בלאט 1 פון 14

מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:31 pm
דורך גולם פון וואשינגטאן
איך מיין אז עס פארדינט זיך אן עקסטער עשקויל

4 חדשים נאך וואס דער צווייטער וויירוס כוואליע האט זיך אנעהויבן, און נאכ'ן ערלויבן במשך די צייט מאסן פראטעסטן פון טויזענטער פרייע יונגאטשען, הונדערטער זיך צעזאם קומען ביי צערעמאניע'ס, אפענע רעסטוראנטען און מאול'ס, האט די מדינה געטראפן די מקור פון די קאראנע, די אמת'ע סכנה איז די הייליגע טעג, די ימים נוראים...

גאנץ זוממער איז אלעס געווען אפען, ווייל עס קען שאטן עקענאמיש צי פארשפארן, אבער חודש תשרי, עס איז די פארנומענסטע טעג פאר כלל ישראל, who care?

די מדינה קאבינעט האט באשטעטיגט א פלאן פון א טאטאלער לאקדאון וואס גייט זיין נאך שטרענגער פון די פסח, א באגרעניצונג פון 500 מעטער פון שטוב, פארשליסונג פון אלע געשעפטן, און פון די בתי חינוך, פון ערב ר"ה במשך צוויי וואכן.

דאס קומט נאך וואס עס האט זיך אנגעזעהן א אויפשטייג אין די צאל וויירוס פאזיטיוו געטעסטע, מיט אריבער 4000 פעלער נעכטן, דאס איז גראדע נאך וואס די טעסט'ס האט זיך אויך דראמאטיש געהעכערט צי ארום 45000 טעסט'ס טעגליך - אין די וואקאציע סעזאן איז געווען בערך 25000 טעגליך.

מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:36 pm
דורך אחד הרבנים
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

אין ניו יארק אליינס טעסט מען ארום 75,000 א טאג. אין אמעריקא איז דער ציפער פי כמה

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:37 pm
דורך אור
ראש השנה גייט מען נישט טארן ארויסגיין?! :evil:

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:39 pm
דורך מומחה יוחס
מען דארף פייפן אויף די ציונים מיט א פייפער - אין אנו מכירים...............

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:39 pm
דורך הרב_שלום
עס וועט ארום פארן א טראק און פייפען ווי א שופר

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:39 pm
דורך באקסער בוים
אחד הרבנים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

אין ניו יארק אליינס טעסט מען ארום 75,000 א טאג. אין אמעריקא איז דער ציפער פי כמה

מסתמא מיינט ער פרעצענטואל קעגן די באפעלקערונג

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:40 pm
דורך פרוביר אויך
א סעמפעל פון א דורעכפאל דארט האלט מען שוין ביי גל השלישי,
מען האט שוין פינעף מאל געזאגט אז גאנץ בני ברק אדער אלע חרדים זענען אנגעשטעקט,
אבער די רעירונג שפארט אויף און מאכט צי יעדען טאג

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:41 pm
דורך באקסער בוים
אור האט געשריבן:ראש השנה גייט מען נישט טארן ארויסגיין?! :evil:

א וואך צוריק האט נאך ביבי געזאגט אז מ׳גייט זיכער מאכן אז ווער ס׳וויל גיין אין שול וועט קענען גיין אין שול, קען זיין ס׳האט זיך שוין געטוישט..

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:42 pm
דורך גולם פון וואשינגטאן
אחד הרבנים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
מדינת ישראל איז די פון די העכסטע אין די וועלט אין די צאל וויירוס טעסטינג, מער אפילו פון אמעריקא.

אין ניו יארק אליינס טעסט מען ארום 75,000 א טאג. אין אמעריקא איז דער ציפער פי כמה

איך רעדט פער מיליאן מענטשן, טשעק ווארלד מיטער

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:47 pm
דורך באקסער בוים
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:דאס קומט נאך וואס עס האט זיך אנגעזעהן א אויפשטייג אין די צאל וויירוס פאזיטיוו געטעסטע, מיט אריבער 4000 פעלער נעכטן, דאס איז גראדע נאך וואס די טעסט'ס האט זיך אויך דראמאטיש געהעכערט צי ארום 45000 טעסט'ס טעגליך - אין די וואקאציע סעזאן איז געווען בערך 25000 טעגליך.

כ׳האב פארשטאנען אז די סיבה איז אויך צוליב די ריזיגע % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.

געזען ערגעץ לעצטענס אז די מעיארס פון די פרומע שטעט האבן געשטופט דעם עולם צו גיין ווי מער זיך טעסטן כדי אראפצוברענגן די % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:58 pm
דורך מיסתפינא
זעהט אויס די שטן פארלייגט עפעס עקסטער כוחות באחרית הימים מען זאל איהם נישט פארמישען.

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:59 pm
דורך חיימאוויטש
די מצב פון שנאת חרדים איז ביטער ווי א זית, און ער כאפט אריין פון אלע זיינע קעגנער פארן זיין דער חרד'ישער פאפעט... סאו, אויב פארן מאכן באשלוסן ארום די וויירוס גייט מען אים באשולדיגן אלץ שונא חרדים איז עס אין מיינע אויגן א אוי ואבוי.

בארעכטיגט מיר צו בא'נעבעך'ן

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:01 pm
דורך להודיע
לכאורה קומט גרויסע מלחמות אין ארץ ישראל. דער היימישער ציבור - נישט נאר די מאה שערים - זענען אנגעגעסן ביז איבער'ן קאפ פון די ממשלה, מען גלייבט זיי נישט און מען טראסט זיי נישט קיין ווארט, אלע וועלן ווייטער גיין דאווענען אין בית המדרש ברוב עם און השי"ת זאל העלפן אז די ציונים זאלן נישט צעשטערן די הייליגע טעג.

אזויפיל יא, אז די טויזנטער פרייע אידן וואס זייער איינציגע שייכות מיט אידישקייט איז דאס דאווענען אין שול ראש השנה און יוה"כ וועלן היי יאר דאס נישט האבן.

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:26 pm
דורך מיסתפינא
באקסער בוים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:דאס קומט נאך וואס עס האט זיך אנגעזעהן א אויפשטייג אין די צאל וויירוס פאזיטיוו געטעסטע, מיט אריבער 4000 פעלער נעכטן, דאס איז גראדע נאך וואס די טעסט'ס האט זיך אויך דראמאטיש געהעכערט צי ארום 45000 טעסט'ס טעגליך - אין די וואקאציע סעזאן איז געווען בערך 25000 טעגליך.

כ׳האב פארשטאנען אז די סיבה איז אויך צוליב די ריזיגע % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.

געזען ערגעץ לעצטענס אז די מעיארס פון די פרומע שטעט האבן געשטופט דעם עולם צו גיין ווי מער זיך טעסטן כדי אראפצוברענגן די % טעסטס וואס קומען צוריק פאזיטיוו.

בערך 9 פראצענט
דאס איז שוין געווען ביז יעצט א סך, דאס איז מער ווייניגער געווען די עוורידזש ביז א עטליכע וואכן צוריק

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:46 pm
דורך וואס עפעס?
ווען עס קומט צו קורונה בין איך שטיל
צד אחד איז זייער גרינג צו שרייען אנטי חרדים מצד שני איז דא דארט די לעצטע פאהר וואכן א שטארקע אויפשטייג פון קעיעס און ליידער אויך טויטע ל״ע

נישט פארגעסן , די ניו יורקער אידן האבן געצאלט א טייער פרייז פארן אנגיין אום יו״ט פורים געהעריג
ווען מען וואלט געוויזט דאן וואס מען ווייסט איצט , וואלט מען געבליבן אינדערהיים פארשפארט אין געציטערט פארי לעבן

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 6:47 pm
דורך יש בו
ווענד זיך ווער

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:05 pm
דורך מיסתפינא
וואס עפעס? האט געשריבן:ווען עס קומט צו קורונה בין איך שטיל
צד אחד איז זייער גרינג צו שרייען אנטי חרדים מצד שני איז דא דארט די לעצטע פאהר וואכן א שטארקע אויפשטייג פון קעיעס און ליידער אויך טויטע ל״ע

נישט פארגעסן , די ניו יורקער אידן האבן געצאלט א טייער פרייז פארן אנגיין אום יו״ט פורים געהעריג
ווען מען וואלט געוויזט דאן וואס מען ווייסט איצט , וואלט מען געבליבן אינדערהיים פארשפארט אין געציטערט פארי לעבן

די טענה איז פארוואס האסטו נישט געמאכט די לאקדאון פאר א חודש צוריק.
נאר דעמאלטס איז געווען וויכטיג פאר זיי נישט צי צעשטערן די וואקאציע, אבער די ימים נוראים איז דיר נישט וויכטיג.מען שמועסט שוין דא אז די עיקר אויפשטייג איז אין די טעסט'ס.

די וואך איז געווען באריכטעט אז די מדינה איז זיייער מחמיר אין די בדיקות, און טעסט'ס וואס אין די וועלט איז עס נעגאטיוו, וועט עס אין די מדינה זיין פאררעכענט פאזעטיוו.

לגבי ציטערען, די פאקטן ווייזען אז מענטשן וואס ציטערען און פאניקען, ווערן שווערער באטראפען ל"ע ווי רואיגערע מענטשן.

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 7:48 pm
דורך אהבת ישראל
אין אמעריקע איז דא די רעכטע רויטע רעפאבליקאנע וואס פייטן פאר "אינדעווידזעל פרידאם '', אין א"י איז נאך אביסל קומיניסטיש און ראסיסטיש.
מדארף אריינברעגע די מושג פון "פרייקייט" און פייטן פאר די אייגענע רעכטן אין דארטן...ספעשילי מרעדט פון אזא גרויסע פראצענט פון די מדינה וואס קענען אימפעקטן די פאליטיק, עקאנימי, און וואס נישט...

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:19 pm
דורך לשם ייחוד
אויב איר געדענקט, איז געווען א סגר מלא ביי יום העצמאות אויכעט, וואס איז די סאמע גרעסטע חאגע פאר די פרייע אין מדינת ישראל.

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:29 pm
דורך אל תדאג
נישט קיין פארגלייך איין טאג צו א גאנצע חודש.

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:32 pm
דורך יצחק ברוך
דעמאלטס איז געווען נאך מער אין ברען פון די זאך משא''כ יעצט

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:34 pm
דורך לשם ייחוד
יצחק ברוך האט געשריבן:דעמאלטס איז געווען נאך מער אין ברען פון די זאך משא''כ יעצט

יעצט איז ערגער די מצב דארט ווי דעמאלטס

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:39 pm
דורך אל תדאג
וויאזוי זאגט ער נאר: די מדינה איז די איינציגסטע פלאץ וואו מען פארשפארט ביי 300 אנגעשטעקטע, און מען עפענט ביי 2000...

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:45 pm
דורך א צווייטער
על השם ועל משיחו‎
גרויס אויפברויז הערשט נאכדעם וואס פראפעסאר רוני גאמזו - פון די הויעכ-ראנגיגע באאמטע אין מדינת ישראל באאמטע - האט זיך געלאזט הערן מיט פרעכע חוצפה קעגן הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א. מיט עטליכע טעג צוריק האט הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א ארויסגעגעבן די הוראה, אז טראצדעם וואס די רעגירונג פארלאנגט אז יעדע בירגער דארף אדורכגיין א וויירוס-טעסט, זאלן די בחורים פון ישיבה גדולה בחורים נישט נעמען דעם טעסט, וויבאלד ס'איז גורם צו ביטול תורה אין די צייט וואס זיי זענען סיי ווי פארשפארט אין קפסולות. ווען גאמזו האט זיך דערוואוסט איבער די הוראה פונעם גאון, האט ער זיך אויסגעדרוקט פאר די פרעסע מיט זינדלאזע דברי דופי זאגענדיג: "די מעלדונג פון הרב קנייבסקי איז געזאגט געווארן אן קיין אחריות און טוט אריינלייגן דעם ציבור אין א סכנה פון ווערן אנגעשטעקט מיט די וויירוס". אין די זעלבע צייט האט הגאון ר' בנציון באראן שליט"א מגדולי חכמי הספרדים געזאגט, אז די טעסט ברענגט נישט קיין שום תועלת און עס איז נאר גורם ביטול תורה.
עס איז וויכטיג אנצומערקן אז פראפעסער גאמזו איז דער וואס שטייט אין שפיץ פון די שוועריקייטן וואס זענען געמאכט געווארן קעגן חסידי ברסלב, אריינצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.

קרעדיט RDN

Re: מדינת ישראל - טאטאלער לאקדאון חודש תשרי תשפ"א

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:34 am
דורך אהבת ישראל
;l;p-