חודש תשרי בצל קאראנא

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יולי 21, 2020 1:02 pm

מיר אלע האפן אז די חולאת זאל ווי שנעלער אריבערגיין אבער פון די אנדערע זייט דארף מען זיין א רואה את הנולד און זיך גרייטן על כל צרה שלא תבוא, היות ס'דא א מעגליכקייט אז אין געוויסע געגענטער וועט ח"ו זיין א לאקדאון למחצה לשליש ולרביע במשך חודש תשרי, א קנאפע צוויי חדשים פון איצט.

עמיר אנהייבן מיט א' סליחות - וועט מען קענען זאגן אויפ'ן גאס איינסע ביינאכט אדער פינעווע פארטאגס? און וואס וועט זיין מיט בעלי תפילות? אפשר זאל מען זיך שוין ארגענעזירן און מסדר זיין בעלי תפילות פאר אלע גאסן מנינים.
פאר תפילות ימים נוראים דארף מען האבן א געהעריג פלאץ ווי מ'זאל קענען זיצן ובפרט יום הקדוש, מיט א דאך אין פאל פון א רעגן אדער היץ. אויך דארף מען אין אכט נעמען אז די פארטשעס וואס מ'האט געניצט חודש ניסן וועלן זיין פארבויעט מיט סוכות. כפרות וועט זיין יענץ אפקומעניש, לכאורה וועט מען עס דארפן מקיים זיין ערגעץ אינדורס בשתיקה, חוץ טאמער די רבנים וועלן ארויסקומען מיט א הוראות שעה.

טאמער האט איר פארשלאגן ביטע לאזט אייך הערן לזכות הרבים

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 21, 2020 1:16 pm

אפילו אויב ס'בלייבט אזוי ווי יעצט ווי ס'איז צום האפן, גייען נישט קענען זיין גרויסע פארזאמלונגען, ווי חול המועד האלטן און רבנישע טישן א.א.וו.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג יולי 21, 2020 1:43 pm

שימחות תורה וועט זיין די שווערסטע

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 21, 2020 1:44 pm

פארוואס דארף דאן זיין ערגער פון שבועות?

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג יולי 21, 2020 1:54 pm

נישטאמת האט געשריבן:שימחות תורה וועט זיין די שווערסטע

די געריכט האט געפאסקענט אין ניו יארק אז א ביהמ"ד האט נישט קיין לימיט וויפיל מענטשן מעגן זיך פארזאמלען.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יולי 21, 2020 1:56 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס דארף דאן זיין ערגער פון שבועות?

נישט "ערגער" אבער אנדערש.
שבועות איז ס"ה אזוי ווי א לאנגע שבת'דיגע דאווענען, צוגעלייגט יוצרות, הלל, דוכנענן אא"וו
ר"ה און יוכ"פ פארברענגט מען רוב טאג אדער א גאנצן טאג אין ביהמ"ד
ווי אויך שמח"ת איז מען רוב צייט אין שול, גיי טאנץ הקפות, רוף אויס יעדן עולה זיין, ס'עפעס נישט...

ניש נאש
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:16 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך ניש נאש » דינסטאג יולי 21, 2020 2:06 pm

שבועות זענען אפען געווען אלע עכ''פ כמעט אלע בתי מדרשים סא ...

אפשר נישט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 11:12 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך אפשר נישט » דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס דארף דאן זיין ערגער פון שבועות?

נישט "ערגער" אבער אנדערש.
שבועות איז ס"ה אזוי ווי א לאנגע שבת'דיגע דאווענען, צוגעלייגט יוצרות, הלל, דוכנענן אא"וו
ר"ה און יוכ"פ פארברענגט מען רוב טאג אדער א גאנצן טאג אין ביהמ"ד
ווי אויך שמח"ת איז מען רוב צייט אין שול, גיי טאנץ הקפות, רוף אויס יעדן עולה זיין, ס'עפעס נישט...

שמח"ה דרייט מען זיך אויפן גאס אסאך מער פעלט נישט קיין שלעכטע אויגן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יולי 21, 2020 2:30 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס דארף דאן זיין ערגער פון שבועות?

נישט "ערגער" אבער אנדערש.
שבועות איז ס"ה אזוי ווי א לאנגע שבת'דיגע דאווענען, צוגעלייגט יוצרות, הלל, דוכנענן אא"וו
ר"ה און יוכ"פ פארברענגט מען רוב טאג אדער א גאנצן טאג אין ביהמ"ד
ווי אויך שמח"ת איז מען רוב צייט אין שול, גיי טאנץ הקפות, רוף אויס יעדן עולה זיין, ס'עפעס נישט...

אין דעם ביהמ"ד ווי איך דאוון ענדיגט מען שבועות ס"ה בערך א שעה פריער ווי ראש השנה, איז דאס אנדערש אין אנדערע בתי מדרשים?

לאמיר אלע האפן ס'זאל זיין תכלה שנה וקללותי'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 21, 2020 2:32 pm

מי יודע האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס דארף דאן זיין ערגער פון שבועות?

נישט "ערגער" אבער אנדערש.
שבועות איז ס"ה אזוי ווי א לאנגע שבת'דיגע דאווענען, צוגעלייגט יוצרות, הלל, דוכנענן אא"וו
ר"ה און יוכ"פ פארברענגט מען רוב טאג אדער א גאנצן טאג אין ביהמ"ד
ווי אויך שמח"ת איז מען רוב צייט אין שול, גיי טאנץ הקפות, רוף אויס יעדן עולה זיין, ס'עפעס נישט...

אין דעם ביהמ"ד ווי איך דאוון ענדיגט מען שבועות ס"ה בערך א שעה פריער ווי ראש השנה, איז דאס אנדערש אין אנדערע בתי מדרשים?

לאמיר אלע האפן ס'זאל זיין תכלה שנה וקללותי'

די עיקר רעדע ווי איך פארשטיי איז סוכות, ווען אלעס איז אויפן גאס (זאל זיי נאר נישט בייפאלן נישט צו געבן קיין פערמיטס פאר די סוכות,)

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 21, 2020 2:38 pm

גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ די פראגע, אפשר וויבאלד איך בין א תושב קר"י?

חתונות גייען אן בריש גלי, אלעס קאכט און לעבט ווי אלעמאל, וואדזשע האט חודש תשרי געזינדיגט עפעס זאל זיין אנדערש? ווייל מען ניצט די ביהמ"ד מער שעות?

Joel
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך Joel » דינסטאג יולי 21, 2020 2:42 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ די פראגע, אפשר וויבאלד איך בין א תושב קר"י?

חתונות גייען אן בריש גלי, אלעס קאכט און לעבט ווי אלעמאל, וואדזשע האט חודש תשרי געזינדיגט עפעס זאל זיין אנדערש? ווייל מען ניצט די ביהמ"ד מער שעות?

די שאלה איז נוגע ליידער פאר בני ארץ ישראל אבער ב"ה נישט פאר אמריקאנר עולם

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 21, 2020 2:46 pm

Joel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ די פראגע, אפשר וויבאלד איך בין א תושב קר"י?

חתונות גייען אן בריש גלי, אלעס קאכט און לעבט ווי אלעמאל, וואדזשע האט חודש תשרי געזינדיגט עפעס זאל זיין אנדערש? ווייל מען ניצט די ביהמ"ד מער שעות?

די שאלה איז נוגע ליידער פאר בני ארץ ישראל אבער ב"ה נישט פאר אמריקאנר עולם

נישט געוואסט דריידל איז א תושב אר"י

אוועטאר
יש בו
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך יש בו » דינסטאג יולי 21, 2020 3:20 pm

שמערלער האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:שימחות תורה וועט זיין די שווערסטע

די געריכט האט געפאסקענט אין ניו יארק אז א ביהמ"ד האט נישט קיין לימיט וויפיל מענטשן מעגן זיך פארזאמלען.

מיינט דאס אז ס'טוט עלימינירן די מעקס. אקופענסי אין זשענעראל?
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג יולי 21, 2020 3:23 pm

צ/ק
נאך אזא יאר!! ? אוי גייט מען מתפלל זיין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24020
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 21, 2020 4:29 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:צ/ק
נאך אזא יאר!! ? אוי גייט מען מתפלל זיין

גענוי דאס האב איך געקלערט.

כ'קען שוין פארשרייבן די תקיעות שופר דרשה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זעירא
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך זעירא » דינסטאג יולי 21, 2020 4:38 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
Joel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ די פראגע, אפשר וויבאלד איך בין א תושב קר"י?

חתונות גייען אן בריש גלי, אלעס קאכט און לעבט ווי אלעמאל, וואדזשע האט חודש תשרי געזינדיגט עפעס זאל זיין אנדערש? ווייל מען ניצט די ביהמ"ד מער שעות?

די שאלה איז נוגע ליידער פאר בני ארץ ישראל אבער ב"ה נישט פאר אמריקאנר עולם

נישט געוואסט דריידל איז א תושב אר"י

אין א"י איז דאס נישט קיין ווערטל,
די חסידים האפן נאך אז ' ס'וועט זיין גוט', אבער די ליטווישע קויפן שוין שופרות אין גרויסן, און מ'גרייט זיך ערנסט צו דאווענען אויפ'ן גאס.

Joel
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך Joel » דינסטאג יולי 21, 2020 4:50 pm

זעירא האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
Joel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ די פראגע, אפשר וויבאלד איך בין א תושב קר"י?

חתונות גייען אן בריש גלי, אלעס קאכט און לעבט ווי אלעמאל, וואדזשע האט חודש תשרי געזינדיגט עפעס זאל זיין אנדערש? ווייל מען ניצט די ביהמ"ד מער שעות?

די שאלה איז נוגע ליידער פאר בני ארץ ישראל אבער ב"ה נישט פאר אמריקאנר עולם

נישט געוואסט דריידל איז א תושב אר"י

אין א"י איז דאס נישט קיין ווערטל,
די חסידים האפן נאך אז ' ס'וועט זיין גוט', אבער די ליטווישע קויפן שוין שופרות אין גרויסן, און מ'גרייט זיך ערנסט צו דאווענען אויפ'ן גאס.

מיט באשעפער'ס הילף לאמיר האפן אז מען וועט קענען געהעריג דאווענען און די שוהלן מיט טויזנטער אידן . און בקרוב גיין קעגן משיח צדקינו אמן

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג יולי 21, 2020 5:32 pm

זעירא האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
Joel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ די פראגע, אפשר וויבאלד איך בין א תושב קר"י?

חתונות גייען אן בריש גלי, אלעס קאכט און לעבט ווי אלעמאל, וואדזשע האט חודש תשרי געזינדיגט עפעס זאל זיין אנדערש? ווייל מען ניצט די ביהמ"ד מער שעות?

די שאלה איז נוגע ליידער פאר בני ארץ ישראל אבער ב"ה נישט פאר אמריקאנר עולם

נישט געוואסט דריידל איז א תושב אר"י

אין א"י איז דאס נישט קיין ווערטל,
די חסידים האפן נאך אז ' ס'וועט זיין גוט', אבער די ליטווישע קויפן שוין שופרות אין גרויסן, און מ'גרייט זיך ערנסט צו דאווענען אויפ'ן גאס.

וואס שופרות?
זיי האבן זיך געזעצט שרייבן מגילות איכה, זאל זיין גענוג צו ליינען מיט א כשר'ע מגילה אין אלע גאסן, אנשטאט זיצן אויף נידריגע בענקלעך גייען מען זיך זעצן ביים ברעג פון די סיידוואק און זיך שאקלען דארט די פוס...

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 21, 2020 6:44 pm

יש בו האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:שימחות תורה וועט זיין די שווערסטע

די געריכט האט געפאסקענט אין ניו יארק אז א ביהמ"ד האט נישט קייןיא א לימיט וויפיל מענטשן מעגן זיך פארזאמלען.

מיינט דאס אז ס'טוט עלימינירן די מעקס. אקופענסי אין זשענעראל?

די קאורט האט געזאגט אז מ'מוז ערלויבן די זעלבע סאך מענטשן ווי ס'ווערן ערלויבט צו זיין אין געשעפטן און אין אנדערע אינעליכע פלעצער. ד.ה. לויט ווי די מ'האט דעמאלטס געשמועסט האט עס געמיינט 50% פון די געווענליכע מעקס אקופענסי...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אנא עבדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך אנא עבדא » דינסטאג יולי 21, 2020 8:49 pm

זעירא האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
Joel האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ די פראגע, אפשר וויבאלד איך בין א תושב קר"י?

חתונות גייען אן בריש גלי, אלעס קאכט און לעבט ווי אלעמאל, וואדזשע האט חודש תשרי געזינדיגט עפעס זאל זיין אנדערש? ווייל מען ניצט די ביהמ"ד מער שעות?

די שאלה איז נוגע ליידער פאר בני ארץ ישראל אבער ב"ה נישט פאר אמריקאנר עולם

נישט געוואסט דריידל איז א תושב אר"י

אין א"י איז דאס נישט קיין ווערטל,
די חסידים האפן נאך אז ' ס'וועט זיין גוט', אבער די ליטווישע קויפן שוין שופרות אין גרויסן, און מ'גרייט זיך ערנסט צו דאווענען אויפ'ן גאס.

די נאך גרעסערע בראך איז פאר חסידים בני חוץ לארץ וואס ווילן קומען קיין ארץ ישראל אויף די הייליגע טעג צ זייערע רבה'ס, ס'איז נישט פשוט דערווייל.
היינט האט מדינת ישראל פארלענגערט די חוק וואס לאזט נישט אריינקומען און די מדינה פרעמדע ביז י"ב אלול.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יולי 21, 2020 9:06 pm

די עסקנים האבן שוין רעזערווירט א צאל העליקאפטערס וועלכע וועלן פארבייפליען די היימישע געגענטער מיט א כפרה און זיך ארום דרייען זה חליפתי

קאראנע ארויף קאראנע אראפ סקומט גיגאנטישע שמחת בית השואבה טראקס אין די גאסן
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יולי 21, 2020 9:08 pm

ווי קען מען קוקן אן אתרוג מיט די פארהאכטע גלעזער? נידער מיט די מאסקעס
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
אגד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך אגד » דינסטאג יולי 21, 2020 9:55 pm

געהערט אז עס גייט זיין א מאנגעל אין אתרוגים

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: חודש תשרי בצל קאראנא

תגובהדורך פאפיגיי » דינסטאג יולי 21, 2020 10:12 pm

אגד האט געשריבן:געהערט אז עס גייט זיין א מאנגעל אין אתרוגים


געהערט אז עס גייט זיין נישט א מאנגעל אין אתרוגים.

(באמת קען מען נאך קיין סך נישט וויסען, ווען מ'האט נאך כמעט נישט אנגעהויבן שניידען די שניט וואס מיר נוצען)
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ווי מיינסטו גייסטו, מאך המוציא, מודהאני און 30 געסט