זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?

די וואלן האבן זיך פארמאכט זונטאג אוקטובער 11, 2020 4:20 pm

ניין, זיי קענען ארומטראגן די וויירוס
56
35%
יא, עס וועט נישט אויסמאכן
16
10%
די קהלות זאלן בעטן מען זאל נישט קומען
53
34%
די קהלות זאלן גארנישט טון, יעדער זאל טון וויאזוי ער פארשטייט
22
14%
די קהלות זאלן העלפן אז די געסט זאלן קומען
11
7%
 
סך הכול שטימען: 158

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:20 pm

יעדער ווייסט אז עס בושוועט יעצט נאכאמאל די וויירוס, מ'האלט פעסט אינמיטן די צווייטע כוואליע ל"ע, ס'איז דא שטעט וואס עס איז שטערקער פארשפרייט ווי אנדערע, לדוגמא יעצט איז מאנסי און קרית יואל סאך שטערקער ווי אין ווילאמסבורג, אויב עס קומען אריין אסאך מענטשען פון קר"י קיין ווילאמסבורג צו די הקפות, איז לא ימלט אז טייל זאלן נישט מיטברענגן די וויירוס, און דערנאך טאנצן צוזאמען די הקפות, און ח"ו מאכן די הקפות א סופער-ספרעידער מסיבה (נאך ערגער פון פורים). איזהו חכם הרואה את הנולד! [כידוע וואס דער חת"ס זאגט, הנולד כבר, מ'לערנט זיך פונעם עבר אויפן עתיד, דא קען מען גאר זאגן, הרואה שמתו כבר ל"ע ...]

די אלע אזהרות פון די קהלות אז ווער ס'פילט נישט גוט זאל נישט קומען, איז נישט קיין סאך ווערט פאר צוויי סיבות, 1) אפילו פון די וואס שפירען זיך נישט גוט, פאלגט נישט יעדער, סיי מחמת ספק, אדער מחמת אנדערע לייכטזיניגע תירוצים. 2) אפילו מ'פילט זיך גוט, קען נאכאלס זיין אז מ'טראגט ארום דעם וויירוס, און מ'פארשפרייט עס ווייטער.

אויך קען מען זאגן אז די וואס האבן מורא צו כאפן די וויירוס, זאלן נישט קומען אין שול. אבער דער אמת איז, אז אפילו ער קומט נישט אין די גרויסע שול, קען ער זיך טרעפן מיט די אויס-שטעטל'דיגע אידן אין מקוה, אדער אין א קליינע בהמ"ד ביי די קורצע הקפות אא"וו, אדער קען זיי עס געבן פאר זיין שכן וואס גייט יא צו די הקפות, און מארגן טרעפט ער זיך מיט אין אין בהמ"ד אדער אין גראסערי, אדער אין עלוועיטער אא"וו.

איז די שאלה, זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט? אשרי יושבי ביתך!

אדער מ'דארף נישט חושש זיין אויפדעם, און יעדער זאל פארן וואו ער וויל.

אויב האלט איר אז מ'זאל נישט פארן, האלט איר אז די קהילות זאלן נעמען שריט איבערדעם, אדער זיי זאלן גארנישט טון, אדער גאר פארקערט זיי זאלן ארויסהעלפן מיט אכסניות אא"וו.

און וואס טוט זיך מיטן למה יאמרו הגוים?

נ.ב.
די שאלות זענען אויך שייך אויף פארקערט, צו זאלן קומען געסט פון שטעט וואס די וויירוס איז נישט אזוי שטארק צו א שטאט וואס איז שטארק, למשל פון וומס"ב קיין קר"י, ווייל מ'קען דארן כאפען די וויירוס און מ'ברענגט עס נאכדעם צוריק, אבער די ריזיקע איז לכאורה קלענער.

***
פון דא און ווייטער קען מען זען די עד'ס וואס די קהלות האבן שוין געלייגט

ויה"ר מלפני אבינו שבשמים, שיוסר המגפה מכל העולם, ובפרט מעמו בני ישראל, וכל החולים יתרפאו במהרה ויחזרו לאיתנם כבראשונה.

שמחת יו"ט
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:25 pm

אויב די קהילה קען באשטיין צו הארגענען אפאר פון זייערע מעמבערס דאן זאלן זיי העלפען צו קומען, אויב זיי ווילען קענען זאגן ידינו לא שפכה זאלן זיי בעטען אז יעדער זאל בלייבען אין זיין שטאט.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:29 pm

ווי ערווענט אין די תגובה פונעם פותח האשכול. מיר האבן שוין געהאט א פורים מיט שרעקליכע ביטערע נאכפאלגן, פארוואס חלילה נאכאמאל דאס איבערמאכן ?

אוועטאר
לייטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:30 pm

די קהילות דארפן ארויסלייגן א מודעה אז די רבי שליט"א וועט נישט אריינקומען צי די הקפות דאווענען און טישן היי יאר אלע 8 טעג יו''ט, סיי פאר די געזינט עגמ''נ צער און אריכות ימים פון די חסידים און סיי אז די בתי מדרשים און מוסדות זאלן בלייבן אויפן און אויך וועגן א בייז אויג פון די מידיע און גאווערמענט

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:39 pm

עפעס א צומישעניש ביי מיר. די פרעגסט איין שאלה נאר בנוגע וויליאמסבורג אדער אויך בנוגע אנדערע שטעט?

קודם פרעגסטו דאס:
זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

און דערנאך נאר בנוגע וויליאמסבורג:
זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:43 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:עפעס א צומישעניש ביי מיר. די פרעגסט איין שאלה נאר בנוגע וויליאמסבורג אדער אויך בנוגע אנדערע שטעט?

קודם פרעגסטו דאס:
זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

און דערנאך נאר בנוגע וויליאמסבורג:
זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?

די שאלה איז בעיקר לגבי קומען צו ווילאמסבורג, אבער ס'איז אויך נוגע אביסל אויף פארקערט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

Programming
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:43 pm

לייטער האט געשריבן:די קהילות דארפן ארויסלייגן א מודעה אז די רבי שליט"א וועט נישט אריינקומען צי די הקפות דאווענען און טישן היי יאר אלע 8 טעג יו''ט, סיי פאר די געזינט עגמ''נ צער און אריכות ימים פון די חסידים און סיי אז די בתי מדרשים און מוסדות זאלן בלייבן אויפן און אויך וועגן א בייז אויג פון די מידיע און גאווערמענט


הונדערט פראצענט. די רבי'ס וועלן קענען האבן די זכיה וואס איז געווענליך רעזערווירט פאר די הצלה וואלונטירן, כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:45 pm

נא_שכל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עפעס א צומישעניש ביי מיר. די פרעגסט איין שאלה נאר בנוגע וויליאמסבורג אדער אויך בנוגע אנדערע שטעט?

קודם פרעגסטו דאס:
זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

און דערנאך נאר בנוגע וויליאמסבורג:
זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?

די שאלה איז בעיקר לגבי קומען צו ווילאמסבורג, אבער ס'איז אויך נוגע אביסל אויף פארקערט.


פארוואס איז די שאלה בעיקר לגבי וומ"ס? ווען מען קומט פון וויליאמסבורג קיין אפסטעיט שטעט איז די זעלבע נוגע אויב אנגעשטעקטע פון וומ"ס זאלן קומען אנשטעקן אנדערע
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך חסד השם » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:47 pm

Programming האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:די קהילות דארפן ארויסלייגן א מודעה אז די רבי שליט"א וועט נישט אריינקומען צי די הקפות דאווענען און טישן היי יאר אלע 8 טעג יו''ט, סיי פאר די געזינט עגמ''נ צער און אריכות ימים פון די חסידים און סיי אז די בתי מדרשים און מוסדות זאלן בלייבן אויפן און אויך וועגן א בייז אויג פון די מידיע און גאווערמענט


הונדערט פראצענט. די רבי'ס וועלן קענען האבן די זכיה וואס איז געווענליך רעזערווירט פאר די הצלה וואלונטירן, כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא

כהאב נישט די גאטס צו פארלאנגען פון די רביס ומנהיגי הקהילות וואס זיי האבן צו טוען. זיי פארשטייען ברוך השם בעסער ווי מיר!
אבער דעתי הענייה זאגט מיר אז סוואלט באמת געווען לתועלת אז די רבנים זאלן אוועקפארן אויף יום טוב! אזוי ארום פארמיידן אלע געפארעכטסער
לעצט פאראכטן דורך חסד השם אום דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך חסד השם » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:49 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עפעס א צומישעניש ביי מיר. די פרעגסט איין שאלה נאר בנוגע וויליאמסבורג אדער אויך בנוגע אנדערע שטעט?

קודם פרעגסטו דאס:
זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

און דערנאך נאר בנוגע וויליאמסבורג:
זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?

די שאלה איז בעיקר לגבי קומען צו ווילאמסבורג, אבער ס'איז אויך נוגע אביסל אויף פארקערט.


פארוואס איז די שאלה בעיקר לגבי וומ"ס? ווען מען קומט פון וויליאמסבורג קיין אפסטעיט שטעט איז די זעלבע נוגע אויב אנגעשטעקטע פון וומ"ס זאלן קומען אנשטעקן אנדערע

סקען אפילו און א געוויסע זין זיין ערגער. ווייל אויב און קר"י איז עס שטארק פארשפרייט קען נישט די וויליאמסבורג אידס גוף אזוי גוט פייטן די וויירוס ווערט ער שנעלער אנגעשטעקט.... משא"כ פארקערט אויב א קר"י איד מיט די וויירוס קומט אויף ווילי פארשפרייט זיך עס נישט אזוי שטארק צוליב די אימיוניטי
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:51 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עפעס א צומישעניש ביי מיר. די פרעגסט איין שאלה נאר בנוגע וויליאמסבורג אדער אויך בנוגע אנדערע שטעט?

קודם פרעגסטו דאס:
זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

און דערנאך נאר בנוגע וויליאמסבורג:
זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?

די שאלה איז בעיקר לגבי קומען צו ווילאמסבורג, אבער ס'איז אויך נוגע אביסל אויף פארקערט.


פארוואס איז די שאלה בעיקר לגבי וומ"ס? ווען מען קומט פון וויליאמסבורג קיין אפסטעיט שטעט איז די זעלבע נוגע אויב אנגעשטעקטע פון וומ"ס זאלן קומען אנשטעקן אנדערע

געוונדליך קוקט מען פראצענטאול, ליידער איז אין קר"י דא יעצט דאס סאך מער קראנקע.
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:52 pm

אבער אין וויליאמסבורג איז דאך אויך דא א ריזיגע עולם אנגעשטעקטע, א פאר פראצענט ארויף אדער אראפ מאכט א קליינע נפקא מינה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

געדענקסט נאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך געדענקסט נאך » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:53 pm

ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:07 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

אויב איך טו יא די אלע זאכן, דאן איז מיין מיינונג יא אינטערסאנט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

ממוצע
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:23 pm

א צוזאמגעשטופטע הקפות האט די מעגליכקייט צו גורם זיין א פארשפרייטונג. מ'וואלט דאס ווען געדארפט אביסל איינצוימען.

א גרויס געפארעריי פון אנדערע מער אפעקטירטע געגנטער האט די מעגליכקייט צו גורם זיין א פארשפרייטונג, דארף מען פרובירן דאס צו מינימיזירן. א מודעה אז מ'זאל בלייבן אינעם אייגענעם וואוין ארט איז א געוואונטשענע זאך.
ואמנם ישובח באמת ה'ממוצע', ואליו צריך לאדם שיכוין וישקול פעולותיו כולם תמיד עד שיתמצעו. (שמונה פרקים להרמב"ם)

חסד השם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך חסד השם » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:24 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

וואס האט עס צוטוען מיט וואס די אליין טוסט?!

אויב די טוסט יא די אלע זאכן האסטו יא א רעכט יענעם איינצוטיילן?
כל שכן ווען מרעדט פון רבנים/ מנהיגי קהילות וואס פארשטייען בעסער ווי אונז
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך קלוגע חכם » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:42 pm

ובכן זאלן די פון וויליאמסבורג נישט קומען קיין קרית יואל,

געדענקסט נאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך געדענקסט נאך » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 5:53 pm

חסד השם האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

וואס האט עס צוטוען מיט וואס די אליין טוסט?!

אויב די טוסט יא די אלע זאכן האסטו יא א רעכט יענעם איינצוטיילן?
כל שכן ווען מרעדט פון רבנים/ מנהיגי קהילות וואס פארשטייען בעסער ווי אונז

איר זענט גערעכט
ווען איך וואלט ווען געווען עטוואס מער אויפגעברויזט בעת'ן שרייבן די שורות וואלט איך ווארשיינליך געשריבן ווי אייך.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 6:24 pm

לייג צו די אפציע אז די רבי'ס זאלן נישט אריין קומען פראווענען. איך וואוט פאר דעם.

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך שארף און קליג » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 6:53 pm

להודיע האט געשריבן:ווי ערווענט אין די תגובה פונעם פותח האשכול. מיר האבן שוין געהאט א פורים מיט שרעקליכע ביטערע נאכפאלגן, פארוואס חלילה נאכאמאל דאס איבערמאכן ?


דער אייבערשטער זאל אפהיטן אז מען זאל נישט זיין קיין צועק לשעבר, לכאורה וואלטן די קהילות עפעס געדארפט מעלדן דערוועגן.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך גרשון » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 7:06 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

אט אזוי. און וויבאלד מ'גייט נישט קיין מאסקעס, ווייל מ'וויל נישט זיין "פאני", ווייל דער עולם ווייסט נישט אדער וויל נישט וויסן אז דער מלאך המשחית דרייט זיך אין די גאסן, זאל מען טאקע אויך טונקען צוזאמען הערינג, שמעקן טאביק, מאכן שלום זכר'ס, קושן דעם ספר תורה, און טאנצן הקפות צאמגעפרעסט ווי די סארדינען.

רעדט מען דא ווירקליך פונעם זעלבן עם חכם ונבון?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 7:59 pm

גרשון האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

אט אזוי. און וויבאלד מ'גייט נישט קיין מאסקעס, ווייל מ'וויל נישט זיין "פאני", ווייל דער עולם ווייסט נישט אדער וויל נישט וויסן אז דער מלאך המשחית דרייט זיך אין די גאסן, זאל מען טאקע אויך טונקען צוזאמען הערינג, שמעקן טאביק, מאכן שלום זכר'ס, קושן דעם ספר תורה, און טאנצן הקפות צאמגעפרעסט ווי די סארדינען.

רעדט מען דא ווירקליך פונעם זעלבן עם חכם ונבון?

דער עולם זאל בלייבן אינדערהיים. מען זאל מאכן קלענערע מנינים, און אזוי וועט מען ראטעווען לעבענס. והוא דבר פשוט מאוד. איך ווייס, עס איז שווער. עס קומט אזוי אז מען קומט צו פארן צום רבי'ן. ריזיגע הקפות ועוד. מען דארף אבער וויסן אז היי יאהר איז אנדערשט. וכל המקיים נפש אחד כאילו קיים עולם מלא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 8:04 pm

נא_שכל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:עפעס א צומישעניש ביי מיר. די פרעגסט איין שאלה נאר בנוגע וויליאמסבורג אדער אויך בנוגע אנדערע שטעט?

קודם פרעגסטו דאס:
זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

און דערנאך נאר בנוגע וויליאמסבורג:
זאלן געסט פון אנגעשטעקטע שטעט קומען קיין ווילאמסבורג כמדי שנה בשנה?

די שאלה איז בעיקר לגבי קומען צו ווילאמסבורג, אבער ס'איז אויך נוגע אביסל אויף פארקערט.


פארוואס איז די שאלה בעיקר לגבי וומ"ס? ווען מען קומט פון וויליאמסבורג קיין אפסטעיט שטעט איז די זעלבע נוגע אויב אנגעשטעקטע פון וומ"ס זאלן קומען אנשטעקן אנדערע

געוונדליך קוקט מען פראצענטאול, ליידער איז אין קר"י דא יעצט דאס סאך מער קראנקע.

טראק דרייווער האט געשריבן:אבער אין וויליאמסבורג איז דאך אויך דא א ריזיגע עולם אנגעשטעקטע, א פאר פראצענט ארויף אדער אראפ מאכט א קליינע נפקא מינה.


און נאך א נקודה, אויב קומען ארויס אסאך אידן פון וומ"ס וואס האבן יעצט נישט די וויירוס און זיי קומען אויף קרית יואל, קענען זיי דאך כאפן די וויירוס דארטן און דאס דערנאך צוריקברענגען קיין וויליאמסבורג.

בקיצור די נושא איז דא נישט צו מען זאל קומען קיין וויליאמסבורג אדער נישט, די נושא איז צו יעדער זאל בלייבן אויף זיין פלאץ אין סיי וועלכע שטאט ער געפינט זיך נאר.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:04 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:ווי לאנג איר זעלבסט גייט נישט מיט קיין מאסקע, האלט נישט סאושעל דיסטעסינג, געבט די האנט פאר אנדערע וכדו', דאן איז אייער מיינונג וואס יענער זאל טון אבסעלוט ניט אינטערסאנט !!!
ווער האט אייך געפרעגט וואס יענער זאל טון ? טוטס וואס איר ברויכט און לאזט יענעם טון וואס ער האלט איז ריכטיג

אט אזוי. און וויבאלד מ'גייט נישט קיין מאסקעס, ווייל מ'וויל נישט זיין "פאני", ווייל דער עולם ווייסט נישט אדער וויל נישט וויסן אז דער מלאך המשחית דרייט זיך אין די גאסן, זאל מען טאקע אויך טונקען צוזאמען הערינג, שמעקן טאביק, מאכן שלום זכר'ס, קושן דעם ספר תורה, און טאנצן הקפות צאמגעפרעסט ווי די סארדינען.

רעדט מען דא ווירקליך פונעם זעלבן עם חכם ונבון?

דער עולם זאל בלייבן אינדערהיים. מען זאל מאכן קלענערע מנינים, און אזוי וועט מען ראטעווען לעבענס. והוא דבר פשוט מאוד. איך ווייס, עס איז שווער. עס קומט אזוי אז מען קומט צו פארן צום רבי'ן. ריזיגע הקפות ועוד. מען דארף אבער וויסן אז היי יאהר איז אנדערשט. וכל המקיים נפש אחד כאילו קיים עולם מלא.

מען סאל אפשפארן די ווייבער שול, די עולם זאל זיך צושפרייטן, מען זאל טאנצן יעדער אויף סיין פלאץ, און עס זאלן סיין צוויי שופט מנינים מיט מאסקעס מענדעטארי. א 7 ביז 10 מנין און א צווייטע נארמאלע. יעדער דארף זיין איינגעשריבן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: זאל יעדער בלייבן אין זיין שטאט די צווייטע טעג סוכות?

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:26 pm

יעדער זאל טוהן וואס ״זיין״ רבי הייסט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט