פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

חדשות
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יולי 14, 2020 8:46 pm

דאס איז א מציאות וואס מען זעט איבער גאנץ אמעריקא און אייראפע. וואס איז פשט? דאס איז די קושיא וואס אלע חכמי כעלעם פראבירן צו טרעפן דעם ענטפער, און עס איז דא 101 מהלכים און הסברים. יעצט ווי מיר ווייסן ווען עס קומט צו קאראנע וואס איז א שפאגל נייע זאך ווייסן די א.ג. עקספערטן בערך 2 מאל זילטש, ע"כ אענה גם אנכי מיין הסבר.

איז אזוי, דאס איז אודאי אמת אז טויט לויפט עטליכע וואכן אונטערשטעליג פון קעיסעס ממילא דארף מען רעכענען אז די פאטליטי רעיט איז עטוואס העכער ווי די זעקס צענטלעך פון א פראצענט וואס מען זעט יעצט. אויך איז אמת אז מער מענטשען טעסטן יעצט ווי אנפאנג, און פילייכט מער אינגערע באקומען יעצט דעם וויירוס, אבער, דאס איז נאך אלס נישט גענוג מסביר צו זיין דעם ריזן חילוק וואס מען זעט פון יעצט אנטקעגן אפריל.

קום מיר צו מיין נקודה וואס א יעדער חדר אינגל ווייסט שוין משנים קדמוניות, הגם מען האט עס קיינמאל פילייכט נישט באשטעטיגט אין א רענדאמייזד קליניקעל טרייעל...אז... ווען עמיצער באקומט די קאלד אדער פלו וויירוס אדער נאמאניע און עס איז גאר קאלט דער וועטער וועט ער אסך ערענסטער און מער קראנק ווערן ווי ווען ער באקומט עס תקופת תמוז.


און מיט דעם איז דער תירוץ פארטיג.......... מען ברויך מער גארנישט צולייגן.


-------------

(נ.ב ווען מען קוקט אויף די דעטע זעט מען אז ווי מער אריין אינעם זומער אלס בעסער ווערט די טויט ראטע רעלאטיוו צו קעיסעס. נאך א קרישקעלע אין דרום אמעריקא ווי עס איז יעצט ווינטער זעט מען אין ערגעץ נישט קיין דראסטישע רעדוקציע פון פאטאליטי ראטע, ביי אסך לענדער איז עס פלעט און ביי אנדערע איז עס גאר העכער יעצט דוק ותשכח.
פאר אלע סקעפטיקער וועמיר געוואויר ווערן אין חודש כסליו.

אדרבה האט איר אן אנדערע נארמאלע הסבר וואלט איך געוואלט הערן)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג יולי 14, 2020 8:57 pm

פורים איז געווען קאלט דא??
די תירוץ איז אז דער וויירוס איז שוואכער

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוכט בוים » דינסטאג יולי 14, 2020 9:02 pm

ווען די נעמסט ארויס ניו יארק פון די ליסט פורים צייט וואלט נישט די ראטע איבער USA געווען נידריגער?

Programming
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Programming » דינסטאג יולי 14, 2020 9:04 pm

ניו זילאנד איז אויך ווינטער

איך פארשטיי נישט די קשיא. אין די פלעצער ווי די שפיטעלער זענען איבערגעשטרענגט איז אויטאמאטיש די פאטאליטעט ראטע פיל העכער. די איינציגסטע פלאץ וואס מען דארף עכט קוקן איז די צאל ערנסט קראנקע ווס. די צאל אנגעשטעקטע. נאכן וויסן - לויט די סטעיט'ס טעסטס - אז א פערטל ניו יארק איז געווען אנגעשטעקט זענען די צאל ערנסט קראנקע אין ניו יארק ערגער ווי די צאל אין אנדערע סטעיט'ס?

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג יולי 14, 2020 9:07 pm

fiena nieas האט געשריבן:פורים איז געווען קאלט דא??
די תירוץ איז אז דער וויירוס איז שוואכער

די סעזאן פון פורים היי יאר איז צופעליג געווען געפרוירן קאלט, נישט נאר דאן נאר אפילו נאך פסח האט מען געברויכט זיך אנפעלצן!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

חדשות
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יולי 14, 2020 10:13 pm

טישטוך האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פורים איז געווען קאלט דא??
די תירוץ איז אז דער וויירוס איז שוואכער

די סעזאן פון פורים היי יאר איז צופעליג געווען געפרוירן קאלט, נישט נאר דאן נאר אפילו נאך פסח האט מען געברויכט זיך אנפעלצן!

עקזעקטלי, איינמאל עס האט אנגעהויבן ווערן ווארעמער זענען זאכן געווארן דראמאטיש בעסער אין נ.י.

Volunteer
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Volunteer » דינסטאג יולי 14, 2020 11:17 pm

חדשות האט געשריבן:דאס איז א מציאות וואס מען זעט איבער גאנץ אמעריקא און אייראפע. וואס איז פשט? דאס איז די קושיא וואס אלע חכמי כעלעם פראבירן צו טרעפן דעם ענטפער, און עס איז דא 101 מהלכים און הסברים. יעצט ווי מיר ווייסן ווען עס קומט צו קאראנע וואס איז א שפאגל נייע זאך ווייסן די א.ג. עקספערטן בערך 2 מאל זילטש, ע"כ אענה גם אנכי מיין הסבר.

איז אזוי, דאס איז אודאי אמת אז טויט לויפט עטליכע וואכן אונטערשטעליג פון קעיסעס ממילא דארף מען רעכענען אז די פאטליטי רעיט איז עטוואס העכער ווי די זעקס צענטלעך פון א פראצענט וואס מען זעט יעצט. אויך איז אמת אז מער מענטשען טעסטן יעצט ווי אנפאנג, און פילייכט מער אינגערע באקומען יעצט דעם וויירוס, אבער, דאס איז נאך אלס נישט גענוג מסביר צו זיין דעם ריזן חילוק וואס מען זעט פון יעצט אנטקעגן אפריל.

קום מיר צו מיין נקודה וואס א יעדער חדר אינגל ווייסט שוין משנים קדמוניות, הגם מען האט עס קיינמאל פילייכט נישט באשטעטיגט אין א רענדאמייזד קליניקעל טרייעל...אז... ווען עמיצער באקומט די קאלד אדער פלו וויירוס אדער נאמאניע און עס איז גאר קאלט דער וועטער וועט ער אסך ערענסטער און מער קראנק ווערן ווי ווען ער באקומט עס תקופת תמוז.


און מיט דעם איז דער תירוץ פארטיג.......... מען ברויך מער גארנישט צולייגן.


-------------

(נ.ב ווען מען קוקט אויף די דעטע זעט מען אז ווי מער אריין אינעם זומער אלס בעסער ווערט די טויט ראטע רעלאטיוו צו קעיסעס. נאך א קרישקעלע אין דרום אמעריקא ווי עס איז יעצט ווינטער זעט מען אין ערגעץ נישט קיין דראסטישע רעדוקציע פון פאטאליטי ראטע, ביי אסך לענדער איז עס פלעט און ביי אנדערע איז עס גאר העכער יעצט דוק ותשכח.
פאר אלע סקעפטיקער וועמיר געוואויר ווערן אין חודש כסליו.

אדרבה האט איר אן אנדערע נארמאלע הסבר וואלט איך געוואלט הערן)

מאכט סענס, עס איז דא עטליכע שטודיעס וואס לינקען לענדער ווי וויטעמין די איז הויעך, צי א נידריגערע ראטע פון טויטע , ווי באקאנט באקומט מען נאטורליך די וויטעמין די פונעם זין א שטארקע זימער זין קען זיין א אינדערעקטע סיבה פאר א לויער טשאנס צי קראנק ווערן פונעם וויירוס ה"י .
הצד השוה זיך סופלימענטן מיט וויטעמין די קען זיין די סיבה פארוואס מען זאל עס נישט באקומען .

Volunteer
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Volunteer » דינסטאג יולי 14, 2020 11:20 pm


שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג יולי 14, 2020 11:32 pm

האט גארנישט מיט היץ אדער קעלט, פשוט היינט טעסט מען מער ווייסט מען פשוט פון מער קאוויד פאזיטיווע איז אויטאמאטיש די פאטאליטעט ראטע קלענער ווי פאר עטליכע חדשים צוריק ווען מען האט בלויז געטעסט די מיט שווערע סימפטאמען, עס זענען געווען אסאך מער פאזיטיווס פון וואס מען האט דאקומענטירט.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יולי 15, 2020 6:37 am

אויב וואלט מען מיט דריי יאר צוריק געטעסט פאר קאוויד אין ניו יארק אין די מאסן, וויפיל פראצענט וואלט צוריקגעקומען פאזיטיוו?

איך פרעג סתם.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך יולי 15, 2020 8:39 am

די מערסטע מסתבר איז אז מווייסט שוין היינט אסאך בעסער וויאזוי זי אפצוגעבן מיט די וויירוס סיי אין פריע שטאפלן און סיי ווען סאיז ח״ו שוין מיר קריטיש
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

מיסתפינא
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך מיסתפינא » מיטוואך יולי 15, 2020 8:46 am

איך האב געהערט פון דער פראפעסאר יונתן הלוי, דער מנהל פון די שערי צדק שפיטאל אין ירושלים, ער איז מרמז אז ער איז מסופק צי די וויירוס האט זיך אפגעשוואכט.
בעיקר טענה'ט ער אבער אז זיי ווייסן שוין א סך בעסער ווי אזוי צי באהאנדלען די פאציענטען איידער זיי ווערן שווער קראנק ל"ע, אויב זיי קומען אין שפיטאל גענוג אין צייט.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך יולי 15, 2020 9:40 am

וואס איז שייך זיך צו דינגען?

אונז וואס אונז זעמיר געווען ביים גראונד זיראו ווייס מיר בעסער ווי פאטשו און אלע עקספערטען!

נאך וואכען וואס יעדער האט געוואוסט וועגען פארלירען די שמעק און טעם,
זענען זיי דאס וואונדערליך געוואר געווארען פון עפעס א שטודיא... זיי זענען אוט אף טאטש!

די זעלבע לגבי טויט ראטע,
1 איז אמת וועגען טעסטינג, און ניו יארק האט קאומאו געזאגט מען זאל זיך נישט טעסטען
ממילא זענען מיליאנען פאזיטיווס נישט גערעכענט געווארען,
ווי אויך זענען מענטשען געלאזט געווארען צום שטארבען אין די שפיטעלער, דאס איז א מציאות!

וועם גייט אן וואס די עקספערטען זאגען, ווען אין מציאות ווייסען עידי ראיה בעסער?
אז יענער קען קענסטו אויך

מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך מקבל » מיטוואך יולי 15, 2020 10:14 am

ר' יום טוב האט געשריבן:אויב וואלט מען מיט דריי יאר צוריק געטעסט פאר קאוויד אין ניו יארק אין די מאסן, וויפיל פראצענט וואלט צוריקגעקומען פאזיטיוו?

איך פרעג סתם.

איר האט קיין השגה ווי גוט און טיף איר פרעגט.

KMW
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך KMW » מיטוואך יולי 15, 2020 11:26 am

װײל די נאמבערס זענען פאלטש!!!!!


fraud.JPG
fraud.JPG (69.56 KiB) געזעהן 2913 מאל

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך יש בו » מיטוואך יולי 15, 2020 11:46 am

ווייל יעצט איז די היי פיעק אין רעפאבליקאנע סטעיטס, זיי הארגענען אסאך ווייניגער מענטשן
#פרא לייף
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2275
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך יולי 15, 2020 12:01 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:וואס איז שייך זיך צו דינגען?

אונז וואס אונז זעמיר געווען ביים גראונד זיראו ווייס מיר בעסער ווי פאטשו און אלע עקספערטען!

נאך וואכען וואס יעדער האט געוואוסט וועגען פארלירען די שמעק און טעם,
זענען זיי דאס וואונדערליך געוואר געווארען פון עפעס א שטודיא... זיי זענען אוט אף טאטש!

די זעלבע לגבי טויט ראטע,
1 איז אמת וועגען טעסטינג, און ניו יארק האט קאומאו געזאגט מען זאל זיך נישט טעסטען
ממילא זענען מיליאנען פאזיטיווס נישט גערעכענט געווארען,
ווי אויך זענען מענטשען געלאזט געווארען צום שטארבען אין די שפיטעלער, דאס איז א מציאות!

וועם גייט אן וואס די עקספערטען זאגען, ווען אין מציאות ווייסען עידי ראיה בעסער?

זאגסט גוט, ווער טראסט נאך היינט סייענטיסטען וואס וועלען מאכען דער מציאות שטימען מיט זייער פאליטיק.

מען זעהט ווי פאלש זיי זענען און ווי זיי שפילען זיך פאלשערהייט מיט די נומערן, עס שטארבען היינט ווייניגער מענטשן פון קאוויד ווי פון דער פלו, אבער דער מגיפה איז נאך בתוקפו ביי זיי אין קאפ.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך יולי 15, 2020 12:26 pm

אין נוא יארק ווען מען וואלט ווען געטעסט יעדעם מוצאי פורים אויף דעם פארנעם וואס מען טעסט יעצט אין אנדערע סטעיטס וואלט מסתמא געווען 6 digit פאזיטיוו קעיסעס יעדן טאג. מען האט דעמאלטס כמעט קיינעם נישט געוואלט טעסטען, א חוץ די גאר קראנקע.
לגבי די טויט ראטע, די כאאס וואס די רעגירונג האט אנגעדרייט פאר סיי וועלכע סיבה ס׳זאל נישט זיין, האט אוועקגעלייגט הונדערטער מענטשען סיי אין שפיטעלער און סיי אינדערהיים צוליב דעם וואס מענטשען וואס האבן יא געדארפט אנקומען אין שפיטאל האבן מורא געהאט ארייצוגיין, און מיט רעכט.

נקודה למחשבה: סך הכל קומט אויס אז פלארידא, טעקסעס, קאליפארניע א.א.וו. האלטן נאך זייער ווייט פון ווי נוא יארק האט געהאלטן מוצאי פורים ווען מען רעדט פון פאזיטיוו קעיסעס. עס איז שטארק יתכן אז ווען סיי וועלכע סטעיט וועט האבן קרוב צו 100 אלפים פאזיטיווס א טאג וועלן אויך שטארבן הונדערטער מענטשען א טאג. ממילא איז פאלטש צו טענה׳ן אז די פאטאליטי רעיט איז אראפ.

אלס א זייטיגע נאטיץ, פלארידא און אנדערע סטעיטס לאזן אויך נישט אריין קיין באזוכער אין שפיטאל. נאכאלס שטארבט מען נישט ווי אין נ.י. איך מיין נישט צו בארעכטיגן נ.י.׳ס פאליסי, אבער פשוט אלס פאקט טוט דאס אביסל פארנעפלען די טענה אז מען מוז אריינלאזן באזוכער אין שפיטאל.

יא, איך ווייס אויך אז מען מוז זיין מיט א חולה אין שפיטאל סיי אין פרידענס צייטען און כ״ש יעצט. איך האב אליינס מיטגעהאלטן נאנטע געשיכטעס ווי מען וואלט ווען געקענט ראטעווען לעבנס ווען מען וואלט געווען מיטן חולה. איך שרייב נאר אז אלס די פאקטן אויס, טוט דאס פארנעפלען די תביעה צו שפיטעלער.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יולי 15, 2020 2:19 pm

אלע סיבות וואס מען האט דא אויסגערעכנט מאכן סענס, אבער איך מיין אז די מערסטע מסתבר איז דאס וואס דער פוה"א האט געשריבן אז עס האט מיט די סעזאן, און עס האט נישט נאר צוטון מיט די היץ אדער וויטאמין די שטאפלען נאר אונזער אימיון סיסטעם רעאגירט אנדערש צו פארשידענע ווירוסעס אין פארשידענע סעזאנען צוליב סיבות וואס מיר פארשטייען נאכנישט.

חדשות
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 15, 2020 2:49 pm

Programming האט געשריבן:ניו זילאנד איז אויך ווינטער


אין ניו זילאנד איז יעצט נישטא דער וויירוס, סא איז נישטא קיין פאטאליטי ראטע...

רעדענדיג פון ניו זילאנד ווען עס איז יא גווען די וויירוס דארט אין מארטש-אפריל "זומער" איז די פאטאליטי ראטע גווען גאר נידריג, ענליך צו אמעריקא יעצט. פאר סאם ריזאן האט מען דארט נישט געטעסט ווייניגער מענטשען וואס האט געברענגט די הויכע פאטאליטי ראטע אין "אלע" מערב לענדער...

חדשות
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 15, 2020 2:53 pm

יעצט איך אגרי אז מען האט נאר געטעסט א פרעקשאן פון די מענטשען וואס האבן עס באקומען אין מארטש-אפריל-, אבער דו האלטס טאקע אז אין יוני-יולי טעסט מען יא יעדעם??? עס איז היינט אויך א פרעקשאן, פילייכט אביסל א גרעסערע פרעקשאן, אבער ווייט פון גענוג מסביר צו זיין די 70-90% רעדוקציע אין פאטאליטי רעיט וואס מען זעט, נאכאמאל אין אלע סטעיטס און מערב לענדער.

חיים ברוך
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 3:15 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך חיים ברוך » מיטוואך יולי 15, 2020 3:19 pm

לענ״ד איז עס ווייל אין אנהייב האט מען נישט געוויסט פינקטליך וואס דאס איז ממילא איז געווען מער כאאס אין דו שפיטעלער נירסעס האבן נישט געוואלט ארבעטען משום פחד וכ׳ משא״כ יעצט זענען די שפיטעלער מער ראיג אין עס איז דא מער נערסעס ממילא קען מען ראטיווען מער מענטשען

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3873
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יולי 15, 2020 3:20 pm

חיים ברוך האט געשריבן:לענ״ד איז עס ווייל אין אנהייב האט מען נישט געוויסט פינקטליך וואס דאס איז ממילא איז געווען מער כאאס אין דו שפיטעלער נירסעס האבן נישט געוואלט ארבעטען משום פחד וכ׳ משא״כ יעצט זענען די שפיטעלער מער ראיג אין עס איז דא מער נערסעס ממילא קען מען ראטיווען מער מענטשען

;l;p-
שויתי ה' לנגדי תמיד

חיים ברוך
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 3:15 am

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך חיים ברוך » מיטוואך יולי 15, 2020 3:21 pm

אין אויכעט שיקט מען שוין נישט קיין קאויד פעשענס צי די נירסינג האמס ממילא איז דא ווייניגער טויטע

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: פארוואס איז קאוויד פאטאליטי ראטע דראסטיש אראפ.

תגובהדורך גראמער » מיטוואך יולי 15, 2020 3:24 pm

חיים ברוך האט געשריבן:אין אויכעט שיקט מען שוין נישט קיין קאויד פעשענס צי די נירסינג האמס ממילא איז דא ווייניגער טויטע


ליגט אמת דערין, למעשה זענען א ריזן פראצע פון די טויטע פון אלע סטעיטס אין די נורסינג האומס.

פלארידע דאכט זיך זענען מער ווי 50% פון די טויטע אין נורסינג האומס.
לעצט פאראכטן דורך גראמער אום מיטוואך יולי 15, 2020 3:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באגלייבט, חדשות, פעטער ליפא און 9 געסט