אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליידט איר פון א מאדנעם גערוך אדער טעם ביים עסן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מאנטאג יולי 13, 2020 9:56 am

יא
54
42%
ניין
76
58%
 
סך הכול שטימען: 130

אוועטאר
אושר עד
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך אושר עד » זונטאג יולי 05, 2020 11:19 pm

אזוי עסענדיג די מאדנע טעיסטענדיגע פאפרארן האב איך אויפגעמאכט אייועלט צו זיין אביסעל נייעס, און די אנקעטע האט אזוי ארויפגעקומען.
גם אני בחלומי, אפאר עסענס האט אנגעהויבען טעיסטן פאני, ספעציעל אייער, אייער שפייז איז געפערליך. פאפקארן, און נאך אפאר געציילטע זאכן.
עס האט זיך אנגעהויבען ארום צוויי וואכן צוריק

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג יולי 05, 2020 11:25 pm

איינער זאגט מיר אז די ווייטעמין האט געהאלפן אוועק נעמען די שלעכטע טעם בשעת עסן.
maxi lipoic supreme together with zinc . 2 from each in the morning and after afternoon
לעצט פאראכטן דורך צוקער וואסער אום מאנטאג יולי 06, 2020 7:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Haklal » מאנטאג יולי 06, 2020 1:09 am

זייט קאראנע בין איך אנגעלייגט, איך דארף קלערן אסאך די האלדז אין אפילו דעמאלטס קען איך אויך נישט געהעריג ארויפברענגען די אנגעלייגעכץ
נאך איינער אזוי?

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך טיפע קוויטש » מאנטאג יולי 06, 2020 12:00 pm

שכח פארן עפענען די אשכול. שױן איבער א װאך צײט װאס אײער האט עפעס אזא גרױליגע טעם אין גערױך נישט געװאוסט װאס צו טראכטן איך האב געטראכט אז איך האב מיך סתם פארעקעלט פון דעי מאכל עס קען זיך אמאל מאכן אזא זאך אבער דעי שבת בײם זיך אראפזעצן אױפן פאטעל מיט א צײטונג מיט א פעקל פאפקארן גרײט צו פארציקן די גאנצע גרױסע בעג נישט מער נישט װײניגער הילד איננו דער בחור איז דא די זעלבע טעם װי די אײער. נישט װאוסענדיג װאס צו טראכטן עפענדיג אײװעלט זעה איך אז עס איז א צרות רבים. אגב די ארױסגײן נאכן עסן די אײער האט די זעלבע גערױך
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

כ'לאך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך כ'לאך » מאנטאג יולי 06, 2020 12:09 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:שכח פארן עפענען די אשכול. שױן איבער א װאך צײט װאס אײער האט עפעס אזא גרױליגע טעם אין גערױך נישט געװאוסט װאס צו טראכטן איך האב געטראכט אז איך האב מיך סתם פארעקעלט פון דעי מאכל עס קען זיך אמאל מאכן אזא זאך אבער דעי שבת בײם זיך אראפזעצן אױפן פאטעל מיט א צײטונג מיט א פעקל פאפקארן גרײט צו פארציקן די גאנצע גרױסע בעג נישט מער נישט װײניגער הילד איננו דער בחור איז דא די זעלבע טעם װי די אײער. נישט װאוסענדיג װאס צו טראכטן עפענדיג אײװעלט זעה איך אז עס איז א צרות רבים. אגב די ארױסגײן נאכן עסן די אײער האט די זעלבע גערױך

סאיז זייער אינטרעסאנט איך האב געהאט די זעלבע זאך אבער יעדע שטיק צייט איז דער שלעכטער טעם אריבער צו עפעס אנדערש איין טאג פיש איין טאג אייער איך טריי צו כאפן די סדר אבער סגייט נישט

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך טיפע קוויטש » מאנטאג יולי 06, 2020 12:13 pm

כ'לאך האט געשריבן:

װען עס גײט אריבער צו עפעס אנדערש באקומט די ערשטע זאך צירוק די געהעריגע טעם?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

כ'לאך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך כ'לאך » מאנטאג יולי 06, 2020 12:20 pm

טיפע קוויטש האט געשריבן:

איך ווייס נישט ווייל סגעשענט נישט פון איין מינוט צום צווייטן אבער יא סדא זאכן וואס פלעגן סארכענען א מייל ווייט למשל צוויבל און יעצט שטינקט עס שוין נישט

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך גיכער » מאנטאג יולי 06, 2020 12:34 pm

גם אני בחלומי שוין זינט נאך קראונע דאס הייסט נאך בעפאר פסח האט קאווע טוטפעיסט און מינט ליסטערין און די שמעק פון ציגארעטן די זעלבע מאדנע טעם, זעה איך דא אז אנדערע האבן דאס ביי פיש פלייש אייער ב״ה אז איך האב דאס נאר ביי די אויבנדערמאנטע אבער גייט שוין אן זינט פאר פסח
די פאות האב איך אויך באמערקט לעצטענס פאלט ארויס

קליג
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 21, 2016 2:08 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך קליג » מאנטאג יולי 06, 2020 1:52 pm

יאפ, אויך א שלעכטע טעם ווען איך עס רויע קנאבעל, שרעקליך די נאכווייען וואס די קראנע לאזט דא איבער!!! :-(

מחשבהטובה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך מחשבהטובה » מאנטאג יולי 06, 2020 2:00 pm

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:איך שפיר א טעם אין געוויסע עסן, און אויך א שמעק ביי בשמים, און נאך עסן, אבער פארשידענע עסן האט א געפערליכע פארברענטע טעם, אזא מאדנע שמעק, אויך די קאווע צופרי, און נאך זאכן. ווייסעך נישט וואס עס מיינט, פארשידענע זאכן יא, און פארשידענע זאכן נישט, בינעך נייגעריג צי נאך האבן די סיפטאמען. אויכעט די פאות ווערט דינער און דינער.

קאפי פעיסט. ביי מיר די זעלבע מעשה, מער וויניגער צוריק באקומען די טעם וריח אבער ביי די קאווע און נאך אפאר זאכן איז די טעם ומפעם לפעם די שמעק אזוי טעריבעל, איים גאוינג קרעזי. אויך די פאות פאלט ארויס ווי פון פריש ביי יעדע שויער.

ממש אומגלויבליך! כ'לייד מיך צאם מיט גענוי די צוויי אישוס, אראפ פון 5-6 קאוועס א טאג צו 1, נאך 3 חדשים הייבט עס צו ווערען מסודר, אבער לעצטענס באמערק איך מיך אז מיינע צוויי לאנגע פיאות זענען היבש פארקערצערט געווארען.

נישט גע'חלומ'ט אז ס'האט מיט'ן קורונע.

וואס טוט זיך מיט כסדרדיג כאפן א טיעפען געשמאקע אטעם, ווי א געניץ?

מחשבהטובה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך מחשבהטובה » מאנטאג יולי 06, 2020 2:03 pm

גיכער האט געשריבן:גם אני בחלומי שוין זינט נאך קראונע דאס הייסט נאך בעפאר פסח האט קאווע טוטפעיסט און מינט ליסטערין און די שמעק פון ציגארעטן די זעלבע מאדנע טעם, זעה איך דא אז אנדערע האבן דאס ביי פיש פלייש אייער ב״ה אז איך האב דאס נאר ביי די אויבנדערמאנטע אבער גייט שוין אן זינט פאר פסח
די פאות האב איך אויך באמערקט לעצטענס פאלט ארויס

אין אנהויב בין איך דורך געגאנגען זיכער 6 מינע ציגארעטען ווייל אלע האבן פלוצלינג געהאט א טעם ווי די ביטערע מעטאלעשע, מעדיצינישע, קאווע.
ס'איז לאכעדיג צו זעען ווי יעדע ליידט זיך איינזאם אליין בשעת ווען מקען אויפשטעלען א נייע "איגוד מאבדי טעם וריח" אין זיך מחזק זיין צוזאמען, אגודים בצרה לשפוך תחינה.

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך טיפע קוויטש » מאנטאג יולי 06, 2020 2:18 pm

געב עס אזא גוטע האלבע יאר אין די סי די סי װעט ארױסקומען מיט א שרעקעדיגע באריכט אז מענטשן האבן א פאני טעיסט אין שמעק
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פרישע קוגל » מאנטאג יולי 06, 2020 2:19 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:מײן פיאות איז מיר געווארן האלב די דיקקייט, און איינער האט מיר געזאגט אז קאראנע קען גורם זיין צו פארלירן האר. נאך איינער?

ביי מיר אויך...
ס'רעגנט האר
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 06, 2020 2:32 pm

האט זיך יא געלוינט צו זיין איינגעשפארט, איך פארליר שוין עניוועי מיינע פיאות יארן בעפאר קאראנע, שטעל דיר נאך פאר ווען איך כאפ קאראנע
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יולי 06, 2020 2:32 pm

וועגן די טעם סינדראם האבעך געהערט פון צד שכנגד/עזר

די ביינער פילעך "אויף די אייגענע ביינער"
עפעס אזא פערטל סטיפנעיק, זייט די עבירות

כ'לאך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך כ'לאך » מאנטאג יולי 06, 2020 3:05 pm

איך בין אריין צו וויינגארטנס אין וויללי ער האט מיר דערלאנגט צוויי געזינטע (ווייטאמינען) והוא לפלא ווינדער איבער ווינדער סהאט פיין געארבעט און צוויי וואכן נישט פאלי אבער איך פיל ווי סאיז אויפן וועג

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 06, 2020 4:00 pm

כ'לאך האט געשריבן:איך בין אריין צו וויינגארטנס אין וויללי ער האט מיר דערלאנגט צוויי געזינטע (ווייטאמינען) והוא לפלא ווינדער איבער ווינדער סהאט פיין געארבעט און צוויי וואכן נישט פאלי אבער איך פיל ווי סאיז אויפן וועג

וויאזוי הייסטעס?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יולי 06, 2020 4:47 pm

פרישע קוגל האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:מײן פיאות איז מיר געווארן האלב די דיקקייט, און איינער האט מיר געזאגט אז קאראנע קען גורם זיין צו פארלירן האר. נאך איינער?

ביי מיר אויך...
ס'רעגנט האר

וויינגארטן רעקאמענדירט דאס פאר האר
20200629_180245_copy_1512x2016.jpg
20200629_180245_copy_1512x2016.jpg (620.6 KiB) געזעהן 779 מאל

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג יולי 06, 2020 5:12 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:וועגן די טעם סינדראם האבעך געהערט פון צד שכנגד/עזר

די ביינער פילעך "אויף די אייגענע ביינער"
עפעס אזא פערטל סטיפנעיק, זייט די עבירות

איינער קען מסביר זיין פון וואס דאס נעמט זיך?

שרעקליכע ביינער ווייטאג, בעיקר אין די רוקן און טשעסט אומגעגנט.

קען נישט שלאפן.

עצירות.

ביטערע טעם אין מויל.

האט עס מיט אונזער אשכול דא?
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יולי 06, 2020 5:25 pm

זייער מעגליך

און א ערנסטע נאטיץ...

ס'זעט אויס אז מיר האבן זיך נישט געהעריג דערלערנט וואס מ'האט געוואלט....
כ'רעד צו מיר

veltsman
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך veltsman » מאנטאג יולי 06, 2020 6:54 pm

הער איך אז טענענבוים׳ס זאכן העלפט אויך פאר די נאכוויען, האט איינער דא עספיריענס מיט דעים?

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך KMW » דינסטאג יולי 07, 2020 4:42 pm

עטץ קענטס לאכן....

מײן ב"ב האט אנגעהױבן נעמען די רמב"ם טײ אפאר טעג צוריק פאר א געװיסע מיחש (און אױך עס איז א זײער לײכטע געשמאקע טרינק, אזױ װי אײסעד טײ), נעכטן זאגט זי מיר מסיח לפי תומה אז די שלעכטע טעם װאס זי האט אין מױל לעצטע װאכן איז אװעקגעגאנגען...

דיסקלעימער: מוז נישט זײן עס האט א שײכות קען זײן עס איז פונקט נעכטן אװעקגעגאנגען, װי באקאנט correlation doesn't equal causation.....

פארשער
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פארשער » דינסטאג יולי 07, 2020 5:13 pm

KMW האט געשריבן:עטץ קענטס לאכן....

מײן ב"ב האט אנגעהױבן נעמען די רמב"ם טײ אפאר טעג צוריק פאר א געװיסע מיחש (און אױך עס איז א זײער לײכטע געשמאקע טרינק, אזױ װי אײסעד טײ), נעכטן זאגט זי מיר מסיח לפי תומה אז די שלעכטע טעם װאס זי האט אין מױל לעצטע װאכן איז אװעקגעגאנגען...

דיסקלעימער: מוז נישט זײן עס האט א שײכות קען זײן עס איז פונקט נעכטן אװעקגעגאנגען, װי באקאנט correlation doesn't equal causation.....

וואס זענען די באשטאנדטיילן פון די א.ג. רמב"ם טיי?

shik
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 8:26 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך shik » דינסטאג יולי 07, 2020 5:27 pm

ב"ה איך האב נישט פארלוירען די טעם אדער ריח אויך יעצט איז די טעם אין ריח ב"ה פיין אבער די לעצטע וואך צוויי איז מיין נאז עפעס שרעקליך טריקען ווען איך שטיי אויף קען איך ממש נישט אטעמען דורך מיין נאז

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך KMW » דינסטאג יולי 07, 2020 5:33 pm

פארשער האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:עטץ קענטס לאכן....

מײן ב"ב האט אנגעהױבן נעמען די רמב"ם טײ אפאר טעג צוריק פאר א געװיסע מיחש (און אױך עס איז א זײער לײכטע געשמאקע טרינק, אזױ װי אײסעד טײ), נעכטן זאגט זי מיר מסיח לפי תומה אז די שלעכטע טעם װאס זי האט אין מױל לעצטע װאכן איז אװעקגעגאנגען...

דיסקלעימער: מוז נישט זײן עס האט א שײכות קען זײן עס איז פונקט נעכטן אװעקגעגאנגען, װי באקאנט correlation doesn't equal causation.....

וואס זענען די באשטאנדטיילן פון די א.ג. רמב"ם טיי?

....No idea, he keeps it as a secret

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט