טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

א פריידיגע וואקסין מעלדונג געציילטע טעג פארן עלעקשאן; וואלט איר עס גענימען?

יא, אז עף. די. עי. האט אפראווד איז עס טראסטבאר
75
58%
ניין, איך וואלט געווארט אפאר חדשים זעהן רעזולטאטן
54
42%
 
סך הכול שטימען: 129

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 4:25 am

עטליכע טעג צוריק האט די עף. די. עי. ארויסגעשיקט א בולעטין צו די פובליק העלט עקספערטן אין אלע 50 שטאטן צו זיין אויף היי אלערט און זיך גרייטן צו דיסטריביטן א קאראנא וואקסין אום ענדע אקטאבער/אנהויב נאוועמבער.

סי ען ען באריכטעט אז באאמטע אינערהאלב די עף די עי אגענטור באצייכענען די סיטואציע דארט לע"ע אנגעצויגן הייס ווי א פרעשור קוקער, אין רעזולטאט פון אומגעהויערע דרוק מצד דעם ווייסן הויז צו האבן פארטיג א וואקסין צום עלעקשאן.

לויטן באריכט לייגט טראמפ פערזענליך דרוק אז אדער א וואקסין אליין אדער צום ווייניגסטענס אן "עמערזשענסי באנוץ" וואקסין זאל ווערן עוועילעבל פארן עלעקשאן און אזוי אויך לייגט ער שטארקע פרעשור אז די באאמטע זאלן ארויסקומען יעדע שטיק צייט ווי נאר ס'דא א פיצי דעוועלאפמענט, אפילו אזאנס וואס געזונטהייט באאמטע זעהן אלס מינדערוויכטיג, זאלן זיי ארויסקומען און עס מעלדן ווי א באמבאסטישע דעוועלאפמענט, אמער דער דורכשניטלעכער אמעריקאנער בירגער ווייסט סייווי נישט וואס איז מינדערוויכטיג אדער נישט און אז ס'דא א באמבאסטישע מעלדונג איז עס ווארשיינליך מעכטיג....

עניוועי, צום פוינט. בינעך נייגעריג אויב למעשה קומט טאקע א באמבעדיגע מעלדונג 5 טאג בעפאר די וואלן ווי די עף. די. עי. מעלדט מיט טרערן של שמחה אז ס'איז פיינעלי געלונגען אהערצושטעלן דעם לאנג ערווארטעטן וואקסין און מ'הייבט עס שוין אן ארויסשיקן צום עולם זיך שטעכן, וויפיל פון אונז דא וואלט עס פאקטיש איינגענימען?

אוועטאר
לעקישבער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך לעקישבער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:37 am

כאפצעם האט געשריבן:לויטן באריכט לייגט טראמפ פערזענליך דרוק אז אדער א וואקסין אליין אדער צום ווייניגסטענס אן "עמערזשענסי באנוץ" וואקסין זאל ווערן עוועילעבל פארן עלעקשאן און אזוי אויך לייגט ער שטארקע פרעשור אז די באאמטע זאלן ארויסקומען יעדע שטיק צייט ווי נאר ס'דא א פיצי דעוועלאפמענט, אפילו אזאנס וואס געזונטהייט באאמטע זעהן אלס מינדערוויכטיג, זאלן זיי ארויסקומען און עס מעלדן ווי א באמבאסטישע דעוועלאפמענט, אמער דער דורכשניטלעכער אמעריקאנער בירגער ווייסט סייווי נישט וואס איז מינדערוויכטיג אדער נישט און אז ס'דא א באמבאסטישע מעלדונג איז עס ווארשיינליך מעכטיג....


איבעראל לייגט מען דרוק אויף אזעלעכע זאכן, נאר ביי די פארטי אף סטופיד דארף עס זיין די קאמענדער אין טשיף אליין.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:33 am

נאכאמזל אז מהאלט פאר אן עלעקשאן און טראמפ לייגט אומגעהויערע לחץ, ווען נישט וואלט עס גענומען פאר די ביוקרטאטישע געפלאגטע אגענטור עף די עי נאך א שיינע פאר יאר ביז זיי וואלטן אפראווד א וואקסין
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:01 am

געווענליך נעמט עס טאקע אפאר יאר לענגער, אבער היות יעצט איז די רעדע קאראנא וואס הרג'ט מענטשן און פארברענט דזשאבס, דארף מען עס צויאגן.

רוסלאנד האט שוין פאקטיש א וואקסין, מדינת ישראל גייט אויך האבן אין די נעקסטע פאר חדשים. פארוואס פונקט אמעריקע נישט?

מאסק יא, וואקסין נישט...
איך זוך א דזשאב

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:22 am

איך וואלט עס גענומען פונקט ווי יעדע באשטעטיגטע וואקסין.
ביי קיין שום אנדערע פרעזידענט אין אזא פאל וואלט איך נישט געווען אזוי רואיג ווי מיט טראמפ, וועלכער האט א רעקארד פון אויפטון עכטע זאכן פאר אמעריקע, און האט זיך כמעט אייביג ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט נאכן ווערן אוועקגעמאכט דורך א.ג. פעקט טשעקערס.

אויב די מעשה זאל זיך אזוי אויסשפילן וועט די מידיא זיכער אנזייען א פאניק אז דאס איז ערגער פון בליטש (ווער געדעקט נאך טראמפ האט געהייסן אייננעמען בליטש...). זיי וועלן פארשאפן ליעקס פון אינערהאלב די עף. די. עי., אזעלכע וואס גלייכן נישט דעם פרעזידענט אדער גלייכן דאס געלט פון די ביידען קאמפיין..
בקיצור א מעשה, עס איז פארהאן שטארקע שאנסן אז ס'זאל גאר שאטן פאר טראמפ. ספעציעל אויב די פאלשע נייעס סטאנציעס וועלן אנהייבן צו האקן דערויף שוין יעצט, ווי כאפצעם טוט דא.

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך פרוכט בוים » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:27 am

איך וואלט עס נישט געטראסט אבער עס געפעלט מיך וויזוי די האסט פאליטיקזירט די פראגע
איך געב 'קרעדיט פאר טראמפ אז עס איז דא א וואקסין אבער היות די מצב איז דא אנדערש ווי אנדערע וואקסינען וואלט איך עס נישט געטראסט

מגדים
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך מגדים » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:29 am

קענטאקי האט געשריבן:איך וואלט עס גענומען פונקט ווי יעדע באשטעטיגטע וואקסין.
ביי קיין שום אנדערע פרעזידענט אין אזא פאל וואלט איך נישט געווען אזוי רואיג ווי מיט טראמפ, וועלכער האט א רעקארד פון אויפטון עכטע זאכן פאר אמעריקע, און האט זיך כמעט אייביג ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט נאכן ווערן אוועקגעמאכט דורך א.ג. פעקט טשעקערס.

אויב די מעשה זאל זיך אזוי אויסשפילן וועט די מידיא זיכער אנזייען א פאניק אז דאס איז ערגער פון בליטש (ווער געדעקט נאך טראמפ האט געהייסן אייננעמען בליטש...). זיי וועלן פארשאפן ליעקס פון אינערהאלב די עף. די. עי., אזעלכע וואס גלייכן נישט דעם פרעזידענט אדער גלייכן דאס געלט פון די ביידען קאמפיין..
בקיצור א מעשה, עס איז פארהאן שטארקע שאנסן אז ס'זאל גאר שאטן פאר טראמפ. ספעציעל אויב די פאלשע נייעס סטאנציעס וועלן אנהייבן צו האקן דערויף שוין יעצט, ווי כאפצעם טוט דא.

%100

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך ברעחדך קאפ » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:39 am

יעדע איינציגסטע לאנד, יעדע פרעזידענט לייגט כהיום פרעשער צו שאפן א וואקסין פאר זיין לאנד, נאר טראמפ מעג נישט?

ווען ער פרעשערט שרייט מען און מען רייסט אים אראפ אז ער לייגט פרעשערט, ווען ער פרעשערט נישט רייסט מען אים אראפ פארן נישט טון גענוג.

מאדנע מענטשן

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:41 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מדינת ישראל גייט אויך האבן אין די נעקסטע פאר חדשים. פארוואס פונקט אמעריקע נישט?


דו ביסט זיכער מד״י גייט נישט האבן קיין עלעקשען ערגעץ אין די נעקסטע פאר חדשים?



ס׳איז נישט קיין שום קאנספעראציע, ס׳איז א ערענסטע סאבאטאדזש אטאקע מיט וואס די ביידען קאמפיין וויל אטאקירן דעם אמעריקאנעם באפעלקערונג אויב קומט ארויס א וואקסין. קאמעלע העריס האט שוין נעכטן געענטפערט ביים ווערן געפרעגט איבער א וואקסין בעפאר די עלעקשאן ״איך וואלט נישט געטראָסט דאנאלד טראמפ״.

דורכאויס דעם גאנצן קאראנע קריזיס איז מען פארנומען דרייען א קאפ אז טראמפ איז נישט אויפן זעלבן פעידזש מיט זיינע ראטגעבער, מאכט אוועק ראקאמענדאציעס, און פאלגט נישט אנווייזונגען פארגעשלאגן דורך די CDC.

צענדליגע טויזענטער פאציענטן האבן געהאט א גוטע ערפארונג מיט א גוטע ערהוילונג מיט דעם וואס הונדערטער דוקטורים האבן זיך באניצט מיט דעם היידראקסיקלארעקוויין מעדיצין.. טראמפ האט יא געשטופט דעם מעדעצין אין נאמען פון די אלע דוקטורים און פראנט ליין נירסעס, די FDA, און CDC האבן עס אבער בשום אויפן נישט עפראווד! פארוואס? ווייל ס׳איז דא א פראצעדור וואס עס ברויך אדורכגיין בעפאר עס באקומען דעם אפציעלן רשות מטעם דער רעגירונג. נישט נאר דאס, עס זענען געקומען אפאר רוצחישע גאווערנאר׳ס, אריינגערעכנט גאווערנאר קאומאו און עס גע׳אסרט גאר פאר באניץ אינדרויסן פון שפיטאל אטמאספער. פארוואס? ווייל טראמפ!

אבער ווען ס׳קומט צום וואקסין.. דארט האלטן זיי אז די FDA וועט זיך ברעכן פאר טראמפ׳ס לחץ? ״קאם אן מען״.

וואס יא, אויב וועט טאקע געלונגען פאר אמעריקא צו לאונטשן א וואקסין ביפאר די וואלן (עפעס אויף וואס מ׳צילט שוין זינט מערץ), שטייט אויס פאר די ביידען קאמפיין אנצוהויבן א אנטי וואקסין מאוומענט, און אויב זענען זיי מצליח איבערצוווייזן מענטשן עס נישט צו נעמען וועלן זיי זיין רוצחישע געווינערס אויף די אישו.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:42 am

די זעלבע ליבעראלן גייען שרייען אין דריי חדשים ארום, אמער אפאר לענדער האבן שוין וואקסינען און אמעריקע איז די איינציגסטע גרויסמאכט וואס האט נאכנישט..

נישט אז איך האלט אז טראמפ זאל לייגן פרעשור

Just saying
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:43 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:מדינת ישראל גייט אויך האבן אין די נעקסטע פאר חדשים. פארוואס פונקט אמעריקע נישט?


דו ביסט זיכער מד״י גייט נישט האבן קיין עלעקשען ערגעץ אין די נעקסטע פאר חדשים?



ס׳איז נישט קיין שום קאנספעראציע, ס׳איז א ערענסטע סאבאטאדזש אטאקע מיט וואס די ביידען קאמפיין וויל אטאקירן דעם אמעריקאנעם באפעלקערונג אויב קומט ארויס א וואקסין. קאמעלע העריס האט שוין נעכטן געענטפערט ביים ווערן געפרעגט איבער א וואקסין בעפאר די עלעקשאן ״איך וואלט נישט געטראָסט דאנאלד טראמפ״.

דורכאויס דעם גאנצן קאראנע קריזיס איז מען פארנומען דרייען א קאפ אז טראמפ איז נישט אויפן זעלבן פעידזש מיט זיינע ראטגעבער, מאכט אוועק ראקאמענדאציעס, און פאלגט נישט אנווייזונגען פארגעשלאגן דורך די CDC.

צענדליגע טויזענטער פאציענטן האבן געהאט א גוטע ערפארונג מיט א גוטע ערהוילונג מיט דעם וואס הונדערטער דוקטורים האבן זיך באניצט מיט דעם היידראקסיקלארעקוויין מעדיצין.. טראמפ האט יא געשטופט דעם מעדעצין אין נאמען פון די אלע דוקטורים און פראנט ליין נירסעס, די FDA, און CDC האבן עס אבער בשום אויפן נישט עפראווד! פארוואס? ווייל ס׳איז דא א פראצעדור וואס עס ברויך אדורכגיין בעפאר עס באקומען דעם אפציעלן רשות מטעם דער רעגירונג. נישט נאר דאס, עס זענען געקומען אפאר רוצחישע גאווערנאר׳ס, אריינגערעכנט גאווערנאר קאומאו און עס גע׳אסרט גאר פאר באניץ אינדרויסן פון שפיטאל אטמאספער. פארוואס? ווייל טראמפ!

אבער ווען ס׳קומט צום וואקסין.. דארט האלטן זיי אז די FDA וועט זיך ברעכן פאר טראמפ׳ס לחץ? ״קאם אן מען״.

וואס יא, אויב וועט טאקע געלונגען פאר אמעריקא צו לאונטשן א וואקסין ביפאר די וואלן (עפעס אויף וואס מ׳צילט שוין זינט מערץ), שטייט אויס פאר די ביידען קאמפיין אנצוהויבן א אנטי וואקסין מאוומענט, און אויב זענען זיי מצליח איבערצוווייזן מענטשן עס נישט צו נעמען וועלן זיי זיין רוצחישע געווינערס אויף די אישו.

די זעלבע זאך קומט יעצט פאר מיט די פלאזמא
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:47 am

טראמפ מעג לייגן פרעשור, עס וועט אפשר אויפטון אז זאכן זאלן זיך ריקן שנעלער

אין א גאווערמענט ביוראקראטיע נעמט אלעס לאנג ווייל קיינער יאגט זיך נישט

דער פרעזידענט דארף לייגן דרוק אז זיי זאלן פארטיגן די וואקסין די שנעלסטע מעגליך

איך גלייב נישט עס וועט זיין פערטיג אויף די וואלן

עס קען אבער זיין אז עס וועט זיך שטארק פאראויס רוקן פאר די וואלן און טראמפ וועט עס אפשר קענען איינקעשן

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9743
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 10:32 am

איך קען נישט מער ווי איבערזאגן וואס קאמעלע העריס האט געזאגט

איך וועל נישט טראסטן טראמפ, עס וועט דארפן קומען פון א רעספעקטירטע סייענטיפישע קוואל.

איך האלט נישט אז טראמפ האט א פראבלעם ארויסצושטעלן א וואקסין, וועלכע איז נישט פארזיכערט, נאר צו געווינען די וואלן. איך ווייס אפילו נישט אויב עס וואלט געווען א נסיון בכלל. העכסטענס וועט ער טרעפן עמיצער צו באשולדיגן נאכן געווינען.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:00 am

בקיצור: ביידען גייט פארזיכער אטאקירן טראמפן איבער די וואקסין, די דעטאלן וועלט פערטיג ווערן לויט די סירקאמסטענסעס

שעם אן יא אמעריקא, ענק דעזערווען גארנישט בעסער פון טראמפן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

KMW
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך KMW » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:14 am

פעיס 2 האט שױן געװיזן אז מען באקומט אנטי באדיעס . (not to mention the side effects the ppl has in the first 2 trials)
יעצט האלט מען בײ פעיס 3 עס איז צו א קורצע צײט צו װיסן װאס איז צו זעהן אױב עס האט שארט אדער לאנג טערם סײד עפעקטס איז זיכער נישט גענוג לאנג, זיכער נישט פאר קינדער װאס זענען בכלל נישט אין עני סטאדי/טרײעל.

מחשבהטובה
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך מחשבהטובה » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:35 am

טראמפ קען נישט אפראווע"ן אדער דיסאפראווע"ן א וואקסין.
סאיז דא א board safety וואס דארף עס אפראווען.
סאיז א לינקע נאראטיוו צו עס אפמאהלען ווי א טראמפ וואקסין.
יא! די טראמפ אדמיניסטראציע האט געטוהן געוואלדיגע קלוגע און געוואגטע מהלכים צו עס צו יאגען, און איז 1000% גערעכט פארן נעמען די קרעדיט איינמאל עס גייט ארויסקומען, אבער קיין איין ביורוקראט גייט נישט לייגען די סטעמפל אויב איז דא די מינידרסטע ספק צו סאיז סעיף אדער נישט.
די אלע לינקע טאלקינ"ג פוינט"ס איז הבלי הבלים געווידמעט צו מאכן זיכער אז 50% אמעריקא נעמט נישט די וואקסין אין דורך דעם פארלענגערען די קריזיס און איהרע נאכווייען.
נאר א פרעזידענט מיט א ביזנע"ס קאפ קען זיך דערוואגען צו אינוועסטען ביליונע דאללערס אויף א ספק, א זאך וואס האט געשטופט די פארמאסודיקע"ל קאמפאני"ס זיך אריינצולייגען אזוי שנעל צו טרעפען דעם וואקסין.
אויב וואלט נישט יעדע זאך געווען אזוי פוליטיזירט, וואלטן די אמעריקאנער בירגער געווארפען בלומען אויף די אדמיניסטראציע פארן אנקומען אזוי ווייט און אזא קורצע צייט.
סאיז נישט ווייניגער ווי א נס!
סאיז א שאנדע ווי די דעמוקראטן מיט די מידיע פירן זיך אויף מיט אזא היפקירות אויף אזא וויכטיגע נושא!
מיין פרעזענדליכע אפיניאן נאכ'ן נאכפאלגן די וואקסין דעוועלאפמענ"ט מידי יום ביומו פון אנהייט די פאנדעמיק.

אלטע מלמד
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך אלטע מלמד » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:41 am

ר' כאפצעם נישט אלעס וואס טראמפ טוט איז שלעכט!
Please stop the hate!

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:51 am

פון וואו נעמט כאפצעם יעדן טאג זיין פרישקייט? וואו פיקט מען אויף די עמערס זאמד צו שיטן אין די אויגן?

כמיין אז איך פערזענליך וואלט געוואוט פאר א פרעזידענט וואס פארשפרעכט צו לייגן דרוק אויף די fda צו אויפקומען מיט א וואקסין..

הייסט אז ער טאר נישט לייגן קיין דרוק פאר א וואקסין ווייל סקען אים חלילה העלפן צו געווינען די עלעקשאנס?? סיריעסלי???

------

חוץ א מעשה געפעלט מיך די טאלקינג פוינט אז דאס איז א "טראמפ וואקסין"...

"טראמפ וואדקע" איז א סקעם... "טראמפ יוניווערסיטי" איז א סקעם.. "טראמפ עירליין" ווייטער א סקעם...

ווייזט אויס אז וואקסינס קען ער יא? ! ? ! ? ! :roll:

(אז די ביסט א בלינדע אנטי-טראמפער, נאו פראבלעם.. פעיס כאטשיג די ריעליטי, אנערקען אז דו מאכסט נישט קיין טראפ סענס און דו ביסט אומקאנסיסטענט)
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

מודהאני
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 11:56 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך מודהאני » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 11:53 am

כאפצעם האט געשריבן:עטליכע טעג צוריק האט די עף. די. עי. ארויסגעשיקט א בולעטין צו די פובליק העלט עקספערטן אין אלע 50 שטאטן צו זיין אויף היי אלערט און זיך גרייטן צו דיסטריביטן א קאראנא וואקסין אום ענדע אקטאבער/אנהויב נאוועמבער.

סי ען ען באריכטעט אז באאמטע אינערהאלב די עף די עי אגענטור באצייכענען די סיטואציע דארט לע"ע אנגעצויגן הייס ווי א פרעשור קוקער, אין רעזולטאט פון אומגעהויערע דרוק מצד דעם ווייסן הויז צו האבן פארטיג א וואקסין צום עלעקשאן.

לויטן באריכט לייגט טראמפ פערזענליך דרוק אז אדער א וואקסין אליין אדער צום ווייניגסטענס אן "עמערזשענסי באנוץ" וואקסין זאל ווערן עוועילעבל פארן עלעקשאן און אזוי אויך לייגט ער שטארקע פרעשור אז די באאמטע זאלן ארויסקומען יעדע שטיק צייט ווי נאר ס'דא א פיצי דעוועלאפמענט, אפילו אזאנס וואס געזונטהייט באאמטע זעהן אלס מינדערוויכטיג, זאלן זיי ארויסקומען און עס מעלדן ווי א באמבאסטישע דעוועלאפמענט, אמער דער דורכשניטלעכער אמעריקאנער בירגער ווייסט סייווי נישט וואס איז מינדערוויכטיג אדער נישט און אז ס'דא א באמבאסטישע מעלדונג איז עס ווארשיינליך מעכטיג....

עניוועי, צום פוינט. בינעך נייגעריג אויב למעשה קומט טאקע א באמבעדיגע מעלדונג 5 טאג בעפאר די וואלן ווי די עף. די. עי. מעלדט מיט טרערן של שמחה אז ס'איז פיינעלי געלונגען אהערצושטעלן דעם לאנג ערווארטעטן וואקסין און מ'הייבט עס שוין אן ארויסשיקן צום עולם זיך שטעכן, וויפיל פון אונז דא וואלט עס פאקטיש איינגענימען?


לשיטתך וואלסטו ווען געטראסט דזשא ביידען?
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:02 pm

איך טראסט די וואקסין די זעלבע שטארק ווי נישט.
איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט.
דער איז מאור טא אייוועלט.
א תגובה מער.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך שמערלער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:05 pm

אין דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דעמאקראטען ווילן אזוי שטארק מעיל אין בעלעטס,
ווייל אויב קומט ארויס א וואקסין פון טראמפ פאר די וואלן גייען עס נאר די רעפאבליקאנער נעמען אזוי וועלן זיי אלע בלייבן לעבן אין נאר די דעמאקראטען וועלן שטארבן,
במילא וועט טראמפ געווינען מיט א לענדסלייד,
אבער מיט מעיל אין בעלעטס געבן זיי שוין יעצט אפ זייער שטומע אין אפילו אויב זיי שטארבן האבן זיי אבער זייער תפקיד אויף דער וועלט ערפילט.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:16 pm

אז די FDA אפראוד עס גיי איך עס נעמען

טראמפ האט גראדע געזאגט אז די FDA איז א חלק פון די דיפ סטעיט סאו איז מיר א חידוש אז די טראמפ שטיצער גייען עס נעמען..

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך שארף און קליג » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:18 pm

שמערלער האט געשריבן:אין דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דעמאקראטען ווילן אזוי שטארק מעיל אין בעלעטס,
ווייל אויב קומט ארויס א וואקסין פון טראמפ פאר די וואלן גייען עס נאר די רעפאבליקאנער נעמען אזוי וועלן זיי אלע בלייבן לעבן אין נאר די דעמאקראטען וועלן שטארבן,
במילא וועט טראמפ געווינען מיט א לענדסלייד,
אבער מיט מעיל אין בעלעטס געבן זיי שוין יעצט אפ זייער שטומע אין אפילו אויב זיי שטארבן האבן זיי אבער זייער תפקיד אויף דער וועלט ערפילט.



;l;p-

מודהאני
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 11:56 am

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך מודהאני » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:21 pm

;
שארף און קליג האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:אין דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דעמאקראטען ווילן אזוי שטארק מעיל אין בעלעטס,
ווייל אויב קומט ארויס א וואקסין פון טראמפ פאר די וואלן גייען עס נאר די רעפאבליקאנער נעמען אזוי וועלן זיי אלע בלייבן לעבן אין נאר די דעמאקראטען וועלן שטארבן,
במילא וועט טראמפ געווינען מיט א לענדסלייד,
אבער מיט מעיל אין בעלעטס געבן זיי שוין יעצט אפ זייער שטומע אין אפילו אויב זיי שטארבן האבן זיי אבער זייער תפקיד אויף דער וועלט ערפילט.



;l;p-


;l;p- ;l;p- ;l;p-
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: טראמפ'ס פרעשור פאר א קאראנא וואקסין; אנקעטע

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:51 pm

2 נקודות
1) אז רוסלאנד האט עס שוין גרייט אין אמעריקע נישט,
איז א סימן אז מען ווארט אויף ריעל ריזאלטס,

2) די אנקעטע איז מיסליעידינג בייעסד (פעיק ניוז) ואסביר
רוב היימישע האבען שוין געהאט דע וויירוס, און האבען נישט מורא דערפון כעת,
והא ראיה נישט דא קיין מאסקעס, סאשעל דיסטענס, ביי אונז,

ממילא אפילו טראמפ איז נישט פרעזידענט און צען האלט נישט פאר די וואלען
גלייב איך אז רוב היימישע וואלטען עט ליעסט געווארט אפאר חדשים צו זעהן רעזולטאטען,
ממילא זאגט די אנקעטע גארנישט,

די וואלסט געדארפט פרעגען צו איך האלט אז די וואקסין איז ווייניגער פארזיכערט צוליב טראמפ,
אדער מען קען טראסטען די FDA אז זיי וואלטען זיך נישט געבראכען צוליב דריק,

נישט צי איך וואלט עס יא גענומען צי נישט,
אז יענער קען קענסטו אויך


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רעים, שלים און 18 געסט