מיינע געדאנקען איבער'ן מהלך.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

מיינע געדאנקען איבער'ן מהלך.

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 22, 2020 2:16 pm

בס"ד

איך וויל מיטטיילן מיט ענק מיינע יעצטיגע געפילן.

איך זעה אז ס'הייבט אן ארויסצוקומען פון פארשידענע זייטן וואס געט מיר די איינדרוק אז די מצב פאדערט נישט צו אזא שטארקע תשובה און צו תיקון המעשים. לאמיך עס מסביר זיין.

עס הייבט זיך אן צו שפירן ווי כאילו די גאנצע שווערע מצב אין וואס מיר זענען געווען איז בעיקר געווען אזא היימיש געמאכטע פאניק. איך האלט אז זאגן און לאזן לופטערן מעסעדשעס, כאילו דאס פארשפארן מוסדות התורה, און דאס מוזן דאווענען ביחודית, און נאך און נאך, איז געקומען נאר אדאנק די געזעץ, אדער עסקנים, אדער סתם אומזיסטע פאניק, די סאושל מידיע, דער, יענער, אזאנע מעסעדשעס שאפט אז מ'זאל פארגעסן אז דא איז געווען א מעסעדש פון הימעל, א שטארקע מעסעדש. וואס די מעסעדש איז, טראכט דו אליין. פיין. אבער א מעסעדש וואס זאל איבערנעמען אונזער הארץ, אראפבייגן אונזערע קעפ, און זיך איבערבעטן מיט השי"ת.

(איך האף איך בין נישט שארף, איך זאג נאר וואס איך פיהל, איך זאג נאר מיינע געדאנקען)

איך וויל זייער שטארק אז השי"ת זאל וויסן אז מ'האט געהערט וואס ער וויל אונז זאגן, און נישט אז מ'האט געהערט גאר א צווייטע מעסעדש (אפשר דארף איך אליין זיך מאכן א חשבון הנפש, און נישט איינטיילן קיינעם)

איך האב נישט ליב און היבש דערקעגן צו זאגן. אבער פארוואס זאל מען ווערן פארנומען מיט אזעלכע זאכן. צו דארפן מיר נישט זוכן דעם באשעפער וואס האט אונז א מעסעדש געוואלט שיקן? פארוואס ווערט דער עולם פארנומען נאר צו מ'האט יא געדארפט פארמאכן מוסדות התורה צו נישט. אפשר יא, אפשר נישט, אבער וואס איז אונז א נפקא מינה יעצט?

איך טראכט אז מ'טראכט אז ווען די מוסדות התורה מיט די בתי מדרשים וואלטן געווען אפן, און די שפיטעלער וואלטן אריינגעלאזט, און מ'וואלט אהער, און מ'וואלט אהין, וואלט נישט געווען אזוי ווי ס'איז. און נישט נאר דאס, נאר מ'טראכט אז באמת איז כמעט גארנישט געווען. און איך האב מורא אז די מעסעדש וואס השי"ת האט אונז געוואלט שיקן ווערט מיט דעם אביסל פארגלעט. מ'ווערט פאוקוסירט נאר אויף א נקודה.

ווייל: באמת איז גארנישט געווען. מ'האט נאר געדארפט אפן לאזן די בתי מדרשים און די חדרים, און מ'האט נאר מיך געדארפט פאלגן, און מ'האט נאר געדארפט אריינלאזן אין שפיטעלער און עס וואלט כמעט גארנישט געווען. איך וויל נישט משוגע מאכן דעם עולם. אבער שטעל דיך אפ א רגע, אונז זעמער דורך זאכן וואס מאנט פון אונז צום ווייניגסטענס הכנעה. און א צוריקקער.

נישט איך זאג עס. איך וואונדער מיך וואו די מהלך המחשבה לויפט. לאמיר נישט פארגעסן. לאמיר זיך נישט לאזן פארגעסן.

לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ, איז די פחד וואס האט געהערשט אין די גאסן געווען זייער שטארק. און די תפילות אין די ביידע ערב ראש חודש'ס איז געווען פון גאר א טיפע פלאץ אין אונזער הארץ. און מיר האבן אלע געשפירט אז השי"ת האט פארמאכט די הייזער וואו עס רוהט זיין הייליגע שכינה.

צו קענען מיר טאקע נישט נעמען אויף אונז דעם מעסעדש, און זאגן: רבש"ע, אקעי איך הער. פארוואס זאל די גאנצע זאך ווערן א פאליטיק. קענסט טון וואס דו ווילסט. אבער איך קלער זייער שטארק אז די מעסעדש "דער האט פארמאכט די בתי מדרשים, און דער האט עס פארמאכט" "די שפיטעלער זענען שולדיג", "מ'האט סתם געמאכט א פאניק". איך וואונדער מיך צו ס'קומט ווייל מיר קענען נישט נעמען אז דא איז יא געווען א מעסעדש פון הימעל.

וואס א נפקא מינה ווער פונקטליך עס האט פארמאכט די מוסדות. וואס א נפקא מינה? אויב עס ווערט א נפקא מינה, נעמט דאס אונז אוועק פון די מעסעדש וואס די מצב דארף אונז אויפהייבן. וואס א נפקא מינה צו טראמפ, צו קאומא, צו דער צו יענער, וואס א חילוק. עס איז געווארן פארמאכט נאר פון א מעסעדש וואס השי"ת האט געוואלט אז עס זאל אריינדרינגען אין אונזערע הערצער. אזוי מיין איך. און צו אים דארפן מיר צוריקגיין.

פשוט אלץ די בלוט פון די יודן און יודענעס וואס מ'האט אוועקגעריסן פון אונז, זיי נישט פארנומען מיט: ווען מ'וואלט ווען. איך האלט אז ס'נעמט אוועק פון וואס עס איז געווען. אפילו אויב מ'טראכט: ווען מ'וואלט ווען נישט צוגעשפארט בתי מדרשים וואלט ווען נישט געשעהן אזויפיל טראגעדיעס, אזאך וואס מוז נישט זיין אמת. זייער מעגליך אז דייקא מיט דעם איז מען אפגעקומען. אבער אז מ'זאגט עס, איז כאילו דא איז גארנישט געווען. כאילו די גאנצע זאך וואס שטערט אונז יעצט איז, אז מ'האט צוגעשפארט בתי מדרשים!

און נישט נאר אז דאס איז די הויפט זאך וואס שטערט אונז יעצט, נאר די עסקנים זענען שולדיג! טראמפ איז שולדיג! קאומא! מ'האט עס געדארפט אפן לאזן און עס וואלט אלעס געווען גוט. אבער איך מיין אז דא איז געווען מער ווי דעם. נישט עסקנים און נישט די געזעץ און נישט קיינער האט עס געטון אויב עס איז נישט געווען פארדעם א שרעק פון א אנקומענדיגער "דבר" ל"ע וואס האט געצארנט. און געדרויעט און פארציטערט די מענטשהייט. רבותי דא איז געווען פחדים נוראים. דערמאנט אייך.

איך וואונדער מיך שטארק: דאס איז יעצט אונזער פאוקעס? פארוואס מ'האט צוגעמאכט? די גאנצע זאך וואס עס איז יעצט געשעהן איז אז ס'דא עסקנים אויף די וועלט, און אז ס'דא געזעץ אויף די וועלט? און אז ס'דא מורי הוראות וואס האבן געזאגט וויאזוי זיי האבן געזאגט?

ווער האט אונז ארויסגעבלאזן פון די בתי מדרשות, פון די בתי חינוך, וכו'. ווער? אפשר קען מען אנהייבן טראכטן אז דער רבש"ע האט געוואלט ברענגען סך סך ערגער ווי דעם, און מ'איז אפגעקומען מיט ווייניגער.

די עבירה האט זיך אנגעהויבן אז ס'עקזיסטירט עסקנים, הצלה, דאקטורים, שפיטעלער, רעגירונג. אן זיי וואלטן מיר יעצט געווען מסודר? יא?

איך מיין אז ס'איז כדאי אויפצוהערן צו באפאלן כלל ישראל מיט די זינד אז זיי האבן פארשפארט בתי מדרשות. ווייל ס'דא א כלי יקר אז דאס איז גאר מכפר. און מ'דארף פארשטיין אז דא איז געווען פחדים, און די פחדים איז געקומען פון השי"ת.

יא. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דריידל, יעקב99, קליינקעפיק און 13 געסט