מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 19, 2020 10:03 am

אן אינטערסאנטע שאלה בימי הקורונה
הרה״ג ר׳ שמאי קהת הכהן גראס שליטא חבד ביד״צ מחזיקי הדת האט געשריבן פאריגע וואך אינעם עלים לתרופה בלעטעל אז מען זאל נישט מאכן קיין ברכה ראשונה אויב שפירט מען נישט קיין טעם אין עסן

ער שרייבט אז מען קען בעטן איינער זאל מוציא זיין
ברכה אחרונה ברויך מען יא מאכען

נאכדעם וואס אזאך לומדי תורה האבן זיך געווינדערט אויפן פסק האט ער די וואך געברענגט די מקור צו זיין פסק

דא האט איר פון די וואך
צוגעלייגטע
8471742A-C57F-467D-A7DB-19F776D349C6.jpeg
8471742A-C57F-467D-A7DB-19F776D349C6.jpeg (32.95 KiB) געזעהן 692 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג יולי 19, 2020 10:20 am

איך האב מיך טאקע געווינדערעט ווען איך בין עס אריבער וואס די הלכה איז, למעשה האב איך נישט אנגעפרעגעט און געברכה'ט אין גרויסען, איז דאס אלעס געווען ברכה לבטלה?
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 19, 2020 10:32 am

מקווה איד האט געשריבן:איך האב מיך טאקע געווינדערעט ווען איך בין עס אריבער וואס די הלכה איז, למעשה האב איך נישט אנגעפרעגעט און געברכה'ט אין גרויסען, איז דאס אלעס געווען ברכה לבטלה?


אינטערסאנט אז מען האט נישט גערעדט דערפון אין אמעריקא
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך דייקן » זונטאג יולי 19, 2020 10:55 am

מקווה איד האט געשריבן:איך האב מיך טאקע געווינדערעט ווען איך בין עס אריבער וואס די הלכה איז, למעשה האב איך נישט אנגעפרעגעט און געברכה'ט אין גרויסען, איז דאס אלעס געווען ברכה לבטלה?

אסאך רבנים האלטען אז מען דארף יא מאכען א ברכה, ובתוכם הג"ר אשר ווייס שליט"א, זעהט דא.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג יולי 19, 2020 11:13 am

בקיצור ברכה לבטלה איז עס נישט
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג יולי 19, 2020 12:27 pm

דייקן האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:איך האב מיך טאקע געווינדערעט ווען איך בין עס אריבער וואס די הלכה איז, למעשה האב איך נישט אנגעפרעגעט און געברכה'ט אין גרויסען, איז דאס אלעס געווען ברכה לבטלה?

אסאך רבנים האלטען אז מען דארף יא מאכען א ברכה, ובתוכם הג"ר אשר ווייס שליט"א, זעהט דא.

בכל אופן ביי ברכות איז דאך דא די כלל פון ספק ברכות להקל, ממילא ביי א ספק דארף מען זעהן צו יוצא זיין פון א צווייטן די ברכה.

זעירא
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך זעירא » זונטאג יולי 19, 2020 1:08 pm

אין פסקי תשובות נעמט ער קלאר אן אז מ'דארף יא מאכן א ברכה!
(ער טענה'ט אז סוכ"ס האט די מענטש הנאה פונם עסן, און ער ווערט זאט, אפי' ער האט נישט די געוונליכע הנאה פון טעם. עי"ש)

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך פארשלעפטער » זונטאג יולי 19, 2020 1:32 pm

איך האב געפרעגט פאר פסח פון א חשוב'ע וויליאמסבורגע דיין אויב נישט פילען א טעם מאכט אויס - לגבי ברכות פאר מצה/מרור - ביים סדר, האט ער מיר גענפערט אז נישט.
ווען איך זאל ווען זיין דער "שלעפ" דאן וואלט איך געהייסן "פארשלעפט", עכשיו אז מיין ווייב איז די "פארשלעפטע" בין איך דער "פארשלעפטער"...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 19, 2020 2:02 pm

זעירא האט געשריבן:אין פסקי תשובות נעמט ער קלאר אן אז מ'דארף יא מאכן א ברכה!
(ער טענה'ט אז סוכ"ס האט די מענטש הנאה פונם עסן, און ער ווערט זאט, אפי' ער האט נישט די געוונליכע הנאה פון טעם. עי"ש)


ער ברענגט אראפ די דעה אז יש פוסקים אז הונאת המעיים איז גענוג אבער למעשה ספק ברכות להקל וממיילא זאל מען נישט מאכן קיין ברכה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך דייקן » זונטאג יולי 19, 2020 2:19 pm

די ראיות וואס מען ברענגט אויף נישט צו מאכען א ברכה, זענען פון פלעצער ווי קיינער האט נישט קיין הנאת גרון מחמת טבע המאכל וכדו', אדער פון פלעצער ווי דער וואס עסט האט פיינט די עסען, אבער דא ווי נאר דער איין מענטש האט נישט קיין הנאת גרון איז דא א סברא אז בטלה דעתו אצל כל אדם, און אזוי נעמט אן מיט א פשטות הגרחי"ד ווייס שליט"א בשו"ת ויען דוד ח"א סי' ל"א, און אזוי האב איך געזעהן נעמט אן מיט א פשטות די ספר שערי הברכה פי"ג הע' ב'.

נישט ביי יעדער מחלוקת אחרוני זמנינו זאגט מען ספק ברכות להקל, ופשוט (איך זאג נישט אז דא זאגט מען עס נישט, נאר נישט אלעמאל זאגט מען אזוי).

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 19, 2020 2:30 pm

@דייקן
די ראיה וואס ער ברענגט פון השותה שכר ואינו נהנה אינו מברך , פרעגט אפ דיין תגובה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יולי 19, 2020 2:53 pm

פארשלעפטער האט געשריבן:איך האב געפרעגט פאר פסח פון א חשוב'ע וויליאמסבורגע דיין אויב נישט פילען א טעם מאכט אויס - לגבי ברכות פאר מצה/מרור - ביים סדר, האט ער מיר גענפערט אז נישט.

מ'ברויך דאך שפירן א טעם מרור, אז נישט איז מען נישט יוצא?

ממילא לגבי ברכת הנהנין קען מען זיך דינגען צו די עיקר איז הנאת מעיו אדער גרון, און די זעלבע לענין מצה, אבער לגבי מרור שטייט דאך ארויס אין די גמרא (פסחים קט"ו) אז בלע מצה יצא, מרור לא יצא.

ואולי תשאל להדיין עוד פעם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך דייקן » זונטאג יולי 19, 2020 2:54 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:@דייקן
די ראיה וואס ער ברענגט פון השותה שכר ואינו נהנה אינו מברך , פרעגט אפ דיין תגובה

די בא"ח רעדט ווען דער וואס טרינקט די שכר האט עס פיינט, און עס טוט עם וויי, און נישט נאר אז ער האט נישט הנאה.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך מחשב » זונטאג יולי 19, 2020 3:58 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:איך האב מיך טאקע געווינדערעט ווען איך בין עס אריבער וואס די הלכה איז, למעשה האב איך נישט אנגעפרעגעט און געברכה'ט אין גרויסען, איז דאס אלעס געווען ברכה לבטלה?


אינטערסאנט אז מען האט נישט גערעדט דערפון אין אמעריקא

וואס הייסט? כ'האב דאך געעפנט א גאנצער אשכול פאר דעם... ס'האט נאר נישט זוכה געווען צו צופיל שימת לב.

viewtopic.php?f=104&t=41970
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך פארשלעפטער » זונטאג יולי 19, 2020 4:22 pm

נא_שכל האט געשריבן:
ואולי תשאל להדיין עוד פעם.


איך האף אויף קומעדיגע יאר שוין צוריק צו האבן מיין טעם וריח..
ווען איך זאל ווען זיין דער "שלעפ" דאן וואלט איך געהייסן "פארשלעפט", עכשיו אז מיין ווייב איז די "פארשלעפטע" בין איך דער "פארשלעפטער"...

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יולי 19, 2020 4:26 pm

פארשלעפטער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
ואולי תשאל להדיין עוד פעם.


איך האף אויף קומעדיגע יאר שוין צוריק צו האבן מיין טעם וריח..

פרעג להלכה ולא למעשה...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: מאכן א ברכה ראשונה ווען מען שפירט נישט קיין טעם אין עסן

תגובהדורך העלאו » זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:02 am

נא_שכל האט געשריבן:
פארשלעפטער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
ואולי תשאל להדיין עוד פעם.


איך האף אויף קומעדיגע יאר שוין צוריק צו האבן מיין טעם וריח..

פרעג להלכה ולא למעשה...


מען דארף עסן א זאך וואס האט א טעם מרירות אבער נישט סתם בולע זיין אהן עסן אבער אז די מרור איז אויסגעוועפט אדער די לעטערס מרור וואס מען פילט נישט קיין מרירות איז מען יוצא


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Lion, אבי.גערעדט, אייניקל פון א חסיד, כאפצעם און 31 געסט