אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך Programming » פרייטאג יוני 26, 2020 2:50 pm

דו כאפסט נישט אז לויט דעם זעלבן חשבון וואלטן אלע סטארס געקענט קלאגן אז רעליגיעזע אינסטוטיציעס באקומען פרעפערענשאל טריטמענט (רעליגיעזע זאכן זענען אייביג געווען מער ערלויבט ווי סעקולערע)

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג יוני 26, 2020 2:55 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
V. Conclusion
WHEREFORE
, for the foregoing reasons, it is hereby
ORDERED
that plaintiffs’ application for a preliminary injunction
(Dkts. No. 2, 7) is
GRANTED
; and it is further
ORDERED
that defendants are
ENJOINED
and
RESTRAINED
as
follows:
(1) from enforcing any indoor gathering limitations against plaintiffs
37
Case 1:20-cv-00651-GLS-DJS Document 35 Filed 06/26/20 Page 37 of 38
greater than imposed for Phase 2 industries, provided that plaintiffs
follow social distancing requirements as set forth in the applicable
executive orders and guidance; and
(2) from enforcing any limitation for outdoor gatherings provided that
participants in such gatherings follow social distancing requirements
as set forth in the applicable executive orders and guidance; and it is
further

פון דא קוקט אויס אז ס'נישט נאר רעליגיעזע געברויכן, נאר היות די שטאט האט ערלויבט פראטעסטן, קען ער מער נישט אינפארסירן אנדערע צוזאמקומען, ווי לאנג עס קומט נאך סאשעל דיסטענסינג

די שאלה איז פארוואס סאושעל דיסדענסינג מעג ער יא אינפארסירן וויבאלד ער האט דאס נישט אינפארסירט ביי די ראיאטן.

מעגליך אז ער האט עס נישט ענטמוטיגט דעמאלטס
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

בועז
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך בועז » פרייטאג יוני 26, 2020 6:53 pm

lebediger berel האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דאס קומט נאר פון איין דיסטריקט וואס נעמט אריין דעלעוועיר גרין און אטסעגא קאונטי זע דא
https://health.ny.gov/environmental/wat ... istphn.htm



איך הער אז דעי בריוו האבען זיי ארויסגעשיקט צו אלע קעמפס וואס זענען געוועהן איינגעשריבען אין 2019 אין גאנץ ניו יארק, יעדע דיסטריקט האט טאקע די חתימה פון יענע דיסטריקט אפישעל

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 28, 2020 1:49 pm

הער איך אז די סטעיט האט פרייטאג אריינגעגעבן זייערע טענות.
קען עס איינער אראפברענגען ?
ס'איז דא א אינטערוויא אויף קולמא אבער ס'ליגט נאכנישט אויף זייער סייט..
ער זאגט דארט אז זיי האבן בכלל נישט בארירט די הויפט טאנע אז פארוואס די פראטעסטן האט מען יא געלאזט און דאס נישט..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פון די צייטונג אימעיל

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 28, 2020 1:52 pm

פעדעראלער ריכטער פסל'ט אומ'יושר'דיגע צוימונגען אויף רעליגיעזע צוזאמקונפטן

דער פעדעראלער ריכטער גערי שארפּ האט פרייטאג געגעבן א צייטווייליגן אפּהאלט (צו על תנאי) קעגן די צוימונגען וואס ניו יארק האט געלייגט אויף רעליגיעזע צוזאמקונפטן, אז דאס איז אן אומערלויבטע אונקאנסטיטוציאנאלע צוימונג אויף רעליגיעזע פרייהייטן, ווען מ'זעט אז די רעגירונג האט אין די זעלבע צייט יא ערלויבט גרויסע צוזאמקונפטן ביי די “בלעק לייווס מעטער” פּראטעסטן.
דער אורטייל איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס צופרידנהייט ביים יהדות החרדית נישט בלויז צוליב די עצם פראגע אויף וואס דאס איז געבויט געווארן, נאר ווייל דער ריכטער אנערקענט דעם פּרינציפּ אז מ'טאר נישט דיסקרימינירן קעגן רעליגיע, וואס דאס קען זיין א ווייטגרייכענדער אורטייל אויב דאס וועט באפעסטיגט ווערן שפּעטער, נאך א געהעריגן פארהער און ווארשיינליך אויך אפּעלאטן.
צווייטענס, איז דאס דער זעלבער ריכטער צו וועמען עס איז אנגעקומען די קלאגע קעגן די סטעיט'ס נישט לאזן עפענען די קעמפּס, וואס אויך דארט איז די קלאגע געבויט בעיקר אויף די קאנסטיטוציאנאלע געשיצטע רעכט צו רעליגיעזע פרייהייט, וואס די קעמפּס זענען א קריטישע טייל פון דעם חרדי’שען חינוך סיסטעם וואס ווערט איצט אומלעגאל געצוימט. די קעמפ אנקלאגע איז טאקע איבערגענומען געווארן דורכ'ן הויפט ריכטער אינעם אלבאני פעדעראלן געריכט, אבער די ריכטער רעספעקטירן געווענליך מיינונגען און אורטיילן אויף ענליכע אנגעלעגענהייטן, פון קאלעגע ריכטער אין זעלבן געריכט.
דריטענס, יעדעס מאל ווען א פעדעראלער ריכטער אנערקענט די טענות פון רעליגיעזע פרייהייט אין באצוג צו אידן, אפילו אויף אזא זאך ווי תפילה בציבור וואס חרדי’שע אידן שטעלן א גרעסערן דגוש אויף דעם ווי אנדערע אידן, פארשטארקט דאס דעם כח פון יהדות החרדית אפּצושלאגן אויך אנדערע טשעפּערייען און אנגריפן אויף אונזער ערליכן לעבענסשטייגער, ווי צ.ב.ש., די מערכה וואס די שונאי הדת - אנגעפירט פון אייגענע אנשי בליעל - פירן קעגן חרדי’שען חינוך סיסטעם.
צוריקקומענדיג צו איצטיגן היסטארישן אורטייל פון ריכטער שארפּ, איז די רעדע פון די צוימונגען אויף באטייליגונג אין די שוהלן, וואס אונטער פאזע 2, מעג מען האבן ביז 25 פּראצענט באטייליגונג פון די מאקסימום מעגליכקייטן, און אינדרויסן, ביז א מאקסימום פון 10 מענטשן, און די וואס זענען שוין אין פאזע 3 (די שטאט ניו יארק ניו יארק דארף אויך אריין אין פאזע 3, מאנטאג פ' פנחס, יולי 6) איז דא א מאקסימום אויף אלע פארזאמלונגען פון 25 מענטשן. פאקטיש, זינט די “בלעק לייווס מעטער” דעמאנסטראציעס האבן זיך אנגעהויבן ענדע מאי, זעט מען ריזיגע צוזאמקונפטן, דעמאנסטראציס און מארשן און ראליס אין ניו יארק סטעיט, איבערהויפּט אין די שטאט ניו יארק, מיט די פולע באשטעטיגונג פון גאווערנאר קואמא און מעיאר דיבלאזיא.
עס איז ארויסגעברענגט געווארן אין די אנקלאגע אז ווען מ'האט געפרעגט גאווערנאר קואמא ביי א פּרעסע קאנפערענץ יוני 1, צי ער וואלט רעקאמענדירט אז מענטשן זאלן נישט ארויסגיין פּראטעסטירן (צוליב דעם פּאנדעמיק אויסשפּרייטונג געפאר) האט קואמא געענטפערט: ניין, איך מיין איר קענט פּראטעסטירן, אבער טוט עס קלוג און אינטעליגענט.
אויפצומארגענס ווען מ'האט געפרעגט מעיאר דיבלאזיא פארוואס ער ערלויבט די פּראטעסטן אבער ער ערלויבט נישט עפענען די ריטעיל געשעפטן און ער ערלויבט נישט רעליגיעזע צוזאמקונפטן, האט זיך דער מעיאר ארויסגעלאזט אין א גאנצע דרשה, פּרובירענדיג אויפצוקלערן אז די איצטיגע דעמאנסטראציעס זענען געבויט אויף 400 יאר אמעריקאנער ראסיזם, און דאס איז נישט די זעלבע זאך ווי א באקריוודעטער געשעפט אייגענטימער אדער דער ערליכער מענטש וואס וויל צוריקגיין אין שוהל (אדער להבדיל קירכע).
זעענדיג אזא אפענע דיסקרימינאציע, אזא פיינטשאפט צו רעליגיע, האבן עטליכע קאטוילישע גלחים פון אפסטעיט איינגעגעבן א לעגאלע אנקלאגע אין וואס עס האבן זיך אויך אנגעשלאסן עטליכע חרדי’שע אידן פון ברוקלין. די הויפּט טענה איז, אז אויב מ'ערלויבט די פּראטעסטן אנצוגיין, און מ'צוימט רעליגיעזע צוזאמקונפטן, איז דאס אן אומקאנסטיטוציאנאלע פארלעצונג פון די ערשטע אמענדמענט וואס גאראנטירט פרייהייט פון רעליגיע. (דער פּונקט ווערט ברייטער אויסגעשמועסט אין די אנקלאגע קעגן די קעמפּ אפּשליסונג, וואו עס ווערט אנגעוויזן אז אין דעם זעלבן ערשטן אמענדמענט שטייען ביידע רעכטן צוגלייך, צוליב דעם קען מען נישט מאכן אן אויסנאם, איין ווארט פונעם ערשטן אמענדמענט יא אנערקענען, און דאס צווייטע ווארט, נישט אויספאלגן.)
ריכטער שארפּ האט טאקע ציטירט די באמערקונגען פון קואמא און דיבלאזיא אין זיין איצטיגן אורטייל. ער האט אפילו גענוצט דיבלאזיא'ס שארפע רייד קעגן די לוי' פון הרה”צ ר' חיים מערץ זצ”ל וואס איז אפּגעהאלטן געווארן אין וויליאמסבורג נאך פּסח. דער ריכטער שרייבט צווישן אנדערס, אז גאווערנאר קואמא און מעיאר דיבלאזיא האבן פּונקט אזוי געקענט אנטמוטיגן די פּראטעסטן כאטש נישט פארדאמען זייער מעסעדזש רעדענדיג אין נאמען פונעם פאלק'ס געזונטהייט, אנשטאט צו ערמוטיגן וואס זיי האבן געוואוסט אז דאס איז אן אפענע איגנארירן פון די צוימונגען אויף צוזאמקונפטן אינדרויסן און אויף רעגולאציעס וואס מ'דארף ווייט צו שטיין איינער פון צווייטן. זיי וואלטן אויך געקענט שטיל זיין. מיט אויפפירענדיג זיך ווי זיי האבן געטאן, האבן גאווערנאר קואמא און אויך מעיאר דיבלאזיא געשיקט א קלארן מעסעדזש אז מאסן פּראטעסטן פארדינען א פארצוג באהאנדלונג, וואס דאס איז א קלארע פארלעצונג פון די קאנסטיטוציע.
דער ריכטער האט אנערקענט אז ערוויילטע באאמטע האבן געמוזט פאסן שווערע באשלוסן אין לויף פון דעם שרעקליכן פּאנדעמיק, אבער עס איז קלאר פאר דעם געריכט אז זיי האבן איבערגעצויגן דאס שטריקל. עס איז נישט די ראלע פון די יורידישע אפּטיילונג צו זיין א חכם לשעבר, שפּעטער אפּצופרעגן באשלוסן וואס זענען געפאסט געווארן אין די צייטן פון א קריזיס דורך אזעלכע פירער ווי גאווערנאר קואמא אדער מעיאר דיבלאזיא, ביז אזעלכע באשלוסן ברענגען די איינצוימונג פון פונדאמענטאלע רעכטן אן קיין איבערוועגענדע בארעכטיגונג (וואס דאן דארף דאס געריכט יא נעמען א שטעלונג).
עס איז מערקווירדיג אז אין די 38 זייטן פון דעם אורטייל דעקט דער ריכטער זייער א סאך וויכטיגע פונקטן פון די געזעצן און אדרעסירט די פארשידענע טענות מיט אן אויג אויך אויף ווייטער, ווען עס וועט פארקומען א גרעסערער פארהער, און אויך אז עס זאל "אויסהאלטן" אן אפעלאט געריכט איבערזיכט. דער ריכטער ציטירט אפילו פון דעם אפעלאט אורטייל 6 יאר צוריק, קעגן מעיאר בלומבערג'ס פארארדענונג צו טשעפן די ברית'ן, ווען דער געריכטליכער קאמף איז אנגעפירט געווארן דורך די התאחדות הרבנים, און יענער אפעלאט אורטייל איז געווארן עפעס אויף וואס ריכטער קוקן ביים באטראכטן רעליגיעזע רעכטן.
דער הויפט פונקט פון איצטיגן אורטייל איז, אז מ'טאר נישט טרעטן אויף די רעליגיעזע רעכטן וואס איז גאראנטירט דורך די זעלבע קאנסטיטוציע וואס ערלויבט דעמאנסטראציעס. אויב מ'צוימט נישט איין זאך (דעמאנסטראציעס) טאר מען נישט צוימען די אנדערע זאך (רעליגיעזע צוזאמקונפטן).
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג יוני 28, 2020 2:50 pm

Court push to open Jewish sleepaway camps goes before judge on Tuesday
Times Herald-Record
Hasidic families whose children go to sleepaway camps in the Catskills are awaiting a federal court hearing on Tuesday in a case that will determine if those camps open this summer over the state's objections.

The Association of Jewish Camp Operators sued Gov. Andrew Cuomo this month after he barred overnight camps from opening because of continued concerns about spreading the coronavirus. The plaintiffs argue the decision violated religious rights and was inconsistent with the state letting other non-essential activities resume.

The upcoming hearing before Chief Judge Glenn Suddaby of the Northern District of New York concerns the camp operators' request for temporary orders allowing the camps to open while the case is pending. The camps represented by the association serve more than 40,000 children, according to its court papers.

The camps had hoped to open on Thursday of this week. While the court challenge remains pending, some operators are trying to circumvent the prohibition by obtaining permits to open as "temporary residences," the state's term for hotels, motels and cabin colonies.

The state Department of Health distributed a letter on Thursday that warned camp operators of an unusual caveat if they plan to declare themselves temporary residences: parents would have to stay overnight with their children at the camps.

The letter, reported by the Jewish newspaper Hamodia, also noted that those camps would have to forgo congregate meal service and adhere to other coronavirus-related restrictions. Violators could be fined up to $1,000 per violation per day.

Camp operators are pursuing other avenues to open their doors.

A Brooklyn-based branch of the Satmar Hasidic movement tweeted on Monday that Ulster County had granted permission for their camps in Ulster to function as day camps, and that children would be bused backed and forth to the Catskills each day. Summer day camps are allowed to open throughout New York, starting on Monday.

The same Satmar Twitter handle later celebrated Suddaby's assignment as judge for the camp case, calling him a "sympathetic judge" and saying the group's four camps would be ready to begin full operations within two days of a ruling allowing them to do so.

State officials determined that overnight camps posed more of a health risk than day camps. Dr. Howard Zucker, the state health commissioner, said in a statement this month that the group settings and sleeping quarters at sleepaway camps made it too difficult to maintain social distancing and control the spread of the virus.

The state imposed numerous requirements and restrictions on any day camps that open, including a mandate that employees wear masks if they are within six feet of other workers or campers.

cmckenna@th-record.com

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 28, 2020 3:52 pm

eller האט געשריבן:הער איך אז די סטעיט האט פרייטאג אריינגעגעבן זייערע טענות.
קען עס איינער אראפברענגען ?
ס'איז דא א אינטערוויא אויף קולמא אבער ס'ליגט נאכנישט אויף זייער סייט..
ער זאגט דארט אז זיי האבן בכלל נישט בארירט די הויפט טאנע אז פארוואס די פראטעסטן האט מען יא געלאזט און דאס נישט..

אקעי יעצט ליגט עס שוין
נאט אייך https://www.yiddish24.com/interviews/12/21318
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

פתחיה
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך פתחיה » זונטאג יוני 28, 2020 5:45 pm

וואס האלטן די מבינים קען מען ערווארטן דינסטאג פונעם ריכטער? אז דער ריכטער שענקט דעם טי אר או קען מען ערווארטן א פרישן פלייץ פון בליץ רעגיסטראציעס פאר קעמפס אויב מען האט נאך נישט געהאט גענוג דאס יאר?

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך בסד » זונטאג יוני 28, 2020 6:05 pm

הער איך אז תשב"ר קעמפ האט מען אהיימגעשיקט?

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג יוני 28, 2020 6:10 pm

זיי זענען בכלל דארט געווען?
געהערט פאריגע וואך אז זיי האבן אפגעזאגט אלע מענטשן וואס האבן געדינגען דארט באנגעלאוס (זיי פארדינגען כסדר פאר דרויסענדיגע) זאגענדיג אז זאכן האבן זיך געטוישט און זיי קענען עס נישט עפענען

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 28, 2020 6:39 pm

הער איך אז אסאך קעמפס גייען נישט עפענען אפילו אויב מען באקומט די TRO ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

ווי מיינסטו גייסטו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » זונטאג יוני 28, 2020 7:02 pm

בסד האט געשריבן:הער איך אז תשב"ר קעמפ האט מען אהיימגעשיקט?

זיי האבן אנדערע וויילעשענס
דשאסט יעצט זענען זיי אסאך שטרענגער אדאנק קאראנע

ווי מיינסטו גייסטו
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » זונטאג יוני 28, 2020 7:04 pm

למעשה מיין איך איז מוסדות סאטמאר מהר"א די איינציגסטע (עכ"פ וואס זאגן) אז זיי עפענען געהעריג

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך Programming » זונטאג יוני 28, 2020 7:52 pm

זיי (זאגן אז זיי) עפענען דאך ערשט אויף אפאר טאג ארום, וואס מיינט זיי ווארטן אויפן אויסגאנג פון געריכט.

בועז
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך בועז » זונטאג יוני 28, 2020 7:59 pm

Programming האט געשריבן:זיי (זאגן אז זיי) עפענען דאך ערשט אויף אפאר טאג ארום, וואס מיינט זיי ווארטן אויפן אויסגאנג פון געריכט.


פאר כתה ט עפענען זיי שוין מארגען לויט ווי איך האב געהערט

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג יוני 28, 2020 8:04 pm

נאר דעי קעמפ
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יוני 28, 2020 8:25 pm

געהערט אז די טשענס וואס די מומחים געבן פאר א פאזעטיווע פסק איז אינטער אפס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr



געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?


אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

בועז
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך בועז » זונטאג יוני 28, 2020 8:27 pm

באקסער בוים האט געשריבן:נאר דעי קעמפ

"דעי קעמפ" איז פאר ז ח אויך

זייער כתה ט וואס איז אין סוואן לעיק גייט זיין אפען מארגען פאר קעמפערס (זיי גייען איבערשלאפען ביי סאטמאר ב"פ מיידל קעמפ אין קענאוזע זאגט מיר איינער, איך ווייס נישט)

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך אידיש.טייפינג » זונטאג יוני 28, 2020 10:28 pm

ישיבת תורת משה ד'סאטמאר פון מאנטריאל געפינט זיך אין מחנה בנות סאטמאר, קענאזע לעיק

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 28, 2020 10:31 pm

ומזה ומזה אל תנח ידך

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך בילדער » זונטאג יוני 28, 2020 10:45 pm

Job well done Eller

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך א גוטן » זונטאג יוני 28, 2020 11:13 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:א גוטע פסק יעצט ארויסגעקומען לטובת די בתי מדרשים, עמער זעהן צו דאס וועט משפיע זיין לכבוד די קעמפס

ברוך השם מען קען זען ווי אלעס פירט זיך לטובה. דער בוכ״ע האט אזוי געפירט אז איין ערל זאל הרגנען דעם צווייטן כדי עס זאל ארויסקומען א טובה פאר כלל ישראל. לאמיר טאקע ווייטער מתפלל זיין צום בוכ״ע אז עס זאל פון דעם ארויסקומען נאך טובות פאר כלל ישראל.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך Programming » זונטאג יוני 28, 2020 11:17 pm

איך טראכט יעצט - לויט ווי מען האט גערעדט אז די קעמפס האבן מורא בעיקר פאר נעקסטע יאר - אז א גוטער פלאן איז צו עמטליך פארדינגען די קעמפ צו אנדערע אפערירער און אויב עס איז דא א אישו איז עס נישט אויפן קאפ פון די געווענליכע בעלי ה'קעמפ נאר יקום פורקן וועלכער האט עס אפגעדינגען. די בעלים פונעם קעמפ זענען נישט אחראי צו זעהן אז יקום פורקן זאל איינהאלטן די געזעצן.

למשל די סאטמאר בארא פארקער מיידל קעמפ אויב איז עס עמטליך פארדינגען פאר מאנטריאל איז עס נישט זייער דאגה בכלל צי מאנטריאל איז לעגאל צי נישט. מאנטריאל פון די אנדערע זייט וועט טאקע נישט - אפלייען און ממילא נישט - באקומען קיין פערמיט נעקסטע יאר והכל על מקומו יבוא בשלום.

פארשטייט זיך אז די קינדער וועלכע לערנען אין דעם מוסד וואס האט עס געווענליך מעגן אויך קומען צו דעם קעמפ אונטער די נייע הנהלה. און העכסטנס וווארסט קעיס סינעריא שיקט מען זיי אהיים. פארשטייט זיך א גרויסע מוסד קען שווער נעמען די ריזיקע אבער א קליינע ישיבה קטנה וכדו'איז הכל ריוח

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך טוט זיך...? » זונטאג יוני 28, 2020 11:17 pm

eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:הער איך אז די סטעיט האט פרייטאג אריינגעגעבן זייערע טענות.
קען עס איינער אראפברענגען ?
ס'איז דא א אינטערוויא אויף קולמא אבער ס'ליגט נאכנישט אויף זייער סייט..
ער זאגט דארט אז זיי האבן בכלל נישט בארירט די הויפט טאנע אז פארוואס די פראטעסטן האט מען יא געלאזט און דאס נישט..

אקעי יעצט ליגט עס שוין
נאט אייך https://www.yiddish24.com/interviews/12/21318

בקוצר אמרים וואס זאגט ער דארט ?
(פשוט שווער געווען צו פארשטיין)

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: אידישע קעמפס קלאגן אין געריכט גאווערנאר קאומא

תגובהדורך זעהער » זונטאג יוני 28, 2020 11:19 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:געהערט אז די טשענס וואס די מומחים געבן פאר א פאזעטיווע פסק איז אינטער אפס

די פשט איז ווייל צו געבן א אינדזשאקשען קעגן קאומאו מוז מען האבן גאר גוטע סיבות
ד.ה. אז ס'קען זיין אז ביי די פיינעל פסק (וואס גייט זיין אין צוויי חדשים ארום) גייט מען געוואונען אבער יעצט גייט די דזשאדז נאכנישט געבן א אפשטעל אויף די גאווערנערס עקזעקעטיוו ארדער.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איפכא מיסתבר, טאטע זיי מיר מוחל, פארפלאנטערט, שטיגליץ, שמערלער און 28 געסט