ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

יא
113
54%
ניין
97
46%
 
סך הכול שטימען: 210

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:22 pm

איך דריי מיך אויפן גאס אין פליצלונג באמערק איך דא אין דארט גוים אן מאסקעס, איך שפרינג ארויף דערויף ווי א מציאה רבה

Programming
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:25 pm

דריידל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
מודהאני האט געשריבן:
נחזור לענינינו האט געשריבן:און ?

https://t.co/bcM6R7vZlT


כמעט כמאה שערים היינו כטראמפ דמינו. אפגערעדט וואסערע פי אר דיזעסטער דאס איז

When The Post tried taking photos and video of the scene, several men without masks rushed a reporter, chasing him to his car, with one spitting on his driver’s window and screaming after the scribe got inside.


The adult men then told around 150 boys to crowd around the car, blocking the reporter in.


Two cops responded to a Post call from the scene and urged the crowd on a loudspeaker to disperse. When dozens of people began pounding on the reporter’s car, the cops told them to back off — to no avail. The reporter was eventually able to drive away.

איך פארשטיי נישט מה קאלעראש. דאס איז דאך געווען א פראטעסט קעגן די פאוסט רעפארטער. זייט ווען דארף מען א מאסק מיט סאשול דיסטענס ביי א פראטעסט?


לאל...

עקטשועלי דארף מען יא א מאסק ביי א פראטעסט, מען מעג זיך נאר פארזאמלען מער ווי געווענליך

Programming
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:26 pm

שמות האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
שמות האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:
מודהאני האט געשריבן:https://t.co/bcM6R7vZlT


כמעט כמאה שערים היינו כטראמפ דמינו. אפגערעדט וואסערע פי אר דיזעסטער דאס איז

When The Post tried taking photos and video of the scene, several men without masks rushed a reporter, chasing him to his car, with one spitting on his driver’s window and screaming after the scribe got inside.


The adult men then told around 150 boys to crowd around the car, blocking the reporter in.


Two cops responded to a Post call from the scene and urged the crowd on a loudspeaker to disperse. When dozens of people began pounding on the reporter’s car, the cops told them to back off — to no avail. The reporter was eventually able to drive away.


האסט בכוונה אויסגעלאזט די חלק אז דו מעשה איז געווען אין בארא פארק? ווי אפיציעל גייט מען 4 פון 5 מיט מאסקס????!
דו חלומות אז מיטן זיך אהן טוהן די מאסקעס וועלן זיין אונז אפ לאזן איז גאנץ זיסע אבער גארנישט מיטן מציאות.
דו פאוסט גראדע האט קוים א האלבע וואך צוריק געברענגט א סטאדי אז דו מאסקעס העלפן נישט,
זיי זענען נאר דא אונז צו רודפן און עס מאכט נישט קיין נפק"מ וואס אונז טוהן.
דו ישיבה וואס דו שטאט האט פארמאכט און קווינס האט מען געהאט מאסקס און אלס וואס דו שטאט פארלאנגט.
אויב דו גאנצע זאך איז זיך צו געפעלן, וועט דו סוף זיין אז ס'וועט סיי ווי נישט העלפן.


און דו האסט במזיד געדרייט דא א קאפ פארן עולם, דער פאוסט איז געווען ביי א שול אין בארא פארק ווי קיינער האט נישט געהאט קיין מאסקעס. (איך שרייב אין דיין נוסח... עכט וואלט שיין געווען לכבוד מוצאי יו"כ נישט צו באשולדיגן קיינעם, זיכער ווען עס איז נישט צום זאך).

לעניינו דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די פראגע פון מאסקעס, נאר אך ורק מיט די באהאנדלונג פון דעם גוי'אישן רעפארטער. לתועלת הענין וועלן מיר אננעמען אז אלע דיינע טענות זענען וואליד, (עס איז נישט). מיט דעם אלעם איז אזא אויפפירונג אומטאלערירבאר

איך בין נישט זיכער וואס דו פראבירסט צו זאגן,
אבער הוא אשר דברתי דו פאוסט האט געזעהן ווי דו גולמים פון בארא פארק האבן אנגעטוהן א מאסק 4 פון 5...זיי האבן דאס נישט באשריבן, זיי האבן געשריבן מיט זייער אגענדע אונז אראפצורייסן, און זיי וועלן אלעמאל טרעפן נישט קיין חילוק וואס דו טוסט.
וועט באבאב 45 מאכן שמחות תורה מיט סאושעל דיסטענסינג?
איך מיין וואס טראכסטו וועט דו פאוסט שרייבן?
דו מציאות איז דו גאווערנער און בלאזיאו האבן איין פלאץ צו קוקען אויב זיי גייען פארמאכן מוסדות און דאס איז נומבערס.

מאסקס נישט מאסקס איז בלויז געדרייט א קאפ.


דו האסט בכלל געליינט די ענגלישע פאראגראפן וואס כ'האב ציטירט פונעם ארטיקל? עפעס רעדן מיר אנדערע שפראכן

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:56 pm

סאיז אנבעליוועבעל ווי שנעל די מאסק קאמפיין פיקט אויף פון אין די קאמיונעטי, אן דערשרעקען אן היסטעריע אין אן פאלשע אינפארמעישען, סהאט גענומען אפאר טעג אבער זאכען האבען זיך גענומען רוקען שנעל ב"ה,
סקומט זיך א דאנק פאר אפאר עסקנים פון ביידע סאטמארס און פון אנדערע קהילות וועלכע האבען געארבעט שווער איבער ציגעבען די מעסעזש פאר די ציבור אויף די ריכטיגע עפעקטיווע וועג, זיי ארבעטען ציזאמען, און ווען סאיז דא אחדות רוקען זיך זאכען,

סאיז די ערשטע מאל וואס די עסקנים ווילען עפעס פון די ציבור -דהיינו קאאפאראציע פון אסאך יחידים- אין אזא קורצע צייט און די שטאט מעג דעס וויסען, סאיז נישט אז מפארלאנגט פון א מוסד עפעס אין סאיז דא איינגעשטעלטע צי וועם מקען רעדען, נאר מהאט געוואלט א קאאפעראציע פון טויזענטע יחידים, און די שטאטישע באהערדע מעגען יעצט זיין רואיגער,

אין נאך א זאך וואס מזעט דא, אז מדארף נישט דערשרעקען מענטשען ביזען טויט אויסציפירען עפעס כדרכי די גויאישע צייטונגען וואס לעבען דערויף,
קוק וואס זיי האבען געטרייט צי טון אין טעקסעס און אין פלארידע די זומער זיי האבען געהאפט אז זיי וועלען מאכען קראכען די סיסטעם דארט,
מען דארף שטיין ווייט פון די טאקטיקען פון שקר אין היסטעריע,
אין נאך איין קלייניקייט, מענטשען אויף סאושעל מידיא ווילען זאכען זאלען געשען און מינוטען, געדענק דא פליעט זאכען זייער שנעל, אבער במציאות נעמט עס א טאג צוויי און אמאל מער

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך חדשות » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:01 pm

דרך אגב. מיין רעספעקט פאר באבוב 45 רבי איז געשטיגן. דאס איז אויסער דעם וואס ער איז גווען כמעט דער איינציגסטער אמריקאנער רבי וואס האט געגעבן געהעריגע הוראות פאר זיינע חסידים וואס צו טוען בנוגע דאווענען נאך פורים ווערן דער קריזיס האט זיך אנגעהויבן.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:03 pm

חדשות האט געשריבן:דרך אגב. מיין רעספעקט פאר באבוב 45 רבי איז געשטיגן. דאס איז אויסער דעם וואס ער איז גווען כמעט דער איינציגסטער אמריקאנער רבי וואס האט געגעבן געהעריגע הוראות פאר זיינע חסידים וואס צו טוען בנוגע דאווענען נאך פורים ווערן דער קריזיס האט זיך אנגעהויבן.

א ווארטזאגער ביים מעיאר דעבלאזיא האט פריער דערמאנט לשבח אז ער האט געזען א בילד פון די "באבעוויטשע" רבי מיט א מאסק און א שטריימל.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

נאכטלאמפ
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2020 8:33 pm

Re:

תגובהדורך נאכטלאמפ » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:55 am

סטיטשינער האט געשריבן:
נאכטלאמפ האט געשריבן:בין איך ארויס מיט א מאסקע אין טאש א שעה צוריק אין בארא פארק.
איך האב זיך געשעמט נישט אנצוטון, האב איך עס אנגעטון.

יא, דער עולם נוצט דעם קאפ.

זאל דער אויבערשטער אונז אלע באשענקען א געזונט יאר מיט אסאך נחת, געזונט,פרנסה, וכל מילי דמיטב!

א גמר חתימה טובה!

זיי מיר מוחל פארן רעדן שטרענג, אבער דא האב איך געפלאצט.

די עולם נוצט אפשר די קאפ, אבער דו (און אלע אנדערע ווי דיר) נוצט עס בהחלט נישט!!

פארוואס איז עס געווען אין טאש?
פארוואס האסטו עס נאר אנגעטוהן ווייל "איך האב זיך געשעמט נישט אנצוטון" כלשונך?
צו האסטו ממש נישט קיין אייגענע דעה? צו האסטו ממש נישט קיין אייגענע שכל? עד כדאי כך, די מוסדות האלטן ביים ווערן פארשלאסן, און דו קענסט נישט טוהן די קלענסטע זאך צו ראטעווען די מצב פון פיקוח נפש ממש ווייל... יענער טוט עס נאכנישט?
איך בין זיכער אז אלע פון ענק האבן ארום געשוקט די כח היחיד צעטעלעך, און הויעך געשריגן אין בהמ"ד ווי וויכטיג אונז דארפן עס האבן, אבער ווען עס איז געקומען למעשה, א זאך וואס איז לפחות די זעלבע וויכטיג, אויף אן אופן וואס איז פיל פיל גרינגער, זענען ענק אלע צוריק געלאפן אין ענקער מייזן לעכער!
איך האב איין ווארט פאר ענק. לוזערס!

נאכאמאל, איך מיין נישט דווקא דיר, נאר די פילע ניקס וואס האבן אלע געשריבן די זעלבע, זיי קענען עס נישט אנטוהן ווייל "קיינער גייט נישט אזוי ביי כפרות". וויפיל איז די שיעור פון טיפשות?

נ"ב, גייענדיג אדורך א גרויסע כפרות צענטער מיט מיין מאסק האב איך מיך געווינדערט פארוואס עס האט גענומען ביז קאראנא אויפצוקומען מיט דעם געדאנק, עס איז ממש א מחיה געווען. די ערשטע מאל וואס איך האב נישט געשמעקט די גערוך פון די כפרות און די גארבאדשעס...


איך האב אייביג א מאסק אין טאש פאר ווען איך גיי אין געוויסע מקומות, ביסט אבער גערעכט מיט דיין פוינט.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:01 am

וואס איז די וואונדער. אז מען לעבט שוין יארן פאר יענעם, און מען כאפט הארץ אטאקעס און נערוון ברוכן אויך פאר יענעם, וועלן אפילו אידן מיט קאנדישאנס זיך שעמען צו גיין מיט א מאסק ווען זיי זענען די איינציגע, און זיין גרייט רח״ל צו שטארבן אויך פאר יענעם...
שויתי ה' לנגדי תמיד

דרימליינער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך דרימליינער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:05 am

איך האב ליידער געשטימט ניין ווייל איך קען נישט אויסהאלטן די פיער פרעשער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:09 am

פאלעסיידס האט געשריבן:אינדערצייט וואס אפאר ניקס טענהען זיך דא אויף די ווירטואלע וועלט ענדלאז, גייט די עולם אין די עכטע וועלט מער מער מיט מאסקעס (וויליאמסבורג) רבוש"ע קוק צי וואס פאר א לעכטיג פאלק מהאט מוויל אויפטון פאר דיין נאמען אן קיין חשבונות

איך בין נאכאלץ נישט איבערצייגט אז די אנדערע צד באשטייט פון "ניק'ס"...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re:

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:21 am

סטיטשינער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:אינדערצייט וואס אפאר ניקס טענהען זיך דא אויף די ווירטואלע וועלט ענדלאז, גייט די עולם אין די עכטע וועלט מער מער מיט מאסקעס (וויליאמסבורג) רבוש"ע קוק צי וואס פאר א לעכטיג פאלק מהאט מוויל אויפטון פאר דיין נאמען אן קיין חשבונות

איך בין נאכאלץ נישט איבערצייגט אז די אנדערע צד באשטייט פון "ניק'ס"...

אלע אנטי מאסקס איז לכאורה פון מאסטער און יאפעד וואס ווילן קענען זאגן אז מיר פאלגן נישט, און זענען א סכנה פאר די מענטשהייט מיט אונזער אויפפירונג וואס קומט פון לאו עדיוקעיטעד.מען דארף זיי איגנארירן די טראלן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: Re:

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:52 am

Goodmorning האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:אינדערצייט וואס אפאר ניקס טענהען זיך דא אויף די ווירטואלע וועלט ענדלאז, גייט די עולם אין די עכטע וועלט מער מער מיט מאסקעס (וויליאמסבורג) רבוש"ע קוק צי וואס פאר א לעכטיג פאלק מהאט מוויל אויפטון פאר דיין נאמען אן קיין חשבונות

איך בין נאכאלץ נישט איבערצייגט אז די אנדערע צד באשטייט פון "ניק'ס"...

אלע אנטי מאסקס איז לכאורה פון מאסטער און יאפעד וואס ווילן קענען זאגן אז מיר פאלגן נישט, און זענען א סכנה פאר די מענטשהייט מיט אונזער אויפפירונג וואס קומט פון לאו עדיוקעיטעד.מען דארף זיי איגנארירן די טראלן

דאס איז א פאקט אדער אן אפיניען?
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אור מופלא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך אור מופלא » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:39 am

ס'איז א פלא געוועהן אז פונקט יום כיפור ווען יעדער איד האפט אויף כפרת עוונות, זענען אסאך געגאנגן אהנע מאסקעס [כאטש זיי טראגן מיט די עירוב].
די הארבסטע פון די ד' חילוקי כפרה איז חילול ה'.
די חשוב'סטע וואס כלל ישראל פארמאגט איז הבל פיהם של תשב"ר.

שטייען די גוים און וואונדערן זיך הויעך אויף דעם וואס די אידן, די זעלבע וואס שרייען אין שפיטעלער וכדו' אז זיי זענען די פראו-לייף פאלק, וואס וועלן האלטן א 104 יעריגע וואס איז קליניש טויט אויפן רעספערעיטער פאר חדשים לאנג, זענען די וואס דערשרעקן זיך נישט פון די פארלוסטן וואס זיי אליין האבן געליטן אפאר חדשים צוריק, און בשעת וואס אין מאנהעטטען טראגט מען נאכאלץ די מאסקעס, גייען די אידן אהן דעם, בו בזמן וואס זייער פאזיטיווער ראטע איז געשטיגן פיר-פאכיג?

יעצט, נישט קיין חילוק צו ס'העלפט צו נישט, איך בין אויך נישט געגאנגן א מאסק ביז ערב יום כיפור, און אפי' יום כיפור האב איך עס אויסגעטוהן אין שוהל, אבער מה יאמרו הגוים ווען זיי הערן פון אן אויפשטייג און עכ"ז רעכנט מען זיך נישט דערמיט.

און וואס איז מיט השתדלות פאר די חדרים און היימישער ביזנעסער. זייט ווען מאכט עס א חילוק ביי אונז אידן צו מ'גייט אויפטוהן צו נישט. מ'טוט אונזער השתדלות און שוין. אויב וועט מען לאזן די מוסדות אפן צוליב די אויפוואכונג פונעם ציבור, וויל איך האבן אין דעם א חלק. און אויב וועט מען פארמאכן צוליב די נישט-טראגערס, וויל איך אין דעם נישט האבן א חלק. און אפי' אויב ס'טוט גארנישט לטוב ולמוטב, דארף מען טוהן און נישט אויפטוהן.

אור מופלא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך אור מופלא » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:41 am

און בכלל, די עסקנים לאזן זיך קאסטן, צעטלעך אין די גאסן, הויעך הילכער, ראבא קאללס און וואס נישט, אז די עולם זאל זיי פשוט גלייבן אז אט די השתדלות קען זיין די מכריע.

די אלע וואס גייען יעצט עכ"ז נישט קיין מאסקעס
זענען די זעלבע וואס אויב פארמאכט מען די מוסדות, גיין שרייען: "וואו זענען די עסקנים?!"

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 12:54 am

אכטונג!!

מארגן ערב יום טוב איז ערווארטעט א הויכע צאל העלט דעפארטמענט אפישעלס אין די היימישע געגנטער, צו אבערווירן דעם מצב אויב דער עולם פאלגט אויס די אנווייזונגען און צו באשליסן אויב מ'קען לאזן די מוסדות זיך עפענען נאך יום טוב.

החכם עיניו בראשו! אויב ווילט איר נישט א לאנגע חול המועד ביז חנוכה מיט די קינדער אויפן קאפ און אונטער די פיס, דאן טוט אן א מאסק, און שטופט אייך נישט ביים קויפן די אתרוגים פאר די סוכה.


איבערגעגעבן עפ"י בקשת העסקנים.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 1:05 am

אז די אנדערע אשכול איז פארשפארט, וועל איך עס שרייבן דא.

להוי ידיעה, געוויסע מוסדות אין ניו יארק זענען שוין עמטליך פארשלאסן (דורך די סטעיט, נישט דורך דעבלאזיא) צוליב די הויכע צאל קאראנע קעיסעס, די מוסדות מעלדן עס נישט אויפן מאמענט צוליב יו"ט. אלע אנדערע מוסדות זענען יעצט אויפן וואגשאל.

מ'האלט יעצט בעת נעילת שער ממש!!! גייט מיט א מאסק מארגן ערב יו"ט, דורכאויס די ערשטע טעג, חול המועד, בפרט אין די פרעמדע חול המועד ערטער וואס יעדע מגלה טפח און אפענע נאז וועט געוויזן ווערן אויף סאשעל מידיע און דאס וועט שנעלער ארומפארן.

מיט אביסל שכל יעצט, און אסאך תפילות ותחנונים, וועט מען זיך בעזר ה' פארשפארן אסאך אסאך עגמת נפש.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 1:18 pm

איך האב יעצט געהערט פון דיבאלזיאס מויל(אויף ען פי אר צוויי שעה צירוק) אז ער גייט נישט פארשפארען די סקולס דערווייל ווייל זיי האבען אייביג קאמפלייט אין די סקולס פון די מינוט וואס מהאט עס אפיציעל געעפענט(און צוליב נאך אנדערע סיבות ) און די לעצטע וואך ארבעטען די קאמיונעטיס אווער טיים ציזאמען מיט די שטאט צי העלפען אראפברענגען די אויפשטייג, און מקען זיך לערנען פון זיי און פון זייער שנעלע ריספאנס, פארשטייט זיך ער האט גענומען היבש אביסעל קרעדיט פאר זיין אדמינסטראציע פארען האבען אזא עפעקטיווע רילעשען מיט די קאמיונעטיס און וויפיל הילף זיי שיקען אריין און די באטראפענע זופ קאודס,

און פאר מאסטערס חברה דא וואס טרייען צי נעמען עדווענטיזש פון אזא ביטערע נאציאנאלע קריזיס און טרייען עס אויסצילעקען ביזען סוף ביי יעדע געלעגענהייט, אונז האמיר מיטגעהאלטען יעצט אפאר אקאונטס וואס ארבעטען פאר ענק אויף די אידישע גאס וואס טרייען קאלט צי מאכען די קאאפעראציע פון די קהלה פירער מיט די מעיארס אפיס, עטס זאלטס וויסען אז אלעס האט א גרעניץ און סאיז דא א נקודה וואס מוועט מוזען נעמען לעגאלע עקשען אקעגען ענק,
און צי די וואס זענען נאך נישט אינגאנצען משוגע פון די חדר און נאכשלעפערס און מקען נאך רעדען, אונז בעטען מיר חזור בך הערטס אויף עטס מאכטס שאדען פאר א אומשילדיגע קאמיונעטי מיט ענקער מיסאינפארמעשען,
הערטס אויף קאלט צי מאכען די ציבור ווען די קאמיונעטי פירער בעטען עפעס און טרייען צי האלטען די עולם אינפארמירט,

נאך א שטיקעל אינפארמעישען פאר די ליינערס דא (נישט פאר די ניקס) צענדליגע שולען און וויליאמסבורג טיילען יעצט ביי זייער טיר טויזענטע מאסקעס און מארבעט שווער עס אויסציטיילען פאר די קאמיונעטי, און ווען איינער קאמענט דא יעצט אויף דעם מיט א סטעטמענט אז ער זעט עס נישט זאל מען אים נישט ענטפערען (נאר שיקען א אישי פאר די מנהלים אין זיי לאזען באפאסען דערמיט) יענער קען זיין אבי ווער און וויל סתם קאלט מאכען אדער שפעטער ברענגען פון דא א פוינט צי די גויאישע צייטונגען אז די ווינט איז אז מפאלגט נישט, וואס דען איז זיין ציל מיטען קאלט מאכען אויף אזא אומשילדיגע מאסק? ווען יעדער זעט קלאר די חילוק פון פאריגע וואך אין די וואך,

סאיז טאקע אביסעל האקעלע צייטען אבער בעזר ה' מוועט זיך האלטען שטארק און ציזאמען און מוועט עס דורך שוויצען

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4056
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 1:05 am

למעשה איז די מאסק געטראגעכץ געווען היבש שוואך צווייטע טעג
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 5:51 pm

ערב יו''ט איז געווען זייער שטארק
די ערשטע טאג יו''ט איז געווען שבת איז כמעט נישט געווען קיין מאסקעס (הגם אסאך דיינים זאגן אז מ'קען גיין דערמיט) וכיון דאידחא אידחא
נאך די הקפות און ראדני האב איך געזעהן די פאליציי פארטיילן מאסקעס און דערעולם האט גענומען און אנגעטוהן
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

שמות
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 25, 2016 10:25 am

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך שמות » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 9:23 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:ערב יו''ט איז געווען זייער שטארק
די ערשטע טאג יו''ט איז געווען שבת איז כמעט נישט געווען קיין מאסקעס (הגם אסאך דיינים זאגן אז מ'קען גיין דערמיט) וכיון דאידחא אידחא
נאך די הקפות און ראדני האב איך געזעהן די פאליציי פארטיילן מאסקעס און דערעולם האט גענומען און אנגעטוהן


דערווייל דו יעניגע וואס האבן געטיילט דו מאסקעס ביי דו קארנערס האבן אויך גענומען ריפארטס.
געמאכט טשעקס און עקס, גיי ווייס וואס זיי טוען מיט די ריפארטס.
איך האף מיר לעבן נישט און רוסלאנד, און דאס איז נישט געווען עפעס א סארט שפיאנאזש אקציע אקעגן דו מענטשהייט....

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 4:16 am

הענדימען האט געשריבן:למעשה איז די מאסק געטראגעכץ געווען היבש שוואך צווייטע טעג

פשרשטייטצעך. די עולם איז שרעקליך אנגעווייטאגט. עס איז נישט מער ווי נארמאל.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4056
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re:

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 9:01 am

סטיטשינער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:למעשה איז די מאסק געטראגעכץ געווען היבש שוואך צווייטע טעג

פשרשטייטצעך. די עולם איז שרעקליך אנגעווייטאגט. עס איז נישט מער ווי נארמאל.

איך קען א אינגערמאן וואס שטעלט צו א געוויסע סערוויס און איז זייער א גוטער מענטש אזוי אז מענטשן נעמען פון אים אסאך עדווענטידזש

איז ער אויפגעקומען אויף א געוואלדיגע המצאה. ער געט שרעקליכע עדיטוד אזוי אז קיינער זוכט נישט צו צו קריגן מיט אים

למעשה הייבט זיך טאקע קיינער נישט אן מיט אים און אזוי אויך פרובירן מענטשן געווענליך נישט צו נוצן זיין סערוויס ווייל זיי ווילן זיך טאקע נישט אנהייבן מיט אים

ווער דערלייגט?


ווען איינער איז שטערקער פון דיר און דיין איינציגסטע שטארקייט קעגן אים איז אז דו קענסט זאגן ניין, און דו האלטס אין איין ווייזן אז דו ביסט נישט זיין מעקעלע, ווי לאנג מיינסטע ס'גייט אנגיין אזוי? ספעציעל ווען במציאות דארפסטו צוקומען צו יענעמ'ס גוט'ן ווילן 100 מאל מער ווי ער דארף דיינס


אגב. רוב מענטשן וואס איך האב גערעדט צו, זענען נישט אנגעווייטאגט אויף די רעגירונג נאר אויף די עסקנים וואס רובה דרובה פון זיי האבן ניטאמאל געהאט סיי וועלכע פערזענליכע אישא נאר זענען פשוט נאריש, אומפארגינעריש און מיינען אז זיי קוקן אויס קלוג ווען זיי זענען אנטי סיסטעם


איך ווייס אז די תגובה קומט נישט עכט אריין איז די יעצטיגע שמועס (חוץ די לעצטע פאראגראף) נאר איך האב זיך יעצט דערמאנט האבעך דא ארויפגעשמירט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4056
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 10:03 am

הענדימען האט געשריבן:רוב מענטשן וואס איך האב גערעדט צו, זענען נישט אנגעווייטאגט אויף די רעגירונג נאר אויף די עסקנים וואס רובה דרובה פון זיי האבן ניטאמאל געהאט סיי וועלכע פערזענליכע אישא נאר זענען פשוט נאריש, אומפארגינעריש און מיינען אז זיי קוקן אויס קלוג ווען זיי זענען אנטי סיסטעם

viewtopic.php?p=770361#p770361
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

עכט נארמאל
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:07 pm

Re: ערב יום הקדוש תשפ"א: גייט איר גיין מיט א מאסקע אין די גאס אין די קימענדיגע טעג?

תגובהדורך עכט נארמאל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 10:38 am

צ.ק.

ניין!!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 4:07 pm

עכט נארמאל האט געשריבן:צ.ק.

ניין!!

יוש האב איך מיך דעשראקן!
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chai+1, Google [Bot], אור ישר און 24 געסט