פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 13, 2020 6:17 pm

ס'איז לכאורה ברייט באקאנט פאר יעדעם, די גרויסע פלאזמא בלוט דרייוו וואס האט זיך אנגעהויבן פאר פסח, ס'איז געווען א צוזאמארבייט פון עטליכע שפיטעלער און היימישע העלט סענטערן, בהשתדלות ר' חיים מאיר לעבאוויטש שליט"א.

די שפיטעלער זענען געווען מאונט סיינאי אין מאנהעטן, און די געשעצטע מעיאו קליניק. אנגעהויבן צו טעסטען האט מען אין רפואה העלט סענטער, ווי אויך אין לעיקוואוד, און דערנאך אין ווילאמסבורג ביי או די עי און אנדערע סענטערן.

די תוצאה דערפון איז געווען געוואלדיג, און מ'האט דורך דעם געראטוועט פילע לעבנס.

***

לעצטענס איז דא פילע מודעות אז ס'קומט פאר א פלאזמא דרייוו, דורך רפואה העלפליין, און מ'באקומט א 200 גיפט קארטל.

מיין שאלה איז וואס גייט מען יעצט טון מיט די פלאזמא?

ווער שטייט אונטער דעם?

גייט עס פאר אידן?

קען מען נעמען די אנטיבאדיס און אוועקלייגן פאר זיך אליינס ח"ו אויב ס'קומט א צווייטע כוואליע?

***
ביטע אריינקומען דא מיט עני אינפארמאציע איבער פלאזמא.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

ויכתב
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:19 am

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך ויכתב » מאנטאג יולי 13, 2020 6:25 pm

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 13, 2020 6:42 pm

ויכתב האט געשריבן:https://www.yiddish24.com/interviews/12/21374

די אינטערוויאו איז פון ר' ח"מ לעבאוויטש מיט ר' פנחס גלויבער (וואס קומט זיך אגב אויך אסאך קרעדיט פארן מפרסם זיין דאס ענין, און אסאך אידן האבן צוליב אים געגעבן בלוט). איבער ווייטערדיגע פלענער וואס זיי האבן, צו נוצן די בלוט אלס א פרעווענטיוו מיטל, אדער יענע דרייוו איז נאכנישט אקטיוו.

מיין שאלה איז אויף אנדערע דרייוו'ס וואס זענען יעצט אקטיוו.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 13, 2020 6:46 pm

איך האב אנגערופן א נומער וואס איז געשטאנען אויפ'ן דבר יום ביומו (אונטער'ן קעפל "רפואה העלפ ליין", געלאזט א מעסעדזש, און מ'האט מיך צוריקגערופן א טאג דערויף - שבעה עשר בתמוז - פון "או. די. עי."

נאכ'ן אויספרעגן א גאנצע סעריע פראגעס, האבן זיי מיר באשטימט אן אפוינטמענט אויף דעם מיטוואך אי"ה

דער פלאץ איז אין ניו דזשערזי, און מען שטעלט דיר צו א פריוואטע קאר אומזיסט ביידע וועגן, אין צוגאב צו צוויי מאות (וואס איך האב נישט געוואוסט און נישט גע'חלומ'ט דערפון ביים זיך איינשרייבן)

פאר וועמען דאס גייט און ווען דאס גייט גענוצט ווערן, ווייס איך נישט
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 13, 2020 6:53 pm

יישר כח, לכאורה!

די טאט איז זייער פאסענד פאר דיר, דו גייסט מוסיף והולך זיין מיט דיין געוואלדיגע מדת החסד והתנדבות.

בשעת ביסט דארט, אפשר קענסט זיי פרעגען אויב זיי קענען אוועקלייגן אביסל פון די אנטי באדיס פאר נדבן זעלבסט?

[די נערווען קראצן מיר אביסל וועגן רי-אינפעקשאן... ח"ו היה לא תהיה.]
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 13, 2020 6:55 pm

מיר דאכט זיך אז דער נדבן אליינס בויעט תיכף צוריק אויף זיינע אנטיבאדיס

(כ'ווייס נישט אויב ס'וועט זיין וועמען צו פרעגן, מ'קומט אן צו א קליניק און פארטיג)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 13, 2020 7:01 pm

לכאורה האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז דער נדבן אליינס בויעט תיכף צוריק אויף זיינע אנטיבאדיס

(כ'ווייס נישט אויב ס'וועט זיין וועמען צו פרעגן, מ'קומט אן צו א קליניק און פארטיג)

כ'פארשטיי אז מ'ליידיגט נישט אויס דעם מענטש פון אלע אנטיבאדיס, און דורכדעם (לכאורה) באשאפט זיך נייע אין זיין בלוט. אבער אויב האלט זיך די אנטי באדיס אינעם מענטש נאר פאר עטליכע חדשים, אזוי ווי מאנכע סייענטיסטן שפאקולירן, דאן איז דא א צייט וואס ס'וועפט אויס.

אבער אויב קען מען אוועקלייגן (פריזען, וכדומה) די אנטי באדיס, דאן קען מען עס אוועקלייגן פאר זיך, אז אויב ח"ו ווערט דער מענטש נאכאמאל אנגעשטעקט נאכדעם וואס די אנטי באדיס אין זיין קערפער האט שוין אויסגעוועפט, ווער מען אים קענען אריינלייגן זיינע פריערדיגע אנטי באדיס און ס'וועט אים בעז"ה אויסהיילן שנעל און גרינג.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יולי 13, 2020 7:20 pm

וועלן מיר ווארטן די יודעי דבר זאלן זיך דא אנרופן
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך Programming » מאנטאג יולי 13, 2020 7:45 pm

איז נישט געווען באריכטעט לעצטנס אז למעשה האט די גאנצע זאך נישט צופיל אויפגעטון? עפעס אזא העדליין האב איך געזען

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג יולי 13, 2020 8:36 pm

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח, לכאורה!

די טאט איז זייער פאסענד פאר דיר, דו גייסט מוסיף והולך זיין מיט דיין געוואלדיגע מדת החסד והתנדבות.

בשעת ביסט דארט, אפשר קענסט זיי פרעגען אויב זיי קענען אוועקלייגן אביסל פון די אנטי באדיס פאר נדבן זעלבסט?

[די נערווען קראצן מיר אביסל וועגן רי-אינפעקשאן... ח"ו היה לא תהיה.]

צו באראינגען די נערווען אביסעל,
סדא דאקטורים וואס זאגען אז אין די אנטי באדיס ליגט אויך די טי סעלס אזעלכע וואס ליגט אין די אנטי באדיס פין סעריס,
וואס דעי אנטי באדיס האלטן זיך פאר יארן לאנג.
עס איז נאר זייער שווער עס צו טרעפן.

מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך מקבל » מיטוואך יולי 15, 2020 10:40 am

Programming האט געשריבן:איז נישט געווען באריכטעט לעצטנס אז למעשה האט די גאנצע זאך נישט צופיל אויפגעטון? עפעס אזא העדליין האב איך געזען

עס איז אויך געווען אומצאליגע העדליינס אז היידראקסיקלאריקווין ארבעט נישט, און רעמדעסיוויר יא.
ווי לאנג עס וועט זיין וואקסין אינדזשעריס, וועט זיין אנטי וואקסינער.
ווי לאנג וואקסין אינדזשעריס וועט ווערן דענייד ביי די עסטעבלישמענט, וועט זיין אנטי עסטעבלישמענט.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך יולי 15, 2020 1:22 pm

איך האב געגעבן שוין צוויי מאל, מען דארף געבן צוויי מאל מינימום אז מען זאל קענען בכלל ניצן עס.
די פלאזמא האט עכט גארנישט מיט קאוויד און עס איז דא גוים וואס געבן יעדע וואך צוויי מאל און זיי באקומען געלט בערך 40 פער מאל, אבער עס איז אסאך מאל דא באנוסעס.
עס גייט פאר אסאך אנדערע קראנק, די נוירס האט מיר געזאגט די נעמען אבער איך געדענק נישט יעצט פונקטליך, אבער עס איז קראנק וואס איז נישט אזוי קאמאן ביי אונז ווען נישט וואלט איך עס מער אויפגעכאפט.
ס"ה יעצט ביי קאראנע האפט מען און מען מאכט טעסטס אז עס זאל העלפן פאר קראנקע.
עס ווערט געשיקט אלל אווער, אפילו קיין אייראפע, און לגבי די שאלה אוועקצולייגן פאר זיך אליינס איז לכאורה נישט נוגע, לויט ווי מען האט מיר געזאגט דארפן זיי האבן א בערך 25 דאנעישאן פער איין גראם/טריטמענט, און דאס מיינט אראפארן 26 מאל, ווייל די ערשטע נוצט מען נאר פאר טעסטס.
אויב זיי וואלטן געווען מער אין געגענט וואלטן לכאורה אסאך היימישע אידן געגעבן צוויי מאל א וואך אפשר איז עס טאקע א גוטע ביזנעס געלעגנהייט פאר איינעם, פשוט ביי אידן איז נישט דא אסאך קרענק וואס האלט אפ פון דאנעיטען, למשל HIV, און די היימישע עולם האט א געפיל ארויסהעלפן ווען מען קען.
ווען מען דאנעיט בולט פאר סיקור חולים למשל אין ב"פ גייט עס אויך נישט פאר אידן עס גייט אריין אין בלאד בענק, און ח"ו ווען איינער בארץ נעמט מען פון די בלאד בענק.
לויט ווי די ארגאנעזעידאן האט מיר געזוכט איז דא אן אנאימעס דאנאר וואס געבט די חילוק פון וויפיל די פלאזמא פלאץ געבט ביז 200$ און זיי צאלן אויך פאר די טראנספארטעישאן.

האמת הצפון
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך האמת הצפון » מיטוואך יולי 15, 2020 3:49 pm

נא_שכל האט געשריבן:ס'איז לכאורה ברייט באקאנט פאר יעדעם, די גרויסע פלאזמא בלוט דרייוו וואס האט זיך אנגעהויבן פאר פסח, ס'איז געווען א צוזאמארבייט פון עטליכע שפיטעלער און היימישע העלט סענטערן, בהשתדלות ר' חיים מאיר לעבאוויטש שליט"א.

די שפיטעלער זענען געווען מאונט סיינאי אין מאנהעטן, און די געשעצטע מעיאו קליניק. אנגעהויבן צו טעסטען האט מען אין רפואה העלט סענטער, ווי אויך אין לעיקוואוד, און דערנאך אין ווילאמסבורג ביי או די עי און אנדערע סענטערן.

די תוצאה דערפון איז געווען געוואלדיג, און מ'האט דורך דעם געראטוועט פילע לעבנס.

***

לעצטענס איז דא פילע מודעות אז ס'קומט פאר א פלאזמא דרייוו, דורך רפואה העלפליין, און מ'באקומט א 200 גיפט קארטל.

מיין שאלה איז וואס גייט מען יעצט טון מיט די פלאזמא?

ווער שטייט אונטער דעם?

גייט עס פאר אידן?

קען מען נעמען די אנטיבאדיס און אוועקלייגן פאר זיך אליינס ח"ו אויב ס'קומט א צווייטע כוואליע?

***
ביטע אריינקומען דא מיט עני אינפארמאציע איבער פלאזמא.

איינער וואס האט שוין געגעבן פלאזמא קען מיר ביטע ענטפערן אויב מען ווערט אפגעשוואכט דערפון?

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך טיפע קוויטש » מיטוואך יולי 15, 2020 3:59 pm

לעיקוואד האט געשריבן:איך האב געגעבן שוין צוויי מאל, מען דארף געבן צוויי מאל מינימום אז מען זאל קענען בכלל ניצן עס.

שטומט עפעס נישט מיט די עד װאס זײ שרײבן אז די פלאזמא איז אװעקצולײגן אין פאל פון א סעקאנד װעיװ ח"ו
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך יולי 15, 2020 4:03 pm

האמת הצפון האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:ס'איז לכאורה ברייט באקאנט פאר יעדעם, די גרויסע פלאזמא בלוט דרייוו וואס האט זיך אנגעהויבן פאר פסח, ס'איז געווען א צוזאמארבייט פון עטליכע שפיטעלער און היימישע העלט סענטערן, בהשתדלות ר' חיים מאיר לעבאוויטש שליט"א.

די שפיטעלער זענען געווען מאונט סיינאי אין מאנהעטן, און די געשעצטע מעיאו קליניק. אנגעהויבן צו טעסטען האט מען אין רפואה העלט סענטער, ווי אויך אין לעיקוואוד, און דערנאך אין ווילאמסבורג ביי או די עי און אנדערע סענטערן.

די תוצאה דערפון איז געווען געוואלדיג, און מ'האט דורך דעם געראטוועט פילע לעבנס.

***

לעצטענס איז דא פילע מודעות אז ס'קומט פאר א פלאזמא דרייוו, דורך רפואה העלפליין, און מ'באקומט א 200 גיפט קארטל.

מיין שאלה איז וואס גייט מען יעצט טון מיט די פלאזמא?

ווער שטייט אונטער דעם?

גייט עס פאר אידן?

קען מען נעמען די אנטיבאדיס און אוועקלייגן פאר זיך אליינס ח"ו אויב ס'קומט א צווייטע כוואליע?

***
ביטע אריינקומען דא מיט עני אינפארמאציע איבער פלאזמא.

איינער וואס האט שוין געגעבן פלאזמא קען מיר ביטע ענטפערן אויב מען ווערט אפגעשוואכט דערפון?

יעדער קען זיין אנדערש איך למשל האב די ערשטע מאל געגעבן אן טרינקען אסאך וואסער א טאג פארדעם, פשוט ווייל איך האב נישט געוואוסט פארדעם אז איך גיי געבן (מען דארף טרינקן און עסן גוט א טאג פארדעם) איך האב נישט געפילט קיין שוואכקייט, און ווידער האב איך געזען איינמאל אן אנדערען איד חלש'ן פאר עטליכע סקונדעס, און נאכדעם האט זי געזאגט אז זי האט נאר געטרינקן 4 קאפס וואסער א טאג פריער.
אויב די האסט שוין געגעבן בלוט פאר ביקור חולים דרייווס, אן קיין פראבלעמען איז עס זייער גרינג, צוליב דא גייט די בלוט צוריק און די פארלירסט כמעט גארנישט, זיי נעמען נאר פראטיענס.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך יולי 15, 2020 4:04 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב געגעבן שוין צוויי מאל, מען דארף געבן צוויי מאל מינימום אז מען זאל קענען בכלל ניצן עס.
די פלאזמא האט עכט גארנישט מיט קאוויד און עס איז דא גוים וואס געבן יעדע וואך צוויי מאל און זיי באקומען געלט בערך 40 פער מאל, אבער עס איז אסאך מאל דא באנוסעס.
עס גייט פאר אסאך אנדערע קראנק, די נוירס האט מיר געזאגט די נעמען אבער איך געדענק נישט יעצט פונקטליך, אבער עס איז קראנק וואס איז נישט אזוי קאמאן ביי אונז ווען נישט וואלט איך עס מער אויפגעכאפט.
ס"ה יעצט ביי קאראנע האפט מען און מען מאכט טעסטס אז עס זאל העלפן פאר קראנקע.
עס ווערט געשיקט אלל אווער, אפילו קיין אייראפע, און לגבי די שאלה אוועקצולייגן פאר זיך אליינס איז לכאורה נישט נוגע, לויט ווי מען האט מיר געזאגט דארפן זיי האבן א בערך 25 דאנעישאן פער איין גראם/טריטמענט, און דאס מיינט אראפארן 26 מאל, ווייל די ערשטע נוצט מען נאר פאר טעסטס.
אויב זיי וואלטן געווען מער אין געגענט וואלטן לכאורה אסאך היימישע אידן געגעבן צוויי מאל א וואך אפשר איז עס טאקע א גוטע ביזנעס געלעגנהייט פאר איינעם, פשוט ביי אידן איז נישט דא אסאך קרענק וואס האלט אפ פון דאנעיטען, למשל HIV, און די היימישע עולם האט א געפיל ארויסהעלפן ווען מען קען.
ווען מען דאנעיט בולט פאר סיקור חולים למשל אין ב"פ גייט עס אויך נישט פאר אידן עס גייט אריין אין בלאד בענק, און ח"ו ווען איינער בארץ נעמט מען פון די בלאד בענק.
לויט ווי די ארגאנעזעידאן האט מיר געזוכט איז דא אן אנאימעס דאנאר וואס געבט די חילוק פון וויפיל די פלאזמא פלאץ געבט ביז 200$ און זיי צאלן אויך פאר די טראנספארטעישאן.

שטומט עפעס נישט מיט די עד װאס זײ שרײבן אז די פלאזמא איז אװעקצולײגן אין פאל פון א סעקאנד װעיװ ח"ו

קענסט גוגלען B Positive cherry hill און זיי אליינס פרעגן

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך טיפע קוויטש » מיטוואך יולי 15, 2020 4:30 pm

איך האב מיך נישט געקריגט אױף דיך איך זאג נאר אז רפואה העלפלײן פלאזמא דרײב עד שרײבן זײ אז עס גײט אין נױט פון ח"ו א סעקאנד װעיװ.
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך טיפע קוויטש » מיטוואך יולי 15, 2020 4:31 pm

יעצט איז מײן שאלה פאר װאסערע סיבה שרײבן זײ ליגענט?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 15, 2020 4:42 pm

א גוטן טאג

איידער איך נעם מיך צום טאג'ס ארדענונג, לאמיר מעלדן א שטיקעלע באריכט פונעם היינטיגן שפאציר

ווי אפגעשמועסט מיט "או. די. עי." האב איך באקומען אן אפוינטמענט אויף היינט מיטוואך צו שענקן פלאזמא

זיי שטעלן צו א פערזענליכע שאופער פאר ביידע וועגן (כ'האב פערצופאל געהאט 2 אנדערע דרייווערס. זיי נוצן א גאנצע פלאטע קארס)

זיי האבן מיך נעכטן גערופן באשטעטיגן אז איך גיי, און געזאגט אז דער דרייווער וועט מיך אנרופן ווען ער וועט זיין אויפ'ן וועג צו מיר

עס איז געווען אפגעשמועסט פאריגע וואך אז היות דער אפוינטמענט איז 2:00 נאכמיטאג, וועט מען מיך אפנעמען 12:00. דערווייל האט דער דרייווער מיך אנגערופן היינט צופרי און געזאגט אז ער וועט שוין זיין ביי מיר 11:30. למעשה האב איך באקומען א רוף ארום 11:15 אז ער איז שוין דא. האב איך מיך צוגעאיילט און ארויס בעפאר פרישטאג. (נאך געטרונקן א קאווע אינדערפרי און א קאווע נאכ'ן דאווענען, ווי דער טעגליכער רוטין)

דער וועג האט געדויערט קנאפע 2 שעה, מ'פארט טיף ביז דרום דזשערזי (אונטערוועגנס האב איך געזען שילדן אויפ'ן הייוועי מיט עקזיטס וואס פירן קיין פילאדעלפיע און קיין דעלעוועיר), א געגנט וואס הייסט טשערי היל, און מ'קומט אן צו א לאבראטאריע וואס רופט זיך B POSITIVE https://www.bpositivetoday.com/b-positi ... ry-hill-nj

איך האב געפרעגט דעם דרייווער אויב איך דארף מיך אנטוהן א מאסק אין קאר, און ער האט געזאגט אז עס ווענדט זיך אין מיר. כ'האב אים געמאלדן אז איך בין באקוועמער אנע דעם, וכן הוה. אבער אנקומענדיג אהין האב איך יא אנגעטוהן א מאסקע, ווי אלע אנדערע דארט אינעם פלאץ.

די ערשטע זאך האב איך מיך איינגעשריבן אינעם צעטל ביים דעסק, און באמערקט אז אלע נעמען בעפאר מיר זענען פון היימישע אידן... מענער און פרויען מיט עכט היימישע פאמיליע נעמען. איך האב אבער נישט געזען די מענטשן, מסתמא האבן זיי געהאלטן אינמיטן געבן בלוט אין די אינעווייניגסטע שטיבער. אינדרויסן האב איך געזען איין היימישן אינגערמאן וואס האט זיך ארומגעדרייט, און א חרדי'שער וואלונטיר וואס האט מיר ארויסגעהאלפן במשך די גאנצע צייט וואס איך בין דארט געווען מיט אלעם וואס איך האב נאר געדארפט. ער האט מיר געשאנקן א פלעשל וואסער איידער מ'האט גענומען מיין טעפרעטואר (זאגנדיג אז וויבאלד איך קום פון א וועג פון צוויי שעה, קען עס צייגן כאילו איך האב פיבער, און עס איז גוט צו טרינקן אביסל בעפאר). ער האט זיך צוגעשטעלט נעבן מיר ביים קאמפיוטער קיאסק וואו מען דארף ענטפערן א מיליאן פראגעס, און געענטפערט אלע פראגעס אנשטאט מיר אין מינוטן (כ'האב אים געזאגט אז ער מוז האבן רוח הקודש, צו וויסן מיין גאנצע היסטאריע פון אויסנווייניג.. ער האט געענטפערט אנשטאט מיר אלע סארט פראגעס).

איך האב געדארפט לייגן מיין דיקע פינגער אויף א מאשינקע דריי מאל, דאן די טייטל פינגער דריי מאל, דאן די זעלבע זאך מיט די פינגער פון די אנדערע האנט... דאס רעקארדירט דיך אינעם סיסטעם. דאן שיקט מען מיר אריין צו א זייטיגע צימער, וואו איך האב געדארפט אפזייפן מיין האנט, זיך אפווישן מיט פאפיר, און אנטוהן א הענטשוך אויף איין האנט (פרעג מיך נישט פארוואס).

פון דארט בין איך צוגעפירט געווארן צו א דעסק, וואו איך האב מיך אראפגעזעצט קעגן אן איינגעשטעלטער וואס האט געהאט אויסער א מאסקע אויך א פנים פאנצער פון פלעסטיק, אין צוגאב דערצו האט ער געהאט אן אקצענט, אזוי ארום האב איך ממש נישט פארשטאנען וואס ער רעדט... צו מזל האט ער געהאט אן עומדת על גביו וואס האט איבערגעזאגט יעדע זאך, א פאקט וואס האט אים אויפגערעגט ווייל "ער קען אליין"...

הכלל, ער האט גענומען פון מיר מיין נאמען און געבורטס דאטום, דאן האט ער מיר געבעטן אויסצושטרעקן א פינגער, געגעבן א שטעכל, און ארויסגעקוועטשט עטליכע טראפנס בלוט וואס ער האט אריינגעכאפט אין א דינטשיגע שטרויעלע. דער שטרוי איז אריינגעשטעלט געווארן אין א מאשינקע, און נאך זעכציג סעקונדעס איז די רויטע חלק פון די בלוט געווען אפגעטיילט פון די ווייסע. די ערשטע זאך האבן זיי געטעסט מיין 'אייזן' (אייראן), און ב"ה דאס איז געווען פיין. די צווייטע זאך האבן זיי אריינגעטראפט א טראפעלע פון די ווייסע חלק אין אן אנדערע מאשינקע, צו טעסטן די מאס פראטיען וואס איך פארמאג. זיי האבן געזאגט אז עס מוז זיין צווישן 6 און 9, און ליידער האב איך געהאט 9.3... דאס האט מיך געמאכט אומקוואליפיצירט צו מנדב זיין פלאזמא דעם היינטיגן טאג.

אויף די טאוול אין דער זייט איז געשטאנען, אז עס איז אומערלויבט איבערצומאכן דעם טעסט נאכאמאל אין פאל עס קומט אויס אומגוט... דער ארבייטער איז אריין רעדן צום סופערווייזער, און איז צוריקגעקומען אז דינא דמלכותא דינא... מ'קען גארנישט איבערמאכן. די סופערווייזער איז ארויסגעקומען מיט א פארמאכטע ענוועלאופ וואס זי האט מיר געשאנקן זאגנדיג "קאמפענסאציע". (אויפ'ן וועג אהיים האב איך דאס אויפגעמאכט, אנגערופן די נומערן אויפ'ן דעביט קארטל און געהערט אז עס פארמאגט 200 דאלער!)

יעצט, איך ווייס נישט פונקטליך וואס הויכע פראטיען דארף צו מיינען, אדער וויאזוי מען קען דאס נידערן, דערפאר וועל איך מיך מסתמא נישט אזוי שנעל ארויסלאזן אויף אזא לאנגע וועג על צד הספק...

(זייטיגע נאטיצן: איך בין צוגעוויזן געווארן צו זייטיגע צימערן וואו עס איז דא פרידזשידערס מיט פיינע היימישע מאכלים און געטראנקן, און אויך א קאנפערענץ צימער וואו איך קען מיך אוועקזעצן עסן. איך האב מיך טאקע אראפגעזעצט דארט און געגעסן דאס ביסל מזונות וואס איך האב מיר מיטגעברענגט פון שטוב. שמועסנדיג דערביי מיט א אינגערמאן פון ב"פ וואס האט יא געשאנקן פלאזמא [ער האט געהאט די קאראנע אויף א שטארקן אופן במשך דריי וואכן, ביז פסח. ער זאגט אז ער האט געהאט אלע סארט סימפטאמען אויסער - ב"ה - אטעמען פראבלעמען].

ווי נאר איך האב געדארפט אהיימגיין, האט דער היימישער וואלונטיר דארט אנגערופן די קאר סערוויס פירמע וואס פארפיגט מיט טראנספארטאציע, און ביז געציילטע מינוטן איז אריינגעקומען א טעלעפאן רוף פון מיין שאופער אז ער איז גרייט צו פארן, ויסעו.)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

האמת הצפון
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך האמת הצפון » מיטוואך יולי 15, 2020 5:05 pm

לכאורה האט געשריבן:א גוטן טאג

הערליכע באריכט!
יעצט זאל עמיצער וואס האט למעשה יא געגעבן פלאזמא אראפלייגן אזוי גיט א באריכט

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 15, 2020 5:23 pm

הערליכע באריכט! יישר כח!

ביים אקצענט האביך זיך שוין די לעפצען ברייט צושפרייט.

אדער טאטע אין הימל, וויאזוי קענסטו שרייבן אזא ארטיקל מיט אזא רואיגקייט און הומאר - נאך אזא דורכפאל?

איך וואלט געשימפט און געבענטש וכו'

לית דין בר נש!!

כ'מיין מ'דארף טאקע בודק זיי דיין פראטיען...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
נקודהלע
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נקודהלע » מיטוואך יולי 15, 2020 5:41 pm

איינער פרעגט דא אויב די נדבן בלייבט מיט אנטי באדיס, האט געזאגט יוסף חיים ראטנשטרייך אז ער געט יעדע פאר טעג, ס'בויעט זיך צוריק.
(נישט קיין ווערטל)
מ'רעדט מער נישט דערפון!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 15, 2020 5:47 pm

נא_שכל האט געשריבן:הערליכע באריכט! יישר כח!

ביים אקצענט האביך זיך שוין די לעפצען ברייט צושפרייט.

אדער טאטע אין הימל, וויאזוי קענסטו שרייבן אזא ארטיקל מיט אזא רואיגקייט און הומאר - נאך אזא דורכפאל?

איך וואלט געשימפט און געבענטש וכו'

לית דין בר נש!!

כ'מיין מ'דארף טאקע בודק זיי דיין פראטיען...

זייער פשוט. איך האב שוין געהאט באשטימט ביי מיר אז דער "מיטוואך מטות מסעי" איז געווידמעט פאר פלאזמע. אלע ארבעט פונעם טאג איז אפגעשיבט וכו'. און אז איך קום צוריק מיט בלויז א פיצעלע שטאך, 2 שעה פריער און אסאך כוחות מער (נניח אז מ'ווערט אפגעשוואכט, כ'ווייס נאכנישט..), איז דאך הכל ריווח

און אז די חברים דא ווילן הערן א באריכט - קען מען זיי דען לאזן ווארטן?
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך יולי 15, 2020 6:20 pm

לכאורה האט געשריבן:א גוטן טאג

איידער איך נעם מיך צום טאג'ס ארדענונג, לאמיר מעלדן א שטיקעלע באריכט פונעם היינטיגן שפאציר

ווי אפגעשמועסט מיט "או. די. עי." האב איך באקומען אן אפוינטמענט אויף היינט מיטוואך צו שענקן פלאזמא

זיי שטעלן צו א פערזענליכע שאופער פאר ביידע וועגן (כ'האב פערצופאל געהאט 2 אנדערע דרייווערס. זיי נוצן א גאנצע פלאטע קארס)

זיי האבן מיך נעכטן גערופן באשטעטיגן אז איך גיי, און געזאגט אז דער דרייווער וועט מיך אנרופן ווען ער וועט זיין אויפ'ן וועג צו מיר

עס איז געווען אפגעשמועסט פאריגע וואך אז היות דער אפוינטמענט איז 2:00 נאכמיטאג, וועט מען מיך אפנעמען 12:00. דערווייל האט דער דרייווער מיך אנגערופן היינט צופרי און געזאגט אז ער וועט שוין זיין ביי מיר 11:30. למעשה האב איך באקומען א רוף ארום 11:15 אז ער איז שוין דא. האב איך מיך צוגעאיילט און ארויס בעפאר פרישטאג. (נאך געטרונקן א קאווע אינדערפרי און א קאווע נאכ'ן דאווענען, ווי דער טעגליכער רוטין)

דער וועג האט געדויערט קנאפע 2 שעה, מ'פארט טיף ביז דרום דזשערזי (אונטערוועגנס האב איך געזען שילדן אויפ'ן הייוועי מיט עקזיטס וואס פירן קיין פילאדעלפיע און קיין דעלעוועיר), א געגנט וואס הייסט טשערי היל, און מ'קומט אן צו א לאבראטאריע וואס רופט זיך B POSITIVE https://www.bpositivetoday.com/b-positi ... ry-hill-nj

איך האב געפרעגט דעם דרייווער אויב איך דארף מיך אנטוהן א מאסק אין קאר, און ער האט געזאגט אז עס ווענדט זיך אין מיר. כ'האב אים געמאלדן אז איך בין באקוועמער אנע דעם, וכן הוה. אבער אנקומענדיג אהין האב איך יא אנגעטוהן א מאסקע, ווי אלע אנדערע דארט אינעם פלאץ.

די ערשטע זאך האב איך מיך איינגעשריבן אינעם צעטל ביים דעסק, און באמערקט אז אלע נעמען בעפאר מיר זענען פון היימישע אידן... מענער און פרויען מיט עכט היימישע פאמיליע נעמען. איך האב אבער נישט געזען די מענטשן, מסתמא האבן זיי געהאלטן אינמיטן געבן בלוט אין די אינעווייניגסטע שטיבער. אינדרויסן האב איך געזען איין היימישן אינגערמאן וואס האט זיך ארומגעדרייט, און א חרדי'שער וואלונטיר וואס האט מיר ארויסגעהאלפן במשך די גאנצע צייט וואס איך בין דארט געווען מיט אלעם וואס איך האב נאר געדארפט. ער האט מיר געשאנקן א פלעשל וואסער איידער מ'האט גענומען מיין טעפרעטואר (זאגנדיג אז וויבאלד איך קום פון א וועג פון צוויי שעה, קען עס צייגן כאילו איך האב פיבער, און עס איז גוט צו טרינקן אביסל בעפאר). ער האט זיך צוגעשטעלט נעבן מיר ביים קאמפיוטער קיאסק וואו מען דארף ענטפערן א מיליאן פראגעס, און געענטפערט אלע פראגעס אנשטאט מיר אין מינוטן (כ'האב אים געזאגט אז ער מוז האבן רוח הקודש, צו וויסן מיין גאנצע היסטאריע פון אויסנווייניג.. ער האט געענטפערט אנשטאט מיר אלע סארט פראגעס).

איך האב געדארפט לייגן מיין דיקע פינגער אויף א מאשינקע דריי מאל, דאן די טייטל פינגער דריי מאל, דאן די זעלבע זאך מיט די פינגער פון די אנדערע האנט... דאס רעקארדירט דיך אינעם סיסטעם. דאן שיקט מען מיר אריין צו א זייטיגע צימער, וואו איך האב געדארפט אפזייפן מיין האנט, זיך אפווישן מיט פאפיר, און אנטוהן א הענטשוך אויף איין האנט (פרעג מיך נישט פארוואס).

פון דארט בין איך צוגעפירט געווארן צו א דעסק, וואו איך האב מיך אראפגעזעצט קעגן אן איינגעשטעלטער וואס האט געהאט אויסער א מאסקע אויך א פנים פאנצער פון פלעסטיק, אין צוגאב דערצו האט ער געהאט אן אקצענט, אזוי ארום האב איך ממש נישט פארשטאנען וואס ער רעדט... צו מזל האט ער געהאט אן עומדת על גביו וואס האט איבערגעזאגט יעדע זאך, א פאקט וואס האט אים אויפגערעגט ווייל "ער קען אליין"...

הכלל, ער האט גענומען פון מיר מיין נאמען און געבורטס דאטום, דאן האט ער מיר געבעטן אויסצושטרעקן א פינגער, געגעבן א שטעכל, און ארויסגעקוועטשט עטליכע טראפנס בלוט וואס ער האט אריינגעכאפט אין א דינטשיגע שטרויעלע. דער שטרוי איז אריינגעשטעלט געווארן אין א מאשינקע, און נאך זעכציג סעקונדעס איז די רויטע חלק פון די בלוט געווען אפגעטיילט פון די ווייסע. די ערשטע זאך האבן זיי געטעסט מיין 'אייזן' (אייראן), און ב"ה דאס איז געווען פיין. די צווייטע זאך האבן זיי אריינגעטראפט א טראפעלע פון די ווייסע חלק אין אן אנדערע מאשינקע, צו טעסטן די מאס פראטיען וואס איך פארמאג. זיי האבן געזאגט אז עס מוז זיין צווישן 6 און 9, און ליידער האב איך געהאט 9.3... דאס האט מיך געמאכט אומקוואליפיצירט צו מנדב זיין פלאזמא דעם היינטיגן טאג.

אויף די טאוול אין דער זייט איז געשטאנען, אז עס איז אומערלויבט איבערצומאכן דעם טעסט נאכאמאל אין פאל עס קומט אויס אומגוט... דער ארבייטער איז אריין רעדן צום סופערווייזער, און איז צוריקגעקומען אז דינא דמלכותא דינא... מ'קען גארנישט איבערמאכן. די סופערווייזער איז ארויסגעקומען מיט א פארמאכטע ענוועלאופ וואס זי האט מיר געשאנקן זאגנדיג "קאמפענסאציע". (אויפ'ן וועג אהיים האב איך דאס אויפגעמאכט, אנגערופן די נומערן אויפ'ן דעביט קארטל און געהערט אז עס פארמאגט 200 דאלער!)

יעצט, איך ווייס נישט פונקטליך וואס הויכע פראטיען דארף צו מיינען, אדער וויאזוי מען קען דאס נידערן, דערפאר וועל איך מיך מסתמא נישט אזוי שנעל ארויסלאזן אויף אזא לאנגע וועג על צד הספק...

(זייטיגע נאטיצן: איך בין צוגעוויזן געווארן צו זייטיגע צימערן וואו עס איז דא פרידזשידערס מיט פיינע היימישע מאכלים און געטראנקן, און אויך א קאנפערענץ צימער וואו איך קען מיך אוועקזעצן עסן. איך האב מיך טאקע אראפגעזעצט דארט און געגעסן דאס ביסל מזונות וואס איך האב מיר מיטגעברענגט פון שטוב. שמועסנדיג דערביי מיט א אינגערמאן פון ב"פ וואס האט יא געשאנקן פלאזמא [ער האט געהאט די קאראנע אויף א שטארקן אופן במשך דריי וואכן, ביז פסח. ער זאגט אז ער האט געהאט אלע סארט סימפטאמען אויסער - ב"ה - אטעמען פראבלעמען].

ווי נאר איך האב געדארפט אהיימגיין, האט דער היימישער וואלונטיר דארט אנגערופן די קאר סערוויס פירמע וואס פארפיגט מיט טראנספארטאציע, און ביז געציילטע מינוטן איז אריינגעקומען א טעלעפאן רוף פון מיין שאופער אז ער איז גרייט צו פארן, ויסעו.)

זייער אינטרעסאנט, שכח פארן שרייבן. אויב איינער ווייסט וואס דאס פראטיען און וואס מאכט זסאל אראפ\ארויף גיין ביטע שרייבן.
וואס ווינדערט מיר, אויב דע פראטיען טעסט נעמט אזוי שנעל, פארוואס נישט מאכן דע טעסט לאקעל פארן פארן דע לאנגע וועג?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: פלאזמא בלוט דרייוו'ס למיניהם

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 15, 2020 6:40 pm

נישטאמת האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, שכח פארן שרייבן. אויב איינער ווייסט וואס דאס פראטיען און וואס מאכט זסאל אראפ\ארויף גיין ביטע שרייבן.
וואס ווינדערט מיר, אויב דע פראטיען טעסט נעמט אזוי שנעל, פארוואס נישט מאכן דע טעסט לאקעל פארן פארן דע לאנגע וועג?

לכאורה וואלט דאך געבליבן אן די צוויי מאות...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אב של שלמה, בעל דמיון, יש ברירה, כ'גלייב נישט און 13 געסט