראדע די טוישן די העדליין, אפילו איך האף אז קיינער מאכט נישט קיין שום דעסיזשאן לקולא או לחומרא אויף וואס א ניק אויף א וועבזיייט שרייבט,

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך שפע רב » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:34 pm

יא כ'האב עס אויך פארשטאנען.

ווארטן מיר אויף אנדערע - אויך אריינצוקומען מיט אינפא.

אפשר, הלוואי, איז ODA טעסטס נישט קראנט?

אויב איז דאס וואס זיי זאגן ריכטיג, איז מיר א פלא עצום אז מ'טיילט נישט מיט מיטן ציבור אזא וויכטיג שטיקל אינפא.

איך פרוביר אדורכצוקומען יעצט צו כאפן רב לייפער פון מאנסי. כ'וויל הערן וואס ער ווייסט. כ'וועל אי''ה מיטטיילן.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:38 pm

שפע רב האט געשריבן:ניין. כ'בין מיט דיר.

כ'האב אלס פארשטאנען די קוק ווינקל פון די רעגירונג אז אין פלאץ ווי ס'איז דא אן אויפשטייג ווילן זיי זעהן מאסקעס. ס'איז זייער פארשטענדליך געווען פאר מיר סייווי.

זעמער אויף איין פעיזש דאן,

סאיבריגע וועט נאר פראוואצירען זינלאזע דעבאטעס וואס וועט נאר שאדען מאכען,

דער עולם האט זיך אנגעטון מאסקעס אן סטראשענען ב"ה אין סאיז א געוואלדיגע זאך אז ווען מזאגט דעם אמת בנחת פון "וויט אין" (פון אינעווייניג) אויף א וועג וואס פארלעסליכע סטראקטשורס האבען איבערגעגעבען אין מהאט געקענט פאלויען יעדען טאג וואס מקען צילייגען ווי למשל היינט מוצאי האט מען אראפגעלייגט א גוי אין א שיינע פאר שולען וואס זאל פריש טיילען פאר יעדער איינציגסטער וואס גייט ארויס , פון קינגסטערעס זאגט מיר איינער אז יעדער איינער האט עס גענומען אין אנגעטון, מהאט פארשטאנען אז מאיז נאך אביסעל קאנפיוזד אין די טעמע (נאך פון א האלבע יאר צירוק)
אין מהאט זיך מטכס עצה געווען וואס מקען אלטס צילייגען,

די איבריגע דא וועט נאך מאכען פון די פאר מתעקשים א גאנצע פארטיי סא סאיז באמת א שאד אויף אזא קריטישע טעמע זאל מען דא אפהארגענען,

אין זאלסט וויסען אז עסקנים זיצען יעצט איבער נאך טעמעס (נישט נאר וועגען מאסקס וואס איז פון די קלענסטע זאכען) וואס דארף זיין גרויס לידערשיפ צי האנדלען דערוועגען, זאכען וואס ממוז האבען קאאפעראציע פון טויזענטע יחידים (ווי למשל מאסקס)

און שטופען דא פריצייטיג מיט ענדלאזע דעבאטעס מאכט מורא'דיג שווער

אוועטאר
אושר עד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך אושר עד » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:39 pm

איך האב גערעדט מיט איינער פון די באקאנטע היימישע PA אין בארא פארק, האט ער מיר געזאגט די זעלבע. ער האט אפאר קעיסעס וואס האבן יעצט קאראנע צום צווייטען מאל. הגם אלע זענען גאר מילדע קעיסעס, אבער עס איז דא. עס גייט בלויז ווייטער צו קאנפירמען ווי ווייניג מיר ווייסען נאכאלץ וועגן דעם ווירעס.
הגם עס האט מיר געבאדערט, אז אויב איז עס אמת, וויאזוי קען זיין אז עס איז נישט רעפארטעט קיין ערגעץ. מען ווייסט נאר פון איין פאל אין כינע פון א ריאינפעקציע?

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:41 pm

דרך אגב לייפער האט קלאר געזאגט אז מענטשען וואס האבען עס נישט געהעריג געהאט קענען עס האבען לייכטערהייט נאכאמאל, און פון דעם קען מען אויך ציילען מיט די פינגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24638
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:43 pm

ברעיקינג, נאך א חזרה שנירל אויפן וועלטל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חיים יצחק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך חיים יצחק » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:44 pm

דער חבר דיינער גייט מאכן אינטערנעשענאל נייעס!!!!

ביז יעצט אז די זוכסט אויף גוגל אויב איינער האט עס שוין געהאט צוויי מאל רעדט מען נאר פון איינעם און האנג קאנג,און אפשר איינער און נעוועדא ת יעצט גייט שוין זיין איינער מיט א זיכערקייט ביי ODA און די פארייניגטע שטאטן און נישט סתם איינער נאר א היימישער חרדישער איד גאר!!!!!

ווערטס נישט שאקירט אויב מען וועט זען מארגען פול מיט מידיא וועןס פארפלייצען די געגענט!

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:46 pm

ברעיקינג...

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך פעלעד » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:48 pm

מיין שוועסטער אין לייקוואוד האט עס יעצט א צווייטע מאל סאך שטערקער ווי די ערשטע, יעצט האט זי עס מיט א נעמאניע אויך און מיט אטעמען פראבלעמען.

איך קען א עלטערע פאר-פאלק, ביידע נעבעך אויף רעספערייטערס פון דעם וויירוס אין די לעצטע פאר טעג.

א דאנק
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 8:14 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך א דאנק » זונטאג אוקטובער 04, 2020 11:56 pm

פארוואס גלייב איך עס נישט?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:01 am

ערב פורים תש"פ האב איך אויך נישט געגלייבט

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:09 am

שפע רב האט געשריבן:באקומען פון א ידיד נאמן מיינער:

"איך וויל דיר נאר לאזן וויסן אז דער עולם ווייסט נישט בחייכון וואס טוט זיך. די מצב ביי אונז דארף אסאך תפילות.

דו האסט דאך מיטגעהאלטן נאך פורים וויאזוי כ'האב מיך ביטער געמוטשעט מיט די וויירוס. איך האב דעמאלס גענומען די קאראנע טעסט און געווען פאזעטי''וו. איך בין געליגן אין בעט און עס געהאט ביטער שווער.
כ'האב שבועות צייט געטעסט פאר אנטי באדיס און געווען אימיונט מיט די העכסטע נומבער אנטי-באדיס.

יעצט נאך ראש השנה האב איך געשפירט אין האלז א סטרעפט. כ'בין געגאנגען צו ODA פאר א קולטשע''ר. כ'האב טאקע געהאט סטרעפט. זיי האבן מיר געזאגט כ'זאל אויך נעמען א קאווי''ד טעסט. כ'האב געלאכט פון זיי. 'איך בין אימיונד! כ'האב פעסט אנטי-באדיס'.

זיי האבן מיר אבער געזאגט אז דאס איז גארנישט. פונקט ווי ס'איז דא עטליכע מיני פלו'ס איז ווי עס שיינט דא עטליכע מיני קאוויד אינפעקשנס און איך בין מעגליך אנגעשטעקט.

כ'האב זיי צוליב געטון און זיך געטעסט.
מיין רעפי''ד קאוויד האט געוויזן טאקע נעגעטיוו אבער צוויי טעג שפעטער האבן זיי מיר צוריקגערופן אז די געהעריגע טעסט ווייזט פאזעטיוו!
ב''ה איך האב עס יעצט מילד. און איך האף אז דאס איז א כלל פאר יעדן וואס באקומט עס נאכאמאל. זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן א גאנצע ליסט פון מענטשן וואס האבן עס צום צווייטן מאל".

מיינע צוויי צענט. אפילו נניח אז עס איז אלעס אמת, איז עס א מיעוט שאינו מצוי כלל וכלל.
סך א גרעסערע ריזיקע אז מען וועט שטארבן פון אן עקסידענט בשעתן גיין חוה"מ האלטן... ווי שטארבן פון א צווייטען קאוויד, עכ"פ לויט די יעצטיגע אינפארמאציע.

סא אנשטאט אנשרעקן די מענטשען וואס האבן שוין געהאט ברויכן די וואס האבן עס טאקע נאך נישט געהאט בפרט די עלטערע עס נעמן מער ערענסט און זיך נישט דרייען צווישן מענטשן.

א דאנק
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 8:14 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך א דאנק » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:15 am

פעלעד האט געשריבן:ערב פורים תש"פ האב איך אויך נישט געגלייבט


סאיז א חידוש נפלא די CDC ווייסט נאכנישט, און אונזערע ידענים ווייסן מיט א זיכעקייט!
ערב פורים האבן זיי פיין געוואוסט, אונזערע ידענים דא האבן נאר פארשטאנען אנדערש!
** הפלא ופלא**

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:29 am

https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... -says.html

עס איז געבלאקט אויף אסאך פילטערס. איינער קען עס ביטע ברענגען?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:32 am

חדשות האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:באקומען פון א ידיד נאמן מיינער:

"איך וויל דיר נאר לאזן וויסן אז דער עולם ווייסט נישט בחייכון וואס טוט זיך. די מצב ביי אונז דארף אסאך תפילות.

דו האסט דאך מיטגעהאלטן נאך פורים וויאזוי כ'האב מיך ביטער געמוטשעט מיט די וויירוס. איך האב דעמאלס גענומען די קאראנע טעסט און געווען פאזעטי''וו. איך בין געליגן אין בעט און עס געהאט ביטער שווער.
כ'האב שבועות צייט געטעסט פאר אנטי באדיס און געווען אימיונט מיט די העכסטע נומבער אנטי-באדיס.

יעצט נאך ראש השנה האב איך געשפירט אין האלז א סטרעפט. כ'בין געגאנגען צו ODA פאר א קולטשע''ר. כ'האב טאקע געהאט סטרעפט. זיי האבן מיר געזאגט כ'זאל אויך נעמען א קאווי''ד טעסט. כ'האב געלאכט פון זיי. 'איך בין אימיונד! כ'האב פעסט אנטי-באדיס'.

זיי האבן מיר אבער געזאגט אז דאס איז גארנישט. פונקט ווי ס'איז דא עטליכע מיני פלו'ס איז ווי עס שיינט דא עטליכע מיני קאוויד אינפעקשנס און איך בין מעגליך אנגעשטעקט.

כ'האב זיי צוליב געטון און זיך געטעסט.
מיין רעפי''ד קאוויד האט געוויזן טאקע נעגעטיוו אבער צוויי טעג שפעטער האבן זיי מיר צוריקגערופן אז די געהעריגע טעסט ווייזט פאזעטיוו!
ב''ה איך האב עס יעצט מילד. און איך האף אז דאס איז א כלל פאר יעדן וואס באקומט עס נאכאמאל. זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן א גאנצע ליסט פון מענטשן וואס האבן עס צום צווייטן מאל".

מיינע צוויי צענט. אפילו נניח אז עס איז אלעס אמת, איז עס א מיעוט שאינו מצוי כלל וכלל.
סך א גרעסערע ריזיקע אז מען וועט שטארבן פון אן עקסידענט בשעתן גיין חוה"מ האלטן... ווי שטארבן פון א צווייטען קאוויד, עכ"פ לויט די יעצטיגע אינפארמאציע.

סא אנשטאט אנשרעקן די מענטשען וואס האבן שוין געהאט ברויכן די וואס האבן עס טאקע נאך נישט געהאט בפרט די עלטערע עס נעמן מער ערענסט און זיך נישט דרייען צווישן מענטשן.

איך האב אויך אזוי געהאלטן. אבער די גאנצע וויירוס איז א נייע זאך, און ערשט איצט איז דא די סעקאנד וועיו, און ליידער הערט מען נאך און נאך פון מענטשען וואס האבן עס באקומען א צווייטע מאהל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

Programming
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך Programming » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:35 am

די סי די סי שרייבט טאקע אז זיי האבן נישט קיין באווייזן אויף א רי-אינפעקשאן, אבער דער אמת איז אז עס איז דוקא שטארק מסתבר אז אסאך ווערן אנגעשטעקט לייכט א צווייטע מאל, פונקט ווי ביי די פלו וואס די דאקטוירים זאגן אלעמאל אז די וואקסין העלפט אדער מען זאל עס בכלל נישט באקומען, און אויב יא זאל עס זיין מילד.

אין בחדרי (נישט די מערסטע קראנט ווען עס קומט צו אזא וויכטיגע נייעס) איז געווען א ארטיקל בשם א איינגעשטעלטער אין די מדינת ישראל משרד הבריאות, וועלכער זאגט קלאר אז זיי האבן פונקטליכע דאטא וואס ווייזט קלאר איבער בלי ספק אז פילע אנגעשטעקטע זענען געווארן נאכאמאל רי אינפעקטעד אויף א מילדן אופן. די שאלה בלייבט בעיקר נאר לגבי אנשטעקן אנדערע, אויב קען מען אנשטעקן אנדערע ווען מען ווערט א צווייטע מאל אינפעקטעד, און אויב דאס פאסירט צו א גרויסער טייל, פאלט אוועק די גאנצע הערד אימיוניטי

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך חדשות » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:39 am

Programming האט געשריבן:די סי די סי שרייבט טאקע אז זיי האבן נישט קיין באווייזן אויף א רי-אינפעקשאן, אבער דער אמת איז אז עס איז דוקא שטארק מסתבר אז אסאך ווערן אנגעשטעקט לייכט א צווייטע מאל, פונקט ווי ביי די פלו וואס די דאקטוירים זאגן אלעמאל אז די וואקסין העלפט אדער מען זאל עס בכלל נישט באקומען, און אויב יא זאל עס זיין מילד.

אין בחדרי (נישט די מערסטע קראנט ווען עס קומט צו אזא וויכטיגע נייעס) איז געווען א ארטיקל בשם א איינגעשטעלטער אין די מדינת ישראל משרד הבריאות, וועלכער זאגט קלאר אז זיי האבן פונקטליכע דאטא וואס ווייזט קלאר איבער בלי ספק אז פילע אנגעשטעקטע זענען געווארן נאכאמאל רי אינפעקטעד אויף א מילדן אופן. די שאלה בלייבט בעיקר נאר לגבי אנשטעקן אנדערע, אויב קען מען אנשטעקן אנדערע ווען מען ווערט א צווייטע מאל אינפעקטעד, און אויב דאס פאסירט צו א גרויסער טייל, פאלט אוועק די גאנצע הערד אימיוניטי

פון די מיליאן טויטע איבער די וועלט, איז דא איין דאקומענטירטע פאל פון א טויט פאל פון א צווייטע קאוויד?

Programming
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך Programming » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:43 am

די אפיציעלע דאטא איז נאכנישט דא אויף בכלל ווערן נאכאמאל אינפעקטעד, אפגערעדט פון א טויט פאל וואס דארף נישט פאסירן נארמאל

חיים יצחק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך חיים יצחק » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 1:01 am

א פלעינע קשיא קען איינער פארענטפערן ? פארוואס באריכט נישט קיין איין איינציגסטע נייעס קוואל דערוועגן ? זיי זוכן מיט ליכט צו טרעפן !

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג - מיין חבר טענה'ט מען קען באקומען נאכאמאל קאראנע!

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 1:19 am

https://www.cdc.gov/coronavirus/2019-nc ... ation.html

Note:

At this time, we have limited information about reinfections with the virus that causes COVID-19. This is a new virus, and CDC is actively working to learn more. We will provide updates as they become available. Data to date show that a person who has had and recovered from COVID-19 may have low levels of virus in their bodies for up to 3 months after diagnosis. This means that if the person who has recovered from COVID-19 is retested within 3 months of initial infection, they may continue to have a positive test result, even though they are not spreading COVID-19.

There are no confirmed reports to date of a person being reinfected with COVID-19 within 3 months of initial infection. However, additional research is ongoing. Therefore, if a person who has recovered from COVID-19 has new symptoms of COVID-19, the person may need an evaluation for reinfection, especially if the person has had close contact with someone infected with COVID-19. The person should isolate and contact a healthcare provider to be evaluated for other causes of their symptoms, and possibly retested.

CDC recommends that all people, whether or not they have had COVID-19, take steps to prevent getting and spreading COVID-19. Wash hands regularly, stay at least 6 feet away from others whenever possible, and wear masks.


איך ווייס קלאהר אזא מעשה. איינער האט געהאט קאוויד פורים צייט. ער איז געוועהן זיכער אז ער איז אימיום. די וואך פאר ראש השנה איז ער געוועהן exposed צו איינעם וואס האט עס געהאט, און ער האט עס נאכאמאהל באקומען. מיט פיווער, און שטארקע שוואכקייטן, אבער דאך, אסאך גרינגער ווי די ערשטע מאהל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היימישע וויין, מה שמו, מהריץ און 10 געסט