קאראנע נאכווייען- אויף אייביג ?
קאראנע נאכווייען- אויף אייביג ?
ווי רוב כלל ישראל, האב איך געהאט קאראנע אויף א מילדן אופן. א וואך נאך פורים האב איך גענצליך פארלוירן דעם חוש הריח און אזוי אויך דעם טעם אין עסן. א צוויי וואכן דערויף האט עס אנגעהויבן גיין צו בעסערונג, כ'האב שוין געמיינט אז אלעס גייט צוריק צום אלטן.
למעשה שטייט מען עטליכע חדשים דערנאך, און ס'האט זיך כמעט נישט גערירט, כ'שפיר נאך נישט געהעריג קיין גערוך, אין געוויסע עסנווארג שפיר איך בכלל נישט קיין טעם, און אין די וואס יא, קומט עס באגלייט מיט א מאדנער שלעכטער טעם. כ'נעם נאך זינק ווי א נאר, כאטש ס'האט נישט געהאלפן ביז יעצט. יעדן טאג פרוביר איך אויס נייע מאכלים, אפשר דאס וועט האבן א נארמאלן טעם.. כ'בין שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט אין די לעצטערע חדשים, און איך פאנג זיך שוין אן זארגן פאר'ן געזונט.
יעצט מיין פראגע:
איז דא אסאך אנדערע מיט'ן זעלבן פראבלעם ?
און בעיקר: איז פארהאן א מעגליכקייט דאס זאל ח"ו פארבלייבן אויף אייביג ??

לעצט פאראכטן דורך קענטאקי אום מאנטאג יוני 01, 2020 10:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- יידישע קהילות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4746
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
איך ווייס פון נאך מענטשן וואס האבן זיך ערהוילט פון אלעם ב"ה אבער זייער חוש הריח האבן זיי נאכנישט צוריקבאקומען.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com
-
- שר חמישים
- תגובות: 61
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
קענטאקי האט געשריבן:ווי רוב כלל ישראל, האב איך געהאט קאראנע אויף א מילדן אופן. א וואך נאך פורים האב איך גענצליך פארלוירן דעם חוש הריח און אזוי אויך דעם טעם אין עסן. א צוויי וואכן דערויף האט עס אנגעהויבן גיין צו בעסערונג, כ'האב שוין געמיינט אז אלעס גייט צוריק צום אלטן.
למעשה שטייט מען עטליכע חדשים דערנאך, און ס'האט זיך כמעט נישט גערירט, כ'שפיר נאך נישט געהעריג קיין גערוך, אין געוויסע עסנווארג שפיר איך בכלל נישט קיין טעם, און אין די וואס יא, קומט עס באגלייט מיט א מאדנער שלעכטער טעם. כ'נעם נאך זינק ווי א נאר, כאטש ס'האט נישט געהאלפן ביז יעצט. יעדן טאג פרוביר איך אויס נייע מאכלים, אפשר דאס וועט האבן א נארמאלן טעם.. כ'בין שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט אין די לעצטערע חדשים, און איך פאנג זיך שוין אן זארגן פאר'ן געזונט.
יעצט מיין פראגע:
איז דא אסאך אנדערע מיט'ן זעלבן פראבלעם ?
און בעיקר: איז פארהאן א מעגליכקייט דאס זאל ח"ו פארבלייבן אויף אייביג ??
האסט גענומען א טעסט צו זעהן אויב די ביסט נאך פאזיטיוו?
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
א קרוב משפחה מיינער איז געווען אויף אקסידשען א וואך פאר פסח, ער פילט שוין גוט, אבער זיין דיין האט אים גע'פסק'נט אז ער זאל נאך צו ווארטן מיט גומל בענטשן ווייל ער פילט נאך אביסל שוועריגקייטן מיט'ן אטעמען, נישט קיין סכנה, אבער לכאורה רילעיטעד צום וויירוס
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
ווי זאגט ר' אברהם מרדכי מלאך?
די קינדער אינדערהיים האבן אויסגעדרוקט זארג צי זיי ליידן נישט פונעם ווירוס -- זיי שפירן נישט קיין טעם אינעם עסן.
האט זיי דער טאטע בארואיגט: ס'איז גארנישט שלעכט מיט ענקער חוש הטעם, ס'ארבעט א מחיה!

ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
קענטאקי האט געשריבן:ווי רוב כלל ישראל, האב איך געהאט קאראנע אויף א מילדן אופן. א וואך נאך פורים האב איך גענצליך פארלוירן דעם חוש הריח און אזוי אויך דעם טעם אין עסן. א צוויי וואכן דערויף האט עס אנגעהויבן גיין צו בעסערונג, כ'האב שוין געמיינט אז אלעס גייט צוריק צום אלטן.
למעשה שטייט מען עטליכע חדשים דערנאך, און ס'האט זיך כמעט נישט גערירט, כ'שפיר נאך נישט געהעריג קיין גערוך, אין געוויסע עסנווארג שפיר איך בכלל נישט קיין טעם, און אין די וואס יא, קומט עס באגלייט מיט א מאדנער שלעכטער טעם. כ'נעם נאך זינק ווי א נאר, כאטש ס'האט נישט געהאלפן ביז יעצט. יעדן טאג פרוביר איך אויס נייע מאכלים, אפשר דאס וועט האבן א נארמאלן טעם.. כ'בין שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט אין די לעצטערע חדשים, און איך פאנג זיך שוין אן זארגן פאר'ן געזונט.
יעצט מיין פראגע:
איז דא אסאך אנדערע מיט'ן זעלבן פראבלעם ?
און בעיקר: איז פארהאן א מעגליכקייט דאס זאל ח"ו פארבלייבן אויף אייביג ??
איך האב אויך די פראבלעם איך האב פארלוירן מיין חיש הריח והטעם גלייך אנהויב נאך בעפאר מען האט גערעדט אז עס איז א סימפטעם
איך האב געטעסט פאזיטיוו א וואך פאר פסח און צוויי וואכן צוריק געטעסט נעגאטיוו אויפן ווייריס און פאזיטיוו אויף אנטי באדיס
אבער מיין שמעק האב איך נאך אלס נישט צוריק
אויב איינער האט מער אינפארמעשין וועגן דעם זאל ביטע מזכה זיין די רבים
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 358
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
מיר האבן געהאט דעם וויירוס, מ'קען נישט זאגן אויף א מילדן אופן נאר היבש שווער געווען, פון אנפאנג האמיר נישט געהאט דעם סימפטאם, הערשט א וואך נאכן באקומען דעם וויירוס, ווען מיר האבן שוין געשפירט עטוואס בעסער האמיר פארלוירן די חוש הטעם והריח, דאס איז שוין געווען בעפאר פסח, פסח האמיר זיך יא אפגערעדט אז איך שפיר עפעס נישט געהעריג קיין טעם כאטש עפעס האביך שוין געשפירט, און יעצט האלטענדיג א שיינע פאר וואכן דערנאך שפיר איך נאכאלס נישט אינגאנצן ביי יעדן עסן א פולע טעם, איך שפיר א טעם אבער נישט אינגאנצן, עפעס פעלט, שווער צו אידענטעצפעטירן ווען און וואס יא אדער נישט, און ווענדט זיך ביי וועלכער עסן, איך האב עס נאכנישט אויסגעפיגערט.
ווען עס קומט צום חוש הריח איז עס גאר גאר שוואך.
ביז איצט האביך געהאלטן אין איין קלערן אז איך דמיון, אבער אז איך הער פון אנדערע די זעלבע וואלט איך טאקע זייער געוואלט וויסן וואס דא גייט פאר.
נ.ב. אופן ראט פונעם דאקטאר וועם איך באזוכט עטליכע מאל דורכאויס די תקופה האב איך האב מיך נישט געטעסט בכלל, נישט בעפאר און נישט דערנאך

יישר כח פאר אלע מגיבים.
תכלית; ווייסט איינער קראנט אז ס'קומט זיכער צוריק ?

- מומחה יוחס
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4523
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
געדענקסט נאך האט געשריבן:
נ.ב. אופן ראט פונעם דאקטאר וועם איך באזוכט עטליכע מאל דורכאויס די תקופה האב איך האב מיך נישט געטעסט בכלל, נישט בעפאר און נישט דערנאך
פארוואס זאגט דער דאקטער נישט צו טעסטען?
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
איך האב עס צוריק באקומן. איינער האט מיר געזאגט אז עס ווענדט זיך אויף איבערוואג. איינער וואס איז שטארק איבערוואגיג, נעמט עס לענגער צוריק צו באקומן די חוש הריח ווי ביי אנדערע.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
איישישאק האט געשריבן:איך האב עס צוריק באקומן. איינער האט מיר געזאגט אז עס ווענדט זיך אויף איבערוואג. איינער וואס איז שטארק איבערוואגיג, נעמט עס לענגער צוריק צו באקומן די חוש הריח ווי ביי אנדערע.
ביי מיר איז דאס זיכער נישט די פראבלעם.
ס'איז לכאורה נישט אמת.
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
רב לייפער מזלאטשוב מאנסי האט א ליסטע מיט עצות צוריקצוברענגען די חושים
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
קענטאקי האט געשריבן:איישישאק האט געשריבן:איך האב עס צוריק באקומן. איינער האט מיר געזאגט אז עס ווענדט זיך אויף איבערוואג. איינער וואס איז שטארק איבערוואגיג, נעמט עס לענגער צוריק צו באקומן די חוש הריח ווי ביי אנדערע.
ביי מיר איז דאס זיכער נישט די פראבלעם.
ס'איז לכאורה נישט אמת.
איך קען אויך א דארער וואס האט מיר פינקט געזאגט אז שוין 3 חדשים קען ער נישט שמעקן געהעריג
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5945
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
קענטאקי האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים.
תכלית; ווייסט איינער קראנט אז ס'קומט זיכער צוריק ?
גיי צו א ENT דאקטער, די דאקטורים ווייסן נישט קראנט אויב ס'קומט צוריק און ווען. זיי זאגן אבער אז ביי אנדערע וויירוסעס מאכט זיך אויך אז מ'פארלירט די שמעק פאר עטליכע וואכן אדער חדשים, און ביי גאר א קליינע פראצענט, קומט עס נישט צוריק.
ס'איז אבער דא פארשידענע טערעפיס וואס מ'קען טון אז ס'זאל צוריקומען, און פארדעם איז וויכטיג מ'זאל גיין ווי שנעלער צו א ENT און זיי קענען רעקאמאנדירן שמעק טרעינינג פראצעדארון.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
נא_שכל האט געשריבן:קענטאקי האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים.
תכלית; ווייסט איינער קראנט אז ס'קומט זיכער צוריק ?
גיי צו א ENT דאקטער, די דאקטורים ווייסן נישט קראנט אויב ס'קומט צוריק און ווען. זיי זאגן אבער אז ביי אנדערע וויירוסעס מאכט זיך אויך אז מ'פארלירט די שמעק פאר עטליכע וואכן אדער חדשים, און ביי גאר א קליינע פראצענט, קומט עס נישט צוריק.
ס'איז אבער דא פארשידענע טערעפיס וואס מ'קען טון אז ס'זאל צוריקומען, און פארדעם איז וויכטיג מ'זאל גיין ווי שנעלער צו א ENT און זיי קענען רעקאמאנדירן שמעק טרעינינג פראצעדארון.
יישר כח!
דאס וואלט איך שוין לאנג געדארפט טון, ס'נאר סאך גרינגער צו פרעגן אויף אייוועלט...
- fiena nieas
- שר האלפיים
- תגובות: 2976
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
אפילו מען שמעקט א גאר שארפע זאך?
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5945
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
fiena nieas האט געשריבן:אפילו מען שמעקט א גאר שארפע זאך?
יא, ביי מיר אין די משפחה איז דא איין קינד וואס שמעקט גארנישט. איך האף און בין מתפלל אז ס'זאל צוריקומען ווי שנעלער. די דאקטער זאגט אז בידערווייל זאל מען נישט זיין באזארגט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
געהערט פון א נאטורליכע עצה, און עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן עס פרובירט און עס האט געארבעט,
מען לייגט א האלבע צוויבל אינטערן פוס, נעמט עס ארום מיט סרענ רעפ, און לייגט אייך שלאפן פאר עטליכע שעה,
מאכט זיכער אז עס איז אונטען ווי מען טרעט אראפ, נישט ביי די פינגערס.
ביטע לאזט וויסן אויב איר האט דאס פרובירט, און אויב עס האט יא אדער נישט געהאלפן.
DISCLAIMER
The statements made regarding these products have not been evaluated by the Food and Drug Administration. The efficacy of these products has not been confirmed by FDA-approved research. These products are not intended to diagnose, treat, cure or prevent any disease. All information presented here is not meant as a substitute for or alternative to information from healthcare practitioners. Please consult your healthcare professional about potential interactions or other possible complications before using any product. The Federal Food, Drug and Cosmetic Act requires this notice.

איינער האט געשריבן אז די חוש הריח גייט אוועק ווייל די גוף האט נישט קיין ווייטעמינען לכאורה וואלט געהאלפען מולטי וויטעמין
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
(צ"ק, אויף אייביג זיכער נישט)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
כ'האב שוין אזויפיל געשריבן אויף דעם און געלינקט אויך, אז כ'האב שוין נישט קיין כח...
-
- שר מאה
- תגובות: 159
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
קענטאקי האט געשריבן:ווי רוב כלל ישראל, האב איך געהאט קאראנע אויף א מילדן אופן. א וואך נאך פורים האב איך גענצליך פארלוירן דעם חוש הריח און אזוי אויך דעם טעם אין עסן. א צוויי וואכן דערויף האט עס אנגעהויבן גיין צו בעסערונג, כ'האב שוין געמיינט אז אלעס גייט צוריק צום אלטן.
למעשה שטייט מען עטליכע חדשים דערנאך, און ס'האט זיך כמעט נישט גערירט, כ'שפיר נאך נישט געהעריג קיין גערוך, אין געוויסע עסנווארג שפיר איך בכלל נישט קיין טעם, און אין די וואס יא, קומט עס באגלייט מיט א מאדנער שלעכטער טעם. כ'נעם נאך זינק ווי א נאר, כאטש ס'האט נישט געהאלפן ביז יעצט. יעדן טאג פרוביר איך אויס נייע מאכלים, אפשר דאס וועט האבן א נארמאלן טעם.. כ'בין שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט אין די לעצטערע חדשים, און איך פאנג זיך שוין אן זארגן פאר'ן געזונט.
יעצט מיין פראגע:
איז דא אסאך אנדערע מיט'ן זעלבן פראבלעם ?
און בעיקר: איז פארהאן א מעגליכקייט דאס זאל ח"ו פארבלייבן אויף אייביג ??
אין דיינע ווערטער איז די ענטפער
5. Changes in Your Taste
Zinc is important for your sense of taste. In fact, zinc deficiency can result in a condition called hypogeusia, a dysfunction in your ability to taste (1).
- אחת ואחת
- שר האלפיים
- תגובות: 2620
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: איך קום שוין
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
און איך וואונדער מיר נאך פארוואס איך דארף יעדען טאג איבערמאכן מיין קאווע צוויי מאל, דער גאנצער עולם פאר מיר שמעקט דאך נישט.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
לטובה ולברכה האט געשריבן:קענטאקי האט געשריבן:ווי רוב כלל ישראל, האב איך געהאט קאראנע אויף א מילדן אופן. א וואך נאך פורים האב איך גענצליך פארלוירן דעם חוש הריח און אזוי אויך דעם טעם אין עסן. א צוויי וואכן דערויף האט עס אנגעהויבן גיין צו בעסערונג, כ'האב שוין געמיינט אז אלעס גייט צוריק צום אלטן.
למעשה שטייט מען עטליכע חדשים דערנאך, און ס'האט זיך כמעט נישט גערירט, כ'שפיר נאך נישט געהעריג קיין גערוך, אין געוויסע עסנווארג שפיר איך בכלל נישט קיין טעם, און אין די וואס יא, קומט עס באגלייט מיט א מאדנער שלעכטער טעם. כ'נעם נאך זינק ווי א נאר, כאטש ס'האט נישט געהאלפן ביז יעצט. יעדן טאג פרוביר איך אויס נייע מאכלים, אפשר דאס וועט האבן א נארמאלן טעם.. כ'בין שוין אפגעפאלן א שיינע פאר פונט אין די לעצטערע חדשים, און איך פאנג זיך שוין אן זארגן פאר'ן געזונט.
יעצט מיין פראגע:
איז דא אסאך אנדערע מיט'ן זעלבן פראבלעם ?
און בעיקר: איז פארהאן א מעגליכקייט דאס זאל ח"ו פארבלייבן אויף אייביג ??
אין דיינע ווערטער איז די ענטפער
5. Changes in Your Taste
Zinc is important for your sense of taste. In fact, zinc deficiency can result in a condition called hypogeusia, a dysfunction in your ability to taste (1).
א דאנק
Re: קאראנע נאכווייען, אויף אייביג ?
מקבל האט געשריבן:געהערט פון א נאטורליכע עצה, און עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן עס פרובירט און עס האט געארבעט,
מען לייגט א האלבע צוויבל אינטערן פוס, נעמט עס ארום מיט סרענ רעפ, און לייגט אייך שלאפן פאר עטליכע שעה,
מאכט זיכער אז עס איז אונטען ווי מען טרעט אראפ, נישט ביי די פינגערס.
ביטע לאזט וויסן אויב איר האט דאס פרובירט, און אויב עס האט יא אדער נישט געהאלפן.
DISCLAIMER
The statements made regarding these products have not been evaluated by the Food and Drug Administration. The efficacy of these products has not been confirmed by FDA-approved research. These products are not intended to diagnose, treat, cure or prevent any disease. All information presented here is not meant as a substitute for or alternative to information from healthcare practitioners. Please consult your healthcare professional about potential interactions or other possible complications before using any product. The Federal Food, Drug and Cosmetic Act requires this notice.
יישר כח פאר'ן העלפן
איך לאז אייך שוין וויסן אז איך פלאן דאס אי"ה נישט צו פרובירן..
מיט אנטשולדיגונג..
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט