האט איר געטיפט דעם מלמד?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר געטיפט דעם מלמד בתקופת קאראנא?

אודאי!
50
52%
פארוואס עפעס?
18
19%
נישט בייגעפאלן / נישט אויסגעקומען, אבער איך וואלט טאקע געדארפט
13
13%
כ'האב געוואלט, אבער מיין מצב הכספי האט נישט ערלויבט
9
9%
כ'געב יעדן ראש חודש
7
7%
 
סך הכול שטימען: 97

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך פעשען » זונטאג יוני 14, 2020 1:06 pm

פליטה גדולה האט געשריבן:
פעשען האט געשריבן:
גלגלשלג האט געשריבן:2 מלמדים
100 טאלער יעדע מלמד איך האלט אז עס קומט זיך זיי
זיי האבן געמאכט א גוטן ארבעט ב"ה

די שאלה איז, ווען מען קען/וויל נאר געבן א צוואנציגער פּער מלמד, מאכט עס סענס אדער בעסער גארנישט?‎

געהאט די זעלבע שאלה. מען האט צוזאמצונעמען פון אפאר עלטערן צוזאמען דעם סכום, און צוזאמען געקויפט א הערליכע זילבערווארג פארן שבת טיש און אויסגעקריצט אז עס איז א מתנה פון די עלטערן וכו', עס איז געווען פארן מלמד העכער אלע זיינע ערווארטונגען און ער וועט דאס געדענקן פאר לאנגע יארן.

איך ווייס נישט ווי ווייט די ציל איז 'געדענקן פאר לאנגע יארן'. פון מיין זייט קען ער פארגעסן א טאג נאך דאס קינד גייט ארויס פון אים (חוץ אויב מ'וועט האבן נאך א קינד ביים זעלבן מלמד..)

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג יוני 15, 2020 12:40 pm

וואו איז דער אפציע "זייערע געצאלטע וואקאציע איז געוועהן גענוג טיפ"?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יוני 15, 2020 12:45 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:וואו איז דער אפציע "זייערע געצאלטע וואקאציע איז געוועהן גענוג טיפ"?

מ'רעדט פון די וועלכע האבן יא עפעס מסדר געווען, למחצה לשליש ולרביע.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יוני 15, 2020 12:48 pm

אזויווי עטליכע וועלער האבן אויסגעשמועסט דעם צד פון יא צו טיפן, וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן די צווייטע צד, אויב איינער פון די וועלכע האבן געשטימט "פארוואס עפעס?" קען מסביר'ן די אונטערליגנדער סיבה דערפאר.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג יוני 15, 2020 12:53 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:וואו איז דער אפציע "זייערע געצאלטע וואקאציע איז געוועהן גענוג טיפ"?

מ'רעדט פון די וועלכע האבן יא עפעס מסדר געווען, למחצה לשליש ולרביע.


איך רעד דאך פון יענע. עכ"ז האבען זיי געהאט א פיינעם וואקאציע למחצה לשליש ולרביע.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יוני 15, 2020 12:56 pm

איך האב איינגעטיילט מיין שכר לימד וואס איך צאל געוועטליך פאר די מוסד די גרעסערע העלפט פאר טעקסי טראנספאטעשן און די קלענערע העלפט פארן מלמד פאר זיין מסירות נפש צי אריין נעמען די חדר ביי זיך אינדערהיים
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יוני 15, 2020 12:58 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:איך האב איינגעטיילט מיין שכר לימד וואס איך צאל געוועטליך פאר די מוסד די גרעסערע העלפט פאר טעקסי טראנספאטעשן און די קלענערע העלפט פארן מלמד פאר זיין מסירות נפש צי אריין נעמען די חדר ביי זיך אינדערהיים

wow! דיין מוסד האט נישט גערעכנט שכר לימוד די חדשים?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יוני 15, 2020 12:59 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:איך האב איינגעטיילט מיין שכר לימד וואס איך צאל געוועטליך פאר די מוסד די גרעסערע העלפט פאר טעקסי טראנספאטעשן און די קלענערע העלפט פארן מלמד פאר זיין מסירות נפש צי אריין נעמען די חדר ביי זיך אינדערהיים

wow! דיין מוסד האט נישט גערעכנט שכר לימוד די חדשים?

זיי האבן נישט באקימען (ביז דערווייל...) און פאר א גורל קען מען ביי נייטרא געווינען 25000 פאר בלויז 20 טאלער...
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יוני 15, 2020 7:11 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:וואו איז דער אפציע "זייערע געצאלטע וואקאציע איז געוועהן גענוג טיפ"?

מ'רעדט פון די וועלכע האבן יא עפעס מסדר געווען, למחצה לשליש ולרביע.


איך רעד דאך פון יענע. עכ"ז האבען זיי געהאט א פיינעם וואקאציע למחצה לשליש ולרביע.

מיינסט אודאי צו זאגן למחצה, לשני שליש, ולשלוש רבעים...

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אזוי גאר! » מאנטאג יוני 15, 2020 7:43 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:וואו איז דער אפציע "זייערע געצאלטע וואקאציע איז געוועהן גענוג טיפ"?

מ'רעדט פון די וועלכע האבן יא עפעס מסדר געווען, למחצה לשליש ולרביע.


איך רעד דאך פון יענע. עכ"ז האבען זיי געהאט א פיינעם וואקאציע למחצה לשליש ולרביע.

מיינסט אודאי צו זאגן למחצה, לשני שליש, ולשלוש רבעים...

די אלע וואס שרייבען דא האבן קיינמאל נישט אנגעהויבן צו טראכטן וואס די מלמדי זענען אדורך אין דעי תקופה

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יוני 15, 2020 7:53 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:די אלע וואס שרייבען דא האבן קיינמאל נישט אנגעהויבן צו טראכטן וואס די מלמדי זענען אדורך אין דעי תקופה


למשל וואס?

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אזוי גאר! » מאנטאג יוני 15, 2020 7:55 pm

געארבעט אסאך שווערער ווי א גאנץ יאר
און ענפער נישט אז נישט אויב די ביסט נישט א מלמד ווייל די וועסט קיינמאל נישט וויסען ווי שווער עס איז געווען

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג יוני 16, 2020 5:31 am

אזוי גאר! האט געשריבן:געארבעט אסאך שווערער ווי א גאנץ יאר
און ענפער נישט אז נישט אויב די ביסט נישט א מלמד ווייל די וועסט קיינמאל נישט וויסען ווי שווער עס איז געווען


אויב דו האלסט נישט ביים געהעריג צולייגען צום שמועס, פארוואס האסטו זיך בכלל אנגערופען?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך לייטער » דינסטאג יוני 16, 2020 7:33 am

די מלמדים האבן אויך געהאט א שטיב מיט קינדער בעבי צי סיטן ווייל סאיז נישט געווען שילע, און געדארפט אריין זאגן א שיעור מיט פרעשור אז די טאטע און מאמעס גייען עס אויסהערן
חוץ דעם האט מיין אינגל'ס מלמד גערופן כמעט איעדן טאג פרעזענדליך מיין אינגל אויב ער האט נישט אריינגעפרעגט פרעגן צי ער האלט מיט
מיין אינגל'ס מלמד האט 6 קינדער בערך אינדערהיים זיי האבן אויך געדארפט ריפן זייערע מלמדים יעדר אין א אנדערע צייט
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג יוני 16, 2020 10:41 am

לא'מיר זעהן, אין פרידנסצייטען דארף דער פארמיטאג מלמד זיין 3-4 אין חדר, נאכ'ן זיך צוגרייטען דעם שיעור.

יעצט איז ער געזעסן אינדערהיים, און געגעבען א שיעור פון צווישען 20-45 מינוט. פלאס קלינגען די קינדער עטליכע מאל אין וואך, וואס לויט מיין גרעסטע שאצונג קומט עס אויס א דורכשניט פון 1.5 שעה ארבעט א טאג. און כמעט זיכער אז עס איז געוועהן ווייניגער פון דעם. ווי אויך האבען די פאון קאלס געקענט זיין אין א צייט וואס איז איהם באקוועם.

ער איז ב"ה נישט קיין אלמן, טא האט ער נישט געמוזט בעביסיטען זיינע קינדער בשעת'ן שיעור (אויב בכלל...). אלזא פון 3-4 שעה ארבעט א טאג אין באשטימטע שעות, איז געווארען מאקסימום 1.5 שעה מיט פלעקסיבעל שעות, און באצאלט האט מען איהם דאס גאנצע געהאלט. און צו דעם קומט א טיפ?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אזוי גאר! » דינסטאג יוני 16, 2020 2:02 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:לא'מיר זעהן, אין פרידנסצייטען דארף דער פארמיטאג מלמד זיין 3-4 אין חדר, נאכ'ן זיך צוגרייטען דעם שיעור.

יעצט איז ער געזעסן אינדערהיים, און געגעבען א שיעור פון צווישען 20-45 מינוט. פלאס קלינגען די קינדער עטליכע מאל אין וואך, וואס לויט מיין גרעסטע שאצונג קומט עס אויס א דורכשניט פון 1.5 שעה ארבעט א טאג. און כמעט זיכער אז עס איז געוועהן ווייניגער פון דעם. ווי אויך האבען די פאון קאלס געקענט זיין אין א צייט וואס איז איהם באקוועם.

ער איז ב"ה נישט קיין אלמן, טא האט ער נישט געמוזט בעביסיטען זיינע קינדער בשעת'ן שיעור (אויב בכלל...). אלזא פון 3-4 שעה ארבעט א טאג אין באשטימטע שעות, איז געווארען מאקסימום 1.5 שעה מיט פלעקסיבעל שעות, און באצאלט האט מען איהם דאס גאנצע געהאלט. און צו דעם קומט א טיפ?

לא'מיר זעהן, אין פרידנסצייטען דארף דער מלמד זיין6 שעה אין חדר מיט 22 קינדער, נאכ'ן זיך צוגרייטען דעם שיעור.

יעצט איז ער געזעסן אינדערהיים אדער אין חדר ווי ער קען האבן א שטילע ווינקעל , און געגעבען א שיעור פון צווישען 1 מיט 2 שעה וואס איבער 100 מענטשן האבן אויסגהערט עלטערן + קינדער פון די גאנצע משפחה. פלאס קלינגען די קינדער עטליכע מאל אין וואך, וואס לויט מיין גרעסטע שאצונג קומט עס אויס א דורכשניט פון 1.5 שעה ארבעט א טאג. און כמעט זיכער אז עס איז געוועהן מער פון דעם. ווי אויך האבען די פאון קאלס געקענט זיין אין א צייט וואס איז איהם באקוועם. פלאס אייהם שיקען מער צעטלעך ווייל מ'קען נישט מסביר זיין די גמ' אויפן בארד. פלאס אויפקומען יעדן טאג מיט נייע געדאנקען ווי אזוי צו מאכן אז די קינדער זאלן וועלן מיטהאלטן. ועוד ועוד ועוד

ער איז ב"ה נישט קיין אלמן, טא האט ער נישט געמוזט בעביסיטען זיינע קינדער בשעת'ן שיעור (אויב בכלל...). אלזא פון 6 שעה ארבעט א טאג אין באשטימטע שעות, איז געווארען מאקסימום 7 שעה מיט פלעקסיבעל שעות, און באצאלט האט מען איהם דאס גאנצע געהאלט אזוי ווי רוב חדרים ווי איך בין האבן געטון געהייסן נעמען אנאומלוימענט און צוגעצאלט אביסל צו די זייט. און צו דעם קומט א טיפ?

ועוד היד נטיה

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג יוני 16, 2020 6:04 pm

ביזט זייער אומקלאר, ועל כולם וויאזוי ביזטו געשפרינגען פון א שיעור 1-2 פלאס קלינגען קינדער צו 7 שעה ארבעט א טאג?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אזוי גאר!
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך אזוי גאר! » דינסטאג יוני 16, 2020 6:30 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:ביזט זייער אומקלאר, ועל כולם וויאזוי ביזטו געשפרינגען פון א שיעור 1-2 פלאס קלינגען קינדער צו 7 שעה ארבעט א טאג?

זייער פשוט, זיך צוגרייטען צו אזא שיעור און אנגרייטען צעטלעך און קלינגען נעמט א לאנגע צייט


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Amazing, Toyota און 19 געסט