איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:36 am

פארהאן אידן וואס האבן א שטארקן מנהג צו פארן אויף חודש תשרי קיין ארץ הקודש.

דער פארט אויף ראש השנה, דער אויף יום כיפור, דער אויף גאנץ סוכות און דער אויף צווייטע טעג סוכות.

וואס וועט אבער זיין היי יאר?

לויט ווי מיין גאר ערפארענער טראוול אגענט זאגט, ווייסט ער דערווייל נישט פון קיין שום וועג ווי אזוי אן אמעריקאנער בירגער זאל קענען אנקומען אין ישראל נישט אויף תשרי און נישט אויף סוכות.

פאר'ן קיין לאנדאן און פון דארט קיין ישראל איז קיין אפציע זאגט ער, וויבאלד פון לאנדאן קיין ארץ ישראל איז פארהאקט.

נאך אנדערע עצות האט ער אויך קאטאגאריש אפגעווארפן.

נו, וואס טוט מען? איינער מיט אן עצה?

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:44 am

פון לונדון איז נישט פארהאקט

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:48 am

דברים אלו האט געשריבן:פון לונדון איז נישט פארהאקט

דעמאלט קען מען פארן פון ניו יארק קיין לאנדאן און פון דארט גלייך אריין קיין ארץ ישראל?

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:51 am

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:פון לונדון איז נישט פארהאקט

דעמאלט קען מען פארן פון ניו יארק קיין לאנדאן און פון דארט גלייך אריין קיין ארץ ישראל?

לכאורה

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך יהלום » זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:11 am

דברים אלו האט געשריבן:
קוגל מיט פיקל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:פון לונדון איז נישט פארהאקט

דעמאלט קען מען פארן פון ניו יארק קיין לאנדאן און פון דארט גלייך אריין קיין ארץ ישראל?

לכאורה

ניין
פון לאנדאן דארף מען נישט קיין בידוד אבער דארפסט נאך אלץ באקומען א אישור אריין צו קומען פון לאנדאן און א אישור קען מען נאר האבן אויב די האסט א ויזה צו זיין און א"י

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך יהלום » זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:11 am

אויב ביסטו גרייט צו צאלן געלט קענסטו עס מסדר זיין אפילו פון אמריקע

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5417
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:41 am

אויב ביסטו נישט קיין איזראעלי סיטיזען דארפסטו א פערמיט און קוואראנטין.

פון לאנדאן דארף מען נישט קיין קוואראנטין, און דאכצעך אז פון קאנאדע אויך נישט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:15 am

יהלום האט געשריבן:אויב ביסטו גרייט צו צאלן געלט קענסטו עס מסדר זיין אפילו פון אמריקע

וואס קאסט?

מחובר לקרקע
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 6:34 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך מחובר לקרקע » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:26 am

יהלום האט געשריבן:אויב ביסטו גרייט צו צאלן געלט קענסטו עס מסדר זיין אפילו פון אמריקע

מיינסט שמירן די רעדער

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך העלאו » זונטאג אוגוסט 23, 2020 10:59 am

אויב מען האט דארט א שמחה פון א קינד אדער א אייניקעל קען מען גיין

שמע בני
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך שמע בני » זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:46 pm

אויב נאר איינע פון די עלטערן האן א איזרעלי בירגער שאפט. קען מען אויך אריין פארן מיט די גאנע משפחה?

אוועטאר
FedEx
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך FedEx » זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:55 pm


דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:31 pm

וועט כאטש זיין ביליגע טיקעטס פאר ישראלים?

מחובר לקרקע
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 6:34 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך מחובר לקרקע » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:02 am

שמע בני האט געשריבן:אויב נאר איינע פון די עלטערן האן א איזרעלי בירגער שאפט. קען מען אויך אריין פארן מיט די גאנע משפחה?

דערווייל קען מען נישט

געשמאקע קוקיס
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך געשמאקע קוקיס » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:05 pm

אינטערוויו: אן אפדעיט איבער דאס טרעוולען פון ניו יארק קיין אר"י און פון לאנדן קיין אר"י
א' כי תצא פ'
פייוויש מעכעלאוויטש
https://www.yiddish24.com/interviews/12/24541

צייט פארטרייבונג
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך צייט פארטרייבונג » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 6:38 pm

מחובר לקרקע האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:אויב נאר איינע פון די עלטערן האן א איזרעלי בירגער שאפט. קען מען אויך אריין פארן מיט די גאנע משפחה?

דערווייל קען מען נישט

אויב דו האסט קיין פראבלעם מיטן ווערן אן איזראעילי בירגער דאן איז זייער גרינג צו ווערן א בירגער אפילו אין די יעצטיגע צייט.

צייט פארטרייבונג
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm

Re:

תגובהדורך צייט פארטרייבונג » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2020 6:44 pm

ווישוואש האט געשריבן:אויב ביסטו נישט קיין איזראעלי סיטיזען דארפסטו א פערמיט און קוואראנטין.

פון לאנדאן דארף מען נישט קיין קוואראנטין, און דאכצעך אז פון קאנאדע אויך נישט.

די דאזיגע געזעצן טוישן זיך יעדע צוויי וואכן און עס ווענדט זיך אין די מצב פון די לאנד אויב עס איז גרין אדער .. ביז רויט רח"ל. אוגוסט 30 גייט זיין א טויש אין די געזעץ לגבי קאנאדא און די אנדערע לענדער. אפילו יעצט ווען די געזעץ איז אז מען דארף נישט גיין בידוד ווען מען קומט פון לונדון אדער קנדה אבער מען קען נישט סתם קומען נאר צו די חתונה פון א געשוויסטער ממש וכדומה און ווי פארשטייט זיך אזעלכע מיט איזראעילי פאספארט. פון יוון איז די איינציגסטע פלאץ וואס מען קען יעצט סתם אזוי קומען קיין א"י לויט מיין ידיעה.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:53 am

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מחובר לקרקע האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:אויב נאר איינע פון די עלטערן האן א איזרעלי בירגער שאפט. קען מען אויך אריין פארן מיט די גאנע משפחה?

דערווייל קען מען נישט

אויב דו האסט קיין פראבלעם מיטן ווערן אן איזראעילי בירגער דאן איז זייער גרינג צו ווערן א בירגער אפילו אין די יעצטיגע צייט.

מ'קען אבקויפן צרות פון די מיליטער.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:05 am

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
מחובר לקרקע האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:אויב נאר איינע פון די עלטערן האן א איזרעלי בירגער שאפט. קען מען אויך אריין פארן מיט די גאנע משפחה?

דערווייל קען מען נישט

אויב דו האסט קיין פראבלעם מיטן ווערן אן איזראעילי בירגער דאן איז זייער גרינג צו ווערן א בירגער אפילו אין די יעצטיגע צייט.

אדרבה וויאזוי?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נעזל
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 8:31 am
לאקאציע: צווישן די אויגן, העכער די מויל.

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך נעזל » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 8:48 am

נעכאן האט ר' פייוויש מעכעלאוויטש געזאגט אויף קולמע אז אויב איינער אין די משפחה איז אן איזרעילי קען ער באקומען פערמיטס פאר די גאנצע מישפאכטע, ווייסט איינער וויאזוי מען עפלייט פאר אזעלכע פערמיטס?
ס'נעזל שטעק ביטע ארויס פון דא!!

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:07 am

דאס מיינט צו זאגן אז די אלע טויזענטער בעלזא חסידים, מיט וויזשניצע חסידים, מיט גור'ע חסידים און נאך און נאך וועלן קיינער פון זיי נישט קענען פארן חוץ אויב מען איז אן איזרעילי בירגער?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 4:00 am

געהערט שמועות אז הרה"צ ר' אהרן מרדכי בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א גייט דא זיין א' סליחות לכבוד דעם וואס די אמעריקאנע בעלזא חסידים גייען נישט קענען פארן אויף ארץ ישראל ראש השנה.

איינער ווייסט צו דאס איז אמת?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 4:05 am

טראק דרייווער האט געשריבן:געהערט שמועות אז הרה"צ ר' אהרן מרדכי בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א גייט דא זיין א' סליחות לכבוד דעם וואס די אמעריקאנע בעלזא חסידים גייען נישט קענען פארן אויף ארץ ישראל ראש השנה.

איינער ווייסט צו דאס איז אמת?

ס'איז אמאל געווען אזא פלאן.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 4:09 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:געהערט שמועות אז הרה"צ ר' אהרן מרדכי בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א גייט דא זיין א' סליחות לכבוד דעם וואס די אמעריקאנע בעלזא חסידים גייען נישט קענען פארן אויף ארץ ישראל ראש השנה.

איינער ווייסט צו דאס איז אמת?

ס'איז אמאל געווען אזא פלאן.


לכבוד דעם וואס ס'איז אמאל געווען אזא פלאן, ביזטו יעצט אנגעקומען צו דיין צוויי טויזענטסטע תגובה.

לחיים מזל טוב.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: איז מעגליך צו פארן קיין ארץ ישראל אויף תשרי היי יאר?

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 1:52 pm

למעשה אויב איינער ווייסט איינער וואס קען ארלעדעיגען א וויזא [פאר א אמעריקאנער פאספארט] צו פארען אויף ראש השנה ביטע מעלדען אין אישי
א דאנק.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sheetrock, מחובר לקרקע, משגיח, עוד הם מדברים, פרייליכען, קיווי סטראבערי, קלוגע חכם און 24 געסט