פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:16 pm

איך בעט א תפילה פון השי"ת פאר איך שרייב, אז קיינער זאל נישט ווערן וויי געטוהן פון וואס איך שרייב. ווייל אלעס לעצטענס אין די נושא, איז געווארן פאליטיק. אויב לעק איך אייז קרים, איז עס נישט ווייל איך האב ליעב אייז קרים. איך לעק אייז קרים אז יענער זאל פלאצן. בערך אזוי זעהט אויס איעדע נושא לעצטענס. עס האט גארנישט מיט די מציאות.

הקדמה: מען קען נישט באקומען קאראנא, נאר אויב מען קומט און בארירונג מיט די וויירוס. If the virus can't find you, you can't get it. די וויירוס איז א פיצעלע germ וואס מען קען נישט זעהן מיט די אויגן. עס גייט אריבער פון איין מענטש צום צווייטען ווען מען איז נאנט און למשל מען רעדט, מען גיט זיך די האנט און דערנאך כאפט מען אהן די אויגן, וכו'. בקיצור, עס איז אזוי ווי די פלו, און אנדערע זאכן וואס גייט אריבער דורך קומען און בארירונג מיט די germ. די קאראנא וויירוס קען זיין אויף טיהר הענטליך, וכו'. דארף מען אכטונג געבען אז מען זאל נישט קומען און בארירונג מיט די וויירוס. פארשטייט זיך אז מען קען עס באקומען שוואכער אדער שטערקער. ביי איעדעם כאפט עס אנדערשט. און עס איז טאקע זייער וויכטיג די טעג אז מען זאל זיך אויפירן געזונט און האבן א גיטע immune system. אבער אפילו פאר געזונטע מענטשען דארף מען וויסן אז די וויירוס איז אסאך מער אהנשטעטיק ווי אנדערע מחלות ל"ע, בלעז: קאנטעידזעס. וויך אויך איז דא געזונטע מענטשען וואס כאפן די וויירוס און האבן גארנישט קיין סימפטענס, אבער זיי זענען קעריערס אז זיי קענען עס ווייטער ארומטראגן.

הקדמה ב: אסאך מענטשען "מיינען" אז זיי האבן עס שוין געהאט, אבער למעשה, ווען זיי האבן זיך געטעסט פאר אנטי באדיס (נישט פאר די וויירוס אליינס), האבן זיי נישט קיין אנטי באדיס.

1) ווען מען גייט ארויס אין סטאר, ביהמ"ד וכדומה, ריהרט נישט צו די אויגן, נאז, אויערן און מויל. אזוי קען זיך די וויירוס נישט אריינכאפן אין אייער גוף.

2) וואשען די הענט מיט ווארעם וואסער און זייף אפט, און כאטש איעדע מאהל וואס מען קומט אריין פון די גאס פאר כאטשיג צוואנציג סעקונדעס. עס מוז נישט זיין אנטי באקיריעל זייף. פשוטע האנט זייף מיט ווארעם וואסער צוברעכט און וואשט אוועק די וויירוס. פארשטייט זיך, מען דארף אכטונג געבען וויאזוי מען עפענט די סינק, נישט אז די וויירוס זאל ארויפגיין אויפן הענטעל פון די סינק.

3) גיט נישט די הענט פאר קיינעם. מיהר האלטן אינמיטן פון אן ערענסטע פאנדעמיק, און א פעסטע צווייטער וועיוו פון קאראנא. דארף מען זיך אכטונג געבען. פארשטייט זיך אז מען זאל נישט לאזן די אויסגעבלאזענע טישוס אונטערן סידור. ווען מען היסט אין שוהל, זאל מען זיך צודעקען די היסן מיט די ארבייל. און געוואלד געשריגן, נישט נוצן האנטוכער ביים סינק!!! און מיין שוהל איז דא עפעס א עלטערע איד, וואס ברענגט איעדן טאג א האנטוך פון מקווה און הענגט עס אויף ביי די סינק. איך זאג איהם אז איך בין דער וואס פליקט עס אראפ איעדן טאג, אבער עס העלפט נישט. ער גיבט נישט אויף. אויב איינער ווערט באליידיגט ווען איהר זאגט איהם שיינערהייט, "למען המצב, איך געב נישט די הענט די טעג", דאן דארף יענער אן ערענסטע דאקטאר. איך האב געהאט פיבער ערב ראש השנה און נישט צירוקגעגעבן מיין האנט פאר א שכן. ער האט מיהר אהנגעקוקט ווי איך בין גערירט. אבער איך האב געוויסט דער אמת אז ער איז גערירט (אדער האט ער נישט קיין השגה וויאזוי germs ארבייטען). איך קען נישט פארשטיין ווי דער עולם גיט זיך "גארנישט" אכטונג. מען גיט די הענט פאר איעדן. א חוץ אפאר משוגעים נעבעך וואס גיבן נישט די האנט, זיי זענען די משוגעים. איך האב געקוקט ביי חתונות פרשת ויקהל-פקודי, די לעצטע מיטוואך א נאכט פארן אפשפארן אלעס, ווי דער עולם האט געטאנצען נארמאל, און זיך גארנישט אכטונג געגעבן, ווען אין ארץ ישראל איז שוין אלעס געוועהן אפגעשפארט.

4) טוט אהן א מאסק ווען איהר גייט אין סטאר. איך זאג עס נישט אלטץ קידוש השם, חילול השם, יא פאלגען די גוים, זיך נישט לאזען פון די גויים, אריינפייפען די גויים זיי זאלען אונז נישט זאגן וואס צו טוהן, מיהר ליידען נאך אלטץ פארן פאלגן נישט צו אדורך פארן רויט לייטס, ווען מיהר וואלטן ווען אראפגעלייגט די פיס 80 יאהר צירוק וואלטען מיהר נישט היינט געליטן. פארוואס זאג איך נישט גארנישט אלטץ די נושא וועגען די גויים? ווייל איך האב נישט קיין דעת תורה און איך קען נישט זאגן וואס איז די ריכטיגע מהלך. איך זאג עס פשוט, ווייל עס איז א פשוטער זאך: א מאסק העלפט אז טאמער מען הוסט, סניסט, רעדט, וכדומה, דאן אלע אייערע droplets בלייבט ביי אייך. עס פליהט נישט יענעם אין פנים, עס פליהט נישט אויף אלע זאכן אויפן שעלף אין סופער מארקעט. עס האט גארנישט מיט די גויים, די רשעים וואס ווילען אונז אנטיילען וואס צו טוהן. דאס איז א זאך וואס לויט רוב דאקטוירים איז עס פון די שטערקסטע זאכן אפצוהאלטן די וויירוס פון זיך פארשפרייטן. איך האב פיינט מאסקעס שנאת מוות. איך האב אויך ליעב טראמפ און איך גיי וואוטען פאר איהם, ווייל מיין רעליגיע לאזט מיך נישט וואוטען פאר די ליבעראלען וואס האבן פיינט השי"ת, די תורה און ווילען נאר צורייסן די ריינע משפחה לעבען. אבער דאס מיינט נישט אז איך מוז פארקוקן א פשוטער פאקט. עס איז אמת אז א מאסק העלפט נישט מען זאל עס נישט כאפן. די עיקר פון די מאסק איז אז יענער זאל עס נישט כאפן פון אייך.

5) אויב האט איהר פיבער, אדער סיי וועלכע אנדערע קאראנא סימפטענס, אפילו נאר א ספק, דאן קומט נישט אין שוהל! גייט נישט אין געשעפט! בלייבט אינדערהיים פאר 14 טעג, צוזאמען מיט די ווייב אין קינדער! איינער וואס פיהלט נישט גוט און גייט אין שוהל, איז דאך נישט קיין ארטאדאקס. ווייל ער פאלגט נישט די עיקר פון די תורה. באלאנגט ער דאך סיי ווי נישט אין שוהל.

און פארשטייט זיך, תפילה, תפילה, תפילה 100 מאהל א טאג, אז מען זאל ח"ו נישט פארשליסן די מוסדות התורה מיט די בתי מדרשים, אז אלע קראנקע זאלן געזונט ווערן, אז אלע געזונטע זאלן בלייבן געזונט. ווי אויך זאל מען נישט ליינען איעדע ארטיקל אויך די אלע נייעס וועבזייטליך, א גאנצן טאג. עס העלפט נישט, עס מאכט נאר נערוועז. מען דארף טוהן וואס מען קען, און די איבריגע דארף מען זיך פארלאזן אויפן באשעפער. האבן anxiety איז זייער שעדליך פאר די וויירוס.

ווער עס וויל מיהר אהנשרייען, זאל וויסן אז איך הער נאר אויס פון מענטשען וואס האבן געגעבן לכה"פ $10 פאר מיין קאמפיין:
https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:48 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8186
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:34 pm

געוויסע בלוט טייפ ווערן נישט אפעקטיט פונעם וויירוס, אפילו דיין שכן א 70 יעריגע יוד דרייט זיך צווישען מענטטשען און דערווייל נישט געווארען אפעקטיטרט פונעם וויירוס דארפ מען נאך אלס אכט געבן
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:37 pm

זייער קלאר הרב קאושער, מי יתן והי׳ אז מ׳זאל זיך אזוי פירן.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך גרשון » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:42 pm

זייער שיין און קלאר.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:48 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:48 pm

געוואלדיג! יישר כח גדול, דאס ריינקייט און גראדקייט איז אין לשער א מתנה גדולה, כ'בין מקנא...

זייטיגע נאטיץ
קוקט אויס ווי א איינגעווארצעלטע טעות דאס שרייבן "מיר" מיט א ה"א "מיהר"

"לעצטענס האט דער עולם גאר שטארק פארלוירען די חוש צו קענען שמעקן סארקאזם. קען זיין מען פארלירט עס צוזאמען מיט די חוש הריח.
עס ווערט דרינגענט געזוכט איינער מיט עפעס א קארס דאס צו קענען צוריק אויסלערנען פארן עולם."

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:50 pm

ישר כח פאר די הערה. איך טייפ זייער שנעל און איך דארף טאקע מער אכטונג געבען אויף מיין דיקדוק.
הערה ב: ווילאנג די ווייסט נישט וויפיהל געלט איך האב אין באנק, אזוי לאנג זאלסטו נישט מיהר מקנא זיין.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 3:57 pm

באקסער בוים האט געשריבן:זייער קלאר הרב קאושער, מי יתן והי׳ אז מ׳זאל זיך אזוי פירן.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:09 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
ווער עס וויל מיהר אהנשרייען, זאל וויסן אז איך הער נאר אויס פון מענטשען וואס האבן געגעבן לכה"פ $10 פאר מיין קאמפיין:
https://thechesedfund.com/help_homeless/homeless

האב איך טאקע איצט באקומען א צענער אין די קאמפיין! זיכער פון אייוועלט! איצט מעגט איהר שרייען. לאז מיך נאר קודם אהנטוהן די אויערן שיצערס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך שמו » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:20 pm

הרב קאשער טרעוול, ווי אלעמאל קלאר און דייטליך געשריבן

און אפי' ס'איז חזרה, אבער ווען ס'איז קלאר געשריבן, און מיט א סדר, גייט דאס בעסער אריין אין קאפ.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

metsboy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך metsboy » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:24 pm

זייער שיין און קלאר, אבער די 14 טעג מיין איך פעלט נישט אויס, 8 טעג איז גענוג, פראנקרייך למשל האט שוין געטוישט צו 8 טעג

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:35 pm

אויסטערליש שיין און קלאר ארויסגעברענגט בדברים של טעם וריח, שאין בהם להתוכח!
ועליך יכולים להמליץ הפסוק: ו"כשר" הדבר לפני המלך

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:44 pm

Kosher Travel האט געשריבן:ישר כח פאר די הערה. איך טייפ זייער שנעל און איך דארף טאקע מער אכטונג געבען אויף מיין דיקדוק.
הערה ב: ווילאנג די ווייסט נישט וויפיהל געלט איך האב אין באנק, אזוי לאנג זאלסטו נישט מיהר מקנא זיין.

גאנץ פיין אבער די אויסלייג קומט "זאלסטו מיהר נישט מקנא זיין"

"לעצטענס האט דער עולם גאר שטארק פארלוירען די חוש צו קענען שמעקן סארקאזם. קען זיין מען פארלירט עס צוזאמען מיט די חוש הריח.
עס ווערט דרינגענט געזוכט איינער מיט עפעס א קארס דאס צו קענען צוריק אויסלערנען פארן עולם."

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 4:45 pm

הרב_שלום האט געשריבן:געוויסע בלוט טייפ ווערן נישט אפעקטיט פונעם וויירוס, אפילו דיין שכן א 70 יעריגע יוד דרייט זיך צווישען מענטטשען און דערווייל נישט געווארען אפעקטיטרט פונעם וויירוס דארפ מען נאך אלס אכט געבן

מקור? וועלכע בלוט טייפ ווערט נישט אפעקטירט? דאכציך אז דאס איז בלויזע פאנטאזיעס.

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:20 pm

די מציאות איז אז די וויירוס טרעוועלט(=טריפנערהייט) אין די לופט, גאר אסאך וועלכע האבן עס באקומען זענען דוקא די וועלכע זענען אריין אינעם לאך פון פרייען ווילן
איז אזוי, אויב קענסטו עס ארויסהאלטן פון אמעריקע, דאן טוה עס!! שפאר אפ דאס אריינקומען קיין אמעריקע אינטערנאציאנאל!!
אבער איינמאל די עירפארט איז אפען דאן איז די מצב א פארלוירענע.. און דא שטיימיר יעצט, בדרך הטבע וועט אויף יעדעם אריבערגיין דעם וויירוס און האפענטליך גרינגערהייט

איך וויל נישט טראלן, די רעדע דא איז איבער וואס "איך" יחיד קען טון דערצו,
ערשטנס, אפהאלטן זיך אליינס פון ארומטרעוולען, און די ארץ ישראל משולחים זאלן אויפהערן צו קומען פאר א וויילע, אויב אונזער גאווערנמענט האט נישט קיין שכל נישט אריינצילאזן איז עס נאכנישט קיין פרי טיקעט צו אנשטעקן דעם עולם

בנוגעה מאסקעס, אויב איז די וויירוס אין די לופטן דאן איז די בענעפיטן דערפון ממש מינימאלע און קיינער ווייסט נישט מיט א ודאות די פאקטן, די איינציגסטע וואס איך ווייס פאר זיכער איז אז אסאך ראדיקאלע מאסק טרעגער זענען נעבעך שטארק אנגעשטעקט געווארן
רוב יונגע מענטשן אין אונזערע געגנטער האבן עס שוין געהאט און אזוי אויכעט איז נישט ראציאנאל צו זאגן אז מוועט זיך וואשן הענט און נישט אנרירן די פנים וכו'
סזעהט אויס גאנץ קלאר אז סהאט מיט קאלטע וועטערס (אפשר ווייטאמין D, אפשר די זון אולטרא ווייאלעט שטראלן, גיי ווייס..)
ע"פ דרך הטבע וועט עס דא קונה שביתה זיין במשך'ן ווינטער ביז 80% אדער 90% מענטשן וועלן עס האבן געהאט און סוועט שוין נישט האבן מער וואו צו גיין.

אינטערשטע שורה, מאסק ארויף, מאסק אראפ, סוועט אויפטון א רעטעך

והשתה דאתית להכא, שטיימיר דא פאר א ריזיגע פראבלעם, "די גאווערמענט"
דאס נישט טראגן קיין מאסקעס איז נישט קיין סיבה פאר קאראונע, און דאס נישט טראגן קיין מאסקעס איז אויך נישט קיין סיבה צו די שנאת ישראל..
כל זמן סוועט זיין נייע קעיסעס וועט זיין טענות! אלץ וועט די מידיע ספאטן עפעס א לא לנו וועלכע גייט רח"ל מאסק-לאז,
אויב וויל מען מאכן סדר דאן "מוז" מען אויפסעטן א געהעריגע סיסטעם פון געזונטע מענטשן וועלכע זאלן רעגלמעסיג זיך גיין טעסטן, אויב נישט וועט מען פון אונז נישט אראפקריכן!!
אונזער עם קשי עורף וועט אויף קיין פאל נישט אנהייבן גיין מיט מאסקעס פאר מער ווי א וואך צוויי (און די צוויי וואכן וועט אויכעט זיין נאר נאך א מעכטיגע ויצעקו פון די הצלה/רבנים/פאליטיקאנטן וכו')
-----
אבער דער יחיד דארף וויסן אז ער האט אן אחריות, קיינער ווייסט נישט ווער סוועט וואו ווערן אויפגעכאפט און צישמירט ווערן, קיינער וויל נישט אז זיין בילד זאל פיגורירן אין די גויאישע צייטונגען און קיינער וויל אוואדע און אוואדע נישט זיין די סיבה פון אפשפארן די שולן און די בתי חינוך, אשר ע"כ, ביטע ביטע גיי מיט א מאסק כאטשיג אין פאבליק וואו דער גוי קען דיר זעהן.

די מערסטע וואס קען באמת ארויסנעמען פון די כלים, וויאזוי א איד אינטער מיר ביי קבלת שבת ליינט א גליון און היסט אריין ווי א בער, אדער וויאזוי מיין פעטער איז זיך אנגעקומען צו א יארצייט סעודה היסנדיגערהייט מיט פיבער, אדער וויאזוי מיין שכן שיקט אריבער די קינדער שפילן היות ער מיטן רעבעצין פילן נישט גוט...
שוטה!! משוגענער איינער!! וואס זאל איך טון מיט מיט דיר?? פעטש? נערוון פילן?
אויב דו פילסט נישט גוט, דאן גיי שפאר דיר איין מיט דיין גאנצן געזינדל!!
אזויווי אנדערע חרדישע געגנטער זענען מיר זיך מצרף צום רוף: 'גייט ארויס שטימען'
נישט קיין חילוק פאר וועם
אבער גייט שטימען
אבער גייט שטימען
'נישט קיין חילוק פאר וועם', זענען מיר א כח!

#דו ביסט דער עסקן!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:33 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:די מציאות איז אז די וויירוס טרעוועלט(=טריפנערהייט) אין די לופט, גאר אסאך וועלכע האבן עס באקומען זענען דוקא די וועלכע זענען אריין אינעם לאך פון פרייען ווילן

איך עגרי מיט אייך כמעט אלעס, א חוץ אז מאסקעס טוען גארנישט אויף. עס טוט נישט אויף מען זאל עס נישט כאפן, עס טוט אבער יא אויף, אז ווען מען האט די וויירוס, און מען הוסט, בלייבט עס ביי זיך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך מחשב » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:38 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:די מציאות איז אז די וויירוס טרעוועלט(=טריפנערהייט) אין די לופט, גאר אסאך וועלכע האבן עס באקומען זענען דוקא די וועלכע זענען אריין אינעם לאך פון פרייען ווילן

בנוגעה מאסקעס, אויב איז די וויירוס אין די לופטן דאן איז די בענעפיטן דערפון ממש מינימאלע און קיינער ווייסט נישט מיט א ודאות די פאקטן, די איינציגסטע וואס איך ווייס פאר זיכער איז אז אסאך ראדיקאלע מאסק טרעגער זענען נעבעך שטארק אנגעשטעקט געווארן
רוב יונגע מענטשן אין אונזערע געגנטער האבן עס שוין געהאט און אזוי אויכעט איז נישט ראציאנאל צו זאגן אז מוועט זיך וואשן הענט און נישט אנרירן די פנים וכו'
סזעהט אויס גאנץ קלאר אז סהאט מיט קאלטע וועטערס (אפשר ווייטאמין D, אפשר די זון אולטרא ווייאלעט שטראלן, גיי ווייס..)
ע"פ דרך הטבע וועט עס דא קונה שביתה זיין במשך'ן ווינטער ביז 80% אדער 90% מענטשן וועלן עס האבן געהאט און סוועט שוין נישט האבן מער וואו צו גיין.

אינטערשטע שורה, מאסק ארויף, מאסק אראפ, סוועט אויפטון א רעטעך

אפאר נקודות.

1. נישטא אזא זאך אז די וויירוס טרעוועלט אין די לופטן. איך האב דאס שוין געשריבן אפאר חדשים צוריק. וזה לשוני..

לאמיר אייך אביסל מסביר זיין. ווען מ'רעדט אז די וויירוס גייט אין די לופט, AIRBORNE, מיינט דאס נישט אז ס'גייט נישט פון איין מענטש צו א צווייטער. ס'איז נישטא אזא זאך אז א וויירוס טרעוולט סתם אין די לופט. אלעמאל קומט עס פון לעבעדיגע באשעפענישן וואס טראגן עס אריבער פון איינעם צום צווייטן. די עיקר זאך וואס מאכט אויס אויב ס'ווערט אנגערופן AIRBORNE איז ווי גרויס עס זענען די פארטיקלס אין וואס די וויירוס לעבט. אויב ער לעבט נאר אין גרויסע דארפלעטס, דאס הייסט צווישן 5 און צען micrometer, דאן איז עס נישט AIRBORNE ווייל עס פאלט עווענטועל אראפ. אויב אבער קען עס יא באווייזן איבערצולעבן אין דראפלעטס ווייניגער ווי 5 micrometer גרויס, וואס די דארפלעטס ווערן אנגערופן Aerosol דאן קען דאס ארומפליען אין די לופטן. בעיקר - ווי איך פארשטיי - געשעהן די Aerosol ווען די דראפלעטס צעטיילן זיך אויף קלענער שטיקלעך און די וויירוס בלייבט פארט לעבן. אדער דורך מעדעצינישע עקוויפמענט וואס געבן ארויס Aerosol, למשל א נעביולייזער.

אלזא. אוודאי אפילו אויב עס איז AIRBORNE קומט אריין און העלפט מאסקעס.

נאך א נקודה.

די עיקר אפעקטיוונעס פון די מאסק איז ווען "יעדער" טראגט עס. אזוי אז אפילו דער וואס האט נישט קיין סימפטאמען טראגט א מאסק. אויב נאר דער וואס וויל נישט ווערן אנגעשטעקט גייט מיט א מאסק, איז עס נאך אלץ אפעקטיוו אבער ווייט נישט אזוי שטארק. דערפאר איז פארשטענדליך פארוואס ס'קען זיין מאסק טראגערס וואס זאלן באקומען דער וויירוס.

וועגן די סיבות. צו עס האט מיט די וועטער, אדער מיט אנדערע זאכן איז דא אסאך וואס צו דעבאטירן. ואין כאן צייט וגעדולד.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך מחשב » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:39 pm

הרב קאשוער, גוט געשריבן! אויף א שפראך וואס רעדט צו דער המון עם.

כה לחי!

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך ציגאנער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:40 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:

;l;p-
און אויב מעג איך מוסף נופך זיין - נישט פארגעסן פון דאס וויכטיגסטע: @חדשות'ס ווייטאמינען.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פינעף זאכן וואס איהר קענט טוהן אז קאראנא זאל זיך נישט פארשפרייטן

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:54 pm

ציגאנער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:

;l;p-
און אויב מעג איך מוסף נופך זיין - נישט פארגעסן פון דאס וויכטיגסטע: @חדשות'ס ווייטאמינען.

I respectfully disagree.
עס איז וויכטיג, אבער נישט די וויכטיגסטע.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:47 pm

ציגאנער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:

;l;p-
און אויב מעג איך מוסף נופך זיין - נישט פארגעסן פון דאס וויכטיגסטע: @חדשות'ס ווייטאמינען.

וואס זענען די וויטאמינען?
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re:

תגובהדורך ציגאנער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:53 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:

;l;p-
און אויב מעג איך מוסף נופך זיין - נישט פארגעסן פון דאס וויכטיגסטע: @חדשות'ס ווייטאמינען.

וואס זענען די וויטאמינען?

קוק אינעם אשכול 3 רפואות פאר קאוויד וכו'

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט