פארלירן חוש הריח אדער טעם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליידט איר פון א מאדנעם גערוך אדער טעם ביים עסן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מאנטאג יולי 13, 2020 9:56 am

יא
54
42%
ניין
76
58%
 
סך הכול שטימען: 130

אוועטאר
טשאלענט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:52 pm

איז דא עפעס א עצה פאר די וואס האבן באקומען א מאדנע טעם אין געוויסע עסן?

לאנטשבאקס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 21, 2021 9:22 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך לאנטשבאקס » מיטוואך פאברואר 24, 2021 3:56 pm

יבקש רחמים ממי שברא ויצר את האדם בחכמה

אוועטאר
פלאַכע פאַן
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:48 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך פלאַכע פאַן » מוצ"ש מארטש 06, 2021 10:44 pm

למעשה האלט מיר שוין באלד א יאר נאכן באקומען די וויירוס, און די טעם/שמעק איז נאך נישט דא צירוק... בעסער ווי סאיז געווען אין אנהויב? זיכער. רוב זאכען וועל איך פילען וואס איך עס, אבער נישט ווי בעפאר, געוויסע זאכן וועל איך כמעט גארנישט שפירן. און און איך האב מיר שוין אביסל צוגעוואונט צום רעאליטעט אז איך פיל נישט קיין טעם אויף הונדרעט פראצענט. שוין געטרייט א גרויס חלק פון אלע עצות אבער מיין שמעק/טעם איז נישט צוריק ווי פארדעים
איך פלעג מיך האלטן און איין איינדערן אז סווערט בעסער, סאיז טאקע געווארן בעסער אבער נאכאלץ ווייט פון אמאל...

איז דא א זאכליכע עצה וואס העלפט??? אדער זאל איך אויפגעבן? אדער ווייטער ווארטען???

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מוצ"ש מארטש 06, 2021 10:51 pm

קוק אײן תגובה ארױפציר, דאס איז לכאו׳ די אײנציגסטע זאך צו טוהן װי װײט איך װײס,

אדרבא אױב אײנער װײסט נאך עפעס אין טורמס פון השתדלות זאל ביטע לאזן װיסן, מײן אשת חיל שמעקט 0 שױן פאר א האלבע יאר, און א געװיסע נאך טעם אין רוב מאכלים װערט גאר ערגער לעצטנס

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך שמואלישעי » זונטאג מארטש 07, 2021 12:22 am

אפי' דע ציגרטעל האט פארלארן דעם טעם

פאר דיר
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2020 12:04 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך פאר דיר » זונטאג מארטש 07, 2021 4:45 am

בדידי הוה עובדא, נישט געשמעקט פאר 4 חדשים כ'האב אלעס פרובירט אבער אן הצלחה, איין טאג האט מיר א חבר געזאגט וועגן די עצה (סגולה) פון לייגן א אויפגעשניטנע סלייס צוויבעל ביי די פיס פלאך אינטער די זאקן און אזוי איבער שלאפן א נאכט, זייענדיג אויפגעגעבן פון עצות האב איך עס פרובירט און ב"ה פון צופרי און ווייטער איז די חוש הריח צוריק געקומען ככשנים קדמוניות. עס נישט געווען גרינג, אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע.

פראגרעס
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 11:14 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך פראגרעס » זונטאג מארטש 07, 2021 7:06 am

פאר דיר האט געשריבן:בדידי הוה עובדא, נישט געשמעקט פאר 4 חדשים כ'האב אלעס פרובירט אבער אן הצלחה, איין טאג האט מיר א חבר געזאגט וועגן די עצה (סגולה) פון לייגן א אויפגעשניטנע סלייס צוויבעל ביי די פיס פלאך אינטער די זאקן און אזוי איבער שלאפן א נאכט, זייענדיג אויפגעגעבן פון עצות האב איך עס פרובירט און ב"ה פון צופרי און ווייטער איז די חוש הריח צוריק געקומען ככשנים קדמוניות. עס נישט געווען גרינג, אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע.

פאר דיר לעבן, וואס וועסט דו האבן פון דעם אז דו מאכסט אונז פראבירן מיט צוויבל אויף דער פוס? וועסט דאך נישט וויסן דערפון, צו קענען לאכן די לעצטע! :lol:

אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך ס'קען זיין » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:30 pm

וואס איז די עצה אויב איך האב גע'vote אז איך פיל נישט קיין שלעכטער טעם ביים עסען אבער ליידער ליידער ליידער ליידער ליידער די לעצטע פאר וואכן גיי איך דעריך א גיהנום , וואס קען איך טין צי טוישען מיין vote ? ( דאס וואטען פאלטשע איז נאך די גרעסטע ווייטאג !!

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:32 pm

ס'קען זיין האט געשריבן:וואס איז די עצה אויב איך האב גע'vote אז איך פיל נישט קיין שלעכטער טעם ביים עסען אבער ליידער ליידער ליידער ליידער ליידער די לעצטע פאר וואכן גיי איך דעריך א גיהנום , וואס קען איך טין צי טוישען מיין vote ? ( דאס וואטען פאלטשע איז נאך די גרעסטע ווייטאג !!

נאך ווי לאנג נאכן האבן קאוויד האט זיך עס אנגעהויבען ?

אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך ס'קען זיין » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:39 pm

הערשקא האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:וואס איז די עצה אויב איך האב גע'vote אז איך פיל נישט קיין שלעכטער טעם ביים עסען אבער ליידער ליידער ליידער ליידער ליידער די לעצטע פאר וואכן גיי איך דעריך א גיהנום , וואס קען איך טין צי טוישען מיין vote ? ( דאס וואטען פאלטשע איז נאך די גרעסטע ווייטאג !!

נאך ווי לאנג נאכן האבן קאוויד האט זיך עס אנגעהויבען ?

בערך 6 חדשים ,
איך קען שרייבען א גאנצע מגילה ארויס צי ברענגען מיין ווייטאגן, אין איין ווארט, אויס וועלט נישט, קיין פרישטאג, נישט קיין לאנטש, נישט קיין נאכטמאל, נישט קיין שבת סעודות...........(ווער רעדט נאך פון שלש סעודות,..) גארנישט!!!!!

אוועטאר
sheetrock
שר שלשת אלפים
תגובות: 3619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:40 pm

ס'קען זיין האט געשריבן:

שאלעשידעת קומט דיר לכאורה אויס גרינגער פון יעדעם
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך ס'קען זיין » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:46 pm

sheetrock האט געשריבן:

א ווערטעל ארויף א ווערטעל אראפ מ'קען פין זינען גיין, איך ווייס נישט צי פרעה האט געשפירט אזאנע יסורים בשעתן אראפ שלינגען די פרעש !!

אוועטאר
fiena nieas
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:53 pm

איך האב לעצטענס א גפערליכע שלעכטע טעם אין מויל א גטנצן טאג אויך קאוויד ? איינער ווייסט?

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך בעל מנוחה » דינסטאג מארטש 16, 2021 10:55 pm

ס'קען זיין האט געשריבן:א ווערטעל ארויף א ווערטעל אראפ מ'קען פין זינען גיין, איך ווייס נישט צי פרעה האט געשפירט אזאנע יסורים בשעתן אראפ שלינגען די פרעש !!

כ׳קען ליידער מעיד זיין אויף דעם
זייט אפאר וואכן נאכן האבן קאוויד האב איך נישט קיין אפעטיט צו כמעט גארנישט און איך מיטשע זיך מיט א געפערליכע גרוך וואס האט קיין שום פארבינדונג צום מציאות
שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט
והעיקר די שוואכקייט וואס קומט נאכן נישט עסן געהעריג אזש מ׳קען שלאפן 10 שעה א נאכט און נישט האבן קיין כח צו ארבעטן נארמאל,
איינער מיט עפעס א מהלך ארויס?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
baalmenucha@gmail.com

אוועטאר
sheetrock
שר שלשת אלפים
תגובות: 3619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:02 pm

ס'קען זיין האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:וואס איז די עצה אויב איך האב גע'vote אז איך פיל נישט קיין שלעכטער טעם ביים עסען אבער ליידער ליידער ליידער ליידער ליידער די לעצטע פאר וואכן גיי איך דעריך א גיהנום , וואס קען איך טין צי טוישען מיין vote ? ( דאס וואטען פאלטשע איז נאך די גרעסטע ווייטאג !!

נאך ווי לאנג נאכן האבן קאוויד האט זיך עס אנגעהויבען ?

בערך 6 חדשים ,
איך קען שרייבען א גאנצע מגילה ארויס צי ברענגען מיין ווייטאגן, אין איין ווארט, אויס וועלט נישט, קיין פרישטאג, נישט קיין לאנטש, נישט קיין נאכטמאל, נישט קיין שבת סעודות...........(ווער רעדט נאך פון שלש סעודות,..) גארנישט!!!!!

שאלעשידעת קומט דיר לכאורה אויס גרינגער פון יעדעם

א ווערטעל ארויף א ווערטעל אראפ מ'קען פין זינען גיין, איך ווייס נישט צי פרעה האט געשפירט אזאנע יסורים בשעתן אראפ שלינגען די פרעש !!

איים סארי.

איינער האט געהאט געשריבן א עצה בדוק ומנוסה צו לייגן א האלבע צוויבל אויפן פיס פון אונטן איבערנאכט אין א שטרימפ
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך בעל מנוחה » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:05 pm

sheetrock האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:נאך ווי לאנג נאכן האבן קאוויד האט זיך עס אנגעהויבען ?

בערך 6 חדשים ,
איך קען שרייבען א גאנצע מגילה ארויס צי ברענגען מיין ווייטאגן, אין איין ווארט, אויס וועלט נישט, קיין פרישטאג, נישט קיין לאנטש, נישט קיין נאכטמאל, נישט קיין שבת סעודות...........(ווער רעדט נאך פון שלש סעודות,..) גארנישט!!!!!

שאלעשידעת קומט דיר לכאורה אויס גרינגער פון יעדעם

א ווערטעל ארויף א ווערטעל אראפ מ'קען פין זינען גיין, איך ווייס נישט צי פרעה האט געשפירט אזאנע יסורים בשעתן אראפ שלינגען די פרעש !!

איים סארי.

איינער האט געהאט געשריבן א עצה בדוק ומנוסה צו לייגן א האלבע צוויבל אויפן פיס פון אונטן איבערנאכט אין א שטרימפ

שוין פרובירט דאס און עס האט געהאלפן ציריק צו ברענגען די חוש הריח בכלליות
אבער די אנדערע פראבלעמען איז געשען הערשט נאכדעם
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
baalmenucha@gmail.com

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:10 pm

ס'קען זיין האט געשריבן:וואס איז די עצה אויב איך האב גע'vote אז איך פיל נישט קיין שלעכטער טעם ביים עסען אבער ליידער ליידער ליידער ליידער ליידער די לעצטע פאר וואכן גיי איך דעריך א גיהנום , וואס קען איך טין צי טוישען מיין vote ? ( דאס וואטען פאלטשע איז נאך די גרעסטע ווייטאג !!

האסט גענומען בעפאר קאוויד וויטאמין די?

אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך ס'קען זיין » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:11 pm

בעל מנוחה האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:א ווערטעל ארויף א ווערטעל אראפ מ'קען פין זינען גיין, איך ווייס נישט צי פרעה האט געשפירט אזאנע יסורים בשעתן אראפ שלינגען די פרעש !!

כ׳קען ליידער מעיד זיין אויף דעם
זייט אפאר וואכן נאכן האבן קאוויד האב איך נישט קיין אפעטיט צו כמעט גארנישט און איך מיטשע זיך מיט א געפערליכע גרוך וואס האט קיין שום פארבינדונג צום מציאות
שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט
והעיקר די שוואכקייט וואס קומט נאכן נישט עסן געהעריג אזש מ׳קען שלאפן 10 שעה א נאכט און נישט האבן קיין כח צו ארבעטן נארמאל,
איינער מיט עפעס א מהלך ארויס?

קימסט אריין מיט גאר א שטארקע פוינט """שוואכקייט""" גיי זאג פאר די ינגע דור וואס דאס מיינט !!
אויסער וועטשטעבעלס מיט פרוכט קעיק האט אלעס א טעם פין.............. די קערפער האט נישט פין וואס צי ציען געז !!
אין אנדערע נייעס די געפילען צי זיצען שבת ביים טיש מיט האלטען ווי מענטשן עסן זאכען וואס ביי דיר איז ..... איך רעד שוין נישט פין מקנה זיין אדער פילען ווי מ'איז אין דיזעל . נאר דעי גראל צי קיקען מיט וואס דיין ארומיגע באשעפטיגן זיך !!
שוין גיי זיי מסביר פאר די יונגע דורת ,זיי וועלען נאך לייקענען אין די האלאקאוסט!!

אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך ס'קען זיין » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:12 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:וואס איז די עצה אויב איך האב גע'vote אז איך פיל נישט קיין שלעכטער טעם ביים עסען אבער ליידער ליידער ליידער ליידער ליידער די לעצטע פאר וואכן גיי איך דעריך א גיהנום , וואס קען איך טין צי טוישען מיין vote ? ( דאס וואטען פאלטשע איז נאך די גרעסטע ווייטאג !!

האסט גענומען בעפאר קאוויד וויטאמין די?

ניין

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך בעל מנוחה » דינסטאג מארטש 16, 2021 11:14 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:האסט גענומען בעפאר קאוויד וויטאמין די?

הגם האסט מיר נישט געפרעגט אבער האבענדיג א ענליכע עקספירענס וועל איך ענפערן אז איך האב גענומען גאר אסאך סיי פארן באקומען קאוויד און סיי נאכדעם
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
baalmenucha@gmail.com

בעקעלע.הפוכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » מיטוואך מארטש 17, 2021 9:03 am

ב"ה וב"ש - יעדער איז געזונט אין שטארק

פארלוירן דערווייל בערך 18 פונט - נאבד ולא נתייאשו הבעלים - אבער מהאט זיך צוגעוואינט דערצו מער ווייניגער
די שאלה איז אמת'דיג וואס וועט זיין פסח???
אלעס איז דאך מיט שמאלץ,
מילכיג עס איך נישט פסח - דערווייל נחיה ונראה וואס דיר הייליגער באשעפער וועט באשערן
וויין איז רוב פון זיי ווייט פון גוט - שיין גערעדט
עפעס מיט צוויבל איז חלשות
פיש איז דערווייל אין אני והוא יכולים לדור....
אייער אדער עפעס געפרעגלט דערמיט האב איך אפילו נישט קיין ווארט דערויף
וויפיעל סתם געקאכטע דזעמיקעס - קארטאפל בלע"ז- קען מען שוין עסן

אבער ב"ה מצות קען מען עסן - אין ב"ה געקויפט אסאך מער ווי איך פלעיג
פרוכט אויכעט
טשיקן זופ ב"ה
רעטעך פאר כרפס אויך

ב"ה וב"ש - יעדער איז געזונט אין שטארק, ב"ה מקען ב"ה הערן, זעהן, רעדן, פולן, גיין, שטיין, אין נאך טריליאן חסדים וטובות השי"ת
נו, אביסל עסן?
זה יעבור אי"ה

מי שברך
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך מי שברך » זונטאג מארטש 21, 2021 12:59 am

פארלוירן די טעם און שמעק פאריגע וואך.... עס איז שרעקליך.......

אוועטאר
סעלפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך סעלפאן » זונטאג מארטש 21, 2021 12:10 pm

האחים דסקל ומקהלת נרננה בסינגל חדש ייחודי: "אני מריח" - איך שמעק!
רק מי שאיבד את חוש הטעם והריח יבין כמה מאושר מחלים קורונה המקבל בחזרה את חושיו שאבדו לו...
יעקב יודא דסקל, המלחין הויז'ניצאי שלחניו המפורסמים הפכו ללהיטים בעלי מסרים עוצמתיים משתף כעת בהשתלשלות הלחן החדש.
החל מהרגע שקופסת ה'טאבאק' מסתובבת בבית הכנסת והוא מגלה שאיבד את חוש הריח ועד לתגלית ולתובנה האדירה שעלתה בו כאשר בחסדי שמים חזרו לו חושיו שאבדו לו. (לא מובן מאליו). את חוש הטעם תרגם מיד כדרכו ללחן קליט, סוחף ומלא טעם.
בו הוא קורא לכל אחד מאיתנו לפתוח את העיניים ולהתחיל להודות גם על הדברים שלא חשבנו להודות עליהם עד היום. מקהלת נרננה זיהתה את הפוטנציאל העצום הטמון בשיר והשקיעה את המיטב על מנת ששיר זה יצא לאור.
הדואט המרגש של האחים יעקב ושלמה דסקל בלווי מקהלת נרננה המשובחת ובעיבודו המיוחד של אברומי ברקו המוכשר יצרו יחד יצירה מושלמת.
יעקב ושלמה דסקל, מקהלת נרננה, אברומי ברקו איך שמעק  JDN - חדשות.mp4_snapshot_00.11_[2021.03.21_11.08.jpg
יעקב ושלמה דסקל, מקהלת נרננה, אברומי ברקו איך שמעק JDN - חדשות.mp4_snapshot_00.11_[2021.03.21_11.08.jpg (256.24 KiB) געזעהן 460 מאל

https://www.dropbox.com/s/l7drzoqh52c4d ... 8.jpg?dl=0
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג מארטש 22, 2021 4:48 pm

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:ב"ה וב"ש - יעדער איז געזונט אין שטארק

פארלוירן דערווייל בערך 18 פונט - נאבד ולא נתייאשו הבעלים - אבער מהאט זיך צוגעוואינט דערצו מער ווייניגער
די שאלה איז אמת'דיג וואס וועט זיין פסח???
אלעס איז דאך מיט שמאלץ,
מילכיג עס איך נישט פסח - דערווייל נחיה ונראה וואס דיר הייליגער באשעפער וועט באשערן
וויין איז רוב פון זיי ווייט פון גוט - שיין גערעדט
עפעס מיט צוויבל איז חלשות
פיש איז דערווייל אין אני והוא יכולים לדור....
אייער אדער עפעס געפרעגלט דערמיט האב איך אפילו נישט קיין ווארט דערויף
וויפיעל סתם געקאכטע דזעמיקעס - קארטאפל בלע"ז- קען מען שוין עסן

איך האב געפרעגט א שאלת חכם, מיין דיין האט מיר געזאגט צו עסן מילכיג'ס היי יאהר אלס חיוב פון שמחת יו"ט. טראץ דעם וואס א געווענטליך יאהר עס איך קיינע מילכיג'ס.
די דיין האט מיר גע'פסק'ט נישט צו מתיר נדר זיין, עסן אזוי, ווייל די קבלה איז נישט געווען אדעתא דהכי כלל וכלל.
פרעג דיין דעת תורה.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
פלאַכע פאַן
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:48 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

תגובהדורך פלאַכע פאַן » דאנארשטאג מארטש 25, 2021 6:53 pm

פאר דיר האט געשריבן:בדידי הוה עובדא, נישט געשמעקט פאר 4 חדשים כ'האב אלעס פרובירט אבער אן הצלחה, איין טאג האט מיר א חבר געזאגט וועגן די עצה (סגולה) פון לייגן א אויפגעשניטנע סלייס צוויבעל ביי די פיס פלאך אינטער די זאקן און אזוי איבער שלאפן א נאכט, זייענדיג אויפגעגעבן פון עצות האב איך עס פרובירט און ב"ה פון צופרי און ווייטער איז די חוש הריח צוריק געקומען ככשנים קדמוניות. עס נישט געווען גרינג, אבער לאכן לאכט דער וואס לאכט די לעצטע.

זייענדיג אויך אובד עצות האביך אויך פראבירט די סגולה. די ערשטע מאל האב איך מיר אויפגעוועקט אן קיין זאקן און צוויבל, מסתם אראפגערוקט אינמיטן\אנהויב שלאפן. פרובירט נאכאמאל און דורעכגעשלאפן די גאנצע נאכט מיט צוויבל.
איך וועק מיר אויף צופרי און...... די שמעק, די טעם, געהעריג ווי א טאג פריער..... שוין.. געטרייעט נאך א איינרעדעניש וואס העלפט נישט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal און 6 געסט