פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך יוני 03, 2020 1:27 pm

אפטרופס האט געשריבן:פאר די אלע שפיטעלער וואס נעמען די טעמפרעטשער ביים אריינקומען פאר וויזיטער וכו' איז גוט צו נעמען טיילענאל בעפאר מען גייט אין שפיטאל אזוי האט מען נישט קיין פראבלעמען.

איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט. ממה נפשך, רעדט איר פון א פאציענט גייען זיי סיי ווי זעהן אז איר האט פיבער איינמאל די טיילענאול וועפט אויס. שוין א אלטע מנהג אין שפיטאל צו מעסטען די פיבער יעדע פינף מינוט.
אויב רעדט איר פון א באזוכער,אויב האט ער פיבער זאל ער ח״ו נישט קומען באזוכען אין שפיטאל און מען זאל אים טאקע נישט אריינלאזן.

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך אפטרופס » מיטוואך יוני 03, 2020 7:42 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
אפטרופס האט געשריבן:פאר די אלע שפיטעלער וואס נעמען די טעמפרעטשער ביים אריינקומען פאר וויזיטער וכו' איז גוט צו נעמען טיילענאל בעפאר מען גייט אין שפיטאל אזוי האט מען נישט קיין פראבלעמען.

איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט. ממה נפשך, רעדט איר פון א פאציענט גייען זיי סיי ווי זעהן אז איר האט פיבער איינמאל די טיילענאול וועפט אויס. שוין א אלטע מנהג אין שפיטאל צו מעסטען די פיבער יעדע פינף מינוט.
אויב רעדט איר פון א באזוכער,אויב האט ער פיבער זאל ער ח״ו נישט קומען באזוכען אין שפיטאל און מען זאל אים טאקע נישט אריינלאזן.

מען וועט מוזן איינזעצן אז מ'רעדט אויף א פאל אז ער קומט פאר א קורצע צייט ווען די טיילענאל ארבעט נאך ווי למשל ביים אהיים ברענגן דאס ניי געבוירן קינד, און ער האט א חשש אז ער האט פיבער וואס איז נישט צוליב קאראונע און נישט צוליב א אנשטעקיגע קרענק, איז כדאי מען זאל איהם נישט חושש זיין אז ער איז פאזיטיוו און אנמאכן צרות איז ראטזאם צו נוצן די עצה פון טיילענאל.

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Borough Park » זונטאג יוני 07, 2020 11:16 pm

ב״ה אין מיימאנידיס מאכן זיי זיך נישט צו שטארק משוגע
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך געוואלטיג » זונטאג יוני 07, 2020 11:59 pm

איך טרעף נישט די שפיטעלער אשכול לייג איך עס דא
די וואך איז געלאפן א רייע TV עדס ווי מען באדאנקט דעם גאווערנער פאר די פראגראם און מען בעהט צי עפענען אלע שפיטעלער אין אלע זמנים עס ענדיגט זיך "ניו יארק סאפערט ענאף"
לאמיר האפן סזאל אויפטוהן

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:48 am

כ'וויס נישט וועגן יעצט, אבער איך האב שוין ב"ה צוויי מאל געהאט א קינד אין סאפערן, איינמאל האט מען אהיימגעשיקט נאך 2 טאג, איינמאל נאך פריער (אויף די פארלאנג פון די קימפעטארן צו זיין אויף שבת אינדערהיים),
כ'האב אבער שוין געהערט א געוויסע שפיטעלער ,(אריינגערעכנט זיי) ניצן אסאך מאל די אומשילדיגע נפשות צו מאכן נאך אפאר טאלער, דארף מען טון אלעס אין דער וועלט זיי צו סטאפן

monroe10950
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

תגובהדורך monroe10950 » דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:20 am

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:זאגט מיר איינער היינט אז אין Good Sam in Suffren טרייען זיי צו האלטן די קינדער נאכן געבורט די לענגסטע וואס זיי קענען (זיי שיקן אהיים די מאמע) ווייל ווי לענגער זיי האלטן דאס קינד באקומען זיי יעצט מער געלט, ער זאגט מיר אז מענטשן האלטן זיך צוריק פון אהינגיין וועגען דעם יעצט.
איינער האט עפעס געהערט וועגען דעם???

ווען מיין קינד איז געבוירן למזל טוב, און זיי האבן אריינגעלייגט דאס קינד אין די ניקיו צוליב א נישטיגע סיבה.
דערנאך האב איך געזעהן דעם ביל וואס זיי האבן געבילט די אינשורענס,,,, דער עקזעקיוטיוו האט שוין געקענט באלד קויפן א יאכט שיפל פון דעם איינעם קלעים....
א סערטיפייד אידיאט הייסט אין אונזער שפראך 'אינטערסאנטער מענטש'. טאקע אינטערסאנט. (יצחק קלאהר)

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:42 am

monroe10950 האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:זאגט מיר איינער היינט אז אין Good Sam in Suffren טרייען זיי צו האלטן די קינדער נאכן געבורט די לענגסטע וואס זיי קענען (זיי שיקן אהיים די מאמע) ווייל ווי לענגער זיי האלטן דאס קינד באקומען זיי יעצט מער געלט, ער זאגט מיר אז מענטשן האלטן זיך צוריק פון אהינגיין וועגען דעם יעצט.
איינער האט עפעס געהערט וועגען דעם???

ווען מיין קינד איז געבוירן למזל טוב, און זיי האבן אריינגעלייגט דאס קינד אין די ניקיו צוליב א נישטיגע סיבה.
דערנאך האב איך געזעהן דעם ביל וואס זיי האבן געבילט די אינשורענס,,,, דער עקזעקיוטיוו האט שוין געקענט באלד קויפן א יאכט שיפל פון דעם איינעם קלעים....

ס'גייט שוין אן א לאנגע צייט אדער האט זיך יעצט אנגעהויבן???
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: שפיטעלער - וויאזוי זעהן זיי אויס אין דער מצב?

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:50 am

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:זאגט מיר איינער היינט אז אין Good Sam in Suffren טרייען זיי צו האלטן די קינדער נאכן געבורט די לענגסטע וואס זיי קענען (זיי שיקן אהיים די מאמע) ווייל ווי לענגער זיי האלטן דאס קינד באקומען זיי יעצט מער געלט, ער זאגט מיר אז מענטשן האלטן זיך צוריק פון אהינגיין וועגען דעם יעצט.
איינער האט עפעס געהערט וועגען דעם???

ווען מיין קינד איז געבוירן למזל טוב, און זיי האבן אריינגעלייגט דאס קינד אין די ניקיו צוליב א נישטיגע סיבה.
דערנאך האב איך געזעהן דעם ביל וואס זיי האבן געבילט די אינשורענס,,,, דער עקזעקיוטיוו האט שוין געקענט באלד קויפן א יאכט שיפל פון דעם איינעם קלעים....

ס'גייט שוין אן א לאנגע צייט אדער האט זיך יעצט אנגעהויבן???

לאנגע צייט. ביי מיר איז עס געווען בערך פינף יאר צוריק

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:54 am

ווי איך האב געהערט פלעגט זיך אלץ מאכן דא דארט אז מענטשן האבן געהאט פראבלעמען אבער זינט קעראנע איז עס ביי גאר אסאך אידן ובפרט פון קרית יואל

פרוביר פאר יעדן פרייז אויב ס'איז שייך אויסצומיידן א שפיטאל

איינער וואס דארף הילף מיט א קינד וואס זיי מאכן קונצן אהיימצוגיין קען קומען אין אישי

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:59 am

מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:07 pm

מזל טוב! אסאך אידיש נחת!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך יוד אלף » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:56 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...


;1@ ;1@ ;1@
אסאך נחת ביי די און די אנדערע

(האבן זיי געגעבן שאטס?)

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג יוני 11, 2020 1:55 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...

מזל טוב! מזל טוב! אסאך אסאך אידיש נחת!
זעמיר אונז געלאדנט צום שלום זכר??? קידוש???
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3029
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יוני 11, 2020 2:07 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...

מזל טוב!
אסאך נחת פונעם נייעם און פון די אלטע לאורך ימים ושנים טובים, בבריות גופא ונהורא מעליא

אפילו ביים ערשטן אז אלעס גייט כשורה און דאס קינד ואמו זענען אלע געזונט און שטארק אן קיין פראבלעמען דארף מען לויבן און דאנקן, על אחת כו"כ ווען דער אייבערשטער האט באוויזן זיינע ווינדער שוין צום 12'סטן מאל כעיה"ר.

ס'איז נישט צום באגרייפן דעם חסד ה' ווען אלעס פארט אויף די ריכטיגע רעלסן!
---

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג יוני 14, 2020 1:37 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...

מזל טוב אסאך אידיש נחת
זעט זיך אויס אז מ'וואוינט אופן וואסער קען מען זיך ערלויבען א דאזען :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

yid
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך yid » זונטאג יוני 14, 2020 1:39 am

for any problem in hospital call

3479328563

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך משה11 » זונטאג יוני 14, 2020 4:22 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...

מזל טוב אסאך נחת
קאטשקע אויפן וואסער זונטאג אוקטובער 14, 2018 האט געשריבן:א צייט צוריק, ווען ס'איז אונז געבוירן געווארן דאס 12'טע קינד למז"ט (הודו לה'!) כ"י,
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג יוני 14, 2020 10:36 am

משה11 האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...

מזל טוב אסאך נחת
קאטשקע אויפן וואסער זונטאג אוקטובער 14, 2018 האט געשריבן:א צייט צוריק, ווען ס'איז אונז געבוירן געווארן דאס 12'טע קינד למז"ט (הודו לה'!) כ"י,

נישט קיין סתורה
נישט אלעצגעבוירן אין זעלבן שפיטאל

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יוני 14, 2020 11:04 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט גוד-סעם אין סאפערן:
12 פון מיינע קינדערלעך (כן ירבו!) זענען דארט געבוירן געווארן. איינער פון זיי - דריי טעג צוריק למז"ט, ברוך ה'.
קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי ב"ה. אויך יעצט איז געגאנגען חד וחלק.

איך האב נישט געוואוסט אויף וואס מען דארף אלס דאנקען...

מזל טוב! אסאך נחת פון די און פון אלע געזונטערהייט!

אויב מ'קען אביסל מער מיט טיילן פארן עולם וואס איז יעצט יא געווען אנדערש ווי די אנדערע צייטן, ס'איז אונז נוגע, און איך גלייב ס'איז נוגע פאר אסאך וואס נוצן די שפיטאל, מ'זאל וויסן וואס צו ערווארטן.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג יוני 14, 2020 12:11 pm

אענה כנגד המברכים: אמן! אי"ה ביי ענק אלע אויף שמחות געזונטערהייט.

ר' יום טוב: אין גודסעם איז דער 'סיסטעם' אזוי (איך שרייב פון א וואך צוריק):

ביים אריינקומען איז מען בודק דעם באגלייטער אויב ער האט פיבער.

מען דארף טראגן א מאסקע ווילאנג מען איז אין שפיטאל, כאטש נישט אלע נורסעס וועלן רעאגירן אויב זיי זעען דיר אן א מאסקע. [שמעתי אז מען קען קומען אפי' מיט צוויי באגלייטערס].

וואו מען גייט, ווערט מען באגלייט דורך א סעקיוריטי וועכטער. מען קען נישט אליינס נעמען דעם עלעוועיטאר און טון וואס מען וויל.

די יולדת דארף דורכגיין א קאוויד טעסט.

נאכן געבורט שלאגן זיי פאר צוויי אפציעס: א. האלטן דאס קינד ביי זיך אין צימער די גאנצע צייט. ב. לאזן דאס קינד אין נורסערי די גאנצע צייט. נישטא קיין אהין-און-צוריק.

די יולדת קען נאר בלייבן איין טאג אין שפיטאל, אנשטאט צוויי. אויסער אויב די קאוויד-טעסט קומט צוריק גענוג שנעל (עס דויערט צווישן 12 שעה און דריי טעג...) נעגאטיוו, דעמאלט קען מען בלייבן נאך א טאג (כבימי קדם). און מען פארדינט נאך עפעס: פון ווען עס איז נעגאטיוו, קען מען שוין פירן די בעיבי צום נורסערי און צוריק.

די נורסעס בעטן אז די יולדת זאל זיי רופן דורכן טעלעפאן ווען זי דארף עפעס, אנשטאט דורכן געווענליכן באזער. אויב מען רופט זיי דורכן באזער מוזן זיי 'קומען', און דאס מיינט אז זיי דארפן זיך אנטון די שמונה בגדי הקריזיס. עפעס וואס איז זיי זייער נישט באקוועם. עס איז באמת א רחמנות אויף זיי! דאך, אויב מען בעט זיי זאלן יא קומען, קומען זיי זייער גערן (מיין עקספיריענס).

דער באגלייטער קען זיך נישט דרייען אין האלוועי. מוזט בלייבן אין דיין צימער.

דער באגלייטער קען בלייבן אין שפיטאל ביז ווילאנג ער גייט ארויס. אויב גייסטו ארויס פון שפיטאל, קענסטו מער נישט צוריק אריינקומען. אפילו ביים אהיימנעמען די מאמע און קינד, קען מען נישט אריין אין שפיטאל.

מען קען אפדראפן ביי די סעקיוריטי פעקלעך (עסן וכדומה) פאר די יולדת, און זיי טראגן עס ארויף (נאך א שעה-צוויי ווען עס איז שוין פיין קאלט...). עצה טובה: די יולדת זאל בעטן די נורס, אויב זי האט צייט זאל זי גיין ברענגען דאס פעקל פון די סעקיוריטי. געווענליך וועלן זיי עס גערן טון. אויסער אויב זיי זענען טאקע פארנומען.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Borough Park » זונטאג יוני 14, 2020 3:39 pm

אין מיימאנידיס איז די סיסטעם אזוי
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:אענה כנגד המברכים: אמן! אי"ה ביי ענק אלע אויף שמחות געזונטערהייט.

(איך שרייב פון א וואך צוריק):

ביים אריינקומען איז מען בודק דעם באגלייטער אויב ער האט פיבער.

מען דארף טראגן א מאסקע ווילאנג מען איז אין שפיטאל, כאטש נישט אלע נורסעס וועלן רעאגירן אויב זיי זעען דיר אן א מאסקע. .

וואו מען גייט, ווערט מען נישט באגלייט דורך א סעקיוריטי וועכטער. מען קען אליינס נעמען דעם עלעוועיטאר און טון וואס מען וויל.

די יולדת דארף דורכגיין א קאוויד טעסט אדער א אנטי באדי טעסט פארן אריינגיין.

נאכן געבורט שלאגן זיי פאר צוויי אפציעס: א. האלטן דאס קינד ביי זיך אין צימער די גאנצע צייט. ב. לאזן דאס קינד אין נורסערי די גאנצע צייט. אדער אהין און צוריק.

די יולדת קען בלייבן איין טאג אין שפיטאל, אדער צוויי.

די נורסעס בעטן אז די יולדת זאל זיי רופן דורכן געווענליכן באזער. אויב מען רופט זיי דורכן באזער מוזן זיי 'קומען', און דאס מיינט אז זיי דארפן זיך אנטון די הענטשוך. זיי קומען זייער גערן (מיין עקספיריענס).

דער באגלייטער קען זיך נישט דרייען אין האלוועי. מוזט בלייבן אין דיין צימער.

דער באגלייטער קען בלייבן אין שפיטאל ביז 9 אזייגער ביינאכט. אויב גייסטו ארויס פון שפיטאל, קענסטו צוריק.

Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:02 pm

unnamed (83).jpg
unnamed (83).jpg (375.89 KiB) געזעהן 446 מאל

ylss
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2012 4:15 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ylss » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:21 pm

good samaritan hospital האט פארגאנגענע וואך אליינס אפגעהאלטן עטליכע היימישע קינדער פון אהיימגיין, די נייגעבוירענע אומשולדיגע קינדערלעך זענען תיכף אריינגעפירט געווארן אין ICU אפטיילונג, און די מאמעס האבן נישט געמעגט זיי זען, אונזער קרוב שיחי' האט זיך פארבונדן מיט א דאקטאר נישט פון דעם שפיטאל און מיט א LAWYER ווי אויך קלאר געשטעלט אז מען וועט נישט פארלאזן דעם צימער אן א FULLY DISCHARGED BABY און מיסטעריעז זענען אלע טעסטס געווען אין ארדענונג ביז א קורצע צייט און דאס קינד איז ב"ה אהיים אויף די מאמעס הענט למז"ט (דאס איז א קיצור פון א ערשט האנטיגע מעשה פון אפאר טאג צוריק).
לעצט פאראכטן דורך ylss אום דינסטאג אוגוסט 25, 2020 7:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 6:16 pm

זאג, דאס גייט צוזאמען מיטן נייעם אויפשטייג פונעם ווירוס?

ylss
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2012 4:15 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ylss » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 7:26 pm

געהערט פון א עסקן אין דעם נושא אז ער האט מיטגעהאלטן 60 פעלער אין די לעצטע עטליכע חדשים בעיקר ביי יונגע אומערפארענע עלטערן וואס זענען נישט גענוג שטארק זיך צו אננעמען פאר זייערע רעכטן.
ועל הציבור לשמור ולהזהיר גדולים על הקטנים


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט