אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 3:55 pm

אנגעקומען יעצט דורך JCN זיי האבן מיטגעשיקט א פי די עף אבער כווייס נישט וואזוי מלייגט עס דא אדער זאל איייינער מאכן א לינק דערפון לתועלת הרבים

בשם עסקני כלל ישראל בעהט מען אין ליכט פון דעם פרישן כוואליע פון די וויירוס, יעדער זאל זיכער מאכן ביי זיין משפחה אויף אלע וועלכע האבן נאכנישט געהאט די וויירוס, און אלע אידן העכער 60 אדער מיט קאנדישענס אפילו וואס האבן נאכנישט געהאט די וויירוס (אדער האבן נישט קיין אנטי באדיס) זאלן טאן פאר זיך און די ארומיגע די קריטישע אנווייזונגען לויט דאקטוירים און עסקנים און עקספערטן,

די אנווייזונגען זענען בלויז טייל פון די עצות וואס האבן געהאלפן טויזנטער אידן מכל קצבי תבל ביים ערשטן כוואליע פון די וויירוס, עס ווערט פארשפרייט דורכן ארגענעזאציע רפואה וישועה לע"נ הרה"ק ר' יחיאל מיכל ב"ר מזלאטשוב מאנסי זצוק"ל


די עצות וואס דאקטוירים און עקספערטן רעקאמענדירן צי טאן זענען ווי פאלגענד:

ווייטעמין זינק 100 מיליגראם א טאג (עלטערע מענטשן דארפן מער און אויב מהאט קאנדישאנס בפרט מיט די הארץ זאל מען נעמען ווייניגער ווי 100)

ווייטעמין C סי 5000 ביז 8000 מיליגראם א טאג, מקען נעמען 2000 יעדע פאר שעה (ווען מהאט נאכנישט די וויירוס איז גענוג 2 מאל א טאג 1500)

ווייטעמין D די 10,000 ביז 15,000 IU א טאג (ווען מהאט נאכנישט די וויירוס איז גענוג 5000 א טאג)

אויב האט איר נישט באקומען קיין היידראקסי קלארעקווין פונעם דאקטער פאר סיי וועלכע סיבה נעמט די ווייטעמין וואס דר. זאלענקא האט ארויסגעשטעלט אין זיין פראטאקאל מיטן נאמען קווארסעטין Quercetin

אימיון פאווער ווייטעמין 3 מאל א טאג 3 קעפסעלס יעדע מאהל און ווען מהאט עס נאכנישט איז גענוג איינמאל 3 קעפסעלס א טאג

און אזוי אויך יעדע אימיון באסטער ווייטעמין און אלע מאלטי ווייעמינען זענען גאר גוט

טרינקען אסאך ווארימע טיי לכתחילה יעדע שעה - קריטיש וויכטיג פאר יעדן און פאר עלטערע אידן בפרט, אפילו מזעהט נאכנישט די וויירוס

טרינקען אסאך וואסער

מאכן א שוויץ אין בית כסא מיטן אנצינדען די הייסע שויער און אריינאטעמען די הייסע לופט - פאר 10 מינוט און אויב מהאט גענוג אקסעדשין 30 מינוט אדער מער - מאכט זיכער צי טרינקען אסאך וואסער בעפאר און נאך דעם שוויץ און אויב מעגליך אויך אימיטן

מענטשן מיט נידריגע אקסעדשין זאלן עס נישט טאן נאר אנשטאט דעם טרינקען טיי און די אנדערע עצות ווי נעביולייזער וכו' ווי שפעטער באריכטעט

נישט נעמען לכתחילה קיין מאטרין לויט רוב עקספערטן מאכט דאס גרעסער די וויירוס נאר טיילענאל און אויך נאר אויב עס פעהלט אויס פאר הויכעכע פיבער וכדומה (אויב די פיבער גייט נישט אראפ איז דא ווער עס הייסט נעמען מאטרין פרעגט איבער בעפאר אייער דאקטער אדער עקספערט)

נעמען אסאך לעמען וואסער אדער לעמען אין טיי לכתחילה אויך מיט שאלאכטס וואס דאס הייבט אויף די PH (די PH הארגעט די וויירוס)

זיך אפרוען און שלאפן אסאך - פרובירן נישט זיין אנגעצויגן וואס איז א גורם צי קורצע אטעמען און נאך חלילה

מאכן עקסערסייז אפילו מהאט ווייניג כח זאל מען ארויסגיין וויפיל מקען כאטש אביסל צו פרישע לופט און איבונגען


נאך עצות וואס עסקנים און עקספערטן רעקאמענדירן
צי טאן זענען ווי פאלגענד:

אויב מהאט א גוטע מאגן און א געזינטע הארץ זאל מען נעמען אסאך קנאבעל סיי אין זיפ און סיי אויף די ברויט און סיי מיט די עצה ידוע פון ווייקן קנאבל מיט וואסער און טרינקען די וואסער (די קנאבעל טאר נישט האבן קיין אייזן דעריבער שניידט עס נאר מיט א פלעסטיק מעסער)

מיט א שווערערע מאגן קען מען נעמען- אנשטאט רויע קנאבעל - מעקסי ביאטיק אדער קיאליק - אבער הארץ ליידענדע זאלן דאס נאר טאן אויב זיי פרעגן זייער דאקטער איבער קנאבעל

אויפשיינדן צוויבל און אראפלייגן אין יעדע שטוב בפרט אין שלאף שטוב וואס דאס רייניגט די לופט און ציעט ארויס אלע באקטיריע

עצה טובה פאר אטעמען פראבלעמען בפרט פאר די וואס קענען נישט מאכן א שויער-שוויץ ווי אויבדערמאנט זאלן ניצן נעביולייזער און וועפערייזער מיט ווארים וואסער און אויב מעגליך לייגן אין די וואסער פארדעם קנאבעל און לעמען און דשינדשער

אויפקאכן וואסער מיט קנאבעל און לעמען און דשינדשער און אריינאטעמען די הייסע לופט וואס דאס הארגעט די וויירוס, עצה טובה צו לייגן טראכטער פארקערט און אטעמען פונעם שפיץ - אכט געבן נישט זיך אפבריען

עצה טובה צי שמירן שמן קיק CASTER OIL אדער אפילו שמן זית אויפן טשעסט

אויך ווייטעמין A איז זייער גוט צי ראטעווען די לינגען (אבער אין פארשינדענע אומשטענדן דארף מען פרעגן א דאקטער בעפאר )

אויך איז דא צו באקומען די באקאנטע רמב"ם טיי וואס העלפט אויף אסאך פראבלעמען מקען עס אפנעמען ביי פליישמאן 177 הופער סטריט אין וויליאמסבורג

אזוי ווי די וויירוס האלט זיך אויף העכער די נאז איז גאר גוט אריינציציען אין די נאז לעכער עפלסיידער וויניגער אדער פראקסייד און אויב עס איז שווער זאל מען כאטש אריינאטעמען, די עצה איז גוט אויך ווען מהאט נאכנישט די וויירוס עס צי טאן טעגליך אזוי ארום אז די וויירוס האט נישט וויאזוי זיך צו האלטן אויב עס קומט אן, וויייל ווי באקאנט הייבט זיך די ווירוס אן אין די נאז

אויב דארפט איר אנקומען אין שפיטאל פאר סיי וועלכע סיבה מאכט זיכער צי זויבערן די נאז מיט די אובנדערמאנטע עצה פון עפלסיידער וויניגער אדער פראקסייד (רעקעמאנדירט דורך הצלה) כדי מזאל חלילה נישט טעסטן פאזעטיוו וואס קען גורם זיין א נישט געשמאקע באהנדלונג וואס קען צומאל צוברענגען אז מזאל נישט באהאנדלען ריכטיג דעם פאציענט

2 עצות וואס ארבעטן אויך ווען די מצב איז שוין שווער און די אקסעדשין פאלט חלילה

די עצות זענען רעקאמענדירט בעסער עס צי טאן אין אנהייב אדער נאך פאר מען האט די וויירוס, אבער מיר לייגן עס עקטערע צי וויסן אז עס העלפט אפילו ווען רוב אויבנדערמאנטע זאכן ארבייטן שוין נישט צוליבן שווערן מצב

גאר שטארקע רעזאלטאטן זעהט מען דורכן נעמען די מינרעל סאפלעמענט וואס אנטהאלט עטליכע MINERALS געמאכט דורך א גרויסע סייענטיסט וואס דורכן נעמען בלויז איין מאהל 1 אונס הארגעט עס די ווירוס און לאזט אויף די לונגען אפילו נאך א דאבעל נעמאניע, עס האט געהאלפן פאר 95 פארצענט מענטשן וואס האבן עס גענומען אפילו אין שווערע פעלער, ווי עס איז אונז אויך מעיד מערערע רבנים צווישן זיי הרה"ג אב"ד תפילה למשה מאנסי שליט"א ווי ער האט מיטגעהאלטן ביי מערערע פעלער ווי נאר דאס האט געהאלפן, עס צי באקומען רופט ר' משה ווייזער אויף 3478066554 אדער ר' משה כהנא 347אויף רופט די נומער פון זיין ארגענעזאציע אויף 7189072550 און אין מאנסי ביי זלאטשובער רבי הרב לייפער 347-932-5296 זיין אדרעס איז 21 DANA RD. monsey ny

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז גאר גאר ווירקבאר די CBD אויל (וועלכע איז לעצטענס ברייט באקאנט אין די רפואה וועלט אלס הייל מיטל פאר גאר פיזישע און גייסטישע ענינים) ובפרט די קעפסעלס פון 25 אדער 50 מיליגראם, מענטשן וואס האבן גענומען איידער די ערשטע כוואליע האבן עס געהאט גאר מילד און אויך יעצט זענען אסאך ארויס פון א סכנה דורכן עס אנהייבן נעמען אפילו אין די שווערסטע מצב און עס האט זיי געגעבן כח זיך צי מתגבר זיין אויפן מצב פיזיש און גייסטיש, פאר אינפא איבער CBD רופט הרב אייזיק כהנא 856-431-2038 אויב האט איר סימפטאמס וועט ער אייך געבן פאר ביליגער אי"ה

שפיטאל אינדערהיים אדער הילף אין שפיטאל

אויב די מצב ווערט ערגער און מוויל נישט דארפן אנקומען אין שפיטאל קען מען רופן SAVE A LIFE ארגענעזאציע וועלכע וועלן אייך צושטעלן נורסעס און דאקטוירים אינדערהיים מיט IV פאר אלע מעדיקעישאנס און ווייטעמינען גענומען פון די גרעסטע דאקטוירים וועלכע האבן געמאכט א גאר ווירקבארע פראטאקאל פון מעדיקעישאן און ווייטעמינען דורך IV רופט סעיוו א לייף 8454442619

אויך אין שפיטאל אויב ווילט איר הילף אז מזאל זיכער מאכן אז מטוט די ריכטיגע באהאנדלונג פארבינדט אייך מיט סעיוו א לייף אויף 845-444-2619

פאר הילף איבער וויזיטעישאן אין שפיטאל רופט די כלל ישראל ארגענעזאציע "האספיטעל פאר לייף" 718-705-6500


הערט מער איבער די און נאך עצות און אויך אנווייזונגען
פאר אידן אינדערהיים און עקסטער פאר אידן
אין שפיטאלביי די אינטערוויאס
מיט הרה"צ ר' אברהם הערש לייפער שליט"א מזלאטשוב מאנסי וועלכע האט שוין געהאלפן טויזנטער אידן אין שפיטאל און אינדערהיים און ראטעועט אייער נאנטע און באקאנטע!

פאר פריוואטע באהאנדלונג רופט הרב לייפער אדמו"ר מזלאטשוב מאנסי שליט"א 347-932-8563




JCN2 - Copy.png

JCN Blast | Phone:212.671.1301| E: Blast@Jcnmail.com
A: 5308 13th Ave #105. Brooklyn NY 11219
To Unsubscribe From JCN Blast list

Click Here

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 11:26 pm

געווען אויך שבת אויף טייל פון די לוח המודעות אין ק"י מאנסי און ב"פ אויף סוכות וועט עס זיין אין וו"ב העפאנטליך
ווער קען ביטע מאכן א לינק פון די פי די עף?

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 9:55 am

געהערט פון א הצלה מעמבער, ער איז אריינגעקומען צו א קאלל פון א קאראנע פאציענט, יענער שפירט זיך זייער נישט גוט, אריינגייענדיג שטעלט זיך ארויס א בילד, די גאנצע הויז איז שטיקיג הייס ווי א שוויץ, גיסט זיך קנאבל און צוויבל און אלע צימערן אזש מ'קען קוים אטעמען, ער זאגט פאר דעם איד "ווען איך בין דא נאך 5 מינוט בין איך שוין בעלמא דקשוט..".

אלעס דארף זיין מיט א מאס.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 11:19 am

איינער ווייסט צו סאיז דא עפעס א סבד וואס מקען שמעקן פאר יום כיפור???
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
רעים
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך רעים » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 2:42 pm

קרייסלער האט געשריבן:איינער ווייסט צו סאיז דא עפעס א סבד וואס מקען שמעקן פאר יום כיפור???

איך האב געזען ביי אסאך שמשים א טאביק פון די קאמפעני Wonder
אז די ווילסט איינער זאל ענפערען ווען די פרעגט'ס - ענפער ווען א אנדערע פרעגט
סארי פאר מיין ספעלינג מיסטעגס

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:53 am

שמואל בארג האט געשריבן:געהערט פון א הצלה מעמבער, ער איז אריינגעקומען צו א קאלל פון א קאראנע פאציענט, יענער שפירט זיך זייער נישט גוט, אריינגייענדיג שטעלט זיך ארויס א בילד, די גאנצע הויז איז שטיקיג הייס ווי א שוויץ, גיסט זיך קנאבל און צוויבל און אלע צימערן אזש מ'קען קוים אטעמען, ער זאגט פאר דעם איד "ווען איך בין דא נאך 5 מינוט בין איך שוין בעלמא דקשוט..".

אלעס דארף זיין מיט א מאס.

ויכטיגע נקודה פארדעם פארשטיי איך פארוואס רב לייפער גיבט ראט פאר יעעדן באזונדער ווייל פון א צעטיל פארשטייט נישט יעדער די מאס וכו'
אגב לגבי שוויץ זעה איך גראדע אויפן ליסט ווי ער שרייבט אז מדארף אכט געבן און טרינקען פארדעם און נאכדעם און נישט מער ווי 30 מינוט און אויך נאר מיט גוטע אקסעזשין אזוי ארום אז כמיין יעדער פארשטייט אז מאכן די גאנצע הויז פאר א שוויץ שטימט נישט מיט זיינע כללים בכלל
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יעקער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 20, 2017 1:31 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך יעקער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 7:38 am

הרב לייפער האט באקומען הסכמה פון א רופא שניתן רשות לרפאות? איך האב קעגן הרב לייפער גארנישט, אינטערסאנט צו וויסען אויב א דאקטער האט גזאגט יא רב לייפער די עצות העלפן אין איך רעקמענדט עס פאר מיינע פאצינטן, אויב איינער האט מער פרטים ביטע אריינקומען קלאר.
א דאנק!

מודהאני
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 11:56 am

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך מודהאני » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 9:16 am

אסאך אידן וואס זענען בעזהשי"ת געהאלפן געווארן דורך זיינע תרופות
זענען ממליץ אויף אינם

נ.ב.
וואס האבן די דאקטוירים געטוהן ביים ערשטען כוואליע אז זיי זאלן קענען רעקאמענדירן די וואס טוען יא???
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך חדשות » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 11:43 am

יעקער האט געשריבן:הרב לייפער האט באקומען הסכמה פון א רופא שניתן רשות לרפאות? איך האב קעגן הרב לייפער גארנישט, אינטערסאנט צו וויסען אויב א דאקטער האט גזאגט יא רב לייפער די עצות העלפן אין איך רעקמענדט עס פאר מיינע פאצינטן, אויב איינער האט מער פרטים ביטע אריינקומען קלאר.
א דאנק!

דר. לאנדא האט אן אינטערוויו אויף קול מבשר # 4, ער זעט אויס גאנץ באהאווענט אויב ווילסטו הערן פון א ניתן רשות. אויב ווילסטו ווארטן ביז די CDC און פאוטשי וועלן עפעס רעקאמאנדירן וועסטו מוזן ווארטן לכאורה 2 יאר. ביז דעמאלט זאל יעדער שטארבן לשיטתם.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 11:50 am

געוואלטיג האט געשריבן:אויפשיינדן צוויבל און אראפלייגן אין יעדע שטוב בפרט אין שלאף שטוב וואס דאס רייניגט די לופט און ציעט ארויס אלע באקטיריע

איז דא א חילוק וועלעכע סארט צוויבל?
געוואלטיג האט געשריבן:אויך איז דא צו באקומען די באקאנטע רמב"ם טיי וואס העלפט אויף אסאך פראבלעמען מקען עס אפנעמען ביי פליישמאן 177 הופער סטריט אין וויליאמסבורג

מה זה רמב"ם טיי?, איז עס דא אויך צו באקומען אין מאנסי?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:53 am

געזעהן יעצט א צעטיל ווי סאיז צוגעלייגט דאס:
נ.ב. אחוץ די ווייטעמינען מאכט זיכער צו בעטן אייער דאקטער גענוג באצייטענס די אנטי ביאטיק ווי זיטרא מעקס וכדומה און אויב עס העלפט נישט דארף מען נעמען סטיראויד steroid וכדו' און זייט מברר ביי די עקספערטן צי איר נעמט די ריכטיגע מעדיקעישאנס

אזוי אויך היות אסאך וועלכע האבן געהאט די וויירוס האבן געהאט בשעתו אדער שפעטער שווערע הארץ פראבלעמען און בלאט קלאטס, דעריבער איז וויכטיג פאר די וואס האבן אדער האבן געהאט די וויירוס זאלן נעמען OMEGA 3 OIL דריי טויזנט מיליגראם א טאג פאר א שטיק צייט, און די וואס האבן שוין געהאט הארץ קאנדישענס זאלן זיך פארבינדן מיטן דאקטער איבער א בלוט טינער מעדיקעישאן צוריקצוהאלטן בלוט קלאטס חלילה.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:55 am

לעכטל האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:אויפשיינדן צוויבל און אראפלייגן אין יעדע שטוב בפרט אין שלאף שטוב וואס דאס רייניגט די לופט און ציעט ארויס אלע באקטיריע

איז דא א חילוק וועלעכע סארט צוויבל?
געוואלטיג האט געשריבן:אויך איז דא צו באקומען די באקאנטע רמב"ם טיי וואס העלפט אויף אסאך פראבלעמען מקען עס אפנעמען ביי פליישמאן 177 הופער סטריט אין וויליאמסבורג

מה זה רמב"ם טיי?, איז עס דא אויך צו באקומען אין מאנסי?

ביידע האבעך נישט קיין תשובות אדרבה רוף אן רב לייפער און קום אריין מיט די תשובות

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 1:57 am

חדשות האט געשריבן:
יעקער האט געשריבן:הרב לייפער האט באקומען הסכמה פון א רופא שניתן רשות לרפאות? איך האב קעגן הרב לייפער גארנישט, אינטערסאנט צו וויסען אויב א דאקטער האט גזאגט יא רב לייפער די עצות העלפן אין איך רעקמענדט עס פאר מיינע פאצינטן, אויב איינער האט מער פרטים ביטע אריינקומען קלאר.
א דאנק!

דר. לאנדא האט אן אינטערוויו אויף קול מבשר # 4, ער זעט אויס גאנץ באהאווענט אויב ווילסטו הערן פון א ניתן רשות. אויב ווילסטו ווארטן ביז די CDC און פאוטשי וועלן עפעס רעקאמאנדירן וועסטו מוזן ווארטן לכאורה 2 יאר. ביז דעמאלט זאל יעדער שטארבן לשיטתם.

א גרויס חלק פון די ליסטע קענסטו הערן פון יעדן דאקטער כמעט

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:09 am

געהערט ביי די ערשטע כוואליע איינער וואס האט צוויי וואכן נאכן נישט גוט שפירן באקומען נאכאמאל סימפטאמען און די מינעראל טרונק האט גלייך געהאלפן. נאך איינער וואס האט עס יעצט גענומען און איז אזוי קראנק געווארן גלייך דערנאך, דיזי, חלשות, און די פיבער האט ארויפגעשאסן גאר הויעך. וואס ליגט אין דעם?
שויתי ה' לנגדי תמיד

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:54 am

Goodmorning האט געשריבן:געהערט ביי די ערשטע כוואליע איינער וואס האט צוויי וואכן נאכן נישט גוט שפירן באקומען נאכאמאל סימפטאמען און די מינעראל טרונק האט גלייך געהאלפן. נאך איינער וואס האט עס יעצט גענומען און איז אזוי קראנק געווארן גלייך דערנאך, דיזי, חלשות, און די פיבער האט ארויפגעשאסן גאר הויעך. וואס ליגט אין דעם?

פרעג וואס נאך יענער האט גענומען בעפאר און אויב איז עס נאר דאס איז טאקע צריך ביאור און רוף אן ר' משה ווייזער אויף 3478066554 פרעגן די הסבר
איך האב עס געגעבן היינט פאר איינעם און די פיבער פון 10 טאג אין א צי איז ב"ה געקומען צי א ענדע תיכף דערנאך כאטש יענער האט עס אויסגעבראכן א שעה דערויף אזוי ווי אלעס נעבעך וואס יענער נעמט אריין אין מויל

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:07 am

געווען יעצט אסיפה אין ק"י פון מערע עסקנים פון ק"י און פון גאנץ ניו יארק און אויפן טעל איז געווען הרב לייפער
מהאט אויסגעארבעט איבער עפענען א העלפ ליין פאר קאראנע גיידענס נאך וואס הרב לייפער איז ליידער איבערגעשטרענגט און קומט נישט אן צי אלע קאלס, וואו אויך איז ארויסגעקומען מערער חידושים וואס יעדער האט געהערט איינער פונעם צווייטן
פרטים יבואו אי"ה
אויב האט איינער וויליגקייט צו ארויסהעלפן וואלאנטירשאפט זאל ביטע שרייבן אין אישי

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 9:43 am

געוואלטיג האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:געהערט ביי די ערשטע כוואליע איינער וואס האט צוויי וואכן נאכן נישט גוט שפירן באקומען נאכאמאל סימפטאמען און די מינעראל טרונק האט גלייך געהאלפן. נאך איינער וואס האט עס יעצט גענומען און איז אזוי קראנק געווארן גלייך דערנאך, דיזי, חלשות, און די פיבער האט ארויפגעשאסן גאר הויעך. וואס ליגט אין דעם?

פרעג וואס נאך יענער האט גענומען בעפאר און אויב איז עס נאר דאס איז טאקע צריך ביאור און רוף אן ר' משה ווייזער אויף 3478066554 פרעגן די הסבר
איך האב עס געגעבן היינט פאר איינעם און די פיבער פון 10 טאג אין א צי איז ב"ה געקומען צי א ענדע תיכף דערנאך כאטש יענער האט עס אויסגעבראכן א שעה דערויף אזוי ווי אלעס נעבעך וואס יענער נעמט אריין אין מויל

נאר דאס. הרב לייפער האט געטענהט צום ערשט אז דאס ווייזט אז די וויירוס גייט אוועק.

ב״ה יעצט מיט שטארקע אנטיביאטיק, שטערקער ווי בעפאר, זעט מען א לייכטע פארבעסערונג
שויתי ה' לנגדי תמיד

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 4:47 am

די ליסטע מיט פרישע הגהות און אפדעיטס:
אין ליכט פון דעם פרישן כוואליע פון די וויירוס, בעהט מען יעדער זאל זיכער מאכן ביי זיין משפחה אויף אלע וועלכע האבן נאכנישט געהאט די וויירוס, און אלע אידן העכער 60 אדער מיט קאנדישענס אפילו וואס האבן יא געהאט די וויירוס ובפרט ביי די וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס זאלן טאן פאר זיך און די ארומיגע די קריטישע אנווייזונגען אויפצובויען די אימיון סיסטעם באצייטענס לויט דאקטוירים און עסקנים און געזונטהייט עקספערטן

די אנווייזונגען זענען בלויז טייל פון די עצות וואס האבן געהאלפן טויזנטער אידן מכל קצבי תבל ביים ערשטן כוואליע פון די וויירוס, עס ווערט פארשפרייט דורכן ארגענעזאציע רפואה וישועה לע"נ הרה"ק ר' יחיאל מיכל ב"ר מזלאטשוב מאנסי זצוק"ל
די עצות וואס דאקטוירים און עקספערטן רעקאמענדירן זענען ווי פאלגענד:

ווייטעמין זינק 100 מיליגראם א טאג (עלטערע מענטשן דארפן מער און אויב מהאט קאנדישאנס בפרט מיט די הארץ זאל מען נעמען ווייניגער ווי 100)
ווייטעמין C סי 5000 ביז 8000 מיליגראם א טאג, מקען נעמען 2000 יעדע פאר שעה (ווען מהאט נאכנישט די וויירוס איז גענוג 2 מאל א טאג 1500 און אין שווערע מצבים זאל מען קויפן די פאודער וואס האט 4 טויזנט פער לעפל און נעמען 20 טויזנט א טאג)
ווייטעמין D די 10,000 ביז 15,000 IU א טאג (ווען מהאט נאכנישט די וויירוס איז גענוג 5000 א טאג און ווען סאיז גאר שווער זאל מען נעמען ביז 50 טויזנט)
אויב האט איר נישט באקומען קיין היידראקסי קלארעקווין מעדעצין פונעם דאקטער פאר סיי וועלכע סיבה קענט איר נעמען די ווייטעמין וואס דר. זאלענקא האט ארויסגעשטעלט אין זיין פראטאקאל מיטן נאמען קווארסעטין Quercetin וואס ער פארשרייבט במקום היידראקסי קלארעקווין פאר די וואס האבן מיטן הארץ וכדומה און קענען נישט נעמען די מעדיקעישאן
אימיון פאווער ווייטעמין 3 מאל א טאג 3 קעפסעלס יעדע מאהל און ווען מהאט עס נאכנישט איז גענוג איינמאל 3 קעפסעלס א טאג
און אזוי אויך יעדע אימיון באסטער ווייטעמין און אויך אלע מאלטי ווייעמינען זענען גאר גוט צי נעמען טעגליך אפילו ווען מהאט נאכנישט די ווירוס
טרינקען אסאך ווארימע טיי לכתחילה יעדע שעה - קריטיש וויכטיג פאר יעדן און פאר עלטערע אידן בפרט, אפילו מזעהט נאכנישט די וויירוס
טרינקען אסאך וואסער
מאכן א שוויץ אין בית כסא מיטן אנצינדען די הייסע שויער און אריינאטעמען די הייסע לופט - פאר 10 מינוט און אויב מהאט גענוג אקסעדשין 30 מינוט אדער מער - מאכט זיכער צי טרינקען אסאך וואסער בעפאר און נאך דעם שוויץ און אויב מעגליך אויך אימיטן
מענטשן מיט נידריגע אקסעדשין זאלן נישט מאכן די שוויץ נאר אנשטאט דעם טרינקען טיי און די אנדערע עצות ווי נעביולייזער וכו' ווי שפעטער באריכטעט
נישט נעמען לכתחילה קיין מאטרין לויט רוב עקספערטן מאכט דאס גרעסער די וויירוס נאר טיילענאל און אויך נאר אויב עס פעהלט אויס פאר הויכעכע פיבער וכדומה (אויב די פיבער גייט נישט אראפ איז דא ווער עס הייסט נעמען מאטרין פרעגט איבער בעפאר אייער דאקטער אדער עקספערט)
נאך א עצה פאר אראפקלאפן פיבער איז לייגן א אייז פעק אינטערן ארעם
נעמען אסאך לעמען וואסער אדער לעמען אין טיי לכתחילה אויך מיט שאלאכטס וואס דאס הייבט אויף די PH (די וויירוס ווערט געהרגט אין הויעכע PH)
זיך אפרוען און שלאפן אסאך - פרובירן נישט זיין אנגעצויגן וואס איז א גורם צי קורצע אטעמען און נאך חלילה
מאכן עקסערסייז אפילו מהאט ווייניג כח זאל מען ארויסגיין וויפיל מקען כאטש אביסל צו פרישע לופט און איבונגען וכדומה

נאך עצות וואס עסקנים און עקספערטן רעקאמענדירן זענען ווי פאלגענד:

עצה טובה פאר אטעמען פראבלעמען בפרט פאר די וואס קענען נישט מאכן א שויער-שוויץ ווי אויבדערמאנט זאלן ניצן נעביולייזער און וועפערייזער מיט ווארים וואסער און אויב מעגליך לייגן אין די וואסער פארדעם קנאבעל און לעמען און דשינדשער
אויפקאכן וואסער מיט קנאבעל און לעמען און דשינדשער און אריינאטעמען די הייסע לופט וואס דאס הארגעט די וויירוס, עצה טובה צו לייגן טראכטער פארקערט און אטעמען פונעם שפיץ - אכט געבן נישט זיך אפבריען
עצה טובה צי שמירן שמן קיק CASTER OIL אדער OREGANO OIL אפילו שמן זית אויפן טשעסט, אויך איז גוט אריינצולייגן די אויל איןד י וואנע בשעתן מאכן א שוויץ וכדומה
אויב מהאט א גוטע מאגן און א געזינטע הארץ זאל מען נעמען אסאך קנאבעל סיי אין זיפ און סיי אויף די ברויט און סיי מיט די עצה ידוע פון ווייקן קנאבל מיט וואסער און טרינקען די וואסער (די קנאבעל טאר נישט האבן קיין אייזן דעריבער שניידט עס נאר מיט א פלעסטיק מעסער)


מיט א שווערערע מאגן קען מען נעמען- אנשטאט רויע קנאבעל - מעקסי ביאטיק אדער קיאליק - אבער הארץ ליידענדע זאלן דאס נאר טאן אויב זיי פרעגן זייער דאקטער איבער קנאבעל
אויפשיינדן צוויבל און אראפלייגן אין יעדע שטוב בפרט אין שלאף שטוב וואס דאס רייניגט די לופט און ציעט ארויס אלע באקטיריע
אויך ווייטעמין A איז זייער גוט צי ראטעווען די לינגען (אבער אין פארשינדענע אומשטענדן און אויב מהאט קאנדישאנס דארף מען פרעגן א דאקטער בעפאר )
אויך איז דא צו באקומען די באקאנטע רמב"ם טיי וואס העלפט אויף אסאך פראבלעמען מקען עס אפנעמען ביי פליישמאן 177 הופער סטריט אין וויליאמסבורג
אזוי ווי די וויירוס האלט זיך אויף אין אנהייב בעיקר העכער די נאז איז גאר גוט אריינציציען אין די נאז לעכער עפלסיידער וויניגער אדער פראקסייד (אויב מקען נישט אריינציען צוליב די שארפקייט קען מען עס טאן מיט א קיוטיפ) און אויב עס איז שווער זאל מען כאטש אריינציען און אריינאטעמען, די עצה איז גוט אויך ווען מהאט נאכנישט די וויירוס עס צי טאן טעגליך אזוי ארום אז די וויירוס האט נישט וויאזוי זיך צו האלטן אויב עס קומט אן, וויייל ווי באקאנט הייבט זיך די ווירוס אן אין די נאז און גייט דערנאך אראפ צו די לינגען אויב מטרינקט נישט קיין הייסע געטראנקען כסדר.
אויב דארפט איר אנקומען אין שפיטאל פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה מאכט זיכער צי זויבערן די נאז מיט די אובנדערמאנטע עצה פון עפלסיידער וויניגער אדער פראקסייד (רעקעמאנדירט אויך דורך הצלה) כדי מזאל חלילה נישט טעסטן פאזעטיוו וואס קען גורם זיין אז מזאל נישט באהאנדלען ריכטיג דעם פאציענט
אויך איז דא די קריעם פון הרב טענענבוים פון פלעטבוש וואס אסאך זאגן אז עס האט זיי געהאלפן עס צו באקומען רופט 8454442619 עקסטענשאן 7
אויך איז גוט צו לייגן אין טרינקען אביסל עפלסיידער וויניגער און/אדער דישנדער דשויס וואס ביידע העלפן הרגענען דעם וויירוס, צו באקומען די אומזיסטע דשינדשער דשיוס און אויך פאר די נעביולייזער גמ"ח רופט סיעוו א לייף 845-444-2619 עקסטענשאן 113
2 עצות וואס ארבעטן אויך ווען די מצב איז שוין שווער און די אקסעדשין פאלט חלילה
די עצות זענען רעקאמענדירט בעסער עס צי טאן אין אנהייב אבער מיר לייגן עס עקטערע צי וויסן אז עס העלפט אפילו ווען רוב אויבנדערמאנטע זאכן ארבייטן שוין נישט צוליבן שווערן מצב
גאר שטארקע רעזאלטאטן זעהט מען דורכן נעמען די מינערעל סאפלעמענט דרינק וואס אנטהאלט עטליכע MINERALS געמאכט דורך א גרויסע סייענטיסט וואס דורכן נעמען בלויז איין מאהל 1 אונס הארגעט עס די ווירוס און לאזט אויף די לונגען אפילו נאך א דאבעל נעמאניע, עס האט געהאלפן פאר 95 פארצענט מענטשן וואס האבן עס גענומען אפילו אין שווערע פעלער, ווי עס איז אונז אויך מעיד מערערע רבנים צווישן זיי הרה"ג ר' משולן נתן שפיגל שליט"א אב"ד תפילה למשה מאנסי ווי ער האט מיטגעהאלטן ביי מערערע פעלער ווי נאר דאס האט געהאלפן, (נעמט בלויז איינס וואס איז קליינע טרינק פון בלויז 1 אונס און אויב ביז א האלבע שעה איז די אקסעדשין נישט ארויף נעמט מען א צווייטע) עס צי באקומען רופט ר' משה ווייזער אויף 347-806-6554 אדער ר' משה כהנא 347-909-1669און אין מאנסי ביי זלאטשובער רבי הרב לייפער 347-932-5296 זיין אדרעס איז 21 Dana rd. Monsey NY אדער רופט די מינערעל אינפא ליין 7189072550 (אגב גיבן איבער די עסקנים אז די מינערעל האט שוין אויך געהאלפן פאר עטליכע סארט קרענק אין די בלוט ווי ליים דעזיס און נאך פאר מער רופט ר' משה ווייזער 347-806-6554)
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז גאר גאר ווירקבאר די CBD אויל (וועלכע איז לעצטענס ברייט באקאנט אין די רפואה וועלט אלס הייל מיטל פאר גאר אסאך פיזישע און גייסטישע ענינים) ובפרט די קעפסעלס פון 25 אדער 50 מיליגראם, (עס איז בעסער צי אנהייבן מיט ווייניג און ארויפגיין מיט מער צעביסלעך) עס איז גלייך צי נעמען איינס א טאג אין די ערשטע סדעישדעס אבער אויב סאיז שווער נעמט יעדע 6 שעה א קעפסעל, מענטשן וואס האבן גענומען איידער די ערשטע כוואליע האבן עס געהאט גאר מילד אדער בכלל נישט באקומען און אויך יעצט זענען אסאך ארויס פון א סכנה דורכן עס אנהייבן נעמען אפילו אין די שווערסטע מצב און עס האט זיי געגעבן כח זיך צי מתגבר זיין אויפן מצב פיזיש און גייסטיש, (ווי אויך איז שוין דא אסאך סטאדיס אז עס העלפט פאר קאראנע זעלבסט), פאר אינפא איבער CBD רופט הרב אייזיק כהנא פון Kosher Gold 856-431-2038
IV אינדערהיים / הילף אין שפיטאל
אויב די מצב ווערט ערגער און מוויל נישט דארפן אנקומען אין שפיטאל קען מען רופן SAVE A LIFE ארגענעזאציע וועלכע וועלן אייך צושטעלן נורסעס אינדערהיים מיט IV פאר אלע מעדיקעישאנס און ווייטעמינען גענומען פון די גרעסטע דאקטוירים וועלכע האבן געמאכט א גאר ווירקבארע פראטאקאל פון מעדיקעישאן און ווייטעמינען דורך IV רופט סעיוו א לייף 845-444-2619 אויך אין שפיטאל אויב ווילט איר הילף אז מזאל זיכער מאכן אז מטוט די ריכטיגע באהאנדלונג פארבינדט אייך מיט סעיוו א לייף 845-444-2619

פאר הילף איבער וויזיטעישאן אין שפיטאל און נאך רופט די כלל ישראל ארגענעזאציע "האספיטעל פאר לייף" 718-705-6500

נ.ב. אחוץ די ווייטעמינען מאכט זיכער צו בעטן אייער דאקטער גענוג באצייטענס די אנטי ביאטיק ווי זיטרא מעקס וכדומה און אויב עס העלפט נישט דארף מען נעמען סטיראויד steroid וכדו' און זייט מברר ביי די עקספערטן און רפואה ארגענעזאציעס צי איר נעמט די ריכטיגע מעדיקעישאנס, אזוי אויך היות אסאך וועלכע האבן געהאט די וויירוס האבן געהאט בשעתו אדער שפעטער נאך עטליכע וואכן דערנאך שווערע הארץ פראבלעמען און בלאט קלאטס, דעריבער איז וויכטיג פאר די וואס האבן אדער האבן געהאט די וויירוס זאלן נעמען OMEGA 3 OIL דריי טויזנט מיליגראם א טאג פאר א שטיק צייט, און די וואס האבן שוין געהאט הארץ קאנדישענס זאלן זיך פארבינדן מיטן דאקטער איבער א בלוט טינער מעדיקעישאן וואס איז גאר וויכטיג און קריטיש צוריקצוהאלטן בלוט קלאטס חלילה.
די עצות פון וויטעמין D און C און אלע אימיון אדער מולטי ווייטעמינען ווי אויך CBDוכדומה וולעכע שטארקן די אימיון סיסטעם זענען רעקאמענדירט אויך פאר סיי ווען א גאנץ יאר פאר עלטערע אדער אפילו פאר קינדער צי זיין באהיטן בס"ד פון סיי וואספארא פארקילעכטס און וויירוסעס מיט וואס די לופט איז פול, און אויב די אימיון איז שוואך קען זיך עס אריינכאפן חלילה.

פאר פריוואטע באהאנדלונג רופט די וואלענטירן פון סעיוו א לייף אונטערן אויף 845-444-2619
אדער רופט דירעקט צי הרה"צ ר' אברהם הערש לייפער האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי שליט"א 347-932-8563

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 4:50 am

אין ענגליש טייל פון די אנווייזינגען:

INSTRUCTION TO BUILD THE IMMUNE SYSTEM AND FIGHT THE CORONA

Prevention
Let’s all remember the ABCD Amuna, Bitochen, Simcha, Davenen and Danken!
And know that Hashem is in full control!
Please note, If the following is too much for you, try to at least do something. It just may prevent you from catching the virus.
1. Using a swab with apple cider vinegar in your nostrils every night, will kill the virus which enters the body through the nose
2. High quality Vita C 4,000 Milligram daily preferably in powder form
3. Vita D 10,000 IU daily
4. Vitamin A 4,000 IU daily
5. Zinc 30 milligram daily
6. High quality multi vitamin 2 servings twice a day
7. High Quality Immune booster’s daily
8. High Quality Garlic supplement. daily
Caution! Vitamins made out of synthetics, could cause more harm than good!
9. Exercise regularly, exercise empowers your immunity
10. Keep hydrated
11. Wear a mask
12. And try to social distancing

Stage 1
Once you feel symptoms like feeling under the weather, very week, muscle aches, or running a fever.

1. STAY CALM!! No need to fear!
2. Keep very hydrated all the time. Keep on drinking hydration or sport drinks, and lots of it! try to avoid the ones with sugar in it.
3. Drinks lots of tea
4. Warm or hot soups
5. Juice from freshly squeezed Ginger has proven to relief symptoms immediately
1 oz. 3 times a day. If full strength is hard to swallow, you can either make a tee out of it or put it into empty capsules to swallow.
6. Apple cider vinegar 1tsp. twice a day
7. Vita C 1,000 ml every 2 hrs.
8. Vita D 25,000 IU a day. If you have a heart condition you can only take up to 10,000 IU a day
9. Zinc 50 milligrams.
10. Quercetin, can be found in all health food stores
11. High quality multi vitamin 2 servings twice a day
12. High Quality Immune boosters
13. High Quality Garlic supplement
Caution! Vitamins made out of synthetics, could cause more harm than good!
14. Hydroxychloroquine and azithromycin
15. For fever
Tylenol, Doctors recommend avoiding the use of Motrin or ibuprofen
Shaklee Performance,
Hydration drinks,
If fever goes over 101 put ice under arms to lower fever

16. Try to stay physically active at all times, Exercise empowers your immunity. And will also help move the mucus out of your body.

Stage 2
Once you have a cough, extreme fever, chest pressure, or any difficulty in breathing.
1. All of the above plus
2. use a humidifier or sit in a bathroom filled with steam generated by running hot water from the shower.
3. Nebulizer, follow instruction on main menu to get to nebulizer gemach near you
4. Sleeping positioning, if your coughing or feel tightness in your chest avoid sleeping on your back side or a reclining position, laying prone on your stomach will take of the pressure of your lungs and will avoid oxygenation from dropping.

5. Lymphatic drainage
Press 3 from the main menu to inquire about getting someone to administer lymphatic drainage

6. Breathing exercises, inquire on the line on how to do to help keep oxygen saturation elevated
Many people report very major relief after using the following
1. Hydrogen peroxide Rub
2. Gargling with food grade hydrogen peroxide
3. Hydrogen peroxide diffuser
4. Oils, castor oil, oregano oil, Chinese oil. message it onto your chest
5. High quality CBD oil
6. High quality Mineral water
7. Rambam Tea
8. Fresh cut onions will absorb the virus germs, cut the onions in four, put it near your bed, replace with fresh onion every 24 hrs. be careful not to touch the onion with your hands when replacing it, it’s full of germs


Continue what you’re doing for a full week even if you are feeling better to avoid a relapse
And these suggestions have not been evaluated by the FDA and just recommendations

For help and consultation call the save a life group at 845-444-2619

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 4:53 am

עס ווערט געזוכט וואלענטירן פאר די ארגענעזאציע סעיוו א לייף וואס וועלן ווערן איינגעטרענט צו העלפן דעם ציבור מיט די נויטיגע אנווייזינגען צו בעסער מאכן די מצב און ארויסקריכן פון די וויירוס

אויב קענט איר אדער אייער בני בית זיין א וואלענטיר ביי פאון אדער אראפגיין צי פאציענטן מענער אדער פרויען אידיש אדער ענגליש רופט אויף 347-668-9124

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 5:05 am

א אינגערמאן רופט מיר יעצט אז ער האט אנגעהויבן שפירן סימני קאראנא און שוין 48 שעה וואס ער האט אויפגעהערט שמעקן און שפירן טעם אין עסן און נאך פילע ווייטאגן און מיטוואך האט ער גענומען דעם מינערל דרינק און ביז עטליכע שעה האט אנגעהויבן באקומען צוריק דעם טעם און דארנעשטאג איז ער אויפגעשטאנען אנע שום ווייטאג
אויך האט מיר הרב שפיגל פון מאנסי אב"ד תפילה למשה געזאגט אז ער האט עס שוין געגעבן פאר ארום 20 מענטשן און עס האט יעדן געהאלפן
אויב איינער האט פרטים פונעם סייענטיסט וואס עס געמאכט זאל ביטע אריינקומען

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 3:45 am

באקומען יעצט פון א אנדערע חשובער עסקן אין מאנסי א רייכע ליסטע פון אינפא קוקט אויס גאר גוט אויבנאויף (אבער כנעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט משא"כ די פריערדיגע איז איבערגעגאנגען מיט הרב לייפער יעדעס ווארט)
בעסער רופט הרב לייפער פאר פונקטליכע אנווייזינגען 3479328563 אדער סעיוו א לייף 845-444-2619


בס"ד
קאראנע וויירוס שטאפלען
"מעדיצינישע און נאטירליכע באהאנדלונגען"
צום אלעמען ערשט איז כדאי צו חזר'ן אז השי"ת איז בורא ומנהיג לכל הבריאים, און נאר דער אייבירשטער איז דער רופא נאמן; נאר מיר האבן א חיוב השתדלות פון
שמירת הגוף, און זעהן מיר זאלן האבן א געזונטן גוף. דערפאר ווילן מיר דא אדורכגיין גאר וויכטיגע נקודות ארום די באהאנדלונג פונעם וויירוס.
הקדמה
כדאי בעסער צו באקומען א קלארקייט ארום די וויירוס און די באהאנדלונגען, איז ערשט כדאי צו פארשטיין גרינטליך די וויירוס שטאפלען, און די הויפט פראבלעמען
וואס קענען זיך מאכן מיטן וויירוס, אזוי ארום וועט מען בעסער פארשטיין וויאזוי צו פארמיידן פון אנקומען צו שווערע מצבים, און קענען האבן בעז"ה א שנעלע און
גענצליכע ערהוילונג.
דער וויירוס האט אין זיך 'פיר' דרגות, און צייטן. און עס דארף ווערן אדרעסירט ביי א יעדע שטאפל – די ריכטיגע און פאסיגע טריטמענט פאר די דאזיגע צייט. 1 (עס איז
דא די צייט וואס די וויירוס כאפט זיך אריין אין די מענטש און די מענטש שפירט נאך גארנישט קיין סימטאמען, 2 (דערנאך איז דא די צייט וואס דער מענטש הייבט אן
שפירן די וויירוס סימטאמען, ווי למשל פיבער, שוואכקייט, וכדו' און דעמאלס איז די צייט ווען די וויירוס פארטאפלט זיך (replication Virus (און דאס גייט אזוי פאר 6-5
טעג, 3 (נאך די פיפטע אדער זעקסטע טאג פאסירט אפטמאל אז דער אימיון סיסטעם הייבט זיך אן צו שלאגן ווילד מיטן וויירוס וואס דאס קען ברענגען פארשידענע
פראבלעמען. צווישן די פראבלעמען וואס דאס קען ברענגען, איז 'לינגען אינפלאמאציע' וואס איז גורם גאר אסאך מאל צו אנטוויקלען א שווערע אטעם, נעמאניע, [וואס
דארף ווערן באהאנדלט מיט שטארקע אנטיביאטיק, ווי שפעטער ערקלערט]. אזוי אויך קען דאס צוברענגען פאר די אקסידזשען לעוועלס צו פאלן, און נאך פראבלעמען. ,
4 (צומאל – אין געוויסע פעלער ווען מען באהאנדלט נישט ריכטיג שטאפל 3 אזויווי שפעטער ערקלערט – קען פאסירן אז דער אימיון סיסטעם זאל ארויסגיין פון
קאנטראל, וואס דאס ווערט אנגעריפן אן אימיון סיסטעם "שטורעם" (storm Cytokine ,(און זי צינדט אן גאר מאכטפולע אינפלאמאציע (Inflammation Hyper (כוחות,
וואס דאס קען אנברענגען פארשידענע (גרויסע) פראבלעמען אויב דאס ווערט נישט געהעריג אדרעסירט.
[און דאס איז געווען א גרויס חלק פון די פראבלעם וואס דאקטורים האבן אין אנהויב (און טייל נאך היינט!) נישט געהעריג געוויסט צו באהאנדלען ריכטיג און צייטליך,
וואס אסאך דאקטורים (הגם נישט אלע) 1 וואס דאס פארשפעטיגונג פון די באהאנדלונג איז גורם גאר גרויסע פראבלעמען, אבער היינט איז שוין דא בעסערע פראטאקאלן
ווייסן שוין היינט וויאזוי צו באהאנדלען זייער גוט דעם אינפלאמעישן און זיינע נאכפאלגן, אז אפילו מען האלט שוין ביי שפעטערע שטאפלען זאל מען בעז"ה זיך זייער
גוט ארויסדרייען דערפון].
~ ~ ~ ~
איידער מיר גייען צו מסביר צו זיין די אלע טריטמענטס, פאר די אלע אויבנדערמאנטע שטאפלען ווילן מיר פארלייגען די פראבלעמען וואס קענען פאסירן מיט די וויירוס:
1 (פשוטע וויירוס סימטאמען, 2 (דיהיידרעישן, 3 (נעמאניע, שווערע אטעם, טריקענע היס 4' (נישט רעגולירטע' אימיון סיסטעם - אינפלאמאציע, 5 (נידריגע אקסידזשן
לעוועל'ס, 6 (בליט פארגליווערונג.
יעצט וועלן מיר צוקומען בעז"ה מסביר צו זיין באריכות א יעדע איינע פון די פראבלעמען, און וויאזוי דאס צו פארמיידן בעז"ה, און אזוי אויך וויאזוי דאס צו באהאנדלען.
1 (פשוטע וויירוס סימטאמען. וויירוס סימטאמען, ווי שוואכקייט, פיבער, א היס, קאפ וויי, בויך וויי, נישט שמעקן / פילן א טעם, וכו'.
וויאזוי צו פארמיידן (prevention :(עס איז כדאי פאר די אידן וואס האבן נאכנישט געהאט די וויירוס, (בפרט עלטערע אידן/מענטשן מיט געזונטהייט קאמפליקאציעס)
זאלן טוהן אזויווי די אנווייזונגען פון די דאקטורים, אזויווי: נישט גיין צו נאנט צו אנדערע, זיך צו וואשן די הענט אפט, און בפרט ווען מען קומט אין ביירירונג מיט
אנדערע, אוועקשטיין פון צוזאמגעשטיפטע פלעצער, וכו'.
מען זאל נעמען א יעדן טאג די פאלגענדע רפואות:
• סעליניעם (Selenium ,(200 מייקראגאם (g"mc (א יעדן טאג. דאס איז א מאכטפולע וואפן, נישט אריינצולאזן וויירוסעס אין די גוף.
• זינק, (zinc (50-30 מ"ג, א יעדן טאג, די בעסטע איז אין א לאזענגעס פארמאט.
 בעסטע סארט: זינק גלייסענעיט, אדער פיקאלענעיט. אדער ליקוואד זינק.
• ווייטעמין D) ,D Vitamin (5000 IU א יעדן טאג. קען ווערן גענומען אויף איינמאל.
נ.ב. עס איז כדאי צו טשעקן די ווייטעמין D לעוועל hydroxy-25 אין א בלוט טעסט. די לעוועל איז כדאי זאל זיין צווישן 100-50 ,כדאי צו האבן א געזינטע
אימיון סיסטעם.
• ווייטעמין C) ,C Vitamin (ארום 4000 מ"ג א טאג. צוטיילט דורכן טאג.
• עפל סיידער וויניגער (vinegar cider Apple (דאס האט א כח צו הרג'נען וויירוס צעלן. וועגן דעם האבן רפואה עסקנים מציע געווען אז מען זאל דאס
אריינשמירן אין די נאז, (מיט א קיוטי"פ וכדו'), צופרי און ביינאכט, און אזוי ארום אפהאלטן די וויירוס פון אריינדרינגען אין קערפער.
וויאזוי צו באהאנדלען: גאר וויכטיג!!! אנהייבן די רפואות ווי פריער, אזוי ארום וועט מען קענען פטור ווערן דערפון גרינגערהייט, פאר עס זאל האבן די
געלעגנהייט ח"ו זיך צו פארערגערן.
• טרינקען אסאך, בעסער צו טרינקען ווארעם'ס. ווי טיי מיט לעמען און האניג, טשיקן זיפ וכו'. צו דעם איז כדאי צו נעמען די פאלגענדע רפואות.
• זינק, (zinc (100-75 מ"ג, פאר 10 טאג, דערנאך 50-30 מ"ג א טאג. די בעסטע איז אין א לאזענגעס פארמאט.
 בעסטע סארט: זינק גלייסענעיט, אדער פיקאלענעיט. אדער ליקוואד זינק.
• ווייטעמין C) ,c vitamin (מען קען נעמען אזוי סך ווי 000,20 מ"ג "צוטיילט דורכן טאג" (און אפילו מער), ארום 2 טויזנט מ"ג א יעדע שעה. (ביז די מאגן
ווערט לויז, וואס דעמאלס איז א סימן אז די גוף פארמאגט שוין גענוג. נעמט אין אכט! ווען איר פילט נישט גוט – פארניצט די גוף גאר אסאך וויטעמין C
דערפאר קען אייער גוף פארנעמען אסאך מער ווי געווענליך).
 בעסטע צו נעמען אין א פוידער פארמאט (עסקארביק עסיד אדער סאדיעם עסקארבעט), אין א גלאז וואסער, טיי, דזשוס וכדו'. עס איז דא צו
באקומען א פאודער וואס איז דא דערין 4000 מ"ג אין א Teaspoon ,וואס איז גאר א גוטע וועג צו נעמען העכערע דאזעס צוטיילט דורכן טאג.
א שטייגער ווי די Protocol PLUS MATH אדער די Protocol EVMS .1
 מען דארף פרובירן צו נעמען ווי מער, לכה"פ 7 ביז 10 טויזנט מ"ג.
• ווייטעמין D) ,D vitamin (פאר ערוואקסענע 000,50 IU פאר 3 טעג 2 ,דערנאך 5000 IU א יעדן טאג. קען ווערן גענומען אויף איינמאל.
• קווארסעטין, (quercetin (500 מ"ג צוויי מאל א טאג.
• פרישע דזינדזער דזשוס (juice ginger fresh ,(איין אונס - צוויי אדער דריי מאל א טאג.
• NAC 600 מ"ג 2 אדער 3 מאל א טאג, וואס העלפט גאר שטארק פארן אימיון סיסטעם און ספעציעל פאר לונגען פראבלעמען, אזוי אויך פאר א היס.
 עס איז וויכטיג דאס צו נעמען בלויז נאכן עסן, נישט אויף א ליידיגע מאגן.
• זיין רואיג, ("זיך נישט אנשטרענגען"). בלייבן אינדערהיים, שלאפן אסאך, ריען, זיין רואיג!!! און פרייליך!!!! אנגעפילט מיט אמונה, בטחון, שמחה, און
האפענונג צו השי"ת, אז אלעס וואס השי"ת טוט איז זיכער פאר מיין טובה וכו'.
אזוי אויך איז גאר וויכטיג נישט צו זיין אויסגעשטעלט צו א קאלטע אטמאספערע, [דעריבער פרעגט אייער דיין בנוגע שלאפן אין די סוכה, ווייל דאס קען
צומאל זיין בגדר סכנה].
2 (דיהיידרעישן. אויסגעטריקנטקייט, וואס קען גורם זיין ערסטע פראבלעמען.
וויאזוי צו פארמיידן: מען דארף גאר שטארק אינאכט נעמען כסדר צו טרינקען גענוג, בפרט אז מען האט פיבער, און מען עסט/טרינקט נישט געהעריג, קען מען חלילה
ווערן אויסגעטריקנט. איינער וואס איז אים שווער צו עסן טרינקען, זאל זיכער מאכן צו "זיפ'ן" א יעדע 15-10 מינוט אביסל וואסער, טיי, זופ. נאך בעסער איז צו טרינקען
"פידיעלייט" וואס האט אין זיך וויכטיגע מינעראלן, וואס מען פארלירט ווען מען ווערט פארטריקנט.
וויאזוי צו באהאנדלען: אויב מען איז חושש אז מען גייט ווערן דיהיידרעטעט (למשל איינע וואס איז שווער – אוממעגליך צו טרינקען), ווארט נישט ביז די לעצטע
מינוט!! גייט תיכף אריבער צו אייער דאקטער, אורגענט קעיר און נעמט fluid IV .אויב קענט איר נישט אריבערגיין צו א קליניק דאן פרובירט צו ריפן א געטרייע
פארמעדיק פון אייער געגנט, צו געבן די fluids אינדערהיים.
אויב זענט איר דיהיידירעיטעט (נידריגע בלוט דרוק, דיזינעס) דאן רופט הצלה.
מענטשן וואס קענען נישט עסן צוליב nausea איז פארהאן א nausea anti מעדיצין (Zofran (וואס מען קען בעטן פונעם דאקטער, אדער קען מען נעמען נאטירליכע
.(maxi health פון ginger-max) .קעפסולס דזשינדזשער אזויווי anti nausea
3 (נעמאניע/שווערע אטעם/טריקענע היס איינער וואס האט א פארלייגטקייט אין די טשעסט, א היס (בפרט א טריקענע היס), און/אדער א שווערע /קורצע אטעם –
איז שטארק מעגליך אז ער האט אן נעמאניע (וואס איז 'זייער' שכיח ביי די קאראנע וויירוס), וואס דארף ווערן באהאנדלט "באצייטנס" מיט א געהעריגע אנטיביאטיק.
גייט צום דאקטער זאל אייך אינטערזוכן די לונגען, און צומאל איז כדאי צו מאכן א ray-x chest צו זעהן אויב ס'איז דא אן נעמאניע.
נ.ב. עס איז פארהאן א מעגליכקייט צו באקומען א ray-x chest ביי אייך אינדערהיים, דורך ספעציעלע קאמפעני'ס וואס וועלן אראפ קומען צו אייך אינדערהיים. איר
קענט רופן די קאמפעני Diagnostics preventive אויפן נומ: 9729-749-800
וויאזוי צו פארמיידן: טרינקען גענוג, און טוהן די אלע עצות פון נומ. 1.
עס זענען פארהאן דאקטורים וועלכע גיבן די אנטיביאטיק עזיטראמייסן (Azithromycin ,(צו פארמיידן פון זיך דעוועלעפן א בעקטעריעל נעמאניע.
וויאזוי צו באהנדלען: אויב האט איר אן נעמאניע (אפי' די דאקטער זאגט אז דאס איז "בלויז" א וויירעל נעמאניע) איז וויכטיג דאס צו באהאנדלען ריכטיג און באצייטנס.
געווענליך וועט די דאקטער פארשרייבן אן אנטיביאטיק, געווענליך עזיטרעמייס"ן (Azithromycin ,(אדער דאקסיסייקלין וכו'.
עס איז וויכטיג צו וויסן:
אויב האט איר גענומען די אנטיביאטיק, און נאך א טאג (24 שעה) זעהט נישט עפעס א "מערקבארע" חילוק, (פיבער, כוחות, גרינגערע אטעם, שליים לאזט זיך אויף) דאן
איז דער אנטיביאטיק נישט געאייגנט (אדער נישט גענוג שטארק) פאר אייך/די אינפעקציע, דעריבער רופט אייער דאקטער און פארלאנגט א שטערקערע בעסערע
אנטיביאטיק.
נ.ב. דער מציאות האט איבערגעוויזן גאר אסאך מאל, אז ווען מען האט גענומען שטערקערע אנטיביאטיק א שטייגער ווי אוגמענטי"ן (Augmentin (אדער לעוועקווי"ן
3) Levaquin ((האט דאס גאר גוט געארבעט, און די שווערע אטעם און אנדערע סימטאמען האבן זיך דראסטיש פארבעסערט
.
עצות פאר שווערע אטעם (און טריקענע היס):
הקדמה: דער שווערע אטעם און טריקענע היס קען גאר אסאך מאל קומען פון אן אנגעלייגטקייט אין די לונגען, וויבאלד דער אימיון סיסטעם פרודיצירט אסאך שליים זיך
צו שלאגן מיטן וויירוס, (וואס קען שפעטער ווערן פארטריקענט), און דאס קען שווער מאכן דעם אטעם, און/אדער שטערן די לונגען פון איינזאפן געהעריג די
לופט/אקסידזשען. די פאלגענדע עצות זענען אויסגעפריווטע וועגן וויאזוי צו אויפלאזן די (טריקענע) שליים, און צו עפענען די לונגען, וואס גאר אסאך מאל קען דאס
ממש אויפן פלאץ שטארק בארואיגן און פארגריגערן דעם אטעם.
• נעביולייזער: א יעדע 4 שעה, ביז מען פילט בעסער.
 מען קען לייגן פשוט סעלין (Saline) (זאלץ וואסער), וואס העלפט זייער גוט אויפצולאזן שליים, צומאל איז גוט צו נעמען עביורעאל (Aburual (צו העלפן
עפענען די לונגען.
 מען קען אויך באקומען א געוואלדיגע סעלושן צו לייגן אין נעביולייזער (א צוזאמשטעל פון silver colloidal ,peroxide hydrogen, iodine (וואס האט גאר גוט
געווירקט צו היילן די לונגען און פארגריגענען די אטעמען.
צו באקומען די סעלושן און אזוי אויך פאר א נעביולייזער, מיט די מעסק וכו' קענט איר רופן:
718-972-3592 :פארק בארא 845-425-2567 :מאנסי 347-243-6849 :וויליאמסבורג
• שמירן און אויפקלאפן די טשעסט (PT Chest .(3-4 מאל א טאג.
דאס איז א געוואלדיגע רפואה צו אויפלאזן די שליים פון די לונגען, צו ערשט שמירט מען די טשעסט פון אויבן ביזן בויך ווי די לונגען פארשפרייטן זיך און
אויפן ריקן פון אויבן ביז אראפ, מיט א אויל וואס העלפט אויפלאזן שליים, א שטייגער ווי OIL CASTER און מען קען צולייגען נאך פארשידענע OILS ווי
אפאר טראפן: OREGANO, PEPERMINT, ECLYPTUS, LAVENDER, TREE TEE) מען דארף דאס מישן מיט שמן זית) און מען רייבט דאס גוט אריין אין די פארנט
און פון אינטן פאר עטליכע מינוט; דערנאך קלאפט מען גוט אויף די ריקן פאר א שטיקל צייט כדאי אויפצולאזן די שליים.
• נעמען Mucinex .דאס איז אן counter the over מעדעצין, וואס ארבעט גאר גוט צו אויפלאזן די שליים.
דר. Marik Paul הויפט ICU דאקטער פון ווירדזשינע מעדיקל סקול, און גרויסע לונגען ספעציאליסט, גיבט 000,60 IU גלייך ווען דער פאציענט קומט אן אין די ICU .2
אפילו די נעמאניע איז בלויז א וויירעל נעמאניע, איז דא אסאך דאקטורים וואס טוען דאס געהעריג באהאנדלען ווי א בעקטעריעל נעמאניע, מיט גרויס הצלחה. (מיר גייען נישט דא אריין 3
אין די סוגיא פון די אורזאך דערפון, אבער דאס איז די מציאות ביי רובא דרובא מאל, אז אנטיביאטיק ארבעט אפי' ביי אזויגערופענע וויירעל נעמאניע).
• אריינאטעמען הייסע פארע. מען קען אויפקאכן א טאפ מיט וואסער (אנדערע לייגן אריין אויך צוויבל, קנאבל וכדו'), דערנאך דעקט מען זיך צו מיט א
האנטיך מיט'ן טאפ און מען אטעמט אריין פאר א שטיקל צייט די הייסע פארע.
גיבט אכטונג!!! זיך נישט צו אפבריען, פרובירט אויס פארדעם ווי הייס דאס איז.
4' (נישט רעגולירטע' אימיון סיסטעם – ווילדע אינפלאמאציע, דאס האבן מיר שוין מסביר געווען אין די הקדמה אז דאס קען פאסירן אין די שפעטערע שלב פון די
וויירוס (נאך ארום פינף טעג פון די ערשטע סימטעם).
וויאזוי דאס צו פארמיידן: עס איז גאר וויכטיג צו נעמען גלייך פון אנהויב א זאך וואס בארואיגט אינפלאמאציע, און העלפט רעגולירן דעם אימיון סיסטעם. און
.4 פארשטייט זיך נישט נעמען זאכן (אפילו נאטירליכע פרודוקטן) וואס רייצט אויף דעם אימיון סיסטעם
דאס זענען די זאכן וואס איז כדאי צו נעמען אויף צו פארמיידן:
• פרישע דזינדזער דזשוס (juice ginger fresh ,(איז גאר א ווינדערליכע רפואה, און דאס איז אן 'אנטי אינפלעמעטארי', ד.ה. אז דאס העלפט גאר שטארק
צו רעגולירן דעם אימיון סיסטעם. און אזוי אויך העלפט דאס פאר די אטעמען, ווען מען איז פארלייגט, און מען אטעמט שווער/שנעל.
 עס ווערט גענומען פריש אויסגעקוועטשט, איין אונס – 2 אדער 3 מאל א טאג. עס דארף ווערן גענומען נאכן עסן, נישט אויף א ליידיגע מאגן.
 אויב נעמט איר א בלוט דינער, פרעגט אייער דאקטער ביפארן נעמען, [עס איז אפשר כדאי צו נעמען אביסל ווייניגער].
 אויב איז שווער צו נעמען די דזשינדזער, קען מען דאס מישן מיט א גלאז וואסער אדער דזשוס, אדער אריינלייגן אין ליידיגע קעפסולס (וואס איז דא צו
באקומען אין געזונטהייט געשעפטן) און אזוי דאס אראפשלונגען. (מען דארף עס נעמען תיכף נאכן אריינלייגן אין די קעפסולס, אז נישט קען זיך די קעפסולס צולאזן).
דאס צו באקומען און פאר אנווייזונגען קענט איר רופן בארא פארק: 6434-859-917 וויליאמסבורג: 7910-977-347 מאנסי: 0045-382-347 קרית יואל: 1406-906-914
438-938-5753 :מאנטריאל 917-226-9415 :לעיקוואד 845-362-8406 :סקווירא
• מעגניזיאם, (magnesium (400 מ"ג א טאג
• מעלעטאנען, (melatonin (3 מ"ג פארן גיין שלאפן.
• וויטאמין c) ,c vitamin (אין גוטע דאזעס (ווי 7 ביז 10 טויזנט מ"ג) קען אויך פארמיידן דעם פראבלעם.
וויאזוי דאס צו באהאנדלען:
איינער וואס האלט שוין נאך די פיפטע אדער זעקסטע טאג פון די וויירוס (אדער שפעטער), און די אקסידזשן לעוועל פאלט אינטער 95] ,און בפרט אויב
עס פאלט אינטער 90 ,[אדער די מצב ווערט ערגער, ווי למשל די אטעמען, שטארקע שוואכקייט וכדו', איז א צייכן אז זיין אימיון סיסטעם שלאגט זיך צו
ווילד מיטן וויירוס, און ער דארף דאס באהאנדלען ווי פריער מיט 'אנטי אינפלעמעטארי' רפואות (דאס איז חוץ פון די נעמאניע – אויב איז דא – וואס
דארף עקסטער ווערן באהאנדלט מיט אנטיביאטיק ווי פריער ערקלערט), וואס זיי זענען:
סטירויד'ס (s'steroid (מען דארף בעטן פונעם דאקטער זאל פארשרייבן סטירוידס, און מען דארף דאס נעמען ביז די מצב פארבעסערט זיך 'אינגאנצן', ד.ה. אז עס
פארלאנגט זיך מער נישט קיין סאך אקסידזשען דורך די נאז, און די כוחות קומען שוין צוריק, און חלילה נישט אויפהערן נעמען פריער. (אסאך דאקטורים האבן דאס נאר
געגעבן פאר עטליכע טעג און די פאציענטן זענען זייער צוריקגעפאלן נאכן דאס אויפהערן צו נעמען.(די דאקטורים פארשרייבן היינט די סארט סטירויד וואס הייסט:
דעקסימעדעזאון (dexamethasone (6 מ"ג (mg 6(אנדערע גיבן 8 מ"ג.
גאר וויכטיג! אויב מען זעהט נישט קיין פארבעסערונג נאך 24 שעה פון נעמען די סטירויד, דאן זאל מען בעטן פונעם דאקטער, צו ער וויל צולייגן א העכערע דאזע, אדער
געבן אן אינדזעקשן (injection ,(אדער איי ווי (IV (סטירויד'ס. און אזוי ווייטער, אויב זעהט מען נישט קיין שינוי לטובה (אין אקסידזשען לעוועלס) דארף מען גיין מיט
נאך העכערע דאזעס פון סטירויד'ס (צומאל גאר הויכע), ביז דער מצב ווערט בעסער. און צומאל פעלט אויס צו טוישן צו א בעסערע סטירויד, (וואס איז מער געאייגנט פאר
די לונגען) א שטייגער ווי methylprednisolone.
וויכטיג! אויב האט איר דייעביטיס (ציקער), דאן שמיסט איבער מיטן דאקטער וויאזוי דאס צו נעמען, ווייל סטירויד'ס הייבט די ציקער. אזוי אויך אויב האט איר א
היסטאריע פון בליטינגען (ווי אן מאגן אלסער וכדו') רעדט דאס עקסטער איבער מיט אייער דאקטער.
וויכטיג! די סטירויד'ס איז כדאי צו נעמען בלויז אויב מען האלט שוין נאך 5 אדער 6 טעג פון ווען מען האט באקומען די ערשטע סימטאמען און נישט אין די ערשטע פאר
טעג פון סימטאמען5.
הויכע דאוזעס ווייטעמין – C אין איי ווי (c vitamin IV dose high (מען דארף געבן ארום 24 גראם (דאס איז 24 טויזנט מ"ג) א טאג, צוטיילט אויף צוויי מאל א
טאג [12 און 12.[
מען מישט דאס מיט 250 מ"ל סעלין וואסער, פאר אן אינפיושן פון ארום 90 מינוט, געגעבן דורך א דאקטער אדער פעראמעדיק, אין אן אייווי ליין (עס איז דא נאך מהלכים
אין דעם אלעם, פארהאן דאקטורים וואס גיבן מער און פארהאן וואס גיבן ווייניגער וכו', אבער כדאי עס זאל טוען די ריכטיגע פעולה, פעלט זיך אויס צו גיבן לכה"פ 12
גראם א טאג).
די איי ווי ווייטעמין C ארבעט גאר גוט צוזאמען מיט די סטירוידס, צו בארואיגן די ווילדע אינפלאמאציע, און טוט דראסטיש פארבעסערן די אקסידזשען לעוועל'ס
אא"וו.6
[עס איז כדאי צו אנמערקן, אז רוב שפיטעלער גיבן אויך וויטעמין C אין די איי ווי, נאר זיי גיבן געווענליך אסאך קלענערע דאוזעס, א שטייגער ווי 3 גראם אדער 1500 מ"ג,
(עס איז דא איינצעלנע שפיטעלער ווי מען גיבט יא 6 אדער 12 גראם, א שטייגער ווי די בארימטע דאקטורים פון די Alliance FLCCC) צווישן די איז די באקאנטע דר.
קארי וואס האט געפירט די ICU אין מאונט סיני – בית ישראל, אזוי אויך Maric Paul. Dr פון ווירדזיניע מעדיקל סקול, און נאך), פארט איז כדאי צו בעטן שטארק דעם

עס זענען דא געוויסע נאטירליכע רפואות, וואס שטיפן און 'סטימיולעטן' דעם אימיון סיסטעם, און איז נישט כדאי צו נעמען ביי די קאראנע וויירוס. (ווי למשל עלדערבערי (elderberry (4
און נאך).
ווייל אויב נעמט מען דאס פריער קען דאס גורם זיין אז די וויירוס זאל זיך שטערקער פארשפרייטן (replication (אינעם גוף. הערשט נאך 5 טעג ווען דער וויירוס האט זיך שוין געענדיגט 5
רעפליקעיטן איז שוין נישט קיין פראבלעם מיט די סטירוידס. (דר. פאול מעריק, פון די EVMS קאראנע פראטאקאל).
הערה פאר דייעבעטיקס (ציקער ליידענדע), ווען מען נעמט ווייטעמין C אין די IV ,קען צומאל די געווענליכע ציקער מעסטער ווייזן א פאלשע הויכע נומער (וואס מען ברויך נישט ווערן 6
דערשראקן), און מען ברויך דאס טשעקן דייקא מיט א glucose טעסט פון א געהעריגע בלוט טעסט אין א לעבעראטאריע.
דאקטער צו גיבן מער, לכה"פ 12 גראם.]
אויב האט איר א פראבלעם צו באקומען IV ווייטעמין C דאן קענט איר רופן: 2619-444-845 און דריקט עקסטענשן נומ. 0.
• פרישע דזינדזער דזשוס (juice ginger fresh ,(איין אונס - 4 ביז 6 מאל א טאג, צוטיילט דורכ'ן טאג, אויף א פילע מאגן.
• מעלעטאנען, (melatonin (8 ביז 12 מ"ג פארן גיין שלאפן.
• מעגניזיאם (magnesium (600 מ"ג א טאג, צוטיילט אין צוויי/דריי דאזעס.
[איר קענט זיך נאכפרעגן ביי די געזונטהייט געשעפטן פאר נאך סארט נאטירליכע אנטי-אינפלעמעטארי רפואות, (ווי bromelain, turmeric, Boswellia .[(

וואס צו טעסטן: עס איז כדאי צו האלטן א נאנטע אויג מיט בלוט טעסטס אויף די אינפלאמעישן מארקערס, אזוי ווי: Dimer-D, 6-IL, Ferritin .CRP צו זיי
ווערן בעסער מיט די אלע רפואות.
5 (נידריגע אקסידזשען (Saturation Oxygen Low .(די פראבלעם מאכט זיך ביי גאר אסאך מענטשן מיט דעם וויירוס, בפרט נאך עטליכע טעג פון סימטאמען, ווי
אויבן דערמאנט. דער גורם דערצו קען זיין פון די אנגעלייגטקייט אין די לינג (טריקענע שליים), אדער פון נעמאניע, אדער – און בעיקר – פון די אינפלאמאציע ווי אויבן
ערקלערט.
[אינטערעסאנט איז, אז מענטשן מיט די וויירוס קענען צומאל האבן "גאר נידריגע" אקסידזען לעוועלס, אפילו אזוי נידריג ווי אין די 60 און 70'גער נומערן, און פארט
קענען זיי אטעמען און אפילו רעדן, וואס איז אין געווענליכע אימשטענדן – ביי די נומערן נישט שייך].
וויאזוי דאס צו פארמיידן: מיר האבן שוין פריער אויסגעשמועסט ביי די אויבנדערמאנטע פראבלעמען (ווי נעמאניע, אינפלאמאציע, שליים) וואס צו טוהן.
וואזוי דאס צו באהאנדלען: 1 (מען דארף האבן א גוטע פינגער מעסטער (oximeter Pulse, (צו מעסטן כסדר די אקסידזשען לעוועל'ס. מען קען דאס באקומען פון הצלה.
2 (אויב די אקסידזשען לעוועל גייט אראפ אינטער 90 דארף מען צונעמען אקסידזשען פון די זייט דורך די נאז (cannula Nasal – (פון א טאנק, אדער פון א אקסידזשען
קאנסעטרעיטער (מאשין וואס פרודיצירט אקסידזשען פון די לופט).
אויב מען דארף מער ווי 6 ליטער דארף מען ניצן א מעסק (Mask Breathable Non (וואס קען דעליווערן מער עקסידזשען און מער קאנציטרירט, אזוי אויך קען מען
צוזאמשטעלן עטליכע קאנסעקרעיטערס צו גיבן אסאך מער אקסידזשען. (עס איז אויך דא צו באקומען א מאשין וואס דעליווערט FLOW HIGH אקסידזשען, אזוי סאך ווי
60 ליטער פער מינוט).
לייגן אויפן בויך (position Prone ,(דאס פארבעסערט צומאל גאר שטארק די אקסידזשען לעוועלס. אויב נישט מעגליך קען מען פרובירן אויך צו לייגן אויפן לינקן
זייט, וואס קען אויך בארואיגן דעם אטעמען וכדו'.
אויב קומט די נידריגע אקסידזען צוזאמען מיט א שווערע אטעם, דעמאלס דארף מען טוהן אלע עצות ווי אויבן דערמאנט. (אדרעסירן די "נעמאניע" מיט (שטארקע)
אנטיביאטיק, און אדרעסירן די "איפלאמאציע" מיט די אלע אויבנדערמאנטע עצות (ווי סטירוידס, הויכע ווייטעמין C וכו'), און אזוי אויך אלע אנדערע עצות (ווי נעביולייזער,
קלאפן די טשעסט).
[וויכטיג צו געדענקען!!! פאר פאציענטן אין שפיטעלער!!!
א פאציענט וואס האט בלויז א נידריגע אקסידזשען לעוועל, אבער די אטעם איז נישט אזוי שווער, און די מוח איז געהעריג אין פלאץ, [און די הארץ איז נישט אנגעשטרענגט]; דעמאלס איז דא א דיסקאסיע ביי די
גרויסע דאקטורים, צו מען זאל לייגן אויף א רעספרעיטער אדער נישט, (און באמת איז דאס כמעט אלעמאל די סיבה פארוואס מען לייגט אויף א רעספרעיטער, צוליב נדריגע אקסידזשען, אפילו די פאציענט'ס מצב בכלליות איז נאך גאנץ
בסדר), וויבאלד דאס לייגן אויף א רעספרעיטער – און אלעס ארום – ברענגט געוואלדיגע פראבלעמען משום כמה סיבות ואכהמלה"ב. די איינציגסטע פאל וואס מען האט לכו"ע נישט קיין ברירה איז ווען עס איז דא
1" (עקסטרעמע" שווערע אטעמען, 2 (און די מענטל סטעטוס גייט ארויס פון פלאץ, און עס שטרענגט איבער די הארץ. 3 (און דאס אלעס איז נאכ'ן פרובירן CANULA NASEL FLOW HIGH – HFNC .4 (און אזוי אויך
נאכן פרובירן CPAP און BIPAP ,5 (און נאכן פרובירן צו געבן "גאר הויכע דאזעס" סטירוידס. (מפי דר. קארי און אנדערע ICU דאקטורים פון ניו יארק און איבער די וועלט.)
אזוי אויך דארף מען זעהן דאס איבערצורעדן מיט געטרייע עסקנים ביפאר מען לייגט אויף א רעספרעיטער].
ו) בלוט קלאט'ס (clots blood .(עס זענען געווען צומאל מענטשן מיטן וויירוס (בפרט עלטערע מענטשן) וואס האבן געהאט פראבלעמען מיט בלוט קלאטס (וואס קען
פירן ח"ו צו א בלוט קלאט ביי די לונגען (PE ,(אדער צו הארץ אטאקעס/סטראוקס ל"ע), כדאי דאס צו פארמיידן איז כדאי צו נעמען א רפואה וואס מאכט אביסל דין די
בלוט, צו פארמיידן בליט פארגליווערונג.
מען קען נעמען א בלוט טעסט צו אינטערזוכן אויב עס פארעמט זיך קלאטס די נאמען פון די טעסט איז DIMMER-7DI.
מען דארף וויסן, אז נעמען א בלוט דינער, האט א ריזיקע פון בליטן (bleeding ,(במילא איז כדאי איבערצושמיסן א יעדע רפואה מיט אייער דאקטער ביפאר איר נעמט
דאס, בפרט אויב איר נעמט שוין א בלוט דינער, אדער איר האט שוין געהאט אמאל א bleeding .
וויאזוי צו באהאנדלען: עס זענען דא עטליכע רפואות ווי: א אספירין, (עס זענען דא דאקטורים וואס פארשרייבן אספירין פאר קאראנע פאציענטן), קנאבל וואסער,
3 omega פיש אויל, און נאך.
עס זענען פארהאן דאקטורים (בפרט אין שפיטעלער) וואס געבן געהעריגע בלוט-דינער'ס, ווי א לאווענאק'ס שאט, אדער עלעקוויס, וכדו'. בפרט אויב מען זעהט (אויף
טעסטס) אז עס פארמירט זיך קלאטס.
דער עיקר פון אלעם איז, זיין פריילעך און רואיג, פיל מיט אמונה און בטחון אין די הייליגע באשעפער, ווייל נאר ער קען אונז העלפן, און ער גייט אונז העלפן, מיט א
גאנצע רפואה. און לאזט זיך נישט ווערן פאר'פאניק'ט פון די וואס ווילן אנווארפן איבריגע שרעק, וואס ברענגט בלויז שאדן. און אפילו בדרך הטבע, רואיגקייט און
פרייליכקייט איז א געוואלדיגע רפואה, ווי שלמה המלך זאגט שוין: רוח איש יכלכל מחלהו, און שטארקט די כוחות הגוף והנפש צו קענען זיך גאר שנעל ערהוילן מיט א
גאנצע רפואה.
פאר הערות און אנמערקונגען קענט איר שיקן אן EMAIL צו: com.gmail@co19assist
Disclaimer: products and statements herein, are not to be considered as medical advice, or to diagnose, or for treatment or prevention, it's for informational purposes only.
נעמט אין אכט אז צומאל קען די dimmer-Di זיין גאר הויעך אבער עס קומט נישט פון קיין 'קלאטינג', נאר א צייכן פון 'אינפלאמאציע', וואס אויף דעם ברויך מען עס טריעטן ווי אויבן 7
דערמאנט.


Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך Jobless » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 2:51 am

איינער האט א עצה צו סטאפן היסן. ? כהאב שוין לאנג נישט די וויירוס
שכח פין פאראויס

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: אלע עצות פאר תשרי תשפ"א פון הרב לייפער מזלאטשוב און נאך צו באקעמפן בעזר השם די קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 3:10 am

Jobless האט געשריבן:איינער האט א עצה צו סטאפן היסן. ? כהאב שוין לאנג נישט די וויירוס
שכח פין פאראויס

האסט פרובירט די מינערל? אויף קול סאטמאר נומער 14 דערנאך 324# א אינטערוויא מיט א איד וואס האט געהאט א דאבעל נעמאניע און נישט געקענט סטאפן היסן און נאכן נעמען די מינערל האט ער געסטאפט היסן
דאס איז בנוגע היסן און בנוגע אטעמען און אקסעדשין און פיבער און בכלל די ווירוס הער איך טעגליך פון רוב וואס נעמען עס אז עס ארבעט גאר גוט
יעצט שרייבענדיג די שורות זאגט מיר א חבר אז ער האט עס יעצט גענומען זייענדיג שרעקליך אנגעלייגט אויפן לינג און ער האט עס יעצט גענומען און האט תיכף געשפירט ווי ער הייבט אן אטעמען
עס צי באקומען רופט ר' משה ווייזער אויף 347-806-6554 און אין מאנסי ביי זלאטשובער רבי הרב לייפער 347-932-5296 זיין אדרעס איז 21 Dana rd. Monsey NY אדער רופט די מינערעל אינפא ליין 7189072550

כהאף צו האבן היינט א שמועס מיטן סייענטיסט און הערן די פרטים וויאזוי עס ארבעט


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט