האבן אייערע קינדער לאנג טערם עפעקטס פון די קאראנע וויירוס לאקדאון.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

האבן אייערע קינדער לאנג טערם עפעקטס פון די קאראנע וויירוס לאקדאון.

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:14 am

איינע פון די גרויסע טענות וואס מענטשן האבן אויף די וויירוס לאקדאון, איז אז עס האט געשאדט פאר אסאך בחורים מיידלעך און קינדער, סיי די פאניק, און סיי דאס צושפארן די מוסדות, ממילא עפן איך דעם אשכול צו הערן דעם עולם'ס עקספיריענס דא לגבי דעם טענה.

איך האב נאך נאר קלענערע קינדער, און ב''ה אז איך זעה נישט קיין שום עפעקט, חוץ אז מיינע אינגלעך האבן זיך אויסגעלערנט צו נוצן א טעלעפאן, זיי האבן נאר צוטריט צו כשר'ע טעלעפאנען, און עס מאכט דערווייל ב''ה נישט קיין פראבלעמען.

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: האבן אייערע קינדער לאנג טערם עפעקטס פון די קאראנע וויירוס לאקדאון.

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:20 am

מ׳קען נאך נישט עכט װיסן, איבערהױפט קינדער אין װיכטיגע עידזשעס װאס האבן פארפאסט קריטישע לימודים, מײן כיתה א׳ אינגל איז זיכער אינטערשטעליג מיט עברי, קאמפערד צו װאו מײן אנדערע האט געהאלטן אין די צײט, צו ס׳װעט זײן לאנג טורם? כ׳האף אז נישט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24471
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האבן אייערע קינדער לאנג טערם עפעקטס פון די קאראנע וויירוס לאקדאון.

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 11:23 am

יא, ס'איז שטארק קענטיג, פון קליין ביז גרויס.

אין שול אויך, פון אינג ביז אלט, יעדן האט עס ערגעץ געקיצלט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהובים, בייסיקל, הויעך, יהלום, יוסף פריעדמאן, שכל טוב און 33 געסט