בלאט 19 פון 21

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 4:52 pm
דורך פאלעסיידס
שפע רב האט געשריבן:פארוואס קען נישט הצלה ארויסקומען קלאר מיט קלארע נומבערס איבער די מצב? פארוואס קען מען נישט הערן קיין דעטע און קיין מיינונג פון זיי?

אפשר ווייל הצלה קען שוין היינט נישט רעדן אזוי אינדעפענדענט ווי אמאל, ווייל זיי בילן די אינשורענס און באקומען פון די לאקאלע געלטער.

הצלה קומט יא ארויס פון צייט צי צייט מיט א אפדעיט ווי די מצב האלט בערך, אבער סווערט פארוואסערט דא דורך רעכטע אין לינקע ניקס

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 4:54 pm
דורך Think and Thank
Goodmorning האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:Exactly מיר זענען אין גלות ביי די גאוו און מעיאר, און קלוג איז צו פארמיידן אנשטאט שרייען

ברענג מיר א דעיט ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס זיין קלוג האט געהאלפן.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 4:58 pm
דורך סטאוו יא פיטא
איך שעץ באמת די מערכה צי אויפוועקן דעם ציבור אבער ביטע מיט א מאס, טרייב נישט איבער.
איך קען פערזענליך די 2 באקאנטע פראמינענטע הצלה מעמבערס וואס געהערן אין באבוב (איינער פון בארא פארק און דער צווייטער פון וומסבג), די 2 האבן פורים צייט דאס מערסטע פארפירט פון סיי וועם מ'זאל עס נעמען ערנסט און זיי זענען ברייט מפורסם דערמיט, בשעת יעדער האט נאך דעמאלטס געלאכט האבן זיי געפירט א שווערע קאמפיין. יעצט זאגן זיי ביידע אז ס'איז אבי איבערגעטריבן און ס'הייבט זיך נישט אן אז דער מצב איז מסוכן. באזני שמעתי.
איך ווייס נישט צי זענען גערעכט אבער דאס שיינט צי זיין דער דעת הקהל ביי די הצלה אין בארא פארק און וויליאמסבורג

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:05 pm
דורך קלוגע חכם
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך שעץ באמת די מערכה צי אויפוועקן דעם ציבור אבער ביטע מיט א מאס, טרייב נישט איבער.
איך קען פערזענליך די 2 באקאנטע פראמינענטע הצלה מעמבערס וואס געהערן אין באבוב (איינער פון בארא פארק און דער צווייטער פון וומסבג), די 2 האבן פורים צייט דאס מערסטע פארפירט פון סיי וועם מ'זאל עס נעמען ערנסט און זיי זענען ברייט מפורסם דערמיט, בשעת יעדער האט נאך דעמאלטס געלאכט האבן זיי געפירט א שווערע קאמפיין. יעצט זאגן זיי ביידע אז ס'איז אבי איבערגעטריבן און ס'הייבט זיך נישט אן אז דער מצב איז מסוכן. באזני שמעתי.
איך ווייס נישט צי זענען גערעכט אבער דאס שיינט צי זיין דער דעת הקהל ביי די הצלה אין בארא פארק און וויליאמסבורג

ביזדערווייל קוקן אויס די הצלה מעמבער'ס, ובכן די אידישע דאקטורים אויס זייער רואיג, איך רעד פון קרית יואל, נישט ווייל עס איז נישטא קיין קעיסעס, נאר ווייל ב"ה מען איז אין טאפ אפ איט, מען ווייסט וואס צו טון, און ב"ה פילע קעיסעס וואס וואלטן פאר פסח שוין נישטא געווען, טריעט מען יעצט זייער גוט, פילע אינדערהיים, און מאנכע דארפן אנקומען אין שפיטאל פאר אפאר טאג, אין דארט אין שפיטאל ווייסט מען שוין אויך מיט חסדי השם וואס צו טון, און מען קומט ב"ה שנעל ארויס.

און אויב מען וועט נעמען די מהלך פון פאר פסח, און פארפאניקן דעם עולם, איז יצא שכרו בהפסידו, יעדער וואס האט עס וועט אריינגיין אין א פאניק, און דאס איז זייער נישט געזונט

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:10 pm
דורך סטאוו יא פיטא
זיי טענה'ן אז לולא די מגפה 6 חדשים צוריק וואלט יעדער געקוקט אויף די יעצטיגע סיטואציע ווי א געווענליכע סיזענעל וויירוס וואס איז צימאל שטערקער און צימאל שוואכער, אבער ווייט נישט קיין עפידעמיע ה"י. דאס קוקן דערויף ווי איין גרויסע בילד פון די מצב יעצט מיט די עפידעמיע 6 חדשים צוריק איז א גרויסע דשאוק ביי זיי. און דאס איז טאקע אויך די מיינונג פון א צאל לאקאלע דאקטוירים פון וועם איך האב געהערט.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:12 pm
דורך Goodmorning
ביי וועלכע סי זענען פלו דארפן אזויפיל אידן אקסידזשען? שפיטאל? אזויפיל אידן וואס האבן יעצט האבן נאך קיינמאל אפילו געשפירט די פלו אויף א צענטל פון דעם.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:16 pm
דורך שפע רב
פאלעסיידס האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:פארוואס קען נישט הצלה ארויסקומען קלאר מיט קלארע נומבערס איבער די מצב? פארוואס קען מען נישט הערן קיין דעטע און קיין מיינונג פון זיי?

אפשר ווייל הצלה קען שוין היינט נישט רעדן אזוי אינדעפענדענט ווי אמאל, ווייל זיי בילן די אינשורענס און באקומען פון די לאקאלע געלטער.

הצלה קומט יא ארויס פון צייט צי צייט מיט א אפדעיט ווי די מצב האלט בערך, אבער סווערט פארוואסערט דא דורך רעכטע אין לינקע ניקס

פון צייט צי צייט...
בערך...

איז נישט גוט אז דער ציבור ווייסט געהעריג?

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:17 pm
דורך סטאוו יא פיטא
Goodmorning האט געשריבן:ביי וועלכע סי זענען פלו דארפן אזויפיל אידן אקסידזשען? שפיטאל? אזויפיל אידן וואס האבן יעצט האבן נאך קיינמאל אפילו געשפירט די פלו אויף א צענטל פון דעם.

פרעגסט גוט, איך זאג נאר איבער וואס כ'האב געהערט פון זיי. אז דו דארפסט טעלעפאון נומערן געב איך דיר עס גערן, פרעג א.מ.פ. אדער י. ראזנבערג פון הצלה, אדער דר. שייאוויץ און אדלער, אלע פון זיי זאגן די זעלבע זאך

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:24 pm
דורך Goodmorning
פארוואס שריי איך?

וויל איך וויס א בחור וואס זיין מאמע האט געטעסט פאזאטיוו און ער איז געפאלן פיבערדיג אויף די מאנרא וויליאמסבורג באס, אן א מאסק, ווייל ער האט אנטיבאדיס. ווייל מיין חבר האט געשיקט זיינע היסענדיגע קינדער אין חדר ווען ער האט געהאט קאראנע, ווייל א הצלה מעמבער האט אים געזאגט אז ער מעג.
וויל מיין קרוב וואס האט געוויסט אז זיין ווייב איז פאזאטיוו האט געדאווענט נעבן מיר און ביינאכט אנגעהויבן פיבערן.
ווייל מיינס א נאנטע מיט קאנדישאנס האט געהאט אירע שכנים׳ס קינדער שפילן ביי זיך יום כיפור, און ערשט ווען זי האט שוין געפיבערט געהערט אז ביי זיי איז דאן געווען קאראנע, האבן זיי געשיקט די קינדער צו קענען זיך אויסרוען. ווייל אסאך אידן זענען געקומען מיט פיבער יום כיפור אין שול.

מען דארף די מענטשן מאכן פילן עז גילטי עז דעי אר

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:30 pm
דורך פאלעסיידס
Goodmorning האט געשריבן:פארוואס שריי איך?

נו הייב אויף א טעלעפאון אין רעד צי זיי,
דא האט מען נישט קיין אנונג וואס די ווילסט

און אויך האף איך די פארשטייסט אז קיינער איז נישט מחיוב צי גלייבען קיין אניאנאמע ניקס נישט לכאן אין נישט לכאן,
און אויך נישט נעמען מעדיקעל עדווייז חו פון וועבסייטס מדארף גיין צי א געהעריגע דאקטאר,
און פאר א שאלה צי א געהעריגע דיין
וואס נאך? פאר האקעלע אינפארמעישען צי אן אפישעל וועבסייט אדער כאטש צי אן אפישעל אויף א קול מבשר אינטערוויא

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:36 pm
דורך Goodmorning
זאל מען בעטן נעגעטיוו טעסטס פאר שמחת תורה. וואס איז אזוי שווער. און די פראצענט ראטעס וועלן זיכער פאלן אין גרויסן

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 5:59 pm
דורך שאשא
איך קען אפאר אנגעשטעקטע יעצט, אבער איך האב געהערט פון א הצלה מעמבער אין ב"פ ש"ק אז גאנץ ווייניג דארפן אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל אין אפילו אין שפיטאל לעבט היינט צוטאגס רוב איבער.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 6:57 pm
דורך שמות
Think and Thank האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:Exactly מיר זענען אין גלות ביי די גאוו און מעיאר, און קלוג איז צו פארמיידן אנשטאט שרייען

ברענג מיר א דעיט ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס זיין קלוג האט געהאלפן.

גלות ביי דו גאוו?...
איז גייט איר זיכער מאכן צו פאלגן נישט צו האבן מער ווי צעהן מענטשן שמחת תורה און בארא פארק?

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 7:17 pm
דורך פאלעסיידס
האט איינער די היינטיגע אראנזש קאונטי פאזעטיוו אפדעיט?

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 7:27 pm
דורך למדן וחסיד
שוין אריבער דער געזעץ?

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 7:35 pm
דורך Think and Thank
Goodmorning האט געשריבן:פארוואס שריי איך?

וויל איך וויס א בחור וואס זיין מאמע האט געטעסט פאזאטיוו און ער איז געפאלן פיבערדיג אויף די מאנרא וויליאמסבורג באס, אן א מאסק, ווייל ער האט אנטיבאדיס. ווייל מיין חבר האט געשיקט זיינע היסענדיגע קינדער אין חדר ווען ער האט געהאט קאראנע, ווייל א הצלה מעמבער האט אים געזאגט אז ער מעג.
וויל מיין קרוב וואס האט געוויסט אז זיין ווייב איז פאזאטיוו האט געדאווענט נעבן מיר און ביינאכט אנגעהויבן פיבערן.
ווייל מיינס א נאנטע מיט קאנדישאנס האט געהאט אירע שכנים׳ס קינדער שפילן ביי זיך יום כיפור, און ערשט ווען זי האט שוין געפיבערט געהערט אז ביי זיי איז דאן געווען קאראנע, האבן זיי געשיקט די קינדער צו קענען זיך אויסרוען. ווייל אסאך אידן זענען געקומען מיט פיבער יום כיפור אין שול.

מען דארף די מענטשן מאכן פילן עז גילטי עז דעי אר

מיט דעם ביזטו גערעכט. איך האב א שכן וואס האט געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע, און זיינע קינדער זענען געהעריג געגאנגען אין שול און אין חדר, און זי האט זיך ארומגעדרייט אין דאס, אין גראסערי, אריינגעקלאפט יעדע פינף מינוט בארגן זאכן פון שכנ'טעס וואס זי ווייסט אז זיי טארן עס נישט כאפן, אפילו אין די צייט וואס זי האט געהאט סיפטאמען!! עס האט געהאלטן א האר אוועק אז איך זאל פרעגן א שאלה צו כ'מעג איר מסר'ן.

נאר וואס, די סארט באשעפענישן וועלן נישט פילן גילטי אפילו ווען זיי ווייסן קלאר אז זיי האבן אנגעשטעקט א מענטש און ער איז געשטארבן. ביי די סארט רוצחים עקזיסטירט נאר איך, זיך און מיך.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 7:37 pm

אבער אסאך פון זיי האלטן אז יעדער כאפט עס עניוועי, סא פארוואס זאל איך מיר איינשפארן. און דאס דארף מען האמערן

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 7:57 pm

אבער פירן א מערכה מיט ליגנט ברענגט נאר אונטער די מערכה.

סיז א חרפה און א בושה אז נאכדעם וואס יהדות ניו יארק האט פארלוירן הונדערטער פון די שענסטע און בעסטע דארף מען אנזאגן מענטשן וואס האבן געטעסט פאזיטיוו זיך איינצושפארן, איבערהויפט ווען רוב פון די מענטשן וואס קענען עס נאך כאפן זענען מענטשן וואס האבן זיך געוואטשט די גאנצע צייט וויבאלד זיי זענען עט ריסק צוליב קאנדישענס וכדומה. איך שריי שוין עטליכע וואכן (נישט דא - איך בין נישט דא געווען ביז חוה"מ) אז די מוסדות וואלטן געמוזט האמערן דערמיט טאג איין טאג אויס, און אודאי וואלטן זיי געמוזט מעסטן די היץ און טשעקן פאר סיפטאמען ביי אלע קינדער יעדן טאג.

למעשה קוקט אויס אז די יעצטיגע כוואליע איז לייכטער. מיין שכן וועלכער האט געכאפט קאראנע איז א קענסער פאציענט, און דער דאקטאר האט געזאגט אז ער איז נישט צו שטארק באזארגט ווייל יעצט גייט עס ארום לייכטער. דאס נעמט אבער נישט אוועק פונ'ם פאקט אז אפילו יעצט שטארבן מענטשן - געזונטע מענטשן וועלכע זענען אנגעגאנגען מיט'ן לעבן געהעריג טראץ זייער אביסיטי, צוקער אדער אפילו הארץ פראבלעמען - אין געציילטע טעג דורך קאראנע, אפילו שוין אין תשרי תשפ"א. זאת ועוד, אפילו אויב עס איז טאקע לייכטער איז עס א קנאפע נ"מ כלפי די גאווערמענט, און אויב די אנגעשטעקטע וועלן נישט האלטן די קינדער אינדערהיים פאר צוויי וואכן, וועלן זיי מוזן בלייבן אינדערהיים פאר חדשים צוזאמען מיט אלע קינדער.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 8:00 pm
דורך פעיק ניוז
אן אחריות'דיגער מענטש וואס שפירט נישט גוט זיצט אינדערהיים, יעצט און אלעמאל.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 8:01 pm

איך בין מיט גיר. איך האלט פשוט צופיל מיט די לעצטע פאר וואכן, מענטשן מוטשענען זיך געפערליך און עס פאלט נישט ביי פאר זייער משפחה נישט צו טון צו אנדערע די זעלבע. אפילו מענטשן וואס שעלטן די וואס האבן זיי עקספאזט פארגעסן אלעס ווען זיי כאפן עס, זיי זאגן אז יעדער טוט עס מעג איך אויך

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 8:03 pm
דורך Think and Thank
פעיק ניוז האט געשריבן:אן אחריות'דיגער מענטש וואס שפירט נישט גוט זיצט אינדערהיים, יעצט און אלעמאל.

הלואי וואלסטו געווען גערעכט.
איך קען אבער גענוג מאמעס וואס שיקן די קינדער אין חדר/סקול מיט סטרעפ וכדומה, אזש מיין טאכטער'ס סקול האט אמאל געמוזט אהיימשיקן א שארפע צעטל דערוועגן נאך וואס איין קינד האט אנגעשטעקט א גאנצע קלאס.

און יעצט ביי קאראנע איז עינינו רואות אז ס'ליידער דא גענוג פארשוינען ביי וועם א אידס לעבן איז גארנישט ווערט כ"ז ס'נישט איך, און דרייען זיך ארום אפילו ווען זיי ווייסן אויף 1005 אז זיי האבן קאראנע.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 8:04 pm
דורך פעיק ניוז
נו די זענען דאך די אומאחריות'דיגע.

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 8:05 pm
דורך Think and Thank
גערעכט. אבער דארט איז טאקע די פראבלעם..

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 8:52 pm
דורך Goodmorning
פעיק ניוז האט געשריבן:נו די זענען דאך די אומאחריות'דיגע.

לעצטע יאר האט מיין גאנצע משפחה זיך געמוטשעט מיט פלו און לונגען אנטצינדונגן ווייל איין קלוגע מאמע האט געשיקט איר טאכטער אין סקול אויף מאטרין מיט די פלו צו זיצן גלייך נעבן מיין טאכטער, און עס האט גענומען חדשים ארויסצוקריכן

Re: דעבלאזיא וויל פארשליסן מוסדות צום צווייטן מאל

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:31 am
דורך KMW
אגב אן אריינצוגיין אין די נושא..
איינער זאגט מיר אז די ארדער איז פאר פובליק סטולס און פרייוועט סקולס, אבער האום סקול איז נישט אריינגערעכנט,איינער ווייסט?
(אלע מוסדות וואס נעמען נישט קיין פראגראמען זענען איינגעשריבן אלס האום סקול, האום סקול דארף נישט זיין אינדערהיים כידוע)