תגובהדורך באנאנא » מאנטאג ינואר 04, 2021 8:19 pm
כ'ווייס נישט אויב עס קומט אריין דא, אבער ס'איז פאסיג אין א 'קאראנא סטימוליס' אשכול.
פארגאנגענע מוצאי שבת ביים דינער פון ישיבת בני ציון ד'באבוב אין בארא פארק, האט די באבובער רבי שליט"א מכריז געווען אינמיטען זיין דרשה אז אחוץ וואס ער ארבעט אויסצופירן זיין רצון לפועל פון העכערן דאס געהאלט פון אלע איינגעשטעלטע אין די מוסדות, האט ער פארן דיננער אנגערופן הנגיד איזי ענגלענדער און אים געבעטן אים ארויסצוהעלפן מיט זיין רצון צו געבן פאר יעדעס מלמד און איינגעשטעלטע א טויזענטער אלס הכרת הטוב אפס קצהו פון די שווערע ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין די קאראנא חדשים.
הנגיד איזי האט גלייך מסכים געווען צו געבן דאס גאנצען סכום, און נאך וואס די באבובער רב האט אים געפרעגט צו ער ווייסט אויב מען רעדט דא פון עטליכע הונדעריט איינגעשטעלטע האט איזי געזאגט אז ער וויל עס געבן בחפץ לב ווייל ער האט דעם שבת פרשת ויחי געלערנט א תורה אין דברי שלמה וועלכע רעדט שטארק ארום פון החזקת התורה (עיין דברי שלמה, ויחי).
די דרשה האט קול בחצרות ארויפגעלייגט ווי די רב דערציילט ברבים די גאנצע הנ"ל.