צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7876
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 9:36 am

פתחיה האט געשריבן:א מיטל יעריגער איד פון מיין ביהמ"ד אינעם עואב"י מיט היפש קאנדישאנס איז אויף א ווענטילעיטאר אין ICU, עס איז גארנישט קיין שפיל דא. (איך וואלט געלייגט זיין נאמען לרפו"ש כ'וויל בעסער נישט אויפוועקן דעם בעד עמך אשכול). ער האט זיך געהיטן ביים ערשטן כוואליע געדאוונט אין ווייבער שוהל היפש נאך וואס די שוהל איז געווען אפן אא"ו. הלואי קומט ארויס א קול קורא אז מען מוז קיין מיט מאסקעס ווייל יעצט איז דאך ממש בושות צו גיין א מאסק גיי פארשטיי פארוואס. כ'בין אביסל פארקילט וועל נישט גיין טעסטן אבער חאפט א ציטער אויב מען וואלט געקענט טוהן מער.

געב ארויס א קול קורא אז אידן מיט קאנדישענס זאלן זיך היטן, ווייל דאס וועט אפשר אויפטון. עפעס אנדערש וועט נישט העלפן.

יעדע רב/דיין/רבי איז אחראי אז זקנים און אידן מיט קאנדישאנס זאלן נישט קומען אין שול. מאסקעס גייט מען נישט אנטון. פינטל. פארוואס? א גוטע קשיא, אבער דאס איז די פאקט.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 9:45 am

מען דארף שוין אפירנעמען די אלטע @שלמה תגובות, וואס האט בשעתו אויפגעשטורעמט אייוועלט,
אדער מען קען נאך ווארטען?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 10:03 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פתחיה האט געשריבן:א מיטל יעריגער איד פון מיין ביהמ"ד אינעם עואב"י מיט היפש קאנדישאנס איז אויף א ווענטילעיטאר אין ICU, עס איז גארנישט קיין שפיל דא. (איך וואלט געלייגט זיין נאמען לרפו"ש כ'וויל בעסער נישט אויפוועקן דעם בעד עמך אשכול). ער האט זיך געהיטן ביים ערשטן כוואליע געדאוונט אין ווייבער שוהל היפש נאך וואס די שוהל איז געווען אפן אא"ו. הלואי קומט ארויס א קול קורא אז מען מוז קיין מיט מאסקעס ווייל יעצט איז דאך ממש בושות צו גיין א מאסק גיי פארשטיי פארוואס. כ'בין אביסל פארקילט וועל נישט גיין טעסטן אבער חאפט א ציטער אויב מען וואלט געקענט טוהן מער.

געב ארויס א קול קורא אז אידן מיט קאנדישענס זאלן זיך היטן, ווייל דאס וועט אפשר אויפטון. עפעס אנדערש וועט נישט העלפן.

יעדע רב/דיין/רבי איז אחראי אז זקנים און אידן מיט קאנדישאנס זאלן נישט קומען אין שול. מאסקעס גייט מען נישט אנטון. פינטל. פארוואס? א גוטע קשיא, אבער דאס איז די פאקט.

עס האלט און איין ארויסקומען קול קורא'ס. האסט געזעהן אלע קול קורא'ס פון די סאטמאר קהילה אין קרית יואל?

מיין קהילה האט ארויסגעשיקט גאר א שטרענגע בריוו, אז איעדער וואס האט אפילו א ספק ספיקא אז ער פיהלט נישט גוט "טאר" נישט קומען אין שוהל אפילו ראש השנה.

אבער ליידער, א חלק עולם, הארכט נישט. מען גייט אין שוהל אפילו מען פיהלט נישט גיט.
מען גייט נארמאל אין די געשעפטן. אויף וועמענס חשבון?

די פאקט איז אז דער פרומע עולם איז מער אויסגעשטעלט אז די וויירוס זאל זיך מער פארשפרייטן. מען גייט אין שוהל דריי מאהל א טאג, מען האט גרעסערע משפחות כ"י, מען קומט זיך מער צוזאם אויף שמחות. דארף מען זיך מער אכטונג געבן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 10:11 am

הרב כשר, כ'ווייס נישט פארוואס דו האלטסט אזוי, אבער גוים האבן אויך א סדר החיים ווי זיי האבן שייכות מיטן פאבליק.

אדער ביי די ביזנעס, אדער ביים איינקויפן, אדער אין די גרויסע אפערטמענט הייזער מיט שכנים, אין די תיפלה אדער ביי זיינע שוואוילטאגן, חוץ אן עכטער איינצעלנער וואס וואינט ערגעץ אפגעזונדערט און טרעט נישט ארויס פון הויז, וואס דער קריגט אויך פעקלעך און דעליוועריעס.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך חסידישער מבין » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:11 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פתחיה האט געשריבן:א מיטל יעריגער איד פון מיין ביהמ"ד אינעם עואב"י מיט היפש קאנדישאנס איז אויף א ווענטילעיטאר אין ICU, עס איז גארנישט קיין שפיל דא. (איך וואלט געלייגט זיין נאמען לרפו"ש כ'וויל בעסער נישט אויפוועקן דעם בעד עמך אשכול). ער האט זיך געהיטן ביים ערשטן כוואליע געדאוונט אין ווייבער שוהל היפש נאך וואס די שוהל איז געווען אפן אא"ו. הלואי קומט ארויס א קול קורא אז מען מוז קיין מיט מאסקעס ווייל יעצט איז דאך ממש בושות צו גיין א מאסק גיי פארשטיי פארוואס. כ'בין אביסל פארקילט וועל נישט גיין טעסטן אבער חאפט א ציטער אויב מען וואלט געקענט טוהן מער.

געב ארויס א קול קורא אז אידן מיט קאנדישענס זאלן זיך היטן, ווייל דאס וועט אפשר אויפטון. עפעס אנדערש וועט נישט העלפן.

יעדע רב/דיין/רבי איז אחראי אז זקנים און אידן מיט קאנדישאנס זאלן נישט קומען אין שול. מאסקעס גייט מען נישט אנטון. פינטל. פארוואס? א גוטע קשיא, אבער דאס איז די פאקט.



איינס: עס זענען שוין דא אסאך קול קורא'ס פון עטליכע קהילות אבער ווי הרב @כשר שרייבט ליידער זענען דא מענטשן וואס פאלגן נישט.
צווייטנס די טענה אז עס שאדט נאר פאר עלטערע א.א.וו. זעהט נישט אויס צו זיין צו אמת בפרט דאס מאל. עס זענען דא צענדליגע אינגעלייט וואס ליגן ביטער קראנק אין בעט און א טייל אנגעוואנדן אויף אקסיגזען אויך דא ביי אונז און מאנטריאל. איך פארשטיי אז עס איז אויך אזוי די מציאות אין נוי יארק.

masmid
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך masmid » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:22 am

די תורה זאגט בל תוסיף לא תוסיף כדי שלא תגרע איך מיין אז דעס איז אויך נוגע דא ביי קאראנע... משוגע מאכן מענטשן מיט יעדע משוגעת וואס פאלט ביי די גאווערמענט וואס מיינען על פי רוב נאר פאליטיק ברענגט נאר די פארקערטע אז מענטשן זאלן גארנישט אכטונג געבן און מ'דארף שטארק שוקל זיין וואס און וויאזוי מ'זאגט פאר מענטשן זיך צו אכטונג געבן פון די וויירוס כדי עס זאל נישט ברענגען אז מענטשן זאלן גארנישט אכטונג געבן
איך בין א ''מתמיד'' זייטיגע צייטן פארברענג איך אויף ''אייוועלט''

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:28 am

פרוביר אויך האט געשריבן:מען דארף שוין אפירנעמען די אלטע @שלמה תגובות, וואס האט בשעתו אויפגעשטורעמט אייוועלט,
אדער מען קען נאך ווארטען?

ווי ביסטו געווען דריי וואכען צירוק? איך מיין נישט דוקא דיר נאר די אנדערע פאר ניקס וועלכע פארפירען דא אויף א סאושעל וועבסייט כאי סהעלפט וואס חוץ אנקומען צי vin און מאכען א פרישע סירקעל פון נייעס טוט עס גארנישט אויף
אין אויב די קענסט יא אזוי ערליך פארפירען ווי ביסטו געווען דריי וואכען צירוק??

כהאב שוין נישט קיין כח צי די פאלשע דאגות דא וואס מטשערי פיקט דא
וויאזוי קען מען פייטען א וויירוס ווען מגייט מיטען שקר?

פאלעסיידס האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'קען א משפחה אין מאנסי וואס האט אויסגעמיטן די ערשטע כוואליע. גאנץ לעצטנס האבן זיך אויפגעהאלטן ביי זיי עטליכע אידן פון ארץ ישראל לשם מצוה פאר אפאר טעג. "די גאנצע משפחה איז יעצט אין בעט! טאטע מאמע קינד און קייט!" זאלן אלע זיין געזונט און שטארק.

פאלעסיידס האט געשריבן:
אנפין נהירין האט געשריבן:אויך דעס געטראכט פון דעם

באקסער בוים האט געשריבן:אויב מ'מעג דא פרעגן

וואס איז פשט אז אמעריקע לאזט געהעריג אריין מענטשן פון אר"י אן קיין שום באגרעניצונגען? אר"י איז יעצט א לאנד ווי די קאראנע טעסטס פאזיטיוו % ראטע האלט ביי 9%, און מ'דארף ניטאמאל נעמען א קאראנע טעסט ווען מ'קומט אריין ביים עירעפארט..

ווען מ'קומט צו פארן פון אנדערע סטעיטס ווי די וויירוס איז פארשפרייט קיין נוא יארק דארף מען זיך קווארטינען אבער ווען מ'קומט פון אויסלאנד אריין קיין נוא יארק איז נישטא קיין שום באגרעניצונגען..

די שולן דא זענען געפאקט מיט ארץ ישראל'דיגע משולחים וואס דרייען זיך דא אין די מאסן, זיי גייען ארום פון 1 מנין צום צווייטן נאך געלט, קומען אין א נאנטע קאנטאקט מיט יעדן מתפלל עקסטערע.

נישט סתם, סאיז אנבעליוועביל וויאזוי דעס ארבעט,

סאיז דא א גאנצע גרופע פאלעטישענס אין ב"פ וואס שלאפען יעצט ווען סקומט אריינצילאזען מענטשען פון איזריעל ווי די מגיפה בוזשעוועט ארום אויפן ארגסטען, איינער פון זיי טוט גרויס ביזנעס מיט איזריעל און די אנדערער האט קינדער דארט וואס ווילען קומען צי אים אויף די ימים טובים,

ווען סוועט קומען איינצישפארען טויזענטע אידען פאר דריי וואכען וועלען זיי אריינקאלען דיבלאזיא אין שווער מאכען פאר כלל ישראל ווי זיי זענען די וועלט פארזארגער, "שעם אן דעם" מדארף זיי אראפרייסען די מאסקע פון פנים אין פארהאלטען יעצט, נישט דא קיין ברירה סעיפטי קומט פאר אלעם, אבי בערקאוויטש וכת דיליה רעכענט זיך מיט זיי..

מדארף מאכען א ויצעקו, היינט קען מען שוין קלאר זען פון ווי די קעיסעס קומען "16 קעיסעס" אין בפ זענען געקומען פון איזריעל אין 5 אין מאנסי,

סאיז געווען שטיל פאר צוויי חדשים! פארוואס פעלט עס אויס? פארוואס?

מדארף פארלאנגען א פולשטענדיגע קוואראנטין פאר מענטשען וואס קומען פון אנגעשטעקטע פלעצער עד יעבור זעם, נישטא קיין ברירה,

סאיז ממש א הפקירות!

דעס גייט אי"ה דורך גיין ביז עטליכע וואכען אין לאמיר האפען אז סוועט ארויסקומען א וואקסין אין אלעס וועט צירוק גיין צי נארמאל, אבער פארוואס זיך צימאכען די אויגען אין שפילען בעת היענה? און פארוואס זאלען נישט אידישע קינדער נישט האבען א כח המעצר? פארוואס?

האבען מיר נישט געדאווענט די שענסטע טעג פון פסח אינגאנצען אליין? איז דעס נישט געווען אומבאקוועם? סאיז דורך אין שוין,

סאיז זיכער אז טאמער שטעלט זיך יעצט אפ נאר פאר א צוויי דריי וואכען וועט ווערען רואיגער די מצב אין ניו יארק, וועמען שפילט מען אויס,

קאלטס אן די בפ לאקאלע פאליטישענס אין פארלאנגטס א ענטפער

דעס איז געשריבען געווארען באלד דריי וואכען צירוק
און געציילטע ניקס האבען געענטפערט דערויף מיט נערישע קארני לצנות מיט גאנצע חשבונות אין איינער האט געהאט גאר א פראבלעם שטמערשטוויייניגער אז איך ריף אן די מדינת ישראל גאווערמענט איזריעל אין ספאסט נישט, כאי' די וויירוס רעכענט זיך דערמיט (גיי ווייס ווער די ניקס זענען)
אין די פראדיקטעבעל געשעט ליידער, פעך, וויאזוי ניו יארק טיימס המודיע מאסטער סטייל מאכען זיך צי די אויגען ווען סקומט צי זייער אינטערעסען אין קוקען נאר אויף האלבע זאכען, אזוי קען מען קיין שטאט נישט אויסהיילען...



N.Y.C. Warns About Rising Virus Cases in Hasidic Neighborhoods
Officials see a worrisome indicator in several parts of Brooklyn and Queens after a couple of months of declining or flat transmission.

Joseph Goldstein
Published Sept. 22, 2020
Updated Sept. 23, 2020, 12:19 a.m. ET

New York City’s Health Department warned Tuesday evening that Covid-19 was spreading at increasing levels in several neighborhoods in Brooklyn and Queens, a worrisome indicator after a couple of months of declining or flat transmission.

City health officials said that they were especially concerned about a clear uptick in transmission among some of the city’s Hasidic communities, which were devastated by Covid-19 in the spring but had seen few cases in the summer.

Patrick Gallahue, a spokesman for the city’s Health Department, said, “We are concerned about how Covid-19 may be affecting Orthodox communities — in these neighborhoods and beyond — and we will continue working with partners, providers and residents throughout the city to ensure that health guidance is followed, which is critical to suppresssing the pandemic.”

One city health official estimated that about a quarter of new Covid-19 cases in New York City appeared to be emanating from Orthodox Jewish communities, though the official acknowledged that at present the data was imperfect.

The data that alarmed public heath officials included the percentage of coronavirus tests that were coming back positive. It had increased in recent weeks in several neighborhoods in Brooklyn — Williamsburg, Midwood, Borough Park and Bensonhurst — as well as Kew Gardens and Edgemere-Far Rockaway in Queens.

Across one section of southern and central Brooklyn that included three neighborhoods — Midwood, Borough Park and Bensonhurst — about 4.7 percent of coronavirus tests were positive, which was far higher than in the rest of the city, according to the alert the Health Department sent to reporters.

Across the entirety of the city, between 1 percent and 2 percent of tests have been positive most days in the past two months. The alert said the Health Department was regarding the Covid-19 cases in those three neighborhoods as a single cluster that it was calling the Ocean Parkway Cluster.

The actual increase in new cases in New York City has been noticeable, but modest, in recent weeks. For much of the past two months, the seven-day rolling average of new cases has hovered in the mid- 200s. Recently, it began to climb toward an average of 300 new cases a day, reaching that on Sept. 14.

The rising case load is a particular cause for concern as it began weeks ahead of the reopening of in- person learning a the city’s public schools and the pending reopening of indoor dining, both of which are expected to lead to an uptick in new cases.

The rising levels of transmission left public health officials in a quandary they have struggled with in recent years: how to gain trust within the city’s Hasidic neighborhoods and encourage cooperation with public health mandates.

In recent years, the Health Department has faced skepticism and sometimes defiance from the Hasidic community as public health officials responded to a measles outbreak and to sporadic herpes cases linked to a circumcision ritual.

And at the height of the pandemic, many Hasidic Jews in New York felt that the mayor had unfairly singled them out when he drew attention to social-distancing violations among mourners at the funeral of a prominent Hasidic rabbi.

It was clear this week that the public health authorities were again struggling with how to encourage — or enforce — mask-wearing and social-distancing requirements in Hasidic neighborhoods, where many people are returning to communal life with few Covid-era precautions.

“This situation will require further action if noncompliance with safety precautions is observed,” the Health Department alert sent on Tuesday stated. The alert did not single out any particular group, only naming several neighborhoods with an elevated rate of transmission. “We are writing to provide an update on several COVID-19 signals in Brooklyn and Queens that are cause for significant concern,” the alert stated.

In recent weeks, the city’s health commissioner has publicly said he was worried about rising transmission within the large Orthodox Jewish communities in many of the same neighborhoods mentioned in Tuesday’s alert. “We have observed heightened rates of COVID-19 in many neighborhoods with large Orthodox Jewish populations,” the commissioner, David Chokshi, wrote in an email, according to Hamodia, an Orthodox Jewish news organization. That email was sent to other Orthodox Jewish news outlets as well in early September.

Yosef Rapaport, a media consultant, editor and podcaster in Borough Park, said he had also been hearing of a recent increase in the numbers of people sickened with Covid-19. “There was an uptick in special prayer requests” for those who had fallen ill, he said.

Mr. Rapaport, who is Hasidic and lost relatives to Covid-19 earlier this year, said he feared “a significant portion of our community is minimizing the danger.”

Few if any groups have been hit harder by Covid-19 than New York City’s Hasidic communities, where large families and crowded living conditions are the norm, and communal life revolves around the synagogue.

By late April, roughly 700 members of New York City’s Hasidic community were believed to have been killed by the disease, and few families had been spared. But the illness subsequently seemed to have passed, and synagogues and yeshivas began to reopen. Many people stopped bothering with masks.

In some areas with significant Hasidic populations, more than 40 percent of people being tested were found to have antibodies, fueling speculation that herd immunity might not be far off.

But after the summer passed with few new cases, there has been a gradual increase in recent weeks. The Health Department’s alert comes amid the holidays of Rosh Hashana and Yom Kippur, a time of prayer, reflection, and large gatherings.

Motti Seligson, a Chabad rabbi, said he had recently heard of a few cases in the Crown Heights section of Brooklyn, “but nothing that can be called a second wave.” He added, “The uptick is something that’s of concern to people in these communities.”

In interviews, several Hasidic men in different neighborhoods across Brooklyn said that few people wore masks at large gatherings, including those at synagogues. They noted that many families were taking careful precautions and still not fully rejoining communal life. Rabbi Seligson said that some synagogues were holding more services to limit the number of people present at once and that some religious gatherings were being held outdoors.
[/left][/quote]
אין לאמיר פארהאלטען קאומו! פארוואס האסטו נישט ציגעשפארט די גרעניץ פון איזריעל קיין ניו יארק ווען דארט איז געווען 9%??

ווי זענען די מויל מאכערס פון בארא פארק? וואלט מען ווען דען ענק נישט אויסגעהערט? איז אונזער בלוט הפקר,

רבותי אונז דארף מיר פארלאנגען אליינס אונזערע רעכטען, אונז קען מיר זיך נישט פארלאזען אויף די פאליטישע מויל מאכערס און טוויטער שרייבערס פון ניו יארק מיט זייערע נאכשלעפער דא אויף אייוועלט,
סאיז דאך דא א ריזען פארוואס אין פייוו טאונס פלעטבוש מידוואד און קראונהייטס איז געשען די אויפשטייג פאר דריי וואכען צירוק,

לאמיר כאטש יעצט פארלאנגען מיט א קלאר הויעך קול, שפארט צי די גרעניצען תיכף ומיד! און ראטעווען וואס מקען נאך,

און לאמיר ענדיגען מיט א קוואט פון הרב goodmornig@
מיר ווערן אויפגעוועקט יעצט אין די צייט, מיר זאלן תשובה טון. עס איז נישט א צופאל.

מען קען אנהייבן מיטן זיין גרייט צו אביסל ארומטוישן געוואוינהייטן צו באשוצן אנדערע[/quote]

אוועטאר
ב שלום
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך ב שלום » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 12:26 pm

פון "די צייטונג"

שטאט ווארנט מיט גאר שטרענגע צוימונגען אויף חרדי'שע געגענטער וואו קאוויד האט אויפגעלעבט




דער שטאטישער העלט דעפּארטמענט האט דאנערשטאג שפּעט נאכמיטאג ארויסגעשיקט א וויכטיגע ווארענונג, אונטער'ן קעפּל "וויכטיגע אינפארמאציע איבער זארג פאר קאוויד-19", אדרעסירנדיג דעם וואוקס פון קאוויד פאלן אין געוויסע געגנטער פון ברוקלין און קווינס, וואס אין רוב פון די געגנטער וואוינען חרדי'שע אידן.

דאס קומט נאך דעם ווי די שטאט האט שוין ביי א פריערדיגע געלעגנהייט געווארנט, נאך פאר ר"ה, אז עס איז אנטשטאנען א "קלאסטער", וואס מיינט א גרופּע פּלעצער וואו עס געפינען זיך לעצטנס מער קאוויד פאלן, און דער מעיאר האט דאס באצייכנט ווי "אושען פּארקוועי קלאסטער", ווייל רוב פון די "זיפּ קאודס" אין ברוקלין וואס האבן לעצטנס געהאט אן אויסטערלישן וואוקס פון קאוויד פאלן, גרעניצן זיך מיט אושען פּארקוועי, דעריבער האט דער מעיאר דאס אזוי באצייכנט.

באלד פון אנהויב איז ער ארונטערגעריסן געווארן פון די פּרעסע פארוואס ער נוצט אזא סארט איידעלן אויסדרוק דערויף, פארוואס ער זאגט נישט ארויס מער אפען אז די רעדע איז דא פון חרדי'שע געגנטער, אדער ווי זיי רופן דאס "קאמיוניטיס וואו עס וואוינען ארטאדאקסישע אידן". דער מעיאר האט זיך אבער נישט געלאזט אויפהעצן, און מ'האט געזען ביי זיינע טעגליכע פּרעסע קאנפערענצן ווי ער האט זיך ממש געשלאגן מיט די פּרעסע פארטרעטער ווען ער האט מיט זיין עקשנות נישט געוואלט באשולדיגן אז דאס האט צו טאן מיט אידן וועלכע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס אזוי ווי אנדערע מענטשן וואס פאלגן יא. אדרבה. דער מעיאר האט געזאגט אז מ'איז אין פארבינדונג מיט די רבנים און קאמיוניטי פירער אין יענע געגנטער, וועלכע האבן פארשפּראכן זייער פולע קאאפּעראציע, און אזוי האפט מען צו קענען אראפּקלאפּן דעם פּאנדעמיק וואוקס.

דעם דאנערשטאג, האט שוין דער מעיאר צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט אפּגעהאלטן א נארמאלע פּרעסע קאנפערענץ, ווען מ'האט זיך געקענט פּערזענליך באטייליגן, פארשטייט זיך מיט מאסקעס און שטייענדיג עטוואס אפּגעזונדערט, ווי מ'רופט דאס "סאשעל דיסטענסינג", און די פראגעס זענען געפלויגן צום מעיאר איבער אלע סארטן טעמעס, און ווי פארשטענדליך, אויך איבער די קאוויד פאלן אין די חרדי'שע געגנטער, ווען געוויסע נייעס אינסטאנצן האבן פּובליצירט באשרייבונגען און בילדער ווי אזוי מ'דרייט זיך ארום אויף די גאסן אדער אין די שוהלן אן מאסקעס, און מ'שטייט נאענט איינער צום אנדערן, אזוי אז עס האט שוין נישט געקענט זיין קיין פראגע פון וועמען די רעדע איז.

פריער אין די וואך, ווען מ'האט פארגעהאטן דעם מעיאר פארוואס די שטאט נעמט נישט קיין שטרענגע שריט אין די אידישע קאמיוניטיס, און דער מעיאר האט איבערגעגעבן דאס ווארט צום הויפּט דאקטאר פון דעם שטאטישן שפּיטאל סיסטעם, מיטשעל קאץ, האט דר. קאץ אויפגעקלערט אז מ'נעמט עס יא ערנסט. ער האט אפילו דערמאנט אז ער אליין האט פארלוירן זיין שווער ע"ה צוויי טעג פריער, ווען ער איז געשטארבן אין ירושלים פון קאוויד, און זיין שוויגער האט אפילו נישט געקענט זיצן שבעה אינאיינעם מיט איר קינד, צוליב די שטרענגע אפּזונדערונגען וואס מ'פאלגט אויס אין א"י, ווי איינער זאגט, די אידן פאלגן יא די אפּזונדערונג פארלאנגען, די אידן אנערקענען יא דעם אקטועלן קאוויד געפאר און האלטן זיך נישט "העכער" פון יעדן, אז נישט זיי מיינט מען מיט די אלע באווארענונגען און פארלאנגען.

די ערשטע פראגעס ביי די פּרעסע קאנפערענצן דרייען זיך געווענליך איבער דעם שטאטישן שולע סיסטעם, מ'זעט ווי דער מעיאר פּלאגט זיך איבער די פראגע פון יא אדער נישט עפענען די שולעס, און ער מוז דאס האלטן אין איין אפּשטופּן ווען מ'זעט אז מ'האט נאך נישט געהעריג צוגעגרייט אלע שולע געביידעס, אבער דער מעיאר גיט אויך איבער די גוטע סטאטיסטיקס, אז דער מצב איז גאנץ גוט אין דער שטאט, ווי צ.ב.ש. דאנערשטאג האט מען באריכטעט אז 56 מענטשן זענען אריין אין שפּיטעלער צוליב קאוויד, וואס איז געווען א פּאזיטיווע ראטע פון 9.72. די נייע באשטעטיגטע קאוויד פאלן אויף א זיבן-טאג דורכשניט איז געווען 320, וואס איז בלויז 1.20 פּראצענט.

דער מעיאר האט זיך אויך בארימט אז די שטאט האט שוין אויפגעשטעלט אן אייגענע טעסט לאבאראטאריע, וואו עס קאסט בלויז $28 א טעסט, א פערטל וויפיל מ'האט געדארפט צאלן פאר אנדערע לאבאראטאריעס, און מ'וועט עס נאך אראפּקלאפּן אויף 5 ביז 10 דאלאר, מיט די האפענונג אז דער טעסט זאל קענען ברענגען רעזולטאטן ביז 15 מינוט. איצט דויערט עס פון 24 ביז 48 שעה.

מען האט אבער צוריקגעדרייט דעם שמועס צו די אידן, ווייל אין די אידישע געגנטער זענען געווען אזוי פיל באשטעטיגטע נייע קאוויד פאלן, אז דאס איז געווען א שטוינענדע 20 פּראצענט פון דעם סך הכל פון די גאנצע שטאט! ד.מ., איינע פון יעדע 5 נייע קאוויד פאלן איז ביים חרדישן ציבור!
אלס א ביישפּיל, האט איינער געפרעגט דר. קאץ, אז אזוי ווי די מענטשן פון וועמען ער האט גערעדט נעכטן (מיטוואך) האבן זיך פארזאמלט צוליב דעם אידישן יו"ט אין פארלאפענעם וויקענד (מיינענדיג ר"ה), ערווארטסטו אז די פּאזיטיוו ראטע וועט שטייגן ווען מ'גייט פאראויס?

דר. קאץ האט אנערקענט אז מ'איז טאקע באזארגט, און ער האט אויפגעקלערט פאר די אלע וואס קענען נישט די אידישע טראדיציעס, אז מיר האלטן איצט אין זייער א ספּעציעלע צייט, צווישן ר"ה און יו"כ, ווען עס זענען נישטא א סאך יו"ט פייערונגען. פאר אונז אידן, איז דאס ענדערש א צייט פון איבערטראכטן, פון תשובה. מיר זענען אבער גאר שטארק באזארגט אז מ'גייט דערנאך צום יו"ט סוכות וואס איז גאר אנדערש, עס איז א שמחה'דיגער יו"ט (זמן שמחתינו), ווען מענטשן טרעפן זיך אינאיינעם צו פייערן דעם יו"ט, וואס צוליב דעם וועלן מיר מוזן דאפּלען אונזערע באמיאונגען אין אלע ברוקלינער געגנטער.

מיר וועלן ארויסשיקן אונזערע קארס מיט מיקראפאנען וואס וועלן געבן מעסעדזשעס אין אידיש און אין ענגליש, דערמאנענדיג די מענטשן אז מיר קענען פארזעצן אונזערע פייערונגען און אונזערע באגעגענישן, אבער מ'מוז גיין מיט א מאסקע אזוי ווי מיר אלע טוען דאס, און מ'מוז זיך האלטן ווייט, און אויב מ'טוט די צוויי זאכן, וועלן מיר קענען האבן (פייערן בשמחה) דעם יו"ט. דר. דזשאקשי (העלט קאמישאנער) און איך, אינאיינעם מיט'ן מעיאר, פּאסן אויף זייער פארזיכטיג די סטאטיסטיקס. מיר קוקן אויף דעם יעדן טאג, צומאל מער ווי איינמאל א טאג. מיר קוקן אויף די טעסט נומערן, און אויף די נומערן פון די נייע פאלן, און מיר גרייטן זיך אויב נויטיג צו נעמען שטרענגע שריט כדי צו פארמיידן פרישע פאלן, און פארמיידן דעם קאשמאר וואס מיר אלע האבן איבערגעלעבט אין מערץ און אין אפּריל.

אויף דעם איז געקומען די פראגע צו קאץ: און אויב איר וואלט געוואוינט אין איינעם פון די דאזיגע געגענטער, און איר וואלט געוואלט גיין דאווענען, וואלט איר זיך באטייליגט אין א שוהל אינעווייניג?

דער דאקטאר האט זאפארט אן טראכטן אויפריכטיג געענטפערט אז יא, ער וואלט געדאווענט אינעווייניג, אבער ער וואלט געגאנגען מיט א מאסק און ער וואלט נישט געזעסן נעבן עמיצן וואס איז נישט טייל פון זיין פאמיליע, און דאס איז וואס מיר פארלאנגען פון יעדן. מ'בעט נישט די מענטשן זיי זאלן נישט פייערן דעם יו"ט. מיר בעטן די מענטשן זיי זאלן גיין מיט מאסקעס, און מיר בעטן די מענטשן זיי זאלן שטיין ווייט פון פרעמדע מענטשן.
שפּעטער, ווען דער מעיאר האט שוין געוואלט שליסן זיין פּרעסע קאנפערענץ, האבן די רעפּארטערס זיך אנגעהויבן צו קריגן מיט אים, פארוואס ער ענדיגט עס אזוי שנעל, און איינער האט אים אפילו פארגעהאלטן: מר. מעיאר, מיר זענען אלע געפארן אויפ'ן טרעין. מיר האבן אלע גענומען א ריזיקע אהער צו קומען. איך מיין אז עס איז אפשר בלויז יושר דו זאלסט אויסהערן אונזערע פראגעס.

ווען דער מעיאר האט פארט געוואלט שליסן, האט איינער נאך אריינגעשריגן: איבער בארא פּארק, מר. מעיאר, באזונדער איבער דעם בארא פּארק פרישן אונטערגאנג. מיר מעיאר, מיר זענען געפארן אויף א טרעין. מיר האבן ריזיקירט אונזער געזונט - .

מיט דעם האט זיך אבער די פרעסע קאנפערענץ געענדיגט. דער מעיאר האט זיך נישט געוואלט לאזן אויפהעצן. ער האט נישט געוואלט לאזן ציען קיין רייד קעגן די אידן, אזוי ווי מ'האט געזען ביי פריערדיגע געלעגנהייטן, יעדעס מאל ווען מען האט אים געוואלט פארהאלטן אז די אידן פאלגן נישט, א.ד.ג., האט דער מעיאר דאס נישט צוגעלאזט.

מ'האט אים אפילו פארגעהאלטן ביי איינע פון די פּרעסע אויפטריטן פארוואס ער רופט דאס "אושען פּארקוועי קלאסטער", פארוואס ער זאגט נישט אפען "ארטאדאקסישע קאמיוניטיס", וואס רעאליסטיש שטעקט דאס מיט א היבש ביסל אנטיסעמיטיזם, ווייל מיר האבן נישט געהערט אז מ'זאל אזוי צימבלען דעם מעיאר עטליכע וואכן צוריק, ווען ער האט גערעדט פון א "סאנסעט פּארק קלאסטער", אז מ'האט דארט געטראפן א פיל גרעסערע צאל קאוויד פאלן ווי איצט אין בארא פּארק אדער אין די אנדערע חרדי'שע געגנטער. יעדער ווייסט אז אין סאנסעט פּארק וואוינט א גרויסע כינעזער קאמיוניטי, האט מען נישט געמאכט קיין עסק איבער די כינעזער, אבער ווען עס טרעפט זיך אביסל א וואוקס אין די חרדי'שע געגענטער, מאכט מען יא א לאנגס און א ברייטס פארוואס דער מעיאר קומט נישט שארפער ארויס, פארוואס ער אידענטיפיצירט נישט מער אפען אז די רעדע איז דא פון אידן, אידישע קאמיוניטיס, נאר ער באהאלט דאס אלס "אושען פּארקוועי קלאסטער".

פונדעסטוועגן, האט דער מעיאר א פליכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פון די שטאט, ווי עס איז ארויסגעברענגט געווארן דורך אים און אויך דורך אנדערע, אז נישט נאר דארף מען באשיצן די געגנט וואו עס שטייגט איצט די צאל קאוויד פאלן, נאר מ'דארף זיך אויך באווארענען אז דאס זאל זיך נישט אריבערכאפּן אויך צו אנדערע געגנטער, און דאס איז ווארשיינליך א הויפּט סיבה פון די פרישע שטרענגערע ווארענונגען וואס זענען דאנערשטאג נאכמיטאג פּובליצירט געווארן, וואס אפילו אויך איצט זעט מען אז עס גייט "מיט רחמים", מ'גיט ווארענונגען, מ'גיט א געלעגנהייט צו ווארטן א פּאר טעג, צו זען צי מ'וועט אליין מאכן ארדענונג.

עס זעט נישט אויס ווי מ'וועט טשעפּען די בתי מדרשים יוה"ק, ווייל ער שרייבט דאך אז אויב מ'וועט נישט האבן פארשריט ביז מאנטאג אוונט, מוצאי יוה"ק, וועט מען נעמען שטרענגערע מיטלען דינסטאג, וואס ווערט אויסגערעכנט אין די בייגעלייגטע מעלדונג, וואס מ'זאל נישט לייכט נעמען.
געדענקט, דער מעיאר און זיינע קאמישאנערס קענען נישט צולאזן א הפקרות, סיי ווייל זיי דארפן באשיצן די אידישע געגענטער, וואס ליידער הערט מען שוין פון א גרעסערע צאל ערנסטע קאוויד פאלן. כאטש מ'זוכט דאס צו פארדעקן, נישט צו מאכן א פּאניק, ווייסט שוין כמעט יעדער פון עמיצן וואס איז לעצטנס קראנק געווארן, וואס רוב פון זיי פּרובירט מען צו באהאנדלען אינדערהיים מיט אקסיגען און אנדערע מיטלען, וואס אויב דאס העלפט נישט, מוז מען אנקומען אין שפּיטאל, וואס ה' ירחם!...

מיר וועלן דא אין קורצן ארויסברענגען די הויפּט פּונקטן פון דעם בריוו.

אנגעהויבן פון פרייטאג, וועלן זיין רעגלמעסיגע אינספּעקשאנס אין אלע נישט-פּאבליק סקולס אין די זיפּ קאודס וואו עס איז געווען א גרעסערע צאל קאוויד פאלן, און אויך אין די שכנות'דיגע זיפּ קאודס. מ'וועט פארזיכערן אז מ'פאלגט אויס די פארלאנגען צו גיין מיט א מאסק און נישט צו נאענט שטיין צו אנדערע.

מ'האט שוין דאנערשטאג געהערט פון אזעלכע אינספּעקשאנס, און מ'דארף בלויז צוריקמישן דאס בלעטל איין יאר, ווי ביטער עס איז געווען אין די חרד'ישע מוסדות ווען די שטאטישע אינספּעקטארס זענען געזעסן פון פארטאגס ביז ביינאכט ביי דעם מיזעלס אונטערגאנג, ווען זיי האבן געכאפּט מוסדות וואס האבן נישט אויסגעפאלגט די פארשריפטן ווען זיי האבן יא געלאזט קומען אין די שולעס קינדער וואס האבן נישט געהאט קיין פּטור פאר די מיזעלס וואקסינאציעס.

די וואך האט די שטאט שוין געשלאסן עטליכע מוסדות אויף 2 וואכן (ביז נאך סוכות) ווען מען האט געפונען עטליכע קאוויד פאלן דארט. די שטאט פארלאנגט צו שליסן א שולע געביידע אויף 2 וואכן, און דאס גוט אויסרייניגן, אויב מען טרעפט מינימום 2 קאוויד פאלן אין 2 באזונדערע קלאסן. נאך די איצטיגע שליסונגען, זענען ארומגעגאנגען פריוואטע אינטערנעט-טשעט מעסעדזשעס צווישן די עלטערן נישט צו נעמען קיין קאוויד טעסטס, כדי נישט צו ברענגען צו א מצב אז מען זאל שליסן מוסדות. איי, מען קען שטעלן קינדער און ערוואקסענע אין א סכנה? האט איר א קשיא.

צוריקקומענדיג צום שטאטישן בריוו: אויב די סטאטיסטיקס וועלן ווייטער שטייגן, איז מעגליך אז מ'וועט רעדוצירן די אקטיוויטעטן אין יענע זיפּ קאודס וואס וועט זיך אנהויבן שוין דינסטאג צופרי. אין דעם איז אריינגערעכנט:

* פארבאטן אלע פארזאמלונגען פון איבער צען מענטשן.

* געבן טיקעטס אויב עמיצער וועט נישט אנטאן די מאסק ווען מ'וועט עס אים געבן.

* פארארדענען צו שליסן פּריוואטע שולעס און דעי קעיר סענטערס אויב זיי קומען נישט נאך די עדיוקעישאן דעפּארטמענט סטאנדארטן.

*און אלס א לעצטער מיטל, פארשליסן אלע נישט-נויטיגע ביזנעסער זאפארט! (דאס מיינט אויך די געשעפטן, אזוי ווי מ'האט געזען ווען די אינספּעקטארס זענען ארומגעפארן טיילן טיקעטס אויב עמיצער האט אריינגעלאזט מענטשן איינקויפן).

די שטאטישע פּאליציי דעפּארטמענט מיט'ן שעריפ'ס אפיס וועלן אויפפּאסן צי מ'גייט מיט די מאסקס אין יענע געגנטער, ווייל אין די געגנטער איז זייער א נידעריגע ראטע פון מענטשן וואס פאלגן אויס די מאסקע רעגולאציעס. מ'האט אויך געפונען אז מ'פאלגט נישט די רעגולאציעס אין געשעפטן, און מ'וועט נאך אמאל גיין אינספּעקטן יעדעס געשעפט וואס האט נישט אויסגעפאלגט ביים ערשטן באזוך.

מ'האט שוין געזען מער שעריפס, פּאליציי און אנדערע שטאטישע באאמטע ארומגיין אין די באטרעפנדע געגנטער, און העלט קאמישאנער טשאקשי און דר. קאץ האבן שוין דאנערשטאג געשמועסט מיט קאמיוניטי פירער איבער דעם פּראבלעם. ע"כ.

געדענקט, דאס איז נישט קיין קינדער שפּיל! אויב מ'וויל האבן דעם ריכטיגן יו"ט זמן שמחתינו, דארף מען אויספאלגן די מאסקע רעגולאציעס, ווייל אויב די שטאט האט ביז איצט אוועקגעקוקט פון דעם - און מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז די פּאליציי און די שטאטישע פירער האבן נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך אין די שוהלן אדער אין די מוסדות החינוך - קענען זיי דאס מער נישט טאן, ווייל גענוג אנטי-חרדי'שע געשטימטע פּאליטישאנס, און פארשטייט זיך, אויך די פּרעסע וואס זוכט סקאנדאלן, האבן זיך פארלייגט אויף דעם, און ווען מ'האט געזען אז די צאל קאוויד פאלן האט טאקע אנגעהויבן צו שטייגן, מוז די שטאט נעמען שריט דערוועגן.

זאל יעדער זיך פירן אויף א געזונטן שטייגער, און געבענטשט זיין מיט א געזונט יאר.
כל העולם כולו גשר צר מאוד... והעיקר לא לפחד כלל!!!
יודעלע האב נישט קיין מורא!!

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מחשב » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 12:54 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:מען דארף שוין אפירנעמען די אלטע @שלמה תגובות, וואס האט בשעתו אויפגעשטורעמט אייוועלט,
אדער מען קען נאך ווארטען?

ווי ביסטו געווען דריי וואכען צירוק? איך מיין נישט דוקא דיר נאר די אנדערע פאר ניקס וועלכע פארפירען דא אויף א סאושעל וועבסייט כאי סהעלפט וואס חוץ אנקומען צי vin און מאכען א פרישע סירקעל פון נייעס טוט עס גארנישט אויף
אין אויב די קענסט יא אזוי ערליך פארפירען ווי ביסטו געווען דריי וואכען צירוק??

כהאב שוין נישט קיין כח צי די פאלשע דאגות דא וואס מטשערי פיקט דא
וויאזוי קען מען פייטען א וויירוס ווען מגייט מיטען שקר?

הרב פאליסיידס, איך מוז זאגן אז איך בין נישט אינגאנצן קלאר וואס אייער שיטה איז. איר פרובירט צו גיין צווישן די טראפן, און יעדן טאג זינגט איר די ניגון אביסל אנדערש.

איך וויל זיך נאר באציען צו עטליכע פונקטן וואס איר האלט אין איין איבער'חזר'ן. (און אגב, מיינע תגובות פון דריי וואכן צוריק און נאכמער, זענען קאי וקיימא)

פונקט 1. שרייבן אויף אייוועלט טוט גארנישט אויף, נאר מאכט גאר שאדן.

ענטפער: ערשטענס, ס'טוט אין פאקט יא אויף. מ'האט זיך דאס שוין איבערצייגט כמה וכמה פעמים. די ווערטער וואס ווערן דא געשריבן קומען אן זייער ווייט אין די היימישע קרייזן. והשנית, מענטשן אין אלגעמיין ביי אנדערע נושאים שרייבן דא נישט אויף אויפצוטוען, נאר בלויז שרייבן דאס וואס דרוקט זיי אויפן הארץ, פאר דעם איז די סייט אוועקגעשטעלט, ממילא די טענה אז מ'טוט גארנישט אויף איז נישט קיין טענה. (חוץ די טענה אז ס'מאכט נאר שאדן ווייל ס'קומט אן צו די סאושעל מידיא חברה, וואס איך מיין גראדע אז עס איז נישט ריכטיג, זיי דארפן נישט צוקומען צו דא צו וויסן וואס דער מצב איז. והוא פשוט בעיני)

פונקט 2. מ'דארף האלטן די פארעווע שפראך, ווייל נאר אזוי וועט מען אנקומען. די סיבה פארוואס פאריגעס מאל האט דער עולם נישט געפאלגט איז צוליב די איבעריגע פאניק פון די סאושעל מידיא גרופעס.

ענטפער: הלוואי וואלט איר געווען גערעכט. ואני לא כן ידמה. די סיבה פארוואס ביי די ערשטע כוואליע האט א טייל עולם נישט געפאלגט איז נישט געווען צוליב די וואטסעפפ גרופעס, נאר ווייל פון די היימישע אויטאריטעטן און אונזערע מנהיגים איז דער מעסעדזש נישט געווען "קלאר". דאס איז דער מציאות. ס'זענען נישט ארויסגעקומען קיין קלארע הוראות במילי דלא משתמע לתרי אנפין ביי זייער אסאך פלעצער. (טייל פלעצער איז יא געווען קלארע הוראות, און דערפאר האט טאקע דער עולם מער געהארכט)

און עס איז קלאר בעיני. אז אן קיין שארפע (בהשכל ובדעת) קאמפיין, גייען זיך זאכן נישט רוקן ווי עס ברויך צו זיין. דער פאקט איז אז מענטשן גייען נישט טוישן אזוי שנעל זייער סדר היום, און אוועקגעבן זייערע באקוועמליכקייטן נאר דורך איינס פון צוויי וועגן. אדער ווען מ'זעט די חורבן פאר די אויגן, וואס דעמאלטס איז שוין ליידער אביסל צו שפעט. אדער ווען עס קומען זייער קלארע און דייטליכע אנווייזונגען. נישט קיין פארעווע אומקלארע צעמישטע מעסעדזשעס.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 1:04 pm

מחשב וואס זאל איך טון אז די ביסט נאך פון די בעסטע פון אלע קומסט נאך אריין די נארמאלסטע (אפשר און א בחינה פון הבוחר רע במעטו)
ובפרט יעצט קומסטו אריין בעסער ווי דעמאלטס

אין לגבי מיין ניגון, איך טויש נישט יעדען טאג אלעס בלייבט די זעלבע, און מסתמה האסטו נישט אזוי ציגעלייגט קאפ,

כוועל האבען שפעטער צייט וועל איך בלנד איבערגיין קלאר מיינע פונקטען

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 1:48 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פתחיה האט געשריבן:א מיטל יעריגער איד פון מיין ביהמ"ד אינעם עואב"י מיט היפש קאנדישאנס איז אויף א ווענטילעיטאר אין ICU, עס איז גארנישט קיין שפיל דא. (איך וואלט געלייגט זיין נאמען לרפו"ש כ'וויל בעסער נישט אויפוועקן דעם בעד עמך אשכול). ער האט זיך געהיטן ביים ערשטן כוואליע געדאוונט אין ווייבער שוהל היפש נאך וואס די שוהל איז געווען אפן אא"ו. הלואי קומט ארויס א קול קורא אז מען מוז קיין מיט מאסקעס ווייל יעצט איז דאך ממש בושות צו גיין א מאסק גיי פארשטיי פארוואס. כ'בין אביסל פארקילט וועל נישט גיין טעסטן אבער חאפט א ציטער אויב מען וואלט געקענט טוהן מער.

געב ארויס א קול קורא אז אידן מיט קאנדישענס זאלן זיך היטן, ווייל דאס וועט אפשר אויפטון. עפעס אנדערש וועט נישט העלפן.

יעדע רב/דיין/רבי איז אחראי אז זקנים און אידן מיט קאנדישאנס זאלן נישט קומען אין שול. מאסקעס גייט מען נישט אנטון. פינטל. פארוואס? א גוטע קשיא, אבער דאס איז די פאקט.


ווער זאגט דיר אז מען גייט נישט? איך האב נישט קיין ספק אז אויב די רבנים וועלן ארויסקומען מיט א שטארקייט אז מען דארף אנטוןמאסקעס וועלן איבער פופציג פראצענט אנטון.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 2:33 pm

farshlufen האט געשריבן:הרב כשר, כ'ווייס נישט פארוואס דו האלטסט אזוי, אבער גוים האבן אויך א סדר החיים ווי זיי האבן שייכות מיטן פאבליק.

אדער ביי די ביזנעס, אדער ביים איינקויפן, אדער אין די גרויסע אפערטמענט הייזער מיט שכנים, אין די תיפלה אדער ביי זיינע שוואוילטאגן, חוץ אן עכטער איינצעלנער וואס וואינט ערגעץ אפגעזונדערט און טרעט נישט ארויס פון הויז, וואס דער קריגט אויך פעקלעך און דעליוועריעס.

איך רעדט פון א פאקט אז אונזער דרך החיים, איז אסאך מער אויסגעשטעלט אז מחלות קענען זיך שנעלער פארשפרייטן.
און דאס זעט מען במציאות. און איך זאג פשוט מען זאל זיך אכטונג געבען. איז זאג פשוט אז דער וואס איז נישט געזונט ל"ע, זאל ער בלייבן אינדערהיים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 5:00 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פתחיה האט געשריבן:א מיטל יעריגער איד פון מיין ביהמ"ד אינעם עואב"י מיט היפש קאנדישאנס איז אויף א ווענטילעיטאר אין ICU, עס איז גארנישט קיין שפיל דא. (איך וואלט געלייגט זיין נאמען לרפו"ש כ'וויל בעסער נישט אויפוועקן דעם בעד עמך אשכול). ער האט זיך געהיטן ביים ערשטן כוואליע געדאוונט אין ווייבער שוהל היפש נאך וואס די שוהל איז געווען אפן אא"ו. הלואי קומט ארויס א קול קורא אז מען מוז קיין מיט מאסקעס ווייל יעצט איז דאך ממש בושות צו גיין א מאסק גיי פארשטיי פארוואס. כ'בין אביסל פארקילט וועל נישט גיין טעסטן אבער חאפט א ציטער אויב מען וואלט געקענט טוהן מער.

געב ארויס א קול קורא אז אידן מיט קאנדישענס זאלן זיך היטן, ווייל דאס וועט אפשר אויפטון. עפעס אנדערש וועט נישט העלפן.

יעדע רב/דיין/רבי איז אחראי אז זקנים און אידן מיט קאנדישאנס זאלן נישט קומען אין שול. מאסקעס גייט מען נישט אנטון. פינטל. פארוואס? א גוטע קשיא, אבער דאס איז די פאקט.


ווער זאגט דיר אז מען גייט נישט? איך האב נישט קיין ספק אז אויב די רבנים וועלן ארויסקומען מיט א שטארקייט אז מען דארף אנטוןמאסקעס וועלן איבער פופציג פראצענט אנטון.

לכאורה וועט זיין היפש מער ווי פופציג פראצענט.

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:40 am

צו פארזיכערן א הונדערט פראצענטיגע הערד אימיוניטי ביי אונזער ציבור אויף ביז חג הסוכות. איז ראטזאם צו צירקעלירען די טאביק פושקע דורכאויס יום כפור מחוטם לחוטם כנהוג... און ס'איז אפשר א מילתא בטעמא. ווייל געווענטליך איז דאך איידי דטריד למבלע לא פלט אבער מיט קאראנע אז מ'קען דאך נישט שמעקען איז דאך נישט טריד למבלע וממילא איז ער נאר פולט און קען מזכה זיין את מי שאין לו מיטן וויירוס השם ירחם
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:09 pm

גערעדט צי איינע פון די איינוואוינער פון קרית יואל א שטיקעל עסקן, און ער זאגט מיר אז ער האט געטרייט ציזאמצירעכענען מיט אפאר אידען, וויפיל משפחות אין קרית יואל זענען געווארען אימיונט די לעצטע 4 וואכען אין דערווייל האלט עס ביי בערך 300 משפחות (כמעט 1000 מענטשען) פון א שטאט מיט בערך 6000 משפחות קע"ה וואס דאס איז בה גאנץ א שיינע פראצענט,
נאכדעם איז דא א חשבון פון נאך 30 משפחות פון נאך שבועות ביז תשעה באב
ער זאגט ער קען נישט וויסען עכטע נומבערס ווייל סאיז ארומגעפארען א באנטש מעשיות, אבער ער איז נאכגעגאנגען אן ערך ביז די נומבער געבויט אויף ראשון אדער מקור שני אדער אפי מקור שלישי פון מענטשען וואס האבען פארציילט פון זייער שוואגערס אדער זיידעס וכו

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 4:19 pm

הרב אברהם מאיר פאללמאן ‎יעדער דארף עס האבן און יעדער וועט עס האבן זאל עס נאר זיין בניקל. https://www.yiddish24.com/interviews/12/26437

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מחשב » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:29 pm

IMBZ האט געשריבן:הרב אברהם מאיר פאללמאן ‎יעדער דארף עס האבן און יעדער וועט עס האבן זאל עס נאר זיין בניקל. https://www.yiddish24.com/interviews/12/26437

קודם זאך קיינער נישט נעמען קיין מעדיקל עדווייס פון א הצלה וואלענטיר. ווען ס'קומט צו די זאכן, פרעגט מען לכה"פ א דאקטאר.

אבער חוץ מזה האסטו נישט אראפגעברענגט זיין ערשטע חלק שמועס...

(און דאס איז אויסער דעם וואס ס'זענען דא אומפנקטליכקייטן אין זיינע ווערטער, מ'זעט אז ער איז נישט זייער באהאווענט אין די מעדעצינישע וועלט, נאר אין די נייעס, ווי דער גאנצער עולם)

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:41 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:גערעדט צי איינע פון די איינוואוינער פון קרית יואל א שטיקעל עסקן, און ער זאגט מיר אז ער האט געטרייט ציזאמצירעכענען מיט אפאר אידען, וויפיל משפחות אין קרית יואל זענען געווארען אימיונט די לעצטע 4 וואכען אין דערווייל האלט עס ביי בערך 300 משפחות (כמעט 1000 מענטשען) פון א שטאט מיט בערך 6000 משפחות קע"ה וואס דאס איז בה גאנץ א שיינע פראצענט,
נאכדעם איז דא א חשבון פון נאך 30 משפחות פון נאך שבועות ביז תשעה באב
ער זאגט ער קען נישט וויסען עכטע נומבערס ווייל סאיז ארומגעפארען א באנטש מעשיות, אבער ער איז נאכגעגאנגען אן ערך ביז די נומבער געבויט אויף ראשון אדער מקור שני אדער אפי מקור שלישי פון מענטשען וואס האבען פארציילט פון זייער שוואגערס אדער זיידעס וכו

זע איך טאקע אויף די סטעיט וועבסייט אז פאלם טרי האט 1090 עקטיוו קעיסעס

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 6:32 pm

ב״ה הער איך פון נאך א איד וואס איז היינט אהיים פון שפיטאל נאכן דארט זיין פאר 3 טעג

די מצב איז כרגע אנדערש וואו אין חודש ניסן
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

Programming
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:54 pm

IMBZ האט געשריבן:הרב אברהם מאיר פאללמאן ‎יעדער דארף עס האבן און יעדער וועט עס האבן זאל עס נאר זיין בניקל. https://www.yiddish24.com/interviews/12/26437


בקיצור ווייסט מען שוין ווער עס איז געווען דער הצלה מעמבער וואס האט געזאגט בערך די ווערטער פאר א ניק לעצטע וואך

אויב בין איך זיך נישט טועה האט מען שוין א האלב יאר צוריק דיסקוסירט פארשידענע אומפונקטליכקייטן פון דעם באטרעפנדן'ס ווערטער וועלכע צייגן נישט אויף קיין ספעציעלע באהאוונטקייט אין די קאמפליצירטע נושאים

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שמו » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 11:20 pm

שוין געשריבן אין איין פלאץ
אבער לזכות את הרבים לייג איך דאס דא אויך

אנשטאט צו טון זאכן וואס ווירקן נישט און זיך דרייען אן א קאפ

טוט די עצות (געזונטע מענטשן מעגן דאס אויך טון) און בעז"ה וועלן אלע בלייבן געזונט און שטארק

וויירוס אנווייזונגען סוכות תשפא_Page_1.jpg
וויירוס אנווייזונגען סוכות תשפא_Page_1.jpg (526.39 KiB) געזעהן 566 מאל


וויירוס אנווייזונגען סוכות תשפא_Page_2.jpg
וויירוס אנווייזונגען סוכות תשפא_Page_2.jpg (559.88 KiB) געזעהן 566 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך להודיע » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 11:27 pm

Programming האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:הרב אברהם מאיר פאללמאן ‎יעדער דארף עס האבן און יעדער וועט עס האבן זאל עס נאר זיין בניקל. https://www.yiddish24.com/interviews/12/26437


בקיצור ווייסט מען שוין ווער עס איז געווען דער הצלה מעמבער וואס האט געזאגט בערך די ווערטער פאר א ניק לעצטע וואך

אויב בין איך זיך נישט טועה האט מען שוין א האלב יאר צוריק דיסקוסירט פארשידענע אומפונקטליכקייטן פון דעם באטרעפנדן'ס ווערטער וועלכע צייגן נישט אויף קיין ספעציעלע באהאוונטקייט אין די קאמפליצירטע נושאים


הרב פאללמאן איז א פיינער איד און טוט אסאך צו העלפן אידן אין די הצלה, אבער זיינע באריכטן זענען פון די ערשטע מינוט נישט געווען ווער ווייסט ווי קראנט אדער סייענטיפיש אויסגעהאלטן, בסך הכל זאגט ער נאך וואס מ'שמועסט אין די לאקאלע מקוה אדער קאווע שטיבל.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:00 am

שמו האט געשריבן:שוין געשריבן אין איין פלאץ
אבער לזכות את הרבים לייג איך דאס דא אויך

אנשטאט צו טון זאכן וואס ווירקן נישט און זיך דרייען אן א קאפ

טוט די עצות (געזונטע מענטשן מעגן דאס אויך טון) און בעז"ה וועלן אלע בלייבן געזונט און שטארק

וויירוס אנווייזונגען סוכות תשפא_Page_1.jpg


וויירוס אנווייזונגען סוכות תשפא_Page_2.jpg


איך ווייס איינע, זייער נאטורליך, וואס האט דאס אלעס געטון פון די ערשטע מינוט, און פילט נאך אלץ שרעקליך שוין די צוועלפטע טאג מיט הויעכע פיבער און שווערע אטעמען. נישט אז מען זאל עס נישט טון, אבער פראבירן צו אפהאלטן דאס פארשפרייטן איז נאך אלס לעבנסוויכטיג!
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:30 am

פאלעסיידס האט געשריבן:גערעדט צי איינע פון די איינוואוינער פון קרית יואל א שטיקעל עסקן, און ער זאגט מיר אז ער האט געטרייט ציזאמצירעכענען מיט אפאר אידען, וויפיל משפחות אין קרית יואל זענען געווארען אימיונט די לעצטע 4 וואכען אין דערווייל האלט עס ביי בערך 300 משפחות (כמעט 1000 מענטשען) פון א שטאט מיט בערך 6000 משפחות קע"ה וואס דאס איז בה גאנץ א שיינע פראצענט,
נאכדעם איז דא א חשבון פון נאך 30 משפחות פון נאך שבועות ביז תשעה באב
ער זאגט ער קען נישט וויסען עכטע נומבערס ווייל סאיז ארומגעפארען א באנטש מעשיות, אבער ער איז נאכגעגאנגען אן ערך ביז די נומבער געבויט אויף ראשון אדער מקור שני אדער אפי מקור שלישי פון מענטשען וואס האבען פארציילט פון זייער שוואגערס אדער זיידעס וכו

וואס הייסט משפחות? איך ווייס פון צענדליגער קאפעלס וואס איינער האט געהאט לעצטע מאל, און די צווייטע האט עס ערשט יעצט געכאפט.אפשר ווייל נישט יעדער וואס האט די וויירוס קען עס אויך איבערגעבן ווייטער?
שויתי ה' לנגדי תמיד

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:33 am

Goodmorning האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:גערעדט צי איינע פון די איינוואוינער פון קרית יואל א שטיקעל עסקן, און ער זאגט מיר אז ער האט געטרייט ציזאמצירעכענען מיט אפאר אידען, וויפיל משפחות אין קרית יואל זענען געווארען אימיונט די לעצטע 4 וואכען אין דערווייל האלט עס ביי בערך 300 משפחות (כמעט 1000 מענטשען) פון א שטאט מיט בערך 6000 משפחות קע"ה וואס דאס איז בה גאנץ א שיינע פראצענט,
נאכדעם איז דא א חשבון פון נאך 30 משפחות פון נאך שבועות ביז תשעה באב
ער זאגט ער קען נישט וויסען עכטע נומבערס ווייל סאיז ארומגעפארען א באנטש מעשיות, אבער ער איז נאכגעגאנגען אן ערך ביז די נומבער געבויט אויף ראשון אדער מקור שני אדער אפי מקור שלישי פון מענטשען וואס האבען פארציילט פון זייער שוואגערס אדער זיידעס וכו

וואס הייסט משפחות? איך ווייס פון צענדליגער קאפעלס וואס איינער האט געהאט לעצטע מאל, און די צווייטע האט עס ערשט יעצט געכאפט.אפשר ווייל נישט יעדער וואס האט די וויירוס קען עס אויך איבערגעבן ווייטער?

אזוי האט ער געזאגט א שטיקעל הגדרה,
די סטעיט וועבסייט שרייבט איבער 1000
וואס האלסטו, ווי שטיי מיר?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהבת ישראל, כרם און 12 געסט