בלאט 8 פון 25
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:26 pm
דורך קליינע טאטע
hyper האט געשריבן:שוין געטרייט די רמבם טיי??
יאפ, האמיר געטרינקען די רמב"ם טיי שבת און זונטאג, וואס זאל איך אייך זאגן עס ארבעט ווינדערלעך.
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:34 pm
דורך הערשקא
קליינע טאטע האט געשריבן:hyper האט געשריבן:שוין געטרייט די רמבם טיי??
יאפ, האמיר געטרינקען די רמב"ם טיי שבת און זונטאג, וואס זאל איך אייך זאגן עס ארבעט ווינדערלעך.
א לינק אדער א בילד וואס דאס איז ביטע
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:39 pm
דורך קליינע טאטע
הערשקא האט געשריבן:קליינע טאטע האט געשריבן:hyper האט געשריבן:שוין געטרייט די רמבם טיי??
יאפ, האמיר געטרינקען די רמב"ם טיי שבת און זונטאג, וואס זאל איך אייך זאגן עס ארבעט ווינדערלעך.
א לינק אדער א בילד וואס דאס איז ביטע
viewtopic.php?p=2273710#p2273710
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:45 pm
דורך יהלום
חברה איך קען מער נישט קודיש מאכן!!!
גרעיפ דזאוס קען איך קיינמאל נישט טרינקען אבער דער וויין דער פיינעם געטראנק וויין!! זייט איך האב געהאט קאראנע האט יעדע פלעשעל וויין ביי מיך דער זעלבע פארשימלטע טעם!
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:48 pm
דורך פארשער
יהלום האט געשריבן:חברה איך קען מער נישט קודיש מאכן!!!
גרעיפ דזאוס קען איך קיינמאל נישט טרינקען אבער דער וויין דער פיינעם געטראנק וויין!! זייט איך האב געהאט קאראנע האט יעדע פלעשעל וויין ביי מיך דער זעלבע פארשימלטע טעם!
Me too
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:49 pm
דורך יהלום
פארשער האט געשריבן:יהלום האט געשריבן:חברה איך קען מער נישט קודיש מאכן!!!
גרעיפ דזאוס קען איך קיינמאל נישט טרינקען אבער דער וויין דער פיינעם געטראנק וויין!! זייט איך האב געהאט קאראנע האט יעדע פלעשעל וויין ביי מיך דער זעלבע פארשימלטע טעם!
Me too
אחים לאותו צרה
וואס איז דער עצה פאר דעם? אויב עס איז בכלל דא?
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:53 pm
דורך לדעתי
איז דא איינער פון די וועלכע שמעקן נישט, וואס שפירן א ווייטאג ביי די ביינער?
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:33 pm
דורך לדעתי
קליינע טאטע האט געשריבן:hyper האט געשריבן:שוין געטרייט די רמבם טיי??
יאפ, האמיר געטרינקען די רמב"ם טיי שבת און זונטאג, וואס זאל איך אייך זאגן עס ארבעט ווינדערלעך.
וואו האסטו עס געקויפט?
וואס קאסט דאס?
וויפיל טרינקט מען פון דעם?
האסטו געטרינקן נאך עפעס חוץ דעם?
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:44 pm
דורך נא_שכל
לדעתי האט געשריבן:קליינע טאטע האט געשריבן:hyper האט געשריבן:שוין געטרייט די רמבם טיי??
יאפ, האמיר געטרינקען די רמב"ם טיי שבת און זונטאג, וואס זאל איך אייך זאגן עס ארבעט ווינדערלעך.
וואו האסטו עס געקויפט?
וואס קאסט דאס?
וויפיל טרינקט מען פון דעם?
האסטו געטרינקן נאך עפעס חוץ דעם?
מיט איין פאון קאל צו דעם נאמבער וועסטו אלעס וויסן
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 6:51 pm
דורך רשי הקטן
ביי מיר האט אייער באקומען א מין מיסער טעם...
אויך יעדע ציקערדיגע זאך איז געווארן אומבעטעמט. גריעפ דשוס, סאדע..
די מקוה וואסער האט באקומען א שרעקליכער גרוך אויך
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 7:04 pm
דורך טראק דרייווער
קליינע טאטע האט געשריבן:hyper האט געשריבן:שוין געטרייט די רמבם טיי??
יאפ, האמיר געטרינקען די רמב"ם טיי שבת און זונטאג, וואס זאל איך אייך זאגן עס ארבעט ווינדערלעך.
וואס איז דאס פונקטליך רמב"ם טיי? עס האט מיט די קנאבל?
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 7:07 pm
דורך מחשב
ניין, עס איז א אלגעמיינע רפואה פאר אלע קרענק. א בחינה ווי טל של תחי'.
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:40 am
דורך maybeeynot
מחשב האט געשריבן:ניין, עס איז א אלגעמיינע רפואה פאר אלע קרענק. א בחינה ווי טל של תחי'.
מלייגט כאטשיג צו די כינעזע האניג ... ?
ווער געדענקט עס נאך ?
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:55 am
דורך בעקעלע.הפוכה
באנינז איז ב"ה אזוי ווי געזאגט נעכטן ביי יו"כ קטן ...א קרעכץ געטאן.. יא יא...אין לי טעם וריח שוין זייט מוצאי פורים....
אבער די געפערליכע לעצטע צוויי ואכן שלעכטע / פארשימלטע/ טעם אויך פראטיען עסן ווי צב"ש פיש, פלייש, אייער אין נאך, נעמט מיר ב"ה אוועק דעם אפעטיט
- במאמר המוסגר איך זאג ב"ה ווייל די ערשטע פאר ווערטער איז דארט "יד פה ועין" אין דאס איז ב"ה געזינט אין שטארק, דעריבער דאנקט מען אונזער גוטע זיסע טאטן אין הימל םאר די חסדים טובים -
קען מיר איינער אפשר זאגן וועגן דעם רבינו מימון טיי, אויב ער ווייסט וועם עס האט שוין געהאלפן וינצל, אדער ווי יענער האט דא געשריבן צוויי חדשים צוריק וזל"ש : איך נעם זינק ווי א נער.....
א גוטן חודש
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 12:11 pm
דורך יידישע קהילות
איז נישט דא דערוועגן קיין גערעדעכץ אין די אלגעמיינע פרעסע? נאר יידן ליידן דערפון?
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 12:36 pm
דורך נארפאקטן
איך וועל נאכאמאל דערמאנען, פאר מיר האט מער ווייניגער געהאלפן די לבונה, נאכן אויספאלגן די פונטקליכע אינסטרוקציעס. נאך דריי טעג האב איך שוין געשפירט א חילוק, נאך א וואך א גרויסער חילוק, איך האב עס שוין אויפגעהערט נעמען, עס איז "אביסל" צוריקגעקומען, אבער גאר אסאך בעסער ווי בעפאר דעם.
פאר איינעם העלפט זינק, פאר א צווייטן העלפט די רמב"ם טיי, פאר א דריטן די לבונה, פאר יעדם העלפט עפעס אנדערש, עס שאדט נישט צו פראבירן, די מעדיקל וועלט האט סייווי נישט קיין אלטערנאטיוו.
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 2:08 pm
דורך Goodmorning
וויל איך וויסן אויב דאס פארלירן די טעם און ריח מאכט אויך פארלירן וואג? אפשר קען מען זיך אוי לערנען וויאזוי עס צייטווייליג צו בלאקירן און לעבן אפאר וואכן אויף גרינע דזשוס, און מען וועט ווערן דאר...
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:02 pm
דורך פארשער
יידישע קהילות האט געשריבן:איז נישט דא דערוועגן קיין גערעדעכץ אין די אלגעמיינע פרעסע? נאר יידן ליידן דערפון?
ס'איז געשטאנען דערוועגן אין אן ארטיקל אין ביזנעס אינסיידער יוני 24, דער ארטיקל איז געבלאקט ביי מיר, איך האב געזען נאכברענגען דעם פאלגענדן ציטאט:
Some coronavirus patients may start to regain their sense of smell as their olfactory neurons regenerate over the course weeks or months. These patients often develop "parosmia" — a distorted sense of smell — as they recover, which can turn otherwise pleasant aromas into foul odors like chemicals or burning
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:09 pm
דורך קאווליר
רשי הקטן האט געשריבן:.
די מקוה וואסער האט באקומען א שרעקליכער גרוך אויך
ביי מיר אויך אבער די קליינע מקואות וואס לייגן ווייניגער בליטש אדער קעמיקעלס איז סאך בעסער די גרויסע זענען געפערלייייךךךך
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:23 pm
דורך הערשקא
יידישע קהילות האט געשריבן:איז נישט דא דערוועגן קיין גערעדעכץ אין די אלגעמיינע פרעסע? נאר יידן ליידן דערפון?
געגוגעלט אביסל, מען רעדט כמעט נישט דערפון, נאר אביסל פון פארלירען די גאנצע שמעק/טעם,
איך הייב אן צו טראכטן אז עס איז א אידישע זאך.
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 3:43 pm
דורך מחשב
הערשקא האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איז נישט דא דערוועגן קיין גערעדעכץ אין די אלגעמיינע פרעסע? נאר יידן ליידן דערפון?
געגוגעלט אביסל, מען רעדט כמעט נישט דערפון, נאר אביסל פון פארלירען די גאנצע שמעק/טעם,
איך הייב אן צו טראכטן אז עס איז א אידישע זאך.
איך זעה עס יא שטארק באריכטעט, דער עולם לייגט דאס אריין אין איין קאטאגאריע מיט אינגאנצן פארלירן די שמעק, מ'מאכט נישט קיין עקסטערע בראטל דערפון.
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 7:59 pm
דורך הערשקא
מחשב האט געשריבן:הערשקא האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איז נישט דא דערוועגן קיין גערעדעכץ אין די אלגעמיינע פרעסע? נאר יידן ליידן דערפון?
געגוגעלט אביסל, מען רעדט כמעט נישט דערפון, נאר אביסל פון פארלירען די גאנצע שמעק/טעם,
איך הייב אן צו טראכטן אז עס איז א אידישע זאך.
איך זעה עס יא שטארק באריכטעט, דער עולם לייגט דאס אריין אין איין קאטאגאריע מיט אינגאנצן פארלירן די שמעק, מ'מאכט נישט קיין עקסטערע בראטל דערפון.
לדעתי איז עס צוויי אנדערע זאכן, דאס אינגאנצען פארלירען די טעם, און די טויש און טעם
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:00 pm
דורך מחשב
ס'איז, ס'האט אן אנדערע נאמען. אבער דער עולם באריכטעט דאס מיט ביידע נעמען צוזאמען.
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:19 pm
דורך ריק פערי
מחשב האט געשריבן:ס'איז, ס'האט אן אנדערע נאמען. אבער דער עולם באריכטעט דאס מיט ביידע נעמען צוזאמען.
גראדע נישט.
אונזער עולם האט באקומען קאראנע בעפאר די אלגעמיינע דאס, און די עקל'דיגע גערוך / טעם באקומען אונז אויך בעפאר די אלגעמיינע גאס. ווארט צו אביסל און עס וועט ווערן א רידעריי ביי די גוים אויך.
ווער געדענקט נישט ווי די פרעסע האט 'אנדעקט' אז פארלירן די חוש הריח איז א סימן אויף קאראנע?
די עטליכע פערזעהנליכע איבערלעבענישן וואס איך האב געטראפן פון מענטשן וואס זענען דאס אריבער, דערציילט נישט קיין גוט'ס...
Re: אנקעטע: ליידט איר פון א מאדנעם גערוך/טעם ביים עסן?
געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:45 pm
דורך טראק דרייווער
ריק פערי האט געשריבן:מחשב האט געשריבן:די עטליכע פערזעהנליכע איבערלעבענישן וואס איך האב געטראפן פון מענטשן וואס זענען דאס אריבער, דערציילט נישט קיין גוט'ס...
וואס מיינסטו אז עס דערציילט נישט קיין גוטס? עס דערציילט אז די מענטשן האבן געהאט קאראנא און עס איז געבליבן א זכר דערפון, גארנישט מער.