צוריק עפענען די פארקס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך יוני 17, 2020 11:44 pm

שרייב האט געשריבן:איך פאנג נישט אן צו פארשטיין וואס עס גייט פאר
די מוסדות איז אפן .
די מעיאר קוקט אוועק
עס גייט אן גהעריג די חתונת.
אין די מעיאר קוקט אוועק

זאג נאר! אין וועלכע וועלט לעבסטו??? די פאליציי קארס וואס זיצן יעדן טאג אין ב"פ ביי די מוסדות [און היינט האבן זיי אויסגעטיילט שווערע שטראפן] מיינט ביי דיר אז "דער מעיאר קוקט אוועק"? די חתונות וואס ווערן געפראוועט אין שרעק אונטער פארמאכטע טירן און גראטעס, און די פאליציי באזוכן כמעט טעגליך ביי געוויסע חתונה זאלן דאס מיינט ביי דיר אז "עס גייט אן געהעריג די חתונות און דער מעיאר קוקט אוועק"? ווי קענסטו שרייבן אזעלכע אפענע ליגנטס?!

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך lazy » מיטוואך יוני 17, 2020 11:52 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:איך פאנג נישט אן צו פארשטיין וואס עס גייט פאר
די מוסדות איז אפן .
די מעיאר קוקט אוועק
עס גייט אן גהעריג די חתונת.
אין די מעיאר קוקט אוועק

זאג נאר! אין וועלכע וועלט לעבסטו??? די פאליציי קארס וואס זיצן יעדן טאג אין ב"פ ביי די מוסדות
ב״ה אין וומ״ס וויסט מען נישט דערפון, אנטערעסאנט קיינער האט נישט געהערט דערפון
[און היינט האבן זיי אויסגעטיילט שווערע שטראפן]
געוואלד! פון די תוצאות האמיר מורא געהאט,אבער אבי מהאמיר פארקס/נצחון...
מיינט ביי דיר אז "דער מעיאר קוקט אוועק"? די חתונות וואס ווערן געפראוועט אין שרעק אונטער פארמאכטע טירן און גראטעס,
[color=#FF0000]הייסט דאס כל זמן די ״גאנצע שטאט קען נאכנישט א טייל נעמען, איז ער א חיה? אדער אז ב״ה ער לאזט חתונות אנגיין אויף א שטילע פארנעם, קומט אים אפשר הכרת הטוב?[/color]
און די פאליציי באזוכן כמעט טעגליך ביי געוויסע חתונה זאלן
וועלכע? ווען? דאס מיינט ביי דיר אז "דער מעיאר קוקט אוועק"? ווי קענסטו שרייבן אזעלכע אפענע ליגנטס?!

אפענע? ליגענטס?
:-(

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:00 am

יואל שרייבער האט געשריבן:מאנסטער שר''י לאזט זיך הערן.

איך ציטער אז ער איז גערעכט.

Screenshot_20200617-215358.jpg
Screenshot_20200617-215419.png

אוטש.. דער מאנסטער איז א שעדליכער בייסיגער שלאנג, אבער לדאבונינו האבן מיר אים יעצט געגעבן שפייז צום לעבן :oops:

ווי גייט די שפריך ווארט: די מעגסט ״זיין״ א שגץ... אבער איך טאר נישט ״זאגן״ אז די ביסט א שגץ?... :oops:

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:04 am

lazy האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:איך פאנג נישט אן צו פארשטיין וואס עס גייט פאר
די מוסדות איז אפן .
די מעיאר קוקט אוועק
עס גייט אן גהעריג די חתונת.
אין די מעיאר קוקט אוועק

זאג נאר! אין וועלכע וועלט לעבסטו??? די פאליציי קארס וואס זיצן יעדן טאג אין ב"פ ביי די מוסדות
ב״ה אין וומ״ס וויסט מען נישט דערפון, אנטערעסאנט קיינער האט נישט געהערט דערפון
[און היינט האבן זיי אויסגעטיילט שווערע שטראפן]
געוואלד! פון די תוצאות האמיר מורא געהאט,אבער אבי מהאמיר פארקס/נצחון...
מיינט ביי דיר אז "דער מעיאר קוקט אוועק"? די חתונות וואס ווערן געפראוועט אין שרעק אונטער פארמאכטע טירן און גראטעס,
[color=#FF0000]הייסט דאס כל זמן די ״גאנצע שטאט קען נאכנישט א טייל נעמען, איז ער א חיה? אדער אז ב״ה ער לאזט חתונות אנגיין אויף א שטילע פארנעם, קומט אים אפשר הכרת הטוב?[/color]
און די פאליציי באזוכן כמעט טעגליך ביי געוויסע חתונה זאלן
וועלכע? ווען? דאס מיינט ביי דיר אז "דער מעיאר קוקט אוועק"? ווי קענסטו שרייבן אזעלכע אפענע ליגנטס?!

אפענע? ליגענטס?
:-(

אז דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן, [איך בין א מחותן וואס האט לעצטנס חתונה געמאכט]
אז דו ווייסט נישט מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט אמת, און לויט דיינע ווערטער זעהט מיר אויס אז אפילו איך וועל דיר זאגן פאקטן וועסטו פארמאכן די אויגן און שרייען "ליגנט, נישט אמת!" אבער איך וועל פונקטליך זאגן וואס איך האב געמיינט.

בנוגע מוסדות: לעצטע וואך זענען פאליציי קארס געזעצן אויף 39 סט. פארנט פון בית צפורה מיידל שולע עטליכע טעג נאכאנאנד, און מען האט די גאנצע צייט געציטערט זיי זאלן נישט אריינקומען אין בנין, בדרך נס האט מען ב"ה נישט געהאט קיין פראבלעמען.
פארנט פון סאטמארער מיידל שולע אויף 15 און 45 סט. [וואו מיינע טעכטער לערנען] זיצן שוין פאליציי קארס עטליכע טעג, און היינט זענען זיי אריינגעקומען אינעם בנין [אזוי דערציילט מיר מיין טאכטער פון 12'טע קלאס] און געגעבן א שווערן געלט שטראף.

בנוגע חתונות: יעדן אנדערן טאג הערט מען פון פאליציי ביי די חתונה זאלן וואס זענען מער ביים עק שטאט, ווי עטרת חינקא צי לעגאסי. מיך זעלבסט האט אנגערופן מיינ'ס א ברודער וועלכער האט געדארפט חתונה מאכן אין לעגאסי, אז די חתונה איז געטוישט ווייל די בע"ב פון לעגאסי האבן דערווייל געקענסלט אלע זייערע חתונות צוליב דעם וואס די שכינים האבן יעדע נאכט גערופן די פאליציי.
אויסער דעם די אנדערע חתונה זאלן זענען די חתונות אויך אזוי באגרעניצט, וואס דארף איך נישט דערציילן פאר איינעם וואס איז געווען אין די וואכן ביי א חתונה.

און יעצט ווארט איך זאל קומען נאך איינער און זיך פארמאכן די אויגן און זאגן "איך ווייס פון גארנישט אלעס גייט אן ווי געהעריג" "וועלכע מוסד האט פראבלעמען?" "וועלכע זאל?"...

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:19 am

אקעי לאמיר מאכען ארדענוג דא.

דע וואס פארפירען קעגען דיבאליזיא יעצט ביי די פארקס איז איין אקטיוויסט מיט די ציזאם ארבעט פון איינער א געוויסער סטאטוס אקטיווסט,
און צום לעצט זענען אויך ציגעשטאנען אפאר פאליטישענס וואס טיען דעס וואס מיינען אז די ציבור פארלאנגט יעצט דאס פון זיי (דהיינו ווי די ווינט אויף סטאטוס טוויטער בלאזט)

די מנהלים ראשי ישיבות רבנים וואס אנערקענען דיבלאזיאס טובות האבען גארנישט מיט קיין שלעסער ברעכען אדער רעדען קעגען אים ברבים אין שיקען טוויטס קעגען אים,
מאסטער ווייסט עס, אבער וויבאלד ער איז א שטיק שקר אין א שלעכטע מענטש, העלפט ער פארשטייט זיך נישט אויסציקלארען דעס, נאר דאס פארקערטע פארשטייט זיך,

די יא סעמי אנערקענטע שתדלנים וואס ארבעטען מיט די מוסדות, וואס טוט זיך מיט זיי? זיי האבען געוואלט שטיצען לענטאל פאר זיין וואלען און ארויסברענגען וואויטס פאר אים, אין פארשטייט זיך אז זיי האבען נישט געוואלט פירען א פערזענליכע מערכה מיט דיבלאזיא , נאר זיי האבען געוואלט פארלאנגען פון די שטאט עפעס וואס א נארמאלע מענטש קען פארשטיין, אין די אויבענדערמאנטע פאליטישע מאנעווער האט געדארפט זיין מיט כלומרשט א ראלי פאר די פארק אין בעטען מזאל עס עפענען, אין דאס איז געווען א שטיק פאליטיק פאר לענטאל ווייל דער עולם האט עפעס נישט געהערט פון אים אין זיי האבען אים געוואלט מאכען פאפולער פאר די וואטסעפ איי וועלט ציבור ווייל זיי האלטען אז די שפראך פארשטייט מען,

זיי קענען ווען טאקע עפענען די נערישע פארקס אויף סאך נארמאלערע וועגען אין דיבאליזיא וואלט זיך עווענטשעלי ציגעשטעלט נאר זיי האבען געוואלט מאכען א פאליטישע סטאנט, ווייל דעס האבען זיי געפילט אז דעס קען העלפען לענטאל

בשעת מעשה האט א סטאטוס אקטיווסט וואס האט פאלאוערס פון אסאך מענטשען וואס ליינען יעדע סקונדע פרישע סטאטוס -וואס מקען זיך פארשטעלען וואס דעס טוט מיט א מענטש, - געשריבען צי העשי אקטיוויסט קום מגייט ברעכען פארקס אין די זעלבע צייט וואס די לענטאל סטאנט האט געדארפט געשען. אין היות ווי סטאטוס ארבעט אז אלעס פליעט ארויס פון קאנטראל אין רגעים אין מווייסט שויו נישט ווער סהאט אנגעהויבען אין ווער סהאט געענדיגט אין סמאכט אז נארמאלע מענטשען זאלען נישט כאפען ביז שעות שפעטער וואס סאיז געשען האבען זיך די געשעעניש געטראפען אינאיינעם,
ווי זאגט דיבלאזיא! אונז האמיר פראוו אז מענטשען פון אנדערע געגענטער קומען אנדרייען פראוואקאציעס אין הייזשעקען לעגעטימע ראליס,
-----------------------------------------------------------------------------------------

וואס נאך?
די נארמאלע עסטעבלישמענט שולען אין מקוהס אין מוסדות זענען געווען פארהאקט פאר גאנצע זעקס וואכען טויזענטע טויזענטע אידען זענען געווען אינדערהיים אין געדאווענט אויף די בעיקיארדס אין קינדער זענען נישט געגאנגען אין ערגעץ פאר גאנצע זעקס וואכען אין נאכדעם איז מען געגאנגען לפי המצב,

וואס די עמי הערצים דא האבען נישט קיין אנונג אז די שטאט לאזט שוין געוויסע זאכען זייט מען איז אין פאזע 1 (בערך נאך שבועות) אין געוויסע זאכען נישט ,
אין למשל טראנספארטעישען איז נאך דערווייל פארהאקט, אין ווי אויך טאר נישט זיין אלע קינדער אויף אמאל יעדען טאג אין די מוסדות ווי אייביג , און אז קינדער פון עסענטשיל ארבערטער מעגען שוין יא גיין געהעריג א שטיק צייט,
די שולען מעגען שוין גיין 25 פראצענט, אין מקוהס מעג זיין אפען מיט געוויסע רולס,
סא סאיז נישט אז מפייפט זיך אריין בריש גלי, ווי די עמי הערצים דא מיינען,

(איך גלייב אסאך האבען ניטאמאל קינדער אין די מוסדות נאר טייפען אין פלעפקענען פון די מינוט וואס זיי זענען לאקי צי באקומען א רשות הכתיבה דא)

נאכדערצו ווען די פעדעראלע גאווערמענט האט זייער געקריצט מיט ציין פארוואס די סיטי אין סטעיט נעמען אומבאגרעניצטע פאוער פאר א אומבאשטימטע צייט וואס דעס איז לכתחילה קעגען די קאנסטעטוציע (איך נעם נישט יעצט קיין שטעלונג אין די פייט איך זאג נאר די פאקטען)

לויט די קאנסטיטוציע טאר נישט א עקזעקעטיוו ארדער וואס נעמט אוועק רעכטען פון די בירגער, אין פירען אן א קאורט (מארשאל לאו) אנגיין מער ווי 60 טעג סדארף נאכדעם ווערען באנייט מיט מער ווי איין מענטש (ביי די פרעזידענט איז עס די קאבינעט ) אין נאך צוויי מאל 60 טעג דארף ער שוין האבען צישטימונג פון די (איבערגעבליבענע) קאנגרעס,
און מרעדט דא פון א עכטע קריזיס, וואס די קאנסטעטוציע האט פארשטאנען אז סקען אמאל געשען איינמאל אין 100טע יארען אבער זיי האבען פארשטאנען אז ביז א קורצע צייט מאכט זיך אמאל א עמערזשענסי אבער זיי האבען אויך פארשטאנען אז מקען אויספיגערען די עמערזשענסי אין צירוק שטעלען די אלע אמענדעמענט פרייהייט רעכטען נאך עטליכע חדשים, און מרעדט דא פו א עמרזשענסי ווי א נוקלארע אטאקע ה ירחם ווי סאיז דא מיליאנען פאטאליטעטן אין באמת א פארקריפעלטע עקאנאמיע א שטייגער ווי אייראפע נאך די צווייטע וועלט מלחמה,
און מיט דעם אלעם האבען זיי געהאלטען אז זיי אלס קאנסטעטוציע מוז נישט מאכען לעגעטים א גאווערמענט וואס געט נישט צירוק די מאכט נאך לאמיר זאגען אפאר חדשים (כגעדענק נישט אויסעווייניג די פינקטליכע צייט סקען זיין א יאר)

סא איטס נאט סא סימפעל ציצישפארען "דעם" אין לאזען אפען "יענעם" אן קיין לעגעסלאטיווע פליגעל, מילא 14 טעג מילא 28 טעג אדער אפי 40/50 טעג אבער נאכדעם איז שוין נישט אזוי פשוט,

מאסטער ווייסט אויך פון די זאכען אבער וויבאלד ער איז א שטיק שקר אין א שלעכטע מענטש העלפט ער צי די קאנפיוזשען, אבער וואס טוט זיך מיט אונז? דארפען אונז אויך זיין אזאלעכע עמי הערצים,

נ.ב. אז מרעדט שוין פון מאסטער איז אינטערסאנט אנצימערקען אז אפאר טעג נאך פורים ווען דער עולם האט זיך געדרייט אן א קאפ צומישט אין דערשראקען, האט ער מיט זיינע משלחים (אין זיינע נאכנישט אויסגעפארשטע קאנטאקטס) מיט די גאנצע קלארקייט געהאט געלט אין צייט אין געדריקט טויזענטע ביכלעך אין פאמפלעטען פארוואס די גאנצע וויירוס איז שילדיג די רעגעליזע לעבעןס שטייגער דעס איז געווען אזוי מיאוס אין געמיין א שטייגער ווי די אלטע רוסישע בלוט בילבולים אין כאי' ביי די גוים מיידט מען אויס די האספיטעלס אין וואס מיינטס עטס איז געווען מענטשען דא אין אויף וואטסעפ וואס האבען עס נאכגעבאמבעלט במישרין או בעקיפין? האט זיך פארשפרייט די מיט'ס (באבע מעשיות) דא? אפי ווען איין ווארט האט נישט געקלעבט צום צווייטען, וואס האלט דער עולם האט זיך אריינגעכאפט די שמוץ גענומען פון זיינע געדריקטע שווארץ אויף ווייסע קונטרסים דא?

און צום שליס, אזוי ווי איך האב געזאגט שוין זונטיג מזאל סטאפען צי רעדען פון די לינטש פארק והכל על מקומו יבא בשלום די בחירה ליגט אין ענקער הענט
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דאנארשטאג יוני 18, 2020 11:59 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג יוני 18, 2020 1:10 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:איך פאנג נישט אן צו פארשטיין וואס עס גייט פאר
די מוסדות איז אפן .
די מעיאר קוקט אוועק
עס גייט אן גהעריג די חתונת.
אין די מעיאר קוקט אוועק

זאג נאר! אין וועלכע וועלט לעבסטו??? די פאליציי קארס וואס זיצן יעדן טאג אין ב"פ ביי די מוסדות
ב״ה אין וומ״ס וויסט מען נישט דערפון, אנטערעסאנט קיינער האט נישט געהערט דערפון
[און היינט האבן זיי אויסגעטיילט שווערע שטראפן]
געוואלד! פון די תוצאות האמיר מורא געהאט,אבער אבי מהאמיר פארקס/נצחון...
מיינט ביי דיר אז "דער מעיאר קוקט אוועק"? די חתונות וואס ווערן געפראוועט אין שרעק אונטער פארמאכטע טירן און גראטעס,
[color=#FF0000]הייסט דאס כל זמן די ״גאנצע שטאט קען נאכנישט א טייל נעמען, איז ער א חיה? אדער אז ב״ה ער לאזט חתונות אנגיין אויף א שטילע פארנעם, קומט אים אפשר הכרת הטוב?[/color]
און די פאליציי באזוכן כמעט טעגליך ביי געוויסע חתונה זאלן
וועלכע? ווען? דאס מיינט ביי דיר אז "דער מעיאר קוקט אוועק"? ווי קענסטו שרייבן אזעלכע אפענע ליגנטס?!

אפענע? ליגענטס?
:-(

אז דו פרעגסט וועל איך דיר ענטפערן, [איך בין א מחותן וואס האט לעצטנס חתונה געמאכט]
אז דו ווייסט נישט מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט אמת, און לויט דיינע ווערטער זעהט מיר אויס אז אפילו איך וועל דיר זאגן פאקטן וועסטו פארמאכן די אויגן און שרייען "ליגנט, נישט אמת!" אבער איך וועל פונקטליך זאגן וואס איך האב געמיינט.

בנוגע מוסדות: לעצטע וואך זענען פאליציי קארס געזעצן אויף 39 סט. פארנט פון בית צפורה מיידל שולע עטליכע טעג נאכאנאנד, און מען האט די גאנצע צייט געציטערט זיי זאלן נישט אריינקומען אין בנין, בדרך נס האט מען ב"ה נישט געהאט קיין פראבלעמען.
פארנט פון סאטמארער מיידל שולע אויף 15 און 45 סט. [וואו מיינע טעכטער לערנען] זיצן שוין פאליציי קארס עטליכע טעג, און היינט זענען זיי אריינגעקומען אינעם בנין [אזוי דערציילט מיר מיין טאכטער פון 12'טע קלאס] און געגעבן א שווערן געלט שטראף.

בנוגע חתונות: יעדן אנדערן טאג הערט מען פון פאליציי ביי די חתונה זאלן וואס זענען מער ביים עק שטאט, ווי עטרת חינקא צי לעגאסי. מיך זעלבסט האט אנגערופן מיינ'ס א ברודער וועלכער האט געדארפט חתונה מאכן אין לעגאסי, אז די חתונה איז געטוישט ווייל די בע"ב פון לעגאסי האבן דערווייל געקענסלט אלע זייערע חתונות צוליב דעם וואס די שכינים האבן יעדע נאכט גערופן די פאליציי.
אויסער דעם די אנדערע חתונה זאלן זענען די חתונות אויך אזוי באגרעניצט, וואס דארף איך נישט דערציילן פאר איינעם וואס איז געווען אין די וואכן ביי א חתונה.

און יעצט ווארט איך זאל קומען נאך איינער און זיך פארמאכן די אויגן און זאגן "איך ווייס פון גארנישט אלעס גייט אן ווי געהעריג" "וועלכע מוסד האט פראבלעמען?" "וועלכע זאל?"...

דו דערציילסט דאך אליינס וואס עס גייט פאר מיט די חתונה זאלן, ווען שכנים רופן פאליציי מוזן זיי קומען, וואס האט עס מיטן מעיאר?
ווייטער די מוסדות, זענען ס"ה געזעצן קארס דארט, אז זיי האבן גארנישט געטון איז דאך פשט אז מען רודפט אונז נישט, און דאס אז היינט האט מען געגעבן א קנס האסטו דאך נישט געוואוסט בשעת'ן ברעכן די שלעסער.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2690
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:10 am

אין אויסער פראטעסטן וואס איז א שטיק אויפברויזהוואס מען קען באמת נישט קאנטראלירן, ווייל עס וועט אויספלאצן צוריק צען מאל אזוי שטארק און פיטערן די סענטימענטן, איז נישטא קיין איין ארט ווי מען איגנארירט אפיציעל עני גיידליינס. חתונה? אין אסאך סטעיטס איז עס נאך אומלעגאל, אן א טראמפ סאשעל דיסטענסינג, מענטשן פון איבעראל און מען געט זיך נאך די האנט.... בשעת איך זע כמעט נישט, ביי אונז אין אפסטעיט, א גוי אין אן אינדאר פלאץ אן א מאסק, און אפילו געזען רייעס אויפן גאס ווארטן נאר אפגערוקט מיט מאסקס. סא זיך שטיל און בעט נישט פאר צופיל אטענשאן, ווייל מען קען פיין חרטה האבן
שויתי ה' לנגדי תמיד

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:46 am

אוסף אמרים האט געשריבן:וואס הייסט ער איז גערעכט? אז די בלאזיא דרייט זיך אויס די רוקן צו אונז דארפען אונז נאך אלץ מיטגיין מיט אים ווייל ער האט אמאל אונז געטוהן טובות?? יא. אונז האבן די מידה פון הכרת הטוב אבער דאס דארף נישט גיין אויף די חשבון פון אונזער מינימאלע רעכטן, אז דער מעיאר איז דא ארויסגעקומען מיט אפענע דיסקרימינאציע אקעגן אונז (אפגעזעהן וואס די סיבה דערצו איז) דארפען אונז ארויסקומען מיט א שטארקייט זיך אנעמען פאר אונזערע רעכטן, פארשטייט זיך אויף א אידישע אויסגעהאלטענע וועג

פארוואס פארענטפערט איהר דעם טענת הבן הרשע?

ער איז נישט ווערד זאלסט דן זיין צו ער איז גערעכט אדער נישט.

ויה"ר שיתמו חטאים וכו' , און אונז זאלן מיר שוין אויך זוכה זיין צו תשובה שלימה.

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג יוני 18, 2020 8:33 am

מיכל הירש האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:א יונגערמאן ש. ב. ב. שרייבט:

עפענען די פארקס?

איך בין געוועהן פאריגע וואך ביי א שבע ברכות אין ברוקלין. עס האבן משתתף געוועהן 3,500 יודן צוקוועטשט. אהן קיין זכר פון די Government Safety Guidelines,
הגם די Government לאזט דאס נישט בכלל.

יענער טאג בין איך געוועהן ביי די פארק Playground אינם זעלבע היימישע געגנט. די עולם האט געקופקעט וכו', אהן קיין זכר פון די Government Safety Guidelines,
הגם די Government לאזט דאס נישט בכלל.

אונז חסידים האבן אנגענומען מ'דארף נישט פאלגן יעצט בכלל, די Guidelines.

קען זיין.... אז זעהנדיג אז 95% פון די מענטשן ביי די דאזיגע פארק לאכן זיך אויס פון די Guidelines.. האבן זיי פארשפארט די פארק.
משא״כ, ביי די גויאישע פארקס.. 50-70% מענטשן אין די פארק פאלגן תמימותדיג די guidelines... האבן זיי נישט פארשפארט די פארק.

כאטש וואס דו שרייבסט איז גראדע אמת, זענען די ''פלעיגראונדס'' איבעראל פארמאכט.

די פלעיגראונדס אין אלע גויאישע געגנטער זענען אלע פארמאכט?

מיכל הירש
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2015 11:52 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך מיכל הירש » דאנארשטאג יוני 18, 2020 8:40 am

moishy56 האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:א יונגערמאן ש. ב. ב. שרייבט:

עפענען די פארקס?

איך בין געוועהן פאריגע וואך ביי א שבע ברכות אין ברוקלין. עס האבן משתתף געוועהן 3,500 יודן צוקוועטשט. אהן קיין זכר פון די Government Safety Guidelines,
הגם די Government לאזט דאס נישט בכלל.

יענער טאג בין איך געוועהן ביי די פארק Playground אינם זעלבע היימישע געגנט. די עולם האט געקופקעט וכו', אהן קיין זכר פון די Government Safety Guidelines,
הגם די Government לאזט דאס נישט בכלל.

אונז חסידים האבן אנגענומען מ'דארף נישט פאלגן יעצט בכלל, די Guidelines.

קען זיין.... אז זעהנדיג אז 95% פון די מענטשן ביי די דאזיגע פארק לאכן זיך אויס פון די Guidelines.. האבן זיי פארשפארט די פארק.
משא״כ, ביי די גויאישע פארקס.. 50-70% מענטשן אין די פארק פאלגן תמימותדיג די guidelines... האבן זיי נישט פארשפארט די פארק.

כאטש וואס דו שרייבסט איז גראדע אמת, זענען די ''פלעיגראונדס'' איבעראל פארמאכט.

די פלעיגראונדס אין אלע גויאישע געגנטער זענען אלע פארמאכט?

די פארקס דעפארטמענט האט פארמאכט אלע פלעיגראונדס, ווי מעגליך מיט א שלאס און ווי נישט, מיט אנדערע מיטלען. פארשטייט זיך אז אין געוויסע געגענטער זענען מענטשן אריין געגאנגען אפילו עס איז פארמאכט, מענטשן האבן נישט ליב צו פאלגן.

אוסף אמרים
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:09 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך אוסף אמרים » דאנארשטאג יוני 18, 2020 9:28 am

פארווייטאגט האט געשריבן:
אוסף אמרים האט געשריבן:וואס הייסט ער איז גערעכט? אז די בלאזיא דרייט זיך אויס די רוקן צו אונז דארפען אונז נאך אלץ מיטגיין מיט אים ווייל ער האט אמאל אונז געטוהן טובות?? יא. אונז האבן די מידה פון הכרת הטוב אבער דאס דארף נישט גיין אויף די חשבון פון אונזער מינימאלע רעכטן, אז דער מעיאר איז דא ארויסגעקומען מיט אפענע דיסקרימינאציע אקעגן אונז (אפגעזעהן וואס די סיבה דערצו איז) דארפען אונז ארויסקומען מיט א שטארקייט זיך אנעמען פאר אונזערע רעכטן, פארשטייט זיך אויף א אידישע אויסגעהאלטענע וועג

פארוואס פארענטפערט איהר דעם טענת הבן הרשע?

ער איז נישט ווערד זאלסט דן זיין צו ער איז גערעכט אדער נישט.

ויה"ר שיתמו חטאים וכו' , און אונז זאלן מיר שוין אויך זוכה זיין צו תשובה שלימה.

איך האב נישט געזוכט דן צו זיין דעם סעלף העיטעינג מטורף'ס עקעלהאפטיגע דבורים, איך האב מיר באצויגען צו דער וואס האט אים נאכגעברענגט און וואס יענער האט געשריבן אין קליין

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יוני 18, 2020 9:42 am

אוסף אמרים האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
אוסף אמרים האט געשריבן:וואס הייסט ער איז גערעכט? אז די בלאזיא דרייט זיך אויס די רוקן צו אונז דארפען אונז נאך אלץ מיטגיין מיט אים ווייל ער האט אמאל אונז געטוהן טובות?? יא. אונז האבן די מידה פון הכרת הטוב אבער דאס דארף נישט גיין אויף די חשבון פון אונזער מינימאלע רעכטן, אז דער מעיאר איז דא ארויסגעקומען מיט אפענע דיסקרימינאציע אקעגן אונז (אפגעזעהן וואס די סיבה דערצו איז) דארפען אונז ארויסקומען מיט א שטארקייט זיך אנעמען פאר אונזערע רעכטן, פארשטייט זיך אויף א אידישע אויסגעהאלטענע וועג

פארוואס פארענטפערט איהר דעם טענת הבן הרשע?

ער איז נישט ווערד זאלסט דן זיין צו ער איז גערעכט אדער נישט.

ויה"ר שיתמו חטאים וכו' , און אונז זאלן מיר שוין אויך זוכה זיין צו תשובה שלימה.

איך האב נישט געזוכט דן צו זיין דעם סעלף העיטעינג מטורף'ס עקעלהאפטיגע דבורים, איך האב מיר באצויגען צו דער וואס האט אים נאכגעברענגט און וואס יענער האט געשריבן אין קליין

אופס...
גערעכט.
איך בעט אייך איבער.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:01 am

שרייב האט געשריבן:איך פאנג נישט אן צו פארשטיין וואס עס גייט פאר
די מוסדות איז אפן .
די מעיאר קוקט אוועק
עס גייט אן גהעריג די חתונת.
אין די מעיאר קוקט אוועק
די בתי מדרשים זענען אפן.
די מעיאר קוקט אוועק
די מקואת זעננען אפן .
די מעיאר קוקט אוועק

אין אנשטאטס ארויס וויזן הכרות הטוב ווי באלט די מידיא זוכט אים צו באשמיצן . אין ווען זיי דערוויסן זוך דערפון וואלטן זיי געמאכט לעבעדיג . אין מיט דעים אלעם קוקט ער אוועק

אין דא מאכט מען זוך משיגע מיט פארקס. אזוי ברבים צו פארשעמען די מעיאר :roll:

איך ווייס נישט ווי שטארק די מעיאר גייט טראכטן פון די יודן .ואס זענען א כפוי טובה *

*געוויסע)

דיבלאזיו האלט אינז יעצט פארמאכט אין אינז דארף מען נאך זײן דער װאס דארף מיכר טובה זײן? אזױ װי גנבים װאס טרײבן מיך ארױס פון מײן דירה אין איך זאג פאר אײנע פון די גנבים אז כ׳האב קינדער שלאפן אין די אנדערע צימער אין ער לאזט מיך זײ ארױס נעמען דארף איך יעצט מיכר טובה זײן דער גנב? העלא ס׳איז אינזער שולן אינזער קעמפ׳ס אינזער זאלן אין אינזער מוסדות נישט קײן חוליק װאס די פענסי שמענסי "דעיטע ענד סײענס" זאגן, "די עלעקטיט אין העלט עפישאל׳ס עקספערטען׳ס אױפגאבע איז צי טרעפען א װעג אינז צי האלטען סעיף אין געזינט נישט דורכ׳ן אפשפארן אין אײנצױמען אלעס װאל דאס קען איך אױך אין דאס איז די פױלע וועג, זײער דזשאב איז אז זײ דארפען קענען אױפקימען מיט א וועג אז אלעס זאל קענען אנגײן געהעריג אױף א סעיף אין געזינטע װעג אין אז זײ קענען דאס נישט באװײזן זאלן זײ מוחל זײן אין אפטרעטען פון זײערע פאזיציעס אין איבערגעבען זײער פאזיציעס פאר ריכטיגע עקספערטן װאס קענען דאס יא באװײזען" (שטעלעט אײך פאר אז איך בין למשל א פײער קאמישענער אין כדי צי פארמײדן שריפה׳ס גײ איך אסר׳ן דרײערס בױלער׳ס אין געזעלין אין אלע זאכן װאס מאכן פײער׳ס כ׳מײן אז מ׳גײט מיך אפזאגן גלײך פון מײן פאזיציע אפ׳ איך בין דער קאמישענער אין פײער עקספערט)

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:14 am

abeg האט געשריבן:

#נאט מיי פרעזידענט
#דשוי לענד

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:15 am

נאך איינער האט געשריבן:

?

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:31 am

בנוגע דעם עוכר ימ"ש טוויט'ס, דאכצעך אז דאס האט באקומען א נאמען, "דאבעל סטענדערטס" שמחה זאל צוריק שרייבן דאס פאלגענדע:

ווי איז זיין הכרת הטוב? זיינע יוגענט יארן איז ער אויפגעוואקסען געווארן אין די היימישע חדרים, געלערענט די סוקסעספולע לימודים וועלכע שטעלט אונז אלע אוועק סוקסעספול לעיני העמים, הנאה געהאט און פארברענגט אין די היימישע אטמאספערע, אדרבה, קוק אויף זיין (וואס ער רופט אן) הצלחה!
און ער דרייט זיך אויס די רוקן צו אונז מיט אזא עזות???

היפאקריט איינער....!!!
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:40 am

Breaking the Mayor just said that parks can open the coming Monday LOSER!!!!

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:41 am

abeg האט געשריבן:Breaking the Mayor just said that parks can open the coming Monday LOSER!!!!

That's when phase 2 starts
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:43 am

abeg האט געשריבן:Breaking the Mayor just said that parks can open the coming Monday LOSER!!!!

פון וועלעכע פארק רעדט ער? וועלעכע איז נאך פארמאכט?
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:13 pm

פאר די אלע בת היענה'ס וועלכע שרייען אז "די מוסדות זענען שוין ב"ה אפען געהעריג"...
דא האט איר פרישע נייעס פון היינט, ווי אלע בחורים פון די סאטמארער ישיבות קטנות זענען היינט צוריקגעהאלטן געווארן פון גיין לערנען אין זייערע געהעריגע ישיבות.

viewtopic.php?f=6&t=18030&start=14575

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך eller » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:19 pm

נעכטן האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:Breaking the Mayor just said that parks can open the coming Monday LOSER!!!!

That's when phase 2 starts

גערעכט
א לאזער איז ער ווייל ער האט געזאגט אז פאזע 2 גייט נישט זיין פאר אינמיטן JUKYאון דער קאומא האט אים א שעה שפעטער געלאזט וויסן אז ס'גייט יא זיין JUNE 22 (קוק צוריק פון נעכטן..)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פון קול ברמה

תגובהדורך eller » דאנארשטאג יוני 18, 2020 1:16 pm

ניו יארק סיטי - פינף היימישע פארקס זענען אויפגעבראכן געווארן די לעצטע צוויי טעג אין בארא פארק, וויליאמסבורג און אין פלעטבוש, דורך היימישע עסקנים מיט די באטייליגונג פון די היימישע פאליטישאנ'ס, ובראשם העסקן 'העשי טישלער' נ"י; דאס איז געטון געווארן, נאכדעם וואס דער מעיאר האט בשום אין אופן נישט געוואלט ערלויבן אויפצומאכן די שטאטישע פארק'ס, טראץ דעם וואס 'סטעיטווייד' איז עס הונדערט פראצענט לעגאל, און טראץ דעם וואס אלע נארישע צוזאקומענישן פון די פראטעסטירער זענען יא ערלויבט געווארן... 
פאר מיר הייבן אן די היינטיגע אנאליז, דארפן מיר דא 'באטאנען', אז די רעדאקציע פון דער "קול ברמה" נעמט נישט דא ''קיין שום שטעלונג'' איבער די דאזיגע קאנטערווערסיאנעלע שריט, פון גיין און אויפברעכן שטאטישע פארק'ס אקעגן די שטאטישע באהערדע. און מיר פלאנען היינט אויך נישט בכלל אריינצוגיין אין די דאזיגע גאנצע שמועס, אפגעזען אלע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע סכנות וועלכע זענען פארבינדען דערמיט, און עס איז אויך נישט אונזער פלאץ, אלץ א שופר פאר אלע בארא פארקער איינוואוינער, צו נעמען א שטעלונג אין אזעלכע האקעלע ענינים. אלעס וואס מיר טוען היינט אין אונזער היינטיגע שמועס, איז אז מיר "דערציילן" און מיר "שמועסן אויס" די שטארק אינטערסאנטע געשעעניש, און מיר לייגן צו עטליכע 'פרפראות' פון אונזער 'קוק ווינקל', איבער וואס מיר טראכטן איבער די דאזיגע גאנצע ''מהפכה''. אצינד, נאכדעם וואס מיר האבן געמאכט די דאזיגע ''הקדמה'', קענען מיר זיך נעמען צו די עצם נייעס אליין... ובזה החלי בעזר צורי וגואלי. 
שוין א לענגערע צייט, וואס די אידישע עסקנים, און סתם אזוי פון דער המון עם, קאכן און זידן און ברענען פון גרויס כעס, צוליב די אפענע און דאפעלטע סטאנדארטן פונעם מעיאר'ס אפיס מיט אונזער היימישע אידישע געמיינדע, אין קאנטראסט מיט אנדערע געמיינדעס לענגאויס די גרויסע סיטי. לאמיר צום ערשט אנהייבן מיט די באוויסטע ''קליפס'' ווי אזוי די פאליציי צושטערט א קינדער "קארניוואל" אין וויליאמסבורג, סך הכל אפאר אומשולדיגע קינדער מיט א קליינע לעמענעיד סטענד... בו בזמן וואס איבער די גאנצע סיטי האט מען איינגעבראכן אין די טייערסטע געשעפטן פון מאנהעטן... און געזעצלאזיגקייט און אנארכיע האט געהערשט איבערן גאנצן לאנד...! אין דעם דאזיגע זמן האט די NYPD נישט געהאט קיין אנדערע "פראבלעמען"... נאר צו קומען און צו צושטערן ''א קינדער קארניוואל'' אין א אידישע געגענט... אינעם זעלבן וואך האט דער עולם מיטגעהאלטן א אנדערע קליפ, ווי מ'זעט ווי אזוי די פאליציי שיקט ארויס מאמעס מיט קינדער פון א וויליאמסבורגע פארק, אינעם זעלבן טאג וואס הונדערטע טויזענטע פראטעסטירער האבן זיך צוזאמגענומען אויף א שטארק צוזאמגעשטופטע אופן, און קיין שום "סאשעל דיסטענסינג" געזעצן זענען נישט אנגעגאנגן דארט... דאס האט קלאר אויפגעוויזן פאר יעדעם איינעם, אז די מעיאר מיט די פאליציי שעצן בכלל נישט דער פאקט אז מיר זענען שטילע און רואיגע געזעץ היטער, און מאכן נישט אן קיין שום פראבלעמען און איבערקרערענישן, אפילו ווען מען טרעט אויף אונזערע רעכטן..! נאר פונקט פארקערט, זיי נוצן אויס דער דאזיגע פאקט פאר זייערע לינקע אגענדעס.. און טרעטן בריש גלי אויף אונזערע ציווילע און מענטשליכע רעכטן... 

אבער דער 'קלימאקס' און 'דער שטרוי' וועלכע האט צובראכן 'דער רוקן פונעם קעמל'... איז געווען דער מעיאר'ס עקשנות נישט צו ערלויבן די עפענונג פון די פארק'ס אין די היימישע געגענטער, 'פארקס' וועלכע זענען בשנים כתיקונם אלעמאל איבערגעפילט מיט טויזענטער היימישע קינדערלעך, און אידישע מאמעס מיט זייערע קליינע קינדערלעך קומען דארט אביסל כאפן דעם אטעם, און זיך אביסל אויסלופטערן אין אזעלכע הייסע זומער טעג. דער מערסטע אויפרעגונג איז דער פאקט, אז איבער דער גאנצע סיטי זענען כמעט אלע שטאטישע פארקס געהעריג אפן אן קיין שום שלאס, צוליב די איינציגסטע און פשוטע סיבה, אז במשך פון די ווילדע ראיאטן וועלכע איז אנגעגאנגן דא פאר איבער צוויי וואכן, האבן די צוהיצטע יונגען אויפגעבראכן אלע שלעסער, און זינט דאן זענען אלע פארק'ס געהעריג אפן לרוחה... און די סיטי גוים שפילו אין דעם 'לעיני השמש' ואין פוצה פה ומצפצף... עס איז אויך דער פאקט, אז ביי די יונגע ''טין עידזשערס'' פון די סיטי, איז בכלל נישט שייך אזא מין מציאות פון נישט שפילן אין די זומער אין די שפיל פלעצער... און זיי האבן זיך שוין געטראפן זייערע וועגן ווי אזוי זיך אריינצובאקומען אין די פארקס אריין... אזוי ארום האט זיך געשאפן דא א לאכעדיגע אבער ווייטאגליכע מציאות... אז איבער די גאנצע שטאט שפילן זיך די גוים געהעריג אין זייערע פארק'ס, און נאר ביי אונזערע געגענטער, היות מיר זענען וואוילע געזעץ היטענדע שעפעלעך, זענען מיר ''שטעקן געבליבן'' מיט די פארשלאסענע פארקס... און מיר זענען געווען כמעט פון די איינציגסטע געגענטער אין די סיטי ווי די פארקס זענען נאך געווען פארשלאסן...
 די היימישע עסקנים און די ערוויילטע פאליטישאנ'ס האבן זיך געוואנדן צו דעם מעיאר'ס אפיס מיט דער הימלשרייענדע אבסורד, און האבן קאטאגאריש פארלאנגט פונעם מעיאר'ס אפיס, אז די פאליציי זאל צוריק עפענען די פארקס אין די היימישע געגענטער. דער ''אומגלויבליכע'' ענטפער פון דער מעיאר'ס אפיס איז געווען, אז אפיציעל איז דער 'בענד' אקעגן פארק'ס נאך אלץ 'אין קראפט'... און די אלע שפיל פלעצער ווי מ'האט אויפגעבראכן די פארקס זענען געווען 'אומלעגאל', און היות ער וויל זיך נישט שלאגן מיט זיי, טוט ער גארנישט דערוועגן, אבער דער מעיאר גייט נישט יעצט צוליב דעם "כשר'ן'' די איבריגע פארקס וועלכע זענען נאך יא געבליבן פארשלאסן... אין אנדערע ווערטער: ''שטעלט זיך אויפן קאפ"... "און עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן"... 
דאס האט מורא'דיג שטארק אויפגעברויזט דער היימישע עסקן פון בארא פארק "העשי טישלער", א לאנג יעריגע ''אקטיוויסט'' מיט א 'קאלירפולע' צוגאנג צו יעדע געשעעניש... און מאנטאג נאכמיטאג, בשעת ווען הונדערטע פאר'צער'טע קינדער זענען געווען פארזאמלט פארנט פונעם פארשלאסענעם באוויסטע 18 עוועניו פארק אין בארא פארק, איז טישלער צוגעגאנגן צו די הויפט טויער פארנט פון איינגעלאדענטע ''מידיא קאמערעס'', און האט אויפגעבראכן די פארק מיט א גינגאטישע 'טשאפער', און האט איינגעלאדענט די ווארטענדיגע קינדער צו קומען שפילן אינעם פארק מיט גרויס פרייד. דאס האט נאכגעפאלגט מיט טויזענטע באגריסונגען פון איבער גאנץ אמעריקע אין שטיצע פון טישלער'ס בראווע אקט, היות דער דאזיגע אינצידענט איז געווארן ''נאציאנאל בארימט'', און דער "קליפ" פון דער דאזיגע געשעעניש איז ארומגעפארן איבער גאנץ אמעריקע. דער אנדערע טאג, נעכטן, זענען די דריי היימישע פאליטישאנ'ס, שמחה פעלדער, שמחה אייכענשטיין, און קלמן יעגער, פערזענליך ארומגעגאנגן צו נאך אנדערע דריי שטאטישע פארקס אין היימישע געגענטער, צוויי אין פלעטבוש, און נאך איינס אין בארא פארק, און האבן פערזענליך אויפגעבראכן די שלאס פון די פארשלאסענע פארקס. נעכטן נאכמיטאג איז טישלער אויך אנגעקומען קיין וויליאמסבורג... און מיט די הילף פון העסקן הר"ר יעקב יהושע ווערצבערגער הי"ו, האט מען אויפגעבראכן די טויער פון די גרויסע פארק ביי לי עוועניו און וואלעבאוט סטריט, און צענדליכע פרייליכע קינדער זענען פרייליכערהייט אריינגעגאנגן אין די פארק. 
האט זיך דער מעיאר געלערנט א לעקציע..?? א נעכטיגע טאג..! נעכטן האט דער מעיאר געשוימט אויף די גרויסע "חוצפה"... הלמאי די אידישע געמיינדע לאזט זיך נישט פירן צו די שחיטה כצאן לטבח יובל... דער מעיאר האט פארפירט אז ער וועט דאס נישט צולאזן, מיט נאך פולע דברי הבאי ושטות... אנטשטאט'ס וואס דער מעיאר זאל זיך 'מאכן' אז ער האט נישט מיטגעהאלטן וואס עס איז דא געשען, און זאל 'צומאכן זיינע אויגן' פונקט ווי ער האט געטון אין די איבריגע חלקים פונעם סיטי, האט ער נאך צוגעגאסן מער 'אויל צו דעם פייער,' און האט געגעבן 'שטאף' פאר זיינע קעגנער, אז ער האט זיך דא ארויסגעשטעלט ווי א אפענע שונא ישראל... ווייטאגליך און א שאנדע...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג יוני 18, 2020 1:48 pm

eller האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:Breaking the Mayor just said that parks can open the coming Monday LOSER!!!!

That's when phase 2 starts

גערעכט
א לאזער איז ער ווייל ער האט געזאגט אז פאזע 2 גייט נישט זיין פאר אינמיטן JUKYאון דער קאומא האט אים א שעה שפעטער געלאזט וויסן אז ס'גייט יא זיין JUNE 22 (קוק צוריק פון נעכטן..)

דער קואמא מיט זיין הארטנעגיקייט קעגן די רעליגיעזע געברויכן, האט אבער נאך אלס פאר א הויפט ציהל צו שטעלן דעם מעיאר דעבלאזיא אויפ'ן ארט און אים גוט מסדר זיין ווען ער קען נאר, וואס מיר אידן וועלן אי"ה בלויז פארדינען דערפון...

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re:

תגובהדורך lazy » דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:01 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:פאר די אלע בת היענה'ס וועלכע שרייען אז "די מוסדות זענען שוין ב"ה אפען געהעריג"...
דא האט איר פרישע נייעס פון היינט, ווי אלע בחורים פון די סאטמארער ישיבות קטנות זענען היינט צוריקגעהאלטן געווארן פון גיין לערנען אין זייערע געהעריגע ישיבות.

viewtopic.php?f=6&t=18030&start=14575

א בת היענה איז דאכצעך ווער עס זעהט נישט די חילוק פון היינט (נאך טישלערס שניידן און מאכן זיכער די מידיע קוקט אויף אונז)...
און פאריגע וואך (ווען מען האט אונז נישט עקסטער געבאדערט)...

פאר מער פרטים קוקט אינעם אשכול צוגעצייכענט דורכן #איינפאכער איד...

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג יוני 22, 2020 12:05 pm

8249FB39-E39C-42E8-88E7-A1ED60B31108.jpeg
8249FB39-E39C-42E8-88E7-A1ED60B31108.jpeg (52.69 KiB) געזעהן 544 מאל
א חידוש אין די בריאה.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כשר סעל און 10 געסט