קאראנע בשימצה לדראון עולם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:40 pm

ניבא ולא ידע מה ניבא... (כ'רעד פון זעך)
מיט יעדן טאג וואס גייט פארביי ווערט דער רעיון נאר שטערקער און אמת'דיגער
קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

לולא קואמא'ס קריאזע חשבונות פאר זיין עתיד, ולולא די עלעקשענס וואס גייען אט אט פארקומען, וואלט די שטאט אויסגעקוקט פינקט ווי פאר 7 חדשים צוריק
ס'ווייסט יעדער טיעף ביי זיך אין די קישקעס אז אין מנוס. בלינד דארף מען זיין אז דער פאפירענע מאסק שלאגט זיך מיט די וויירוס פארשפרייטונג.
כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין מאסק לפרצוף, נקודה. (מיטן אויסנאם פון טוהן עפעס וואס העלפט טאקע...)

ווער ס'איז נאכנישט מסכים צי דעם יעצט ווייל ער קען נישט טראכטן פארקערט פון מעינסטריעם אדער איינזעהן אין די היפאקריטיע פון די דעמאקראטישע ליבעראלע פארטיי הדומה לחמור (כ'בעט איבער אלע אייזלען פון איבער די וועלט פארן זיי צישטעלן צי די גרועים, ס'איז נאר לסבר את האוזן. עטס זענטס געוויס סאך מער און בעסער. ואתכם הסליחה) וועט עס איינזעהן אינעם נאנטן ציקונפט.


דערווייל דארפן אינז מקבל זיין דעם גזר דין באהבה און חלילה נישט קיין פאראיבל האבן אויף אינזערע זיידעס וואס זענען געקימען קיין עליס איילענד אנשטאט קיין בריסטאקאווע בעי..
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
א צווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך א צווייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:51 pm

ווי האט יענער געזאגט ס'איז שוין כמעט דא א וואקסין פארן וויירוס, די נאמען פונם וואקסין "ביידען", דער טאג וואס ער געוואונט...
אז נישט איך, זאל זיין א צווייטער...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:54 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:21 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן דיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

איך דינג זיך נישט, קאראנע איז א ביטערע מציאות ליידער,
ס'איז דא קאראנע און ס'איז דא קאראנע.
ס'איז דא קאראנע, די מחלה, וואס עקזעסטירט נאך אויף א פיצל פארנעם ביי אינז אין ראיאן. און ס'איז דא די ספאקי ווארט קאראנע וואס איז א וויסטער שווינדל פונעם גאווערנער צי בויען זיין קאריערע...

אין 5 חדשים ארום ווען דער גאווערנער גייט מחליט זיין ס'איז צייט צי דערקלערן די וויירוס אלץ געענדיגט, ווייל אזוי גייט זיך איהם דעמאלטס לוינען, דארף נישט די מציאות זיין קיין טראפ אנדערש ווי ס'איז יעצט, ער קען דרייען מיטן עולם גולם וויאזוי זיין הארץ באגערט, שטייצעך מיט די הילף פון זיין בעסטע פריינט. די מידיע.

מ'מאכט העדליינס פון 16 נייע קעיסעס אין א שטאט פון 300 טויזענט נפשות... מ'מאכט העדליינס פון אידן וואס מיטשען זיך נעבעך ה"י, איז אבער איינער בלינד צי זאגן אז ס'איז א מצב פון א מגיפה וואס בוזשעוועט?? ס'איז געוויס דא עפעס און ווער ווייסט צי דער עפעס גייט מען אמאל פטור ווערן... און ווער ווייסט צי דער עפעס איז נישט א זאך וואס איז שוין קאי וקיים זייט ששת ימי בראשית נאר יעצט מאכט מען איין קיגל דערפון מיט קאראנע ווייל ס'שטימט בעסער די אינטערעסן.... די אינטערשטע שורה איז: ווען נישט פאליטיק וואלט יעדער גראדע בר נש דערקלערט שוין 4 חדשים צוריק אלעס צוריק צי נארמאל...
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:38 pm

כ'וועל דיר ענטפערן אין איין ווארט. קאנאדע יוכיח, וואספארא פאליטיק גייט דארט פאר אויב מעג איך פרעגן?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:39 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

כבין מוחה בכל תוקף ועוז אויפן שרייבן אויף אונזער חבר רבי סטאוו׳לס א ווארט זיבורא דער אידאך עידית שבעידית
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:44 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

כבין מוחה בכל תוקף ועוז אויפן שרייבן אויף אונזער חבר רבי סטאוו׳לס א ווארט זיבורא דער אידאך עידית שבעידית

געוויס געווען א פליטת הקןלמוס, א אפטע ערשיינונג ביי א איד איבער די 70...
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:45 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

כבין מוחה בכל תוקף ועוז אויפן שרייבן אויף אונזער חבר רבי סטאוו׳לס א ווארט זיבורא דער אידאך עידית שבעידית

געוויס געווען א פליטת הקןלמוס, א אפטע ערשיינונג ביי א איד איבער די 70...

אךך, ביזט דאך אזוי גערעכט אזא טעות צו מאכן, זיבורא אנשטאט עקרבא... מען קען נאך טוישן?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:47 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קאראנע אין כאן, וירוס אין כאן, אבל הבל שטות ופוליטיקה יש כאן...
נישטא קיין וויירוס, נישטא קיין קאראנע, ס'איז דא נארישע פאליטישע חשבונות וואס שרייבן אינז פאר דעם סדר היום. ועל זה אנו נאנחים.

פלגינן זיבורא... ליידער די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט אלץ א כלל אויף איבעראל. און ליידער מיט דיין צווייטע חלק ביזטו יא גערעכט אלץ א כלל איבעראל.

כבין מוחה בכל תוקף ועוז אויפן שרייבן אויף אונזער חבר רבי סטאוו׳לס א ווארט זיבורא דער אידאך עידית שבעידית

געוויס געווען א פליטת הקןלמוס, א אפטע ערשיינונג ביי א איד איבער די 70...

אךך, ביזט דאך אזוי גערעכט אזא טעות צו מאכן, זיבורא אנשטאט עקרבא... מען קען נאך טוישן?

ווי קומט דא אריין ארקענסאו?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קאראנע בשימצה לדראון עולם

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 11:48 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'וועל דיר ענטפערן אין איין ווארט. קאנאדע יוכיח, וואספארא פאליטיק גייט דארט פאר אויב מעג איך פרעגן?

כ'בין באמת נישט באקאנט מיט די מציאות אינדרויסן פון ניו יארק, כ'טרעט כמעט נישט איבער קיין נייעס אשכולות.
כ'האב מיר באצויגן צי די לאקדאון וואס הערשט נאך אין ניו יארק על לא דבר בלויז פארן גאווערנערס פאליטישע אינטערעסן...

----
זיידי האקט, ער וויל צי האלבן אן עקרב... פארגעסן ס'איז נאך אלול 2 חדשים צי די עקרב עלעקשען חודש...

-----
חמרא האקט ס'ווערט בעסער. לאזטס מיר ארויס
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bissli, אהובים, והוא פלאי, מי כעמך און 25 געסט