Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: היימישע אקאנעמי

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:33 am

לייטער האט געשריבן:אויב מען וויל גיין ח''וו ביי א גוישע סטאר ווייל סאיז ביליגער קען מען נעמען די דיפרענדס פון מעשר

אזוי גאר? ווען די אידישע געשעפטסמאן מיטשעט זיך צו שפייזן זיין פאמיליע, מילא. אבער פארוואס זאל מען קענען גיבן פון מעשר וועם מ'קויפט פון א באלעבאתישע איד?

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:55 am

דאס איז אן אלטע סוגיא, שוין דורכגעטון דא איינמאל און נאכאמאל. איך פערזענטליך קויף אסאך אנליין זאכן וואס זענען דארט ביליגער ווי אין אידישע געשעפטן, און ס'טיט מיר זייער וויי אז איך קען נישט שטיצן מיינע ברודער. טאמער טרעף איך א דיעל ביי בי ענד עיזש אדער אדאראמא וואס איז די זעלבע ווי עמעזאן איז עס ביי מיר כמוצא שלל רב.
איך וויל נישט אראפרייסן אחב"י און איך ווייס אז זייער אווערהעד איז מער ווי די באקס סטארס (פרעצענטואל) אבער זיי דארפן ארייננעמען אין קאפ אז זיי קאמפיטן מיט עמעזאן, וואלמארט, טארגעט וכו'. איך האב לעצטענס געקויפט א סעלפאן פאר 29.99 ביי וואלמארט. נעכטן נאכט דערציילט מיר מיין טאכטער אז זי האט געזעהן אין די פענסטער פון א אידישע געשעפט א גרויסע פלאקאט אז זיי פארקויפן די זעלבע פאון פאר א נישטיגע 139.99. לאמיר שוין זאגן אז ס'קומט געפילטערט, איז עס נאכאלץ א הימל געשריי. די זעלבע איז מיט שיך. מיין בחור'ל האט געדארפט נייע שיך האב איך געזאגט מיין ווייב זאל גיין מיט אים צו די היימישע געשעפטן עפעס אויפפיקן. מיין ווייב ריפט מיך פון געשעפט אז ס'איז דא פאר 120, 130 דאלאר. איך האב איר געהייסן אנטלויפן פון דארט און כ'האב באשטעלט אנליין א פיינע עקא שיך פאר $57.
פונקט ווי אונז דארפן פארשטיין אז די אידישע געשעפטן מיטשענען זיך, דארפן די געשפעט אייגענטומער אין אכט נעמען אז די קאסטומערס גייען אויך דורך שווערע צייטן.
ס'איז מיר א גרויס ווייטאג יעדעס מאל וואס איך זעה א טשארזש אויפן קארטעל פון מעסיס אדער בלומינגדעילס.

פאר די וואס שרייבן אז די אידישע געשעפטן גיבן צדקה, וויל איך זאגן מוחל טובות. איך קען ב"ה אליין גיבן צדקה. פארוואס דארף איך איבערצאלן 10 דאללער ביים היימישן הארדוועיר סטאר אז יענער זאל גיבן די מעשר, ענדערש קויף איך ביי האום דיפא און איך גיב די מעשר אויף די צענער וואס איך האב געשפארט
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:58 am

@דריידעל
האסט א גוטע שאלה בנוגע מעשר אבער דעת תורה שטומט נישט אייביג מיט דעת בעה״ב

אחוץ מזה די היימישע געשעפטן ניצן עפ״ר היימישע ארבייטער / היימישע אקאנטענט/ היימישע לויערס / היימישע מארקעטינג פירמעס / אדווערטייזן און היימישע אויסגאבעס /היימישע קלינינג סערוויס/ אידישע גארבידש קאלעקטער/ ניצען אנדערע אידישע אידישע סופלייערס

וממיילא ברויך מען קוקען אויפן גאנצע פיקטשער
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:59 am

וואס עפעס? האט געשריבן:@דריידעל
האסט א גוטע שאלה בנוגע מעשר אבער דעת תורה שטומט נישט אייביג מיט דעת בעה״ב

אחוץ מזה די היימישע געשעפטן ניצן עפ״ר היימישע ארבייטער / היימישע אקאנטענט/ היימישע לויערס / היימישע מארקעטינג פירמעס / אדווערטייזן און היימישע אויסגאבעס /היימישע קלינינג סערוויס/ אידישע גארבידש קאלעקטער/ ניצען אנדערע אידישע אידישע סופלייערס

וממיילא ברויך מען קוקען אויפן גאנצע פיקטשער

וועלכע דעת תורה זאגט אז מ'קען גיבן די דיפרענס פון מעשר ווען די בעל הבית פון געשעפט איז נישט קיין ארעמאן?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:01 pm

דעיס וואס די זאגסט אז צומאל איז ביליגער אונליין - לכה״פ קויף לאקאל ווען עס איז נישט קיין גרויסע דיפרענס

אז נישט העסטו עס געבן ביים הכנסת כלה אפיל .. שטיצען היימישע איז די גרעסטע צדקה בדרך כבוד און איז נישט קיין נייע געדאנק

לכו והתפרנסו זו מזו האט דוד המלך שוין געזאגט

אידן , איך בין אויכעט ליידער נישט פערפעקט אין דעם נושא. אבער לאמיר נישט פארלירן די גראדע קאפ און זאגן אויף אן אומריכטיגע התנהגות אז עס איז ריכטיג

אויב יעדער העט זיך אביסעל אנשטרענגען קען מען אזוי ראטעווען משפחות בדרך כבוד
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך דריידל » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:40 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:דעיס וואס די זאגסט אז צומאל איז ביליגער אונליין - לכה״פ קויף לאקאל ווען עס איז נישט קיין גרויסע דיפרענס

אז נישט העסטו עס געבן ביים הכנסת כלה אפיל .. שטיצען היימישע איז די גרעסטע צדקה בדרך כבוד און איז נישט קיין נייע געדאנק

לכו והתפרנסו זו מזו האט דוד המלך שוין געזאגט

אידן , איך בין אויכעט ליידער נישט פערפעקט אין דעם נושא. אבער לאמיר נישט פארלירן די גראדע קאפ און זאגן אויף אן אומריכטיגע התנהגות אז עס איז ריכטיג

אויב יעדער העט זיך אביסעל אנשטרענגען קען מען אזוי ראטעווען משפחות בדרך כבוד

100%.
אבער חוץ מזה וואס זאכן זענען אפט סאך ביליגער אנליין האבן זיי אויך א מער גינסטיגע רעטורן פאליסי. די היימישע געשעפטן דארפן אנערקענען מיט וועם זיי קאמפיטן און טאמער זענען זיי אינטערעסירט אין אונזער ביזנעס זאל די סערוויס און פרייזן זיין עטוואס קאמפעטעטיוו

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: Awareness Campaign צו שטיצן די היימישע לאקאלע געשעפטן

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג נובעמבער 15, 2020 7:13 pm

נייע עדס
צוגעלייגטע
985AA266-5D12-4C80-9465-78B8CFEA9171.jpeg
985AA266-5D12-4C80-9465-78B8CFEA9171.jpeg (23.34 KiB) געזעהן 179 מאל
DCE1BC82-E1DC-485D-A006-416FDECAA604.jpeg
DCE1BC82-E1DC-485D-A006-416FDECAA604.jpeg (23.78 KiB) געזעהן 179 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט