האט איר געטיפט דעם מלמד?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר געטיפט דעם מלמד בתקופת קאראנא?

אודאי!
50
52%
פארוואס עפעס?
18
19%
נישט בייגעפאלן / נישט אויסגעקומען, אבער איך וואלט טאקע געדארפט
13
13%
כ'האב געוואלט, אבער מיין מצב הכספי האט נישט ערלויבט
9
9%
כ'געב יעדן ראש חודש
7
7%
 
סך הכול שטימען: 97

זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 09, 2020 3:36 pm

בס"ד

מיר האבן אלע מיטגעלעבט אזוינע שווערע חדשים, ווען צווישן די שוועריגקייטן איז געווען דאס פארמאכן די בתי חינוך לבנים ולבנות.
די מלמדים און לערערינס האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות, יעדער לויט זיין יכולת און אפילו מער, צו אהערשטעלן כאטש עפעס א סדר היום אנצוגיין מיט די לימודים, ובפרט פארן הייליגן יו"ט פסח העעל"ט ואכמ"ל.

מיין פראגע איז, צו האט דער עולם ארויסגעוויזן ממשות'דיגע שעצע און הכרת הטוב דערצו?
האט איר געטיפט דעם מלמד?

ביטע קלויבט אויס איינע פון די מעגליכקייטן אויפן שטים צעטל.

(דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלמד, איך בין דא בלויז אלס אבזערווירער.)
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

Hope so
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 8:26 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך Hope so » דינסטאג יוני 09, 2020 4:09 pm

אודאי האב איך געטיפט אפילו עס איז געווען שווער

איך האס עס געשיקעט אויף פאסט אין צו געלייגעט אפאר ווערטער

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך וויל נישט » דינסטאג יוני 09, 2020 4:12 pm

אודאי האב איך געטיפט

נישטאמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג יוני 09, 2020 4:46 pm

איז אזוי; איין מלמד האט געמאכט חדר אינדערהיים אין געטזארדשט $20 א טאג - ריזן טיפ דאס
און די אנדערע מלמד האב איך געגעבן חנוכה\פורים, כזע נישט וואס פעלט יעצט אויס נאך.

אוועטאר
פופציגער
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג יוני 09, 2020 4:56 pm

זייער וויכטיג געווען דאס טיפן יעצט,
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג יוני 09, 2020 4:57 pm

2 מלמדים
100 טאלער יעדע מלמד איך האלט אז עס קומט זיך זיי
זיי האבן געמאכט א גוטן ארבעט ב"ה
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך nmi » דינסטאג יוני 09, 2020 4:59 pm

וויל נישט האט געשריבן:אודאי האב איך געטיפט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך פעשען » דינסטאג יוני 09, 2020 5:04 pm

גלגלשלג האט געשריבן:2 מלמדים
100 טאלער יעדע מלמד איך האלט אז עס קומט זיך זיי
זיי האבן געמאכט א גוטן ארבעט ב"ה

די שאלה איז, ווען מען קען/וויל נאר געבן א צוואנציגער פּער מלמד, מאכט עס סענס אדער בעסער גארנישט?‎

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יוני 09, 2020 5:06 pm

געווען שווער צו טיפן א פופציגער/הונדערטער פאר אלע מלמדים - האבן מיר געשיקט דעם פארגאנגענעם ערב יו"ט שבועות פונעם בעקעריי א שיינעם קעז קוכן פאר אלע מלמדים.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג יוני 09, 2020 5:23 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:געווען שווער צו טיפן א פופציגער/הונדערטער פאר אלע מלמדים - האבן מיר געשיקט דעם פארגאנגענעם ערב יו"ט שבועות פונעם בעקעריי א שיינעם קעז קוכן פאר אלע מלמדים.

Same here

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג יוני 09, 2020 5:31 pm

פעשען האט געשריבן:
גלגלשלג האט געשריבן:2 מלמדים
100 טאלער יעדע מלמד איך האלט אז עס קומט זיך זיי
זיי האבן געמאכט א גוטן ארבעט ב"ה

די שאלה איז, ווען מען קען/וויל נאר געבן א צוואנציגער פּער מלמד, מאכט עס סענס אדער בעסער גארנישט?‎

ווען מען קען נאר א צוואנציגער מאכט עס סענס
איך האב אויך נישט געקענט געבן מער ווי 20 אבער עס לוינט זיך איך זע די פירות ב"ה
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יוני 09, 2020 5:34 pm

יוד אלף האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:געווען שווער צו טיפן א פופציגער/הונדערטער פאר אלע מלמדים - האבן מיר געשיקט דעם פארגאנגענעם ערב יו"ט שבועות פונעם בעקעריי א שיינעם קעז קוכן פאר אלע מלמדים.

Same here

ער דארף דיין טשיז קעיק בערך אזוי שטארק ווי דו מיט די בלויע מילך וואס דיין מוסדות האט געטיילט
אפילו א $20 וואלט אים מער מחי' געווען און די appreciation איז פילפאכיג

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג יוני 09, 2020 5:36 pm

ער הייבט עס נישט אן צו דארפן, איך האב פשוט געזוכט עפעס צוצוקלעבן צו די note

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג יוני 09, 2020 5:42 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:געווען שווער צו טיפן א פופציגער/הונדערטער פאר אלע מלמדים - האבן מיר געשיקט דעם פארגאנגענעם ערב יו"ט שבועות פונעם בעקעריי א שיינעם קעז קוכן פאר אלע מלמדים.

Same here

ער דארף דיין טשיז קעיק בערך אזוי שטארק ווי דו מיט די בלויע מילך וואס דיין מוסדות האט געטיילט
אפילו א $20 וואלט אים מער מחי' געווען און די appreciation איז פילפאכיג



מיין אידענע איז געווען א טיטשער אין די פארגאגענהייט.
און איך קריג מיך מיט אייך.
עניטינג וואס א טאטע מאמע האבן געשיקט האט ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב און האט געברענגט אן אטאמאטישן געפיל אויף צוריק.
נישט קיין חילוק ווי שטארק מ'האט געדארפט די עצם טשיז קעיק/בלומען/וכדומה.
די appreciation איז נישט געווען געוואנדן פונקטליך אין וואס מען האט געשיקט (כ'רעד נישט פון א הונדערטער....)

(גראדע לדעתי, מאכט א טשיז קעיק א בעסערע רושם ווי א צוואנציגער. אבל יש לחלוק)

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יוני 09, 2020 5:50 pm

א טיטשער ביסטו אפשר גערעכט אבער א מלמד? קאם אן
אפשר זיין ווייב האט זיך מחי' געווען אבער ער זעהט לכאורה גארנישט דערפון

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג יוני 09, 2020 7:09 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:א טיטשער ביסטו אפשר גערעכט אבער א מלמד? קאם אן
אפשר זיין ווייב האט זיך מחי' געווען אבער ער זעהט לכאורה גארנישט דערפון

איך קען נאר רעדן פון מיר נישט פון אנדערע, אבער עפעס א ארגאניזאציע וואס איך האב ארויסגעהאלפן לעצטנס האט מיר געשיקט א שיינע קוכן אויף יום טוב, עס האט מיר געגעבן זייער א גוטע געפיל.

די קעיק כשלעצמו האב איך ניטאמאל טועם געווען, אבער די הרגשה אז מיין הילף איז אפרישיעיטעד איז געווען גאנץ גוט.

נ.ב. איך בין נישט קיין פרוי

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך שארף און קליג » מיטוואך יוני 10, 2020 10:03 am

יוד אלף האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:געווען שווער צו טיפן א פופציגער/הונדערטער פאר אלע מלמדים - האבן מיר געשיקט דעם פארגאנגענעם ערב יו"ט שבועות פונעם בעקעריי א שיינעם קעז קוכן פאר אלע מלמדים.

Same here



איך האב נישט געטראכט דערפון פאר שבועות,
קען איך נאך יעצט שיקן עפעס לכבוד שבת?

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך שמחה ונחת » מיטוואך יוני 10, 2020 10:52 am

שארף און קליג האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:געווען שווער צו טיפן א פופציגער/הונדערטער פאר אלע מלמדים - האבן מיר געשיקט דעם פארגאנגענעם ערב יו"ט שבועות פונעם בעקעריי א שיינעם קעז קוכן פאר אלע מלמדים.

Same here



איך האב נישט געטראכט דערפון פאר שבועות,
קען איך נאך יעצט שיקן עפעס לכבוד שבת?


זיכער אז יא!

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך פליטה גדולה » מיטוואך יוני 10, 2020 7:37 pm

פעשען האט געשריבן:
גלגלשלג האט געשריבן:2 מלמדים
100 טאלער יעדע מלמד איך האלט אז עס קומט זיך זיי
זיי האבן געמאכט א גוטן ארבעט ב"ה

די שאלה איז, ווען מען קען/וויל נאר געבן א צוואנציגער פּער מלמד, מאכט עס סענס אדער בעסער גארנישט?‎

געהאט די זעלבע שאלה. מען האט צוזאמצונעמען פון אפאר עלטערן צוזאמען דעם סכום, און צוזאמען געקויפט א הערליכע זילבערווארג פארן שבת טיש און אויסגעקריצט אז עס איז א מתנה פון די עלטערן וכו', עס איז געווען פארן מלמד העכער אלע זיינע ערווארטונגען און ער וועט דאס געדענקן פאר לאנגע יארן.

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך געוואלדיג » מיטוואך יוני 10, 2020 8:56 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:א טיטשער ביסטו אפשר גערעכט אבער א מלמד? קאם אן
אפשר זיין ווייב האט זיך מחי' געווען אבער ער זעהט לכאורה גארנישט דערפון


נישט ריכטיג, איך ארבעט אין א מוסד, א קינד איז צוגעקומען ערב שבועות מיט עפעס א קליינע מילכיגע געבעקס שיין איינגעפאקט גארנישט צוגעשריבן, און איך האב עס למעשה פארגעסן אין חדר(שא! זאג נישט אויס פאר די עלטערן) פארט געבט עס זייער א גוטע געפיל,

נישט קיין נ"מ וואס דו געבסט, וויפיל דו געבסט, נאר דיין הארץ און געפיל מאכט אויס
העלאו? אין אמעריקא איז יעדער בארעכטיגט צו באשליסן אין וועלעכע וואנט מען וויל האקן דעם קאפ. (קרעדיט: טשאדי)

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך לייטער » מיטוואך יוני 10, 2020 9:07 pm

איך געב יעדן ראש חודש א 20$., פורים און חנוכה און אסיפות הורים איבער 100

אגב איך האב אנגעהויבן צו געבן פאר מיין דיין ווען איך גיי מיט א שאלה ( דאס איז חוץ די לילוב טיפ און משלוח מנות ברכה טיפ , די ערשטע מאל האט ער געפרעגט וואס עפעס, אבער ער האט זיך צי געוווינט צי נעמען איך לייג עס אראפ ביפאר איך גיי ארויס, די דיינם האבן נישט קיין שום געהעריגע מקור פרנסה און זיי זענען זיך מקריב פאר אינץ( ענק מיינען אז א 10נער פאר א דיין ביי א שאלה איז גענוג? אדער בעסער אז מגעט נישט}

zurich
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך zurich » מיטוואך יוני 10, 2020 9:14 pm

דער טיטשער וואס האט געגעבן א לייוו קלאס פאר פסח, האט באקומען א פיינעם טיפ נאך פאר יו"ט

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך לייטער » מיטוואך יוני 10, 2020 9:16 pm

zurich האט געשריבן:דער טיטשער וואס האט געגעבן א לייוו קלאס פאר פסח, האט באקומען א פיינעם טיפ נאך פאר יו"ט

וואס דארף מען געבן פאר איינער פאר די חתונה? און איינער נאך די חתונה? איעדע מיידל האט מינימום 2 לערנערס

zurich
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך zurich » מיטוואך יוני 10, 2020 9:18 pm

לייטער האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:דער טיטשער וואס האט געגעבן א לייוו קלאס פאר פסח, האט באקומען א פיינעם טיפ נאך פאר יו"ט

וואס דארף מען געבן פאר איינער פאר די חתונה? און איינער נאך די חתונה? איעדע מיידל האט מינימום 2 לערנערס

דאס מאל איז עס געווען פאר דע ארבייט, נישט טראכטענדיג דע עלטער

zurich
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: האט איר געטיפט דעם מלמד?

תגובהדורך zurich » מיטוואך יוני 10, 2020 9:21 pm

zurich האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:דער טיטשער וואס האט געגעבן א לייוו קלאס פאר פסח, האט באקומען א פיינעם טיפ נאך פאר יו"ט

וואס דארף מען געבן פאר איינער פאר די חתונה? און איינער נאך די חתונה? איעדע מיידל האט מינימום 2 לערנערס

דאס מאל איז עס געווען פאר דע ארבייט, נישט טראכטענדיג דע עלטער

פאר פסח האבן דע מוסדות נאכנישט פארלאנגט צו ארבייטן, אין דעס האט געוויזן אן איבערגעגעבן קייט


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט