אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליידט איר פון א מאדנעם גערוך אדער טעם ביים עסן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מאנטאג יולי 13, 2020 9:56 am

יא
54
42%
ניין
76
58%
 
סך הכול שטימען: 130

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג יולי 05, 2020 2:10 pm

ב"ה אז די קאווע איז גוט ביי מיר, ווען נישט וואלט איך שוין לאנג אראפגעשפרינגען פון די וויליאמסבורג בריק, אדער זיך מוסר נפש געווען לע"נ ר' שמואל פלויד. (נאר א ווערטל).

אבער אסאך געטראנקען וואס כ'טרינק שפיר איך א שרעקליכע טעם, צווישן זיי וויין, סאדע, אראנדזש דזשוס, קאולע, און צומאל אויך וואסער. ס'איז כלו כל הוויצן!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יולי 05, 2020 2:12 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:מײן פיאות איז מיר געווארן האלב די דיקקייט, און איינער האט מיר געזאגט אז קאראנע קען גורם זיין צו פארלירן האר. נאך איינער?

איינער? אסאך!

פארשער
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פארשער » זונטאג יולי 05, 2020 2:13 pm

טיילווייזע ליסטע ביי מיר:
קאווע
אייער (בעיקר די ווייסעכל)
פיש
פלייש (סיי בהמה סיי טשיקן)
עני סמאוק שמעק, (ציגרעטל, פייער, סתם רויעך).
שאהן הענניטי האט געשריבן:מײן פיאות איז מיר געווארן האלב די דיקקייט, און איינער האט מיר געזאגט אז קאראנע קען גורם זיין צו פארלירן האר. נאך איינער?

viewtopic.php?p=2250591#p2250591

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך הייליג » זונטאג יולי 05, 2020 2:16 pm

יוד אלף האט געשריבן:בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?

גא"מ
איך האב חושש געןווען אויף די מעייאנעיז פון טונא אייער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » זונטאג יולי 05, 2020 2:28 pm

הייליג האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?

גא"מ
איך האב חושש געןווען אויף די מעייאנעיז פון טונא אייער

פון שווארץ מייאנעיס? שוין געווען בעפאר, ווער ווייסט ווי לאנג קאראונע איז שוין דא?..
ערענסט גערעדט, זייער מעיאנעיס האט אזא זויערע טעם שוין פון פאריאר זיכער

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re:

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג יולי 05, 2020 2:46 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?

גא"מ
איך האב חושש געןווען אויף די מעייאנעיז פון טונא אייער

פון שווארץ מייאנעיס? שוין געווען בעפאר, ווער ווייסט ווי לאנג קאראונע איז שוין דא?..
ערענסט גערעדט, זייער מעיאנעיס האט אזא זויערע טעם שוין פון פאריאר זיכער


שוין יארן וואס איך עס די פיש שבת אן קיין מאיענעיז, נישט שווארץ, נישט גפן. סעלמאן געקאכט אין וואסער, צוגעלייגט אביסל צוויבל און ספייס, דאס איז עס. פינטל. די רעסעפי האט זיך נישט געטוישט, די טעם לעצטענס איז כנ"ל.

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פרוכט בוים » זונטאג יולי 05, 2020 2:51 pm

די דיזיינער האט געשריבן:
25C8D77E-F573-4396-AA63-42195462B950.jpeg



טוט עפעס צו אייער האר ווי לאנג מען קען נאך, די בעסטע צייט איז קער נעמען ווען מען האט נאך עפעס.

Find it in your local Health Food Stores and Pharmacies.

Get $10 off the Kit + Free shipping when you shop on lavenluv.com add code myhair


Shop on Amazon https://rebrand.ly/qhtdfuq

איך האב עס געקויפט איך וועל איה אפדעיטען אויב עס האט מיך נישט געהאלפן

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re:

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג יולי 05, 2020 2:54 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?

גא"מ
איך האב חושש געןווען אויף די מעייאנעיז פון טונא אייער

פון שווארץ מייאנעיס? שוין געווען בעפאר, ווער ווייסט ווי לאנג קאראונע איז שוין דא?..
ערענסט גערעדט, זייער מעיאנעיס האט אזא זויערע טעם שוין פון פאריאר זיכער

אודאי, די פון פאראיאר האט שוין דאס יאר א זויערע טעם!
ווי גייט דער מעשה, די מאמע זאגן פאר יונה'לע, עס אויף די ברויט, זיידי אין לאגער וואלט געחלש'ט פאר אזא ברויט. ענטפערט יונה'לע, יא יא דעמאלטס איז עס נאך געווען פריש...

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג יולי 05, 2020 2:55 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:
די דיזיינער האט געשריבן:
25C8D77E-F573-4396-AA63-42195462B950.jpeg



טוט עפעס צו אייער האר ווי לאנג מען קען נאך, די בעסטע צייט איז קער נעמען ווען מען האט נאך עפעס.

Find it in your local Health Food Stores and Pharmacies.

Get $10 off the Kit + Free shipping when you shop on lavenluv.com add code myhair


Shop on Amazon https://rebrand.ly/qhtdfuq

איך האב עס געקויפט איך וועל איה אפדעיטען אויב עס האט מיך נישט געהאלפן

און אויב ס'וועט העלפן?

אפשר איז עס דעמאלטס א חשש פון עדווערטייזמענט...

Union
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 05, 2020 3:39 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך Union » זונטאג יולי 05, 2020 3:02 pm

יוד אלף האט געשריבן:בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?


זעלבע זאך.
אייער האט עפעס א געפערליכע גרויך אבער נאר געקאכטע.
פיש אויך שבת ביים סעודה לייג איך גאר אסאך חריין, הערינג קען איך נישט דערהייבן די שמעק וכו׳

אבער ב״ה פאר דעים.

האמת הצפון
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך האמת הצפון » זונטאג יולי 05, 2020 3:21 pm

איך האב געהאט קאראנע ווען יעדער האט געהאט און יעצט האב איך אנגעפאנגען שפירן אויף א שוואכע אופן און נאר אמאל און אפאר שעה א געוויסע מאדנע טעם, און איך נעם דערפאר זינק וכו'
ווי איך האב געהערט פון א מומחה איז דאס א פרישע אנטוויקלונג פון די קאראנע ד.ה. עס איז נישט די קאראנע אליינס נאר א געוויסע פועל יוצא וואס איז בכלל נישט שעדליך נאר פאראורזאכט אז די גוף ניצט אויס כוחות און עס פארלירט זינק און ממילא פאלט ארויס די האר און אזוי אויך שפירט מען דעם שווערן טעם

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re:

תגובהדורך הייליג » זונטאג יולי 05, 2020 3:24 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:פון שווארץ מייאנעיס? שוין געווען בעפאר, ווער ווייסט ווי לאנג קאראונע איז שוין דא?..
ערענסט גערעדט, זייער מעיאנעיס האט אזא זויערע טעם שוין פון פאריאר זיכער

גראדע האט נישט צוטוען מיט שווארץ, שוין געהאט פון אלע פירמעס אז עס איז נישט געלונגען אמאל
אבער איצט טראכט איך א ז קען זיין עס האט מיט דעם, אבער מען וועט טרייען א צווייטע און מען וועט זעהן אויב טוישט זיך עפעס

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יולי 05, 2020 3:27 pm

Union האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?


זעלבע זאך.
אייער האט עפעס א געפערליכע גרויך אבער נאר געקאכטע.
פיש אויך שבת ביים סעודה לייג איך גאר אסאך חריין, הערינג קען איך נישט דערהייבן די שמעק וכו׳

אבער ב״ה פאר דעים.

ביי מיר האט די כריין פיל אן ערגערע טעם ווי די פיש... ווען די צוויי קומען זיך צוזאם דאן טוט די כריין טריגערן די פיש, און דאן איז דאס גרויליגער פון עקלדיג....

אוועטאר
יש בו
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך יש בו » זונטאג יולי 05, 2020 3:29 pm

צ.ק.
ב"ה, לא מיניה ולא מקצתיה,
כאניש קאנאנוג פון וואס מ'רעדט,
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג יולי 05, 2020 3:29 pm

יש בו האט געשריבן:צ.ק.
ב"ה, לא מיניה ולא מקצתיה,
כאניש קאנאנוג פון וואס מ'רעדט,

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג יולי 05, 2020 3:35 pm

ציגארעטן שמעקן ווייטער די זעלבע.

בנוגע עסן? ווענדט זיך ווי פריש דער יאגורט איז

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך מחשב » זונטאג יולי 05, 2020 4:01 pm

האמת הצפון האט געשריבן:איך האב געהאט קאראנע ווען יעדער האט געהאט און יעצט האב איך אנגעפאנגען שפירן אויף א שוואכע אופן און נאר אמאל און אפאר שעה א געוויסע מאדנע טעם, און איך נעם דערפאר זינק וכו'
ווי איך האב געהערט פון א מומחה איז דאס א פרישע אנטוויקלונג פון די קאראנע ד.ה. עס איז נישט די קאראנע אליינס נאר א געוויסע פועל יוצא וואס איז בכלל נישט שעדליך נאר פאראורזאכט אז די גוף ניצט אויס כוחות און עס פארלירט זינק און ממילא פאלט ארויס די האר און אזוי אויך שפירט מען דעם שווערן טעם

אבער מ'האט שוין געהערט אזויפיל מענטשן וואס האקן זינק און זענען נישט געהאלפן געווארן.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

זעירא
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך זעירא » זונטאג יולי 05, 2020 4:20 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:ציגארעטן שמעקן ווייטער די זעלבע.

יא, די איינציגסטע זאך וואס איך פיל נאך א טעם אין די טעג.

געדענקער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:21 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך געדענקער » זונטאג יולי 05, 2020 4:28 pm

Union האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:בעיקר ביי פראטין
פיש, פלייש, אייער, וכדו' עני וואן עלס?


זעלבע זאך.
אייער האט עפעס א געפערליכע גרויך אבער נאר געקאכטע.
פיש אויך שבת ביים סעודה לייג איך גאר אסאך חריין, הערינג קען איך נישט דערהייבן די שמעק וכו׳

אבער ב״ה פאר דעים.

זעלבע ביי מיר, הערינג קען איך ממש נישט דערליידן

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך פלאטשיגער » זונטאג יולי 05, 2020 5:36 pm

הערשקא האט געשריבן:רוב עסן / טרינקען וואס האס האבן אן אנדערע טעם, האבן באקומען כמעט די זעלבע גאנג טעם,

WOW!!! גענאגלט!!!
הערשקא האט געשריבן:קאווע, מינט, פינאט באדער,

כ'האב חושד געווען אז ס'האט צו טוהן מיט מיינע פעיווארעט טעיסטס, קאווע, מינט, און פינאט באדער, זענען געווען מיינע דריי בעסטע פלעיווארס פאר ביז נישט אזוי לאנג צירוק, ליידער זייט די קאראנע עפאכע זענען זיי אפגעטוהן געווארן מיט א שטארקייט, און פארטוישט געווארן מיט עפעס א גאר מאדנע און אומבעטעמטע שפיר, און כ'לייד נאך עד היום שוין מיטן איינעמען זינק טאבלעטן...
נאך עטליכע פראדוקטן טעיסטן און שמעקן נישט די זעלבע ווי אמאל, אבער דעי דריי בעיקר!
די בשמים מוצאי שבת איז אויך קיינמאל צוריקגעקומען וואו אין דער אלטער אמאל...

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יולי 05, 2020 5:54 pm

אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך זע כסדר ביי אנקעטע'ס דא אויפן וועלטל, אז ווען מ'לייגט ארויס א פראגע וואס איך וואלט ערווארטעט אז די נארמאלע ענטפער איז "ניין", און בלויז ביי א קנאפע עולם איז דער אויסנאם ענטפער "יא", דאן קומט טאקע צוערשט "ניין" אריין מיט א איבערוויגענדע מערהייט, אבער ווי מער צייט ס'גייט פארביי, שטארקט זיך די יא פונעם צד שכנגד, וואס קען דאס מיינען?

סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:04 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך סטראפקאוו » זונטאג יולי 05, 2020 7:34 pm

מיר האבן ענליכע פרעבלעמען זינט דעם ווירוס.

תכלית, איז דא עפעס וואס מעו קען טון דערוועגן?

מיר אידעלעך דא אויף אייוועלט זענען ווארשיינליך נישט קיין אויסנאם, אין דער פראבלעם פלאגט גאנץ זיכער די אלגעמיינע גאס אויך, איז דאס שוין אדרעסירט געווארן דורך מעדעצינישע עקספערטן ?

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג יולי 05, 2020 7:50 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך זע כסדר ביי אנקעטע'ס דא אויפן וועלטל, אז ווען מ'לייגט ארויס א פראגע וואס איך וואלט ערווארטעט אז די נארמאלע ענטפער איז "ניין", און בלויז ביי א קנאפע עולם איז דער אויסנאם ענטפער "יא", דאן קומט טאקע צוערשט "ניין" אריין מיט א איבערוויגענדע מערהייט, אבער ווי מער צייט ס'גייט פארביי, שטארקט זיך די יא פונעם צד שכנגד, וואס קען דאס מיינען?

דער עולם האט מורא צו וועלן פארקערט ווי אנגענומען, נאר נאך וואס זיי זעהען אפאר האבן געוועלט ווי זיי, וועלן זיי אזוי.

אוועטאר
גלעזעל
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:37 pm

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך גלעזעל » זונטאג יולי 05, 2020 10:28 pm

אפשר די רב פין מאנסי (איך געדענק נישט זיין נאמען) וועט האבן א רפואה איינער האט זיין נומבער?
מיין health food store טאנעט אז די וויירעס האט געמאכט אז די באדי זאל pordusan אסאך acid אין די רפואה איז צי נעמען chlorophyll https://www.koshervitamins.com/Dynamic- ... quid-16-OZ

מודהאני
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 11:56 am

Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?

תגובהדורך מודהאני » זונטאג יולי 05, 2020 10:53 pm

נישט שלאפן...
שטארקע רוקן ווייטאג....
שוואכקייט..

נאכאיינער מיט די זעלבע אדער ענליכע עפעקטס?

כהאב נישט מער געדאכט געהאט די ווייראס פון נאך פורים פאר א גוטע 6 וואכן און גאנץ שווערליך הודו לשם מיר זענען ב"ה געזונט נאר געבליבן מיט די פאר סייט עפעקטס וואס דער דאקטאר זאגט אז עס וועט אוועקגיין בעזרת השם יתברך
מודה אני לפניך השם אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי. ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט