פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:36 pm

דא האסטו די ארטיקל אין פאקס ניוס אז קאומא האט באקומען א מיליאן טאלער א טאג פאר זיין געזעץ אז זיי זענען באפרייט פון לייבלעטי

Email
close

Tammy Bruce: Cuomo's nursing home order 'obscene,' and getting worse
Cuomo granted immunity to nursing home executives, after big-money campaign donation: report
Adam ShawBy Adam Shaw | Fox News
Facebook
Twitter
Flipboard
Comments
Print
New York Gov. Andrew Cuomo, who signed legislation granting hospital and nursing home executives immunity from lawsuits related to the novel coronavirus last month, previously received a big-money boost from a powerful health care industry group, according to a new report.


An article published on the socialist website Jacobin, and re-published by The Guardian, reports that the New York State Democratic Committee, then backing Cuomo’s primary run in 2018, received more than $1 million from the Greater New York Hospital Association (GNYHA) -- a lobbying group for hospital systems, some of which own nursing homes.

CUOMO ATTEMPTS TO DEFLECT BLAME OF DEADLY NURSING HOME CORONAVIRUS DEBACLE ON TO TRUMP

The donation made the group one of the state party’s largest contributors in that cycle. Three of the hospital association’s top officials separately gave more than $150,000 to Cuomo’s campaign between 2015 and 2018, the outlet reported.

That donation is now drawing scrutiny after Cuomo signed legislation last month that protects executives from lawsuits -- just as he is under continued criticism for his March 25 order (since deleted) requiring nursing homes to take in COVID-19 patients.

On May 10, and amid increasing criticism, Cuomo issued a new directive stating that hospitals cannot send patients back to nursing homes in the state unless they tested negative for the virus.

Trump, Cuomo to meet in wake of New York's deadly nursing home situationVideo
The budget provision says that officials “shall have immunity from any liability, civil or criminal, for any harm or damages alleged to have been sustained as a result of an act or omission in the course of arranging for or providing healthcare services” to deal with the outbreak.

The article reports that critics are now trying to repeal that provision amid concerns that it removed a deterrent against nursing homes and hospital corporations cutting corners in the treatment of coronavirus patients. But the measures were drafted and aggressively advocated for by the group, the outlet says.


Cuomo’s office responded to the report in a statement to The Guardian, saying that the measure was to protect health care workers during a national crisis. In Washington, Republicans similarly have sought to include broad liability protection for businesses in any future round of relief legislation.

“This pandemic remains an unprecedented public health crisis and we had to realign New York’s entire healthcare system, using every type of facility to prepare for the surge, and recruiting more than 96,000 volunteers – 25,000 from out of state, to help fight this virus,” said Cuomo’s senior adviser Rich Azzopardi. “These volunteers are good samaritans and what was passed by 111 members of the legislature was an expansion of the existing Good Samaritan Law to apply to the emergency that coronavirus created. If we had not done this, these volunteers wouldn’t have been accepted and we never would have had enough frontline healthcare workers.”

“This law was intended to increase capacity and provide quality care, and any suggestion otherwise is simply outrageous,” he said.

CUOMO FEELS HEAT AS NEW YORK'S NURSING HOME COVID-19 DEATH DATA REMAINS INCOMPLETE

The article, featured on a major socialist website, marks pressure not only from conservative critics but also those on Cuomo’s left -- even after he had initially received glowing praise for his performance in press conferences by media outlets.

A scathing Associated Press report out Friday was highly critical of the way in which Cuomo had handled the state’s nursing home coronavirus crisis. It found more than 4,300 coronavirus-infected elderly patients were sent to vulnerable nursing homes.

Cuomo and his administration have tried to deflect that criticism, saying it was following guidelines issued by the Trump administration.

The guidelines say a nursing home "can accept a resident diagnosed with COVID-19 ... as long as the facility can follow CDC guidance." The guidance also says "nursing homes should admit any individuals that they would normally admit to their facility, including individuals from hospitals where a case of COVID-19 was/is present."


CLICK HERE FOR THE FOX NEWS APP

"Not could. Should," Melissa DeRosa, secretary to the governor and Cuomo's top aide, said at a Saturday press conference. "That is President Trump's CMS and CDC...There are over a dozen states that did the exact same thing."

Nursing care facilities, home to some of the most vulnerable citizens, have been coronavirus hotspots around the country. New York leads the nation with the most reported coronavirus nursing home deaths at more than 5,000 -- though the state changed how it counts deaths so the number of nursing home patient deaths could be even higher.

Fox News’ Marisa Schultz, Gregg Re and The Associated Press contributed to this rep
https://www.foxnews.com/politics/cuomo- ... n-donation

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:37 pm

די דאזיגע ווערטער איז די גאנצע צרה וואס האט באטראפן ניו יארק:


The budget provision says that officials “shall have immunity from any liability, civil or criminal, for any harm or damages alleged to have been sustained as a result of an act or omission in the course of arranging for or providing healthcare services” to deal with the outbreak.
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Like news
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2020 12:11 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Like news » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:38 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
סארקאזי האט געשריבן:ווען איך זעה ווי אזוי מאנכע פראבירען צו פארענטפערן די לאוזי ווערטשאפט פון די שפיטעלער. עד כדי כך פון פראבירען צו לייקענען זייער שילד. פארשטייט איך שוין די האלאקאוסט לייקענערס
נעבעך ער האט מיטגעמאכט. ער רעדט פון געפיל. ער האט זיכער געדמיון'ט.סאיז נישט ממש אזוי.
סזענען דא אידען ב''ה החיים אתנו וואס האבען איבערגעלעבט דעם טויטליכען רעספערעיטאר. כאפ א שמועס מיט זיי
אדער כאפ א שמועס מיט די חברה קדישא וויאזוי די נפטרים זענען אנגעקומען וד''ל נאכדעם וועלמיר זיך טענען.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:43 pm

יעצט וויל איך איינער זאל געבן א הסבר וועלכע עמערדשענסי אישו האט א שייכות מיט מבטל זיין יעדע קרימענעל געזעץ וואס מיינט אידיש גערעט אז על פי חוק איז אין א שפיטאל געווען פונקט ווי אין לאגער - כאטש כגיי נישט מאכן קיין גזירה שוה'ס פונקטליך אויף למעשה - אבער על פי חוק איז עס געווען א זאנע וואס איז באפרייט פון יעדע סארט "רציחה" נאכמאל קרימענעל מיינט רציחה נישט פארנאכלעסיגונג נאר רציחה אנע שום גזמאות!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:46 pm

איך ווייס נישט, שטייט אויך
as a result of an act or omission in the course of arranging for or providing healthcare services
מיינט צוזאגען אז ער האט געוואלט העלפען דעם חולה
ניין?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:48 pm

@יש איז ביזט מודה צום נושא האשכול אז די סיבה פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.
איז און גרויסען טייל צו פארדאנקען אז אין פלארידע אריזאנע טעקסעס קאליפארניע,
זעהן די שפיטעלער נישט אויס ווי דא?
אז יענער קען קענסטו אויך

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:48 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:איך ווייס נישט, שטייט אויך
as a result of an act or omission in the course of arranging for or providing healthcare services
מיינט צוזאגען אז ער האט געוואלט העלפען דעם חולה
ניין?

אויב צי העלפן דעם חולה איז דאך א גאנץ יאר אויך מותר

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:50 pm

יש ברירה האט געשריבן:
ווען מען איז געלאפן צו רעכעל איז מעכעל געשטארבן און ווען מען איז געלאפן צו מעכעל איז רעכל געשטארבן. וואס טוט מען?!
מען לאזט אריין די נורסעס וואס ווארטן אין די האטעלן אריינקימען, מען נוצט די שיף האספיטאל, מען לאזט אריין וואלאנטירן, משפחה כאטש געבן עסן, אטו כי רוכלא? עס איז דא א גאנצע ליסט 'נאך פאר די חסרון אין נאלעדש' וואס וואלט געקענט ראטעווען רעכל'ס מיט מעכל'ס וואס מען ווייסט 100% אז זיי זענען געגאנגען פון הונגער און דארשט, פאניק און פחד, נישט קער נעמען פון רעספירעטארס וכו' וכו'

נישט אלעס איז חסרון אין נאלעדש, וואס מען האט יעצט יא, עס איז קלאר ווי די טאג אז הינדערטער מענטשן וואס האבן עס איבערגעלעבט אינדערהיים מיט אקסעדשען און קער, אז ווען זיי קומען אן אין שפיטאל זענען זיי שוין נישט מיט...

איך דארף גיין...

איך אויך....
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:50 pm

ווי איז בכלל שייך אזא זאך ווי criminal ביי העלפן א חולה אדרבה זיי עס מסביר
טאקע פורים אין דער וואכן מיט אים

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:50 pm

געוואלטיג האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:איך ווייס נישט, שטייט אויך
as a result of an act or omission in the course of arranging for or providing healthcare services
מיינט צוזאגען אז ער האט געוואלט העלפען דעם חולה
ניין?

אויב צי העלפן דעם חולה איז דאך א גאנץ יאר אויך מותר

אבער פאר א טעות קען מען קלאגען משא"כ יעצט,

פארגעס נישט אונזערע פארטרעטער אין אלבעני האבען געוואוט דערפאר!
אז יענער קען קענסטו אויך

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך געוואלטיג » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:52 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:איך ווייס נישט, שטייט אויך
as a result of an act or omission in the course of arranging for or providing healthcare services
מיינט צוזאגען אז ער האט געוואלט העלפען דעם חולה
ניין?

אויב צי העלפן דעם חולה איז דאך א גאנץ יאר אויך מותר

אבער פאר א טעות קען מען קלאגען משא"כ יעצט,

פארגעס נישט אונזערע פארטרעטער אין אלבעני האבען געוואוט דערפאר!

אויך א עוולה אבער די ווארט קרימענעל מיינט שוין אסאך מער עס שטימט בכלל נישט מיטן אויספיר טאקע

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:02 pm

סארקאזי האט געשריבן:ווען איך זעה ווי אזוי מאנכע פראבירען צו פארענטפערן די לאוזי ווערטשאפט פון די שפיטעלער. עד כדי כך פון פראבירען צו לייקענען זייער שילד. פארשטייט איך שוין די האלאקאוסט לייקענערס
נעבעך ער האט מיטגעמאכט. ער רעדט פון געפיל. ער האט זיכער געדמיון'ט.סאיז נישט ממש אזוי.
סזענען דא אידען ב''ה החיים אתנו וואס האבען איבערגעלעבט דעם טויטליכען רעספערעיטאר. כאפ א שמועס מיט זיי
אדער כאפ א שמועס מיט די חברה קדישא וויאזוי די נפטרים זענען אנגעקומען וד''ל נאכדעם וועלמיר זיך טענען.


דערמאנסט מיר וואס איך האב אמאל געזעהן אין א באשרייבונג פון איינער פון די מלחמה איבערלעבער, א היימישע איד, ווען ער איז אנגעקומען נאך די מלחמה קיין אמעריקא צו זיינע אמעריקאניזירטע קרובים, און ער האט זיי דערציילט וואו שווער זיי האבן געארבעט אין די לאגערן 18 שעה א מעת לעת וכו' וכו', און ווען יענער האט איהם געפרעגט צו זיי האבן געהאט צייט אינמיטן טאג זיך אפצורוען, און ער האט געענטפערט אז מען האט זיי געקענט געבן 15 מינוט צו עסן אביסל זופיגע וואסער סוף טאג, איז יענעמס אנטווארט געווען:

וואס?! מען האט ענק נישט געגעבן קיין אראנדזש דזשוס אינמיטן די ארבעט....???!!!

דער איד האט געמיינט אז ער שטרעקט זיך אויס.

וכן לענינינו.

וויאזוי האט נאר יענער קוקוריקו געזאגט אויפן טעלעפאון: 'די אידן האבן פשוט געמיינט אז זיי זענען אין א פייוו סטאר האטעל....'

#רחמנא לישזבן
לעצט פאראכטן דורך אונגארישע הייזער אום דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:10 pm

פארוואס שטארבן מענטשן אין פלארידא פון קאראנע?
פארוואס זענען טויזענטער מענטשן אריינגערעכענט הונדרעטער צו טויזענטער אידן געראטעוועט געווארן אין די ניו יארקע שפיטעלער?
פארוואס זענען כמעט צוויי טויזענט מענטשן געשטארבן "אינדערהיים" פון קאראנע אין ניו יארק?
פארוואס האט קאראנע געהארגעט הונדרעטער טויזענטער מענטשן אין די וועלט אריינגערעכענט פלעצער וואס האבן א געוואלדיגע העלט סיסטעם?

נאר יעדער ווייסט די תירוץ. דא איז געקומען א טויטליכער שוידערליכער מגיפה וואב האט פארשניטן לעבענס ה"י, דאס איז זיכער א פאקט וואס מען קען נישט לייקענען.

יא, עס איז זיכער געווען כאאס, ניו יארק האט געהאט מער כאאס ווי אנדערע סטעיטס פשוט ווייל דא איז געווען אסאך מער קעיסעס. נישט סתם מער, נאר אסאך אסאך מער ווי אנדערע, און די שפיטעלער זענען געווען אנגעשטרענגט אויף א פארנעם וואס מען קען נישט פארשרייבן.

איך פארשטיי נישט פארוואס א מענטש זאל פרובירן זוכן אלע זייטיגע סיבות פארוואס מענטשן זענען געשטארבן, ווען מען האט קלאר געזעהן דא א טויטליכער מגיפה. די איינציגסטע סיבה וואס איך קען זעהן פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז צו שטופן אן אגענדע.

מען קען פונקט אזוי באשולדיגן מענטשן וואס האבן פארשפרייט שרעק און כאאס איבער די שפיטעלער וואס קען זיין האט צוגעברענגט ליידער אסאך אידן האבן נישט געוואלט גיין, און זיי זענען אוועק אינדערהיים ל"ע.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:15 pm

ווי האסטו געזעהן זאגען אז עס איז נישט געווען א מגיפה? איינער קריגט זיך דען מיט דער פאקט?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:24 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
ווען מען איז געלאפן צו רעכעל איז מעכעל געשטארבן און ווען מען איז געלאפן צו מעכעל איז רעכל געשטארבן. וואס טוט מען?!
מען לאזט אריין די נורסעס וואס ווארטן אין די האטעלן אריינקימען, מען נוצט די שיף האספיטאל, מען לאזט אריין וואלאנטירן, משפחה כאטש געבן עסן, אטו כי רוכלא? עס איז דא א גאנצע ליסט 'נאך פאר די חסרון אין נאלעדש' וואס וואלט געקענט ראטעווען רעכל'ס מיט מעכל'ס וואס מען ווייסט 100% אז זיי זענען געגאנגען פון הונגער און דארשט, פאניק און פחד, נישט קער נעמען פון רעספירעטארס וכו' וכו'

נישט אלעס איז חסרון אין נאלעדש, וואס מען האט יעצט יא, עס איז קלאר ווי די טאג אז הינדערטער מענטשן וואס האבן עס איבערגעלעבט אינדערהיים מיט אקסעדשען און קער, אז ווען זיי קומען אן אין שפיטאל זענען זיי שוין נישט מיט...

איך דארף גיין...

איך אויך....



אין רוב סטעיטס אדער אפילו אלע, האט מען נישט אריינגעלאזט קיין מענטשן, איז דאס זיכער נישט די סיבה.
רוב נורסעס וואס זענען אהערגעקומען פון אנדערע סטעיטס האבן שווער געארבעט, נישט געגעסן און געשלאפן, נאר געשטאנען ביים קראנקן בעט און פרובירט צו ראטעווען. האסט געזעהן איין ווידעא וואס איז ארומגעפארן פון אן א.ג נורס ווי זי וויינט אז מען האט נישט אריינגעלאזט? עס איז דא צענדעליגער אינטערוויאס מיט אנדערע, עס איז דא אן א שיעור נורסעס וועלכע האבן געשריבן אפדעיטס אויף זייער סאשעל מידיע פעידזשעס זייער האר אויפשטעלענדע געשיכטעס.

איך וועל נאכברענגן איין שורה פון איין אינטערוויא פון א דאקטאר פון איינע פון די גרויסע שפיטעלער אין ניו יארק וואס גייט מיר פשוט נישט ארויס פון קאפ: "מיין שווערסטע זאך די טעג, איז רופן א פאמיליע מיטגליד פון א פאציענט זיי איינמעלדן אז זייער נאנטע האט זיך געזעגענט פונעם וועלט, און זיי האבן קיינעם נישט ביי זייער בעט" די צווייטע שווערסטע זאך פאר מיר איז ווען איך בין אינדרויסן פון די שפיטאל ווענט, און איך זעה ווי מענטשן באשלודיגן אונז פאר'ן הארגענען מענטשן. איך האלט דאס פשוט נישט אויס." 


עס איז קלאר ווי די טאג אז הינדערטער מענטשן וואס זענען ליידער אוועק אינדערהיים, אז ווען זיי קומען אן אין שפיטאל זענען זיי נאך דא...

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:26 pm

גראמער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס א מענטש זאל פרובירן זוכן אלע זייטיגע סיבות פארוואס מענטשן זענען געשטארבן, ווען מען האט קלאר געזעהן דא א טויטליכער מגיפה. די איינציגסטע סיבה וואס איך קען זעהן פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז צו שטופן אן אגענדע.

ווער זיכט? מען הערט אן א שיעור פעלער (פון דער נאנט און פון דער ווייט) און עס ווערט באריכטעט איבעראל איז וואס פארשטייסטו נישט?

זאל מען די גאנצע אינפארמציע ווארפען אין גארבידז? אפשר איז דער שיך אויף דער אנדערע פיס און
גראמער האט געשריבן:די איינציגסטע סיבה וואס איך קען זעהן פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז צו שטופן אן אגענדע.

הערטסט אויף דיפענדן דער סיסטעם ווייל עס לעכערט מיר די אויערען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:28 pm

גראמער האט געשריבן:מען קען פונקט אזוי באשולדיגן מענטשן וואס האבן פארשפרייט שרעק און כאאס איבער די שפיטעלער וואס קען זיין האט צוגעברענגט ליידער אסאך אידן האבן נישט געוואלט גיין, און זיי זענען אוועק אינדערהיים ל"ע.

ווייסט אז 80 פרוצענט פון די וואס מען האט ארויף געלייגט אויף רעספערעיטארס זענען געשטארבען, וואס זאגסטו צו דעם?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:29 pm

זארג נישט האט געשריבן:ווי האסטו געזעהן זאגען אז עס איז נישט געווען א מגיפה? איינער קריגט זיך דען מיט דער פאקט?


דא טויזענטער מענטשן וואס לייקענען די האלאקאסט, כמעט אלע פון זיי גלייבן אז עפעס איז זיכער געווען נאר נישט אזויווי מען דערציילט.

קענסט גלייבן אז עס איז געווען א מגיפה, אויב גלייבסטו אז נישט די מגיפה האט געהארגעט נאר זייאכןטיגע ז דאן ביזטו א שטיקל לייקענער.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:34 pm

גראמער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
ווען מען איז געלאפן צו רעכעל איז מעכעל געשטארבן און ווען מען איז געלאפן צו מעכעל איז רעכל געשטארבן. וואס טוט מען?!
מען לאזט אריין די נורסעס וואס ווארטן אין די האטעלן אריינקימען, מען נוצט די שיף האספיטאל, מען לאזט אריין וואלאנטירן, משפחה כאטש געבן עסן, אטו כי רוכלא? עס איז דא א גאנצע ליסט 'נאך פאר די חסרון אין נאלעדש' וואס וואלט געקענט ראטעווען רעכל'ס מיט מעכל'ס וואס מען ווייסט 100% אז זיי זענען געגאנגען פון הונגער און דארשט, פאניק און פחד, נישט קער נעמען פון רעספירעטארס וכו' וכו'

נישט אלעס איז חסרון אין נאלעדש, וואס מען האט יעצט יא, עס איז קלאר ווי די טאג אז הינדערטער מענטשן וואס האבן עס איבערגעלעבט אינדערהיים מיט אקסעדשען און קער, אז ווען זיי קומען אן אין שפיטאל זענען זיי שוין נישט מיט...

איך דארף גיין...

איך אויך....


אין רוב סטעיטס אדער אפילו אלע, האט מען נישט אריינגעלאזט קיין מענטשן, איז דאס זיכער נישט די סיבה.
רוב נורסעס וואס זענען אהערגעקומען פון אנדערע סטעיטס האבן שווער געארבעט, נישט געגעסן און געשלאפן, נאר געשטאנען ביים קראנקן בעט און פרובירט צו ראטעווען. האסט געזעהן איין ווידעא וואס איז ארומגעפארן פון אן א.ג נורס ווי זי וויינט אז מען האט נישט אריינגעלאזט? עס איז דא צענדעליגער אינטערוויאס מיט אנדערע, עס איז דא אן א שיעור נורסעס וועלכע האבן געשריבן אפדעיטס אויף זייער סאשעל מידיע פעידזשעס זייער האר אויפשטעלענדע געשיכטעס.

איך וועל נאכברענגן איין שורה פון איין אינטערוויא פון א דאקטאר פון איינע פון די גרויסע שפיטעלער אין ניו יארק וואס גייט מיר פשוט נישט ארויס פון קאפ: "מיין שווערסטע זאך די טעג, איז רופן א פאמיליע מיטגליד פון א פאציענט זיי איינמעלדן אז זייער נאנטע האט זיך געזעגענט פונעם וועלט, און זיי האבן קיינעם נישט ביי זייער בעט" די צווייטע שווערסטע זאך פאר מיר איז ווען איך בין אינדרויסן פון די שפיטאל ווענט, און איך זעה ווי מענטשן באשלודיגן אונז פאר'ן הארגענען מענטשן. איך האלט דאס פשוט נישט אויס." 


עס איז קלאר ווי די טאג אז הינדערטער מענטשן וואס זענען ליידער אוועק אינדערהיים, אז ווען זיי קומען אן אין שפיטאל זענען זיי נאך דא...

גארנישט קלאר ווי דער טאג.

איינער זאגט דען אז אלע דאקטוירים און נורסעס זענען געוועען רוצחים? מיר ווייסען אלע אז טייל פון זיי זענען געווען גוט און אפילו מיט מסירת נפש. אבער דאס נעמט נישט אוועק "דער פאקט" אז נישט אלע זענען אזוי געווען, און גענוג און נאך זענען נישט אזוי געווען, און דער סיסטעם האט זיי פראטעקטעד "און אפילו געשטיפט אין דער דיירעקשן", און עס איז א ווייטאג אז אידען משום איזה סיבה שהוא פראטעקטען זיי אויך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:34 pm

זארג נישט האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס א מענטש זאל פרובירן זוכן אלע זייטיגע סיבות פארוואס מענטשן זענען געשטארבן, ווען מען האט קלאר געזעהן דא א טויטליכער מגיפה. די איינציגסטע סיבה וואס איך קען זעהן פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז צו שטופן אן אגענדע.

ווער זיכט? מען הערט אן א שיעור פעלער (פון דער נאנט און פון דער ווייט) און עס ווערט באריכטעט איבעראל איז וואס פארשטייסטו נישט?

זאל מען די גאנצע אינפארמציע ווארפען אין גארבידז? אפשר איז דער שיך אויף דער אנדערע פיס און
גראמער האט געשריבן:די איינציגסטע סיבה וואס איך קען זעהן פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז צו שטופן אן אגענדע.

הערטסט אויף דיפענדן דער סיסטעם ווייל עס לעכערט מיר די אויערען.


אהא, דאס איז שוין סעלפיש. א מיינונג וואס שטומט מיט דיר קען מען שרייבן וויפיל מען וויל, אבער אויב שטומט עס נישט מיט דיר טאר שוין יענער נישט שרייבן

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך ליידיג גייער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:35 pm

זארג נישט האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:מען קען פונקט אזוי באשולדיגן מענטשן וואס האבן פארשפרייט שרעק און כאאס איבער די שפיטעלער וואס קען זיין האט צוגעברענגט ליידער אסאך אידן האבן נישט געוואלט גיין, און זיי זענען אוועק אינדערהיים ל"ע.

ווייסט אז 80 פרוצענט פון די וואס מען האט ארויף געלייגט אויף רעספערעיטארס זענען געשטארבען, וואס זאגסטו צו דעם?


אינטערעסאנט האבעך געהאט דעמאלט אז א ווענטילעטאר האט אין אלגעמיין בערך א 20 פראצענט סוקסעס רעיט, סאו ס'מוז נישט זיין אז קאראונע איז שולדיג.
לעצט פאראכטן דורך ליידיג גייער אום דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:35 pm

זארג נישט האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
ווען מען איז געלאפן צו רעכעל איז מעכעל געשטארבן און ווען מען איז געלאפן צו מעכעל איז רעכל געשטארבן. וואס טוט מען?!
מען לאזט אריין די נורסעס וואס ווארטן אין די האטעלן אריינקימען, מען נוצט די שיף האספיטאל, מען לאזט אריין וואלאנטירן, משפחה כאטש געבן עסן, אטו כי רוכלא? עס איז דא א גאנצע ליסט 'נאך פאר די חסרון אין נאלעדש' וואס וואלט געקענט ראטעווען רעכל'ס מיט מעכל'ס וואס מען ווייסט 100% אז זיי זענען געגאנגען פון הונגער און דארשט, פאניק און פחד, נישט קער נעמען פון רעספירעטארס וכו' וכו'

נישט אלעס איז חסרון אין נאלעדש, וואס מען האט יעצט יא, עס איז קלאר ווי די טאג אז הינדערטער מענטשן וואס האבן עס איבערגעלעבט אינדערהיים מיט אקסעדשען און קער, אז ווען זיי קומען אן אין שפיטאל זענען זיי שוין נישט מיט...

איך דארף גיין...

איך אויך....


אין רוב סטעיטס אדער אפילו אלע, האט מען נישט אריינגעלאזט קיין מענטשן, איז דאס זיכער נישט די סיבה.
רוב נורסעס וואס זענען אהערגעקומען פון אנדערע סטעיטס האבן שווער געארבעט, נישט געגעסן און געשלאפן, נאר געשטאנען ביים קראנקן בעט און פרובירט צו ראטעווען. האסט געזעהן איין ווידעא וואס איז ארומגעפארן פון אן א.ג נורס ווי זי וויינט אז מען האט נישט אריינגעלאזט? עס איז דא צענדעליגער אינטערוויאס מיט אנדערע, עס איז דא אן א שיעור נורסעס וועלכע האבן געשריבן אפדעיטס אויף זייער סאשעל מידיע פעידזשעס זייער האר אויפשטעלענדע געשיכטעס.

איך וועל נאכברענגן איין שורה פון איין אינטערוויא פון א דאקטאר פון איינע פון די גרויסע שפיטעלער אין ניו יארק וואס גייט מיר פשוט נישט ארויס פון קאפ: "מיין שווערסטע זאך די טעג, איז רופן א פאמיליע מיטגליד פון א פאציענט זיי איינמעלדן אז זייער נאנטע האט זיך געזעגענט פונעם וועלט, און זיי האבן קיינעם נישט ביי זייער בעט" די צווייטע שווערסטע זאך פאר מיר איז ווען איך בין אינדרויסן פון די שפיטאל ווענט, און איך זעה ווי מענטשן באשלודיגן אונז פאר'ן הארגענען מענטשן. איך האלט דאס פשוט נישט אויס." 


עס איז קלאר ווי די טאג אז הינדערטער מענטשן וואס זענען ליידער אוועק אינדערהיים, אז ווען זיי קומען אן אין שפיטאל זענען זיי נאך דא...

גארנישט קלאר ווי דער טאג.

איינער זאגט דען אז אלע דאקטוירים און נורסעס זענען געוועען רוצחים? מיר ווייסען אלע אז טייל פון זיי זענען געווען גוט און אפילו מיט מסירת נפש. אבער דאס נעמט נישט אוועק "דער פאקט" אז נישט אלע זענען אזוי געווען, און גענוג און נאך זענען נישט אזוי געווען, און דער סיסטעם האט זיי פראטעקטעד "און אפילו געשטיפט אין דער דיירעקשן", און עס איז א ווייטאג אז אידען משום איזה סיבה שהוא פראטעקטען זיי אויך.


"הערטסט אויף שטופן אגענדעס ווייל עס לעכערט מיר די אויערען."

און יא, מיין תגובה איז די זעלבע קלאר ווי די טאג ווי דיינס.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:39 pm

גראמער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:ווי האסטו געזעהן זאגען אז עס איז נישט געווען א מגיפה? איינער קריגט זיך דען מיט דער פאקט?


דא טויזענטער מענטשן וואס לייקענען די האלאקאסט, כמעט אלע פון זיי גלייבן אז עפעס איז זיכער געווען נאר נישט אזויווי מען דערציילט.

קענסט גלייבן אז עס איז געווען א מגיפה, אויב גלייבסטו אז נישט די מגיפה האט געהארגעט נאר זייאכןטיגע ז דאן ביזטו א שטיקל לייקענער.

הערסט עפעס נישט וואס מען רעדט צו דיר. גלייבט (ווייסט) מען דען נישט אז עס איז געווען א מגיפה? לית מאן דפליג על זה.

נאר מען טאר נישט גלייבען (וויסען) אז נעגלעקט און רציחה האט פארשנעלערט דאס טויט פון א צאל, און אז טייל וואלטען נאך היינט געלעבט ווען נישט דעס, און אויב מען גלייבט אזעליכע זאכען איז מען א לייקענער! א לייקענער פון וואס?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:43 pm

גראמער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס א מענטש זאל פרובירן זוכן אלע זייטיגע סיבות פארוואס מענטשן זענען געשטארבן, ווען מען האט קלאר געזעהן דא א טויטליכער מגיפה. די איינציגסטע סיבה וואס איך קען זעהן פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז צו שטופן אן אגענדע.

ווער זיכט? מען הערט אן א שיעור פעלער (פון דער נאנט און פון דער ווייט) און עס ווערט באריכטעט איבעראל איז וואס פארשטייסטו נישט?

זאל מען די גאנצע אינפארמציע ווארפען אין גארבידז? אפשר איז דער שיך אויף דער אנדערע פיס און
גראמער האט געשריבן:די איינציגסטע סיבה וואס איך קען זעהן פארוואס מענטשן רעדן אזוי איז צו שטופן אן אגענדע.

הערטסט אויף דיפענדן דער סיסטעם ווייל עס לעכערט מיר די אויערען.


אהא, דאס איז שוין סעלפיש. א מיינונג וואס שטומט מיט דיר קען מען שרייבן וויפיל מען וויל, אבער אויב שטומט עס נישט מיט דיר טאר שוין יענער נישט שרייבן

שרייב ווייטער מיין קינד, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט יענעם שרייבען. איך האב נאר געוואלט מאכען א פוינט (דא קומט א פינטל).
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יולי 16, 2020 6:59 pm

איינער ווייסט צו די ארגענעזעישאן פון בנציון ווידער און די אנדערע וואס האבן צוזאם גענומען די אלע היימישע געשעענישן אין שפיטעלער איז עפעס געווארן דערפון?

האבן זיי גענוג ערשט-האנטיגע אינפארמאציע (פאר צענדליגער לאו-סוטס, אדער) כאטש גענוג אויף צו מאכן א ויצעקו?

איך געדענק מען האט גערעדט פון צענדליגער אויב נישט הונדערטע מעשיות וואס זענען ארום געפארן יענע טעג.

די סברה אז שפיטעלער האבן נישט אריינגעלאזט וואס האט פארשווערט מיטצוהאלטן די טאג טעגליכער ווירטשאפט - איז פארשטענדליך אין מיינע אויגן

אבער צווישן טויזענטער איבערלעבער/ צו טעקסט מעסידזשעס פון שטערבליך קראנקע פאציענטן וכו' איז דא עפעס האר אויפשטעלענדע זדונות צו קענען שטורעמען די מידיע נעצן?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.


ביטע, בלויז איינער וואס איז באקאנט מיט די ארגענעזאציע זאל ענפערן


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מצפה לישועה און 9 געסט