צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 11:54 am

Programming האט געשריבן:הרב יש בו, דאס איז שוברו בצידו, ווען מען רעדט ווען בלויז פון דיר איז שייך מדרגות אין בטחון, איינער וואס וועט נאכטון דעם בעש"ט און אריבער גיין דעם דניעפער טייך אויף א שטריק, איז ערגעץ אינצווישן א מאבד עצמו לדעת און א גרויסער אויסגעארבעטער בעל בטחון, אבער איינער וואס שטופט אריין א צווייטן אין טייך ווייל עס איז דא דארט א שטריק, איז א רוצח גמור לכל הדיעות

אבער ווען עס שטייען 10 אידן ביים ברעג פון טייך, און א גרויסע גרופע גוים הייבן אן זיי צו אריינשטופן, אדער קען מען מאכן געוואלדעס וואס וועט זיכער מאכן אז די אידן קענען זיך נישט אריאנטירן,
אדער קען מען זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך פארלאזן אויף די באשעפער, וואס דעמאלטס איז דא די מערסטע האפענונג
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:13 pm

ציגאנער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך בין נישט מחולק אויף שטארקן דעם אימיון סיסטעם, אוודאי דארף מען טון וואס דער דאקטער זאגט לגבי דעם אויך.

עס מאכט סאך מער סענס אז דער וואס האט עס זאל זיך איינשפארן פאר א וואך צוויי, ווי אז דער אהבת קידומים איד זאל זיך איינשפארן פאר נאך אפאר חדשים.

און נאך א וואך צוויי וועט זיך די מצב בארוהיגן ביז..... איין צדיק קומט צופליען פון א רויט לאנד, והנה: דריטע כוואליע!

וואס כ'מיין ארויסצוברענגען איז, אז הערד אימיוניטי וועט סייווי מוזן געשעהן סאו פארוואס נישט ווי פריער?


יואל שרייבער האט געשריבן:און פרעג א הצלחה מעמבער'ס וויפיל מענטשן זענען שוין געשטארבן פון די פאניק קאלס?

איך האב גראדע אמאל געהאט הצלה אינדערהיים ווען א משפּחה מיטגליד האט געהאט א פאניק אטאקע, (סאך פאר קאראנע) און הצלה האט יענעם כסדר געזאגט אז עס איז בלויז פאניק און קיינער שטארבט נישט פון פאניק.

קיינער שטארבט נישט, אבער הצלה האט אריינגעפירט אסאך פאניק-באטראפענע דורכאויס די לעצטע פאר חדשים. און פון שפיטאל בעט ביז א מיתה משונה ל"ע איז אין די יעצטיגע אומשטענדן נישט קיין גרויסע סטעפ.

---
מ'האקט אין גרויסן...


הצלה האט אריינגעפירט מענטשן בלויז צוליב פאניק? איך בין נישט זיכער אז עס איז אמת, און אפילו אויב יא איז עס נאר געווען די ערשטע וואך, יעצט פירט מען שוין זיכער נישט אריין סתם אזוי.

וועגן הערד אימיוניטי גייען מיר אין סירקעלס, איך זאג פשוט אז אפי' אויב עס איז אמת אז יעדער גייט עס ''איינמאל'' באקומען איז עס נאך אלץ נישט קיין תירוץ זיך ''יעצט'' ארומצודרייען צווישן מענטשן מיט א טויטליכע מחלה.

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך ציגאנער » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:40 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:הצלה האט אריינגעפירט מענטשן בלויז צוליב פאניק? איך בין נישט זיכער אז עס איז אמת, און אפילו אויב יא איז עס נאר געווען די ערשטע וואך, יעצט פירט מען שוין זיכער נישט אריין סתם אזוי.

וועגן הערד אימיוניטי גייען מיר אין סירקעלס, איך זאג פשוט אז אפי' אויב עס איז אמת אז יעדער גייט עס ''איינמאל'' באקומען איז עס נאך אלץ נישט קיין תירוץ זיך ''יעצט'' ארומצודרייען צווישן מענטשן מיט א טויטליכע מחלה.

לאמיר כאטש ענדיגן דעם סירקל ריכטיג...

ס'איז טאקע נישט קיין תירוץ, אבער יעדער ווייסט פונקטליך וואס ער האט צו טון. איבעריגע אויפוואכונגען איז זייער נישט געזונט.

ביסט גערעכט אז מילדע פאניק-קעיסעס האבן זיי באזונדער באהאנדלט, ס'איז אבער געווען צו סאך פעלער וואס מ'האט יא געדארפט אריינפירן.
יעצט איז טאקע רוהיג, און ס'איז א שאד אנצודרייען נאכאמאל.

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:47 pm

85F6B3FB-57CC-419B-98B6-6141DE43122A.jpeg
85F6B3FB-57CC-419B-98B6-6141DE43122A.jpeg (462.74 KiB) געזעהן 1785 מאל

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8076
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:23 pm

עטליכע וויכטיגע פונקטען בנוגע די וויירוס

ווען איך גייט באזוכען אייער משפחה טוט אן א מאסק און זייפט אפ אייער הענט, מען רעדט פון א מעטאד וואס נעמט אינטער צוויי מינוט, אפילו עס איז נישט אזוי ערענסט וויל קיינער נישט אז ער זאל זיין די גורם אז א צווייטע זאל ליגן אין בעט מיט הויכע פיבער

די ווירוס קען מען האבן מער ווי איינמאל, נאר אויב מען האט עס געהאט קען עס די אימיון סיסטעם פייטען (אזוי ארבייט די שאטס) און אפילו דו האסט עס געהאט איז מעגליך עס צו האבן און מען קען עס איבער געבן פאר א צווייטע

לייגט נישט קיין פאניק אויפ אייער עלטערן, אויב זיי פרעגן פארוואס דו גייסט א מאסק זאג אז די וויירוס דרייט זיך ארום אויפ א מילדן אויפן און דו ווילט נישט אז זיי זאלן ליגן אין בעט דורך די ימים טובים

די פרעסע זיכט אונז צו באשמיצען (געווען באריכטעט איבער די חתונות, חדרים א.א.וו אבער פון די פילע חסד אקטיוויטעטן האבן זיי נישט געשריבען קיין איין ווארט) דערפאר איז כדי ווי ווייניגער מען רעדט פאר די דרויסענדיגע גאס

דערווייל הייסט עס אז די בתי מדרשים בלייבען אפען אבער אויב גייט די מצב ווערן ח"ו ערגער איז דא א מעגליכקייט אז דו בתי מדרשים גייען ח"ו ווערן פארמאכט דורך סוכות, הצלה פון אלע געגענטער האט א פונקטליכער ציפער וויפיל קעסעס קומען אריין א טאג און מען לייגט א שטארקע אויג וויפיל עס גייט אריין קומען נאך ראש השנה (ראש השנה איז א טאג ווען מען קומט זיך צוזאם)

זאל דער אייבישטער העלפן אז אלע יודען זאלן זיין געזונט און שטארק און עס זאל מקיום ווערן די פסוק "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי, לחזות בנעם ה' ולבקר בהיכלו"
Ecco Men's Melbourne Slip On Slip-On Loafer $65
https://amzn.to/34zrfdT

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:53 pm

הרב_שלום האט געשריבן:עטליכע וויכטיגע פונקטען בנוגע די וויירוס

ווען איך גייט באזוכען אייער משפחה טוט אן א מאסק און זייפט אפ אייער הענט, מען רעדט פון א מעטאד וואס נעמט אינטער צוויי מינוט, אפילו עס איז נישט אזוי ערענסט וויל קיינער נישט אז ער זאל זיין די גורם אז א צווייטע זאל ליגן אין בעט מיט הויכע פיבער

די ווירוס קען מען האבן מער ווי איינמאל, נאר אויב מען האט עס געהאט קען עס די אימיון סיסטעם פייטען (אזוי ארבייט די שאטס) און אפילו דו האסט עס געהאט איז מעגליך עס צו האבן און מען קען עס איבער געבן פאר א צווייטע

לייגט נישט קיין פאניק אויפ אייער עלטערן, אויב זיי פרעגן פארוואס דו גייסט א מאסק זאג אז די וויירוס דרייט זיך ארום אויפ א מילדן אויפן און דו ווילט נישט אז זיי זאלן ליגן אין בעט דורך די ימים טובים

די פרעסע זיכט אונז צו באשמיצען (געווען באריכטעט איבער די חתונות, חדרים א.א.וו אבער פון די פילע חסד אקטיוויטעטן האבן זיי נישט געשריבען קיין איין ווארט) דערפאר איז כדי ווי ווייניגער מען רעדט פאר די דרויסענדיגע גאס

דערווייל הייסט עס אז די בתי מדרשים בלייבען אפען אבער אויב גייט די מצב ווערן ח"ו ערגער איז דא א מעגליכקייט אז דו בתי מדרשים גייען ח"ו ווערן פארמאכט דורך סוכות, הצלה פון אלע געגענטער האט א פונקטליכער ציפער וויפיל קעסעס קומען אריין א טאג און מען לייגט א שטארקע אויג וויפיל עס גייט אריין קומען נאך ראש השנה (ראש השנה איז א טאג ווען מען קומט זיך צוזאם)

זאל דער אייבישטער העלפן אז אלע יודען זאלן זיין געזונט און שטארק און עס זאל מקיום ווערן די פסוק "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי, לחזות בנעם ה' ולבקר בהיכלו"

מילדערהייט איז דא געזונט אינגע מענטשן אין שפיטאל
שויתי ה' לנגדי תמיד

חיש נישט
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך חיש נישט » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:24 pm

מיר וואונדערט פארוואס מען ווארט צו זען וואס וועט געשען נאך ראש השנה. איז דאס אזא סארט עקספערימענט אויף אידישע נפשות?

חיש נישט
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך חיש נישט » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:26 pm

נישט לאנג צוריק איז געווען אן עקספערימענט. דאס איז געווען פורים.
נישט אזעלכע געשמאקע רעזולטאטן געווען דאן

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7027
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:28 pm

הרב_שלום האט געשריבן:עטליכע וויכטיגע פונקטען בנוגע די וויירוס

ווען איך גייט באזוכען אייער משפחה טוט אן א מאסק און זייפט אפ אייער הענט, מען רעדט פון א מעטאד וואס נעמט אינטער צוויי מינוט, אפילו עס איז נישט אזוי ערענסט וויל קיינער נישט אז ער זאל זיין די גורם אז א צווייטע זאל ליגן אין בעט מיט הויכע פיבער

די ווירוס קען מען האבן מער ווי איינמאל, נאר אויב מען האט עס געהאט קען עס די אימיון סיסטעם פייטען (אזוי ארבייט די שאטס) און אפילו דו האסט עס געהאט איז מעגליך עס צו האבן און מען קען עס איבער געבן פאר א צווייטע

לייגט נישט קיין פאניק אויפ אייער עלטערן, אויב זיי פרעגן פארוואס דו גייסט א מאסק זאג אז די וויירוס דרייט זיך ארום אויפ א מילדן אויפן און דו ווילט נישט אז זיי זאלן ליגן אין בעט דורך די ימים טובים

די פרעסע זיכט אונז צו באשמיצען (געווען באריכטעט איבער די חתונות, חדרים א.א.וו אבער פון די פילע חסד אקטיוויטעטן האבן זיי נישט געשריבען קיין איין ווארט) דערפאר איז כדי ווי ווייניגער מען רעדט פאר די דרויסענדיגע גאס

דערווייל הייסט עס אז די בתי מדרשים בלייבען אפען אבער אויב גייט די מצב ווערן ח"ו ערגער איז דא א מעגליכקייט אז דו בתי מדרשים גייען ח"ו ווערן פארמאכט דורך סוכות, הצלה פון אלע געגענטער האט א פונקטליכער ציפער וויפיל קעסעס קומען אריין א טאג און מען לייגט א שטארקע אויג וויפיל עס גייט אריין קומען נאך ראש השנה (ראש השנה איז א טאג ווען מען קומט זיך צוזאם)

זאל דער אייבישטער העלפן אז אלע יודען זאלן זיין געזונט און שטארק און עס זאל מקיום ווערן די פסוק "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש, שבתי בבית ה' כל ימי חיי, לחזות בנעם ה' ולבקר בהיכלו"

די פראבלעם קוקט אויס איז מיט די מענטשן וואס קומען נישט א גאנץ יאר אין ביהמ"ד נאר ראש השנה?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:43 pm

מיין רעקאמענדאציע, אויב מוויל אז די ביהמ"ד און חדרים זאלן בלייבן אויפן סוכות טעג, אויב מוויל פארמיידן אידן האבן פיבער א וואך אויפן בעסטן פאל

אין ביהמ"ד וואס מזיצט נאנט ובפרט יעצט בין הזמנים
יעדר וואס גייט נאך געלט מיז גיין מיט א מאסק אן אויסנאם
(יעדר זאל האבן א מאסק)
(איינער וואס היסט טאר נישט קומען אין ביהמ"ד)
(מזאל אפשר מעסטן פיבער ביפארן יעדן איינעם ביפארן אריינקומען)

אין סטארס דארף יעדער האבן א מאסק

אין חדר און אין שולע וואס קינדער שפילן ציזאמען
קיינער וואס איינער פון די משפחה האט פיבער קען נישט קומען
(יעדר זאל האבן א מאסק חוץ א מלמד טיטשער וואס מווייסט קלאר אז ער האט געהאט די וויירוס און גוט אבאכט)
מזאל טשעקן פיבער פון די קינדער פון צייט צו צייט אויב איינער האט זאל מען ארויסשיקן אלע געשוויסטער פון חדר
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:49 pm

לייטער האט געשריבן:מיין רעקאמענדאציע, אויב מוויל אז די ביהמ"ד און חדרים זאלן בלייבן אויפן סוכות טעג, אויב מוויל פארמיידן אידן האבן פיבער א וואך אויפן בעסטן פאל

אין ביהמ"ד וואס מזיצט נאנט ובפרט יעצט בין הזמנים
יעדר וואס גייט נאך געלט מיז גיין מיט א מאסק אן אויסנאם
(יעדר זאל האבן א מאסק)
(איינער וואס היסט טאר נישט קומען אין ביהמ"ד)
(מזאל אפשר מעסטן פיבער ביפארן יעדן איינעם ביפארן אריינקומען)

אין סטארס דארף יעדער האבן א מאסק

אין חדר און אין שולע וואס קינדער שפילן ציזאמען
קיינער וואס איינער פון די משפחה האט פיבער קען נישט קומען
(יעדר זאל האבן א מאסק חוץ א מלמד טיטשער וואס מווייסט קלאר אז ער האט געהאט די וויירוס און גוט אבאכט)
מזאל טשעקן פיבער פון די קינדער פון צייט צו צייט אויב איינער האט זאל מען ארויסשיקן אלע געשוויסטער פון חדר

מען דארף האלטן קלאסן אפגעזונדערט, עסן אין כתה, באסעס זאל מען האבן מאסקעס. צו פארמיידן א פארשליסונג.

גראדע ווייס איך איינער וואס שטייט יעצט אין א גראסערי מיט קאראנע
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:52 pm

Goodmorning האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:מיין רעקאמענדאציע, אויב מוויל אז די ביהמ"ד און חדרים זאלן בלייבן אויפן סוכות טעג...


גראדע ווייס איך איינער וואס שטייט יעצט אין א גראסערי מיט קאראנע

אויב שפירט ער נישט גוט און ער קומט, שיק אים אריין אין א מענטל אינסטיטוציע מיט א הענט טראק,
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7027
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:58 pm

לייטער האט געשריבן:מיין רעקאמענדאציע, אויב מוויל אז די ביהמ"ד און חדרים זאלן בלייבן אויפן סוכות טעג, אויב מוויל פארמיידן אידן האבן פיבער א וואך אויפן בעסטן פאל

אין ביהמ"ד וואס מזיצט נאנט ובפרט יעצט בין הזמנים
יעדר וואס גייט נאך געלט מיז גיין מיט א מאסק אן אויסנאם
(יעדר זאל האבן א מאסק)
(איינער וואס היסט טאר נישט קומען אין ביהמ"ד)
(מזאל אפשר מעסטן פיבער ביפארן יעדן איינעם ביפארן אריינקומען)

אין סטארס דארף יעדער האבן א מאסק

אין חדר און אין שולע וואס קינדער שפילן ציזאמען
קיינער וואס איינער פון די משפחה האט פיבער קען נישט קומען
(יעדר זאל האבן א מאסק חוץ א מלמד טיטשער וואס מווייסט קלאר אז ער האט געהאט די וויירוס און גוט אבאכט)
מזאל טשעקן פיבער פון די קינדער פון צייט צו צייט אויב איינער האט זאל מען ארויסשיקן אלע געשוויסטער פון חדר

100 פראצענט גערעכט, די אלע וועלטס פארזארגער וואס האבן זיכער געמאכט אז קיין איין ביהמ"ד זאל נישט זיין אפן (איך רעד נישט פון די וואנעבי'ס נאר פון די באהערדע), זאלן יעצט שטעלן איינעם ביים טיר פון ביהמ"ד מיט א פיבער מעסטער, דאס איז די נומבער 1, ס'איז א קלא דלא פסיק אז די משולחים האבן עס אימפארטירט
די אלע זיכערהייט מאסנאמען וואס מ'האט אנגענומען נאכן עפענען קען מען יעצט צוריקלייגן, אפילו מען גייט עס נישט האבן ווי צו קלעימען ביי א PPP אדער EIDL לאען
פארוואס זאל נישט זיין קיין סעניטייזערס אין ביהמ"ד?, קוים מיט צרות וואס די וויש פאפיר איז געבליבן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מיסתפינא » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:08 pm

חיש נישט האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז געווען אן עקספערימענט. דאס איז געווען פורים.
נישט אזעלכע געשמאקע רעזולטאטן געווען דאן

אלע ווייסן פורים האט עס גורם געווען, יעדער זאגט עס.
אבער עס האט נישט קיין שום האפט, קיין שום מקור, סתם בויך וויי.

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:11 pm

milech fried האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:קרית יואל הצלה האט היינט אריינגעטראגן א צווייטע אינגערמאן שוין אין שפיטאל מיט לאו אקסעדשען.

ס'איז אמת?

יא

ה' ירחם

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:38 pm

מיסתפינא האט געשריבן:
חיש נישט האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז געווען אן עקספערימענט. דאס איז געווען פורים.
נישט אזעלכע געשמאקע רעזולטאטן געווען דאן

אלע ווייסן פורים האט עס גורם געווען, יעדער זאגט עס.
אבער עס האט נישט קיין שום האפט, קיין שום מקור, סתם בויך וויי.


עס איז זיכער געשעהן די וואך פון פורים, צו פורים האט עס גורם געווען ווייס איך נישט.

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מיסתפינא » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:41 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
חיש נישט האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז געווען אן עקספערימענט. דאס איז געווען פורים.
נישט אזעלכע געשמאקע רעזולטאטן געווען דאן

אלע ווייסן פורים האט עס גורם געווען, יעדער זאגט עס.
אבער עס האט נישט קיין שום האפט, קיין שום מקור, סתם בויך וויי.


עס איז זיכער געשעהן די וואך פון פורים, צו פורים האט עס גורם געווען ווייס איך נישט.

איך גלייב אז נישט
שומר מצוה לא ידע דבר רע

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 7:15 pm

מיסתפינא האט געשריבן:איך גלייב אז נישט
שומר מצוה לא ידע דבר רע


עס העלפט נישט אייביג, עיין פסחים דף ח:

חיש נישט
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך חיש נישט » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 8:46 pm

מיסתפינא האט געשריבן:
חיש נישט האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז געווען אן עקספערימענט. דאס איז געווען פורים.
נישט אזעלכע געשמאקע רעזולטאטן געווען דאן

אלע ווייסן פורים האט עס גורם געווען, יעדער זאגט עס.
אבער עס האט נישט קיין שום האפט, קיין שום מקור, סתם בויך וויי.

וואספארא מקור האסטו געוואלט אויף דעם? א טעמי המנהגים אדער א סדר הדורות?
ערנסט גערעדט, וואס איז געווען איז נישט אזוי נוגע, ווי דאס וואס וועט זיין... און ענדערש זאלן מיר איינשטעלן זיכערהייט פארשריפטן ווען ס'איז נישט אזוי וויכטיג, ווי איידער דאס דארפן איינשטעלן ווען ס'איז דא אידן וועלכע וואלגערן זיך פאר יסורים על ערש דוי

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:30 pm

הרב_שלום האט געשריבן:
די פרעסע זיכט אונז צו באשמיצען (געווען באריכטעט איבער די חתונות, חדרים א.א.וו אבער פון די פילע חסד אקטיוויטעטן האבן זיי נישט געשריבען קיין איין ווארט) דערפאר איז כדי ווי ווייניגער מען רעדט פאר די דרויסענדיגע גאס


דו וואונדערסט זיך פארוואס די פרעסע האט נישט געשריבן איבער די חסד אקטיוויטעטן?

אונזערע געטרייע פארזערגער וואס פיטערן די פרעסע כסדר דורך ארויס שיקן ווארענונגען פאר אחינו בני ישראל וואס קענען א פליסיגן אידיש אבער די מיעסעדזשעס גייען אויף סאציאלע מידיע און בלשון העמים דייקא, זיי, שרייבן נאר איבער אונזער אומפאראנטווארטליכקייט, און קיין ווארט איבער די חסד פעולות, טא, פון וואו זאל די פרעסע דאס וויסן?!
העלאו? אין אמעריקא איז יעדער בארעכטיגט צו באשליסן אין וועלעכע וואנט מען וויל האקן דעם קאפ. (קרעדיט: טשאדי)

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 9:36 pm

אסאך קרעדיט קומט פאר די פרויען וואס זענען פארנומען אנגרייטן קריעמס און נעבילייזער זאכן, צו עס העלפט ווייס איך נישט, אבער עס האט זיכער א גוטע פסיכילאגישע עפעקט אז מען פילט ווי איינער זארגן זיך און מען טוט עפעס. און פאר די געטרייע הצלה וואלונטירן וואס זענען פשוט נורסעס מיט איי ווי, אקסידזשען, נעמען בלוט א א וו
שויתי ה' לנגדי תמיד

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך מיסתפינא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:32 am

חיש נישט האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:
חיש נישט האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז געווען אן עקספערימענט. דאס איז געווען פורים.
נישט אזעלכע געשמאקע רעזולטאטן געווען דאן

אלע ווייסן פורים האט עס גורם געווען, יעדער זאגט עס.
אבער עס האט נישט קיין שום האפט, קיין שום מקור, סתם בויך וויי.

וואספארא מקור האסטו געוואלט אויף דעם? א טעמי המנהגים אדער א סדר הדורות?
ערנסט גערעדט, וואס איז געווען איז נישט אזוי נוגע, ווי דאס וואס וועט זיין... און ענדערש זאלן מיר איינשטעלן זיכערהייט פארשריפטן ווען ס'איז נישט אזוי וויכטיג, ווי איידער דאס דארפן איינשטעלן ווען ס'איז דא אידן וועלכע וואלגערן זיך פאר יסורים על ערש דוי

ערנסט נוגע
ואמרתם שוא עבוד וגו'

גאנץ ניו יארק האט ליידער געכאפט דעמאלט, עס איז געווען ליידער די ערגסטע פלאץ אויפן וועלט, וכיון שניתנה רשות למשחית לחבל האבן ליידער כלל ישראל אויך געכאפט, און אפילו מער צוליב אונזער לעבן-שטייגער, האט אבער נישט מיט פורים, פורים האט מען געהאלטן אויך אין אר"י.

חיש נישט
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך חיש נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:13 am

אז מען זאגט אז עס פעלט זיך נישט אויס צו היטן אין א צייט וואס עס קען זיך פארשפרייטן א וויירוס, און אז ווען מען וואלט זיך ווען געהיטן וואלט דאס נישט געהאלפן, דאס איז זאגן שוא עבוד אלוקים.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:27 pm

געהערט לעצטע פאר טעג פון היבש אסאך היימישע אידן וואס האבן יעצט עקטיוו קאראנע, דער רופא כל בשר דא העלפן ס׳זאל ביי יעדן גרינג דורכגיין.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
שפע רב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: צווייטע כוואליע קאראנע וויירוס

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:53 pm

מי יודע האט געשריבן:פארוואס זאל נישט זיין קיין סעניטייזערס אין ביהמ"ד?,


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, בייסיקל, ברוקלינער יונגערמאן, חמרא, יהלום, עוד הם מדברים, פראקטיש, שטארקע חסיד און 38 געסט