פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
האמת הצפון האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:א גוטן טאג
איידער איך נעם מיך צום טאג'ס ארדענונג, לאמיר מעלדן א שטיקעלע באריכט פונעם היינטיגן שפאציר
ווי אפגעשמועסט מיט "או. די. עי." האב איך באקומען אן אפוינטמענט אויף היינט מיטוואך צו שענקן פלאזמא
זיי שטעלן צו א פערזענליכע שאופער פאר ביידע וועגן (כ'האב פערצופאל געהאט 2 אנדערע דרייווערס. זיי נוצן א גאנצע פלאטע קארס)
זיי האבן מיך נעכטן גערופן באשטעטיגן אז איך גיי, און געזאגט אז דער דרייווער וועט מיך אנרופן ווען ער וועט זיין אויפ'ן וועג צו מיר
עס איז געווען אפגעשמועסט פאריגע וואך אז היות דער אפוינטמענט איז 2:00 נאכמיטאג, וועט מען מיך אפנעמען 12:00. דערווייל האט דער דרייווער מיך אנגערופן היינט צופרי און געזאגט אז ער וועט שוין זיין ביי מיר 11:30. למעשה האב איך באקומען א רוף ארום 11:15 אז ער איז שוין דא. האב איך מיך צוגעאיילט און ארויס בעפאר פרישטאג. (נאך געטרונקן א קאווע אינדערפרי און א קאווע נאכ'ן דאווענען, ווי דער טעגליכער רוטין)
דער וועג האט געדויערט קנאפע 2 שעה, מ'פארט טיף ביז דרום דזשערזי (אונטערוועגנס האב איך געזען שילדן אויפ'ן הייוועי מיט עקזיטס וואס פירן קיין פילאדעלפיע און קיין דעלעוועיר), א געגנט וואס הייסט טשערי היל, און מ'קומט אן צו א לאבראטאריע וואס רופט זיך B POSITIVE https://www.bpositivetoday.com/b-positi ... ry-hill-nj
איך האב געפרעגט דעם דרייווער אויב איך דארף מיך אנטוהן א מאסק אין קאר, און ער האט געזאגט אז עס ווענדט זיך אין מיר. כ'האב אים געמאלדן אז איך בין באקוועמער אנע דעם, וכן הוה. אבער אנקומענדיג אהין האב איך יא אנגעטוהן א מאסקע, ווי אלע אנדערע דארט אינעם פלאץ.
די ערשטע זאך האב איך מיך איינגעשריבן אינעם צעטל ביים דעסק, און באמערקט אז אלע נעמען בעפאר מיר זענען פון היימישע אידן... מענער און פרויען מיט עכט היימישע פאמיליע נעמען. איך האב אבער נישט געזען די מענטשן, מסתמא האבן זיי געהאלטן אינמיטן געבן בלוט אין די אינעווייניגסטע שטיבער. אינדרויסן האב איך געזען איין היימישן אינגערמאן וואס האט זיך ארומגעדרייט, און א חרדי'שער וואלונטיר וואס האט מיר ארויסגעהאלפן במשך די גאנצע צייט וואס איך בין דארט געווען מיט אלעם וואס איך האב נאר געדארפט. ער האט מיר געשאנקן א פלעשל וואסער איידער מ'האט גענומען מיין טעפרעטואר (זאגנדיג אז וויבאלד איך קום פון א וועג פון צוויי שעה, קען עס צייגן כאילו איך האב פיבער, און עס איז גוט צו טרינקן אביסל בעפאר). ער האט זיך צוגעשטעלט נעבן מיר ביים קאמפיוטער קיאסק וואו מען דארף ענטפערן א מיליאן פראגעס, און געענטפערט אלע פראגעס אנשטאט מיר אין מינוטן (כ'האב אים געזאגט אז ער מוז האבן רוח הקודש, צו וויסן מיין גאנצע היסטאריע פון אויסנווייניג.. ער האט געענטפערט אנשטאט מיר אלע סארט פראגעס).
איך האב געדארפט לייגן מיין דיקע פינגער אויף א מאשינקע דריי מאל, דאן די טייטל פינגער דריי מאל, דאן די זעלבע זאך מיט די פינגער פון די אנדערע האנט... דאס רעקארדירט דיך אינעם סיסטעם. דאן שיקט מען מיר אריין צו א זייטיגע צימער, וואו איך האב געדארפט אפזייפן מיין האנט, זיך אפווישן מיט פאפיר, און אנטוהן א הענטשוך אויף איין האנט (פרעג מיך נישט פארוואס).
פון דארט בין איך צוגעפירט געווארן צו א דעסק, וואו איך האב מיך אראפגעזעצט קעגן אן איינגעשטעלטער וואס האט געהאט אויסער א מאסקע אויך א פנים פאנצער פון פלעסטיק, אין צוגאב דערצו האט ער געהאט אן אקצענט, אזוי ארום האב איך ממש נישט פארשטאנען וואס ער רעדט... צו מזל האט ער געהאט אן עומדת על גביו וואס האט איבערגעזאגט יעדע זאך, א פאקט וואס האט אים אויפגערעגט ווייל "ער קען אליין"...
הכלל, ער האט גענומען פון מיר מיין נאמען און געבורטס דאטום, דאן האט ער מיר געבעטן אויסצושטרעקן א פינגער, געגעבן א שטעכל, און ארויסגעקוועטשט עטליכע טראפנס בלוט וואס ער האט אריינגעכאפט אין א דינטשיגע שטרויעלע. דער שטרוי איז אריינגעשטעלט געווארן אין א מאשינקע, און נאך זעכציג סעקונדעס איז די רויטע חלק פון די בלוט געווען אפגעטיילט פון די ווייסע. די ערשטע זאך האבן זיי געטעסט מיין 'אייזן' (אייראן), און ב"ה דאס איז געווען פיין. די צווייטע זאך האבן זיי אריינגעטראפט א טראפעלע פון די ווייסע חלק אין אן אנדערע מאשינקע, צו טעסטן די מאס פראטיען וואס איך פארמאג. זיי האבן געזאגט אז עס מוז זיין צווישן 6 און 9, און ליידער האב איך געהאט 9.3... דאס האט מיך געמאכט אומקוואליפיצירט צו מנדב זיין פלאזמא דעם היינטיגן טאג.
אויף די טאוול אין דער זייט איז געשטאנען, אז עס איז אומערלויבט איבערצומאכן דעם טעסט נאכאמאל אין פאל עס קומט אויס אומגוט... דער ארבייטער איז אריין רעדן צום סופערווייזער, און איז צוריקגעקומען אז דינא דמלכותא דינא... מ'קען גארנישט איבערמאכן. די סופערווייזער איז ארויסגעקומען מיט א פארמאכטע ענוועלאופ וואס זי האט מיר געשאנקן זאגנדיג "קאמפענסאציע". (אויפ'ן וועג אהיים האב איך דאס אויפגעמאכט, אנגערופן די נומערן אויפ'ן דעביט קארטל און געהערט אז עס פארמאגט 200 דאלער!)
יעצט, איך ווייס נישט פונקטליך וואס הויכע פראטיען דארף צו מיינען, אדער וויאזוי מען קען דאס נידערן, דערפאר וועל איך מיך מסתמא נישט אזוי שנעל ארויסלאזן אויף אזא לאנגע וועג על צד הספק...
(זייטיגע נאטיצן: איך בין צוגעוויזן געווארן צו זייטיגע צימערן וואו עס איז דא פרידזשידערס מיט פיינע היימישע מאכלים און געטראנקן, און אויך א קאנפערענץ צימער וואו איך קען מיך אוועקזעצן עסן. איך האב מיך טאקע אראפגעזעצט דארט און געגעסן דאס ביסל מזונות וואס איך האב מיר מיטגעברענגט פון שטוב. שמועסנדיג דערביי מיט א אינגערמאן פון ב"פ וואס האט יא געשאנקן פלאזמא [ער האט געהאט די קאראנע אויף א שטארקן אופן במשך דריי וואכן, ביז פסח. ער זאגט אז ער האט געהאט אלע סארט סימפטאמען אויסער - ב"ה - אטעמען פראבלעמען].
ווי נאר איך האב געדארפט אהיימגיין, האט דער היימישער וואלונטיר דארט אנגערופן די קאר סערוויס פירמע וואס פארפיגט מיט טראנספארטאציע, און ביז געציילטע מינוטן איז אריינגעקומען א טעלעפאן רוף פון מיין שאופער אז ער איז גרייט צו פארן, ויסעו.)
הערליכע באריכט!
יעצט זאל עמיצער וואס האט למעשה יא געגעבן פלאזמא אראפלייגן אזוי גיט א באריכט
וואס איז שייך צוצולייגן?
נאכן טשעקן די פראטיען מיט בלאד פרעשור, און נאך עטליכע זאכן וועט מען די ערשטע מאל דורכגיין א פיזיקעל אונטערזיכונג.
אגב, די הענטשוך נאכן וואשן די הענט איז אז די זאלסט נישט טאטשען די טאטש סקרין מיט דיינע הענט, און נאר איינס, ווייל די אנדערע הענט דארפסטו לייגן פאר פינגערפרינטס, ווי אויך געבט מען צו סטערילייזן די פינגערפרינט מאשין.
בקיצור ביי די פיזיקעל וועסטו דארפן דורכגיין א עקזעם, איך געדענק נישט ווען איך בין דורך אזא עקזעם קען זיין אלץ קינד, און נאכדעם פרעגט מען דיר אויס אלע מיני קושיות בעיקר וואס זיי זענען באזארגט, איז אויב דיין בלוט האט א ווירוס ווי למשל HIV, און ביי מיר האט שוין די נורס פונקטליך געוואוסט אז ביי חרדישע אידן איז עס נישט שייך, אבער עס איז די רול.
אגב אז מען רעדט פון קידוש השם, די נוירס האט זיך יעצט די ערשט מאל געגענט מיט חסידישע אידן און זי איז ממש נתפעל פון אונזער לייפסטייל.
נאך די עקסעם פון איבער א שעה, גייט מען אריין אין א רום מיט אסאך טשעירס און די מאשינען, די צוויי מאל וואס איך בין דארט געווען איז געווען היפש ליידיג.
ביי א פעשליכע נעמט מען ארויס מער, אגב עס איז די ערשט מאל וואס מען האט מיר אפרישיעטעט פארן זיין איבערוואגיג...
זיי צאלן מער לויט די וואג (ביי די אידן איז עס אנדערש ווייל די ארגאנעזעישאן געבט די 200 נישט קיין חילוק, אזוי ווי לכאורה זאגט אז ער האט באקומען אפילו זיין פראטיען איז געווען נישט גוט, מיר האט די נוירס געזאגט אז אויב קענסטו נישט האבן באקומסטו פון זיי גארנישט.)
די ערשט מאל האט מיר עס געדויערט 50 מינוט, די צווייטע א שעה, בעסיקלי ארבעט עס אז מען טוט דיר אן אזוי ווי ביים טשעקן דיין בלוט פרעשור, און בשעת עס איז טייט דארפסטו פאמפען און דענמאלטס גייט ארויס פון דיר בלוט דערנאך ווען עס ווערט רילעקסד דענמאלטס קומט צוריק אריין דיין בלוט מיינוס די פראטיען און אנדערער פלאזמא וואס זיי האלט אין די מאשין.
ביי מיר איז עס געווען פינף סייקלס די לעצטע סייקל איז געווען זייער שנעל ווייל עס איז געווארן כמעט פול פון די לעצטע מאל.
דערנאך טראגט מען דיר צו רום צי נעמען עסן און ויסעו אהיים.
לעצט פאראכטן דורך לעיקוואד אום מיטוואך יולי 15, 2020 8:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2034
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
@לכאורה, פאר אזא שריפט דארף מען דיר טאקע אויס טשעקן...
שוין געגעבן דריי מאהל ביי ניו יארק בלוט באנק.
דאס ערשטע מאהל דורך די לאקאלע דרייוו וואס האט אהינגעשיקט קיין ניו בראנסוויק.
די קומענדיגע צוויי מאהל איז געווען אויפן רוף פונעם בלוט באנק צו בעטן פאר נאך א דאנעישאן.
קיין איין מאהל שוואך געווארן ב"ה.
גיימיר גיין נאכאמאהל אי"ה דורך די ארגאניזאציע.
@לעיקוואוד, פון וואסערע סארט עקזעם רעדט מען דא? דארף איך וויסן צו כ'האב געדולד דערצו.

קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
די בלאד בענק נעמט מען ארויס און עס בלייבט אינדרויסן, און אויב די האסט געגעבן די לעצטע 2 חדשים קענסטו נישט געבן קיין פלעזמע.
די פיזיקעל עקזעם טשעקט מען דיר דורך פון טאפ טו באדעם, די נוירס האט מיר געזאגט אז דאס איז אזוי ווי די יערליכע עקזעם וואס מען דארף נעמען, איי געס אז ב"ה אז מען איז געזונט און מען האט נישט געזען קיין דאקטער יארן, איז עס ביי מיר געווען מער אויפפאלענד. און איינוועגס האב איך מיך שוין געפריידט אז איך האב א אומזינסט טשעק אפ.
לגבי קאראנע, איך וויל נישט ח"ו מאכן קיין עין הרע, אבער איך האב נישט געהאט קיין שום טאג וואס איך האב נישט גוט געפילט עטליעסט פון נאך פורים, ווען מען האט שוין גערעדט דערפון, און איך האב א הויכע אנטיבאדיס, און טאקע וועגן דעם צי געבן א שבח והודי' פארן רבוש"ע בין איך געווען גרייט צו דאנעיטען, און אויב איז באשערט צי כאפן א נידל אדער זען א דאקטער/נוירס זאל עס נאר זיין דא

אגב ווען איך האב נאכגעוואוינט אין ברוקלין האב איך געגעבן אסאך מאל בלוט פאר ביקור חולים, ווען זיי זענען געקומען קיין ווייליאמסבורג צו קאנטינענטאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:52 pm
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
איך בין דארט געוועין צוויי וואכן צירוק, וויבאלד עס איז געווען נאך אנפאנג פון זייער קאמפעין האב איך געטראפן דארט בלויז איין איד, חוץ דו אינגערמאן וואס העלפט דארט ארויס,
עס איז געוועין א פיינע עקספיריענס, 6 שעה פון ווען איך בין ארויס פין מיין הויז ביזן זיין צירוק, דארט אליין נעמט בערך 2 שעה +,
ב"ה איך האב געהאט מיטגענימען א ספר אז ווען איך בין געליגען פאר בערך 50 מינוט אין פארנט פון א ריזיגע ט"וו סקרין האב איך גגעהאט אין וואס אריין צוקיקען, אגב זיי לאזן נישט כאפן א דרימל סא מען מיז האבן עפעס מיט וואס זיך צו האלטן אויף,
זיי געבן א קרעדיט\דעביט קארד וואס ליגט אויף דעים $200
אויב מען גייט א צווייטע מאל נעמט עס נישט אזוי לאנג.

- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5803
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
יעצט איז דא א פרישע אינטערוויאו פון ר' פנחס גלויבער מיט ר' חיים מאיר לעבאוויטש איבער די יעצטיג פלאזמא בלוט דרייוו, און וואס מ'האט שוין אלס אויפגעטוהן דערמיט.
https://www.yiddish24.com/interviews/12/22311
פון די שמועס קומט מיר אויס אז די בלוט דרייוו פון "רפואה העלפ ליין" ארבייט נישט צוזאמען מיט ר' לעבאוויטש. וואס זיי טוען מיט די בלוט איז נאך אלס נישט געווארען אויסגעקלארט.
אבער פון די אנדערע זייט זאגט ר' ח"מ לעבאוויטש אז זיי גייען יעצט מאכן א נייע דרייוו, כדי צו קענען שיקן די פלאזמא פאר אידן וואס דארפען עס יעצט אין פלארידע, היות זיי האבן שוין געשיקט פילע יוניטס דירעקט פאר אידן אין פלארידע.
בידערווייל זאגט ער אז היינט יום ה' גייט זיין א נייע דריוו אין מאנסי, און קומענדע וואך גייט זיין א דרייו אין די סיטי.
ווי אויך גיט ער איבער אז ס'איז דא א מאנגעל פון פלאזמא פון בלוט טייפ O פאזיטיו.
איינער מיט דיעטילס איבער די דרייווס זאל ביטע אריינקומען.

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 876
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
- לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
נא_שכל האט געשריבן:
איינער מיט דיעטילס איבער די דרייווס זאל ביטע אריינקומען.
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
האב איך גענומען די אנטי-באדי טעסט ביי רפואה און זיי זאגן מיר אז די רעזולטאט איז 11 און זיי ראטן אז איך זאל איבערנעמען דעם טעסט. איינער קען אפשר ערקלערן וואס די נאמבער מיינט? קען איך ביישטייערן פלאזמא?
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
איך ווייס נישט וויפיל מ'דארף האבן מינומים צו הייסן אז מ'האט אנטי באדיס אבער דער עולם האט 100 ביז 400 און נאך העכער
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
ווי איך פארשטיי זענען פארהאן עטליכע ערליי נאמבערס.
---
אגב, פרעזידענט טראמפ האט נעכטן פראמאוטעט פלאזמא דאנעישאנס אויף טוויטער.
---
אגב, פרעזידענט טראמפ האט נעכטן פראמאוטעט פלאזמא דאנעישאנס אויף טוויטער.
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
Donald J. Trump (@realDonaldTrump) · Twitter
My Administration has been focused on finding treatments for Coronavirus. If you’ve recovered from Coronavirus, donate your plasma today to help SAVE LIVES! Together, we will beat the Virus!
Coronavirus.gov
---
Remarks by President Trump in a Roundtable
on Donating Plasma

- וואס עפעס?
- שר האלפיים
- תגובות: 2226
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
קעניך ערגעץ טשעקען צו כהאב ענטיבאדיס אן צאלן געלט ? אן בילן מיין אינשורענס ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr
בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן
צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894
Credit: Donald Trump Jr
בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן
צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5803
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
א שירעם נאך א רעגן!
פאריגע וואך דאנארשטיג איז פארגעקומען א פלאזמא דרייוו דורך ווילאמסבורג הצלה.
האט זיך איינער באטייליגט דארט? איז געווען אסאך מענטשען?
***
ר' יחיאל פאזען פארציילט אז מ'האט אים געגעבן פלאזמא אין שפיטאל, און נאך א קורצע צייט האט ער אנגעהויבן צו שפירן סאך בעסער.
פאריגע וואך דאנארשטיג איז פארגעקומען א פלאזמא דרייוו דורך ווילאמסבורג הצלה.
האט זיך איינער באטייליגט דארט? איז געווען אסאך מענטשען?
***
ר' יחיאל פאזען פארציילט אז מ'האט אים געגעבן פלאזמא אין שפיטאל, און נאך א קורצע צייט האט ער אנגעהויבן צו שפירן סאך בעסער.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 460
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
קליינע טאטע האט געשריבן:איך בין דארט געוועין צוויי וואכן צירוק, וויבאלד עס איז געווען נאך אנפאנג פון זייער קאמפעין האב איך געטראפן דארט בלויז איין איד, חוץ דו אינגערמאן וואס העלפט דארט ארויס,
עס איז געוועין א פיינע עקספיריענס, 6 שעה פון ווען איך בין ארויס פין מיין הויז ביזן זיין צירוק, דארט אליין נעמט בערך 2 שעה +,
ב"ה איך האב געהאט מיטגענימען א ספר אז ווען איך בין געליגען פאר בערך 50 מינוט אין פארנט פון א ריזיגע ט"וו סקרין האב איך גגעהאט אין וואס אריין צוקיקען, אגב זיי לאזן נישט כאפן א דרימל סא מען מיז האבן עפעס מיט וואס זיך צו האלטן אויף,
זיי געבן א קרעדיט\דעביט קארד וואס ליגט אויף דעים $200
אויב מען גייט א צווייטע מאל נעמט עס נישט אזוי לאנג.
ביים צווייטן מאל קריגט מען א צווייטן קארטל..?
-
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:52 pm
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
איך בין נישט געעוועין א צוויטע מאל, אבער ווי זיי האבן געזאגטט געבן זיי יעדעס מאל $200,
לכאורה פולן זיי אן נאכאמאל אן די קארטל
לכאורה פולן זיי אן נאכאמאל אן די קארטל
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
איך האב אויך פארשטאנען פון זיי אז מ'נוצט איבער דעם זעלבן קארטל
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
איינער האט אפשר בילדער פון די פלאזמא דרייוו?
- מיין שטעלונג
- שר חמש מאות
- תגובות: 801
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם
בילדער פון וואס? פון די מאבילס וואס טעסטן אנטי באדיס? אדער פון די מענטשן וואס ליגן אויף די בעטן אין מאונט סיינאו און מ'שעפט ארויס דעם פלאזמא פון זיי? (פון די לעצטע טאר מען נישט שיקן קיין בילדער, ווי די שילדן אויפן פלאץ ווארענען אז מ'טאר ניטאמאל "כאפן" קיין בילדער).
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט