Programming האט געשריבן:דאס איז דאך שוין אלטע אויסגעדראשענע זאכן, מען האט שוין גערעדט פסח פארוואס אין ארץ ישראל איז די טויט ראטע געווען פיל ווייניגער ווי אנדערע לענדער. למעשה זענען איטאליע און שפאניע פונקט אזוי ווארעם ווי ארץ ישראל דאך זענען צענדליגער טויזנטער געשטארבן, און עגיפטן וואס איז נעקסט דאר האט אויך געהאט א הויכע טויט ראטע, בעת ביי די פאלעסטינער איז כמעט נישט געווען (כ'מיין דארט איז סתם אזוי נישט געווען קיינע קעיסעס).
די ראיה פון אויסטראליע איז - אפשר - א ראיה.
אבער מען מוז א גאנצע צייט דערמאנען, זכרהו מאחר שבא להשכיחו, אין די סאוט מאכט מעון טעגליך צענדליגער טויזנטער טעסטס און אין ניו יארק האט מען נישט געמאכט. די אנטיבאדי סורוועיס האבן געוויזן אז מיליאנען האבן דאס געהאט, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז עס איז נישטא קיין גרויסע חילוק צווישן די טויט ראטע אין ניו יארק און אין טעקסאס. אלעס אויסער דעם איז גוט לפלפולא אבער נישט למעשה
און די זעלבע אנטי באדיס ווייזן היינט אז אין קאליפארניע איז אויך דא 10 מאל אזוי פיל ווי אפיציעל, אקוראט ווי נ.י. סא דאס איז סתם א באבע תירוץ. (גראדע לפי זה וואלט געדארפט אויסקומען אז אמעריקא האט יא סוקסעספול אראפגעברענגט די וויירוס מיט באלד צוויי דריטעל פון מארטש... איז דאס וואס דו זאגסט?)
לגבי ווארעמע/קאלטע מדינות, איך האב קיינמאל געזאגט אז ווארעמערע מדינות שטארבט מען ווייניגער ווי אין קעלטערע מדינות. וואס איך האב געזאגט אז אינעם זעלבע מדינה איז די טויט ראטע נידריגער זומער ווי ווינטער. איין משל איז טאקע אר"י ווי די טויט ראטע איז יעצט איבער 50% נידריגער ווי ווינטער. (צווישן זומער און ווינטער איז דא כמה חילוקים, אזוי אויך קען זיין אז עס איז רעלאטיוו צו וואס דער גוף געוואוינט וכולי וכולי)
באטאם ליין, אין רובא דרובא מדינות ווי עס איז יעצט זומער איז די טויט ראטע דראסטיש נידריגער ווי אין מארטש, ווידעראום אין רוב מדינות ווי עס איז יעצט ווינטער איז די טויט ראטע מיינסטענס (סך) ערגער ווי אין מארטש אדער עכ"פ די זעלבע, נישט בעסער. דו"ק ותשכח. הלא דבר היא.