איז ריכטיג זיך יא אדער נישט צו טעסטען פאר די קאראנע ווירוס [אין א"י]?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

איז ריכטיג זיך יא אדער נישט צו טעסטען פאר די קאראנע ווירוס [אין א"י]?

תגובהדורך דייקן » מוצ"ש יוני 27, 2020 9:53 pm

אזויווי דא קאראנא וויירוס-וואס זענען די סימפטאמען? האט איינער געשריבען אז ער וואוינט אין א"י און ער האט פארלוירען די חוש הריח, און ער וויל וויסען ווען ער קען אננעמען אז ער האט מער נישט די ווירוס כדי ער זאל קענען ארויסגיין, און ער שרייבט "(מאכען א טעסט? נאו יעי! נישט ביינונז)", וויל איך פארשטיין וואס איז די ריכטיגע זאך צו טאן, זיך יא אדער נישט צו טעסטען?

די סיבות וואס איך טראכט פארוואס יא צו נעמען א טעסט זענען, ערשטענס אזויווי יענער שרייבט צו קענען וויסען אויף זיכער ווען מען איז מער נישט א קאריער פון די ווירוס, און עס זאל נישט זיין א חשש פיקו"נ ווען מען גייט ארויס אינדרויסען, צווייטענס איז דא א סיבה צו נעמען די טעסט כדי אז אלע מענטשען וואס האבען זיך געטראפען מיט יענער זאלען וויסען אריינצוגיין אין קווארענטין (בידוד), און אפשר אויך נעמען טעסטס צו זען אויב זיי זענען געווארען אנגעשטעקט פון עם.

די סיבות וואס איך טראכט פארוואס נישט צו נעמען טעסטס זענען, כדי אז מען זאל נישט זעהן אז אין געוויסע פרומע געגענטער זענען דא גאר אסאך קעיסעס, ווייל עס קען זיין א חילול השם, ווי אויך קען עס ברענגען צו הסתה אין די מידיע קעגען די פרומע, און ווי אויך קען עס צוברענגען אז מען זאל פארמאכען שוהלען אד"ג, אבער לכאו' וואלט כאטש געדארפט זיין אז דער אנגעשטעקטער זאל פריוואטערהייט מודיע זיין פאר די מענטשען מיט וועמען ער איז געווען אין קאנטאקט די לעצטע צוויי וואכען אז זיי זאלען זיך סעלף קווארענטינען.

איז יעצט איז די עולם מכובד ארויפצוקומען מיט נאך זאכליכע סיבות פארוואס יא אדער נישט זיך צו טעסטען, און איך בעט פון די עולם אז מען זאל דא נישט אריינמישען ציונות, ווי אויך זאל מען נישט רעדען פון אומאפיציעלע הוראות פון גדו"י [אויסער אויב איינער ווייסט פון אזא הוראה אויף זיכער], נאר אויב מען האט א געשריבענע הוראה פון א רב צו א בי"ד אדער רבי אד"ג קען מען עס ברענגען, אבער נישט אויף דעם האב איך געעפענט דער אשכול, נאר בעיקר אויף צו הערען סברות לכאן ולכאן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 28, 2020 4:39 am

לכידה.jpg
לכידה.jpg (66.63 KiB) געזעהן 521 מאל
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 28, 2020 4:45 am

די צד אז יא דארף מען נישט מסביר זיין, אבער די סברות אויף נישט איז גרינג צו פארשטיין. אין בחור איז פאזיטיוו און די גאנצע קאפסול אדער ישיבה ווערט פארמאכט. אפאר מענטשען פון א געגנט און די גאנצע געגנט ווערט פארשפארט. נישטא מער קיין מוסדות אד''ג. אויב להבדיל א''א הבדלות פארשטייט דעס טראמפ ווען עס קומט צו זיינע חשבונות, עאכו''כ.
די חשבון פון 48 שעה דארף נאך א ביאור...
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

ר' איד
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re:

תגובהדורך ר' איד » זונטאג יוני 28, 2020 5:55 am

סטיטשינער האט געשריבן:די חשבון פון 48 שעה דארף נאך א ביאור...

זיין זוהן האט מיר דאס גענטפערט,

הרופאים טוענים שכל מי שנבדק לפני כן, הוא מהגורמים המובהקים ביותר להדבקה המונית
רובם יוצאים שלילי ובעצם הם חיובי ח"ו


גארנישט צוטוהען מיט זיך נישט בודק זיין....

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 28, 2020 5:59 pm

ר' איד האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די חשבון פון 48 שעה דארף נאך א ביאור...

זיין זוהן האט מיר דאס גענטפערט,

הרופאים טוענים שכל מי שנבדק לפני כן, הוא מהגורמים המובהקים ביותר להדבקה המונית
רובם יוצאים שלילי ובעצם הם חיובי ח"ו


גארנישט צוטוהען מיט זיך נישט בודק זיין....

שכוח.
נעקסטע מאל זאלן זיי שרייבן בעצת הרופאים אדער עפעס גלייכן.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

מיסתפינא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

Re: איז ריכטיג זיך יא אדער נישט צו טעסטען פאר די קאראנע ווירוס [אין א"י]?

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:55 am

די נושא קען מען נישט רעדן אין פאבליק, עס קען חלילה זייער שאטן.

דו דארפסט עס פרעגן דיין מורה דרך.
עדיף חיים בבית, מאשר בבית החיים!

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: איז ריכטיג זיך יא אדער נישט צו טעסטען פאר די קאראנע ווירוס [אין א"י]?

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:41 am

מאיר פרוש האט זיך (כנראה) פאררעדט, און אין א אינטערוויאו צו די פרומע ראדיא קול ברמה האט ער געזאגט אז ס'זענען דא אזעלכע וואס האבען א הוראה זיך נישט צו בודק זיין, און יעדער איינער זאל טאן ווי זיין רבי אדער ר"י זאגט.
https://www.kikar.co.il/365973.html

אין די היינטיגע המודיע האבען זיי שארף אראפגעריסען ביבי פארן מאכען די סגר אויף פרומע שטעט און שכונות, און געשריבען אז ער טוט עס כדי אז די שולד זאל פאלען אויף די חרדים אנשטאטס אויף עם, און זיי שרייבען אז אסאך מענטשען נעמען נישט די בדיקות ווייל זיי האבען פארלוירען זייער טראסט אין די משרד הבריאות און זיי ווילען נישט גורם זיין א סגר אויף זייערע שטאט, און זיי שטעלען עס צו צו דעם וואס די פרומע עולם אין אמעריקע האט פארלוירען זייער טראסט אין די שפיטעלער און דערפאר נישט געגאנגען צו די שפיטעלער ווען מען האט נישט ממש געמוזט גיין.

וז"ל המודיע: בגל הראשון של הקורונה כיוונו במל"ל את האש לעבר הציבור החרדי, לא מעט גם בזכות פעילות מאחורי הקלעים של ראש הממשלה שנחשב למומחה למצוא אשמים שלא קוראים להם "בנימין נתניהו", וכל הזעם הציבורי הופנה כלפי הציבור החרדי. הסגר הבוטה שהוטל על בני ברק ללא שום הכנה של עבודת מטה אלא רק כדי לסמן את "השעיר לעזאזל", פגעה קשות בדימוי של הציבור החרדי. בתי החולים סימנו אותנו עד כדי שאלות של פיקוח נפש, ובפן הכלכלי עד היום העסקים בבני ברק לא התאוששו כתוצאה מכך. עקומת המכירות בחנויות צנחו משמעותית שכן אנשים מחוץ לעיר כבר מגיעים בהיקפים קטנים יותר. אין כמעט עסק בבני ברק שלא נפגע כתוצאה מהסגר שהוטל לפני כשלושה חודשים ולא מעט מהם הגיעו לפשיטת רגל – והכל כתוצאה מהחלטה פזיזה שהמל"ל, בגיבוי של נתניהו, דחפו לשם.

"הסגר, כך התברר למפרע, היה מיותר לגמרי. כתושב העיר יכולנו להעיד כי שבוע לפני הטלת הסגר, רחובותיה של העיר שממו. מי שלא היה חייב לצאת, נשאר ספון בבית. הסגר רק גרם לנזק אדיר לתושבי העיר. זה נכון גם לגבי הסגר שהוטל על שכונות בירושלים ובית שמש"."בסיכומו של האירוע התברר כי שיתוף פעולה עם ראשי העיר להוצאת החולים מהבתים למלונות והגברת האכיפה, הוא הדבר הכי יעיל לקטיעת קצב ההדבקה, אבל כשצריך "דם" לתקשורת אין כמו להסיט את האש לכיוון הציבור החרדי. לסחורה הזו תמיד יהיו קונים.

איכשהו הציבור החרדי בלע את העלבון והפך להיות לציבור הכי ממושמע בארץ בשמירה על ההנחיות".

"אבל אז הגיע הסגר על אלעד והשכונות החרדיות בטבריה. המהירות, הפזיזות, האלתורים – הזכירו לכולנו את ההתנהלות הבריונית של המל"ל לפני הסגר על בני ברק. פשוט מנחיתים הוראה מבלי לבדוק את הנתונים, מבלי לבדוק האם אפשר להוציא את החולים. כלום. קודם כל סגר, שוב פעם מסמנים את הציבור החרדי כאשמים בהתפרצות הנגיף ועכשיו אפשר להמשיך הלאה".

"כל זה גרם לכך שהציבור החרדי מאבד אט-אט את האימון במשרד הבריאות ובמל"ל. נדגיש שוב, חייבים לשמור על ההנחיות כי זה פיקוח נפש, אבל כשאין אימון, ההתנהלות של הציבור היא בהתאם. אנשים מסרבים ללכת ולהיבדק כי הם יודעים שבמו דחיפת המטוש לאף ולגרון הם מטילים סגר על עירם – ומעדיפים להיכנס לבידוד עצמי עד יעבור זעם ותסמינים. זה גם מה שקרה בין פורים לפסח כשהציבור החרדי בארה"ב איבד את האימון בגורמי הרופאה בבתי החולים והעדיפו להישאר בבתים ולסבול בשקט. מי שלא היה חייב הנשמה, נשאר בבית. רבים מאלו שהגיעו לבתי חולים כי לא היתה ברירה, עלו מהר מאד לגן עדן ובכך הצדיקו את משבר האימון".

"בדיונים שנערכו השבוע בוועדת החוקה התברר עד כמה במל"ל ובמשרד הבריאות מתנהלים בבריונות בכל מה שנוגע לציבור החרדי, ובמקביל באיזה כפפות של משי הם מתנהלים כשמדובר בראשי עיר שמקרובים לצמרת הליכוד ולארגזי המתפקדים בפריימריז, או סתם ראשי עיר עם עוצמה חזקה כמו רון חולדאי".

https://www.bhol.co.il/news/1114172

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 6:42 pm

נישט פאררעט נאר עס איז אפיציעל אזוי. קיינער האלט עס נישט א סוד. אסאך גרויסע חסידיצער און ישיבות הייסען עס אפען.
ווי זאגט יענער? פאר פורים האט זיך געלוינט צו גיין טעסטן ווייל מהאט באקומען א פיינעם פעקל עסן פאר בידוד. יעצט באקומט מען גארנישט לוינט זיך עס שוין טאקע נישט...
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

גיזוגט
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

Re: איז ריכטיג זיך יא אדער נישט צו טעסטען פאר די קאראנע ווירוס [אין א"י]?

תגובהדורך גיזוגט » דאנארשטאג יולי 02, 2020 6:54 pm

איינע פון דע סיבות פארוואס נישט, ווייל מקען זיי נישט גלייבן אויב סאיז ריכטיג דע תשובה צו מהאט באקומען דע וויירוס צו נישט. (ווען מהאט נישט קיין סימפטאמען)
און מעגליך אז דו וועסט באקומען תשובה אז דו האסט עס אין אמת'ן אריין האסטו עס נישט... דעמאלטס לייגסטו אריין זייער אסאך מענשן און משפחה וכו' און קווארענטין (בידוד).
מילא איז בעסער נישט מאכן קיין טעסט....

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יולי 05, 2020 3:11 am

-קמפיין-רשת-נגד-הבדיקות.JPG
-קמפיין-רשת-נגד-הבדיקות.JPG (29.19 KiB) געזעהן 94 מאל
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בר דעת, טראכט נאר אביסל, ס׳וועט זיין בעסער און 29 געסט