Calcifediol מעדעצין ארבעט ווינדערליך פאר קאראנע פאציענטען

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Calcifediol מעדעצין ארבעט ווינדערליך פאר קאראנע פאציענטען

תגובהדורך חדשות » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:53 pm

Calcifediol איז א קאצעטרירטע פאורם פון ווייטאמין די.

א רענדאמייזד קאנטראלד סעמי בליינד קליניקעל טרייעל אין שפאניע האט געוויזן אז פאציענטען אין שפיטאל וואס האבן באקומען Calcifediol 0.532 mg ( איינמאל ביים אריינקומען אין שפיטאל און דערנאך 3טען טאג, 7טען טאג, און דערנאך איינמאל א וואך) האבן געהאט א 96% רעדוקציע אנצוקומען אין ICU אנטקעגן א קאנטראל גרופע וואס האבן נישט באקומען Calcifediol. אויסער דעם האט מען געטריעט אלע פאציענטען די זעלבע.

פון אלע שטודיעס וואס איז איך האב געלייענט האב איך נישט געזען קיין שום מעדעצין אדער וויטאמין אדער פראצעדור וואס האט געוויזן אזוינע גוטע רעזולטאטן פאר שפיטאל פאציענטען. דאס איז די שטודיע.
https://www.sciencedirect.com/science/a ... ub#tbl0015

סא דאכטזעך מיר אז אויב איר זענט אין אר"י מיט א משפחה א קאראנע פאציענט, פרעגט דעם דר. אויב ער האלט אז עס קען מאכן שאדען, אויב זאגט ער אז ניין גיטס עם א דאזע Calcifediol 0.532 mg און בעז"ה וועט ער זיין געזונט און שטארק.
לעצט פאראכטן דורך חדשות אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:21 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: Calcifediol פאר קאראנע

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:57 pm

אסאך קרובים יעצט דא אין קרית יואל מיט די וויירוס. קען מען עס באקומען אינדערהיים?
שויתי ה' לנגדי תמיד

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Calcifediol פאר קאראנע

תגובהדורך חדשות » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:00 pm

Goodmorning האט געשריבן:אסאך קרובים יעצט דא אין קרית יואל מיט די וויירוס. קען מען עס באקומען אינדערהיים?

זיכער. א פשוטע קעפסול.

ברויך אבער א דר. פרעסקריפשאן.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Calcifediol פאר קאראנע

תגובהדורך חדשות » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:04 pm

פאר אינגע געזונטע מענטשען דארף רעגולער ווייטאמין D יעדען טאג מסתמא אויך זיין גוט.

דאס איז דר. ריש'ס רעקאמאנדאציע און הסבר.
I have been saying to many thousands of email correspondents now to start taking a daily multivite, plus additional zinc (elemental ~20 mg) and vit D 4000U.

Reg Vit D gets converted to calcifediol (aka 25 hydroxy vitamin D) over about 7 days in the liver and especially skin. Most people who consistently take reg Vit D get their calcifediol levels up in a few weeks. A very large fraction of older people and people with comorbidities have low calcifediol levels

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: Calcifediol פאר קאראנע

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:11 pm

סא עס איז גוט אפילו פאר יעדן מענטש אין אונזערע געגנטער וואו עס גייט יעצט ארום זיך אנצופאקן מיט וויטאמין די
שויתי ה' לנגדי תמיד

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Calcifediol פאר קאראנע

תגובהדורך חדשות » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 3:16 pm

Goodmorning האט געשריבן:סא עס איז גוט אפילו פאר יעדן מענטש אין אונזערע געגנטער וואו עס גייט יעצט ארום זיך אנצופאקן מיט וויטאמין די

קלאר אזוי.

ווייטאמין די אז סתם אזוי גוט צו נעמען. ערעב הערשעל מייזליש שרייט אז עס איז פון די מערסט קריטישע וויטאמינס, און האבן נידריגע שטאפלן דערפון קען ברענגען אלעס בייזן. (דאקטוירים זאגן אויך אז עס איז זייער וויכטיג, אבער געווענליך וועלן זאגן צו זיצען אויף די זון וכדומה ענדערש. שוין א אור אלטע מחלוקה צווישען די דאקטוירים און נוטרישינסטס..)

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Calcifediol מעדעצין ארבעט ווינדערליך פאר קאראנע פאציענטען

תגובהדורך חדשות » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:20 pm

איינער מיט עפעס הסבר פארוואס די מעדיצין באקומט נישט מער אנערקענונג? דאס איז דאך שוין יא נאכגעקומען אלע הלכות פאוטשי...
איז טאקע די איינציגסטע וועג א דראג (אדער וואקסין) זאל ווערען אנערקענט איז נאר אויב א דראג קאמפאני גייט מאכן דערויף געלט?

עכ"פ דאס מיין איך קען מען זאגן מיט א ברירות אז יא, אז עס איז דא וויטאמינען, מינעראלן, גראזן, עקזיסטירענדע מעדיצינען וואס העלפן זייער גוט פאר פארשידענע מחלות און מיחושים (צומאל נאך בעסער ווי די אפיציעילע מעדיצין). אפילו עס האט די באמבע פירכא הלמאי די FDA האט עס קיינמאל אפראווד, און דאקטוירים האלטן נאר פון FDA etc.

א טרויעריגער מציאות. און דער אויבערשטער זאל העלפען מען זאל קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו די אלע זאכן, כי אני ה' רופאיך.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: Calcifediol מעדעצין ארבעט ווינדערליך פאר קאראנע פאציענטען

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:54 pm

איינער קען איבערגעבן פאר קרית יואל הצלה פון דעם זיי זאלן אריינקוקן דערין, ווי באלד זיי זענען ליידער זייער ביזי יעצט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Calcifediol מעדעצין ארבעט ווינדערליך פאר קאראנע פאציענטען

תגובהדורך חדשות » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:18 pm

נו. אפשר טאקע?
אנשטאט ספענדען טעג צו העלפען מענטשען אין שפיטאל, אפשר איז כדאי צו ספענדען 15 מינוט צו פארמיידן מענטשען פון אנקומען אין שפיטאל..

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: Calcifediol מעדעצין ארבעט ווינדערליך פאר קאראנע פאציענטען

תגובהדורך חדשות » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 10:41 pm

דאס איז פון דר. פאוטשי אין א איטערוויו די וואך אז ער נעמט אליינס ווייטאמין די, און האבן נידריגע שטאפל ווייטאמין די העכערט די ריזיקע פון אינפעקשאן.

"If you're deficient in vitamin D, that does have an impact on your susceptibility to infection. I would not mind recommending, and I do it myself, taking vitamin D supplements," he said. "The other vitamin that people take is vitamin C because it's a good antioxidant, so if people want to take a gram or so of vitamin C, that would be fine."


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: להודיע, שלים און 19 געסט