פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Like news
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2020 12:11 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Like news » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך ווייס אז עס זענען געווען געוויסע שפיטעלער וועלכע האבן געהאט אזעלכע אומאפציעלע פאליסיס. נישט אז איך פארשטיי פונקטליך וואס דא שטייט אבער אזויפיל יא, אין דעם ספעציפישן פאל, מען האט דעם פאציענט צוריקגעברענגט דריי מאל און ער האט פארלוירן די פולס צום פערטן מאל.

די שפיטעלער וואו מען האט געשיקט פון אונז האבן נישט געהאט אזעלכע פאליסיס. הגם איך קען גלייבן אז עס זענען געווען ספעציפישע פעלער ביי וועלכע דאקטוירים האבן אויפגעגעבן און ענדערש געגאנגען באהאנדלען אנדערע.

----

די טאג בוך איז גראדע געוואלדיג און ווייזט די געטריישאפט פון דעם נורס... אבער דאס וועסטו זאגן איז בלויז א אויסנאם הגם די אדנערע זאכן זענען זיכער געווען איבעראל...

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2228729

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:15 pm

Programming האט געשריבן:א גרויסער עולם מאנגלט אויף א שרעקליכע אופן אין די מעגליכקייט פון פראסעסן אינפארמאציע וואס זיי באקומען, געווענליך ווייל עס פעלט זיי די קאנטעקסט ארום און ארום אבער עט סאם פוינט ווערט שוין א תביעה צו ערוואקסענע מענטשן צו טון די ביסל ריסערטש צו וויסן אביסל און נישט אפלעבן דעם גאנצן לעבן אין א קינדערישע חדר באבל.

די צאל מענטשן וואס גלייבן קינדערישע סארט דמיונות איז אבנארמאל הויך ספעציעל אין די טעג (דאס איז אזוי אין די גאנצע וועלט - אנטיסעמיטישע קאנספיראציע'ס זענען זייער פארשפרייט די טעג אז אידן זענען שולדיג אין דעם וויירוס אדער כינעזער אדער סיי ווער. פסיכאלאגן האבן זיכער הסברים פארוואס אזאלכע מאסן טראגעדיע'ס שטופן מענטשן צו זוכן און גלייבן קאנספיראציע'ס). אבער עס איז שוין גענוג געווען מיין איך ביי אונזער עם חכם ונבון. מען מעג שוין צוריק נוצן שכל הישר.

די פוינט איז אז אסאך זאכן וואס מען הערט און מען זאגט איז אפילו אמת אויך אין א וועג. אבער דער חילוק איז וויאזוי מען קוקט דערויף צי מיט א קינדישן שאינו יודע לשאל'דיגן צומי בליק צי מען קוקט דערויף פון א ערוואקסענע שטאנדפונקט. איך האב אמאל געשריבן דא פאר איינעם פון די עסקנים וועלכע האבן געליארעמט אויף די מצב אין שפיטעלער אין אישי באריכות, אפשר וואלט איך עס געברויכט ארויס לייגן אויך.


זייער שיין ארויסגעברענגט. ס'איז נישט נאר א אידישע זאך, מגיפות ברענגען ווילדע קאנסיפיראציעס.

אין גרויסן טייל קומט עס אבער פון מענטשן מיט אן אינטערעסע קעגן די אנגענומענע מעדיצינישע וועלט. די זעלבע וואס האבן אנהויב געשריגן אז ס'איז פונקט ווי די פלא, מ'מאכט סתם א פאניק, און די זעלבע וואס וועלן קומענדיגע יאר שרייען קעגן די קאראונע וואקסין ווייל קאראונע הרגט נישט, די שפיטעלער הרגענען. ס'איז א לשיטתי' אזא.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24847
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:17 pm

להודיע, דאס זעלבסט איז אויך גראדע א קאנספיראציע.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:19 pm

הלואי.

גיי דורך ניק ביי ניק דא אויף אייוועלט. גיי דורך די אלע האטליינס וועלכע האבן אין אנהויב געליאמערט אז ס'איז א סקעם. ס'איז אלעס די זעלבע מהלך המחשבה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24847
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:25 pm

אז זיי רייטן אויף דעם? לכאורה.

אבער דאס איז נישט זייער אויפטרעף בכלל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

Programming
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:29 pm

מיר דוכט זיך אז די DNR פאליסי איז געווען א אפיציעלע זאך מטעם קאומא. ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן דערויף ווייל מען קען עס גוגלען.

איטאליענער שפיטעלער האבן געהאט א פאליסי אז מען נעמט נישט אריין קיינעם העכער 60.

צו קומען טענה'ן אויף פאליסי'ס וואס מען נעמט אן צוליב א שווערן מצב, נישט ווייל מען וויל נאר ההכרח לא יגונה, איז לעגיטים ווען עס קומט פון א פראפעסיאנאלע וויו פוינט. איינער וואס קען זיך אויס אין שפיטעלער, ער ווייסט וואסערע אנדערע פאליסי'ס מען קען ווען אימפלעמענטן אויף א בעסערע אופן וואס וואלט געראטעוועט מער לעבנס, דאס איז דוקא א גאר וויכטיגע זאך אין א געזעלשאפט.

איך וואלט ווען געוואלט עס זאל זיך אויפשטעלן א זעלבסשטענדיגע קאמיסיע וואס זאל זיך אריין לייגן אין די זאך, און אויספארשן ווי די שפיטעלער זענען געגאנגען ראנג, און צי מען האט געקענט טון עפעס בעסער, פילייכט איינשטעלן א עמערזשענסי פראטאקאל אין פלאץ אויב ח"ו אזוינס חזר'ט זיך איבער נאכאמאל.

(דער תגובה איז א סעמפל פון א דערוואקסענע סארט, ריעל ווארלד שמועס. איינער וואס זיין בעסטע הצעה איז אז דאקטוירים זאלן ארויס ווארפן אלע גוים פון שפיטאל און נאר באהאנדלען די אידן, אדער ווער עס וויל שרייען דאקטוירים זענען מערדער און מאכן גאר געלט אויף יעדע קאראנע קעיס וואס זיי באווייזן צו הארגענען, באלאנגט נישט אין דעם סארט שמועס און איז אין מיין בליק גאר קינדעריש. אבער וואס ווייס איך, איך רעד דאך דא צו גרויסע טאטעס, אפשר איז מיין צוגאנג גאר די נארישע קינדערישע).

--
מען האקט אין גרויסן

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:37 pm

יש ברירה האט געשריבן:
די טאג בוך איז גראדע געוואלדיג און ווייזט די געטריישאפט פון דעם נורס... אבער דאס וועסטו זאגן איז בלויז א אויסנאם הגם די אדנערע זאכן זענען זיכער געווען איבעראל...


האסט געליינט די טאג בוך? זי שרייבט קלאר אז זי איז געווען אן אויסנאם.
לעצט פאראכטן דורך יואל שרייבער אום דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:38 pm

Programming האט געשריבן:
איך וואלט ווען געוואלט עס זאל זיך אויפשטעלן א זעלבסשטענדיגע קאמיסיע וואס זאל זיך אריין לייגן אין די זאך, און אויספארשן ווי די שפיטעלער זענען געגאנגען ראנג, און צי מען האט געקענט טון עפעס בעסער, פילייכט איינשטעלן א עמערזשענסי פראטאקאל אין פלאץ אויב ח"ו אזוינס חזר'ט זיך איבער נאכאמאל.
\

הלוואי

די שאלה איז, מען האט דא 25000 אומגעקומענע און גארנישט

בעת ווען פאר א פלויד דרייט מען איבער די וועלט
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:38 pm

Programming האט געשריבן:מיר דוכט זיך אז די DNR פאליסי איז געווען א אפיציעלע זאך מטעם קאומא. ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן דערויף ווייל מען קען עס גוגלען.


איך האב געגוגעלט...

די איינציגסטע זאך וואס איך האב געפינען איז אז פאר א קורצע צייט איז געווען א DNR פאליסי פאר עמערדזשעניסי רעספאנדערס ווען זיי קומען אן צו א צענע. נישט פאר שפיטעלער.

און אגב, FDNY האט קיינמאל נישט איינגעפירט די רעקאמענדאציע.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:40 pm

בד"וו די פאליסי פון נישט מאכען CPR האב איך געזען בשעתו אויף מערערע פלעצער

אבער מיין פילטער לאזט מיר נישט צו,

אדרבה ווער עס קען אהערברענגען
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג יולי 16, 2020 1:45 pm

ווי אויך האב איך געהערט מעשיות פון נעמען פון מענטשען וואס זענען אומגעקומען
פון די אויבענדערמאנטע פעלער,

אבער איך בין גארנישט נאכגעגאנגען ביזען מת..

און די איד איז אויך דא מערערע 1ST HAND מעשיות

דארף מען נאר וויסען אפשר די עדות דערציילען אין די צייטונג פונעם קריג איז אויך נאר דמיונות או גוזמאות
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:13 pm

דו מיינסט אויך אז איך לעב אויף א אינזל ערגעץ וואו... איך בין דא אין די קאמיונעטי און איך רעד און הער גענוג מעשיות...

גראדע פונקט נעכטן גערעדט צו איינעם וואס האט פארלוירן זיין טאטע. פארשטייט זיך אז ער איז נישט געווען אין שפיטאל ווען עס האט פאסירט, זיין טאטע איז געווען א עלטערע מענטש וואס האט געהאט א סטראוק מיט א צייט צוריק און איז געווען אין א האום. ער האט באקומען קעראנא און מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל. ער איז זיכער אז מען האט אים דארט געהארגעט. איך האב אים גארנישט געענטפערט ווייל מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר אים.

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך שטיגליץ » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:17 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
און די איד איז אויך דא מערערע 1ST HAND מעשיות


פון אלע מעשיות אין דער איד האב איך נאכנישט געזעהן קיין איינס וואס ברענגט ארויס סיי וועלכע מעשה רציחה דורכן שפיטאל.

ווילסט מיר זאגן אז פונקט די זאפטיגע האב איך אויסגעלאזט?

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:23 pm

ליפא דייטש אין ען וויי יו זעט נישט אויס אזוי שלעכט די לעצטע צווויי וואכן אין די איד
שויתי ה' לנגדי תמיד

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:26 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
און די איד איז אויך דא מערערע 1ST HAND מעשיות


פון אלע מעשיות אין דער איד האב איך נאכנישט געזעהן קיין איינס וואס ברענגט ארויס סיי וועלכע מעשה רציחה דורכן שפיטאל.

ווילסט מיר זאגן אז פונקט די זאפטיגע האב איך אויסגעלאזט?

נישט געבען צו עסען און טרינקען, און יא ברענגן אבער נישט קומען ווען דער קראנקע רופט אז איך קען עס נישט הייבען צום מויל, איז נישט רציחה?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:35 pm

זארג נישט האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
און די איד איז אויך דא מערערע 1ST HAND מעשיות


פון אלע מעשיות אין דער איד האב איך נאכנישט געזעהן קיין איינס וואס ברענגט ארויס סיי וועלכע מעשה רציחה דורכן שפיטאל.

ווילסט מיר זאגן אז פונקט די זאפטיגע האב איך אויסגעלאזט?

נישט געבען צו עסען און טרינקען, און יא ברענגן אבער נישט קומען ווען דער קראנקע רופט אז איך קען עס נישט הייבען צום מויל, איז נישט רציחה?

נעגלעקט און כאאס, פחד פון איבערכאפן, א נאמבנעס צו א מענטש׳ס לעבן און פיין אינמיטן שלאכטפעלד, יא. במזיד, שווער צו גלייבן אז מער ווי איינציגע פאלן אויב בכלל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:37 pm

דייקן האט געשריבן:אזויווי איך זעה אז גאנץ אסאך אירע האלטען באמת ובתמים אז ווען נישט די פראבלעמען מיט די שפיטעלער וואלטען כמעט קיינער נישט געשטארבען, און כאטש אז אויף יעצט איז עס ב"ה נישט נוגע, קען עס אבער זיין נוגע טאמער עס וועט ארויסקומען א וואקסין אד"ג און געוויסע אירע וועלען עס נישט וועלען נעמען מיט א טענה אז די קאראנע אליין איז נישט אזא סכנה, איז דערפאר וועל איך אפשרייבען די קומענדיגע פאר שורות.

קודם כל קען מען נישט ברענגען א ראיה פון יעצט אויף וואס איז געווען אדר-ניסן, ווייל אויך אין א"י, ווי מען נעמט יא גאנץ גוט קעיר פון די קראנקע, זענען געשטארבען פיל מער אדר-ניסן צייט, איז וואס די הסבר זאל נאר נישט זיין איז דאס אבער קלאר אז מען קען נישט ברענגען קיין ראיות פון יעצט אויף דעמאלטס.

יעצט וועל איך אראפברענגען וואס איך האב געשריבען עטליכע חודשים צוריק דא.
אין א"י ווי מען נעמט יא גוט קעיר פון די חולים, און ווי אויך הייסט אז זיי ווייסען פון כמעט אלע אנגעשטעקטע, איז די פרעצענט טויטע ה"י 1 פון יעדע 75 אנגעשטעקטע.
ווי אויך זעט מען אין א"י אז בערך האלב (אויב נישט מער) פון די שווערע קראנקע זענען אומגעקומען ה"י.
ממילא איז א פאלנע שקר אז רוב רובם פון די מתים איז וועגען מען האט נישט קעיר גענומען פון זיי (נאר דאס איז טאקע יא ליידער אמת אז מען האט נישט קעיר גענומען פון זיי, אבער געשטארבען וואלטען זיי סיי ווי געשטארבען, נאר אפאר טעג אדער שעות שפעטער, וואס מיינט אז די גורם פון די מיתה איז אין רוב פעלער די קאראנא, און די גורם פארן שטארבען אביסל פריער, ווי אויך פאר א געוויסע פרעצענט פון די מתים, ווי אויך פאר די געפערליכע צער פון די קראנקע, איז טאקע די שפיטעלער).

וואס דו שרייבסט אז "געשטארבען וואלטען זיי סיי ווי געשטארבען, נאר אפאר טעג אדער שעות שפעטער" איז דער חילוק פון מיתה און מיתה משונה.

דער פאליסי אין ניו יארק און אין אלע לינקע פלעצער איז שוין לאנג דער Palliative care צוגאנג פון לאזען איינעם שטארבען יעצט ווייל ער גייט סיי ווי באלד (אין דער נעקסטע פאר וואכען אדער חדשים) שטארבען, און דאס האבען זיי געטוהן אויף א זייער גרויסע פארנעם יעצט. זיי האלטען נישט אז דאס הייסט רציחה נאר אהבה. איז ממילא א אויספארשונג פון לינקע גארנישט ווערט. זיי וועלען נאך אפיציעל בארעכטיגען די מערדערערס און זיי נאך רופען העלדען.

ווען עס וואלט נאר געווען Palliative care מיט די משפחה אויף דער זייט איז איין זאך, אבער ווען מען לאזט נישט צו קיין משפחה, און דער קראנקע מיינט אז דער משפחה האט אים פארלאזען, דאס איז דאך רציחה און מיתה משונה ממש אויס צו גיין אין אזעליכע אומשטענדען פון הילפלאזיקייט און אויפגערעגטקייט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 3:47 pm

יש ברירה האט געשריבן:דו מיינסט אויך אז איך לעב אויף א אינזל ערגעץ וואו... איך בין דא אין די קאמיונעטי און איך רעד און הער גענוג מעשיות...

גראדע פונקט נעכטן גערעדט צו איינעם וואס האט פארלוירן זיין טאטע. פארשטייט זיך אז ער איז נישט געווען אין שפיטאל ווען עס האט פאסירט, זיין טאטע איז געווען א עלטערע מענטש וואס האט געהאט א סטראוק מיט א צייט צוריק און איז געווען אין א האום. ער האט באקומען קעראנא און מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל. ער איז זיכער אז מען האט אים דארט געהארגעט. איך האב אים גארנישט געענטפערט ווייל מיין הארץ איז אויסגעגאנגען פאר אים.

דא האסטו א דוגמא פון וואס איך מיין. איך ווייס פון א ענליכע קעיס (און אפשר גאר איז עס דער זעלבע קעיס) וואס דער איד האט נישט געוויסט וואס גייט פאר מיט אים (כאטש ער איז געווען ביים קלארען דעת, איך האב גערעדט מיט אים א פאר וואכען פריער), ער האט נאך געשריגען אינעם האום אז מען זאל אים ארויס פירען פון דארט. אויב מיר רעדען פונעם זעלבען מענטש איז זיין זון גערעכט, ער האט אין מאמאנאדיעס שפיטאל נישט באקומען קיין שום האנדלונג צוליב זיין הויכע עלטער, און מען האט מודיע געווען דער משפחה זאל אים קומען אויף פיקען.

יעצט וואס זאל מען דאס רופען, קעיר אדער רציחה?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 4:05 pm

איך ווייס נישט אויב עס איז די זעלבע מעשה, אבער דער יונגערמאן האט מיך נישט געזאגט אז מען האט נישט געגעבן קיין קעיר,

איך קען נישט דיין מעשה, איך ווייס נישט וויפיל מענטש עס איז אריבער ביז אייך, עס איז שווער צו קאמענטירן אויף אזא זאך. אבער, ווילסט דאס אנרופן רציחה צו מאכן די פוינט, אקעי... אבער מען קען נישט מאכן אז דאס זאל יעצט ווערן די פאקט אז 'מען האט געהרגט מענטשן אין שפיטאל'.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 4:19 pm

מיר האבען זיך פארשטענדיגט מיט יש ברירה אין אישי, און מיר רעדען נישט פון דער זעלבע מענטש.

ואגב מיין מעשה האביך געהערט פון זיין נאנטע משפחה.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג יולי 16, 2020 4:58 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז די זעלבע מעשה, אבער דער יונגערמאן האט מיך נישט געזאגט אז מען האט נישט געגעבן קיין קעיר,

איך קען נישט דיין מעשה, איך ווייס נישט וויפיל מענטש עס איז אריבער ביז אייך, עס איז שווער צו קאמענטירן אויף אזא זאך. אבער, ווילסט דאס אנרופן רציחה צו מאכן די פוינט, אקעי... אבער מען קען נישט מאכן אז דאס זאל יעצט ווערן די פאקט אז 'מען האט געהרגט מענטשן אין שפיטאל'.

כ'פארשטיי עכט נישט די חילוק וועלכע ווארט מען ניצט צו ארויסברענגן דעם פוינט. צו ס'הייסט רציחה צו נישט איז אירעלעווענט, מען רעדט פון די פאקט. אויב איז די פאקטן אמת אז נישט דאס נישט צוטרעפן ווי אזוי דאס צו באהאנדלן האט גורם געווען אזויפיל טויטע, נאר אנדערע טעכנישע סיבות, רוף עס מיט וועלכע נאמען די ווילסט עס רופן, איז דאס פשט אז די וויירוס איז נישט אזוי טויטליך, נאר אנדערע זאכן האבן דאס גורם געווען.

איי, וואס מאכט עס א חילוק, סוכ"ס דריי ווי אזוי די ווילסט, די וויירוס איז טויטליך, צו דירעקט אדער דורך די תוצאות אומדירעקט? די ענטפער איז פשוט, מען פרעגט פארוואס ס'איז געפאלן, און מען ענטפערט אז די גורמים זענען מער נישטא.

נו, אויב אזוי וואס איז די טענה'ריי, די ענטפער איז, אז נישט יעדער קען מודה זיין אז די גורמים זענען די שולדיגע... ווייל אויב איז דאס ריכטיג, דאן דארף מען קוקן וואס זענען געווען די גורמים, און ווי מען טענה'ט מיט רעכט, נישט נאר אין נ"י איז עס געפאלן, איז אויב ווילסטו זאגן אז ס'איז נישט דירעקט די וויירוס והא ראיה יעצט איז דא ווייניגער טויטע, דארף מען זיכן גורמים וואס זענען געווען מער ווייניגער די זעלבע איבעראל ווי ס'איז געווען אסאך טויט, און זען צו יעצט איז די גורמים נישט דא מער דארט ווי די וויירוס איז יעצט שטארק [אדער שוואך].

איבער דעם קומט יעדער מיט זיין דעה, טייל וועלן זאגן די כאאס איז געווען די דירעקטע גורם. נו וועסט זאגן יעדער איז מודה..? די ענטפער איז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל כאאס קומט פון ערגעץ, פארוואס יעצט איז נישטא כאאס, און אין דעם וויל נישט יעדער אריינקוקן און ענטפערן... ווייל די פשוטע ענטפער איז, אז די פאניק און פחד איז דאס וואס ס'האט געברענגט די כאאס, און יעצט איז מער נישטא די אומנארמאלע שרעק און פאניק וואס מען האט אנגעזייט, און מען קען טראכטן רואיג. דאס מיינט אז אויב איז די גורם צו אזויפיל טויטע געווען די כאאס וואס איז געקומען פון פאניק, איז די וואס האבן אנגעזייט פאניק און פחד, דירעקט שולדיג אויף די טויטע...

פארשטייט זיך די וואס האבן דאן און נאך יעצט רעאגירט מיט פאניק, וועלן דאס קיינמאל נישט מודה זיין. ממילא וועלן זיי מוזן אויפקומען אז לא דובים ולא יער, נישט כאאס, אדער יא כאאס נישט פאניק יא פאניק, ס'איז די וויירוס אליין. איי וואס איז יעצט אנדערש, מוז מען צוקומען צו אלטערנעטיוו תירוצים און דרייען לגבי וואספארא נאמען מען רופט עס.

שוין האמיר סתם געפירקעלט נאך שטותים....

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:03 pm

גארנישט קיין שטותים, רעדסט צום זאך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

Programming
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:09 pm

למעלה, דאס איז שוין גג על גג.

אגב. דא איז ב"ה נישטא קיין פאניק. אבער אין די פלעצער וואו דער וויירוס בוזשעוועט און די שפיטאל סיסטעם איז אויפן שוועל פון אונטערברעכן, איז שוין איינמאל דא א פאניק, טראץ דעם וואס די באטרעפנדע פאליטישאנס אין די סטעיט'ס האבן פרובירט צו שפילן בת היענה און איגנארירן דעם וויירוס וואס גייט זיכער אוועק גיין ווען עס קומט זומער ווי דער פרעזידענט האט אליין מבטיח געווען...

יעצט כאפ איך אבער אז דו גייסט ענטפערן אז טאקע היא הנותנת, וועגן ס'איז דא א פאניק דארט ווערט דער מצב ערגער דארט...

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:26 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז די זעלבע מעשה, אבער דער יונגערמאן האט מיך נישט געזאגט אז מען האט נישט געגעבן קיין קעיר,

איך קען נישט דיין מעשה, איך ווייס נישט וויפיל מענטש עס איז אריבער ביז אייך, עס איז שווער צו קאמענטירן אויף אזא זאך. אבער, ווילסט דאס אנרופן רציחה צו מאכן די פוינט, אקעי... אבער מען קען נישט מאכן אז דאס זאל יעצט ווערן די פאקט אז 'מען האט געהרגט מענטשן אין שפיטאל'.

כ'פארשטיי עכט נישט די חילוק וועלכע ווארט מען ניצט צו ארויסברענגן דעם פוינט. צו ס'הייסט רציחה צו נישט איז אירעלעווענט, מען רעדט פון די פאקט. אויב איז די פאקטן אמת אז נישט דאס נישט צוטרעפן ווי אזוי דאס צו באהאנדלן האט גורם געווען אזויפיל טויטע, נאר אנדערע טעכנישע סיבות, רוף עס מיט וועלכע נאמען די ווילסט עס רופן, איז דאס פשט אז די וויירוס איז נישט אזוי טויטליך, נאר אנדערע זאכן האבן דאס גורם געווען.

איי, וואס מאכט עס א חילוק, סוכ"ס דריי ווי אזוי די ווילסט, די וויירוס איז טויטליך, צו דירעקט אדער דורך די תוצאות אומדירעקט? די ענטפער איז פשוט, מען פרעגט פארוואס ס'איז געפאלן, און מען ענטפערט אז די גורמים זענען מער נישטא.

נו, אויב אזוי וואס איז די טענה'ריי, די ענטפער איז, אז נישט יעדער קען מודה זיין אז די גורמים זענען די שולדיגע... ווייל אויב איז דאס ריכטיג, דאן דארף מען קוקן וואס זענען געווען די גורמים, און ווי מען טענה'ט מיט רעכט, נישט נאר אין נ"י איז עס געפאלן, איז אויב ווילסטו זאגן אז ס'איז נישט דירעקט די וויירוס והא ראיה יעצט איז דא ווייניגער טויטע, דארף מען זיכן גורמים וואס זענען געווען מער ווייניגער די זעלבע איבעראל ווי ס'איז געווען אסאך טויט, און זען צו יעצט איז די גורמים נישט דא מער דארט ווי די וויירוס איז יעצט שטארק [אדער שוואך].

איבער דעם קומט יעדער מיט זיין דעה, טייל וועלן זאגן די כאאס איז געווען די דירעקטע גורם. נו וועסט זאגן יעדער איז מודה..? די ענטפער איז נישט אינגאנצן אזוי, ווייל כאאס קומט פון ערגעץ, פארוואס יעצט איז נישטא כאאס, און אין דעם וויל נישט יעדער אריינקוקן און ענטפערן... ווייל די פשוטע ענטפער איז, אז די פאניק און פחד איז דאס וואס ס'האט געברענגט די כאאס, און יעצט איז מער נישטא די אומנארמאלע שרעק און פאניק וואס מען האט אנגעזייט, און מען קען טראכטן רואיג. דאס מיינט אז אויב איז די גורם צו אזויפיל טויטע געווען די כאאס וואס איז געקומען פון פאניק, איז די וואס האבן אנגעזייט פאניק און פחד, דירעקט שולדיג אויף די טויטע...

פארשטייט זיך די וואס האבן דאן און נאך יעצט רעאגירט מיט פאניק, וועלן דאס קיינמאל נישט מודה זיין. ממילא וועלן זיי מוזן אויפקומען אז לא דובים ולא יער, נישט כאאס, אדער יא כאאס נישט פאניק יא פאניק, ס'איז די וויירוס אליין. איי וואס איז יעצט אנדערש, מוז מען צוקומען צו אלטערנעטיוו תירוצים און דרייען לגבי וואספארא נאמען מען רופט עס.

שוין האמיר סתם געפירקעלט נאך שטותים....

דאס איז נישט עכט געווען אין איינקלאנג מיט די נושא פון דעם אשכול אבער אוודאי מאכט עס אויס, ווייל עס האט זיך אנגעהויבן מיט ארויסברענגען די פוינט, און געענדיגט מיט דאס אז דער עולם ווייסט שוין פאר א פאקט אז די שפיטעלער זענען ארומגעגאנגען הארגענען מענטשן. די שפיטעלער האבן אומגעברענגט מענטשן... עס האט פארלוירן די מיינונג און באקומען די פשוטע באדייט פון די ווארט ווייל מען האט עס אזוי ארומגעווארפן אפטערהייט.

אזוי ווי דו שרייבסט איך ווייס נישט אויב איינער וועט לייקענען אז די כאאס האט געפירט צו די אומקום פון אסאך מענטשן.

די פראגע איז נאר, אזוי ווי דו שרייבסט וואס עס האט געפירט צו דעם כאאס. אבער פון די שפיטאל שטאנדפונקט איז די פראגע אירעלעוואנט. די פאקט איז געווען אז עס האט זיך אנגעהויבן א פארפלייצונג אין די שפיטעלער אויף א אבנארמאלע פארנעם. אין ניו יארק אליינס זענען ניינציג טוינזט מענשטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב קאוויד, דאס איז א משוגענע ציפער... דאס צו פארגלייכן מיט פלארידא, דארט האלט מען ביי אונטער צוואנציג טוינזט פאציענטן.

איז כאאס געווען די איינציגסטע אורזאך פארוואס מענטשן זענען געשטארבן? זיכער נישט... אויסער די וויריס אליינס ווייסט מען היינט בעסער וויאזוי צו באהאנדלען דעם ווייריס (איך קען נאכשרייבן טערמינען פון באהאנדלונגען און זאכן וועלכע האבן זיך געטוישט, נישט איך און לכו' נישט דו וועלן וויסן וואס דאס מיינט, טא...). אוודאי זענען געווען דאקטוירעם וועלכע האבן געשריגן פון אנפאנג געוויסע זאכן וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג. אבער מען קען נישט עכט האבן קיין טענות פארוואס מען האט זיי נישט געפאלגט ווייל אין די זעלבע צייט זענען געווען אנדערע דאקטוירעם וועלכע האבן געשירגן זאכן וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין געפערליך. טא וועם פאלגט מען און וועם נישט?! ניו יארק איז געווארן א קעיס סטאדי וויאזוי צו באהאנדלען קאראנא.

ניו יארק איז שווער באטראפן געווארן פון דעם ווייריס, און בעיקר עס איז באטראפן געווארן פון די ערשטע. גאר אסאך מענטשן פון אויסלאנד קומען אן אויף ניו יארק און די אומגעגענט און דאס האט געברענגט די ווייריס אויף א ברייטע פארנעם. אבער דאס איז נאר די האלבע צרה. די ווייריס איז אהער אנגעקומען איידער איינער האט בכלל געוואוסט וואס דאס מיינט... אין אנדערע ווערטער די וואנערעבעל פאפולאציע האט נישט געוואוסט זיך צו אפהיטן אנדערש ווי יעצט ווען די עלטערע מענטשן אין האט-ספאט ערטער, בלייבן פארשפארט אינדערהיים וכו'. מען קען טאקע זעען אז די עוורידזש עידזש פון די נייע קעיסעס אין די פרישע אויסברוכן זענען היפש יונגער ווי דאס וואס מען האט געזען אין ניו יארק. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די שפיטעלער האבן באמת באקומען א פארפלייצונג מיט קראנקע מענטשן וועלכע זענען געווען אין געפאר און ווען מען איז געלאפן צו רעכעל איז מעכעל געשטארבן און ווען מען איז געלאפן צו מעכעל איז רעכל געשטארבן. וואס טוט מען?!

איך דארף גיין...

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג יולי 16, 2020 5:27 pm

ווען איך זעה ווי אזוי מאנכע פראבירען צו פארענטפערן די לאוזי ווערטשאפט פון די שפיטעלער. עד כדי כך פון פראבירען צו לייקענען זייער שילד. פארשטייט איך שוין די האלאקאוסט לייקענערס
נעבעך ער האט מיטגעמאכט. ער רעדט פון געפיל. ער האט זיכער געדמיון'ט.סאיז נישט ממש אזוי.
סזענען דא אידען ב''ה החיים אתנו וואס האבען איבערגעלעבט דעם טויטליכען רעספערעיטאר. כאפ א שמועס מיט זיי
אדער כאפ א שמועס מיט די חברה קדישא וויאזוי די נפטרים זענען אנגעקומען וד''ל נאכדעם וועלמיר זיך טענען.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהובים און 12 געסט