זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?

די וואלן האבן זיך פארמאכט זונטאג אוקטובער 11, 2020 4:20 pm

ניין, זיי קענען ארומטראגן די וויירוס
56
35%
יא, עס וועט נישט אויסמאכן
16
10%
די קהלות זאלן בעטן מען זאל נישט קומען
53
34%
די קהלות זאלן גארנישט טון, יעדער זאל טון וויאזוי ער פארשטייט
22
14%
די קהלות זאלן העלפן אז די געסט זאלן קומען
11
7%
 
סך הכול שטימען: 158

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 12:25 am

א שפראך....

מ'זאל פאדערן פונע'ם רבי'ן זאל שוין מפרסם זיין דעת קדוש אז יעדער זאל .....
מ'זאל צווינגען די מוסדות צו הייסען אז יעדער זאל......
און דער לאקאלע רב מוז שוין מודיע זיין אז.......

וזה הנקרא דעת תורה.

די איזראעלישע פרייע מידיא ווייסט שוין בעסער

Programming
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך Programming » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 3:29 am

אז דער רב / רבי איז נישט סתם א שיריים טיילער און תורה זאגער, נאר ער דינט ווי דער פאקטישער מנהיג און פרנס פון די קהילה איז אוודאי אין פלאץ מען זאל פארלאנגען ער זאל טון וואס עס פאדערט זיך פון א מנהיג. לכך נבחרת!

Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך Growth hacker » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 7:52 am

:-(
געדענקסט נאך האט געשריבן:ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

Very Torahdiga thought
let's all mind our own business and not care for the sick and old People
shame #

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 1:35 am

עס מאכט נישט קיין איין טראפ סענס צו קומען. פינטל
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 2:18 am

איך וואלט געראטן אז קיינער זאל נישט ארויס געבן קיין דירות פאר געסט און מכ״ש נישט ארייננעמען געסט ביי זיך אינדערהיים. איך ווייס אז עס קוקט אויס אביסל ווי סדום אבער מען דארף האבן שכל מבחין צו זיין. פיקוח נפש איז דוחה אלע מצוות.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

כ'לאך
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך כ'לאך » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 2:48 am

איך מיין אז זייט ס׳האט זיך אנגעפאנגען די גאנצע קאראנע געשיכטע האט שוין יעדער איינער געהאט א געלעגנהייט צו זיין א שטיקל ״שמאי״ יעדער האט זיך געטראפן ערגעצווי זיך האלטן פארקערט פון זיך אליין זיך טענה׳ן מיט יעדן אפילו מ׳האלט פארקערט די בלבל המוחות איז אופן שטערקסטן פארנעם ע״כ האלט איך אז עס איז נישט שייך צו נעמען א מיינונג ווייל ווער ביסטו צו איינטיילן וואס צו טון אויב מארגן גייסטו שרייען פארקערט איך ווייס נישט ווי מענטשן שעמען זיך נישט פון זיך אליין ווען זיי האבן נאכגעשריגן מענטשן ווי איז דיין מאסק אין יעצט לאכן זיי זיך אויס ווען יענער שטיקט זיך דערמיט פארדעם האלט איך אז קיינער קען נישט איינטיילן פאר קיינעם וואס צו טון ווייל יעדער מעג האבן זיין מיינונג און קיינער דארף זיך נישט רעכענען מיט א צווייטנס פחדים ווען ס׳פליען באמבעס אינדרויסן בלייב אינדערהיים און זיי נישט ביזי אז יענער זאל נישט ארויסגיין (דאס איז מיין פיצי מיינונג און ס׳קען זיין אז מארגן גיי איך האלטן אנדערש)

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 2:51 am

עס איז נישט אמת. קהילות האבן אן אחריות! אז זיי טוען אן קוקן א טראפ פאראויס, פארלירן זיי די רעספעקט אויפן עתיד. איך רעד .וין נישט פון פאקטיש קראנק מאכן אידן אבער בכלל וויי קלענער די עולם איז בעסער פאר די עיה״ר
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פן ויען און 8 געסט