תגובהדורך ממוצע » מיטוואך מארטש 17, 2021 12:28 am
וואס איך וויל פארשטיין איז, וועלכע געשעפטן צילט די קאמפיין?
גראסערי איז פול. טוי געשעפטן זענען געפאקט. ספרים סטאר? רובא דרובא קויפן לאקאל. זילבער געשעפטן? מערסטנס קויפן לאקאל. רעסטוראנטן, בעקערייען, טשאקאלאדע געשעפטן, פרוכט געשעפטן, נאר לאקאל. העכסנס מיט אובער איטס... פארמאסי? ביג טיים... מענער מלבושים? רובא דרובא קויפן לאקאל. אינקלודינג באט נאט לימיטעד טא: סוטס, דריי גוד, היטן, שיך, קאפלעך, שטריימלעך, קיטלען, אא"וו. ליקער געשעפטן? אלס לאקאל. קלינערס? געפאקט. יעצט זיכער... גלעזער? לאקאל. חוץ לענסעס וואס מענטשן קויפן יא אנליין, אבער מיטדעם אלעם גלייב איך אז ס'איז דא גענוג א גרויסע קלייענטעל וואס קויפן לאקאל. דזשולערי? מערסטנס לאקאל. שוסטערס? די געשעפטן זענען לאקאל.. די אייגענטימער ווייסעך נישט...
בלייבט איבער אזוי. הארדווער סטאר. הגם כ'מיין אז אסאך קויפן נאך גענוג לאקאל. כלה ארדערס איז מערסטנס לאקאל. מעגליך אבער אז זיי קענען פארדינען מער. אפשר סעלפאון סטארס. די איבעריגע בלייבט איבער פרויען קליידער. איז אויך צ"ע. למעשה, רוב קליידער געשעפטן זענען נאך אלעם געפאקט. און די פאר וואס נישט, ווייסן אלע פרויען פארוואס. אפשר פרויען שיך סטאר? זעט אויך נישט אויס ווי ס'איז ליידיג. ווי זיי האבן נישט קיין פרנסה. און אויב איז דא א פארלאזט געשעפט, דארפן זיי ארבעטן אויף זייער מארקעטינג. סתם מאכן דעם עולם קויפן, גייט נישט טראגן דעם עולם צו זייער פארלאזטן געשעפט.
הקיצור. כ'כאפ נישט געהעריג.