פארלירן חוש הריח אדער טעם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליידט איר פון א מאדנעם גערוך אדער טעם ביים עסן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מאנטאג יולי 13, 2020 9:56 am

יא
54
42%
ניין
76
58%
 
סך הכול שטימען: 130

בעקעלע.הפוכה
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:38 pm

טרויבן זאפט - גרעיפ זדוס בלע"ז - האט זיך געשטעלט דעם יו"ט אויף די זייט פון די באליידיגטע, (כאב מורא אז די וויין שארט זיך אהין) חאף אז נישט

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך הערשקא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 1:14 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אפדעיט:
פרייליכע נייעס!!!!!!!!!
פאר אלע ליידנדע: עס איז נאך דא האפענונג!!!


דערווייל ווייס איך נאכנישט וואס עס איז די דרך הטבע'דיגע סיבה דערצו, צו ס'איז די זינק וואס כ'האב פון פריש אנגעהויבן נעמען טעגליך שוין פאר די לעצטע וואך, בקיצור: הודו לה' כי טוב! אודה ה' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו! דער אויבערשטער זאל העלפן ביי אייך אלע אויף שמחות!

וויפול זינק נעמסטי א טאג ?
הייליגע באשעפער, איך האב דיר ליב
איך דאנק און דאנק און דאנק, ס‘גייט א רויעך.
נעם צוזאם די מלאכים און פול אן דעם שטוב
ש'כח, ש'כח, טאטע - יישר כח.

קרעדיט, מאטי אילאוויטש

אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך זייטיגע צוקוקער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:18 pm

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:טרויבן זאפט - גרעיפ זדוס בלע"ז - האט זיך געשטעלט דעם יו"ט אויף די זייט פון די באליידיגטע, (כאב מורא אז די וויין שארט זיך אהין) חאף אז נישט

גא"מ
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט

אוועטאר
פלאַכע פאַן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:48 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פלאַכע פאַן » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:22 pm

אפענקייט האט געשריבן:ביי מיר האט די סינק וואסער באקומען א געפערליכע גרוך

ביי מיר אויך.
די ערשטע פאר חדשים האב איך פלעין נישט געפילט קיין טעם און רוב עסן. קאפי, טיי, זופ, האבן אלע געהאט א טעם פון הייסע וואסער. און רוב עסן האב איך נישט געפילט קיין טעם, אדער געפילט נאר זייער א שוואכע טעם.

די לעצטע שטיק צייט טוישט זיך עס יעדן טאג. איך פילמ מאדנע טעם/גערוך אין די זאכן וואס מ'רעדט זיך דא אפ, חריף, פאפקארן, טוט פעיסט און לעצטענס האט סינק וואסער אויך א געפערליכע גרוך

אסאך רעדן זיך אפ אז זיי קענען ממש נישט עסן, איך האב ב"ה נישט די פראבלעם, געוויסע זאכן האבן טאקע א שלעכטע גערוך, אבער ווען איך בין הונגערוג עס איך אלעס. עס טוט מיר נאר וויי אז איך פיל נישט די ריכטיגע טעם אין רוב עסן

אבער ב"ה מען איז געזונט. דער אייבעשטער זאל העלפן אויף ווייטער. און איך מיט אלע וואס האבן יעצט די שמעק/טעם פראבלעם, זאלן עס שנעל צירוקבאקומען

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך חברותה » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:17 am

שפיר מיר יעצט אביסעל פון קאראנע.
לאמיר האפן אז די נישט שפירן זאל נישט צו לאנג אנהאלטן,

א חבר וואס ארבעט ביי א העלטה פוד סטאר זאגט מיר אז דאס קען העלפן פאר די שמעק/טעם

https://www.amazon.com/dp/B07YNF48J5/re ... AFb2AXFWBH

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Burach_Nussen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:09 am

איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:50 am

Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?

אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע
שויתי ה' לנגדי תמיד

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Burach_Nussen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:51 am

Goodmorning האט געשריבן:
Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?

אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע

נאך פאר פסח

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Burach_Nussen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:56 am

Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?

כ'האב געהערט די אינטערוויו מיט הרב לייפער, ער דערמאנט עס אבער זאגט נישט וואס מ'זאל טוהן.
כ'האב אים פרובירט צו רופן אבער ער הייבט נישט אויף.

hyper
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:23 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך hyper » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:12 am

איך האב אויסגעהערט א קאנפרענס פון דאקטוירים פון קאלאמביע האספיטאל וועגן קאראנע האט גערעדט דארט א נאז דאקטאר וועגן די פראבלעים פון שמעקן האט ער געזאגט אז סאיז דא די אלטע עצה פון מאכן שמעקן טערעפי דורך שמעקן פיר עססענטשעל אוילס יעדע איינע פאר 15-20 סעקונדעס און א ברעיק אינצווישן פון 10 סעקונדעס

די פיר אוילן זענען
rose
lemon
Eucalyptus
Clove

איך האב עס נישט אויספרובירט סא איך ווייס נישט קיין ריזאלטס אויב איינער פרובירט עס אויס זאל ביטע לאזן וויסן

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 11:26 am

Goodmorning האט געשריבן:
Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?

אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע

ער זאל עס אויסטשעקן ביים דר. נישט אויף אייוועלט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

באריכט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך באריכט » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 3:32 pm

Burach_Nussen האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?

אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע

נאך פאר פסח


ער זאל אויך טשעקען פאר Covid ס'דא וואס האבען באקומען נאכאמאהל...( זייער ווייניג, אבער דאך כדאי... )

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Burach_Nussen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2020 3:38 pm

באריכט האט געשריבן:
Burach_Nussen האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
Burach_Nussen האט געשריבן:איך זיך צו העלפן איינעם וואס האט אנגעכאפט א שטארקע שוואכקייט מיט פיבער די לעצטע פאר טעג. די וויירוס האט ער שוין געהאט א צייט צוריק.
איינער מיט אן עצה?

אויב ער האט געהאט די וויירוס אין די לעצטע שטיק צייט זאל ער אפשר זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין נעמאניע

נאך פאר פסח


ער זאל אויך טשעקען פאר Covid ס'דא וואס האבען באקומען נאכאמאהל...( זייער ווייניג, אבער דאך כדאי... )

דערשרעקסט מיך... איך האב אויך לעצטענס עפעס symptoms, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן צו טעסטן ווייל כ'האס עס שוין געהאט..

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך קלוגע חכם » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 10:58 pm

אויב איינער האט געהאט סימפטאמען א פאר טעג צוריק, און ער שפירט זיך שוין גוט פאר אפאר טעג, און זיין דאקטער זאגט אז ער קען שוין ארויסגיין, אבער ער האט איצטעט פארלוירן א חלק פון די שמעק, מיינט דאס אז די ווירוס איז נאך אקטיוו, אדער איז דאס נאכווייען?

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך א מחי' » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:32 pm

זאגט מיר עימיצער אז ער האט געדאווענט יו"כ ביי א קאראנע מנין און דאך איז געווען דארט טאביק...
ער זאגט אז ער האט גארנישט געשמעקט אבער די איבריגע מתפללים האט יעדער געהאט א אנדערע הסבר ווי אזוי די שמעק איז...

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:53 pm

אין א זייטיגע נאטיץ פאר די וואס קענען נישט שמעקן, זאלן זעהן צו האבן גוטע סמאוק דיטעקטארס אין שטוב
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:37 am

נאך אלע בלעטער דא, קען איינער געבן א שרייב עפעס א ווירקזאמע עצה צוריקצובאקומען דעם טעם און ריח?

(וויאזוי גייט נאר דער לחש? איך פרעג פאר א צווייטן [ב"ה איך האב קיינמאל פארלוירן דעם טעם וריח])
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

בעקעלע.הפוכה
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:13 pm

כי טוב השם - השם ירחם

האלטן מיר היינט ב"ה ז חשון "עד שיגיע אחרון שבארץ ישראל לנהר פרת" אין ב"ה -נאו טשעינדז- די שמעקן ווערט ב"ה ערגער, די ליסט פון עסן וואס מקען יא עסן ווערט ב"ה קלענער, נישט געהאט די לעצטע 15 וואכן א כזית בשר ודגים ועוד כמה וכמה, אבער ב"ה מען פארלירט נישט קיין וואג, רוב געבעקצן קען מען יא עסן ב"ה, אסאך מילכיגס אויך, אין שב"ק ביי די סעודות עס מען חלה,-נישט קיין שום מיני דיפס אדער טינקעכטץ- אין דערנאך חלה (זה אומר/אוכל אנו במקום דגים) מיט א שטיקל חלה (זה אומר/אוכל אנו במקום בשר) דערנאך עסט מען צו א קליין שטיקל חלה ......וכמעשהו בסעודה ראשונה כך מעשהו בשני ובשלישי ב"ה. -העט איך ווען געשמעקט, העט איך ווען געשמעקט א שטיקל חלה במקום בשמים-

חיזוק להשאר: 3 יודן האבן נאך שווערע חדשים צוריק באקומען רובא דרובא של חוש הטעם והריח ב"ה

שאלה קטנה אביסל האקל: די לעצטע וואך צוויי האבן מענטשן -כווייס נישט וואר ווער אין ווען- וואס קומען נאנט צו מיר אדער אפילו גייען מיר אריבער, באקומען דעם זעלביגן אביסל אביסל שמעק.....סליחה למפרע.... איז נא איינער וואס קען רעלעין מיט דעים..

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך KEWL » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:15 pm

יא יא שוויץ שמעקט פון קאראנא
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך KEWL » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:20 pm

בה בא מיר האט זיך די מצב אסאך פארבעסערט - אדער האב איך זיך ציגעוואוינט...

די עיקר וואס איך לייד יעצט איז געפילטע ***. ממש געפערליך... הערינג אדער געקאכטע ***.ב"ה געבאקענע *** האמיר נישט קיין שום פראבלעם סא דאס איז וואס איך עס די לעצטע פאר חדשים...
לעצט פאראכטן דורך KEWL אום זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

בעקעלע.הפוכה
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:25 pm

פליז רעד אפילו נישט פון כל מיני פיש, רעדן אליינס איבלט מיר - יישר כח

אוועטאר
KEWL
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: פארמעקט
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך KEWL » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:27 pm

סאררי, פארראכטן לכבודך.
שוין אט אט חנוכה!!
לאמיר זיך צוגרייטן מיט הייליגע אויגן, צו קענען ניצן די אויגן צו קוקן אויף די הייליגע ליכטעלעך!

חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך חסידישער מבין » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:27 pm

איינער ווייסט צו די אלע עצות העלפן אויך פאר איינער וואס האט נישט פארלוירן זיין חוש פון טעם וריח - אבער קען נישט פארנעמען קיין שום געווענליכע פראטיען ווי למשל ***, אייער פלייש וכדומה?
אויב נישט איז דא אן אנדערע עצה פארדעם?

פארשער
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:48 pm

חסידישער מבין האט געשריבן:איינער ווייסט צו די אלע עצות העלפן אויך פאר איינער וואס האט נישט פארלוירן זיין חוש פון טעם וריח - אבער קען נישט פארנעמען קיין שום געווענליכע פראטיען ווי למשל ***, אייער פלייש וכדומה?
אויב נישט איז דא אן אנדערע עצה פארדעם?

וועלכע עצות? :-(

פארשער
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:56 pm

ביי מיר ווערט ב"ה צוביסליך בעסער די מצב, געבאקענע אדער לייכט געקאכטע *** קען איך שוין פארנעמען, אייער איז נאך אלץ געפערליך, וויין איז שוין מער נישט 100% עסיג נאר בערך 85% עסיג און 15% וויין, ס'זעהט מיר אויס אז די איינציגסטע רפואה בדרך הטבע איז צייט. אסאך צייט.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Programming, אזוי וויל איך, היכלי, מילכיגער און 21 געסט