קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יוני 14, 2020 2:29 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:עטס ווייסטס נישט די געוואלדיגע שעות רציפות וואס מלערנט אין די קעמפס יומם ולילה -וואס איז זייער שווער צי טון און שטאט- וואס די מנהלים אין משפיעם קוקען שוין ארויס א גאנץ יאר אויף דעם,

אבער די בחירה צו מ'זאל דאס יא אדער נישט האבן קען מען איבערלאזן פאר די עלטערן וואס זארגן נאך אזוי פאר די קינדער ווי די מלמדים.

קול זעקה
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך קול זעקה » זונטאג יוני 14, 2020 2:30 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:עטס ווייסטס נישט די געוואלדיגע שעות רציפות וואס מלערנט אין די קעמפס יומם ולילה -וואס איז זייער שווער צי טון און שטאט- וואס די מנהלים אין משפיעם קוקען שוין ארויס א גאנץ יאר אויף דעם,

איך זע שוין, סוועט זיין זייער שווער צי פירען געשפרעכן דא אויף איין טשעט סייט מיט מענטשען וואס קענען וואוינען פון קאשוי ביז פאמאנא (דור הפלגה בלעז) ווי די רביז"ל האט שוין געוויינט אויף די קליפת עורף פון פרעה (עיין בני יששכר) ווי ער האט געמאכט כח אחר מעורב צווישען די אידען ער האט געמישט נסיונת וואס די רוחניותדיגע אימיון סיסטעם איז נישט געווען גרייט פאר דעם (פרעה האט מסתמה געהאט עפעס א וואטסעפ גרופ מיט די אידען!)

סא כוועל עס לאזען ביי דעם

קנאקעדיג געזאגט (ממוזג).

בפרט ביי די בחורים איז קעמפ אן עלייה גדולה

(אפילו אני הקטן האב אסאך אריין געבוכה'ט אין קישן)
איר האט גערופן קול זעקה נתייסד געווארן על פי הוראות הרבנים הגאונים שליט"א 718-480-5349

עפרות זהב
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך עפרות זהב » זונטאג יוני 14, 2020 2:35 pm

מיינע 2 צענט
לגבי דעם ענין פון שמירת עינים קען איך נישט אריינדען אנדערשט ווי גדולי עולם זצ"ל, אבער די אלע גדולים האבעם שפעטער מייסד געווען שטעלעך פאר א גאנץ יאר נישט נאר די 9 וואכען וואס די שטאט באצאלט די יוטה פראגראם,
ובכלל זעה איך דא מענטשען שרייבען איבער די געוואלדיגע התעלות אין קעמפ, לאמיך פרעגען ווי מעסט מען די סוקסעס שבו, זענען אין ווילי און בארא פארק דא מער תלמידי חכמים צו יראים ושלימים ווי מאנסי ק"י סקווירא? וויאזוי מעסט מען עס? זיי זענען נישט אויסגעמענטשעלט ווי ווילי בארא פארק? מיט וואס שטיין די קעמפערס מער ווי זיי?
אדרבה פרעגט אאיער זונס מלמד צו בחורס מגיד שיעור (נישט יעצט נאר אימיטען ווינטער) צו מער בחורים שטייגען אין קעמפ? איך האב שוין געפרעגט
פרעגט אייערע קינדס מנהל וואספארא סארט יודישקייט פראבלעמען סאיז דא אין קעמפ, נייע סארט פראבלעמען ביי יונגלעך מיידלעך און בחורים
אויב האלט איר אז אוועק פארן איז א תכלית דאן שיקט אים אויף א גאנץ יאר און א דארמיטארי, אויב איז שמירת עינים א פראבלעם (וואס איז באמת יא) דאן טראכט פון אוועק מופן אויף א גאנץ יאר אויך כאטש אויף פון פסח ביז ר"ה
איך ניטאמאל אריין און די געלט שמועס, וואס סקאסט לכה"פ $10000 צו $15000 פאר עוורידש מפשחה פין 6/7 קינדער און קעמפ, וואס רוס קענען נישט ערלויבען,
להערה בעלמא 15000פער משפחה סגייען אין קאנטרי/ קעמפ בערך 20000 משפחות ס"ה בערך $250,000,000 וויפעל חתונות קען מען באצעלן דערמיט!!!!!!
אנשטאט חתונה תקנות זאל מען מאכען קעמפ תקנות!

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך דריידל » זונטאג יוני 14, 2020 2:37 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:עטס ווייסטס נישט די געוואלדיגע שעות רציפות וואס מלערנט אין די קעמפס יומם ולילה -וואס איז זייער שווער צי טון און שטאט- וואס די מנהלים אין משפיעם קוקען שוין ארויס א גאנץ יאר אויף דעם,

טאקע זייער חשוב, אבער גי ביטול תורה פון א וואך פאר און נאך קעמפ האסטי אויך גענומען אין חשבון?

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 14, 2020 2:39 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:עטס ווייסטס נישט די געוואלדיגע שעות רציפות וואס מלערנט אין די קעמפס יומם ולילה -וואס איז זייער שווער צי טון און שטאט- וואס די מנהלים אין משפיעם קוקען שוין ארויס א גאנץ יאר אויף דעם,

איך זע שוין, סוועט זיין זייער שווער צי פירען געשפרעכן דא אויף איין טשעט סייט מיט מענטשען וואס קענען וואוינען פון קאשוי ביז פאמאנא (דור הפלגה בלעז) ווי די רביז"ל האט שוין געוויינט אויף די קליפת עורף פון פרעה (עיין בני יששכר) ווי ער האט געמאכט כח אחר מעורב צווישען די אידען ער האט געמישט נסיונת וואס די רוחניותדיגע אימיון סיסטעם איז נישט געווען גרייט פאר דעם (פרעה האט מסתמה געהאט עפעס א וואטסעפ גרופ מיט די אידען!)

סא כוועל עס לאזען ביי דעם

אלץ איינער וואס איז געגאנגען אין מחנה רב טוב, און וואס ווייסט פונקטליך וויאזוי ס'גייט אין די אנדערע קעמפס פון אינסייט איינגעשטעלטע.
קען איך צוטיילן די לערנען אין קעמפ און צוויי, איינס מחנה רב טוב (ס'קען זיין ביידע, כ'רעדט פון נעפענעק וכדומה...) און אלע אדער לכה"פ רוב פון די אנדערע קעמפס.
אין פאקט אין מחנה רב טוב לערנט מען מער א טאג ווי אין שטאט, און די קינדער זענען געווענליך ביים לערנען.
די אנדערע קעמפס לערנט מען אסאך ווייניגער ווי אין שטאט, און די קעפ זענען למחצה לשליש ולרביע נישט דא (שוין אפגערעדט אין די וואך פון קאלאווער..) כ'האב גערעדט צו א מנהל פאריאר זומער פון איינע פון די אנדערע קעמפס און ער האט געוויינט צו מיר אז ס'איז נישטא מיט וועם צוגיין צום טיש, יעדער איז פארנומען מיט די אקטיוועטיס.. כ'האב די זעלבע זאך געהערט פון רבי'ס פון די אנדערע קעמפס און פון מדריכים פון די אנדערע קעמפס.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

בעקעלע.הפוכה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » זונטאג יוני 14, 2020 2:43 pm

בד"וו - מיר האט א יוד היינט צופרי געזאגט אז ער געט מארגן א קליינע קידוש נאכן דאווענען,
ער זאגט אז יעדעס יאר ביז פסח צאלט ער די חובות פינעם פריערדיגן יאר קעמפס, אין פון פסח הייבט זיך אהן די נייע הקפה פארן פרישן חוב
בקיצור, ער איז זיך מחיה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 14, 2020 2:55 pm

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:בד"וו - מיר האט א יוד היינט צופרי געזאגט אז ער געט מארגן א קליינע קידוש נאכן דאווענען,
ער זאגט אז יעדעס יאר ביז פסח צאלט ער די חובות פינעם פריערדיגן יאר קעמפס, אין פון פסח הייבט זיך אהן די נייע הקפה פארן פרישן חוב
בקיצור, ער איז זיך מחיה

מ'זאל זיך נאכנישט פרייען, רוב חדרים גייען בפשטות אויפקומען מיט עפעס פלענער וואס כ'גלייב ס'גייט קאסטן אסאך טייערער....
און די דעי קעמפ אין שטאט גלייב איך גייט אויך נישט זיין בחנם.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 2:59 pm

עפרות זהב האט געשריבן:מיינע 2 צענט
לגבי דעם ענין פון שמירת עינים קען איך נישט אריינדען אנדערשט ווי גדולי עולם זצ"ל, אבער די אלע גדולים האבעם שפעטער מייסד געווען שטעלעך פאר א גאנץ יאר נישט נאר די 9 וואכען וואס די שטאט באצאלט די יוטה פראגראם,
ובכלל זעה איך דא מענטשען שרייבען איבער די געוואלדיגע התעלות אין קעמפ, לאמיך פרעגען ווי מעסט מען די סוקסעס שבו, זענען אין ווילי און בארא פארק דא מער תלמידי חכמים צו יראים ושלימים ווי מאנסי ק"י סקווירא? וויאזוי מעסט מען עס? זיי זענען נישט אויסגעמענטשעלט ווי ווילי בארא פארק? מיט וואס שטיין די קעמפערס מער ווי זיי?
אין אויב די תירוץ איז יא? וועסט דאך עס אודאי נישט אננעמען
אדרבה פרעגט אאיער זונס מלמד צו בחורס מגיד שיעור (נישט יעצט נאר אימיטען ווינטער) צו מער בחורים שטייגען אין קעמפ?
זיכער אז יא

איך האב שוין געפרעגט

פרעגט אייערע קינדס מנהל וואספארא סארט יודישקייט פראבלעמען סאיז דא אין קעמפ, נייע סארט פראבלעמען ביי יונגלעך מיידלעך און בחורים
וועסט דיך טוישען דיין מיינד אויב ברענגט מען פראוו?

די מנהלים אין קרית יואל האבען געהאט שטורעמישע מיטונגען וועגען דעם און סאיז געבליבען אז ממוז גרינדען ראונד טאופ

אויב האלט איר אז אוועק פארן איז א תכלית דאן שיקט אים אויף א גאנץ יאר און א דארמיטארי, האסט דאך דא אליינס מודה געווען אז יש דברים בגו... איך האב טאקע דעס געוואלט ברענגען פאר א ראיה, נאר וואס קען מען טון אז נישט יעדער קען טון פינקטליך ווי די ווילסט זייערע מצבים אין שטוב זענען אנדערש ווי דיינס, סא טיען זיי נאר אביסעל
אויב איז שמירת עינים א פראבלעם (וואס איז באמת יא) דאן טראכט און אז מטראכט?פון אוועק מופן אויף א גאנץ יאר אויך כאטש אויף פון פסח ביז ר"ה
פשיהא ווייטער מיט די גזירת גירוש וואס זאלעכע מענטשען ווי דיר (מיט די לענדלארס וואס ציען ארויף אימיושרדיג די פרייזען פון אומשילדיגע אינגעלייט מיטען תירוץ פון לך לך מארצך פוץ אפ פון ווילי) טיען אייביג כמיין וואסערע גערעדאכטץ איז דעס? ווי זענען אלע אידישע מידות פארשווינדען געווארען?
איך ניטאמאל אריין און די געלט שמועס, דעס איז שוין יא א שמועס וואס איז כדי אריינציגיין איך ווייס נישט צי דא אויף אייוועלט? אפשר יא? אבער ידע תדע לויט מיין עקספיריענס האט מען זיך אייביג פארגליכען נוסח ר' יודל, אין אויב נישט דארף דעס האבען א ערענסטע חשבון הנפש אין מדארף יא רעדען פון דעם מען טאר נישט לאזען אז א אידיש קינד זאל ארויספאלען וועגען אפאר טאלער סגייט מיר נישט אריין און קאפ אז סאיז נישט דא עשירים וואס נעמען נישט קעיר פון אזאלעכע זאכען (בן גמלא) נאכדערצי ווען צענדליגע פון די עשירים האט מען אריינגענומען פאר אומזיסט אין זיי געגעבען מיטה כסה ושלחון א קנאפע 30 יאר צירוק אין מסתמה וועט זיין פון די היינטיגע נישט פארמעגליכע קינדער גרויסע עשירים וואס וועלען נאך קענען אויסהאלטען די קעמפס, סגייט מיר נישט אריין אין קאפ אז סאיז אמת און איך האף אז דעס איז נאר א סאושעל מידיא גערעדאכטס אין במציאות אין די קעמפ אפיסעס איז גאר אנדערש.. ווייל אויב נישט איז גרויסע צרות אין דעס דארף האבען א באלדיגע תיקון, (און איך רעד דא אז יעדער איינציגסטע קינד זאל עס קענען עפארדען לאו דוקא ארימע נאר אפי אזוי גערופענע מיטל קלאס זאל עס נישט באגראבען)וואס סקאסט לכה"פ $10000 צו $15000 פאר עוורידש מפשחה פין 6/7 קינדער און קעמפ, וואס רוס קענען נישט ערלויבען,
להערה בעלמא 15000פער משפחה סגייען אין קאנטרי/ קעמפ בערך 20000 משפחות ס"ה בערך $250,000,000 וויפעל חתונות קען מען באצעלן דערמיט!!!!!!
אנשטאט חתונה תקנות זאל מען מאכען קעמפ תקנות!נישט קיין שאלה אז מדארף

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 3:02 pm

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:בד"וו - מיר האט א יוד היינט צופרי געזאגט אז ער געט מארגן א קליינע קידוש נאכן דאווענען,
ער זאגט אז יעדעס יאר ביז פסח צאלט ער די חובות פינעם פריערדיגן יאר קעמפס, אין פון פסח הייבט זיך אהן די נייע הקפה פארן פרישן חוב
בקיצור, ער איז זיך מחיה

זייער זייער ווייטאגליך צי הערען אזאלעכע סטעיטמענטס אזאלעכע זאכען טאר מען נישט צילאזען

great
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך great » זונטאג יוני 14, 2020 3:07 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:בד"וו - מיר האט א יוד היינט צופרי געזאגט אז ער געט מארגן א קליינע קידוש נאכן דאווענען,
ער זאגט אז יעדעס יאר ביז פסח צאלט ער די חובות פינעם פריערדיגן יאר קעמפס, אין פון פסח הייבט זיך אהן די נייע הקפה פארן פרישן חוב
בקיצור, ער איז זיך מחיה

זייער זייער ווייטאגליך צי הערען אזאלעכע סטעיטמענטס אזאלעכע זאך טאר מען נישט צילאזען

עס איז דא 1 עצה פארדעם און אלע פראבלעמן א כח הרבים פון די עלטערן א פריעדליכע פראטעטסט

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג יוני 14, 2020 3:20 pm

eller האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:עטס ווייסטס נישט די געוואלדיגע שעות רציפות וואס מלערנט אין די קעמפס יומם ולילה -וואס איז זייער שווער צי טון און שטאט- וואס די מנהלים אין משפיעם קוקען שוין ארויס א גאנץ יאר אויף דעם,

איך זע שוין, סוועט זיין זייער שווער צי פירען געשפרעכן דא אויף איין טשעט סייט מיט מענטשען וואס קענען וואוינען פון קאשוי ביז פאמאנא (דור הפלגה בלעז) ווי די רביז"ל האט שוין געוויינט אויף די קליפת עורף פון פרעה (עיין בני יששכר) ווי ער האט געמאכט כח אחר מעורב צווישען די אידען ער האט געמישט נסיונת וואס די רוחניותדיגע אימיון סיסטעם איז נישט געווען גרייט פאר דעם (פרעה האט מסתמה געהאט עפעס א וואטסעפ גרופ מיט די אידען!)

סא כוועל עס לאזען ביי דעם

אלץ איינער וואס איז געגאנגען אין מחנה רב טוב, און וואס ווייסט פונקטליך וויאזוי ס'גייט אין די אנדערע קעמפס פון אינסייט איינגעשטעלטע.
קען איך צוטיילן די לערנען אין קעמפ און צוויי, איינס מחנה רב טוב (ס'קען זיין ביידע, כ'רעדט פון נעפענעק וכדומה...) און אלע אדער לכה"פ רוב פון די אנדערע קעמפס.
אין פאקט אין מחנה רב טוב לערנט מען מער א טאג ווי אין שטאט, און די קינדער זענען געווענליך ביים לערנען.
די אנדערע קעמפס לערנט מען אסאך ווייניגער ווי אין שטאט, און די קעפ זענען למחצה לשליש ולרביע נישט דא (שוין אפגערעדט אין די וואך פון קאלאווער..) כ'האב גערעדט צו א מנהל פאריאר זומער פון איינע פון די אנדערע קעמפס און ער האט געוויינט צו מיר אז ס'איז נישטא מיט וועם צוגיין צום טיש, יעדער איז פארנומען מיט די אקטיוועטיס.. כ'האב די זעלבע זאך געהערט פון רבי'ס פון די אנדערע קעמפס און פון מדריכים פון די אנדערע קעמפס.

עקזעקטלי די עקספיריענס וואס איך האב מיט מיין קינדס קעמפ.

מער ווייניגער א אויספלוג פאר 9 וואכן ווי איידער שעות רצופות
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 3:28 pm

סמארט גאי האט געשריבן:

איך האב עס זייער קלאר געזאגט און איין תגובה פארדעם, פאר די וואס זענען נישט געווען אין די קעמפס ווי מלערענט נישט רציפות ווייסען נישט אז מלערענט און אנדערע קעמפס יא רציפות

בקיצור סאיז נישט קיין סתירה, סא פארוואס דארף עס גיין אין רינגס ארום
אין אזא צייט זאגט מען "ליין דורך מיין גאנצע תגובה אין נאכהער קאן מען מוסיף זיין"

בעקעלע.הפוכה
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » זונטאג יוני 14, 2020 3:30 pm

איך מיין אז ער האט געמיינט "מיידלעך קעמפ"
שאינו רואה שום תכלית ותועלת בזה

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג יוני 14, 2020 3:33 pm

הרב פאליסיידס.

איך האב א פראבלעם מיט דעם אז מ'צווינגט דאס ארויף אויף די עלטערן אפגעזענן ווי בענעפישעל ס'איז רוחניותדיג.

און אגב, די שובבים רציפות איז נאך אזוי סוקסעספול ווי די זומער אין קעמפ.

נאך א נקודה, די סכנה פון ווערן נשפע פון שלעכטע חבירים (אדער סטעף מיט א שוואכע כאראקטער וד"ל) איז פילפאכיג גרעסער אין קעמפ ווי אין שטאט.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

עפרות זהב
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך עפרות זהב » זונטאג יוני 14, 2020 3:34 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
עפרות זהב האט געשריבן:מיינע 2 צענט
לגבי דעם ענין פון שמירת עינים קען איך נישט אריינדען אנדערשט ווי גדולי עולם זצ"ל, אבער די אלע גדולים האבעם שפעטער מייסד געווען שטעלעך פאר א גאנץ יאר נישט נאר די 9 וואכען וואס די שטאט באצאלט די יוטה פראגראם,
ובכלל זעה איך דא מענטשען שרייבען איבער די געוואלדיגע התעלות אין קעמפ, לאמיך פרעגען ווי מעסט מען די סוקסעס שבו, זענען אין ווילי און בארא פארק דא מער תלמידי חכמים צו יראים ושלימים ווי מאנסי ק"י סקווירא? וויאזוי מעסט מען עס? זיי זענען נישט אויסגעמענטשעלט ווי ווילי בארא פארק? מיט וואס שטיין די קעמפערס מער ווי זיי?
אין אויב די תירוץ איז יא? וועסט דאך עס אודאי נישט אננעמען און אויב די איז ניין דארף מען מבטל זיין קעמפ? און אויב די איז יא וויפיעל איז ווערט ? נעם די פראבלעמען און געלט אויף איין זייט און די % אז יא לשיטתך וועגט עס איבער?
אדרבה פרעגט אאיער זונס מלמד צו בחורס מגיד שיעור (נישט יעצט נאר אימיטען ווינטער) צו מער בחורים שטייגען אין קעמפ?
זיכער אז יא
די האסט שוין געפרעגט צו די טראכסט? איעך האב געפרעגט און ער האט מיך געזאגט אז א בחור וואס פאלט נישט אין קעמפ איז א געווינס! ער איז שוין א מגי"ש בערך 20 יאר

איך האב שוין געפרעגט

פרעגט אייערע קינדס מנהל וואספארא סארט יודישקייט פראבלעמען סאיז דא אין קעמפ, נייע סארט פראבלעמען ביי יונגלעך מיידלעך און בחורים
וועסט דיך טוישען דיין מיינד אויב ברענגט מען פראוו? נא ענטפער די אויב ברענג איך פראוו וועסטו טוישען ? מען קען נישט דא אלעס אויסשמוסען אבער קדושה פראבלען איז א קעמפ אישו פרעג דיין קינדס מנהל

די מנהלים אין קרית יואל האבען געהאט שטורעמישע מיטונגען וועגען דעם און סאיז געבליבען אז ממוז גרינדען ראונד טאופ
איך ווייס נישט פוקטליך אבער סדאכטס זיך מיר אז גייען נישט און קעמפ במשך די זומער וואכען נאר אויף 2 וואכען חזרה וואס איז שוין אנדערשט, איך נאכנישט גערעדט מיט קיין מנהל למד פין דארט צו ענטפערן
אויב האלט איר אז אוועק פארן איז א תכלית דאן שיקט אים אויף א גאנץ יאר און א דארמיטארי, האסט דאך דא אליינס מודה געווען אז יש דברים בגו... ניין נאר לשיטתך אז עס איז יא גוט דאן פ"וו טוסט עס נישט אויף א גאנץ יאר? איך האב טאקע דעס געוואלט ברענגען פאר א ראיה, נאר וואס קען מען טון אז נישט יעדער קען טון (אבער יעדער "מוז" אויף 9 וואכען) פינקטליך ווי די ווילסט זייערע מצבים אין שטוב זענען אנדערש ווי דיינס, סא טיען זיי נאר אביסעל
אויב איז שמירת עינים א פראבלעם (וואס איז באמת יא) דאן טראכט און אז מטראכט?פון אוועק מופן אויף א גאנץ יאר אויך כאטש אויף פון פסח ביז ר"ה
פשיהא ווייטער מיט די גזירת גירוש וואס זאלעכע מענטשען ווי דיר (מיט די לענדלארס וואס ציען ארויף אימיושרדיג די פרייזען פון אומשילדיגע אינגעלייט מיטען תירוץ פון לך לך מארצך פוץ אפ פון ווילי) טיען אייביג כמיין וואסערע גערעדאכטץ איז דעס? ווי זענען אלע אידישע מידות פארשווינדען געווארען? נישט גוט פארשטאנען אויב האלסטו אז עס איז א פראבלעם זאלסטו "אליין נישט לענדלארד" אוועק לויפן פין דעם גיהונם פון די ראיות אסורות אויב לויפסטו נישט פ"וו מיז איך יא פונקט די 9 וואכען?
איך ניטאמאל אריין און די געלט שמועס, דעס איז שוין יא א שמועס וואס איז כדי אריינציגיין איך ווייס נישט צי דא אויף אייוועלט? אפשר יא? אבער ידע תדע לויט מיין עקספיריענס האט מען זיך אייביג פארגליכען נוסח ר' יודל, ר' יודל לעבט שוין נישט און היינט אויב מען באצאלט נישט גייט מען נישט אין אויב נישט דארף דעס האבען א ערענסטע חשבון הנפש אין מדארף יא רעדען פון דעם מען טאר נישט לאזען אז א אידיש קינד זאל ארויספאלען וועגען אפאר טאלער סגייט מיר נישט אריין און קאפ אז סאיז נישט דא עשירים וואס נעמען נישט קעיר פון אזאלעכע זאכען (בן גמלא) נאכדערצי ווען צענדליגע פון די עשירים האט מען אריינגענומען פאר אומזיסט אין זיי געגעבען מיטה כסה ושלחון א קנאפע 30 יאר צירוק אין מסתמה וועט זיין פון די היינטיגע נישט פארמעגליכע קינדער גרויסע עשירים וואס וועלען נאך קענען אויסהאלטען די קעמפס, סגייט מיר נישט אריין אין קאפ אז סאיז אמת און איך האף אז דעס איז נאר א סאושעל מידיא גערעדאכטס אין במציאות אין די קעמפ אפיסעס איז גאר אנדערש.. ווייל אויב נישט איז גרויסע צרות אין דעס דארף האבען א באלדיגע תיקון, (און איך רעד דא אז יעדער איינציגסטע קינד זאל עס קענען עפארדען לאו דוקא ארימע נאר אפי אזוי גערופענע מיטל קלאס זאל עס נישט באגראבען)וואס סקאסט לכה"פ $10000 צו $15000 פאר עוורידש מפשחה פין 6/7 קינדער און קעמפ, וואס רוס קענען נישט ערלויבען,
להערה בעלמא 15000פער משפחה סגייען אין קאנטרי/ קעמפ בערך 20000 משפחות ס"ה בערך $250,000,000 וויפעל חתונות קען מען באצעלן דערמיט!!!!!!
אנשטאט חתונה תקנות זאל מען מאכען קעמפ תקנות!נישט קיין שאלה אז מדארף
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 3:38 pm

@עפרות יא כהאב געפרעגט און טאקע מער ווי איינס

און יא אויב אויף יעדע עולה וואס איז דא אין שטאט זאגט מען פאר דעם אינגערמאן פוץ אפ (אליינס) מיינט עס גירוש, שטעל דיך פאר ווען די מוסדות בעטען פאר יעדע קינד אין שטאט אכט טויזענט דאלער א חודש ווייל דער אדמינעסטראטער דארף א לינקלאן נעווי מיט א סאמער האוז מיט א פענוהטוז ווי ער קען מאכען גרילס יעדע זומער, און ווען מהאלט אים פאר וועט ער זיך אינטערכיכקען פוץ אפ פון ווילי, (אליינס מדעת עצמך) וואסערע גערעדאכטס איז דאס איז טאקע הפקר וועלט? איז יעדע עולה וואס גייט געטון ווערען גייט ווערען א סלאגאן פוץ אפ פון די סיטי? די אלע וואס העלפען דעס שרייען אויף סאושעל מידיא זענען דעמאלטס ענעבלערס (שותפים לדבר עבירה) פאר אזאלעכע שגץ שטיק, אפי ווען זיי פארדינען גארנישט חוץ זיין קאאל
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג יוני 14, 2020 3:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » זונטאג יוני 14, 2020 3:43 pm

פארוואס איז אזוי שווער צו פארשטיין
אינגעל בחור קעמפס זענען אין קענען זיין מוראדיג לטובתם
פון די קינדער פארשטייט זיך ווען מען האלט די רוחניתדיגע ציל פאר די אויגן כרעדט נישט יעצט פון די הוצאת פאר די עלטערן.
מיידלעך קעמפס הזמן יכלו והטריפס אין אקטיווטיס לא יכלו
מען האט שוין פרובירט צו פאריאר צו מאכן א ערנסטע קעמפ פאר מיידלעך אבער סאיז געבליבן חובות
בקיצור מען דארף האלטן די ציל פאר די אויגן
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 3:49 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:פארוואס איז אזוי שווער צו פארשטיין
אינגעל בחור קעמפס זענען אין קענען זיין מוראדיג לטובתם
פון די קינדער פארשטייט זיך ווען מען האלט די רוחניתדיגע ציל פאר די אויגן כרעדט נישט יעצט פון די הוצאת פאר די עלטערן.
מיידלעך קעמפס הזמן יכלו והטריפס אין אקטיווטיס לא יכלו
מען האט שוין פרובירט צו פאריאר צו מאכן א ערנסטע קעמפ פאר מיידלעך אבער סאיז געבליבן חובות
בקיצור מען דארף האלטן די ציל פאר די אויגן

סא מוועט דארפען הערען זייער זייט פון די מעשה עקסטער זיי וועלען דארפען הייערען א לויער דא

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יוני 14, 2020 3:59 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:
בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:בד"וו - מיר האט א יוד היינט צופרי געזאגט אז ער געט מארגן א קליינע קידוש נאכן דאווענען,
ער זאגט אז יעדעס יאר ביז פסח צאלט ער די חובות פינעם פריערדיגן יאר קעמפס, אין פון פסח הייבט זיך אהן די נייע הקפה פארן פרישן חוב
בקיצור, ער איז זיך מחיה

זייער זייער ווייטאגליך צי הערען אזאלעכע סטעיטמענטס אזאלעכע זאכען טאר מען נישט צילאזען

דאס איז די מציאות ביי רוב מענטשן
קעמפ פאר א שטוב מיט קינדער איז 10 ביז 15 אלפים איזי

אלע גוטע עצות אינדערזייט. כרגע איז דאס די פרייז
די מנהלי המוסדות זאגן אז די ריזיגע עשירים תומכי המוסדות פאדערען עס און עס איז שווער צוצושטעלן זוממער חדר מיט האלבע קלאסן

די איינציגסטע סולושן איז - עס דארף קומען אזאך טעלעפאון קאלס פון טאטעס וואס פרעגט היתכון?!
וויאזוי קען מען אוועקשטעלן א סיסטעם וואס איז אוועק געשטעלט נישט לטובת רוב עלטערן

זאלן די מיליאנערן האלטן זייערע געלטער און מען זאל אויפהערן מקפח זיין די המון עם מיט די רוב ציבור העניים
( אנשטולדיג, אבער ביי מיר איז איינער וואס האט א חוב פון א דאלער נחשב כעני און די זעלבע איז מיט איינער וואס מען שטעלט אים צאם אויף חתונה מאכן )

פאר די אלע וואס זענען ביזי מיט רוחניות וויל איך זיך נישט מתווכח זיין , עס איז אירעליווענט
ווילסט רוחניות גיי וואוין אין קרית יואל וכדומה
ארויפצווינגען א מציאות וואס טוט בליטיגען פאר טויזענטע עלטערן קען נישט פארענטפערט ווערן מיט א תירוץ - רוחניות
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?

אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 4:11 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:בד"וו - מיר האט א יוד היינט צופרי געזאגט אז ער געט מארגן א קליינע קידוש נאכן דאווענען,
ער זאגט אז יעדעס יאר ביז פסח צאלט ער די חובות פינעם פריערדיגן יאר קעמפס, אין פון פסח הייבט זיך אהן די נייע הקפה פארן פרישן חוב
בקיצור, ער איז זיך מחיה

זייער זייער ווייטאגליך צי הערען אזאלעכע סטעיטמענטס אזאלעכע זאכען טאר מען נישט צילאזען

פאר די אלע וואס זענען ביזי מיט רוחניות וויל איך זיך נישט מתווכח זיין , עס איז אירעליווענט
ווילסט רוחניות גיי וואוין אין קרית יואל וכדומה
ארויפצווינגען א מציאות וואס טוט בליטיגען פאר טויזענטע עלטערן קען נישט פארענטפערט ווערן מיט א תירוץ - רוחניות

ער מוז מופען קיין קרית יואל דוקא ?אדער ער מעג מופען קיין קאשוי אויך? זשאסט עסקינג און וואס טוט זיך מיט מופען קיין פאמאנא?

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך דייקן » זונטאג יוני 14, 2020 4:11 pm

איך וועל נישט אריינרעדען אין דער שמועס היות איך האב נישט געוואוינט אין "שטאט" אלס קינד, און נישט געגאנגען צו א סליפאובער קעמפ.
איך בין נאר מציע צו קוקען דא viewtopic.php?f=91&t=36766&start=2600#p2232739.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יוני 14, 2020 4:27 pm

דייקן האט געשריבן:איך וועל נישט אריינרעדען אין דער שמועס היות איך האב נישט געוואוינט אין "שטאט" אלס קינד, און נישט געגאנגען צו א סליפאובער קעמפ.
איך בין נאר מציע צו קוקען דא viewtopic.php?f=91&t=36766&start=2600#p2232739.

Wow הימעל שרייענדע געשיכטע!!!!
די טייכן טרערען פון די טויזענטע עלטערן האט זיכער בוקע רקיעים געווען !
צ

לאמיר ענדיגן די געלט פארשווענדענישע קעמפס!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?

אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך קלוגע חכם » זונטאג יוני 14, 2020 4:37 pm

איך בין זייער נייגעריג צו הערן פון די עולם דא, אזעלכע וואס וואינען אין שטאט, און האבן קינדער אין די יארן וואס מען שיקט זיי אין קעמפ, צו זיי וואלטן געוואלט שיקן "די יאר" אין קעמפ, צו זיי וואלטן ענדערשט געוואלט אז די קינדער זאלן געהעריג בלייבן אין שטאט, און האבן געהעריג חדר, אזוי ווי פאר די קאראונע צייטן

איך פרעג דייקא איבער די יאר, איבער די עצם מוזן גיין אין קעמפ האט מען שוין דא איטליכע מאל אויסגעקאכט, אז עס איז דא א שיינע פראצענט וואס שרייען מוחל טובות די קעמפ, מאך געהעריג חדר אין שטאט, און לאז מיר מיט די פאר טויזנט דאללער אין טאש, אבער די יאר, וואס מען האלט שוין פון פורים וואס די קינדער זענען נישט געהעריג מסודר, קינדער אין חדר, מיידלעך אין סקול, בחורים אין ישיבות, עלטערע מיידלעך אין היי סקול, און אין די שטאט איז נישט אזוי ווי אפסטעיט וואס מען האט גרויסע דירות, און די גאס ווי זיך צו דרייען, אין די שטאט איז מען מער מצומצם סיי אין די דירה, און סיי די גאס איז נישט אזוי ברייט בגשמיות, און זויבער ברוחניות, מילא מענטשן קענען פילן מער א ווילן צו שיקן די קינדער אין קעמפ היי יאר מער ווי אלע יארן, אדער קען זיין ניין, אז יא איך וויל די סקעדזשועל פון די מוסדות זאל צוריקגיין געהעריג, אבער איך וואלט נאך אלץ זייער נישט געוואלט שיקן אין קעמפ, נישט האבנ'דיג די געלט דערפאר.

אגב איך געדענק אנפאנג קאראונע, ווען מען האט גערעדט די שאדן וואס די קינדער האבן מיט פארפאסן די לימודים, האט מען געזאגט אז מען דארף די יאר מבטל זיין די קעמפ'ס און האבן געהעריג חדר פאר די חדשים וואס מען האט פארפאסט

איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט א פאול, אבער איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן די ענטפער פון אידן וואס וואינען אין די שטאט, און האבן קינדער וואס זיי דארפן גיין אין קעמפ

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 4:38 pm

מטעמים האט געשריבן:דער פאלעסיידס פארט אלעמאל גוט! תרתי משמע

יעצט געכאפט דיין זשאוק
(קיינמאל נישט צי שפעט)

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 4:45 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:איך בין זייער נייגעריג צו הערן פון די עולם דא, אזעלכע וואס וואינען אין שטאט, און האבן קינדער אין די יארן וואס מען שיקט זיי אין קעמפ, צו זיי וואלטן געוואלט שיקן "די יאר" אין קעמפ, צו זיי וואלטן ענדערשט געוואלט אז די קינדער זאלן געהעריג בלייבן אין שטאט, און האבן געהעריג חדר, אזוי ווי פאר די קאראונע צייטן

איך פרעג דייקא איבער די יאר, איבער די עצם מוזן גיין אין קעמפ האט מען שוין דא איטליכע מאל אויסגעקאכט, אז עס איז דא א שיינע פראצענט וואס שרייען מוחל טובות די קעמפ, מאך געהעריג חדר אין שטאט, און לאז מיר מיט די פאר טויזנט דאללער אין טאש, אבער די יאר, וואס מען האלט שוין פון פורים וואס די קינדער זענען נישט געהעריג מסודר, קינדער אין חדר, מיידלעך אין סקול, בחורים אין ישיבות, עלטערע מיידלעך אין היי סקול, און אין די שטאט איז נישט אזוי ווי אפסטעיט וואס מען האט גרויסע דירות, און די גאס ווי זיך צו דרייען, אין די שטאט איז מען מער מצומצם סיי אין די דירה, און סיי די גאס איז נישט אזוי ברייט בגשמיות, און זויבער ברוחניות, מילא מענטשן קענען פילן מער א ווילן צו שיקן די קינדער אין קעמפ היי יאר מער ווי אלע יארן, אדער קען זיין ניין, אז יא איך וויל די סקעדזשועל פון די מוסדות זאל צוריקגיין געהעריג, אבער איך וואלט נאך אלץ זייער נישט געוואלט שיקן אין קעמפ, נישט האבנ'דיג די געלט דערפאר.

אגב איך געדענק אנפאנג קאראונע, ווען מען האט גערעדט די שאדן וואס די קינדער האבן מיט פארפאסן די לימודים, האט מען געזאגט אז מען דארף די יאר מבטל זיין די קעמפ'ס און האבן געהעריג חדר פאר די חדשים וואס מען האט פארפאסט

איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט א פאול, אבער איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן די ענטפער פון אידן וואס וואינען אין די שטאט, און האבן קינדער וואס זיי דארפן גיין אין קעמפ

זייער א גוטע שאלה, איך כשלעצמי וואלט מיך געפרייט היי יאר אויב מקאט דעס מחמת כמה סיבות (איך רעד נאר פאר מיר ואחרי רבים להטות)

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: great, דברים אלו, כשר סעל, מה ידידות, מזל מידיע, נאכטלאמפ און 24 געסט