טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

א פריידיגע וואקסין מעלדונג געציילטע טעג פארן עלעקשאן; וואלט איר עס גענימען?

יא, אז עף. די. עי. האט אפראווד איז עס טראסטבאר
75
58%
ניין, איך וואלט געווארט אפאר חדשים זעהן רעזולטאטן
54
42%
 
סך הכול שטימען: 129

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:14 pm

פרוביר זאגט ריכטיג, איך וואלט עס נישט גענומען ווילאנג איך האב אנטיבאדיס (פארוואס יא?)

מיין מיינונג איז אז עלטערע אידן וואס האבן נישט קיין אנטיבאדיס זאלן עס נעמען ביי די ערשטע מעגליכקייט און די אינגערע אן אנטיבאדיס איז נארמאל פארשטענדליך זיי זאלן וועלן ווארטן א שטיק צייט צו הערן ערשט האנטיגע פיעדבעק פון זייער דאקטאר

טראמפ קומט בכלל נשט ארייין אין נושא, גענוי ווי איך האב געהאלטן ביז היינט לגבי היידראקסי....(איך קען נישט שרייבן די גאנצע ווארט)

ממוצע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ממוצע » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 3:36 pm

דאס איז זייער אן אינטערסאנטע אנקעטע. און די רעזולטאטן איבעראשענד.

מיין ענטפער איז ניין. און די סיבה איז, ווייל ביי פלאזמא האט מען לכאורה געזען אז טראמפ האט אן השפעה אויף די FDA צו באשטעטיגן זאכן אנדערש ווי זיי וואלטן לכתחילה געטון.

אוודאי גייען זיי נישט אפראווען א זאך אויב ס'איז ממש נישט סעיף. אבער א מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן יא פארקוקן אויף פארשידענע זיכערהייט מאסנאמען, כדי צו צופרידן שטעלן טראמפ. און איך אלץ איינער וואס איז נישט היי ריסק ב"ה וואלט ענדערש געווארט אביסל.
ואמנם ישובח באמת ה'ממוצע', ואליו צריך לאדם שיכוין וישקול פעולותיו כולם תמיד עד שיתמצעו. (שמונה פרקים להרמב"ם)

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך גלות איד » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 3:43 pm

די אנקעטע איז נישט יושר'דיג געשריבן.

עס פעלט אן אפציע: איך וואלט נישט גענומען קיין שום וואקסין פאר די ערשטע פאר חדשים, אפגעזעהן ווען און ווער אפראווט עס.

לכאורה רוב פון די וואס האבן געוועלט אז זיי וואלטן עס נישט גענימען האט עס גארנישט מיט טראמפ, נאר פשוט ווייל עס איז ניי, און עס דויערט צייט ביז עס פארדינט די טראסט פון דעם עולם.

אוועטאר
נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך נקודהלע » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 3:45 pm

ממוצע האט געשריבן:דאס איז זייער אן אינטערסאנטע אנקעטע. און די רעזולטאטן איבעראשענד.

מיין ענטפער איז ניין. און די סיבה איז, ווייל ביי פלאזמא האט מען לכאורה געזען אז טראמפ האט אן השפעה אויף די FDA צו באשטעטיגן זאכן אנדערש ווי זיי וואלטן לכתחילה געטון.

אוודאי גייען זיי נישט אפראווען א זאך אויב ס'איז ממש נישט סעיף. אבער א מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן יא פארקוקן אויף פארשידענע זיכערהייט מאסנאמען, כדי צו צופרידן שטעלן טראמפ. און איך אלץ איינער וואס איז נישט היי ריסק ב"ה וואלט ענדערש געווארט אביסל.

פלאזמע איז זיכער נישט שעדליך און האט שוין געראטעוועט אסאך מענשטן!, מ'האט בס"ה אביסל איבערגעטריבן די גוטסקייט דערפון... און מיטן צוריק ציען האט מען נאר געלאזט א פלאץ אז מענטשן זאלן מיינען אז ס'איז נישט גוט און זיך צוריקהאלטן דערפון. די פראבלעם איז געווען טאקע דריק, אבער מער ביים צוריקציען... וועם גייט אן אויב מ'זאגט ס'העלפט פאר %30 און דערווייל העלפט עס נאר פאר %20 אדער איז עס נאך נישט זיכער ביי וויפל ס'העלפט... די עיקר איז ס'העלפט און ס'איז בכלל נישט שעדליך, וואלט געדארפט זיין אסאך מער אדורכגעטראכט ביים צוריק ציען וויאזוי מ'זאגט עס...
מ'רעדט מער נישט דערפון!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך צל עובר » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 4:05 pm

איך עגרי צו @פרוביר, היימישע אידן לגבי דעם זענען פארקערט לגבי די אלגעמיינע גאס קעגן טראמפ ווי געווענליך.


איין זאך יא, די וואקסין פייט וועט האפענטליך אויסהיילן אסאך אנטי וואקסערס פון דעם פרא טראמפ לאגער, די אנטי וואקסערס פון אנדערן לאגער וועלן אפשר טאקע ווערן נאך ערגער, אבער מיר האבן נישט צופיל פון זײ צווישן אנ"ש.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 4:10 pm

צל עובר האט געשריבן:איך עגרי צו @פרוביר, היימישע אידן לגבי דעם זענען פארקערט לגבי די אלגעמיינע גאס קעגן טראמפ ווי געווענליך.


איין זאך יא, די וואקסין פייט וועט האפענטליך אויסהיילן אסאך אנטי וואקסערס פון דעם פרא טראמפ לאגער, די אנטי וואקסערס פון אנדערן לאגער וועלן אפשר טאקע ווערן נאך ערגער, אבער מיר האבן נישט צופיל פון זײ צווישן אנ"ש
.

;l;p-
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

ממוצע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ממוצע » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:25 pm

נקודהלע האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:דאס איז זייער אן אינטערסאנטע אנקעטע. און די רעזולטאטן איבעראשענד.

מיין ענטפער איז ניין. און די סיבה איז, ווייל ביי פלאזמא האט מען לכאורה געזען אז טראמפ האט אן השפעה אויף די FDA צו באשטעטיגן זאכן אנדערש ווי זיי וואלטן לכתחילה געטון.

אוודאי גייען זיי נישט אפראווען א זאך אויב ס'איז ממש נישט סעיף. אבער א מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן יא פארקוקן אויף פארשידענע זיכערהייט מאסנאמען, כדי צו צופרידן שטעלן טראמפ. און איך אלץ איינער וואס איז נישט היי ריסק ב"ה וואלט ענדערש געווארט אביסל.

פלאזמע איז זיכער נישט שעדליך און האט שוין געראטעוועט אסאך מענשטן!, מ'האט בס"ה אביסל איבערגעטריבן די גוטסקייט דערפון... און מיטן צוריק ציען האט מען נאר געלאזט א פלאץ אז מענטשן זאלן מיינען אז ס'איז נישט גוט און זיך צוריקהאלטן דערפון. די פראבלעם איז געווען טאקע דריק, אבער מער ביים צוריקציען... וועם גייט אן אויב מ'זאגט ס'העלפט פאר %30 און דערווייל העלפט עס נאר פאר %20 אדער איז עס נאך נישט זיכער ביי וויפל ס'העלפט... די עיקר איז ס'העלפט און ס'איז בכלל נישט שעדליך, וואלט געדארפט זיין אסאך מער אדורכגעטראכט ביים צוריק ציען וויאזוי מ'זאגט עס...

די אנגעגעבענע סיבה פון די FDE צוריק צוהאלטן די עמערדזענסי אויטאריזאציע פון "פלאזמא" איז געווען ווייל ס'זענען געווען צופיל באריכטן פון געשעדיגטע ביי די בלוט טראנספיוזשאן, אז ס'האט איבערגעוואויגען די בענעפיטן, וועלכע זענען נאך אינגאנצן נישט קלאר אוועקגעשטעלט סייענטיפיש.
ואמנם ישובח באמת ה'ממוצע', ואליו צריך לאדם שיכוין וישקול פעולותיו כולם תמיד עד שיתמצעו. (שמונה פרקים להרמב"ם)

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:30 pm

איך וויל נאר פארשטיין איין זאך, אויב קען דער פרעזידענט טון וואס ער וויל מיט די FDA, איז פארוואס האסטו געטראסט די FDA אין די פירסט פלעיס?

לאמיר זאגן אז דו האסט געטראסט אבאמא מיט זיין סקאנדאל פרייע אדמיניסטראציע, וואס טוט זיך מיט די בוש אדמיניסטראציע, די זעלבע וואס האט גע'הרג'עט פינעף טויזנט אמעריקאנער, און הונדערטער טויזנטער איראקער מיט זייערע ליגנטס, קען נישט זיין אז זיי זאלן שטופן שעדליכע וואקסינען, אדער מעדיצינען, פאר זייערע דאונערס, אדער פאר אנדערע אינטערעסן?

אין איין ווארט, איז די FDA בלויז אזוי קרעדיבל ווי די ווייסע הויז?
דאן פארוואס איז יעדער וואס קוועשטענט זיי , געווארן געלעיבעלט ביז היינט אלס קאנספיראציע טעאריקער?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:45 pm

אינטרעסאנטע אשכול.

איך פרעג די שאלה אנדערש. וואס פאסירט אויב די וואקסין קומט ארויס לכבוד די עלעקשאן, און צום סוף געווינט ביידען. האלטסטו אז ער גייט צוריק דרייען דעם וואקסין? און אויב נישט, גייסטו עס נעמען?

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:46 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך וויל נאר פארשטיין איין זאך, אויב קען דער פרעזידענט טון וואס ער וויל מיט די FDA, איז פארוואס האסטו געטראסט די FDA אין די פירסט פלעיס?

לאמיר זאגן אז דו האסט געטראסט אבאמא מיט זיין סקאנדאל פרייע אדמיניסטראציע, וואס טוט זיך מיט די בוש אדמיניסטראציע, די זעלבע וואס האט גע'הרג'עט פינעף טויזנט אמעריקאנער, און הונדערטער טויזנטער איראקער מיט זייערע ליגנטס, קען נישט זיין אז זיי זאלן שטופן שעדליכע וואקסינען, אדער מעדיצינען, פאר זייערע דאונערס, אדער פאר אנדערע אינטערעסן?

אין איין ווארט, איז די FDA בלויז אזוי קרעדיבל ווי די ווייסע הויז?
דאן פארוואס איז יעדער וואס קוועשטענט זיי , געווארן געלעיבעלט ביז היינט אלס קאנספיראציע טעאריקער?

אונטער נארמאלע אומשטענדן האט ער טראסט אין זיי, און דער פרעזידענט האט נישט קיין שום ערענסטע אינטערעס לטב ולמוטב, אבער יעצט אז/אויב טראמפ לייגט פרעשור צו אפראוון א וואקסין שנעלער ווי די נארמאלע פראצעדור ס׳זאל זיין גרייט פאר עלעקשען דעי הייבט ער אן צו באקומען ספיקות..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

ממוצע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:08 am

יואל שרייבער האט געשריבן:איך וויל נאר פארשטיין איין זאך, אויב קען דער פרעזידענט טון וואס ער וויל מיט די FDA, איז פארוואס האסטו געטראסט די FDA אין די פירסט פלעיס?

לאמיר זאגן אז דו האסט געטראסט אבאמא מיט זיין סקאנדאל פרייע אדמיניסטראציע, וואס טוט זיך מיט די בוש אדמיניסטראציע, די זעלבע וואס האט גע'הרג'עט פינעף טויזנט אמעריקאנער, און הונדערטער טויזנטער איראקער מיט זייערע ליגנטס, קען נישט זיין אז זיי זאלן שטופן שעדליכע וואקסינען, אדער מעדיצינען, פאר זייערע דאונערס, אדער פאר אנדערע אינטערעסן?

אין איין ווארט, איז די FDA בלויז אזוי קרעדיבל ווי די ווייסע הויז?
דאן פארוואס איז יעדער וואס קוועשטענט זיי , געווארן געלעיבעלט ביז היינט אלס קאנספיראציע טעאריקער?

איך גלייב נישט אז די FDA וואלט זיך געבראכן צו דרוק וואס קומט פון א פרעזידענט שטילערהייט.

דא האט ער האט עס געזונגען ברבים, און אלע זיינע יוצא משרתים וכו', מיט די רעכטע מידיא פליגלן, האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף, דאס האט זיי געברענגט ערנסטע דרוק.

אויב דאס וואלט געווען די קעיס ביי סיי וועלכע פרעזידענט וואלט מיין רעאקציע געווען די זעלבע, אבער ביז דערווייל איז נישט געווען אזא קעיס ווי ווייט איך ווייס.

און אגעין, ווי געשריבן אויבן, איך האלט נישט אז די FDA גייט באשטעטיגן א שעדליכע זאך, נאר אפשר אביסל פארקוקן אויף די פארשריפטן.
ואמנם ישובח באמת ה'ממוצע', ואליו צריך לאדם שיכוין וישקול פעולותיו כולם תמיד עד שיתמצעו. (שמונה פרקים להרמב"ם)

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:12 am

דא איז דא די חלק פון ווי אזוי אלעס אין אמירעקאנער גאווערמענט גייט צו, רעגיולעשאנס אויף רעגיולעשאנס, און דאס פארשלעפט צייט פאר גארנישט און פאר נישט, און לויט ווי איך פארשטיי פראבירט טראמפ דאס צו באזייטיגען
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

ממוצע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:14 am

להגדיל שמו האט געשריבן:דא איז דא די חלק פון ווי אזוי אלעס אין אמירעקאנער גאווערמענט גייט צו, רעגיולעשאנס אויף רעגיולעשאנס, און דאס פארשלעפט צייט פאר גארנישט און פאר נישט, און לויט ווי איך פארשטיי פראבירט טראמפ דאס צו באזייטיגען

מ'האט שוין דא אין ערשטן פלאץ געשניטן פון די רעגולעישנס אין גרויסן.
ואמנם ישובח באמת ה'ממוצע', ואליו צריך לאדם שיכוין וישקול פעולותיו כולם תמיד עד שיתמצעו. (שמונה פרקים להרמב"ם)

פוילער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך פוילער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:31 am

נישטא קיין אפציע פון בכלל נישט גענומען

פוילער
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך פוילער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:39 am

געווען גראדע א אנקעטע לעצטענס, איך געדענק נישט ווי איך האב געזעהן, ווי רוב מענטשען זאגן אז האבן בכלל נישט און פלאן צו נעמען די וואקסין, מענטשען שפירן ווי די גאנצע וועקסין איז איין שטיק פאליטיק און געלט.
אחוץ וואס סדא די אלע קאנספיראציעס ארום די וואקסין.

בין איך געווען לעצטענס לאקאל דא ביי א דאקטער ער זייער חוזק געמאכט פון עס.

איך גלייב שווער אז טראמפ גלייבט און די וואקסין ער דארף עס נאר סזאל אים העלפן פאליטיש.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:47 am

צ/ק
אזוי ווי אלע אנדערע וואקסינען, גארנישט אנדערש
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

ס׳וועט זיין בעסער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:51 am

ס׳איז פשוט פ״וו די קוקו לינקע זענען קעגן די וואקסין. אבער וואס איך נתפעל פון די לינקע איז די פאקט אז זיי האלטן אז ווען זיי - מיט די הילף פון די מידיע שטייציך - פארקויפן לאקשן וועט עס זייער אידיאטישע בעיס קויפן אלס גאלד.

יעדער ווייסט אז ביי די טירד פעיז בויעט מען א ריפארט וואס באשטייט פון מאסן דעטא ווי למשל מאדערנא טוט פאר זייער וואקסין נוצן 30,000, יא דרייסיג טויזענט מענטשן וואס זענען פון יעדע סארט דעמאגראפיע, עלטער, געזונט היסטערי וכו וכו. די אלע תוצאות ווערט פאבליקלי ארויסגעלייגט וואס יעדע העלט עקספערט קען זעהן און טאקע דאס איז די סיבה פ״וו ווען די fda אפראוווד עפעס (מיט א געהעריגע אפרווועל, נישט א עמערדזשעסי) איז זיך יעדער סומך.

נאך וואס, אין פרידנס צייטן וואס מען טוט אקוראט די זעלבע פעיזעס נעמען געהעריגע אפרווועלס יארן וועגן די נערישע ביוראקראטיע וואס יעצט צוליב קאראנע האט דאס טראמפ ארויסגעווארפן פון די ווינדאו און ס׳קומט זיך אסאך קרעדיט פאר דעם.

וואס טוהן די דעמס מ׳הייבט אהן אטאקירן די וואקסין ווייל טראמפ לייגט פרעשור וכו. דו שוטה, ס׳דורך פונקטליך די זעלבע פראצעדור, די טעסטס און די ריפארט ווערט געטוהן דורך פאבליק קאמפעניס מיט טויזענטע העלט עקספערטס אינוואלווד, ס״ה האט טראמפ געשטופט זיי זאלן באקומען די גאו אהעד אין וואכן אנשטאט יארן אבער די פראצעדור איז די זעלבע.

זענען טאקע די לינקע קארפן קעפ אזוי זיכער אז זייערע לעמעלעך קאפ-אין-וואנט אנטי׳ס זענען אזוי סטפיד??? איי געס סאו, ווייל דיע דזשאק ארבעט פאר די לינקע בעיס.

אנבעליוועבל!!!
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

ס׳וועט זיין בעסער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:55 am

בד״וו, די ניי געשאפענע מידיע/לינקע אפגאט דר. פאוטשי איז אויך א גרויסע שטיצער פון די וועג דיע וואקסין איז צוגעגאנגן, איי געס אדער וועט דר פאוטשי ווערן פסול אדער וועט ער מוזן צוריקצוען, ימים (ובהמות) ידברו.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

ממוצע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:58 am

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:ס׳איז פשוט פ״וו די קוקו לינקע זענען קעגן די וואקסין. אבער וואס איך נתפעל פון די לינקע איז די פאקט אז זיי האלטן אז ווען זיי - מיט די הילף פון די מידיע שטייציך - פארקויפן לאקשן וועט עס זייער אידיאטישע בעיס קויפן אלס גאלד.

יעדער ווייסט אז ביי די טירד פעיז בויעט מען א ריפארט וואס באשטייט פון מאסן דעטא ווי למשל מאדערנא טוט פאר זייער וואקסין נוצן 30,000, יא דרייסיג טויזענט מענטשן וואס זענען פון יעדע סארט דעמאגראפיע, עלטער, געזונט היסטערי וכו וכו. די אלע תוצאות ווערט פאבליקלי ארויסגעלייגט וואס יעדע העלט עקספערט קען זעהן און טאקע דאס איז די סיבה פ״וו ווען די fda אפראוווד עפעס (מיט א געהעריגע אפרווועל, נישט א עמערדזשעסי) איז זיך יעדער סומך.

נאך וואס, אין פרידנס צייטן וואס מען טוט אקוראט די זעלבע פעיזעס נעמען געהעריגע אפרווועלס יארן וועגן די נערישע ביוראקראטיע וואס יעצט צוליב קאראנע האט דאס טראמפ ארויסגעווארפן פון די ווינדאו און ס׳קומט זיך אסאך קרעדיט פאר דעם.

וואס טוהן די דעמס מ׳הייבט אהן אטאקירן די וואקסין ווייל טראמפ לייגט פרעשור וכו. דו שוטה, ס׳דורך פונקטליך די זעלבע פראצעדור, די טעסטס און די ריפארט ווערט געטוהן דורך פאבליק קאמפעניס מיט טויזענטע העלט עקספערטס אינוואלווד, ס״ה האט טראמפ געשטופט זיי זאלן באקומען די גאו אהעד אין וואכן אנשטאט יארן אבער די פראצעדור איז די זעלבע.

זענען טאקע די לינקע קארפן קעפ אזוי זיכער אז זייערע לעמעלעך קאפ-אין-וואנט אנטי׳ס זענען אזוי סטפיד??? איי געס סאו, ווייל דיע דזשאק ארבעט פאר די לינקע בעיס.

אנבעליוועבל!!!

וואלט געווען א גוטע עצה איר זאלט מאכן אביסל ריסורטש פארן שרייבן אזא אראפרייסערישע תגובה.

גייט טאקע אדורך גיין די גאנצע פאזע? גייט טאקע די איבערזיכט זיין די זעלבע? אדער טאקע דאס רעדט מען פון שניידן.
ואמנם ישובח באמת ה'ממוצע', ואליו צריך לאדם שיכוין וישקול פעולותיו כולם תמיד עד שיתמצעו. (שמונה פרקים להרמב"ם)

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:05 am

שמערלער האט געשריבן:אין דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דעמאקראטען ווילן אזוי שטארק מעיל אין בעלעטס,
ווייל אויב קומט ארויס א וואקסין פון טראמפ פאר די וואלן גייען עס נאר די רעפאבליקאנער נעמען אזוי וועלן זיי אלע בלייבן לעבן אין נאר די דעמאקראטען וועלן שטארבן,
במילא וועט טראמפ געווינען מיט א לענדסלייד,
אבער מיט מעיל אין בעלעטס געבן זיי שוין יעצט אפ זייער שטומע אין אפילו אויב זיי שטארבן האבן זיי אבער זייער תפקיד אויף דער וועלט ערפילט.

מעגא ;l;p-
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:20 am

איך בין נייגעריג צו וויסן אויב די פעדעראלע רעגירונג קען צוויגן צו נעמען דעם וואקסין, פארשטייט זיך ווען עס איז אומזיסט,

וואס אפילו אויב איז דאס קעגן די קאנסטיטושן, איז אזא טערמין פון פאבליק העלט עמערזשענסי, וואס דאס טוט אווערריידן די קאנסטיטושן,
איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:55 am

ביידן און העריס זענען אריינגעפאלן אין א טרעפ פון די מידיא קווענקלענדיג אין פובליק איבער די וואקסין
טראמפ האט שוין נעכטן געפאדערט ביידן און העריס צו אפעלעזשייסן פאר די סטעיטמענט
טראמפ גייט ווארשיינליך האמערן מיט דעים די נעקסטע פאר וואכן

אפגעזעהן די אפעקטיווניס פון די וואקסין, אבער די עצם פאקט אז סאיז דא א
טוישט די בילד

טיטשערס וועלן נישט קענען פארפירן מער אז זיי ווילן נישט קומעם אין סקול

טראמפ וועט קענען ווייטער מאכן ראליס

די גאנצע מאסק-זעקס פיס מערכה וועט אינטערגיין

קאראנע? נעם די וואקסין
ווילסט נישט? בלייב אינדערהיים און מאך נישט משוגע די וועלט

ווארטן מיר נאר צו הערן פון די פדן תורים פון ניו יארק
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

KMW
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך KMW » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:34 am

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:בד״וו, די ניי געשאפענע מידיע/לינקע אפגאט דר. פאוטשי איז אויך א גרויסע שטיצער פון די וועג דיע וואקסין איז צוגעגאנגן, איי געס אדער וועט דר פאוטשי ווערן פסול אדער וועט ער מוזן צוריקצוען, ימים (ובהמות) ידברו.

פאוטשי האט געזאגט עטליכע מאל אין די פּעסט אז א װאקסין אן ענימעל טעסטינג איז נישט גוט און דא האט מען עס געסקיפט.

KMW
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך KMW » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:38 am

יש בו האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסן אויב די פעדעראלע רעגירונג קען צוויגן צו נעמען דעם וואקסין, פארשטייט זיך ווען עס איז אומזיסט,

וואס אפילו אויב איז דאס קעגן די קאנסטיטושן, איז אזא טערמין פון פאבליק העלט עמערזשענסי, וואס דאס טוט אווערריידן די קאנסטיטושן,

עלען דערשאװיץ האט לכתחילה געזאגט אז יא, אבער האט מער װײניגער צוריקגעצױגן בײ א דיבעיט מיט דעל ביגטרי

KMW
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך KMW » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:41 am

פוילער האט געשריבן:געווען גראדע א אנקעטע לעצטענס, איך געדענק נישט ווי איך האב געזעהן, ווי רוב מענטשען זאגן אז האבן בכלל נישט און פלאן צו נעמען די וואקסין, מענטשען שפירן ווי די גאנצע וועקסין איז איין שטיק פאליטיק און געלט.
אחוץ וואס סדא די אלע קאנספיראציעס ארום די וואקסין.

בין איך געווען לעצטענס לאקאל דא ביי א דאקטער ער זייער חוזק געמאכט פון עס.

איך גלייב שווער אז טראמפ גלייבט און די וואקסין ער דארף עס נאר סזאל אים העלפן פאליטיש.


Just 50% of Americans plan to get a COVID-19 vaccine ...www.sciencemag.org › news › 2020/06 › just-50-ameri...
Jun 30, 2020 - Within days of the first confirmed novel coronavirus case in the United States on 20 January, antivaccine activists were already hinting on Twitter ...


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot און 5 געסט