פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג מאי 24, 2020 12:15 am

די לעצטע טעג האב איך מיטגעהאלטן פון די נאנט א פאל ווי מען האט נישט אהיים געלאזט א קינד פון שפיטאל עטליכע טעג נאכן געבורט פאר לעכערליכע אויסרייד וואס האט נישט געמאכט קיין סענס ביז די אינגערמאן די בעל שמחה איז געווארן פארבינדן צו א פרוי וואס איז שטארק אקטיוו אין אזעלכע פעלער במשך די פארלאפענע וואכן אין נאכן סטראשענען אז מ'גייט מאכן א לאו סוט האט מען עטליכע שעה שפעטער באפרייט דאס קינד

די מעשה האב איך געהערט פרייטאג, שבת האב איך עס פארציילט פאר אפאר אידן איז געווען עטליכע וואס האבן שוין אויך געהאט געהערט פון אזעלעכע ענדליכע פעלער

וואס קען עס מיינען אין וואס דארף מען טוהן?

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Borough Park » זונטאג מאי 24, 2020 12:16 am

קום אריין מיט דיטעילס
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג מאי 24, 2020 1:11 am

די פעלער וואס איך האב געהערט איז אין גוד סעם/סופרין שפיטאל

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Borough Park » זונטאג מאי 24, 2020 1:12 am

אין די סיטי איז אויך דא די פראבלעם?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג מאי 24, 2020 1:15 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:די פעלער וואס איך האב געהערט איז אין גוד סעם/סופרין שפיטאל


אין גוד סעם איז עס א אלטע פראבלעם
מאנכע זאגן אז זיי טוען אויס ארויסצונאגן נאך א ביינדל פון אינשורענס
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך פייערקרעקערס » זונטאג מאי 24, 2020 1:34 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:די לעצטע טעג האב איך מיטגעהאלטן פון די נאנט א פאל ווי מען האט נישט אהיים געלאזט א קינד פון שפיטאל עטליכע טעג נאכן געבורט פאר לעכערליכע אויסרייד וואס האט נישט געמאכט קיין סענס ביז די אינגערמאן די בעל שמחה איז געווארן פארבינדן צו א פרוי וואס איז שטארק אקטיוו אין אזעלכע פעלער במשך די פארלאפענע וואכן אין נאכן סטראשענען אז מ'גייט מאכן א לאו סוט האט מען עטליכע שעה שפעטער באפרייט דאס קינד

די מעשה האב איך געהערט פרייטאג, שבת האב איך עס פארציילט פאר אפאר אידן איז געווען עטליכע וואס האבן שוין אויך געהאט געהערט פון אזעלעכע ענדליכע פעלער

וואס קען עס מיינען אין וואס דארף מען טוהן?

וואס קומסטו מיט האלבע מעשיות, וואס האט די שפיטאל גע'טענה'ט און צו וועם קען מען זיך ווענדן?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג מאי 24, 2020 1:37 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:די פעלער וואס איך האב געהערט איז אין גוד סעם/סופרין שפיטאל

עמו הייתי בצרה. טאקע און Bad Samaritan.

זיי האבן נישט אהיים געלאזט מיין קינד פון שפיטאל. זיי האבן אים געהאלטן אין NICU מיט א נער'ישע לעכערליכע אויסרייד. אונזער pediatrician האט זיך אריינגעמישט און געשתדלט אז מען זאל יא ארויסלאזן און זי נעמט אחריות אויפן וואוילזיין פונעם קינד.

געדענקטס!
עס איז דא א לעגאלע 'patients bill of rights'. א שפיטאל קען נישט האלטן א פאציענט קעגן זיין ווילן, און עלטערן האבן רעכט ארויס צו נעמען זייער קינד אדער אריבער פירן צו אן אנדערע שפיטאל. מען טאר זיך נישט לאזן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך קלוגע חכם » זונטאג מאי 24, 2020 2:56 am

איך ווייס נישט אויב מיר רעדן פון די זעלבע מעשה, אבער מיין ניס האט געהאט א קינד פאריגע מוצש"ק, און ווי אלע אנדערע דארט אין גוד סעם, איז זי געווען פאזיטיוו אויף די וויירוס, מען האט איר נישט געלאזט האבן די קינד, נאר אויב זי האלט עס די גאנצע צייט, דערנאך האט מען עס אריינגעלייגט אין NICU, זי איז אהיים אן די קינד, נאך אסאך פארפירן האט מען אהיימגעלזאט די קינד מיטוואך, מיט א ווארענונג אז זי טאר נישט מיטקומען אפנעמען די קינד, און אפילו נישט זיין אין קאר, ווייל זי איז געווען פאזיטיוו.

מיטוואך, 4 טעג נאכן האבן איר ערשטע קינד, האט זי די ערשטע מאל זוכה געווען צו זען איר קינד

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך פאלקס קיך » זונטאג מאי 24, 2020 3:04 am

קלוגע חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מיר רעדן פון די זעלבע מעשה, אבער מיין ניס האט געהאט א קינד פאריגע מוצש"ק, און ווי אלע אנדערע דארט אין גוד סעם, איז זי געווען פאזיטיוו אויף די וויירוס, מען האט איר נישט געלאזט האבן די קינד, נאר אויב זי האלט עס די גאנצע צייט, דערנאך האט מען עס אריינגעלייגט אין NICU, זי איז אהיים אן די קינד, נאך אסאך פארפירן האט מען אהיימגעלזאט די קינד מיטוואך, מיט א ווארענונג אז זי טאר נישט מיטקומען אפנעמען די קינד, און אפילו נישט זיין אין קאר, ווייל זי איז געווען פאזיטיוו.

מיטוואך, 4 טעג נאכן האבן איר ערשטע קינד, האט זי די ערשטע מאל זוכה געווען צו זען איר קינד

עס איז דא גענונג אנדערע בעסערע שפיטעלער , מען ברויך גיין ערגעץ אנדערש , דאס איז די איינציגסטע שפראך וואס א שפיטאל(ביזנעס) פארשטייט

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג מאי 24, 2020 9:52 am

דער פראבלעם איז, אז כמעט אלע לאקאלע פרויען דאקטוירים נוצן די שפיטאל. וואלט געווען א גוטע פלאן אז לפחות דער עולם פון קר"י זאל נוצן אראנדזש רידזשענעל, אבער קיין אויפגעכאפטע דאקטוירים האבן זיי נישט.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג מאי 24, 2020 9:54 am

אויב די מעשיות זענען אמת, זאל יעדער עס אפן אויסשמועסן מיטן דאקטאר שוין יעצט.

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג מאי 24, 2020 10:45 am

פאלקס קיך האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מיר רעדן פון די זעלבע מעשה, אבער מיין ניס האט געהאט א קינד פאריגע מוצש"ק, און ווי אלע אנדערע דארט אין גוד סעם, איז זי געווען פאזיטיוו אויף די וויירוס, מען האט איר נישט געלאזט האבן די קינד, נאר אויב זי האלט עס די גאנצע צייט, דערנאך האט מען עס אריינגעלייגט אין NICU, זי איז אהיים אן די קינד, נאך אסאך פארפירן האט מען אהיימגעלזאט די קינד מיטוואך, מיט א ווארענונג אז זי טאר נישט מיטקומען אפנעמען די קינד, און אפילו נישט זיין אין קאר, ווייל זי איז געווען פאזיטיוו.

מיטוואך, 4 טעג נאכן האבן איר ערשטע קינד, האט זי די ערשטע מאל זוכה געווען צו זען איר קינד

עס איז דא גענונג אנדערע בעסערע שפיטעלער , מען ברויך גיין ערגעץ אנדערש , דאס איז די איינציגסטע שפראך וואס א שפיטאל(ביזנעס) פארשטייט


Good Samaritan איז באקאנט מיט דעם אז זיי פרובירן אין אסאך פעלער צו האלטן ניי געבוירענע קינדער פאר לענגער אין איי.סי.יו.

דער ראש פונעם ICU אפטיילונג דארט פלעגט זיין דר. מאנדאזע, וואס איז געווען באקאנט אלץ דער וואס פלעגט אלעמאל טרעפן תירוצים מיט וואס אויפצוהאלטן די בעיביס אינעם ICU
(וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אויב ס'איז נאך אלץ דעם זעלבן דאקטאר?)

אבער ס'איז לאו דוקא גוד סעם, ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע פעלער די זעלבע ביי אנדערע שפיטעלער.

און לגבי די מצב יעצט מיט קאראנא, אז זיי לאזן נישט די מאמע זעהן און האבן די בעבי מיט זיך פאר די ערשטע שטיק צייט נאכן האבן דאס קינד, אויב לפי זיי האט איינער פון זיי געטעסט פאזיטיוו, איז עס זיכער א מכת הכלל אין זייער אסאך שפיטעלער אין די טעג.
ס'איז זייער ווייטאגליך דאס צו הערן, אבער ליידער האב איך עס מיטגעהאלטן ביי כאטש צוויי אנדערע שפיטעלער (העקענסעק און נייעק) און געהערט האב איך עס ביי אנדערע שפיטעלער אויך.

און די מערסטע אינטערעסאנט איז אז כמעט אלעמאל וועלן זיי פונקט טרעפן אז איינער האט געטעסט פאזיטיוו, בין איך נייגעריג צו זיי האבן עפעס אן אינטערעסע דערין אז מ'זאל זיין פאזיטיוו אדער ס'איז טאקע אקוראט אזוי.
---

וועסט סייט
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 05, 2018 11:41 am

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך וועסט סייט » זונטאג מאי 24, 2020 11:07 am

אויך געהערט די שמעות וואס טיט מען?

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג מאי 26, 2020 12:30 am

בשבילי נברא האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מיר רעדן פון די זעלבע מעשה, אבער מיין ניס האט געהאט א קינד פאריגע מוצש"ק, און ווי אלע אנדערע דארט אין גוד סעם, איז זי געווען פאזיטיוו אויף די וויירוס, מען האט איר נישט געלאזט האבן די קינד, נאר אויב זי האלט עס די גאנצע צייט, דערנאך האט מען עס אריינגעלייגט אין NICU, זי איז אהיים אן די קינד, נאך אסאך פארפירן האט מען אהיימגעלזאט די קינד מיטוואך, מיט א ווארענונג אז זי טאר נישט מיטקומען אפנעמען די קינד, און אפילו נישט זיין אין קאר, ווייל זי איז געווען פאזיטיוו.

מיטוואך, 4 טעג נאכן האבן איר ערשטע קינד, האט זי די ערשטע מאל זוכה געווען צו זען איר קינד

עס איז דא גענונג אנדערע בעסערע שפיטעלער , מען ברויך גיין ערגעץ אנדערש , דאס איז די איינציגסטע שפראך וואס א שפיטאל(ביזנעס) פארשטייט


Good Samaritan איז באקאנט מיט דעם אז זיי פרובירן אין אסאך פעלער צו האלטן ניי געבוירענע קינדער פאר לענגער אין איי.סי.יו.

דער ראש פונעם ICU אפטיילונג דארט פלעגט זיין דר. מאנדאזע, וואס איז געווען באקאנט אלץ דער וואס פלעגט אלעמאל טרעפן תירוצים מיט וואס אויפצוהאלטן די בעיביס אינעם ICU
(וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אויב ס'איז נאך אלץ דעם זעלבן דאקטאר?)

אבער ס'איז לאו דוקא גוד סעם, ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע פעלער די זעלבע ביי אנדערע שפיטעלער.

און לגבי די מצב יעצט מיט קאראנא, אז זיי לאזן נישט די מאמע זעהן און האבן די בעבי מיט זיך פאר די ערשטע שטיק צייט נאכן האבן דאס קינד, אויב לפי זיי האט איינער פון זיי געטעסט פאזיטיוו, איז עס זיכער א מכת הכלל אין זייער אסאך שפיטעלער אין די טעג.
ס'איז זייער ווייטאגליך דאס צו הערן, אבער ליידער האב איך עס מיטגעהאלטן ביי כאטש צוויי אנדערע שפיטעלער (העקענסעק און נייעק) און געהערט האב איך עס ביי אנדערע שפיטעלער אויך.

און די מערסטע אינטערעסאנט איז אז כמעט אלעמאל וועלן זיי פונקט טרעפן אז איינער האט געטעסט פאזיטיוו, בין איך נייגעריג צו זיי האבן עפעס אן אינטערעסע דערין אז מ'זאל זיין פאזיטיוו אדער ס'איז טאקע אקוראט אזוי.

וויאזוי טעסט זי יעצט פאזאטיוו געמיינט שוין אווער דא ביי אונז?
שויתי ה' לנגדי תמיד

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 26, 2020 12:40 am

זייער אסאך טעסטן נאך יעצט פאזיטיוו צו קאראנע אין וויליאמסבורג, אבער די מציאות איז אז דער עולם פילט זיך ב״ה גוט און מ׳האט נישט קיין שום סימפטאמס די לעצטע 4 וואכן, (היינט געהערט פון א דאקטאר) כ׳ווייס נישט די סיבה אבער דאס איז די מציאות, קען זיין אז פאר אסאך נעמט פשוט זייער לאנג די וויירוס זאל אינגאנצן ארויסגיין פונם קערפער כאטש באמת איז מען שוין אויסגעהיילט,
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Programming » דינסטאג מאי 26, 2020 1:04 am

סיי וויאזוי ווייזט א לעצטערע שטודיע אז דער עיקר איז עס קאנטעיזשעס פאר ארום 7-10 טעג, צוויי טאג בעפארן שפירן סימפטאמען ביז ארום א וואך דערויף

פון א מאנסי דאקטאר האב איך געהערט אז די לעצטע צוויי וואכן האט מען שוין נישט געזען ביי דעם דאקטאר קיין פרישע פאזיטיווע פעלער

מיט דעם אלעם דארף מען נאך פארשטייט זיך זיין זייער קעירפול, דער וויירוס איז נאכנישט טויט, אין אנדערע שטעט און לענדער שטארבן צענדליגער טויזנטער דערפון, און כאטש מאנכע ווילן זיך פארלאזן אז אין אונזערע געמיינדע ממש איז שוין דא הערד אימיוניטי (דערווייל איז נישט פובליצירט געווארן קיין קראנטע דאטא אונטערצושטיצן די הנחה, אבער אפילו אויב יא) איז אבער דער אויסשטעל פון די בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, ווער רעדט נאך אונטערערדישע חדרים ממש א האט ספאט פאר אנשטעקונגען, ווי איין אנגעשטעקטער קען לייכט אנשטעקן יעדן איינעם (וואס האט דאס נאכנישט געהאט) אין זיין שטיבל. ב"ה אז כרגע זעהט אויס עס איז נישטא קיינע אקטיווע אנשטעקערס אבער אזא זאך קען זיך טוישן אין א ליאדע מינוט.

ד.ה. אז אויב אפילו עס איז אמת עס איז דא זיבעציג פראצענט מיט אנטיבאדי'ס, דארף מען שוין אפשר נישט מורא האבן פאר א פרישע אויסברוך, אבער יעדער פאר זיך דארף אבאכט געבן, בפרט אויב איז מען אליין אין די קבוצת סיכון אדער מען קומט אין נאנטע בארירונג (ווי עלטערן וכדו'), אויב מען האט נאכנישט געהאט דעם וויירוס איז מען אויסגעשטעלט גרינג צו ווערן אנגעשטעקט די מינוט א אנשטעקער באווייזט זיך פונקט אין זיין סביבה.

עס וועט אפשר טאקע זיך נישט פארשפרייטן צופיל ווייטער ווייל רוב פון זיינע ארומיגע זענען שוין אימיונד אבער אויב איז מען אליין אין א סכנה אדער א נאנטער, און מען ווערט אנגעשטעקט מאכט נישט אויס - כלפי דעם אנגעשטעקטן אליין - צו עס וועט גיין ווייטער צי נישט. טראמפ און פאוטשי וועלן נישט געבן קיין פרעסע קאנפערענצן, און קאומא וועט אפשר נישט מאכן קיין לאקדאון'ס צו באהיטן די יחידים ווי לאנג דער ציבור איז מער ווייניגער אימיונד, אבער יעדער יחיד פאר זיך (ווי לאנג מען ווייסט נישט זיכער אז מען איז אימיונד, דורך נעמען 2 אנטיבאדי טעסטס) זאל טון די מינימאלע השתדלות. ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך שמו » דינסטאג מאי 26, 2020 1:24 am

קרייסלער האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:די פעלער וואס איך האב געהערט איז אין גוד סעם/סופרין שפיטאל


אין גוד סעם איז עס א אלטע פראבלעם
מאנכע זאגן אז זיי טוען אויס ארויסצונאגן נאך א ביינדל פון אינשורענס

ג"א בחלומי א יאר צוריק, און כ'האב נישט געקענט ארויס זעהן דאס קינד, ביז איך בין געווארן א יוצא ונכנס אין ICU צוזאמען מיט מיין ב"ב, מיט א אויסרייד פון קומען זייגן, און געקומען יעדע האלבע שעה טשעקן וואס דאס קינד מאכט, און פרעגן ווען מ'קען דאס אהיים נעמען, ביז זיי האבן געפלאצט, און מיר געלאזט אהיים נעמען דאס קינד (נאך אויפהאלטן צוויי טעג איבעריג)
כשמ"ו כן הוא

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג מאי 26, 2020 1:27 am

Programming האט געשריבן:סיי וויאזוי ווייזט א לעצטערע שטודיע אז דער עיקר איז עס קאנטעיזשעס פאר ארום 7-10 טעג, צוויי טאג בעפארן שפירן סימפטאמען ביז ארום א וואך דערויף

פון א מאנסי דאקטאר האב איך געהערט אז די לעצטע צוויי וואכן האט מען שוין נישט געזען ביי דעם דאקטאר קיין פרישע פאזיטיווע פעלער

מיט דעם אלעם דארף מען נאך פארשטייט זיך זיין זייער קעירפול, דער וויירוס איז נאכנישט טויט, אין אנדערע שטעט און לענדער שטארבן צענדליגער טויזנטער דערפון, און כאטש מאנכע ווילן זיך פארלאזן אז אין אונזערע געמיינדע ממש איז שוין דא הערד אימיוניטי (דערווייל איז נישט פובליצירט געווארן קיין קראנטע דאטא אונטערצושטיצן די הנחה, אבער אפילו אויב יא) איז אבער דער אויסשטעל פון די בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, ווער רעדט נאך אונטערערדישע חדרים ממש א האט ספאט פאר אנשטעקונגען, ווי איין אנגעשטעקטער קען לייכט אנשטעקן יעדן איינעם (וואס האט דאס נאכנישט געהאט) אין זיין שטיבל. ב"ה אז כרגע זעהט אויס עס איז נישטא קיינע אקטיווע אנשטעקערס אבער אזא זאך קען זיך טוישן אין א ליאדע מינוט.

ד.ה. אז אויב אפילו עס איז אמת עס איז דא זיבעציג פראצענט מיט אנטיבאדי'ס, דארף מען שוין אפשר נישט מורא האבן פאר א פרישע אויסברוך, אבער יעדער פאר זיך דארף אבאכט געבן, בפרט אויב איז מען אליין אין די קבוצת סיכון אדער מען קומט אין נאנטע בארירונג (ווי עלטערן וכדו'), אויב מען האט נאכנישט געהאט דעם וויירוס איז מען אויסגעשטעלט גרינג צו ווערן אנגעשטעקט די מינוט א אנשטעקער באווייזט זיך פונקט אין זיין סביבה.

עס וועט אפשר טאקע זיך נישט פארשפרייטן צופיל ווייטער ווייל רוב פון זיינע ארומיגע זענען שוין אימיונד אבער אויב איז מען אליין אין א סכנה אדער א נאנטער, און מען ווערט אנגעשטעקט מאכט נישט אויס - כלפי דעם אנגעשטעקטן אליין - צו עס וועט גיין ווייטער צי נישט. טראמפ און פאוטשי וועלן נישט געבן קיין פרעסע קאנפערענצן, און קאומא וועט אפשר נישט מאכן קיין לאקדאון'ס צו באהיטן די יחידים ווי לאנג דער ציבור איז מער ווייניגער אימיונד, אבער יעדער יחיד פאר זיך (ווי לאנג מען ווייסט נישט זיכער אז מען איז אימיונד, דורך נעמען 2 אנטיבאדי טעסטס) זאל טון די מינימאלע השתדלות. ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

וואס הייסט צוויי אנטיבאדי טעסטן?
שויתי ה' לנגדי תמיד

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Programming » דינסטאג מאי 26, 2020 2:15 am

קוק דא פון די סי די סי וועבסייט
In most of the country, including areas that have been heavily impacted, the prevalence of SARS-CoV-2 antibody is expected to be low, ranging from <5% to 25%, so that testing at this point might result in relatively more false positive results and fewer false-negative results.

In some settings, such as COVID-19 outbreaks in food processing plants and congregate living facilities, the prevalence of infection in the population may be significantly higher. In such settings, serologic testing at appropriate intervals following outbreaks might result in relatively fewer false positive results and more false-negative results
.

(עס איז מעגליך אז אונזער עולם האט אזא דין, צוליב פורים, בתי מדרשים א.א.וו.)

Testing strategies
In the current pandemic, maximizing specificity and thus positive predictive value in a serologic algorithm is preferred in most instances, since the overall prevalence of antibodies in most populations is likely low. For example, in a population where the prevalence is 5%, a test with 90% sensitivity and 95% specificity will yield a positive predictive value of 49%. In other words, less than half of those testing positive will truly have antibodies. Alternatively, the same test in a population with an antibody prevalence exceeding 52% will yield a positive predictive greater than 95%, meaning that less than one in 20 people testing positive will have a false positive test result.

Three strategies can be used to improve positive predictive value:

Choosing a test with a very high specificity, perhaps 99.5% or greater, will yield a high positive predictive value in populations tested with prevalence >5%.
Another strategy is to focus testing on persons with a high pre-test probability of having SARS-CoV-2 antibodies, such as persons with a history of COVID-19-like illness.
A third approach is to employ an orthogonal testing algorithm in which persons who initially test positive are tested with a second test. Effective orthogonal algorithms are generally based on testing a patient sample with two tests, each with unique design characteristics (e.g., antigens or formats).

בקיצור איז דא דריי עצות צו פארהיטן פון א פאלשע פאזיטיוו, וואס קען זיין זייער שכיח אין רוב מקומות (כאטש ווי געשריבן עס איז מעגליך אז ביי אונז איז דער מצב דראסטיש אנדערש ווי איבעראל, לויט ווי מען טענה'ט). צומאל קען אויסקומען אז א מענטש'ס פאזיטיוו רעזאלט זאל זיין רוב זיכער פאלש.

1. איז צו זיכער מאכן די פונקטליכע טעסט וואס מען נעמט, אויב איז די ספעסיפיטי העכער 99.5 איז מען מסודר (איך ווייס נישט וואס די אדדס זענען)
2. אויב מען האט געפילט סימפטאמען פון קאראנע און מען איז פאזיטיוו קען מען לכאורה אננעמען אז די פאזיטיוו רעזאלט איז ריכטיג
3. נעמען א טעסט 2 מאל, די מערסטע עפעקטיוו איז אויב איז עס 2 אנדערע סארט טעסטס.

4 - אויב איז ריכטיג אז אין אונזערע געגנטער האט עס ממש א ריזיגער פראצענט געהאט - מער ווי 52 פראצענט פון אנשים נשים וטף, דאס מיינט למשל אז אין קרית יואל מיט לערך 35,000 נפשות, האבן כאטש 18,000 נפשות געהאט דעם וויירוס - דאן זענען די טעסטס גאנץ אקוראט, נאר איינער פון צוואנציג מענטשן וועלן האבן א פאלשע פאזיטיוו רעזאלט.

די שאלה בלייבט נאר, ווי די אור אלטע פראגע איבער די הינדל און די אייער, וויאזוי ווייסט מען וויפיל פראצענט האט עס שוין געהאט אויב די רעזולטאטן קענען זיין אזוי פאלש? איך ווייס נישט קיין געהעריגע תשובה דערויף. קען זיין אז אויב למשל זענען די רעזולטאטן אז זיבעציג פראצענט האבן אנטיבאדי'ס, דעמאלס אפילו מען זאל אננעמען אז פופציג פראצענט איז פאלשע פאזיטיוו'ס איז דאך דא עטליעסט 35 פראצענט באפעלקערונג וואס האט דאס, און דאס מאכט אויטאמאטיש אנצונעמען אז די צאל פאלשע פאזיטיוו'ס איז פיל ווייניגער, קען מען גאנץ גרינג אנקומען צו א חשבון פון 52 פראצענט עכטע קעיסעס וואס אין דעם פאל קען יעדער יחיד וואס האט געטעסט אננעמען אז ס'איז מסתמא ריכטיג (כאטש ס'איז נאכאלס דא א איין'ס אין צוואנציג שאנס אז נישט).

איך באנוץ זיך מיט דעם ציפער זיבעציג פראצענט ווייל דאס זענען די רומאר'ס איבער די רעזולטאטן ביי א צאל היימישע טעסטינג סייטס. דערווייל אבער איז דאס נישט באשטעטיגט. די העכסטע אפיציעלע ראטע איז 36 פראצענט פאזיטיוו אין א געגנט אין די בראנקס, און איך טראכט אז די רעזולטאטן פון אונזערע געגנטער ווערן דאך באריכטעט צו די סטעיט און פעדעראלע גאווערנמענט און דאס אליינס אז ס'איז נאכנישט ארויסגעקומען קיין גרויסע העדליינס איבער די ריזיגע פראצענטן ציפערן אין אונזער געגנט, זעהט אויס אז עס הייבט זיך גארנישט אן. אדרבה ווער עס ווייסט א לינק וכדו' וואו מען קען זעהן רעזולטאטן וואלט דאס געווען א געוואלדיגע תועלת.

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך פליטה גדולה » מאנטאג יוני 01, 2020 3:15 pm

געהערט א גוטע עצה פון א בארימטע דאקטער אין מאנסי אז פאר מען גייט אריין אין שפיטאל זאל מען נעמען א קיוטיפ און אריינשמירן אין די נאז אלקאהאל אדער עפל סיידער וויניגער - apple cider vinegar, וואס דאן גייט די טעסט קיינמאל נישט אויפכאפן פאזיטיוו.

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג יוני 01, 2020 3:19 pm

פליטה גדולה האט געשריבן:געהערט א גוטע עצה פון א בארימטע דאקטער אין מאנסי אז פאר מען גייט אריין אין שפיטאל זאל מען נעמען א קיוטיפ און אריינשמירן אין די נאז אלקאהאל אדער עפל סיידער וויניגער - apple cider vinegar, וואס דאן גייט די טעסט קיינמאל נישט אויפכאפן פאזיטיוו.

היינט געהערט פון א דאקטער וואס ארבעט אינטער מיימאנידיס אז אויב מ׳נעמט א אנטי באדי טעסט פאר מ׳גייט אריין אין ס׳איז פאזעטיוו נעמען זיי נישט א וויירוס טעסט ווען מ׳קומט אריין
נ.ב איך רעדט צו גיין האבן א קינד
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג יוני 01, 2020 3:30 pm

שמו האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:די פעלער וואס איך האב געהערט איז אין גוד סעם/סופרין שפיטאל


אין גוד סעם איז עס א אלטע פראבלעם
מאנכע זאגן אז זיי טוען אויס ארויסצונאגן נאך א ביינדל פון אינשורענס

ג"א בחלומי א יאר צוריק, און כ'האב נישט געקענט ארויס זעהן דאס קינד, ביז איך בין געווארן א יוצא ונכנס אין ICU צוזאמען מיט מיין ב"ב, מיט א אויסרייד פון קומען זייגן, און געקומען יעדע האלבע שעה טשעקן וואס דאס קינד מאכט, און פרעגן ווען מ'קען דאס אהיים נעמען, ביז זיי האבן געפלאצט, און מיר געלאזט אהיים נעמען דאס קינד (נאך אויפהאלטן צוויי טעג איבעריג)


ג"מ אבער שוין גארנישט בחלומי נאר ליידער געהעריג בהקיץ... האבן אויף געהאלטן מיין בעבי אין NICU. כהאב נישט פעסט געשטעלט צו סאיז געווען א געמאכטע מעשה אבער זעענדיג וואס דער עולם שרייבט דא הייב איך שוין אן צוטראכטן אנדערש.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יוני 01, 2020 3:45 pm

געהערט פון איינער וואס האט געהאט די זעלבע מעשה געטעסט פאזיטיוו בלא בלא
למעשה האט ער ערלעדיגט א טעסט פון א לאקאל דאקטאר און סאיז געווען נעגעטיוו

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יוני 01, 2020 4:14 pm

לאמיר קלארשטעלן, ס'איז נאר אויב מ'האט געטעסט פאזיטיוו? אדער אפילו מ'איז נעגעטיוו נאר מ'האט אנטי-באדיס.

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: פראבלעמען אין שפיטעלער מיטן אהיימנעמען ניי געבוירענע קינדער

תגובהדורך אפטרופס » מיטוואך יוני 03, 2020 12:45 pm

פאר די אלע שפיטעלער וואס נעמען די טעמפרעטשער ביים אריינקומען פאר וויזיטער וכו' איז גוט צו נעמען טיילענאל בעפאר מען גייט אין שפיטאל אזוי האט מען נישט קיין פראבלעמען.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מחובר לקרקע און 30 געסט