תגובהדורך yid » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:22 pm
בשם עסקני כלל ישראל בעהט מען אין ליכט פון דעם פרישן כוואליע פון די וויירוס, יעדער זאל זיכער מאכן ביי זיין משפחה אויף אלע וועלכע האבן נאכנישט געהאט די וויירוס, און אלע אידן העכער 60 אדער מיט קאנדישענס אפילו וואס האבן נאכנישט געהאט די וויירוס (אדער האבן נישט קיין אנטי באדיס) זאלן טאן פאר זיך און די ארומיגע די קריטישע אנווייזונגען לויט דאקטוירים און עסקנים און עקספערטן,
די אנווייזונגען זענען בלויז טייל פון די עצות וואס האבן געהאלפן טויזנטער אידן מכל קצבי תבל ביים ערשטן כוואליע פון די וויירוס, עס ווערט פארשפרייט דורכן ארגענעזאציע רפואה וישועה לע"נ הרה"ק ר' יחיאל מיכל ב"ר מזלאטשוב מאנסי זצוק"ל
די עצות וואס דאקטוירים און עקספערטן רעקאמענדירן צי טאן זענען ווי פאלגענד:
ווייטעמין זינק 100 מיליגראם א טאג (עלטערע מענטשן דארפן מער און אויב מהאט קאנדישאנס בפרט מיט די הארץ זאל מען נעמען ווייניגער ווי 100)
ווייטעמין C סי 5000 ביז 8000 מיליגראם א טאג, מקען נעמען 2000 יעדע פאר שעה (ווען מהאט נאכנישט די וויירוס איז גענוג 2 מאל א טאג 1500)
ווייטעמין D די 10,000 ביז 15,000 IU א טאג (ווען מהאט נאכנישט די וויירוס איז גענוג 5000 א טאג)
אויב האט איר נישט באקומען קיין היידראקסי קלארעקווין פונעם דאקטער פאר סיי וועלכע סיבה נעמט די ווייטעמין וואס דר. זאלענקא האט ארויסגעשטעלט אין זיין פראטאקאל מיטן נאמען קווארסעטין Quercetin
אימיון פאווער ווייטעמין 3 מאל א טאג 3 קעפסעלס יעדע מאהל און ווען מהאט עס נאכנישט איז גענוג איינמאל 3 קעפסעלס א טאג
און אזוי אויך יעדע אימיון באסטער ווייטעמין און אלע מאלטי ווייעמינען זענען גאר גוט
טרינקען אסאך ווארימע טיי לכתחילה יעדע שעה - קריטיש וויכטיג פאר יעדן און פאר עלטערע אידן בפרט, אפילו מזעהט נאכנישט די וויירוס
טרינקען אסאך וואסער
מאכן א שוויץ אין בית כסא מיטן אנצינדען די הייסע שויער און אריינאטעמען די הייסע לופט - פאר 10 מינוט און אויב מהאט גענוג אקסעדשין 30 מינוט אדער מער - מאכט זיכער צי טרינקען אסאך וואסער בעפאר און נאך דעם שוויץ און אויב מעגליך אויך אימיטן
מענטשן מיט נידריגע אקסעדשין זאלן עס נישט טאן נאר אנשטאט דעם טרינקען טיי און די אנדערע עצות ווי נעביולייזער וכו' ווי שפעטער באריכטעט
נישט נעמען לכתחילה קיין מאטרין לויט רוב עקספערטן מאכט דאס גרעסער די וויירוס נאר טיילענאל און אויך נאר אויב עס פעהלט אויס פאר הויכעכע פיבער וכדומה (אויב די פיבער גייט נישט אראפ איז דא ווער עס הייסט נעמען מאטרין פרעגט איבער בעפאר אייער דאקטער אדער עקספערט)
נעמען אסאך לעמען וואסער אדער לעמען אין טיי לכתחילה אויך מיט שאלאכטס וואס דאס הייבט אויף די PH (די PH הארגעט די וויירוס)
זיך אפרוען און שלאפן אסאך - פרובירן נישט זיין אנגעצויגן וואס איז א גורם צי קורצע אטעמען און נאך חלילה
מאכן עקסערסייז אפילו מהאט ווייניג כח זאל מען ארויסגיין וויפיל מקען כאטש אביסל צו פרישע לופט און איבונגען
נאך עצות וואס עסקנים און עקספערטן רעקאמענדירן
צי טאן זענען ווי פאלגענד:
אויב מהאט א גוטע מאגן און א געזינטע הארץ זאל מען נעמען אסאך קנאבעל סיי אין זיפ און סיי אויף די ברויט און סיי מיט די עצה ידוע פון ווייקן קנאבל מיט וואסער און טרינקען די וואסער (די קנאבעל טאר נישט האבן קיין אייזן דעריבער שניידט עס נאר מיט א פלעסטיק מעסער)
מיט א שווערערע מאגן קען מען נעמען- אנשטאט רויע קנאבעל - מעקסי ביאטיק אדער קיאליק - אבער הארץ ליידענדע זאלן דאס נאר טאן אויב זיי פרעגן זייער דאקטער איבער קנאבעל
אויפשיינדן צוויבל און אראפלייגן אין יעדע שטוב בפרט אין שלאף שטוב וואס דאס רייניגט די לופט און ציעט ארויס אלע באקטיריע
עצה טובה פאר אטעמען פראבלעמען בפרט פאר די וואס קענען נישט מאכן א שויער-שוויץ ווי אויבדערמאנט זאלן ניצן נעביולייזער און וועפערייזער מיט ווארים וואסער און אויב מעגליך לייגן אין די וואסער פארדעם קנאבעל און לעמען און דשינדשער
אויפקאכן וואסער מיט קנאבעל און לעמען און דשינדשער און אריינאטעמען די הייסע לופט וואס דאס הארגעט די וויירוס, עצה טובה צו לייגן טראכטער פארקערט און אטעמען פונעם שפיץ - אכט געבן נישט זיך אפבריען
עצה טובה צי שמירן שמן קיק CASTER OIL אדער אפילו שמן זית אויפן טשעסט
אויך ווייטעמין A איז זייער גוט צי ראטעווען די לינגען (אבער אין פארשינדענע אומשטענדן דארף מען פרעגן א דאקטער בעפאר )
אויך איז דא צו באקומען די באקאנטע רמב"ם טיי וואס העלפט אויף אסאך פראבלעמען מקען עס אפנעמען ביי פליישמאן 177 הופער סטריט אין וויליאמסבורג
אזוי ווי די וויירוס האלט זיך אויף העכער די נאז איז גאר גוט אריינציציען אין די נאז לעכער עפלסיידער וויניגער אדער פראקסייד און אויב עס איז שווער זאל מען כאטש אריינאטעמען, די עצה איז גוט אויך ווען מהאט נאכנישט די וויירוס עס צי טאן טעגליך אזוי ארום אז די וויירוס האט נישט וויאזוי זיך צו האלטן אויב עס קומט אן, וויייל ווי באקאנט הייבט זיך די ווירוס אן אין די נאז
אויב דארפט איר אנקומען אין שפיטאל פאר סיי וועלכע סיבה מאכט זיכער צי זויבערן די נאז מיט די אובנדערמאנטע עצה פון עפלסיידער וויניגער אדער פראקסייד (רעקעמאנדירט דורך הצלה) כדי מזאל חלילה נישט טעסטן פאזעטיוו וואס קען גורם זיין א נישט געשמאקע באהנדלונג וואס קען צומאל צוברענגען אז מזאל נישט באהאנדלען ריכטיג דעם פאציענט
2 עצות וואס ארבעטן אויך ווען די מצב איז שוין שווער און די אקסעדשין פאלט חלילה
די עצות זענען רעקאמענדירט בעסער עס צי טאן אין אנהייב אדער נאך פאר מען האט די וויירוס, אבער מיר לייגן עס עקטערע צי וויסן אז עס העלפט אפילו ווען רוב אויבנדערמאנטע זאכן ארבייטן שוין נישט צוליבן שווערן מצב
גאר שטארקע רעזאלטאטן זעהט מען דורכן נעמען די מינרעל סאפלעמענט וואס אנטהאלט עטליכע MINERALS געמאכט דורך א גרויסע סייענטיסט וואס דורכן נעמען בלויז איין מאהל 1 אונס הארגעט עס די ווירוס און לאזט אויף די לונגען אפילו נאך א דאבעל נעמאניע, עס האט געהאלפן פאר 95 פארצענט מענטשן וואס האבן עס גענומען אפילו אין שווערע פעלער, ווי עס איז אונז אויך מעיד מערערע רבנים צווישן זיי הרה"ג אב"ד תפילה למשה מאנסי שליט"א ווי ער האט מיטגעהאלטן ביי מערערע פעלער ווי נאר דאס האט געהאלפן, עס צי באקומען רופט ר' משה ווייזער אויף 3478066554 אדער ר' משה כהנא 347אויף רופט די נומער פון זיין ארגענעזאציע אויף 7189072550 און אין מאנסי ביי זלאטשובער רבי הרב לייפער 347-932-5296 זיין אדרעס איז 21 DANA RD. monsey ny
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז גאר גאר ווירקבאר די CBD אויל (וועלכע איז לעצטענס ברייט באקאנט אין די רפואה וועלט אלס הייל מיטל פאר גאר פיזישע און גייסטישע ענינים) ובפרט די קעפסעלס פון 25 אדער 50 מיליגראם, מענטשן וואס האבן גענומען איידער די ערשטע כוואליע האבן עס געהאט גאר מילד און אויך יעצט זענען אסאך ארויס פון א סכנה דורכן עס אנהייבן נעמען אפילו אין די שווערסטע מצב און עס האט זיי געגעבן כח זיך צי מתגבר זיין אויפן מצב פיזיש און גייסטיש, פאר אינפא איבער CBD רופט הרב אייזיק כהנא 856-431-2038 אויב האט איר סימפטאמס וועט ער אייך געבן פאר ביליגער אי"ה
שפיטאל אינדערהיים אדער הילף אין שפיטאל
אויב די מצב ווערט ערגער און מוויל נישט דארפן אנקומען אין שפיטאל קען מען רופן SAVE A LIFE ארגענעזאציע וועלכע וועלן אייך צושטעלן נורסעס און דאקטוירים אינדערהיים מיט IV פאר אלע מעדיקעישאנס און ווייטעמינען גענומען פון די גרעסטע דאקטוירים וועלכע האבן געמאכט א גאר ווירקבארע פראטאקאל פון מעדיקעישאן און ווייטעמינען דורך IV רופט סעיוו א לייף 8454442619
אויך אין שפיטאל אויב ווילט איר הילף אז מזאל זיכער מאכן אז מטוט די ריכטיגע באהאנדלונג פארבינדט אייך מיט סעיוו א לייף אויף 845-444-2619
פאר הילף איבער וויזיטעישאן אין שפיטאל רופט די כלל ישראל ארגענעזאציע "האספיטעל פאר לייף" 718-705-6500
הערט מער איבער די און נאך עצות און אויך אנווייזונגען
פאר אידן אינדערהיים און עקסטער פאר אידן
אין שפיטאלביי די אינטערוויאס
מיט הרה"צ ר' אברהם הערש לייפער שליט"א מזלאטשוב מאנסי וועלכע האט שוין געהאלפן טויזנטער אידן אין שפיטאל און אינדערהיים און ראטעועט אייער נאנטע און באקאנטע!
פאר פריוואטע באהאנדלונג רופט הרב לייפער אדמו"ר מזלאטשוב מאנסי שליט"א 347-932-8563