שטילע העלדן בתקופת קאראנע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג מאי 25, 2020 4:00 pm

אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער אסאך חשוב'ע העלדן וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש ומאוד פאר כלל ישראל בכלל ובפרט אין די יעצטיגע שווערע תקופה וואס מיר זענען אדורך.
מקום הניחו להתגדר, עס איז נאך דא פילע העלדן וועלכע איך האב נאכנישט געזען רעדן דערפון, און געקלערט אז עס איז פאסיג זיי ארויסצוהייבן אלס מפרסמין עושי מצוה און הכרת הטוב.
***
מיר פערזענליך ווילן זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע משפחות וועלכע זענען געשטאנען אין די גאר פארנומענע יום טוב טעג, בדיקת חמץ ביינאכט, ערב פסח נאכמיטאג, במשך גאנץ יו"ט און מוצאי יו"ט, בימי החול ובשבתות, צו אנגרייטן און פארטיילן זארגפעליג די וואונדערליכע 'אונגבער זאפט' וועלכע האט אריינגעגעבן דאזעס פון כח און געזונט אין הונדערטער אידן, און זאגאר געראטעוועט נפשות מישראל במלוא מובן המילה.

ישלם ה' פעלם הטוב ויהי משכורתם שלמה מעם ה' אלקי ישראל.

מען בעט ווער עס האט צוצולייגן סיי צו די א.ד. און סיי אנדערע וועמען עס קומט קרעדיט זאל מקיים זיין דעם אל תמנע טוב מבעליו.

(ביטע נישט מאכן דא קיין דעבאטע צו דאס/יענער האט יא געהאלפן אדער נישט... נאר באעהרן וועם מען שפירט עס קומט זיך. שכוח)
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 4:19 pm

כאניש געהערט פון די 'אינגבער זאפט' פון וואו שטאמט עס?
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג מאי 25, 2020 4:22 pm

פסח האבן אסאך - אנשטאט די קנאבל זאפט - גענוצט אונגבער, וואס איז גראדע געווען היבש שארפער און ווארשיינליך מער ווירקזאם, און עטליכע משפחות האבן זיך מתנדב געווען דאס צו אנגרייטן בלונ"ח.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 4:24 pm

איך האלט אז די אלע וואס זענען געגאנגען איינקויפן פאר די אלטע שכנים וואס האבן נישט געקענט ארויסגיין קומט זיך אסאך קרעדיט.
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג מאי 25, 2020 4:24 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:כאניש געהערט פון די 'אינגבער זאפט' פון וואו שטאמט עס?

באר מים און מים חיים פראדוצירן עס. עס ליגט אויפן שעלף אין רוב גראסעריעס אין א קארבענעיטעד ווערסיע. עס פארקויפט זיך פאר בערך א טאלער א פלעשל.

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג מאי 25, 2020 4:26 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:כאניש געהערט פון די 'אינגבער זאפט' פון וואו שטאמט עס?

באר מים און מים חיים פראדוצירן עס. עס ליגט אויפן שעלף אין רוב גראסעריעס אין א קארבענעיטעד ווערסיע. עס פארקויפט זיך פאר בערך א טאלער א פלעשל.

:lol: :lol: :lol: :lol:
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג מאי 25, 2020 4:28 pm

זיי פראדוצירן קיינע אונגבער זאפט, זיי פראדוצירן א כעמיקאלע געמישעכטס מיטן נאמען "אונגבער סאדע", צו ס'האט אמאל געזען אונגבער - אויסער אויף ס'בילד פונעם פלעשל - מוז בכלל נישט זיין.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג מאי 25, 2020 5:17 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:זיי פראדוצירן קיינע אונגבער זאפט, זיי פראדוצירן א כעמיקאלע געמישעכטס מיטן נאמען "אונגבער סאדע", צו ס'האט אמאל געזען אונגבער - אויסער אויף ס'בילד פונעם פלעשל - מוז בכלל נישט זיין.


א דאקטער האט מיר אמאל געזאגט אז עס האט קיין שום שייכות מיט אונגבער...

אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך ישיבה בחור » מאנטאג מאי 25, 2020 5:46 pm

אויף די אינגרידיענטס פון באר מים כשר לפסח ווערסיע שטייט קלאר ארויס אז עס ליגט עכטע אינגבער, אויף די אנדערע דארף מען וויסן וואס עס מיינט "נעטורעל ענד ארטיפישעל פלעיווארס"
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.

זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג מאי 26, 2020 12:42 pm

צ/ק
א חשוב'ער רב פון וויליאמסבורג, וועלכע האט פערזענליך אנגערופן פריש-געווארענע אלמנות תוך ימי השבעה און איינגעמאלדן אז פיש און פלייש איז אויף זיין קאנטע מהיום והלאה. צולייגנדיג - ליידער - אזויפיל ווי 120 משפחות.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 26, 2020 12:47 pm

די וואלונטירן פון "חברה קדישא"
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג מאי 26, 2020 12:50 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:צ/ק
א חשוב'ער רב פון וויליאמסבורג, וועלכע האט פערזענליך אנגערופן פריש-געווארענע אלמנות תוך ימי השבעה און איינגעמאלדן אז פיש און פלייש איז אויף זיין קאנטע מהיום והלאה. צולייגנדיג - ליידער - אזויפיל ווי 120 משפחות.



אויב רעדט איר פון קרן אלמנות קאנג. אוהל תורה. שע"י בני ר' שלום לויפער. איז עס נישט נאר יעצט עס גייט שוין אן אזוי פאר לאנגע יארן צום גוטען אן קיין ספעציעלע פרסום. אוודאי יעצט איז עס א שווערערע אונטערנעמונג ווען עס קומען ליידער צו אזויפיל פרישע אלמנות ויתומים ל"ע
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מאי 26, 2020 4:13 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער אסאך חשוב'ע העלדן וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש ומאוד פאר כלל ישראל בכלל ובפרט אין די יעצטיגע שווערע תקופה וואס מיר זענען אדורך.
מקום הניחו להתגדר, עס איז נאך דא פילע העלדן וועלכע איך האב נאכנישט געזען רעדן דערפון, און געקלערט אז עס איז פאסיג זיי ארויסצוהייבן אלס מפרסמין עושי מצוה און הכרת הטוב.
***
מיר פערזענליך ווילן זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע משפחות וועלכע זענען געשטאנען אין די גאר פארנומענע יום טוב טעג, בדיקת חמץ ביינאכט, ערב פסח נאכמיטאג, במשך גאנץ יו"ט און מוצאי יו"ט, בימי החול ובשבתות, צו אנגרייטן און פארטיילן זארגפעליג די וואונדערליכע 'אונגבער זאפט' וועלכע האט אריינגעגעבן דאזעס פון כח און געזונט אין הונדערטער אידן, און זאגאר געראטעוועט נפשות מישראל במלוא מובן המילה.

ישלם ה' פעלם הטוב ויהי משכורתם שלמה מעם ה' אלקי ישראל.

מען בעט ווער עס האט צוצולייגן סיי צו די א.ד. און סיי אנדערע וועמען עס קומט קרעדיט זאל מקיים זיין דעם אל תמנע טוב מבעליו.

(ביטע נישט מאכן דא קיין דעבאטע צו דאס/יענער האט יא געהאלפן אדער נישט... נאר באעהרן וועם מען שפירט עס קומט זיך. שכוח)

פארוואס האט איר נישט מודיע געווען וועגן דעי אינגבער זאפט דא אויפן וועלטל אפשר וואלט עס געהאלפן פאר אסאך יודן

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך שארף און קליג » דינסטאג מאי 26, 2020 4:19 pm

יעדע טאטע און מאמע, איז א שטילע העלד!

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מאי 26, 2020 4:23 pm

אידישע מאמעס וועלכע האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע, צו אויסרוימען דעם חמץ און אנגרייטן א יום טוב פסח מיט אלע קינדער אונטער די פיס.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 26, 2020 4:26 pm

נארוואס גענדיגט קלאפן דעם ריקן פאר מיין שווערע ארבייט...

לדעתי האבן די כלי קודש אויך אריינגעלייגט א גאר שווערע אין הפלא'דיגער ארבייט די לעצטע תקיפה

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מאי 26, 2020 8:24 pm

להודיע האט געשריבן:אידישע מאמעס וועלכע האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע, צו אויסרוימען דעם חמץ און אנגרייטן א יום טוב פסח מיט אלע קינדער אונטער די פיס.

אין אן קיין גויטע'ס כמאט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך KMW » דינסטאג מאי 26, 2020 8:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער אסאך חשוב'ע העלדן וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש ומאוד פאר כלל ישראל בכלל ובפרט אין די יעצטיגע שווערע תקופה וואס מיר זענען אדורך.
מקום הניחו להתגדר, עס איז נאך דא פילע העלדן וועלכע איך האב נאכנישט געזען רעדן דערפון, און געקלערט אז עס איז פאסיג זיי ארויסצוהייבן אלס מפרסמין עושי מצוה און הכרת הטוב.
***
מיר פערזענליך ווילן זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע משפחות וועלכע זענען געשטאנען אין די גאר פארנומענע יום טוב טעג, בדיקת חמץ ביינאכט, ערב פסח נאכמיטאג, במשך גאנץ יו"ט און מוצאי יו"ט, בימי החול ובשבתות, צו אנגרייטן און פארטיילן זארגפעליג די וואונדערליכע 'אונגבער זאפט' וועלכע האט אריינגעגעבן דאזעס פון כח און געזונט אין הונדערטער אידן, און זאגאר געראטעוועט נפשות מישראל במלוא מובן המילה.

ישלם ה' פעלם הטוב ויהי משכורתם שלמה מעם ה' אלקי ישראל.

מען בעט ווער עס האט צוצולייגן סיי צו די א.ד. און סיי אנדערע וועמען עס קומט קרעדיט זאל מקיים זיין דעם אל תמנע טוב מבעליו.

(ביטע נישט מאכן דא קיין דעבאטע צו דאס/יענער האט יא געהאלפן אדער נישט... נאר באעהרן וועם מען שפירט עס קומט זיך. שכוח)

פארוואס האט איר נישט מודיע געווען וועגן דעי אינגבער זאפט דא אויפן וועלטל אפשר וואלט עס געהאלפן פאר אסאך יודן


איז יא געווען געמאלדן אפאר מאל...

עניוועי די אשכול איז געמאכט זיך צו באדאנקען פאר מענטשן און ארגענעזאציעס נישט צו דעבאטירן צו מים חיים סאדע איז נאטוראל אדער נישט וכדומה.. א דאנק

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג מאי 26, 2020 8:47 pm

ווער האטעך געפרעגט דיין מיינונג? די האסט נישט געעפנט די אשכול
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מאי 26, 2020 8:48 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ווער האטעך געפרעגט דיין מיינונג? די האסט נישט געעפנט די אשכול

דו קענסט אלע זיינע ניקס?
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג מאי 26, 2020 8:50 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ווער האטעך געפרעגט דיין מיינונג? די האסט נישט געעפנט די אשכול

דו קענסט אלע זיינע ניקס?

זאלער ענטפערן מיט יענע ניק
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

קול זעקה
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך קול זעקה » דינסטאג מאי 26, 2020 10:37 pm

לכאורה האט געשריבן:די וואלונטירן פון "חברה קדישא"


ס'הייסטעס נישט באקומען באצאלט?
איר האט גערופן קול זעקה נתייסד געווארן על פי הוראות הרבנים הגאונים שליט"א 718-480-5349

זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג מאי 26, 2020 11:02 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ווער האטעך געפרעגט דיין מיינונג? די האסט נישט געעפנט די אשכול

דו קענסט אלע זיינע ניקס?

זאלער ענטפערן מיט יענע ניק


געשריבן אינעם פתיחה אין די פיצעלע ווערטער. נישט געוואוסט מ'דארף עס געהעריג באטאנען...
"(ביטע נישט מאכן דא קיין דעבאטע צו דאס/יענער האט יא געהאלפן אדער נישט... נאר באעהרן וועם מען שפירט עס קומט זיך. שכוח)"
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מאי 26, 2020 11:59 pm

דיינים!
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שטילע העלדן בתקופת קאראנע

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 27, 2020 12:37 am

קול זעקה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:די וואלונטירן פון "חברה קדישא"


ס'הייסטעס נישט באקומען באצאלט?

כ'האב דירעקט געשריבן 'וואלונטירן'
עס זענען דא באצאלטע מענטשן, און עס זענען דא וואלונטירן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט