צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך IMBZ » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 10:22 pm

Hamodia.com

New York City officials have identified five new areas of concern, the Health Department announced Wednesday evening ,as the city struggles to contain an uptick in COVID-19 cases in parts of Brooklyn and Queens.

The 11366 zip code, which includes the Fresh Meadows and Hillcrest neighborhoods, has been added to the Central Queens cluster, as it became the tenth zip code to surpass the benchmark of a 3% COVID-test positivity rate (3.08%.) That cluster also includes 11367 (Kew Gardens Hills/Pomonok, 3.68%), and 11415 (Kew Gardens, 3.29%). Cases in that cluster are growing at 1.52 times the citywide rate.

Other zip codes above the 3% positivity mark are 11691 (Edgemere/Far Rockaway, 4.74%), with case growth at 3.82 times the citywide rate; and six zip codes in Southern Brooklyn: 11223 (Gravesend/Homecrest, 6.9%), 11230 (Midwood, 5.62%), 11219 (Borough Park, 6.51%), 11229 (Gerritsen Beach/Homecrest/ Sheepshead Bay, 4.13 percent) and 11210 (Midwood/Flatlands, 4.66%). Combined, the Southern Brooklyn cluster is experiencing case growth at 1.53 times the citywide rate.

These ten zip codes represent 7.5% of the city’s population but account for over 27.5% of new cases citywide during the past two weeks. In five of the ten zip codes, the positivity rate Wednesday was higher than it was Tuesday.

Four new areas now have a positivity rate between 2% and 3%: Williamsburg, Crown Heights (East), Bedford-Stuyvesant (West)/Clinton Hill/Fort Greene, and Hillcrest/Jamaica Estates/Jamaica Hills. This makes a total of seven areas in the 2%-3% range. The three previous ones are the 11374 zip code (Rego Park), 11218 (Kensington/Windsor Terrace), and 11235 (Brighton Beach/Manhattan Beach/Sheepshead Bay).

The case growth in the Williamsburg/Bedford-Stuyvesant/Clinton Hill/Fort Greene area is 3.34 times the citywide rate; in the other areas, the case growth is slightly more than 1.5 times the citywide rate.

Six of these seven areas have seen an increase in the percentage of positive tests since Tuesday.

Across the city, the daily positivity rate had been between 0.8 percent and 2.2 percent from the beginning of August through last week. But the spike in these neighborhoods caused the daily citywide rate to surpass 3% earlier this week for the first time since early June. The seven-day rolling average citywide is 1.46 percent, Mayor Bill de Blasio said Wednesday morning.

The city is deploying mobile testing units and increasing testing capacity at urgent-care centers in these areas. It is also increasing education efforts and enforcement of mask requirements. While officials have said they are pleased to see improved adherence to mask regulations, they’ve also warned that if infection rates continue to get worse, the affected areas may see significant new restrictions, such as a ban on gatherings above 10 people and a closure of nonessential businesses.

Officials are continuing to urge New Yorkers to wear masks, practice proper hand hygiene, maintain social distance, stay home they are sick, and get tested regardless of whether they have symptoms.

People are also cautioned to avoid large gatherings, especially indoors. While proper social distance is generally six feet, officials caution that in houses of worship, when congregants are singing they should maintain a 12-foot distance.

News of the five areas being added to the above-2% categories came on the same day that indoor dining returned to New York City restaurants, capped at 25% of occupancy.

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך IMBZ » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 6:32 pm

פארבינדן מיט מיר היינט פונעם גאווענערס אפיס, דער מציאות איז ליידער אז עס איז דא א אויפשטייג, אידן ליגן אין שפיטעלער, אבער נישט קיין פארגלייך צו פסח", אן אפדעיט איבער מאסקעס און די דראואינג ווידער צו פארשפארן די מוסדות : לעגענדארער עסקן הרב משה דוד נידערמאן ‎ :
https://www.yiddish24.com/interviews/12/26565

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך moishy56 » זונטאג אוקטובער 18, 2020 5:47 pm

נא_שכל האט געשריבן:

מ'ברויך עס אויפטייפן, און פארשפרייטן.

דער דיין שליט"א זאגט, ווער עס האט סימפטאמען, און קומט דאווענען איז א מצוה הבאה בעבירה, און ס'קען זיין ער איז בכלל נישט יוצא. משא"כ אויב בלייבט ער אין שטוב, איז עס "חשב לעשות מצוה, ונאנס, ומעלה עליו הכתוב כאילו עשאה.

ענדליך א קול פון א דעת תורה (וואס האט א שטארקע ווארט, ביי די פרומערע אידן) איבער די נחיצות פון היטן אויף אנדערע אידנס געזונט.

שטארקע ווערטער

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 7:27 pm

אין ׳די צייטונג׳ איז דא א גאר שטארקע בריוו בנוגע אונזער צוגאנג צו די וויירוס, דער שרייבער פרעגט גאר שטארקע שאלות, אויב איינער קען עס אהערברענגן וואלט מעגליך אינטערעסאנט געווען עס צו דעבאטירן..

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך גראמער » מיטוואך דעצמבער 09, 2020 7:50 pm

הר גריזים האט געשריבן:אין ׳די צייטונג׳ איז דא א גאר שטארקע בריוו בנוגע אונזער צוגאנג צו די וויירוס, דער שרייבער פרעגט גאר שטארקע שאלות, אויב איינער קען עס אהערברענגן וואלט מעגליך אינטערעסאנט געווען עס צו דעבאטירן..


נו, ברענג עס אבער

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שבתי בוים » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 4:26 pm

חשוב'ער רעדאקטאר שיחי',
ס'איז יעצט מוצש"ק לסדר וישלח יעקב מלאכים, ווען ס'איז צו מיר אנגעקומען די שרעקליכע ידיעה איבער דער פטירה פון הרבני החסיד ר' חיים אלעזר הירשפעלד ע"ה, פון וויליאמסבורג, וועלכער איז ל"ע אומגעקומען אין דער שרעקליכער מגיפה. מיינע מחשבות רוישן איבער וואס עס גייט ליידער פאָר, און איך פיל אז מוז שרייבן צו אייך, חשוב'ער רעדאקטאר.
יעדע וואך ווען איך לייען די הויפט אפטיילונג פון "די צייטונג", זע איך ווי איר באריכטעט די ביטערע פאקטן אז מיר שטייען אינמיטן א מגיפה, מ'האלט יעצט אין אמעריקע אינמיטן דער דריטער כוואליע, די ציפערן שטייגן ליידער יעדן טאג – און בעת עס זענען פאראן חילוקי דעות ווי שטרענג מ'דארף זיין מיט די געזונטהייט רעקאמענדאציעס, איז כו"ע מודה אז מ'דארף זיך היטן עכ"פ מיט די מינימאלע אפהיטונגען וואס יעדער מענטש קען טון. מ'זאל זיך נאר צוזאמענקומען במקום הצורך, מ'זאל מינימיזירן דעם סכום פון מענטשן אויף א פלאץ, מ'זאל זיך זייפן די הענט, מ'זאל מוטיגן מענטשן וואס האבן נאך נישט געהאט דעם ווירוס צו גיין מאסקעס, וכו' וכו'. אויך אין אייערע עדיטאריעלס זע איך ווי איר בעט אז מ'זאל זיין געווארנט, און איר ברענגט ארויס אז מ'רעדט פון ערנסטע חששות פון טויט ר"ל, און ווייטערדיגע געזונטהייט פראבלעמען ה"י.
און דאס אלעס שפיגלט אפ די ביטערע רעאליטעט אז זייט די צווייטע כוואליע האט זיך אנגעהויבן ביים יהדות החרדית אין ניו יארק ארום אלול-תשרי זענען שוין ליידער אומגעקומען פון קאראנא-ווירוס פילע היימישע אנשים ונשים חשובים, צווישן זיי די פאלגנדע וואס איך געדענק יעצט בשעת'ן שרייבן די שורות:
הר"ר אברהם נחמי' כ"ץ ע"ה, בארא פארק
הר"ר מאיר זעליג ריספלער ע"ה, וויליאמסבורג
הר"ר יעקב חיים ריינהאלד ע"ה, בארא פארק
הר"ר משה פוקס ע"ה, בארא פארק
הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער ע"ה, קרית יואל
הר"ר דוד פריעדער ע"ה, מאנסי
הרה"צ ר' יעקב יצחק מאשקאוויטש ז"ל פון ב"ב, נפטר בבארא פארק
הר"ר מרדכי שמואל קארן ע"ה, שיכון סקווירא
מרת צבי' כהנא ע"ה, בארא פארק
הר"ר אביגדור שלום מייזעלס ע"ה, קרית יואל
מרת הענדל לעזער ע"ה, בארא פארק
הר"ר חיים אלעזר הירשפעלד ע"ה, וויליאמסבורג

עס זענען זיכער פאראן נאך קרבנות וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מאמענט, און וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי זענען אוועק פון דער מגיפה. חוץ מזה זענען ליידער פאראן נאך צענדליגער היימישע אידן על ערש דוי אין די שפיטעלער, ה' ישלח להם רפואה שלימה במהרה.
און דאס איז טאקע די רעאליטעט וואס איך זע אין דער הויפט אפטיילונג פון "די צייטונג". יא, מיר זענען ליידער אינמיטן א שרעקליכער תקופה ה"י; א מגיפה וואס נעמט ארום די גאנצע וועלט.
אבער ווען איך מיש אריבער צו דער אפטיילונג "קהילות הקודש", ווער איך אריינגעפירט אין א גענצליך אנדערער רעאליטעט. דארטן זע איך א וועלט וואס איז עולם כמנהגו נוהג. גרויסע חתונות, ריזיגע מסיבות, מ'גיט זיך די הענט פאר גרויס און קליין, נישטא צווישן דעם ציבור קיין שום אויפפאדערונגען אז מ'זאל זיך היטן, נישטא קיין שום אנערקענונג אז יעצט דארף מען זיין איינגעהאלטן ווייל נישט נאר איז די גאנצע מדינה אין א שרעקליכער מגיפה, נאר אפילו ביי אונז פאלן קרבנות. דאס איז אויך די רעאליטעט וואס איך זע ביי שמחות און אין די בתי מדרשים וואו ס'איז נישט פאראן ביים ציבור קיין שום צוריקהאלט אויף סיי וואס, און וואו ס'איז אנגענומען בפי כל אז די מגיפה איז נישט דא און עס מיינט נישט אונז.
און אפילו ווען איינער וויל יא זיין אביסל איינגעהאלטן שטייט ער אויס מאדנע בליקן, פּרעשור, און טענות ומענות פון דעם רוב רובם פונעם ציבור וואס זענען ניטאמאל משיג אז ס'איז דא א מקום אביסל משנה צו זיין געווענליכע אויפפירונגען. כ'הער פון יונגעלייט וואס דארפן בר מצוה מאכן אדער חתונה מאכן און קענען נישט אויסשטיין דעם פּרעשור פון עלטערן און בני משפחה וואס פארלאנגען אז מ'מוז עס טון געהעריג כבימים מקדם. כ'הער פון מיטליעריגע אידן וואס ווילן דאס יאר נישט מאכן קיין חנוכה-מסיבה, אבער די קינדער זענען פול מיט טענות און זענען אינגאנצן נישט משיג אז תשפּ"א איז אנדערש ווי אנדערע יארן. און כ'זע עס ביי מיר אליין ווען כ'פרוביר נישט צו געבן די האנט ביי שמחות, די מאדנע – און ליידער צומאל אפילו פיינטליכע – בליקן און רעאקציעס. דאס איז די רעאליטעט וואס ווערט אפגעשפיגלט אין דער "קהילות הקודש" אפטיילונג. ס'איז ניטאמאל דא אַן אנערקענונג אז מינימאלער זהירות איז אמווייניגסטנס א "יש אומרים".
ווען איך מיש צוריק צו דער ערשטער אפטיילונג פון "די צייטונג" ווער איך געשלאגן מיט א געפיל אז די ארטיקלען וועגן דער מגיפה ווערן געשריבן מיט א צינישקייט. דער שרייבער שמייכלט זיך אונטער, "הע, דאס איז סתם נארישע וועלטליכע נייעס. אבער מיר ווייסן דאך אז דאס אלעס האט גארנישט מיט אונז!" דער הויפט העדליין די וואך ווארנט: "געוויסע מענטשן זאלן בלייבן אינדערהיים ווען נאר מעגליך, און אלץ גיין מיט מאסקעס." אינעם ארטיקל שטייט אז דאס איז כולל אויך די פאמיליע-מיטגלידער פון עלטערע מענטשן – וואס ביי אונז מיינט דאס א חלק ניכר פון דער געמיינדע.
וואו זענען אט די מאסקעס – און אנדערע סארט זהירות – אין דער "קהילות הקודש" אפטיילונג וואו איר ברענגט די פאקטישע בילדער און באריכטן פון וואס עס גייט פאר ביי אונז? וואו איז די אנערקענונג אז כאטש מיר ווילן ווייטער אנגיין מיט עבודת ה', פארשטייען מיר אז זאכן וואס האבן גארנישט מיט אידישקייט – צב"ש מאכן גרויסע מסיבות און געבן די הענט ביי שמחות – טארן נישט האבן קיין ארט צווישן אנשים מן הישוב וואס שעצן דעם לעבן פון זייערע ברידער?
ווען מיר ווילן אויפטון אין דעם תחום פון אינטערנעט און אומגעפילטערטע סמארטפאונס פארשטייען מיר זייער גוט וויאזוי צו שאפן "פּיער פּרעשור" לטובת דער מערכה. מיר פארשטייען גענוי וויאזוי אונזער פסיכאלאגיע ארבעט, אז מיר זענען א נאנטע ברידערליכע געמיינדע, און מיר מאכן נאך איינער דעם צווייטן. ווען עס קומט צו חתונה-תקנות פארשטייען מיר אז כדי צו האלטן א סטאנדארט קען מען נישט מאכן א סטאנדארט נאר פאר ארימעלייט, נאר מ'מוז אויך ארייננעמען אין בילד עשירים און בעלי בתים. אבער פלוצים ווען עס קומט צו א פראגע פון לעבן און טויט נעמט אונז איבער א קאלטבלוטיגע צינישקייט: "יעדער קען טון וואס ער וויל," "אז דו ווילסט זיך היטן האסטו די ברירה זיך צו היטן," "ווער לאזט דיך נישט?" "אז דו האסט מורא קום נישט," וכו' וכו'. פלוצים איז נישטא קיין שום פארשטענדעניש אז אויב דער גאנצער ציבור איגנארירט יעדן זהירות, איז פשוט נישט מעגליך פאר א זיידן צו זיין אפגעהיטן ביי א שמחה, פאר א מיטליעריגע פרוי צו זיין אפגעהיטן אין גראסערי, פאר א ווייבל מיט דייעביטיס זיך צו היטן אין טאג-טעגליכן לעבן, אדער פאר א יונגערמאן וואס האט בחסדי ה' איבערגעלעבט די ביטערע מחלה צו זיין אפגעהיטן אין זיין אייגענעם שטוב מיט קינדערלעך וואס גייען אין חדר.
און דאס איז אלעס חוץ דעם פשוט'ן פאקט אז געזונטע מענטשן קענען אנשטעקן אנדערע, אפילו עס וועט נישט שאטן פאר זיי פערזענליך.
לאמיך אייך זאגן א דערדרוקנדע מחשבה וואס כאפט זיך אריין אין מיין קאפ. אפשר איז עס צו שארף, אבער כ'ערלויב מיך עס צו זאגן זעענדיג איין טראגעדיע נאך דער אנדערער, און ווי גארנישט טוישט זיך ביי אונז. מיר האבן זיך אזויפיל געשלאגן קעגן דעם גאווערנאר און דעם מעיאר אז מ'זאל לאזן האלטן אפן די בתי מדרשים און מוסדות למען ה' ותורתו וחינוך בנינו ובנותינו, און אוודאי זענען די עקסטרעמע פארשפארונגען געווען איבערגעטריבן. אבער זעענדיג אין די לעצטע חדשים אז טראצדעם וואס מ'הערט ליידער שרעקליכע בשורות קענען מיר ביי זיך נישט פועל'ן צו האלטן אפילו די מינימאלע געזונטהייט זהירות כדי נישט אנצושטעקן אנדערע מענטשן, בויערט א מחשבה אין מיין קאפ: האבן מיר טאקע געמיינט עבודת ה'?
א מענטש קען האבן א רצון צו גיין אין ביהמ"ד ווייל ער וויל דינען השי"ת – אדער פשוט ווייל דאס איז זיין רוטין. ער קען האבן א רצון צו שיקן זיינע קינדערלעך אין מוסדות הקדושים ווייל ער וויל זיי זאלן נתחנך ווערן בתורה, יר"ש ומידות טובות – אדער ווייל אזוי פארט זיין לעבן, און ער קען נישט סובל זיין קיין שינויים. ווען עס ווערט נתגלה אז מיר זענען קראנק אויף רוטין, אז מיר קענען נישט טוישן קיין כי הוא זה אין אונזער לעבן, אז מיר "מוזן" מאכן גרויסע חתונות און מסיבות, אז מיר "מוזן" געבן די הענט ווייל דאס איז אונזער רוטין, שטעלט זיך די קשיא: איז אונזער קאמף פאר ישיבות און בתי מדרשים ווייל מיר מיינען עבודת ה', אדער ח"ו ווייל ס'איז פשוט אונזער געוואוינהייט און רוטין?
איך בין נישט חלילה מקטרג, און אוודאי זענען אידן בשמחה אז מ'קען אנגיין מיט עבודת ה'. אבער אונזער "מסירת נפש פאר אידישקייט" וואלט געווען ריכטיגע מסירת נפש ווען ס'וואלט זיך ארויסגעוויזן אז מיר האבן דאס אלעס געטון טאקע פאר'ן אויבערשטן. ווען מיר האבן אויך מסירת נפש פאר פשוט'ער רוטין און געוואוינהייטן, וויאזוי קוקט השי"ת אָן אונזער מסירת נפש פאר תפילה בציבור?
חשוב'ער רעדאקטאר, עס איז זייער שיין ווען איר ווארנט אין אייער עדיטאריעל אז עלטערע מענטשן זאלן זיך היטן. אבער צי קלערט איר אז א טרוקענער עדיטאריעל גייט עפעס טוישן? צי קלערט איר אז אן עדיטאריעל אין דער ניכטערער טייל פון דער צייטונג גייט עפעס אויפטון ווען גאנצעטע בלעטער פון דער זעלבער צייטונג ווייזן גענוי דאס פארקערטע?
איך קען נישט קיין סך ערווארטן פון אויסגאבעס וואס זייערע פראפאגאנדע-אינטערעסן שטייען ליידער העכער אלעם. אבער יעצט איז די צייט ווען "די צייטונג" – די זעלבסטשטענדיגע אידישע צייטונג – דארף שיינען, און דארף ליארעמען מיט א קול גדול ולא יסף! ומי יודע אם לעת כזאת הגעת. איר דארפט זאגן דעם ריינעם אמת און דעם דבר ה' אז ס'האט אונז ליידער באנומען א רוח שטות און מיר קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה ר"ל.
כ'וויל ענדיגן מיט די מורא'דיגע ווערטער פונעם הייליגן פלא יועץ. די גמרא דערציילט (ברכות ל"ב ע"ב) וועגן א חסיד וועלכער איז געשטאנען און געדאוונט, און א שר האט אים געטראפן און אים געגעבן שלום, אבער דער חסיד האט אים איגנארירט. נאכ'ן ענדיגן דאווענען, האט דער שר געפרעגט דעם חסיד פארוואס ער האט נישט געענטפערט, וואס איז דאך געווען א סכנת מיתה דורך דעם שר. האט דער חסיד מסביר געווען אז ער האט נישט געקענט מפסיק זיין ווייל ער איז געשטאנען פאר דעם מלך מלכי המלכים. פירט די גמרא אויס אז דער שר האט מקבל געווען דעם תירוץ, ונפטר אותו חסיד לביתו – און דער חסיד איז אהיימגעגאנגען.
אלע מפרשים שטעלן זיך שוין אויף דעם וויאזוי דער חסיד האט זיך געמעגט אריינלייגן אין א סכנה, און זיי ענטפערן כל אחד כדרכו אז דער חסיד האט געוואוסט אז דער שר וועט אים נישט קיין שלעכטס טון, ממילא איז נישט געווען קיין שום חשש סכנה. אבער דער הייליגער פלא יועץ (ערך שמירה) שרייבט פחד'יגע ווערטער, אז ס'איז באמת יא געווען א סכנה, און די לעצטע ווערטער "ונפטר אותו חסיד לביתו" מיינט אז דער חסיד איז נענש געווארן און איז נפטר געווארן ווייל ער האט עובר געווען אויף וואס עס שטייט אין דער תורה הק' "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם." עס כאפט א טרייסל אז אפילו למעשה האט גארנישט פאסירט פאר דעם חסיד דארטן וואו ער האט זיך אריינגעלייגט אין א סכנה, דאך איז ער אזוי שרעקליך נענש געווארן שפעטער.
דער פלא יועץ פירט אויס: "נמצא שמי שמכניס עצמו במקום סכנה וסומך על הנס, שתים רעות עשה לעצמו, אחת, שענוש יענש על עברו על ונשמרתם, ועוד, שמנכין לו מזכיותיו, והרי זה כמחליף מרגלית ואבן טובה על שוה פרוטה. הנה כי כן ראוי לאדם לשמר נפשו מאד מכל חשש סכנה, ולא ילך בדרכים ולא יכנס בימים ונהרות אם לא על צד הכרח גדול, לא על בצע כסף כל דהוא. וכל אשר יבוז כסף לשמירת נפשו ושלא לכנס למקום סכנה, להוצאת מצוה רבה תחשב."
על אחת כמה וכמה, ווען אונזערע אויפפירונגען האבן גארנישט מיט אידישקייט אדער געלט, נאר מיט פשוט'ער רוטין, איז נישט פאראן קיין שום תירוץ אויף דעם וואס מיר קענען נישט אננעמען אביסל זהירות, און אנערקענען אז יעצט איז די צייט איינצוציען אונזערע געוואוינהייטן. מאכן קלענערע מסיבות און שמחות, נישט געבן קיין הענט, לייגן גוטע זייף ביי די סינקס וואס וועט מוטיגן מענטשן דאס צו נוצן – נישט קיין ביליגע געשיר-זייף, און בכלליות זיך אויפפירן אחריות'דיג אין אזא זמן וויסנדיג אז יעדעס ביסל זהירות איז א מצוה פון כל המקיים נפש אחת מישראל. ובפרט ווען מ'רעדט נישט דא נאר פון זהירות פאר דעם אייגענעם שמירת הגוף, נאר בעיקר פאר די עלטערע און שוואכע וואס זענען אנגעוויזן אויף די יונגע און געזונטע אז זיי זאלן זיי נישט אנשטעקן ר"ל.
כ'האף אז מיינע דברים היוצאים מן הלב וועלן עפעס פועל זיין, און זאל השי"ת העלפן אז ס'זאל שוין זיין והסירותי מחלה בקרבך, און מ'זאל שוין זוכה זיין צום אורו של משיח בב"א.
הכו"ח ברוב צער,
הרב ח. ה., בארא פארק

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 6:01 pm

שבתי בוים האט געשריבן:

זייער זייער שטארקע פוינט
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 6:12 pm

ער פארשטייט נישט אז די גאנצע צינישקייט ביי אונז כלפי די מגיפה איז בדוקא א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. אונז גיי מיר נישט לייגן אונזער לעבן און שאפן אויף האלד.
און דעריבער שלאגט מען כפרות מיט די גאנצע זהירות.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3466
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מחשב » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 8:20 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ער פארשטייט נישט אז די גאנצע צינישקייט ביי אונז כלפי די מגיפה איז בדוקא א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. אונז גיי מיר נישט לייגן אונזער לעבן און שאפן אויף האלד.
און דעריבער שלאגט מען כפרות מיט די גאנצע זהירות.

דיסעגרי.

עס קומט פון מיסאינפארמאציע. און א מאנגל אין קלארע אנווייזונגען. עס האבן זיך די עקסטרעמיסטן און דעה זאגער געהויבן דאס קאפ, און די וואס דארפן נעמען די לייצעס אין די הענט האבן זיך פארשטעקט אינעם מייזן לאך.

בנוסף צו אונזער "טשאלענט טאפ" סטיל געזעלשאפט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 8:34 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ער פארשטייט נישט אז די גאנצע צינישקייט ביי אונז כלפי די מגיפה איז בדוקא א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. אונז גיי מיר נישט לייגן אונזער לעבן און שאפן אויף האלד.
און דעריבער שלאגט מען כפרות מיט די גאנצע זהירות.

איי עם סארי, ער פארשטייט זייער גוט. איר פארשטייט נישט.
ער שרייבט זייער צום זאך. ער שרייבט אז עס איז נישט דא די מינימאלע זיך אכטונג געבן. און די וואס ווילען זיך אכטונג געבען, לאכט מען פון זיי. ער זאגט נישט מען זאל נישט מאכן חתונות. אבער ווען איינער וויל נישט געבן די האנט זאל מען אים נישט אויסלאכן. ער רעדט זיך אפ אז עולם כמנהגו נוהג, כאילו עס בושעוועט נישט קיין שום מגיפה. בדידי הוה עובדא, איך בין געווען ביי א חתונה און נישט געוואלט געבן די האנט. איך האב שיינער היינט צירוקגעווינטשען, וכו'. איינער האט זיך שרעקליך באליידיגט אויף מיר. כאילו איך בין אינגאנצן משוגע.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יחיאל חילמאן » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:17 pm

מיין ברודער האט יעצט באקומען דאס צווייטע מאל קאראנע, ביידע מאל קלאר אויף א טעסט.

איז דאס שוין היינט קלאר לויט די סייענטיסטן אז מען קען באקומען צוויי מאל קאראנע?

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שרייב-פעדער » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 pm

יחיאל חילמאן האט געשריבן:מיין ברודער האט יעצט באקומען דאס צווייטע מאל קאראנע, ביידע מאל קלאר אויף א טעסט.

איז דאס שוין היינט קלאר לויט די סייענטיסטן אז מען קען באקומען צוויי מאל קאראנע?

עס איז קלאר אזויפיהל אז די טעסט קען ווייזן צוויי מאל קאראנע, אבער ס'איז בכלל נישט קלאר אז מ'קען עס באקומען צוויי מאל.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יחיאל חילמאן » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:29 pm

אבער ער האט ביידע מאל געפילט די זעלבע סימפטאמ'ס, און אפגעריקט מיט א האלבע יאר. איז עס זייער מסתבר אז יא.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 11:14 pm

יחיאל חילמאן האט געשריבן:מיין ברודער האט יעצט באקומען דאס צווייטע מאל קאראנע, ביידע מאל קלאר אויף א טעסט.

איז דאס שוין היינט קלאר לויט די סייענטיסטן אז מען קען באקומען צוויי מאל קאראנע?

מעג איך פרעגן וואו ער וואוינט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יחיאל חילמאן » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 11:31 pm

Goodmorning האט געשריבן:
יחיאל חילמאן האט געשריבן:מיין ברודער האט יעצט באקומען דאס צווייטע מאל קאראנע, ביידע מאל קלאר אויף א טעסט.

איז דאס שוין היינט קלאר לויט די סייענטיסטן אז מען קען באקומען צוויי מאל קאראנע?

מעג איך פרעגן וואו ער וואוינט?

קרית יואל.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך דעצמבער 16, 2020 11:32 pm

שרייב-פעדער האט געשריבן:
יחיאל חילמאן האט געשריבן:מיין ברודער האט יעצט באקומען דאס צווייטע מאל קאראנע, ביידע מאל קלאר אויף א טעסט.

איז דאס שוין היינט קלאר לויט די סייענטיסטן אז מען קען באקומען צוויי מאל קאראנע?

עס איז קלאר אזויפיהל אז די טעסט קען ווייזן צוויי מאל קאראנע, אבער ס'איז בכלל נישט קלאר אז מ'קען עס באקומען צוויי מאל.

עס קומט ארויס מער און מער דאטא וואס suggest אז מען קען עס יא האבן צוויי מאל.
Data is accumulating that true reinfection can occur in SARS-CoV-2. In October, Lancet published one of the first U.S. reinfections in a 25-year-old male patient from Nevada [1]. There were 48 days between his illnesses, and his second round was actually much worse than the initial (requiring hospitalization). Other case reports have shown timing between episodes of infection ranging from 63-143 days [2-5].


דאס קומט פון די לענקעסט, איינע פון די מערסטע פרעסטיזע מעדיקעל דזונערעל אין די וועלט. מען קען עס ליינען דא:
https://www.thelancet.com/pdfs/journals/laninf/PIIS1473-3099(20)30764-7.pdf


אין אן ארטיקעל אין Forbes מאגאזין דריי טעג צירוק, ליינט זיך דאס:

More Evidence That You Can Get Covid-19 Coronavirus Twice

Can you get re-infected with the Covid-19 coronavirus? Can you get Covid-19 again? Are you immune to the Covid-19 coronavirus after you’ve recovered from an infection? What caused this hole in my underwear?

These are some of the big, big questions that you may have been asking in 2020. After all, the answers to such questions can determine a lot of things such as how cautious you need to be and whether you should buy the same brand of underwear again.

There is increasing evidence that the answers to these questions are “yes”, “yes”, “not necessarily”, and “there are many possibilities.”


איך ווייס פערזענליך צוויי מענטשען וואס האבן עס געהאט צוויי מאל, און די צווייטע מאל איז געווען אסאך ערגער. איינע פון זי איז א nurse, געהאט ביי די ערשטע וועיו לייכט און איצט נאכאמאל ביי די צווייטע וועיו אסאך ערגער. די אנדערע פון זיי איז געווען אין שפיטאל דאס צווייטע מאל, א געזונטע אינגערמאן פון מאנסי. עס קען זיין אז ער האט געהאט וואס מען רופט א רילעפס און נישט עכט א צווייטע מאל, ווייל ער האט עס געהאט די ערשטע מאל די צווייטע האלב פון זומער (לייכט, בלויז אפאר טאג פיבער), געטעסט נעגעטיוו (ער האט זיך געמוזט טעסטען איעדע וואך, ער ארבייט אויף אן אפציעלע פאסטן), דערנאך געהאט נאכאמאל תשפ"א און געווען אין שפיטאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 1:45 am

מחשב האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ער פארשטייט נישט אז די גאנצע צינישקייט ביי אונז כלפי די מגיפה איז בדוקא א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. אונז גיי מיר נישט לייגן אונזער לעבן און שאפן אויף האלד.
און דעריבער שלאגט מען כפרות מיט די גאנצע זהירות.

דיסעגרי.

עס קומט פון מיסאינפארמאציע. און א מאנגל אין קלארע אנווייזונגען. עס האבן זיך די עקסטרעמיסטן און דעה זאגער געהויבן דאס קאפ, און די וואס דארפן נעמען די לייצעס אין די הענט האבן זיך פארשטעקט אינעם מייזן לאך.

בנוסף צו אונזער "טשאלענט טאפ" סטיל געזעלשאפט.


במציאות האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נארישקייט איז געלונגען, מען האט געלאכט פון די גאנצע זאך, אנגעפיפען אלע גיידליינס און עס איז גארנישט געשען.
מען האט אנגעהויבן כאפן אז עס איז דא א צווייטע כוואליע סוף אלול און סוף תשרי איז עס שוין כמעט נישט דא געווען, און עס איז נישט מסתבר אז גיידליינס און מאסנאמען וואלטן געמאכט אז עס זאל נאך שנעלער אוועקגיין ווייל די מציאות האט געוויזן אז עס נעמט כאטש א חודש אז די נאמבערס זאלן אנהייבן אראפצוגיין אפי' אין פלעצער ווי עס זענען יא דא מאסנאמען.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 2:23 am

פארוואס בעט די קהילה אין ווילי פונעם עולם זיך צו נאכאמאל טעסטן? זענען קעיסעס ארויף דארט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

Programming
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 2:45 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ער פארשטייט נישט אז די גאנצע צינישקייט ביי אונז כלפי די מגיפה איז בדוקא א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. אונז גיי מיר נישט לייגן אונזער לעבן און שאפן אויף האלד.
און דעריבער שלאגט מען כפרות מיט די גאנצע זהירות.

דיסעגרי.

עס קומט פון מיסאינפארמאציע. און א מאנגל אין קלארע אנווייזונגען. עס האבן זיך די עקסטרעמיסטן און דעה זאגער געהויבן דאס קאפ, און די וואס דארפן נעמען די לייצעס אין די הענט האבן זיך פארשטעקט אינעם מייזן לאך.

בנוסף צו אונזער "טשאלענט טאפ" סטיל געזעלשאפט.


במציאות האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נארישקייט איז געלונגען, מען האט געלאכט פון די גאנצע זאך, אנגעפיפען אלע גיידליינס און עס איז גארנישט געשען.
מען האט אנגעהויבן כאפן אז עס איז דא א צווייטע כוואליע סוף אלול און סוף תשרי איז עס שוין כמעט נישט דא געווען, און עס איז נישט מסתבר אז גיידליינס און מאסנאמען וואלטן געמאכט אז עס זאל נאך שנעלער אוועקגיין ווייל די מציאות האט געוויזן אז עס נעמט כאטש א חודש אז די נאמבערס זאלן אנהייבן אראפצוגיין אפי' אין פלעצער ווי עס זענען יא דא מאסנאמען.


אויב דו קענסט געבן א קלארע דעפיניציע פון די ווארט גארנישט

2 מנינים היימישע אידן אויב נישט מער זענען נפטר געווארן אין ניו יארק א דאנק די נישט אנהאלטן די מאסנאמען, נישט סוף אלול האט מען געדארפט אנהייבן האלטן די מאסנאמען נאר א גאנץ זומער.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 9:23 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ער פארשטייט נישט אז די גאנצע צינישקייט ביי אונז כלפי די מגיפה איז בדוקא א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. אונז גיי מיר נישט לייגן אונזער לעבן און שאפן אויף האלד.
און דעריבער שלאגט מען כפרות מיט די גאנצע זהירות.

דיסעגרי.

עס קומט פון מיסאינפארמאציע. און א מאנגל אין קלארע אנווייזונגען. עס האבן זיך די עקסטרעמיסטן און דעה זאגער געהויבן דאס קאפ, און די וואס דארפן נעמען די לייצעס אין די הענט האבן זיך פארשטעקט אינעם מייזן לאך.

בנוסף צו אונזער "טשאלענט טאפ" סטיל געזעלשאפט.


במציאות האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נארישקייט איז ליידער נישט געלונגען, מען האט געלאכט פון די גאנצע זאך, אנגעפיפען אלע גיידליינס און עס איז געווען קרבנות. מען רעד נישט דא פון אפשפארן. מען רעד פון די מינימום זיך אכטונג געבן. נישט געבען די הענט פאר עלטערע אידן, און ווען זיי ווילן זיך אכטונג געבן, זאל מען עס רעספעקטירן. וואס הייסט געלונגען? וויאזוי שאצט איר "איין" נפש אחת בישראל?

מען האט אנגעהויבן כאפן אז עס איז דא א צווייטע כוואליע סוף אלול און סוף תשרי איז עס שוין כמעט נישט דא געווען, און עס איז נישט מסתבר אז גיידליינס און מאסנאמען וואלטן געמאכט אז עס זאל נאך שנעלער אוועקגיין ווייל די מציאות האט געוויזן אז עס נעמט כאטש א חודש אז די נאמבערס זאלן אנהייבן אראפצוגיין אפי' אין פלעצער ווי עס זענען יא דא מאסנאמען.

און איך מיין איר זאלט איבערליינען די בריוו וואס איז געווען אין די צייטונג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
ציגאנער
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך ציגאנער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 10:25 am

@קאושער @מארנינג @פראגרעמינג, ווי איר קענט זעהן סיי דא און סיי אין אלגעמיין, איז דער עולם אביסל פעד-אפ מיט די אלע צוימונגען.
אפגעזעהן צו מ'איז גערעכט און צו ס'איז ריכטיג וואס מ'טוט, קוקט אבער אויס ווי אייערע ווערטער פאלן אויף היבש טויבע אויערן און טוט נישט צופיל טוישן דעם דעת הקהל.

אלזא, אנשטאט צו פירן א אומסוקסעספולע מלחמה מיט די מאסן, גייט ווייטער אייער וועג, טוט ווייטער וואס ס'איז ריכטיג צו טון, און פרובירט נישט צו ווערן איבערגענומען פון זייטיגע און קרומע בליקן.
ס'איז נישט גרינג צו גיין קעגן די שטראם, אבער ס'איז זיכער אז מיטן טון די ריכטיגע השתדלות וועט איר און גאנץ כלל ישראל ווערן אפגעהיטן פון אלעם בייזן.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 10:49 am

Goodmorning האט געשריבן:פארוואס בעט די קהילה אין ווילי פונעם עולם זיך צו נאכאמאל טעסטן? זענען קעיסעס ארויף דארט?


וואו האט איר געזעהן אז 'די קהילה' בעהט?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 12:58 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:פארוואס בעט די קהילה אין ווילי פונעם עולם זיך צו נאכאמאל טעסטן? זענען קעיסעס ארויף דארט?


וואו האט איר געזעהן אז 'די קהילה' בעהט?

אין די איד
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 12:58 pm

Goodmorning האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:פארוואס בעט די קהילה אין ווילי פונעם עולם זיך צו נאכאמאל טעסטן? זענען קעיסעס ארויף דארט?


וואו האט איר געזעהן אז 'די קהילה' בעהט?

אין די איד

כווית פשוט וויסן האבענדיג היי ריסק אין מיין פאמיליע און א שמחה אין ווילי זונטאג
שויתי ה' לנגדי תמיד

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך רחש לבי » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 2:24 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ער פארשטייט נישט אז די גאנצע צינישקייט ביי אונז כלפי די מגיפה איז בדוקא א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. אונז גיי מיר נישט לייגן אונזער לעבן און שאפן אויף האלד.
און דעריבער שלאגט מען כפרות מיט די גאנצע זהירות.


די צינישקייט איז ליידער פון די ערשטע מינוט (עכ"פ פון פסח), ס'איז נישט א רעזולטאט פון די עקסטרעמע צוימונגען. דער שרייבער ברענגט ארויס זייער שטארקע נקודות און רעדט זייער צו די זאך.

עס איז לכאורה א חלק פון די גזירה אז דער עם חכם ונבון זאל אזוי אומפארשטענדליך לייכט נעמען די זהירות אויף די אייגענע און יענעמ'ס געזונט בשעת די מגיפה קאסט נעבעך יודישע קרבנות ה"י.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, בלינצע, גוטער איד, חומש און 19 געסט