פארהאנדלונגען איבער 2'טע סטימולוס טשעק פון יר"ה

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

להודות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: עס קומט אפשר נאך א טשעק פון טראמפ

תגובהדורך להודות » מיטוואך יולי 08, 2020 5:24 pm

זייער גוט טאקע.
די וואס פארדינען ווייניג האבן מסתם גארנישט פארלוירן פון די גאנצע קראך, פארקערט גאר, זיי האבן נאך פארדינט פון פ"ס...
זאלן זיי מאכן נאך און נאך.

# "ריטש" לייווס דאנט מעטער.
עצה טובה! נישט צו נעמען אדווייז פון א ניק אונטער 100 תגובות... קרעדיט: קאכעדיגע

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך יולי 08, 2020 5:26 pm

דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

ער קען עס מאכען נאך גרינגער, ער זאל נאר טיילען פאר די האומלעס און פאר די וואס באקומען פאבליק עסיסטענס (וועלפעיר בלע"ז) און פטור אן עסק. אויב סטימיולעס איז נישט פאר אלע, איז קלויב מיר נישט אויס פאר וועם יא און פאר וועם נישט! ווייל אויב איז עס נישט א סטימיולעס פאר אלע, איז עס דעמאלט א "סעלעקטיוו" געלט טיילונג פעקעדז.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך יולי 08, 2020 5:27 pm

דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

אין עס גייט כאטש זיין א חתיכה ראויה?

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך יולי 08, 2020 5:28 pm

דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

נאו נאו נאו נאו
איז דאס די ווערטער פון א 'רעפובליקאנער'? די מיטל קלאס רעפרעזענטיוון?
איך מיין זאלן געבן נאר ווער ס'פארדינט "העכער" 40 אלפים א יאר.

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך יולי 08, 2020 5:36 pm

40 טויזענט פער האוסהאלד אדער פערציג טויזענט פער מענטש?

פאר א משפחה פון מאן און ווייב איז עס 80 טויזענט?

און וואס איז מיט א משפחה מיט קינדער, וויאזוי רעכענען זיי די קינדער צום חשבון?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך יולי 08, 2020 5:47 pm

דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

עכט נישט יושר זיי האלטען און איין באקומען נאך פוד סטעמפס, און זיי זענען די ווייניגסטע אפעקטירט געווארען. און זיי האבן פארדינט פון אנאימפלוימענט (מיט די 600 האבן זיי געמאכט סאך מער פון זייער נארמאלע וועידש) בשעת ווען מער מיטעל קלאס פארדינער האבן נישט צוריקגעמאכט די גאנצע.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך יולי 08, 2020 5:56 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

עכט נישט יושר זיי האלטען און איין באקומען נאך פוד סטעמפס, און זיי זענען די ווייניגסטע אפעקטירט געווארען. און זיי האבן פארדינט פון אנאימפלוימענט (מיט די 600 האבן זיי געמאכט סאך מער פון זייער נארמאלע וועידש) בשעת ווען מער מיטעל קלאס פארדינער האבן נישט צוריקגעמאכט די גאנצע.

מיינסט צו זאגן ס'וואלט מער געפאסט פאר א דעמיקראט אזוי צו רעדן...

קאלט
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך קאלט » מיטוואך יולי 08, 2020 5:58 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

עכט נישט יושר זיי האלטען און איין באקומען נאך פוד סטעמפס, און זיי זענען די ווייניגסטע אפעקטירט געווארען. און זיי האבן פארדינט פון אנאימפלוימענט (מיט די 600 האבן זיי געמאכט סאך מער פון זייער נארמאלע וועידש) בשעת ווען מער מיטעל קלאס פארדינער האבן נישט צוריקגעמאכט די גאנצע.

הונדערט פראצענט גערעכט!

מ'דארף ווען מאכן פארקערט, די אלע וואס האבן געפיילט אנעפלוימענט און באקומען אוצרות זאלן יעצט גארנישט באקומען, און די אלע וואס האבן ווייטער פרובירט מיט אלע כוחות אז די אמעריקאנע עקאנעמיע זאל כאטש אביסל ווייטער אנגיין זאלן באקומען באצאלט.

אזוי זאגט שכל, וואס זאל מען טון אז ביים שיסל זיצן די וואס זענען נישט געווען ביים טיילן?

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך יולי 08, 2020 6:32 pm

עס פעלט נישט אין שכל נאר אין יושר.

האלוקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים ווי נישט צו גיין מיט יושר.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך יולי 08, 2020 6:39 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

עכט נישט יושר זיי האלטען און איין באקומען נאך פוד סטעמפס, און זיי זענען די ווייניגסטע אפעקטירט געווארען. און זיי האבן פארדינט פון אנאימפלוימענט (מיט די 600 האבן זיי געמאכט סאך מער פון זייער נארמאלע וועידש) בשעת ווען מער מיטעל קלאס פארדינער האבן נישט צוריקגעמאכט די גאנצע.

אזוי גערעכט איך שפאר אויף עסן ווייל סקאסט מיר די הויזן כמעט בשעת דער עולם זיצט אויף פעטע פ ס קארטלעך וואס ווערט נאר פילער און פילער

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך יולי 08, 2020 7:03 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

נאו נאו נאו נאו
איז דאס די ווערטער פון א 'רעפובליקאנער'? די מיטל קלאס רעפרעזענטיוון?
איך מיין זאלן געבן נאר ווער ס'פארדינט "העכער" 40 אלפים א יאר.

די חשבון איז לכאו' אז עס וועט דורך זיי אריינפליסן אין די אקאנעמי, דורך וואס מען קויפט זאכן, זאל עס זיין דורך די ארימע.

אבער שוין.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

פארשער
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יולי 08, 2020 7:44 pm

און איך מיין אז מען זאל גארנישט געבן נאר מען זאל שניידן די פעיראל שטייער צו 0 סיי פאר די ארבעטער און סיי פאר די בעלי בתים, אבער מען פרעגט דאך מיך נישט.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יולי 13, 2020 10:14 am

דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

האט זיך עפעס א ריר געטאן?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יולי 13, 2020 10:18 am

זארג נישט האט געשריבן:40 טויזענט פער האוסהאלד אדער פערציג טויזענט פער מענטש?

פאר א משפחה פון מאן און ווייב איז עס 80 טויזענט?

און וואס איז מיט א משפחה מיט קינדער, וויאזוי רעכענען זיי די קינדער צום חשבון?


ס׳איז 80 פאר א משפחה.
וואס מיינט מיין ניק?

וואוינט איהר אין ניו יארק? רעגעסטריט אייך צו וואוטען

וואוינט איהר אין ניו יארק סיטי? זענט איהר רעגסטריט אלץ רעפובליקען? רעגיסטריט זיך נאכאמאל אלץ דעמעקראט פאר נאוועמבער, כדי צו קענען שטימען אין די דעמעקראטישע מאיער פריימערי.

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך חרש וחושב » מאנטאג יולי 13, 2020 10:19 am

;
זארג נישט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

אפילו אויב מען זאל שיקן פאר יעדען נפש 1200 דאלער קומט עס נאר אן צו 396 ביליאן דאלער (1200 מאל 330 מיליאן קומט אויס 396 ביליאן דאלער). איז דעמאלט פארוואס דארף דער סטימיולעס באטרעפען 2-3 טריליאן דאלער?

אן אויב גייט דער "עיקר" געלט פאר "ביזנעסעס" און גבירים, איז דעמאלט פארוואס גייט מען בא'עוולען די וואס פארדינען דער ריזיגע סומע פון מער ווי 40 טויזענט דאלער א יאר?

עפעס שטימט נישט. מען איז גרייט צו באנקראטירען דאס לאנד מיט צולייגען צום נעשענעל חוב 10 טריליאן דאלער, אבער די פאר ביליאן צו העלפען יעדען און טאקע יעדען יחיד ממש, פאר דעם איז נישט דא קיין געלט, און "דאס" גייט מען שניידען?



;l;p- ;l;p-

די קשיא איז מרפסן איגרי

די איינציגסטע תירוץ איז אז וואשינגטאן האט אן אנדער קאלקיולעיטאר ווי אנדערע

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 13, 2020 10:26 am

White House Economic Adviser Larry Kudlow said the next round of direct payments would be less than $1,200 and targeted toward people in lower-income brackets and without jobs.

https://www.foxbusiness.com/politics/se ... me-jobless
person-man-woman-camera-tv = genius

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 13, 2020 10:42 am

קוים צוויי וואכן צוריק האט ער געזאגט, ער וויל געבן נאך מער ווי די דעמאקראטן...

https://www.marketwatch.com/story/trump ... 2020-07-01

וואס מען ווייסט שוין אז ער וויל נישט געבן פאר איינער וואס פארדינט 40 טויזנט דאלער און ארויף, און ער גייט געבן ווייניגער ווי 1200 דאלער...
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג יולי 13, 2020 10:45 am

גברא אגברא קארמית? דאס איז קודלאו, און דאס איז טראמפ, און דאס איז מאקקאנעל. ווער וועט אויספירן? האפענטליך טראמפ מיט די גרעסערע ציפערען, און די דעמעקראטען מיט די העכערע לימיט (די דעמעקראטען שטיפן פאר א לימיט פון 99 טויזענט פער מענטש און 198 טויזענט פער משפחה)
וואס מיינט מיין ניק?

וואוינט איהר אין ניו יארק? רעגעסטריט אייך צו וואוטען

וואוינט איהר אין ניו יארק סיטי? זענט איהר רעגסטריט אלץ רעפובליקען? רעגיסטריט זיך נאכאמאל אלץ דעמעקראט פאר נאוועמבער, כדי צו קענען שטימען אין די דעמעקראטישע מאיער פריימערי.

קאנטרי
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך קאנטרי » מאנטאג יולי 13, 2020 10:48 am

Smaller checks would run counter to what President Trump wants. He has indicated he wanted to send people more money during an interview with FOX Business.
https://www.270towin.com/maps/Ax8Dp

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג יולי 13, 2020 11:03 am

Waukesha האט געשריבן:גברא אגברא קארמית? דאס איז קודלאו, און דאס איז טראמפ, און דאס איז מאקקאנעל. ווער וועט אויספירן? האפענטליך טראמפ מיט די גרעסערע ציפערען, און די דעמעקראטען מיט די העכערע לימיט (די דעמעקראטען שטיפן פאר א לימיט פון 99 טויזענט פער מענטש און 198 טויזענט פער משפחה)

מילא מק'קאנעל, אבער קאדלאו, אויב נישט טראמפ וואס איז ער בכלל.
person-man-woman-camera-tv = genius

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am

אהער און אהין האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

נאו נאו נאו נאו
איז דאס די ווערטער פון א 'רעפובליקאנער'? די מיטל קלאס רעפרעזענטיוון?
איך מיין זאלן געבן נאר ווער ס'פארדינט "העכער" 40 אלפים א יאר.


די רעפובליקאנער רעפרעזענטן "נישט" די מידל קלאס!
זיי זענען דא נאר פאר די סופער–רייכע!

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג יולי 13, 2020 11:24 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

נאו נאו נאו נאו
איז דאס די ווערטער פון א 'רעפובליקאנער'? די מיטל קלאס רעפרעזענטיוון?
איך מיין זאלן געבן נאר ווער ס'פארדינט "העכער" 40 אלפים א יאר.


די רעפובליקאנער רעפרעזענטן "נישט" די מידל קלאס!
זיי זענען דא נאר פאר די סופער–רייכע!

קוקט טאקע אויס

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג יולי 13, 2020 4:17 pm

דברים אלו האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיטש מעקאנעל האט געלאזט פאלן ווערטער אז ער וויל די צווייטע טשעק זאל זיין נאר פאר די וואס פארדינען אינטער 40k א יאר

עכט נישט יושר זיי האלטען און איין באקומען נאך פוד סטעמפס, און זיי זענען די ווייניגסטע אפעקטירט געווארען. און זיי האבן פארדינט פון אנאימפלוימענט (מיט די 600 האבן זיי געמאכט סאך מער פון זייער נארמאלע וועידש) בשעת ווען מער מיטעל קלאס פארדינער האבן נישט צוריקגעמאכט די גאנצע.

אזוי גערעכט איך שפאר אויף עסן ווייל סקאסט מיר די הויזן כמעט בשעת דער עולם זיצט אויף פעטע פ ס קארטלעך וואס ווערט נאר פילער און פילער

די יעצטיגע פוד סטעמפ הוספה P-EBT פון די קאראנא פעקעדש באקומען אפילו העכערע פארדינער. יעדער וואס איז אין לאנטש פראגרעם (משפחה פון 5 אינקאם ביז 56k גרעסערע משפחות אפילו ביז 80k אדער 100k).
אנעמפלאימענט האבן גענומען אפילו מענטשען וואס פארדינען איבער 50 אלפים א יאר אדער 100 פאר א פארפאלק. האט גארנישט מיט לאו אינקאם...

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מאנטאג יולי 13, 2020 5:12 pm

ס'קומט שוין פאר באלד 2 חדשים...

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: ברעיקינג : עס קומט אי''ה נאך א טשעק פון טראמפ יר''ה

תגובהדורך פרישוואסער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:56 pm

מיין 18 יעריגע בחור'ס ישיבה האט מיר געשיקט א צעטעל צו אויספילען אין שרייבען וויפיל מיין בחור האט געקאסט דורכאויס קאראנע, וויסט איינער וואס דאס מיינט?


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Like news, MCITP, Toyota, חלה לכבוד שבת און 24 געסט