קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג יוני 14, 2020 11:45 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:ער מיט זיין לינקע אגענדע האט חרוב געמאכט די שטאט, ער האט צוגרינד געלייגט אלעס.
אנגעהויבן מיט די ריעל עסטעיט מארקעט וואס ער האט געלייגט אין דער ערד, אפגעשאפן די בעיל סיסטעם וואס מיינט אז מ'קען נישט אפרוימען פארברעכער פון די גאסן ווייל זיי ווערן גלייך ארויסגעלאזט, אפגעשפארט די סטעיט, צובראכן די עקאנאמיע, געמאכט א קורפיו, און פלאנט צו דיפאנדן די פאליציי, ועוד ידו נטויה ח"ו.

צו ער האט בייזע כוונות? אהםם


פאסט נישט פאר דיר אזעלכע פעיק ניוז.

קאומא איז צו פארדאנקען אז די אלע זאכן זענען נישט געשען ביז יעצט, די אסעמבלי האט שוין דורכגעפירט אזעלכע געזעצן יארן צוריק, און נאר א דאנק וואס ער האט מיטגעארבעט מיט די Idc האבן די רעפובליקאנער געקענט האלטן קאנטראל פון די סטעיט סענאט.

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יוני 14, 2020 12:01 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
אינו יודע'ניק האט געשריבן:ווי עס ווערט באקאנט האבן עטליכע רבנים ארויסגעטראטן מיט א שארפקייט היינט ביי רעווא דרעווין איבער די שרעקליכע גזירה פון פארמאכן די קעמפס , וואס איז געגרינדעט געווארן דורך גדולי ישראל מדור הקודם אלץ רעטונגס מיטל פאר טויזענטער תשב"ר ובחורי חמד נישט זיך צו דארפן דרייען און די טריפה'נע גאסן דורכאויס די זומער וואכן.

צווישן אנדערע הערן מיר אז גאלאנטא רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז די וואס לאזן נישט עפענען די קעמפס זענען שלוחים פון די ס"מ צו קאליע מאכן די זויבערע חינוך פון אונזערע קינדערלעך, און האט פארגעזעצט אז זיין הייליגע זיידע רבי אייזיקל זידיטשובער האט געקענט אוועקלייגן ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, אזוי אויך רבי ישעי'לע קערעסטירער האט זיך אויסגעדרוקט אויף געוויסע אז אדער וועלן זיי זיך בייגן אדער זיך לייגן, ממילא האט ער ער מעורר געווען בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן אויך אייניקלעך וואס ווערן באטראפן פון די גזירה, אז די שלוחים פון ס"מ זאלן זיך אדער בייגן אדער לייגן.

אזוי אויך נאך שלש סעודות האט מען געזינגען די באקאנטע ניגון "וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק".

(ווער עס איז געווען אנוועזענד איז מכובד צוצולייגן אדער אראפנעמען..)

מעולם תמהני, וואס איז מיט די 2 חדשים פאר מען גייט אין קעמפ אין די חודש דערנאך? דעמאלטס איז נישט פארהאן א פראבלעם מיט שמירת עניים? פארוואס איז די דאטום צו גיין אין קעמפ פארבינדן מיט די טעג ווען די גוי גייט??
ר' משה מנחם אין מונטריאול האט איינגעפירט אז מען גייט גלייך אנפאנג סיזען ביז ראש השנה.

די ווילימסבורג גאסן זענען א חורבן! אפשר איז דאס א סימן משמים? מאך נישט קיין ליצנות מיט א 9 וואכענדיגע שמירת עינים.


דאס קענסטו בעצם טענה'ן אויף א יעדע גזירה...צו וואס האט מען זיך פארלייגט אויף מציצה, חינוך וכו' וכו' מסתמא אלץ א סימן אז ס'איז געווען א ליצנות, ניין?

מען פרובירט ראטעווען וויפיל ס'מעגליך, קען מען דען באקומען קעמפ פערמיטס אויף איידער יולי און נאך לעיבארדעי?

די רביים פון אונזערע מוסדות וועלכע האבן איינגעפירט דעם ענין פון ארויספארן האבן נאך אזוי גוט געוויסט פון די אלע פירכא'ס...

האט איינער אמאל פרובירט ארויס צו נעמען א פערמיט פון פאר יולי??
שבת נחמו איז נישטא קיין פריצות אין שטאט אז מען שיקט יעדעם אהיים? אפשר דאס האבן אויך אונזערע רביס איינגעפירט?
ווען פונקטילך נעמסטו אונזערע ראשונים כמלאכים אויך זיין אגענדע און ווען לאזטו זיי הענגן?

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך שמערלער » זונטאג יוני 14, 2020 12:04 pm

Goodmorning האט געשריבן:איך האב א געפיל אז קאומא וויל נקמה נעמען פארן אנפייפן מיט שולן און מוסדות

לכאורה דא א שטארקע אמת דערינען.
ער האט געוואלט ווייזען ווער סאיז בעל הבית.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 14, 2020 12:07 pm

פארוואס ברויכן די ראשונים כמלאכים ווערן אריינגעמישט און דעם קעמפ סיכסוך (אויף ביידע צדדים)?
ווען עס איז דא גענוג זאכליכע טענות פאר ביידע, אן אריינמישן די רבנישע שטעלונגען און דעם נושא

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 14, 2020 12:15 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:קאומא איז אן אוהב ישראל (טאקע א דעמאקראט) דיבלאזיא איז א אוהב ישראל (טאקע א ליבעראלער) און טראמפ איז א אוהב ישראל (וואטעווער וואס ער איז)
(אבאמא ווייס איך נישט וואס ער איז געווען כהאב נישט געקענט אויספיגורען)
בה אונז לעב מיר אין א מלכות של חסד און אונז דארף מיר דאנקען די אייבישטער יעדען טאג פאר דע ריזיגע טובה,

סאיז דא מענטשען (על פי רוב דע וואס לעבען מיט די איזרעלי נייעס) וואס האבען ליב צו ציגלייכען יעדע זאך צי מדינת ישראל, מטאר עס נישט טון בשום אין אופן מחמת כמה סיבות

דא וועלען שטיין די ציוניסטיש געכאפטע קרייזען מיט די אזוי גערופענע סיקריקם אויף איין פעיזש ליידער אין סאיז זייער א סכנהדיגע זאך אויב סהאלט אן די לייכטזיניגע שפראך,
די ציוניסטישע סימפאטיקער ווילען נארמאל מאכען די מדינה מיט זייערע גזירות ווען זיי זענען מדמה אומשילדיגע פאליטיקס פון אויסלאנד מיט די גזירות פון די מלכות הרשעה ואכמ"ל זיי טרייבען ליצנות פונעם עולם ווען זיי הייפען אויף די מצב אין אזאלעכע פעלער, און אויף דעם קען מען זאגען בני אל תלך בדרך איתם

ביז קאראנע האב איך אויך געהאלטן אזוי, אבער זייט אינמיטן קאראנע ווען דיבלאזיא האט אנגעפאנגען די קאמפיין קעגן ד אידן אין בעיקר פון זיין ענטפער לעצטע וואך פארוואס די פלעי גראונדס אין ווילי שפארט מען יעדן טאג צו, (און דרעזנער אויף קלומא זאגט אז די המודיע ריפארטער האט אים שוין איבערגעפרעגט די קשיא 3 מאל (יעדע מאל לגבי אנדערע זאכן...) ביין איך געקומען צום מסקנה אז די אלע זענען יעצט (און אפשר אייביג געווען) אנטיסעמיטן פארפאלן די הלכה גייט ביי זיי אויך אן.
און נישט אויף יעדע פלאץ קומט אריין ציונות... מיט אנטשולדיגונג.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

metsboy
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך metsboy » זונטאג יוני 14, 2020 12:16 pm

שמערלער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האב א געפיל אז קאומא וויל נקמה נעמען פארן אנפייפן מיט שולן און מוסדות

לכאורה דא א שטארקע אמת דערינען.
ער האט געוואלט ווייזען ווער סאיז בעל הבית.


אלעס וואס ער טוט, איז פאר זיין ego. פינטעל

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג יוני 14, 2020 12:23 pm

HelpMe האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
אינו יודע'ניק האט געשריבן:ווי עס ווערט באקאנט האבן עטליכע רבנים ארויסגעטראטן מיט א שארפקייט היינט ביי רעווא דרעווין איבער די שרעקליכע גזירה פון פארמאכן די קעמפס , וואס איז געגרינדעט געווארן דורך גדולי ישראל מדור הקודם אלץ רעטונגס מיטל פאר טויזענטער תשב"ר ובחורי חמד נישט זיך צו דארפן דרייען און די טריפה'נע גאסן דורכאויס די זומער וואכן.


מעולם תמהני, וואס איז מיט די 2 חדשים פאר מען גייט אין קעמפ אין די חודש דערנאך? דעמאלטס איז נישט פארהאן א פראבלעם מיט שמירת עניים? פארוואס איז די דאטום צו גיין אין קעמפ פארבינדן מיט די טעג ווען די גוי גייט??
ר' משה מנחם אין מונטריאול האט איינגעפירט אז מען גייט גלייך אנפאנג סיזען ביז ראש השנה.

די ווילימסבורג גאסן זענען א חורבן! אפשר איז דאס א סימן משמים? מאך נישט קיין ליצנות מיט א 9 וואכענדיגע שמירת עינים.


דאס קענסטו בעצם טענה'ן אויף א יעדע גזירה...צו וואס האט מען זיך פארלייגט אויף מציצה, חינוך וכו' וכו' מסתמא אלץ א סימן אז ס'איז געווען א ליצנות, ניין?

מען פרובירט ראטעווען וויפיל ס'מעגליך, קען מען דען באקומען קעמפ פערמיטס אויף איידער יולי און נאך לעיבארדעי?

די רביים פון אונזערע מוסדות וועלכע האבן איינגעפירט דעם ענין פון ארויספארן האבן נאך אזוי גוט געוויסט פון די אלע פירכא'ס...


שבת נחמו איז נישטא קיין פריצות אין שטאט אז מען שיקט יעדעם אהיים? אפשר דאס האבן אויך אונזערע רביס איינגעפירט?


ובכן?

האסט זייער א גוטע טענה אויף די הנהלת ה'קעמפ (וואס האבן מעגליך א צד דאס צו פארענטפערן), אבער צוליב דעם זאל האלטן די קינדער א גאנץ זומער אויסגעשטעלט דערצו ווייל מ'גייט זיי סייווי אהיימשיקן אויף איין שבת?

איך כאפ בכלל נישט די אלע סארט טענות, קען מען דען לייקענען אז די קינדער זענען זומער אין שטאט אויסגעשטעלט צו וואס זיי דארפן נישט? טא למאי נפק"מ וואס פונקטליך די כוונה פון די קעמפ אנפירערס זענען? אז מ'גיבט א געלעגנהייט צו ראטעווען כאטש עפעס כאפ איך עס מיט ביידע הענט
לעצט פאראכטן דורך אייער_קיכל אום זונטאג יוני 14, 2020 12:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך רחש לבי » זונטאג יוני 14, 2020 12:24 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
אינו יודע'ניק האט געשריבן:ווי עס ווערט באקאנט האבן עטליכע רבנים ארויסגעטראטן מיט א שארפקייט היינט ביי רעווא דרעווין איבער די שרעקליכע גזירה פון פארמאכן די קעמפס , וואס איז געגרינדעט געווארן דורך גדולי ישראל מדור הקודם אלץ רעטונגס מיטל פאר טויזענטער תשב"ר ובחורי חמד נישט זיך צו דארפן דרייען און די טריפה'נע גאסן דורכאויס די זומער וואכן.

צווישן אנדערע הערן מיר אז גאלאנטא רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז די וואס לאזן נישט עפענען די קעמפס זענען שלוחים פון די ס"מ צו קאליע מאכן די זויבערע חינוך פון אונזערע קינדערלעך, און האט פארגעזעצט אז זיין הייליגע זיידע רבי אייזיקל זידיטשובער האט געקענט אוועקלייגן ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, אזוי אויך רבי ישעי'לע קערעסטירער האט זיך אויסגעדרוקט אויף געוויסע אז אדער וועלן זיי זיך בייגן אדער זיך לייגן, ממילא האט ער ער מעורר געווען בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן אויך אייניקלעך וואס ווערן באטראפן פון די גזירה, אז די שלוחים פון ס"מ זאלן זיך אדער בייגן אדער לייגן.

אזוי אויך נאך שלש סעודות האט מען געזינגען די באקאנטע ניגון "וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק".

(ווער עס איז געווען אנוועזענד איז מכובד צוצולייגן אדער אראפנעמען..)

מעולם תמהני, וואס איז מיט די 2 חדשים פאר מען גייט אין קעמפ אין די חודש דערנאך? דעמאלטס איז נישט פארהאן א פראבלעם מיט שמירת עניים? פארוואס איז די דאטום צו גיין אין קעמפ פארבינדן מיט די טעג ווען די גוי גייט??
ר' משה מנחם אין מונטריאול האט איינגעפירט אז מען גייט גלייך אנפאנג סיזען ביז ראש השנה.

די ווילימסבורג גאסן זענען א חורבן! אפשר איז דאס א סימן משמים? מאך נישט קיין ליצנות מיט א 9 וואכענדיגע שמירת עינים.


דאס קענסטו בעצם טענה'ן אויף א יעדע גזירה...צו וואס האט מען זיך פארלייגט אויף מציצה, חינוך וכו' וכו' מסתמא אלץ א סימן אז ס'איז געווען א ליצנות, ניין?

מען פרובירט ראטעווען וויפיל ס'מעגליך, קען מען דען באקומען קעמפ פערמיטס אויף איידער יולי און נאך לעיבארדעי?

די רביים פון אונזערע מוסדות וועלכע האבן איינגעפירט דעם ענין פון ארויספארן האבן נאך אזוי גוט געוויסט פון די אלע פירכא'ס...


פארדעם טאקע האבן די רביים ווי הרה״ק מסקווער ומסאטמאר ועוד זי״ע מייסד געווען שטעטלעך מחוץ לעיר ווי צו וואוינען און מחנך זיין קינדער א גאנץ יאר.
דו ווילסט זיין א ״ברייטער שטאטישער״ און שמירת עינים זאל דיר זיין גענוג פאר צוויי חדשים אויף די רביים׳ס חשבון (פארשטייט זיך מיט א גרויסע זוממער_היים און שאפינג ביי וואל-מארט).. זיי מוחל און לאז די נושא פון שמירת עינים ארויס פון די גאנצע נושא.

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » זונטאג יוני 14, 2020 12:29 pm

סתם נייגעריק איז דא גויאישע קעמפס?
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג יוני 14, 2020 12:30 pm

רחש לבי האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
אינו יודע'ניק האט געשריבן:ווי עס ווערט באקאנט האבן עטליכע רבנים ארויסגעטראטן מיט א שארפקייט היינט ביי רעווא דרעווין איבער די שרעקליכע גזירה פון פארמאכן די קעמפס , וואס איז געגרינדעט געווארן דורך גדולי ישראל מדור הקודם אלץ רעטונגס מיטל פאר טויזענטער תשב"ר ובחורי חמד נישט זיך צו דארפן דרייען און די טריפה'נע גאסן דורכאויס די זומער וואכן.

מעולם תמהני, וואס איז מיט די 2 חדשים פאר מען גייט אין קעמפ אין די חודש דערנאך? דעמאלטס איז נישט פארהאן א פראבלעם מיט שמירת עניים? פארוואס איז די דאטום צו גיין אין קעמפ פארבינדן מיט די טעג ווען די גוי גייט??
ר' משה מנחם אין מונטריאול האט איינגעפירט אז מען גייט גלייך אנפאנג סיזען ביז ראש השנה.

די ווילימסבורג גאסן זענען א חורבן! אפשר איז דאס א סימן משמים? מאך נישט קיין ליצנות מיט א 9 וואכענדיגע שמירת עינים.


דאס קענסטו בעצם טענה'ן אויף א יעדע גזירה...צו וואס האט מען זיך פארלייגט אויף מציצה, חינוך וכו' וכו' מסתמא אלץ א סימן אז ס'איז געווען א ליצנות, ניין?

מען פרובירט ראטעווען וויפיל ס'מעגליך, קען מען דען באקומען קעמפ פערמיטס אויף איידער יולי און נאך לעיבארדעי?

די רביים פון אונזערע מוסדות וועלכע האבן איינגעפירט דעם ענין פון ארויספארן האבן נאך אזוי גוט געוויסט פון די אלע פירכא'ס...


פארדעם טאקע האבן די רביים ווי הרה״ק מסקווער ומסאטמאר ועוד זי״ע מייסד געווען שטעטלעך מחוץ לעיר ווי צו וואוינען און מחנך זיין קינדער א גאנץ יאר.
דו ווילסט זיין א ״שטאטישער״ און שמירת עינים זאל דיר זיין גענוג פאר צוויי חדשים אויף די רביים׳ס חשבון..


די דעבאטע דא איז ''אויסדריקליך'' פאר ''שטאטישע'' אידן וואס מאיזה סיבה האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז די אידן זאלן דערווייל דארט ווואוינען, אויב ביסטו פון די וואס האבן די זכי' צו ווואוינען אין א אידישע שטעטל (כנראה מדבריך) דאן האסטו בכלל נישט אריינצורעדן דא

מיט אנטשולדיגונג

lazy
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך lazy » זונטאג יוני 14, 2020 12:48 pm

טיכטיגער האט געשריבן:;l;p-

מעולם תמהני, וואס איז מיט די 2 חדשים פאר מען גייט אין קעמפ אין די חודש דערנאך? דעמאלטס איז נישט פארהאן א פראבלעם מיט שמירת עניים? פארוואס איז די דאטום צו גיין אין קעמפ פארבינדן מיט די טעג ווען די גוי גייט??
ר' משה מנחם אין מונטריאול האט איינגעפירט אז מען גייט גלייך אנפאנג סיזען ביז ראש השנה.

די ווילימסבורג גאסן זענען א חורבן! אפשר איז דאס א סימן משמים? מאך נישט קיין ליצנות מיט א 9 ;l;p- וואכענדיגע שמירת עינים.
[/quote][/quote]

ווען די גוי׳אישע גאס איז אינדרויסען פון סקול אויף א הפקרות׳דיגע פארנעם, איז די מצב היבש ערגער.
בכלל איז א שאלה צו ״מען קען״ איינפירן קעמפס לענגער, איך קען מיך נישט גענוג אויס אין אלע ׳ליגעליטיס׳ און אין די ׳פראקטיק׳ צו קענען נעמען א שטעלונג, מען דארף אבער וויסען צו עס גייט אריין און תפסת מרובה לא תפסת.

לגבי מאנטרעאל, לידועי בעלמא א)די אידן דארט וואוינען אין ״מאנהעטען (ד׳מאנטריאל)״ ב) דאס פאלק דארט איז באקאנט צו זיין גאר אומאיידל (איידל גערעדט) ג) די קעמפ דארט איז ׳איין׳ שעה אוועק פון שטאט (וואס פארגרינגערט די פראקטיק) ד) טראץ דאס אויבן דערמאנטע, איז כעת די פארלענגערטע קעמפ סעזאן ׳נאר פאר די ישיבה גדולה׳.
לעצט פאראכטן דורך lazy אום זונטאג יוני 14, 2020 1:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג יוני 14, 2020 12:58 pm

צ"ק
ברוך הטוב והמטיב
כאניש פאר ראש הקהל! - כפר"ה קאמפיין

פאר דו טוסט עפעס, גיב א קלער,
וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען די זעהסט דיין זון דאס טון

לכאורה האט געשריבן:
#דיפאנד די הנהלה

לאדז'ער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך לאדז'ער » זונטאג יוני 14, 2020 1:04 pm

שוין יארן וואס אחד מגדולי האדמורים איז זייער נישט צופרידן פוןדי קעמפים אין ארצות הברית. לאט לאט האט ער שוין מצליח געווען ביי זיין ציבור אין ארה"ב אויפצהערן. קודם האט מען מבטל געווען די בחורים. שפעטער די קינדער. היינט די קינדער לערענן אין חיידר ביז תשעה באב אזוי ווי אין די גאנצע וועלט, און עס איז דא אויך חיידר פון ראש חודש אלול די נייע שנת הלימודים

די מערכה האט געווען זייער שווער, עס איז פשוט אז עס איז שווער משנה זיין די מהלך החיים פון א גאנצע ציבור פון איין מינוט צו צוווייטע


די חורבן אין ארה"ב איז איום ונורא. אין ארץ ישראל אין אין אירופה איז אויך דא ערליכע יודן, אין קיינער פירט נישט אזוי א לעבן. די לימודים זענען נישט ווי סדארף זיין. די חורבנות וואס איז דא ביי קינדער אין מדריכים איז שרעלקיך ואכמ"ל. א קינד זאל נישט לעבן ביי די עלטערן פאר 2 חדשים איז נישט נארמאל. די משפחות וואס גייען אין א קונטרי איז א צובראכענע משפחה, די טאטע איז נישט מיט די משפחה אגאנצע וואך, די טאטע אליין אין שטאט סאיז אויך נישט קיין ברכה

אסאך דא שרייבן אז עס איז זייער וויכטיג און לתועלת החינוך פאר די קינדער. איך ווייס נישט. אין די ארץ ישראל סאיז נישטא קיין קעמפים פאר 2 חדשים און לית מאן דפליג אז די מצב פון רוחניות אין ארץ ישראל באופן כללי איז אסאך בעסער און העכער
אפשר מונסי אין מונרוי איז בעסער. אבער מרדעט דא פאר קינדער און בחורים פון בורו פארק אין ווילמסבורג בעיקר
די טענה פון שמירת העינים, קיינער לויפט נישט אוועק פון די ירושליםער גאסן זומער וועגן די פריצות אויך נישט בני ברק. בכל מקום מדארף אכטונג געבן אין די אויגן, מה נשתנה ארה"ב אז ממוז לויפן ביז קעמפים אין קונטרי


עס איז כדאי צו מברר זיין ביי די מוסדות אין בורו פארק וואס סאיז שוין די לעצטע פאר יאר אפן במשך די חודשי הקיץ פאר אלע קינדער, משווימט נישט מגעבט זיך א עצה מיט גוטע ראש מדריכים צו מאכן גוטע פעולות פרייליכע ביי די בין הזמנים

אויך איז שוין איינגפירט אז די קינדער גייען אין חדר ביי די לאנגע שבת נאכמיטאג. עס איז זייער וויכטיג פאר דעם יאר וואס מבלייבט אין שטאט אז מזאל אויך טראכטן פון מאכן שבת חיידר. די קינדער זאלן נישט דרייען אין די גאסן.

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פעשען » זונטאג יוני 14, 2020 1:15 pm

שמערלער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האב א געפיל אז קאומא וויל נקמה נעמען פארן אנפייפן מיט שולן און מוסדות

לכאורה דא א שטארקע אמת דערינען.
ער האט געוואלט ווייזען ווער סאיז בעל הבית.

און צו ס'איז אים געלונגען, דעיס העמער רעדן נאך די זוממער..

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 14, 2020 1:19 pm

לאדז'ער האט געשריבן:שוין יארן וואס אחד מגדולי האדמורים איז זייער נישט צופרידן פוןדי קעמפים אין ארצות הברית. לאט לאט האט ער שוין מצליח געווען ביי זיין ציבור אין ארה"ב אויפצהערן. קודם האט מען מבטל געווען די בחורים. שפעטער די קינדער. היינט די קינדער לערענן אין חיידר ביז תשעה באב אזוי ווי אין די גאנצע וועלט, און עס איז דא אויך חיידר פון ראש חודש אלול די נייע שנת הלימודים

די מערכה האט געווען זייער שווער, עס איז פשוט אז עס איז שווער משנה זיין די מהלך החיים פון א גאנצע ציבור פון איין מינוט צו צוווייטע


די חורבן אין ארה"ב איז איום ונורא. אין ארץ ישראל אין אין אירופה איז אויך דא ערליכע יודן, אין קיינער פירט נישט אזוי א לעבן. די לימודים זענען נישט ווי סדארף זיין. די חורבנות וואס איז דא ביי קינדער אין מדריכים איז שרעלקיך ואכמ"ל. א קינד זאל נישט לעבן ביי די עלטערן פאר 2 חדשים איז נישט נארמאל. די משפחות וואס גייען אין א קונטרי איז א צובראכענע משפחה, די טאטע איז נישט מיט די משפחה אגאנצע וואך, די טאטע אליין אין שטאט סאיז אויך נישט קיין ברכה

אסאך דא שרייבן אז עס איז זייער וויכטיג און לתועלת החינוך פאר די קינדער. איך ווייס נישט. אין די ארץ ישראל סאיז נישטא קיין קעמפים פאר 2 חדשים און לית מאן דפליג אז די מצב פון רוחניות אין ארץ ישראל באופן כללי איז אסאך בעסער און העכער
אפשר מונסי אין מונרוי איז בעסער. אבער מרדעט דא פאר קינדער און בחורים פון בורו פארק אין ווילמסבורג בעיקר
די טענה פון שמירת העינים, קיינער לויפט נישט אוועק פון די ירושליםער גאסן זומער וועגן די פריצות אויך נישט בני ברק. בכל מקום מדארף אכטונג געבן אין די אויגן, מה נשתנה ארה"ב אז ממוז לויפן ביז קעמפים אין קונטרי


עס איז כדאי צו מברר זיין ביי די מוסדות אין בורו פארק וואס סאיז שוין די לעצטע פאר יאר אפן במשך די חודשי הקיץ פאר אלע קינדער, משווימט נישט מגעבט זיך א עצה מיט גוטע ראש מדריכים צו מאכן גוטע פעולות פרייליכע ביי די בין הזמנים

אויך איז שוין איינגפירט אז די קינדער גייען אין חדר ביי די לאנגע שבת נאכמיטאג. עס איז זייער וויכטיג פאר דעם יאר וואס מבלייבט אין שטאט אז מזאל אויך טראכטן פון מאכן שבת חיידר. די קינדער זאלן נישט דרייען אין די גאסן.

אויב רעדט איר פון יענע קהילה, וויל איך אייך קלאר איינמעלדן אז די סיבה פון אויפהערן קעמפ האט מיט גאר אן אנדערע סיבה, אין די מצב אין יענע קהילה וואס האט געמאכט די תקנה איז טאקע איום ונורא...

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך רחש לבי » זונטאג יוני 14, 2020 1:20 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
רחש לבי האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
אינו יודע'ניק האט געשריבן:ווי עס ווערט באקאנט האבן עטליכע רבנים ארויסגעטראטן מיט א שארפקייט היינט ביי רעווא דרעווין איבער די שרעקליכע גזירה פון פארמאכן די קעמפס , וואס איז געגרינדעט געווארן דורך גדולי ישראל מדור הקודם אלץ רעטונגס מיטל פאר טויזענטער תשב"ר ובחורי חמד נישט זיך צו דארפן דרייען און די טריפה'נע גאסן דורכאויס די זומער וואכן.

מעולם תמהני, וואס איז מיט די 2 חדשים פאר מען גייט אין קעמפ אין די חודש דערנאך? דעמאלטס איז נישט פארהאן א פראבלעם מיט שמירת עניים? פארוואס איז די דאטום צו גיין אין קעמפ פארבינדן מיט די טעג ווען די גוי גייט??
ר' משה מנחם אין מונטריאול האט איינגעפירט אז מען גייט גלייך אנפאנג סיזען ביז ראש השנה.

די ווילימסבורג גאסן זענען א חורבן! אפשר איז דאס א סימן משמים? מאך נישט קיין ליצנות מיט א 9 וואכענדיגע שמירת עינים.


דאס קענסטו בעצם טענה'ן אויף א יעדע גזירה...צו וואס האט מען זיך פארלייגט אויף מציצה, חינוך וכו' וכו' מסתמא אלץ א סימן אז ס'איז געווען א ליצנות, ניין?

מען פרובירט ראטעווען וויפיל ס'מעגליך, קען מען דען באקומען קעמפ פערמיטס אויף איידער יולי און נאך לעיבארדעי?

די רביים פון אונזערע מוסדות וועלכע האבן איינגעפירט דעם ענין פון ארויספארן האבן נאך אזוי גוט געוויסט פון די אלע פירכא'ס...


פארדעם טאקע האבן די רביים ווי הרה״ק מסקווער ומסאטמאר ועוד זי״ע מייסד געווען שטעטלעך מחוץ לעיר ווי צו וואוינען און מחנך זיין קינדער א גאנץ יאר.
דו ווילסט זיין א ״שטאטישער״ און שמירת עינים זאל דיר זיין גענוג פאר צוויי חדשים אויף די רביים׳ס חשבון..


די דעבאטע דא איז ''אויסדריקליך'' פאר ''שטאטישע'' אידן וואס מאיזה סיבה האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז די אידן זאלן דערווייל דארט ווואוינען, אויב ביסטו פון די וואס האבן די זכי' צו ווואוינען אין א אידישע שטעטל (כנראה מדבריך) דאן האסטו בכלל נישט אריינצורעדן דא

מיט אנטשולדיגונג


איך וואוין לע"ע אין שטאט און עס טוט מיך אויך שטארק עפעקטן, אבער כ'קען נישט פארנעמען ווען מ'רעדט נאנ-סענס. ס'איז קלאר א גרויסע פראבלעם פאר די גרויסע יונגלעך און בחורים די צופארעניש דעם זוממער, די לימודים און סדרים זענען צופארן וויבאלד ס'איז א שינו אין דעם געווענליכן אויסשטעל, עלטערן פארן אין קאנטרי די שטאט ווערט ליידיגער איבערהויפט שבתים (וואס מיינט פרייטאגס און זונטאגס), און מיר זענען נישט אויסגעשטעלט צו דעם סדר. ווי אויך די גרעסערע מיידלעך אן קיין געהעריגע סקול איז א ערענסטע פראבלעם.

לו יהא אז קיינער פארט נישט אוועק דעם זיממער און יעדער בלייבט אין שטאט אזוי ווי אין מאנסי און אין ק"י, קענען די מוסדות החינוך איינפירן א געהעריגע סדר און עס וואלט נישט געווען אזא פראבלעם די גאנצע זאך. לאז ארויס שמירת עינים און גזירת הדת פון דעם גאנצן נושא דא.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג יוני 14, 2020 1:23 pm

eller האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:קאומא איז אן אוהב ישראל (טאקע א דעמאקראט) דיבלאזיא איז א אוהב ישראל (טאקע א ליבעראלער) און טראמפ איז א אוהב ישראל (וואטעווער וואס ער איז)
(אבאמא ווייס איך נישט וואס ער איז געווען כהאב נישט געקענט אויספיגורען)
בה אונז לעב מיר אין א מלכות של חסד און אונז דארף מיר דאנקען די אייבישטער יעדען טאג פאר דע ריזיגע טובה,

סאיז דא מענטשען (על פי רוב דע וואס לעבען מיט די איזרעלי נייעס) וואס האבען ליב צו ציגלייכען יעדע זאך צי מדינת ישראל, מטאר עס נישט טון בשום אין אופן מחמת כמה סיבות

דא וועלען שטיין די ציוניסטיש געכאפטע קרייזען מיט די אזוי גערופענע סיקריקם אויף איין פעיזש ליידער אין סאיז זייער א סכנהדיגע זאך אויב סהאלט אן די לייכטזיניגע שפראך,
די ציוניסטישע סימפאטיקער ווילען נארמאל מאכען די מדינה מיט זייערע גזירות ווען זיי זענען מדמה אומשילדיגע פאליטיקס פון אויסלאנד מיט די גזירות פון די מלכות הרשעה ואכמ"ל זיי טרייבען ליצנות פונעם עולם ווען זיי הייפען אויף די מצב אין אזאלעכע פעלער, און אויף דעם קען מען זאגען בני אל תלך בדרך איתם

ביז קאראנע האב איך אויך געהאלטן אזוי, אבער זייט אינמיטן קאראנע ווען דיבלאזיא האט אנגעפאנגען די קאמפיין קעגן ד אידן אין בעיקר פון זיין ענטפער לעצטע וואך פארוואס די פלעי גראונדס אין ווילי שפארט מען יעדן טאג צו, (און דרעזנער אויף קלומא זאגט אז די המודיע ריפארטער האט אים שוין איבערגעפרעגט די קשיא 3 מאל (יעדע מאל לגבי אנדערע זאכן...) ביין איך געקומען צום מסקנה אז די אלע זענען יעצט (און אפשר אייביג געווען) אנטיסעמיטן פארפאלן די הלכה גייט ביי זיי אויך אן.
און נישט אויף יעדע פלאץ קומט אריין ציונות... מיט אנטשולדיגונג.

אני הקטן בין לעצטנס צוגעקומען צום מסקנה אז ליבעראליזעם איז א קליפה פונקט ווי דאס ציונות, און בימיו פונעם רעבין איז דאס נאכנישט געוועזן אזוי, ליבי אומר לי אז ווען די רבי לעבט ווען אין די היינטיגע טעג וואלט אונזער פאליטישע סטאטוסקווא אויסגעזען לגמרי אנדערש.
אדער וואלט מען זיך אפגעטיילט פון די רעגירונג און אפגעהאקט די אלע קאנעקשנס אדער וואלט מען ארויסגעמופט פון די דאזיגע דור-המבול סטעיטס, איך ווייס נישט וואס, אבער דאס וואלט נישט אזוי ווייטער אנגעהאלטן!!
איך מאך נישט קלענער דאס ציונות אבער סאיז קלאר אז דא איז דא א ממשיות'דיגע סכנה פארן כלל דא אין אונזער בעקיארד.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 1:24 pm

eller האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:קאומא איז אן אוהב ישראל (טאקע א דעמאקראט) דיבלאזיא איז א אוהב ישראל (טאקע א ליבעראלער) און טראמפ איז א אוהב ישראל (וואטעווער וואס ער איז)
(אבאמא ווייס איך נישט וואס ער איז געווען כהאב נישט געקענט אויספיגורען)
בה אונז לעב מיר אין א מלכות של חסד און אונז דארף מיר דאנקען די אייבישטער יעדען טאג פאר דע ריזיגע טובה,

סאיז דא מענטשען (על פי רוב דע וואס לעבען מיט די איזרעלי נייעס) וואס האבען ליב צו ציגלייכען יעדע זאך צי מדינת ישראל, מטאר עס נישט טון בשום אין אופן מחמת כמה סיבות

דא וועלען שטיין די ציוניסטיש געכאפטע קרייזען מיט די אזוי גערופענע סיקריקם אויף איין פעיזש ליידער אין סאיז זייער א סכנהדיגע זאך אויב סהאלט אן די לייכטזיניגע שפראך,
די ציוניסטישע סימפאטיקער ווילען נארמאל מאכען די מדינה מיט זייערע גזירות ווען זיי זענען מדמה אומשילדיגע פאליטיקס פון אויסלאנד מיט די גזירות פון די מלכות הרשעה ואכמ"ל זיי טרייבען ליצנות פונעם עולם ווען זיי הייפען אויף די מצב אין אזאלעכע פעלער, און אויף דעם קען מען זאגען בני אל תלך בדרך איתם

ביז קאראנע האב איך אויך געהאלטן אזוי,
פארוואס?

אבער זייט אינמיטן קאראנע ווען דיבלאזיא האט אנגעפאנגען די קאמפיין קעגן ד אידן
ער האט עס אנגעפאנגען נאך פסח ער האט בכלל נישט געקוקט אויף די אידעו מער ווי די אינדיאנע איו קווינס אדער ווי די ברוקלין טעקסי דרייווער וואס וואוינען צווישען וואדהעווען באלערוואד און קענעדי עירפארט

אין בעיקר פון זיין ענטפער לעצטע וואך פארוואס די פלעי גראונדס אין ווילי שפארט מען יעדן טאג צו, (און דרעזנער אויף קלומא זאגט אז די המודיע ריפארטער האט אים שוין איבערגעפרעגט די קשיא 3 מאל

די חברה האבען געלייגט שוידערליכע דריק מזאל נאכקוקען די אידען און סזאל נישט זיין ספעשעיל טריטמענט פאר די היימישע וואס זענען קעירלאז אין הארגענען זייער אייגענע (עפ"ל)

(יעדע מאל לגבי אנדערע זאכן...) ביין איך געקומען צום מסקנה אז די אלע זענען יעצט (און אפשר אייביג געווען) אנטיסעמיטן פארפאלן די הלכה גייט ביי זיי אויך אן.
און נישט אויף יעדע פלאץ קומט אריין ציונות...

טאקע נישט, סקומט אריין נאר דארט ווי סקומט אריין.. און אויב סקומט יא דא אריין?מיט אנטשולדיגונג.נאו פראבלעם, איטס עי פלעיזשער
[b]

ער איז א מעיאר מיט לינקע פאלעסיס וואס האט געטון פאר 20 יאר אויסטערלישע טובות פאר אידען, יעצט פירט ער א שטאט און קריזיס מיט זיינע לינקע פאלעסיס,

ער האט קאמפליטלי איגנארירט יאפעד מיט אנדערע סתם שלעכטע אומפארגינערס, ער איז אויסגעשטאנען שווערע לעכערליכע זינלאזע אינוועסטיגעשענס פון פריט בארארא פארן העלפען מוסדות התורה און קהילות אין בפ אין ווילי, (גאנץ נארמאלע הילף וואס ער וואלט געטון אין אנדערע מינארעטי קאמיונעטיס) די אינוועסטיגעשענס היפט געווענליך איבער לינקע פאליטישענס, סא פארוואס דא ביי אים נישט? נאכדערצו ווען ער איז אזא אנטי טראמפער?

ער האט נאך יארען מסירות אין פראפאגאנדע אין פון מענטשען מיט קראפטירטע קאנקשענס געכאפט די אלע ביבולים אין עס אפגעשיקט צי קאמאו ווייל ער האט געהאלטען אז די מוסרים זענען סתם שלעכטע מענטשען אומפארגינערס און טשעפענען די רעליגעזע אידען פלעין ווייל זיי קוקען נישט אויס ווי זיי (לינקע ראסיזעם) דרך אגב קאמאו האט זיך אויך קאמפליטלי ארויסגעדרייט זענען די צרה לייט די ראסיסטען געלאפען מיט אן ערמימות צי די בארד אף עזשוקעישאן,

מקען נישט אלעס אראפפלאשען און איין מינוט וועגען א לינטש פארק (וואס מקען זיכער סעטלען ווי אלע ביוקראטיעס)
פארפאלען משה רבינו האט נישט געקענט שלאגען די טייך אלטס הכרות הטוב וועגען איין מעשה וואס געשען, סא וואס זאל מען יעצט זאגען

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6856
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 14, 2020 1:28 pm

דער פאלעסיידס פארט אלעמאל גוט! תרתי משמע
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 1:33 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:קאומא איז אן אוהב ישראל (טאקע א דעמאקראט) דיבלאזיא איז א אוהב ישראל (טאקע א ליבעראלער) און טראמפ איז א אוהב ישראל (וואטעווער וואס ער איז)
(אבאמא ווייס איך נישט וואס ער איז געווען כהאב נישט געקענט אויספיגורען)
בה אונז לעב מיר אין א מלכות של חסד און אונז דארף מיר דאנקען די אייבישטער יעדען טאג פאר דע ריזיגע טובה,

סאיז דא מענטשען (על פי רוב דע וואס לעבען מיט די איזרעלי נייעס) וואס האבען ליב צו ציגלייכען יעדע זאך צי מדינת ישראל, מטאר עס נישט טון בשום אין אופן מחמת כמה סיבות

דא וועלען שטיין די ציוניסטיש געכאפטע קרייזען מיט די אזוי גערופענע סיקריקם אויף איין פעיזש ליידער אין סאיז זייער א סכנהדיגע זאך אויב סהאלט אן די לייכטזיניגע שפראך,
די ציוניסטישע סימפאטיקער ווילען נארמאל מאכען די מדינה מיט זייערע גזירות ווען זיי זענען מדמה אומשילדיגע פאליטיקס פון אויסלאנד מיט די גזירות פון די מלכות הרשעה ואכמ"ל זיי טרייבען ליצנות פונעם עולם ווען זיי הייפען אויף די מצב אין אזאלעכע פעלער, און אויף דעם קען מען זאגען בני אל תלך בדרך איתם

ביז קאראנע האב איך אויך געהאלטן אזוי, אבער זייט אינמיטן קאראנע ווען דיבלאזיא האט אנגעפאנגען די קאמפיין קעגן ד אידן אין בעיקר פון זיין ענטפער לעצטע וואך פארוואס די פלעי גראונדס אין ווילי שפארט מען יעדן טאג צו, (און דרעזנער אויף קלומא זאגט אז די המודיע ריפארטער האט אים שוין איבערגעפרעגט די קשיא 3 מאל (יעדע מאל לגבי אנדערע זאכן...) ביין איך געקומען צום מסקנה אז די אלע זענען יעצט (און אפשר אייביג געווען) אנטיסעמיטן פארפאלן די הלכה גייט ביי זיי אויך אן.
און נישט אויף יעדע פלאץ קומט אריין ציונות... מיט אנטשולדיגונג.

אני הקטן בין לעצטנס צוגעקומען צום מסקנה אז ליבעראליזעם איז א קליפה פונקט ווי דאס ציונות, און בימיו פונעם רעבין איז דאס נאכנישט געוועזן אזוי, ליבי אומר לי אז ווען די רבי לעבט ווען אין די היינטיגע טעג וואלט אונזער פאליטישע סטאטוסקווא אויסגעזען לגמרי אנדערש.
אדער וואלט מען זיך אפגעטיילט פון די רעגירונג און אפגעהאקט די אלע קאנעקשנס אדער וואלט מען ארויסגעמופט פון די דאזיגע דור-המבול סטעיטס, איך ווייס נישט וואס, אבער דאס וואלט נישט אזוי ווייטער אנגעהאלטן!!
איך מאך נישט קלענער דאס ציונות אבער סאיז קלאר אז דא איז דא א ממשיות'דיגע סכנה פארן כלל דא אין אונזער בעקיארד.

זייער א שוואכע טשענס אז די וועסט לערנען אין חזרן די ויואל משה וועסטו זעהן אז נישט, און די רביס צייטען איז געווען קאמיניזעם און רוסלאנד די רבי האט מוראדיג געהאלפען די אידען דארט בעת צר ער האט פארארבעט מעשים אויף אלע פראנטען אבער ער האט נישט געוואלט האבען קיין חלק מיט די אלע ציוניסטישע ארגאנעזישאןס ער האט קיינמאל פראטעסטירט קעגען רוסלאנד, כווייס אפי' נישט ווי אזוי די קענסט האבען אזא הוה מינה דעס איז געווען א מסכתא פאר זיך,

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יוני 14, 2020 1:38 pm

אסאך עלטערן טאנצן פאר שמחה, זיי האבן נאר נישט קיין אייגענעם רב וואס זאל דאס ארויסזאגן ביי של"ש (אין מערסטענס פעלער גייען דעם רב'ס קינדער און אייניקלעך אין קעמפ גענצליך בחינם זייענדיג איינגעשטעלטע), און אויך פארמאגן זיי נישט קיין אייגענע ראובאו קאל סיסטעם וואס זאל דאס מפרסם זיין פאר די גאנצע פאון דירעקטארי ( ווייל מיינסטנס פון די וואס פארמאגן דעם סיסטעם אויף צו טעלעפאנירן מיט מעסעדזשעס איבער יעדע פרישע סכנה וואס דראעט דעם רוחניות פון כלל ישראל גייען אויך אין קעמפ/קאנטרי פאר בחינם מיט אש"ל).
בלייבט נאר איבער הונדערטער עלטערן וואס ניטאמאל ערלויבן זיי זיך א קאנטרי אבער זענען געצווינגן יאר יערליך צו שאפן 10-15 אלפים אויף צו שיקן זיינע 5-6 קינדער אויף א רייכע וואקאציע.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 1:54 pm

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די איצטיגע קעמפ מערכה, אבער נישט אלעס קען מען שרייען אויף קארעןס מייק טראק אבער איך וואלט געוואלט אז די אידען וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג זאלען אינגאנצען נישט אריינרעדען אין ספעציעל די וואס וואוינען ארום כתר וויליזש (מאנסי בלעז) זאלען דן זיין לכף זכות די מנהלי הקעמפ (ר' דוד רזב שליטא ר' אהרן ווייס שליטא וכו) פארוואס זיי שוויצען אזוי פאר די קינדערלעך, נישט אלעס קען מען שרייבען אין שרייען פאבליק (ווי @שיעלע זאגט סאיז היינט זייער א לינקע וועלט, מרעדט דא פון העכסט נארמאלע זאכען אבער די היפסטער וואס פארט אויפן בייק וועט עס נישט פארשטיין)
זאלטס עטס וויסען וואסערע השלמת קעמפ מיינט פאר די וויליאמסבורגע קרייזען, בכלל נישט וואס עטס טראכטס, בנוסף דעם וואס ענקערע פארשטיין יענעם אין זיך אויסלערנען לעבען מיט יענעם (ווערען א מענטש בלעז) וואלט ווען געווען אויף א בעסערע מצב ווען עטס גייטס יא דורך די כמו שטאטישע קעמפ סיסטעם (בוט טרענינג בלעז) והא ראיה מזעט עס אמאל דא אויף די שפראך פון די ניקים (עטס האטס זיכער אנדערע מעלות און אנדערע נסיונת ) איך כשלעצמי טריי צי ארבעטען אויף מיר מיטציפילען די צער פון די טיפיקעל קעמפ אידען וואס האלטען אז סאיז אויס וועלט אויב גייט מען נישט פינקטליך און קעמפ ווען זיי ווילען ווי א אינסטענט דור ווי ראובאטס,
ווייל איך מחמת כמה סיבות האלט אז מדארף דינען דעם אייבירשטען אין אלע מצבים וואס ער שיקט( נישט קיין סתירה מיט השתדלות) אין מדארף קענען זיין פלעיקסיבעל און קענען סורווייווען שווערע מצבים אין נישט מאכען שפירען יעדעם ווי סאיז עק וועלט אויב גייט מען נישט גיין געהעריג אין קעמפס, פאר איין יאר , באט סנעמט נישט אוועק די אויסטערלישע נחיצות פון קעמפס אין שטאט,
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג יוני 14, 2020 2:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6856
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 14, 2020 1:58 pm

א שכל הישר דער פאלעסיידס
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

great
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך great » זונטאג יוני 14, 2020 2:00 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:קאומא איז אן אוהב ישראל (טאקע א דעמאקראט) דיבלאזיא איז א אוהב ישראל (טאקע א ליבעראלער) און טראמפ איז א אוהב ישראל (וואטעווער וואס ער איז)
(אבאמא ווייס איך נישט וואס ער איז געווען כהאב נישט געקענט אויספיגורען)
בה אונז לעב מיר אין א מלכות של חסד און אונז דארף מיר דאנקען די אייבישטער יעדען טאג פאר דע ריזיגע טובה,

סאיז דא מענטשען (על פי רוב דע וואס לעבען מיט די איזרעלי נייעס) וואס האבען ליב צו ציגלייכען יעדע זאך צי מדינת ישראל, מטאר עס נישט טון בשום אין אופן מחמת כמה סיבות

דא וועלען שטיין די ציוניסטיש געכאפטע קרייזען מיט די אזוי גערופענע סיקריקם אויף איין פעיזש ליידער אין סאיז זייער א סכנהדיגע זאך אויב סהאלט אן די לייכטזיניגע שפראך,
די ציוניסטישע סימפאטיקער ווילען נארמאל מאכען די מדינה מיט זייערע גזירות ווען זיי זענען מדמה אומשילדיגע פאליטיקס פון אויסלאנד מיט די גזירות פון די מלכות הרשעה ואכמ"ל זיי טרייבען ליצנות פונעם עולם ווען זיי הייפען אויף די מצב אין אזאלעכע פעלער, און אויף דעם קען מען זאגען בני אל תלך בדרך איתם

ביז קאראנע האב איך אויך געהאלטן אזוי, אבער זייט אינמיטן קאראנע ווען דיבלאזיא האט אנגעפאנגען די קאמפיין קעגן ד אידן אין בעיקר פון זיין ענטפער לעצטע וואך פארוואס די פלעי גראונדס אין ווילי שפארט מען יעדן טאג צו, (און דרעזנער אויף קלומא זאגט אז די המודיע ריפארטער האט אים שוין איבערגעפרעגט די קשיא 3 מאל (יעדע מאל לגבי אנדערע זאכן...) ביין איך געקומען צום מסקנה אז די אלע זענען יעצט (און אפשר אייביג געווען) אנטיסעמיטן פארפאלן די הלכה גייט ביי זיי אויך אן.
און נישט אויף יעדע פלאץ קומט אריין ציונות... מיט אנטשולדיגונג.

אני הקטן בין לעצטנס צוגעקומען צום מסקנה אז ליבעראליזעם איז א קליפה פונקט ווי דאס ציונות, און בימיו פונעם רעבין איז דאס נאכנישט געוועזן אזוי, ליבי אומר לי אז ווען די רבי לעבט ווען אין די היינטיגע טעג וואלט אונזער פאליטישע סטאטוסקווא אויסגעזען לגמרי אנדערש.
אדער וואלט מען זיך אפגעטיילט פון די רעגירונג און אפגעהאקט די אלע קאנעקשנס אדער וואלט מען ארויסגעמופט פון די דאזיגע דור-המבול סטעיטס, איך ווייס נישט וואס, אבער דאס וואלט נישט אזוי ווייטער אנגעהאלטן!!
איך מאך נישט קלענער דאס ציונות אבער סאיז קלאר אז דא איז דא א ממשיות'דיגע סכנה פארן כלל דא אין אונזער בעקיארד.

איך מיין ווען די רבי וואלט היינט געווען וואלט די וועלט די זעלבע אויסגעקוקט ברוך השם די שטאט האט אסאך תלמידי חכמים דיינים בצנעה ברבים אבער די עולם פאלגט נישט והראי סאיז דא אין וויליאמסבורג 1000טער אידן וואס הערן נישט פון א רב תורה ומוסר בראשית יארן האט די רבי געהאט ערליכע תלמידים וועס זיי האבן געפאלגט און געעוען ביי שובבים תורות ליידער היינט ממילא אז היינט וואס איז דא ברוך השם אויך דיינים וואס רבינו האט מייסד געווען קענט איר אריבערגיין אנפרעגן דעת תורה איר דארף נישט טשעפנען די רבי

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קעמפס אין NY פארמאכט פאר זומער

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 14, 2020 2:05 pm

עטס ווייסטס נישט די געוואלדיגע שעות רציפות וואס מלערנט אין די קעמפס יומם ולילה -וואס איז זייער שווער צי טון און שטאט- וואס די מנהלים אין משפיעם קוקען שוין ארויס א גאנץ יאר אויף דעם,

איך זע שוין, סוועט זיין זייער שווער צי פירען געשפרעכן דא אויף איין טשעט סייט מיט מענטשען וואס קענען וואוינען פון קאשוי ביז פאמאנא (דור הפלגה בלעז) ווי די רביז"ל האט שוין געוויינט אויף די קליפת עורף פון פרעה (עיין בני יששכר) ווי ער האט געמאכט כח אחר מעורב צווישען די אידען ער האט געמישט נסיונת וואס די רוחניותדיגע אימיון סיסטעם איז נישט געווען גרייט פאר דעם (פרעה האט מסתמה געהאט עפעס א וואטסעפ גרופ מיט די אידען!)

סא כוועל עס לאזען ביי דעם


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אמבעסאדער, בר דעת, ליינער, נאכטלאמפ, שטיגליץ, שכל טוב, שמערלער און 28 געסט